פארומס › קאווע שטיבל • ברעיקינג; הרב שלמה העלבראנץ אומגעקומען

קאווע שטיבל • ברעיקינג; הרב שלמה העלבראנץ אומגעקומען

347 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11623
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 10:46 am#416565
איז מרת טעללער כל זמן איר טאטע איז געוועהן באלעבאס האט מען איר נישט געטשעפעט, איז זי דארט געבליבן, און איר ברודער האט איר גערודפט אזוי ווי ער רודפט יעדן דארט, האט זי מחליט געווען צו גיין. און וואס וועט זיין מיט אלע אנדערע רחמנות פרויען דארט?
דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 11:00 am#416569
אישתישבי
איז מרת טעללער כל זמן איר טאטע איז געוועהן באלעבאס האט מען איר נישט געטשעפעט, איז זי דארט געבליבן, און איר ברודער האט איר גערודפט אזוי ווי ער רודפט יעדן דארט, האט זי מחליט געווען צו גיין. און וואס וועט זיין מיט אלע אנדערע רחמנות פרויען דארט?
מען האט איהר ספעציעל גערודפט און געלייגט אין חרם פאר 2 יאר, אוועקגענומן די קינדער חוץ 2. קיינער האט נישט געטארט רעדען צו איהר... און אלעס פארוואס? ווייל זי האט נישט זיך מבטל געווען צו די רבי ווען ער האט חתונה געמאכט איהר 12 יעריג מיידעל מיט ראזנער 17 יעריג בחור..
און הלוואי זאלן אויך אנדערע משפחות אנטלויפן...

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk
דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 3:47 pm#416588
ער טוט עס נישט נאר צו איר, ער טוט עס צו יעדן דארט, און איר טאטע האט עס אויך געטוהן בשעתן, נאר נישט צו איר. איז ווי איז זי זעלבסט געוועהן ווען ער האט געפייניגט יענעם?
דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 6:47 pm#416591
ווען איך וואלט נאר געמעגט רעדן...

איך בין ספעציעל אנגעזאגט געווארן נישט צו שרייבן צופיל אויף קאווע שטיבל דערוועגן. מען וויל נישט - צוליב פארשטענדליכע סיבות - אז מען זאל רעדן וועגן דעם, ס'איז נישט אין די אינטערעסן פון קיין איין זייט נישט. איך קען נאר מרמז זיין קליינע רמזים, דא דארט. אפשר אין אישי קען איך רעדן מער, אויך נאר וויפיל איך וויל און איך מעג. איין זאך קען איך זאגן, רב בו ההעלם על הגלוי... אינדרויסן ווייסט מען פיל ווייניגער פון וויפיל עס איז דא.

איין זאך קענט איר זיין זיכער, די גרים אין די קהילה, האבן געברענגט א חורבן, אלעס האט זיך אנגעהויבן וועגן זיי. סיי די קינדער וואס זענען אנגעקומען אויף טאהש (און טאהש ווייסט אפילו נישט, און בעסער אז זיי זאלן נישט וויסן אלעס), סיי די טעללער געשיכטע, און נאך פילע אנדערע זאכן וואס מען ווייסט אפילו נישט, און אנדערע זאכן וואס בלייבן אינערווייניג. דער חורבן וואס זיי האבן געברענגט איז אומבאשרייבליך. דער רבי זצוק"ל האט געוואוסט ווי אזוי זיי צו האלטן אין קאנטראל, וחבל על דאבדין. (מען טאר נישט פארגעסן פון ואהבתם את הגר).

די ווידאו, ווי מענטשן שרייען דארט "שייגעץ", מיט קולי קולות, איז אויף נתן. ער איז אויך אהינגעקומען צאפן בלוט... כלומר'שט צו העלפן זיין שוועסטער - כאילו ער קען עפעס העלפן... דער האט דאך צוויי לינקע הענט... בקיצור, אז ער איז אנגעקומען, האט מען אים באזינגען ווי עס קומט אים. דער סוף איז געווען אז די פאליציי האט אים געדארפט אוועקווירן פון דארט.

דער בילד פון דער רבי בבגדי שבת, לאכט צו איינע פון די א.ג. עסקנים. קודם כל, איז געווען דעמאלס א ברית, וועגן דעם איז ער געגאנגען בבגדי שבת. די מעשה איז געווען, אז איינע פון די עסקנים זענען צוגעקומען צו אים נעמען א ברכה. האט דער רבי זיך אנגערופן צו אים, "דער אויבערשטער זאל העלפן, אז דו זאלסט זוכה זיין צו תשובה מאהבה". פונקט דעמאלס איז געפלויגן די בילד... דאס איז יענע בילד. ברוך השם אז דער רבי האט דעם קאפ אויפן פלאץ.

איך קען נישט, און איך טאר נישט אלעס שרייבן. אבער איין זאך וואס די א.ג. עסקנים פארפעלן צו זען, אז מרת טעללער איז נאך אלס א לב טהור חסיד, זי וועט זיך די לבוש קיינמאל נישט טוישן, זי איז א חסידי'סטע פון איר טאטע בלב ונפש.... ס'איז בסך הכל א משפחה פייט. דאס מיינט אז זיי העלפן בעצם א לב טהור חסידי'סטע, נישט סתם א חסידי'סטע, נאר א טאכטער פונעם רבי'ן זצוק"ל, און איינע וואס פלעגט פיל טון און העלפן פאר איר טאטע.. זי איז געווען די פרוי וואס האט חתונה געהאט אין לאנדאן מיט הרב טעללער, למורת רוח דער קאשויער. יא, זי איז עס... ווער וואלט געגלויבט אז איר דווקא העלפט מען דא... זי וועט ענק נאך אזוי שטויסן, אז ענק קענען זיך נישט פארשטעלן... זי וועט ענק נאך ווייזן אז זי נוצט ענק סתם אזוי אויס יעצט, אבער חסיד בלייבט זי, טאקע נישט פון איר ברודער, אבער יא פון איר טאטע, און זי וועט בלייבן מיטן גאנצן לבוש און פרומקייט.

אגב, דער הסכם איז לכתחילה געווען אז ער באקומט דריי קינדער און זי באקומט דריי. זי האט מסכים געווען צו דעם, ביז די אנדערע האבן איר אנגעהויבן צו העלפן. אגב, זי האט אויך מסכים געווען צום שידוך קודם, ביז זי האט מחליט געווען צוריקציציען, אבער ס'איז שוין געווען צי שפעט, ס'איז שוין נישט שייך געווען צוריקצוציען... און איר ווייסט פארוואס זי האט נישט געוואלט דעם שידוך? - איר וועט לאכן - איך קען עס אבער נישט דערציילן דא. די עסקנים ווייסן.

איא, עסקנים טייערע... איר ליינט דאך דא... דערקוויקט אייך!
דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 7:47 pm#416592
פארהאן לב טהור מיטגלידער וועלכע שרייבן דא אויף ק"ש? 😢
דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 8:15 pm#416594
אלע פראבלעמען קומען פון די גרים וואס קומען אן, פארשטייען נישט די אריגינעלע אידישקייט, און זיי טיילען איין דעות. מענטשען וואס זען נאר די חיצוניות פון די תורה, ווייל זיי זענען נישט אויפגעהאדעוועט על ברכי התורה, און ווען זיי זענען זיך מכניע צו אידען וואס ווייסען יא, קענען זיי היטען תורה און האדעווען קינדער אין תורה. אבער ווען זיי נעמען זיך זאגען דעות, מחדש זיין הנהגות, פירען איין מצוות פון היסטאריא ביכער אן פארשטאנד, זייט עס אן א חרבן.

עס דערמאנט פון עפעס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 9:42 pm#416599
חכמת שלמה
ווען איך וואלט נאר געמעגט רעדן...

איך בין ספעציעל אנגעזאגט געווארן נישט צו שרייבן צופיל אויף קאווע שטיבל דערוועגן. מען וויל נישט - צוליב פארשטענדליכע סיבות - אז מען זאל רעדן וועגן דעם, ס'איז נישט אין די אינטערעסן פון קיין איין זייט נישט. איך קען נאר מרמז זיין קליינע רמזים, דא דארט. אפשר אין אישי קען איך רעדן מער, אויך נאר וויפיל איך וויל און איך מעג. איין זאך קען איך זאגן, רב בו ההעלם על הגלוי... אינדרויסן ווייסט מען פיל ווייניגער פון וויפיל עס איז דא.

איין זאך קענט איר זיין זיכער, די גרים אין די קהילה, האבן געברענגט א חורבן, אלעס האט זיך אנגעהויבן וועגן זיי. סיי די קינדער וואס זענען אנגעקומען אויף טאהש (און טאהש ווייסט אפילו נישט, און בעסער אז זיי זאלן נישט וויסן אלעס), סיי די טעללער געשיכטע, און נאך פילע אנדערע זאכן וואס מען ווייסט אפילו נישט, און אנדערע זאכן וואס בלייבן אינערווייניג. דער חורבן וואס זיי האבן געברענגט איז אומבאשרייבליך. דער רבי זצוק"ל האט געוואוסט ווי אזוי זיי צו האלטן אין קאנטראל, וחבל על דאבדין. (מען טאר נישט פארגעסן פון ואהבתם את הגר).

די ווידאו, ווי מענטשן שרייען דארט "שייגעץ", מיט קולי קולות, איז אויף נתן. ער איז אויך אהינגעקומען צאפן בלוט... כלומר'שט צו העלפן זיין שוועסטער - כאילו ער קען עפעס העלפן... דער האט דאך צוויי לינקע הענט... בקיצור, אז ער איז אנגעקומען, האט מען אים באזינגען ווי עס קומט אים. דער סוף איז געווען אז די פאליציי האט אים געדארפט אוועקווירן פון דארט.

דער בילד פון דער רבי בבגדי שבת, לאכט צו איינע פון די א.ג. עסקנים. קודם כל, איז געווען דעמאלס א ברית, וועגן דעם איז ער געגאנגען בבגדי שבת. די מעשה איז געווען, אז איינע פון די עסקנים זענען צוגעקומען צו אים נעמען א ברכה. האט דער רבי זיך אנגערופן צו אים, "דער אויבערשטער זאל העלפן, אז דו זאלסט זוכה זיין צו תשובה מאהבה". פונקט דעמאלס איז געפלויגן די בילד... דאס איז יענע בילד. ברוך השם אז דער רבי האט דעם קאפ אויפן פלאץ.

איך קען נישט, און איך טאר נישט אלעס שרייבן. אבער איין זאך וואס די א.ג. עסקנים פארפעלן צו זען, אז מרת טעללער איז נאך אלס א לב טהור חסיד, זי וועט זיך די לבוש קיינמאל נישט טוישן, זי איז א חסידי'סטע פון איר טאטע בלב ונפש.... ס'איז בסך הכל א משפחה פייט. דאס מיינט אז זיי העלפן בעצם א לב טהור חסידי'סטע, נישט סתם א חסידי'סטע, נאר א טאכטער פונעם רבי'ן זצוק"ל, און איינע וואס פלעגט פיל טון און העלפן פאר איר טאטע.. זי איז געווען די פרוי וואס האט חתונה געהאט אין לאנדאן מיט הרב טעללער, למורת רוח דער קאשויער. יא, זי איז עס... ווער וואלט געגלויבט אז איר דווקא העלפט מען דא... זי וועט ענק נאך אזוי שטויסן, אז ענק קענען זיך נישט פארשטעלן... זי וועט ענק נאך ווייזן אז זי נוצט ענק סתם אזוי אויס יעצט, אבער חסיד בלייבט זי, טאקע נישט פון איר ברודער, אבער יא פון איר טאטע, און זי וועט בלייבן מיטן גאנצן לבוש און פרומקייט.

אגב, דער הסכם איז לכתחילה געווען אז ער באקומט דריי קינדער און זי באקומט דריי. זי האט מסכים געווען צו דעם, ביז די אנדערע האבן איר אנגעהויבן צו העלפן. אגב, זי האט אויך מסכים געווען צום שידוך קודם, ביז זי האט מחליט געווען צוריקציציען, אבער ס'איז שוין געווען צי שפעט, ס'איז שוין נישט שייך געווען צוריקצוציען... און איר ווייסט פארוואס זי האט נישט געוואלט דעם שידוך? - איר וועט לאכן - איך קען עס אבער נישט דערציילן דא. די עסקנים ווייסן.

איא, עסקנים טייערע... איר ליינט דאך דא... דערקוויקט אייך!

נתן איז אויך א זון און ער האט זיך יא צוקריגט.
דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 10:23 pm#416600
אונטער חכם

לאמיר פארשטיין. וואס איז שוין די ערגסטע זאך וואס א 10 יעריג מיידל קען טון מיט די גרים קינדער ווי ענק קלעימען... קודם נאר פאר ענקערע נערישע שטארפען פון שיקן קינדער צו אנדערע מענטשען קען עס געשהן. און אויב שוין יא עפעס פאסירט מיט א קינד האט די גאנצע וועלט, סיי אידן און סיי גוים להבדיל א נארמאלע צוגאנג דערצי. פאר דעם דאמפט מען נישט א קינד.. חוץ אויב ענקער איינציגע וועג פון שלאגן מיידלעך 3 מלקות א וואך, 40 טעג תענית דיבר א. ד. ג. ארבעט נישט... און נאר דאס קענט עטס. קינדער אביוזערס..
און וואס האט שוין דער 15 יעריגע יתום'על געטון חוץ וואס עטס האט אים אבגעשוואכט די נערווען מיט די קלעפ פון יואל ווינגארטען אדער די מתמידים רבי גאלדמאן שר"י...
ענק פארדינען נאר די עלעקטעריק טשער מיט נידריגע וואלטעדזש אז עטס זאלט שטייט אויסגיין מיטן רבין און ראזנערס בראש..
און אוי וועסטו נאך זעהן ביז עטליכע וואכן וועלן די טעלערס זיין נארמאלע מענטשען..

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk
דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 10:27 pm#416601
וועמען גייט עס אן אז זי בלייבט מיטן לבוש און אלע פרומקייטן? וועמען שטערט עס אז זי האלט פון איר טויטן טאטן תמל"ע? זי איז באפרייט פון לב טהור אינאיינעם מיט אלע אירע קינדער!! יא יא! צו ס'געפעלט דיך צו נישט, דער לינקער נתן העלבראנץ האט איר געהאלפן ארויסקומען פון זומפ!

אין אנדערע נייעס האט הרבנית טעלער זיך געעפנט דאס פיסקל און אנטפלעקט שוידערליכע פאקטן. צווישן אנדערע, אז איר טאטע איז בייזוויליג אומגעברענגט געווארן דורך זיינע היימישע נענסטע מענטשן, מער פרטים וועלן בקרוב ארויפשווימען. דער רבי אינאיינעם מיט ראזנער וועלן ענדיגן אין תפיסה אין בעסטן פאל.
מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 1:41 am#416604
חכמת שלמה
ווען איך וואלט נאר געמעגט רעדן...

איך בין ספעציעל אנגעזאגט געווארן נישט צו שרייבן צופיל אויף קאווע שטיבל דערוועגן. מען וויל נישט - צוליב פארשטענדליכע סיבות - אז מען זאל רעדן וועגן דעם, ס'איז נישט אין די אינטערעסן פון קיין איין זייט נישט. איך קען נאר מרמז זיין קליינע רמזים, דא דארט. אפשר אין אישי קען איך רעדן מער, אויך נאר וויפיל איך וויל און איך מעג. איין זאך קען איך זאגן, רב בו ההעלם על הגלוי... אינדרויסן ווייסט מען פיל ווייניגער פון וויפיל עס איז דא.

בּלאַ ...בּלאַ ...בּלאַ ...בּלאַ ...בּלאַ ...בּלאַ ...בּלאַ ...בּלאַ ...בּלאַ ...בּלאַ ...בּלאַ ...בּלאַ ...בּלאַ ...בּלאַ ...

איא, עסקנים טייערע... איר ליינט דאך דא... דערקוויקט אייך! בּלאַ ...בּלאַ ...בּלאַ ...

קיין איין ווארט קען מען ענק נישט גלייבן, און מען טאר ענק נישט גלייבן. נאר א שוטה גלייבט ענקערע פארדריידקייטן.
אללעס איז דאך אזוי פארקרומט און פארדרייט. גאנצעטע ליגענטס האלבע פארדרייטע ליגענטס, למחצה לשליש ולרביע!...

עטס נוץ כל מיני ברעינוואשינגס וואס עטץ קענטץ נאר. נעבעך!...

אמת מארץ תצמח.
ס׳וועט נישט נעמען נאך לאנג.
עטץ ווערטס סעלף דעסטראקט.

איר קענט אונטערקויפן די לאקאלע פאליציי, אבער דער רבונו של עולם איז קלוגער.
בס״ד מענטשן וועלן ענק בקרוב איבערקלוגן.

רוב אינגע אויב נישט אלע ווילן זיך פון דארט ארויסזעהן. נקוט כלל זה בידך:
קיינער פארנעמט נישט קיין אביוז.
זיי, די פארפּאַניגטע, גייען ענק פאראטען אין די גדוֹלוֹת אריין. ווארט נאך אביסעלע.
די אידן וואס טוען אין דעם , זאמלען פאקטן און בויען א שטארקע קעיס אקעגן אייך.
עטץ פלאנטס אפצוהאלטן מיט געוואלד די וואס ווילן אנטלויפן און עטץ זענטס גרייט זיי צו הרג׳ענען??

וואַרט צי, ווארט נאך צי אביסעלע.
ימים ידברו, בוקר ויודע ה׳.
מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 10:15 am#416615
ס'איז נישט אזוי פשוט.

מאנכע פון די קולט זענען עקס-מיליטערי און זענען מושטירט צו קעמפן, זיי זענען גאר געפארפול. אפגעזען אז זיי קוקען אצינד אויס ווי צושטרויבעלטע שדים און רוחות. ס'איז נישט קיין וויץ מיט די חברה אנצוהייבן. דאס בעסטע איז נאכאנאנד אהין צו שיקן אהין אלערליי סארטן פון פאליצייאישע איינהייטן, און לאזן אז זיי זאלן באקעמפן דעם שרעקליכער קולט.
ביז דער אייבישטער וועט העלפן אז דער פארשאלטענער קולט וועט אויפגעלעזט ווערן, גענוי ווי אלע אנדערע ראדיקאלע קולטס פון וועליכע מ'לייענט אין די געשיכטע ביכער. און די אומשולדיגע קליינע קינדער וועלן באפרייט ווערן מעבדות לחרות.
מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 10:32 am#416617
א שיינע ארטיקל מיט ערשט האנטיגע אינטערוויאס📎 IMG_20181114_100053.jpeg

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk
מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 2:21 pm#416629
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב עס נאר געזעהן אויף זייער טוויטער

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk
מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 5:48 pm#416645
די בריוו צו הגאון רבי יוחנן וואזנער שליט"א, איז שקר וכזב.

מיר ווייסן אפילו ווער ס'האט עס געשריבן.
מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 5:55 pm#416646
ס'איז אמת ויציב! מיר ווייסן אויך ווער ס'האט דאס געשריבן. (און ענק ווייסן עס אויך.)

שלמה זיסער, ווען באפרייט איר שוין די אומשולדיגע קינדער פון די לאפעס פון אייער פארשאלטענער קולט? ס'איז שוין העכסט צייט אז איר זאלט זיך אפלאזן פון אייער שלעכטע וועגן, און זיך אומקערן צום אידישן ג-ט. הייבט אן מיטן באפרייען די קינדער פון אייער מלקות פראקערס, און חתונה האבן באצווינגער....
מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 6:06 pm#416647
פאר דע רעקארד: חכמת שלמה'ס ראלע אלס א מיטגליד אין לב טהור איז שוין לאנג איבערצייגט געווארן אלס האוקס, יבוא המלנקקים וילנקקו צו זיין אינטערוויו מיט שלום שטיסל, ער איז נעבעך א קראנקער טראל וואס שפילט א געים און ס'איז בכלל נישט קיין מצוה צו שפייזן זיין חולאת דעריבער איז בעסער אים צו איגנארירן.
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 3:41 am#416672
חכמת שלמה
ווען איך וואלט נאר געמעגט רעדן...

איך בין ספעציעל אנגעזאגט געווארן נישט צו שרייבן צופיל אויף קאווע שטיבל דערוועגן. מען וויל נישט - צוליב פארשטענדליכע סיבות - אז מען זאל רעדן וועגן דעם, ס'איז נישט אין די אינטערעסן פון קיין איין זייט נישט. איך קען נאר מרמז זיין קליינע רמזים, דא דארט. אפשר אין אישי קען איך רעדן מער, אויך נאר וויפיל איך וויל און איך מעג. איין זאך קען איך זאגן, רב בו ההעלם על הגלוי... אינדרויסן ווייסט מען פיל ווייניגער פון וויפיל עס איז דא.

איין זאך קענט איר זיין זיכער, די גרים אין די קהילה, האבן געברענגט א חורבן, אלעס האט זיך אנגעהויבן וועגן זיי. סיי די קינדער וואס זענען אנגעקומען אויף טאהש (און טאהש ווייסט אפילו נישט, און בעסער אז זיי זאלן נישט וויסן אלעס), סיי די טעללער געשיכטע, און נאך פילע אנדערע זאכן וואס מען ווייסט אפילו נישט, און אנדערע זאכן וואס בלייבן אינערווייניג. דער חורבן וואס זיי האבן געברענגט איז אומבאשרייבליך. דער רבי זצוק"ל האט געוואוסט ווי אזוי זיי צו האלטן אין קאנטראל, וחבל על דאבדין. (מען טאר נישט פארגעסן פון ואהבתם את הגר).

די ווידאו, ווי מענטשן שרייען דארט "שייגעץ", מיט קולי קולות, איז אויף נתן. ער איז אויך אהינגעקומען צאפן בלוט... כלומר'שט צו העלפן זיין שוועסטער - כאילו ער קען עפעס העלפן... דער האט דאך צוויי לינקע הענט... בקיצור, אז ער איז אנגעקומען, האט מען אים באזינגען ווי עס קומט אים. דער סוף איז געווען אז די פאליציי האט אים געדארפט אוועקווירן פון דארט.

דער בילד פון דער רבי בבגדי שבת, לאכט צו איינע פון די א.ג. עסקנים. קודם כל, איז געווען דעמאלס א ברית, וועגן דעם איז ער געגאנגען בבגדי שבת. די מעשה איז געווען, אז איינע פון די עסקנים זענען צוגעקומען צו אים נעמען א ברכה. האט דער רבי זיך אנגערופן צו אים, "דער אויבערשטער זאל העלפן, אז דו זאלסט זוכה זיין צו תשובה מאהבה". פונקט דעמאלס איז געפלויגן די בילד... דאס איז יענע בילד. ברוך השם אז דער רבי האט דעם קאפ אויפן פלאץ.

איך קען נישט, און איך טאר נישט אלעס שרייבן. אבער איין זאך וואס די א.ג. עסקנים פארפעלן צו זען, אז מרת טעללער איז נאך אלס א לב טהור חסיד, זי וועט זיך די לבוש קיינמאל נישט טוישן, זי איז א חסידי'סטע פון איר טאטע בלב ונפש.... ס'איז בסך הכל א משפחה פייט. דאס מיינט אז זיי העלפן בעצם א לב טהור חסידי'סטע, נישט סתם א חסידי'סטע, נאר א טאכטער פונעם רבי'ן זצוק"ל, און איינע וואס פלעגט פיל טון און העלפן פאר איר טאטע.. זי איז געווען די פרוי וואס האט חתונה געהאט אין לאנדאן מיט הרב טעללער, למורת רוח דער קאשויער. יא, זי איז עס... ווער וואלט געגלויבט אז איר דווקא העלפט מען דא... זי וועט ענק נאך אזוי שטויסן, אז ענק קענען זיך נישט פארשטעלן... זי וועט ענק נאך ווייזן אז זי נוצט ענק סתם אזוי אויס יעצט, אבער חסיד בלייבט זי, טאקע נישט פון איר ברודער, אבער יא פון איר טאטע, און זי וועט בלייבן מיטן גאנצן לבוש און פרומקייט.

אגב, דער הסכם איז לכתחילה געווען אז ער באקומט דריי קינדער און זי באקומט דריי. זי האט מסכים געווען צו דעם, ביז די אנדערע האבן איר אנגעהויבן צו העלפן. אגב, זי האט אויך מסכים געווען צום שידוך קודם, ביז זי האט מחליט געווען צוריקציציען, אבער ס'איז שוין געווען צי שפעט, ס'איז שוין נישט שייך געווען צוריקצוציען... און איר ווייסט פארוואס זי האט נישט געוואלט דעם שידוך? - איר וועט לאכן - איך קען עס אבער נישט דערציילן דא. די עסקנים ווייסן.

איא, עסקנים טייערע... איר ליינט דאך דא... דערקוויקט אייך!
עס האט נישט גענומען קיין וואך פון ווען רעבעצין טעלער איז אנגעקומען קיין נוי יארק. און ב"ה זי מיט די קינדערלעך האבן שוין אויסגעטון די טאליבאנער קליידונג. און זיך געשמאדט צו אונזערע חסידישע קליידונג... און אויך ליידער האבן זיי שוין אויך געגעסן פלייש רח"ל...

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 8:24 am#416678
א גרינע
רבותי איך וויל דא בעטן א טובה
איך וואוין נישט אין אמעריקע איך האב נישט קיין אהנוג וואס דא טוט זיך
עס זעט מיר אויס ווי עס טוט זיך דא זייער זאפטיגע נייעס
אויב איינער קען פארציילן דא אדער אישי די גאנצע מעשה פין אנהייב ביז ווי ס'האלט יעצט אדער כאטש שיקן א לינק צי עפעס וואס וועט מיר אביסל קלאר מאכן
וועל איך אים זייער זייער דאנקבאר זיין
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 8:47 am#416680
דיין גבאי מיט דער רויטע בארד וועט דיר אלץ דערציילן.
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 8:58 am#416681
*התכנית של 'לב טהור' נחשפת* • בת המנהיג שברחה, מדברת: "מתכננים לרצוח את הילדים, אם הציונים יפשטו" | *בחדרי חרדים* >> <a class="postlink" href="https://goo.gl/doz6wG">https://goo.gl/doz6wG</a>

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk
זונטאג מערץ 10, 2019 10:48 am#426109
וויפיהל פון זיי זיצן אין תפיסה?
מיטוואך יוני 23, 2021 3:28 am#476491
יאצ"ט
מיטוואך יוני 23, 2021 8:35 am#476498
איך האב געהערט פון געוויסע מענטשן וועלכע זענען געווען נאנט מיט וואס ס'גייט פאר אינעווייניג אין ..."לב טהור... אז דאס אומקום פון הרב שלמה העלבראנס איז געווען אן ..."איבוד לדעת"...! שרי לי מארי אויב איך מעג עס זאגן...!

די מאטיווירונג איז אז ער האט געפיהרט זיין גרופ צו וואנדערן מגולה אל גולה. און זיי האבן ממש געהונגערט. און זיי האבן נישט געהאט קיין מנוחה. און ער האט נישט געהאט קיין געלט פון וואו זיי צו שפייזן...!

דאס אז זיי זאללן זיך אויפפיהרן ווי א נארמאלע (זאלל זיין פרומע) גרופ. דאס איז פאר קיינעם דארט אין די פיהרערשאפט נישט איינגעפאללן. דאמאלס וואלטן זיי געהאט געלט בשפע...!

נאר אזא פנים האבן די פארשידענע (עקסטרעמע) בעלי תשובה גרופס. וועלכע האבן נישט קיין מסורה. און זיי מיינען אז זיי דינען דעם באשעפער מיט זייערע עקסטרעמע און מאדנע מעשים און אויפפיהרונג...!

משא"כ די בעלי תשובה וואס הרב אמנון יצחק מאכט (כ'ווייס ער איז שוין געווארן פסול ביי די היימישע. ווייל ער איז געלאפן צום כנסת)...! ער לערנט זיי אויס אז זיי זאללן אנהייבן היטן אידישקייט בהדרגה. אויך לערנט מען זיי אויס תורה און אידישקייט. אזוי ארום האט עס א קיום...!
מיטוואך יוני 23, 2021 1:38 pm#476511
"הרב" אמנון יצחקס פראבלעמען הייבן זיך ווייט נישט אן ביי זיין לויפן אין כנסת.

ווער סהאט אים נאר איינמאל געהערט רעדן ווייסט זייער גוט פון וואספארא מח קטן און תואב לשררה מען רעדט דא.

ווען סאטמאר וואלט געווען די איינציגסטע וואס האט א פראבלעם מיט אים איז איין זאך, איעדער פראמינענטער רב האט שוין גערעדט קעגן אים.
מיטוואך יוני 23, 2021 2:56 pm#476515
זופ מיט מאנדלען: איך בין מחולק מיט דיר. ווער ס'האלט א ביסל אן אויג קען זעהן אז ער האט געמאכט א סאך בעלי תשובה. און אויפ'ן ריכטיגן וועג. (ניין. איך בין נישט איינער פון זיי. נאכנישט. ווי דאס באקאנטע ווערטל פונ'ם בית ישראל אדער פני מנחם, זי"ע. ואכמ"ל.). און מ'קען באשיינפערליך זעהן דאס אהבת ישראל וואס גיסט זיך ארויס פון איהם אן אויפהער...!

אויך. ווען ער האט א ויכוח מיט די פרייע (וואס זענען נאכנישט געווארן קיין בעלי תשובה.) איז ער (כמעט) אייביג זייער שטארק רואיג. ער איז נישט היציג. נאר ער ענטפערט זיי אפ רואיגערהייט. דברי חכמים בנחת נשמעים. אפילו ווען ער איז אמאל אריין אין א פרייע יוניווערסיטי צו די ערגסטע פרייע גרופס פון להכעיס'ניקס אזוי ווי מר"ץ האט ער זיך אויך נישט פארלוירן און געשריגן אדער געווילדעוועט. נאר ער האטציך געהאלטן זייער שטארק רואיג. און אונטערגעשמייכלט. ווען ס'האט אויסגעבראכן א קריגעריי צוישן זיי אליינס אויב מ'זאלל איהם לאזן רעדן. שפעטער האט ער געפרעגט. ענק זענען שוין פארטיג. איך קען זאגן א פאר ווערטער...!
מיטוואך יוני 23, 2021 4:15 pm#476530
רחמנא אידכר לן זכותא דרבינו שלמה מלכא משיחא

היינטיגן טאג געפאלט אויס דער יארצייט זיעועכ"י. נעכטן האבן מיר דא געפאסט, אינאיינעם מיט די גאנצע חבריא, כנהוג פה. היינט איז מען ארויף אויפן ציון און אין עטליכע שעה ארום וועלן מיר זוכה זיין צו הערן דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א תמ"ל, דורכ'ן טעלעפאן פון אמעריקע.

יעצט האלטנדיג דא, אינעם טאג פונעם יארצייט, לויפן מיינע מחשבות דורך און איך דערמאן זיך אין יענע צייטן מיט עטליכע יאר צוריק, ווי אזוי די געשעהענישן זענען זיך פארלאפן. דער גאנצער עולם האט זיך געפינען אין מעקסיקא, ביים גרעניץ, נאך וואס באגרינדעטע שמועות זענען אנגעקומען אז עס ווערט געפלאנט אן אבלאווע אויף בבל, וואו די ציוניסטישע שלוחים וועלן פארכאפן אלע קינדער וואס געפינען זיך דא, אריבערפירן צו די מדינה הטמאה און זיי אויס'שמד'ן חלילה על מזבח הציונות היל"ת. קודם האט מען אוועקגענומען פון דא בלויז די קינדער וואס פארמאגן ציוניסטישע בירגער-רעכט, שפעטער ווען מיר האבן געהערט אז דער מצב איז געפערליך, האט מען יעדן פון דא אוועקגענומען, דער רבי אליין איז אויך געפארן קיין מעקסיקא, אינאיינעם מיט די גאנצע קהילה. מען האט געפלאנט א געוויסער מהלך (איך ווייס נישט צי איך קען ארויסגעבן), אזוי אז קיינער זאל נישט קענען לייגן די הענט אויף אונז און אויף אונזערע קינדערליך. דא אין בבל זענען איבערגעבליבן קוים א מנין אידן, איך צווישן זיי, וועלכע זענען דערווייל געבליבן זיך פארען אויפן ארט. די פרויען און קינדער זענען שוין געווען אין מעקסיקא (בלויז איין פרוי וואס האט זיך נישט גוט געשפירט, איז פארבליבן דערווייל דא אין איר שטוב). איך וועל דעריבער דערציילן פון מיין זייט, ווי אזוי די געשעהענישן מיט דער שבת קודש איז אריבער דא אויף אונז.

ערב שבת איז אנגעקומען די ידיעה, אז דער רבי זצוק"ל איז געגאנגען זיך טובל זיין לכבוד שבת, און מען קען נישט געפינען דעם רבי'ן, ער איז נעלם געווארן און מען זוכט אים... מען האט שוין תיכף געשמעקט אז זאכן זענען נישט אין דער ארדענונג. איך האב געהערט די ביטערע בשורה, ווען איך האב צוריקגערופן אהין און געפרעגט וואס איז דער מצב (מיינענדיג צו פרעגן, צי מען האט שוין געטראפן דעם רבי'ן און וואס טוט זיך דארט), האט מיין חבר געענטפערט מיט א קול בוכים, אז ס'איז שוין ליידער נישטא קיין מצב... איך האב גראד פארשטאנען וואס עס איז געשען.

דער רבי שליט"א, יבחלחט"א, איז אויך געווען מיט אונז אין גואטאמאלא. ער איז דעמאלס געווען אין גואטאמאלא סיטי און איז צוריקגעפארן אהיים אויף שבת. אינאיינעם מיט אים אינעם קאר זענען געזעצן האברך ר' נחמן (נחמלע) מלכה מיט א דאקטער, א גר, ר' עובדיה ברוך הי"ו. נחמ'לע האט באקומען א טעלפאן קאל, וואו מען האט אים דערציילט וואס עס איז געשען, אבער מען האט אים געבעטן אז ער זאל דערווייל גארנישט דערציילן דערפון פארן רבי'ן. אבער דער רבי, וואס איז געזעצן אין קאר, האט שוין געכאפט אז עפעס קומט פאר, ער האט גענומען פרעגן קושיות אבער מען האט אים נישט געענטפערט געהעריג. דער רבי האט דעמאלס גענומען צימבלען און פארפירן אז מען זאל אים שוין דערציילן וואס עס קומט פאר. ער האט אזוי שטארק געדרוקט ביז מען האט געמוזט דערציילן. הערנדיג וואס עס טוט זיך, איז דער רבי געווארן אויס מענטש, ער האט זיך גענומען פארפירן און וויינען, מען האט געמוזט אפשטעלן דעם אוטו און דער דאקטער האט אים געמוזט באהאנדלען. עס האט גארנישט געהאלפן און דער רבי האט שרעקליך געליארמט, ער האט דאס פשוט נישט געקענט איבערטראגן, ער האט עס גענומען שטארק צום הארצן און געווען שטארק צובראכן דערפון.

אנקומענדיג אין שטעטל א שעה אדער צוויי פארן זמן, האט מען אים אפגעווארט און געגעבן פארשידענע בארואינגס מיטלען, אבער גארנישט האט געהאלפן. בכלל, איז דער גאנצער שטעטל (די פאר אידן וואס זענען דארט געווען), געווען אין א שרעקליכע היסטעריע, מען האט נישט געקענט גלויבן אז אזאנס איז פארגעקומען. ס'איז געשען צי שנעל און פלוצלינג און קיינער האט נישט געקענט אריינעמען אין הארץ, אז רבינו מדריכינו אור ה' אשר אמרנו בצילו נחיה בגוים, איז אזוי טראגיש אוועקגעריסן געווארן פון אונז בדמי ימיו, אין די שענסטע יארן, עס האט אויסגעקוקט פאר אונז ווי א ווילדער חלום, וואס עס קען נישט זיין אז דאס פאסירט טאקע אין דער ווירקליכקייט.

דער רבי שליט"א איז טאקע געווען אויס מענטש. אבער ווי נאר עס איז אנגעקומען דער זמן, איז אים פלוצלינג באפאלן א רואיגקייט, מנוחה ושמחה אור ליהודים. ער איז אריינגעקומען מיט די בגדי שבת אין בית-המדרש, זיך אוועקגעשטעלט פארן עמוד און אנגעהויבן אויפן נוסח "הודו לה'... כי טוב... כי לעולם חסדו".

דער עולם איז נאך אפילו נישט געווען אין בית-המדרש, ס'איז נאך געווען צופארן, אבער אז מען האט געזען אז דער רבי האט זיך געשטעלט דאווענען, זענען אלע געקומען און זיך געשטעלט דאווענען. דער רבי האט געדאוונט מנחה, און נאך מנחה האט דער רבי זיך אויסגעדרייט און געזאגט אפאר ווערטער פארן עולם, ער האט אנגעהויבן מיטן פסוק "הצדיק אבד ואין איש שם על לב כי מפני רעה נאסף הצדיק", ער האט געזאגט אז אמאל האבן מיר געהאט דעם צדיק וואס האט אונז אנגעוויזן אויף דעם דרך ווי אזוי זיך צו פירן, אבער יעצט האבן מיר שוין נישט דעם צדיק, און יעדער דארף פאר זיך אליין זען וואס עס איז ריכטיג צו טון וכו', יבוא שלום יניחו על משכבותם. ער האט מחזק געווען דעם עולם און דאן האט מען זיך געשטעלט קבלת שבת. איך געדענק שוין נישט ווער עס האט געדאוונט קבלת שבת, אבער איך געדענק אז לכה-דודי האט מען נישט געזינגען, נאר געזאגט חזן וקהל. נאכן דאווענען האט מען געגעסן די סעודה, דער גאנצער עולם צוזאמען. במשך פרייטאג צו נאכטס איז דער רבי שליט"א נישט געשלאפן, און ער איז געבליבן אויף די גאנצע צייט.

איך דארף מקצר זיין. אבער סוף דבר, מוצאי שבת איז געקומען די הוראה פונעם רבי'ן שליט"א, אז מען זאל אפלאזן אלע פלענער ביז אהער, דער גאנצער עולם זאל צוריקקומען קיין גואטאמאלא, וואו מען זאל זיך אנהויבן גרייטן צו די קבורה. אזוי האט מען געטאן.

איך דארף שוין ענדיגן, איך האף צו האבן נאך אביסל צייט היינט, און ארויפקומען ענדיגן דעם באריכט.

דערווייל האט מיר א גוטן טאג, און דער זכות זאל מגין זיין.
מיטוואך יוני 23, 2021 4:23 pm#476531
חכמת שלמה: איך ווייס נישט וואס נאך דו האסט צו זאגן. (האביך דען נערוון אדורכצוליינען די גאנצע פשט'ל...?!). נאר די העדליין איז מיר געפעללן. דאס ערשטע מאל איך הער אז א מאנספערזאן זאלל הייסן מלכה...! לאל...!
מיטוואך יוני 23, 2021 4:23 pm#476532
וואו איז די ציון?
מיטוואך יוני 23, 2021 5:07 pm#476538
חכמת שלמה האט געשריבן:
און נאך מנחה האט דער רבי זיך אויסגעדרייט און געזאגט אפאר ווערטער פארן עולם, ער האט אנגעהויבן מיטן פסוק "הצדיק אבד ואין איש שם על לב כי מפני רעה נאסף הצדיק", ער האט געזאגט אז אמאל האבן מיר געהאט דעם צדיק וואס האט אונז אנגעוויזן אויף דעם דרך ווי אזוי זיך צו פירן, אבער יעצט האבן מיר שוין נישט דעם צדיק, און יעדער דארף פאר זיך אליין זען וואס עס איז ריכטיג צו טון וכו',

Wow, דאס איז דאך מורא'דיגע פארשריט. ווען האט ער צוריקגעצויגן דערפון?
דאנערשטאג יוני 24, 2021 7:54 am#476565
berlbalaguleh האט געשריבן:זופ מיט מאנדלען: איך בין מחולק מיט דיר. ווער ס'האלט א ביסל אן אויג קען זעהן אז ער האט געמאכט א סאך בעלי תשובה. און אויפ'ן ריכטיגן וועג. (ניין. איך בין נישט איינער פון זיי. נאכנישט. ווי דאס באקאנטע ווערטל פונ'ם בית ישראל אדער פני מנחם, זי"ע. ואכמ"ל.). און מ'קען באשיינפערליך זעהן דאס אהבת ישראל וואס גיסט זיך ארויס פון איהם אן אויפהער...!

אויך. ווען ער האט א ויכוח מיט די פרייע (וואס זענען נאכנישט געווארן קיין בעלי תשובה.) איז ער (כמעט) אייביג זייער שטארק רואיג. ער איז נישט היציג. נאר ער ענטפערט זיי אפ רואיגערהייט. דברי חכמים בנחת נשמעים. אפילו ווען ער איז אמאל אריין אין א פרייע יוניווערסיטי צו די ערגסטע פרייע גרופס פון להכעיס'ניקס אזוי ווי מר"ץ האט ער זיך אויך נישט פארלוירן און געשריגן אדער געווילדעוועט. נאר ער האטציך געהאלטן זייער שטארק רואיג. און אונטערגעשמייכלט. ווען ס'האט אויסגעבראכן א קריגעריי צוישן זיי אליינס אויב מ'זאלל איהם לאזן רעדן. שפעטער האט ער געפרעגט. ענק זענען שוין פארטיג. איך קען זאגן א פאר ווערטער...!

קען זיין ער איז גוט מחזיר בתשובה כאטש היינט צוטאג גייען שוין ווייניג צו אים. ספארענטפערט נאכנישט זיין קאמפליצירטער קריגערישער פערזענליכקייט.

רואיגקייט איז ווייט נישט פון זיינע מעלות, קען זיין אין ספעציפישע ערטער איז אים געלונגען זיך איינצוהאלטן אבער בכלליות איז ער ווייט נישט קיין מענטש וואס האלט זיך אין קאנטראל.
דאנערשטאג יוני 24, 2021 9:04 pm#476624
זופ מיט מאנדלען: דו קענסט נישט ברענגען קיין ראיה פון די קאמפיין פאר בחירות צום כנסת (המינים). ווייל דארט האט ער זיך ארומגעריסן מיט הרב עובדיה יוסף'ס מענטשן. אבער אין קיין שום אנדערע געלעגנהייט הערט מען נישט פון איהם אז ער זאלל זיך ארומקריגן מיט מענטשן...!

איך האב שוין געהערט צענדליגער (אפשר מער) פון זיינע קליפס. דער צד השוה איז אז ער רעדט אייביג זייער רואיג. ער בייזערט זיך נישט און שרייט נישט...!
דינסטאג יולי 06, 2021 4:36 pm#477265
xr3iujq3__w643h418q95.jpeg

משטרת ארצות הברית ומשטרת גואטמלה המקומית פשטו על מתחם הכת החרדית הקיצונית 'לב טהור' ועצרו לפחות שניים, כך דיווחו כלי תקשורת מקומיים.

על פי הדיווחים בתקשורת המקומית, יואל ושמואל וינגרטן, משרידי כנופיית לב טהור בגואטמלה, נעצרו בשעות האחרונות על ידי המשטרה המקומית. שאר חברי הכנופיה שחטפה והתעללה בילדים, מרצים עונשי מאסר ארוכים בכלא בארה"ב.

שני העצורים היו שייכים לכנופיה שחטפה והתעללה בילדים של בני הכת ומזה זמן רב משטרת גואטמלה וסוכני FBI ניסו לעלות על עקבותיהם של שניים נוספים, אך הם הצליחו לחמוק, בין הייתר בגלל שהתלבשו כמו המקומיים כדי לחמוק ממעצר והקשו על תפיסתם.

כזכור כפי שדווח ב'בחדרי חרדים', בחודש מרץ 2021 הוגשו בארה"ב, כתבי אישום נגד חמישה ממנהיגי כת 'לב טהור', ונחשפו פרטים על מעשיהם המחרידים. לאחר ששניים מילדי הכת ברחו לניו יורק, הם נחטפו על ידי ראשי הכנופיה והוטסו למקסיקו.

על פי החשד לילדה בת 14 ניתנה במתנה צנצנת דבש, לצד קפה וטלפון סלולרי כדי לתקשר איתה. באמצע הלילה המנהיג נחמן הלברנץ חטף את הילדה ואת אחיה מביתם לעבר שדה התעופה בסקרנטון שבפנסילבניה בארה"ב, כשהם מחופשים לילדים גויים - כולל כובעים ובגדים של המותג סופרמן וספיידרמן, הם הוטסו למקסיקו תוך שימוש בדרכונים של ילדיו של הלברנץ עצמו.

ל'בחדרי חרדים' נודע כי על פי כתב האישום, ייתכן שהטיסה הבאה של הקורבנות הייתה לטהרן בירת איראן, אלמלא נתפסו. בזמן החטיפה, הכת האנטי-ציונית ביקשה מקלט ברפובליקה האיסלאמית של איראן. לאחר מצוד בינלאומי שארך שלושה שבועות, האחות והאח אותרו במלון סיטי במקסיקו וחזרו לאמם לניו יורק. שלושת חברי הכנופיה הוטסו לניו יורק על ידי ה-FBI, כשהם אזוקים. שם הם הצטרפו לעוד שני חסידים שהיו מחופשים גם הם לגויים בזמן החטיפה וכולם יחד נעצרו עד תום ההליכים.

למרות המעצרים, חברים אחרים בכנופיית 'לב טהור' לא נרתעו, ושלושה חודשים לאחר מכן, על פי החשד, ניסו מספר חברי הכת לחטוף ילד מאמו המתגוררת בניו יורק, החוטף איים והבהיר לאם כי הם לא ירפו עד שילדיה יחזרו לקהילה בגואטמלה.

רק נציין בכלליות כי חלק מהאישומים נגדם הם מכות, התעללות, הרעבה, בידוד, אלימות קשה, ה-FBI דיווח לשופטים, כי במהלך תקופה זו ביקשה הנהגת 'לב טהור' מקלט לכלל קהילת 'לב טהור' ברפובליקה האיסלאמית של איראן.
מיטוואך יולי 07, 2021 7:34 am#477308
33FFD9F3-ACA0-4BA6-A41A-0793B02ABF5B.jpeg
פרטים חדשים: כך בוצע מעצרם של חוטפי הילדים מכת 'לב טהור'
משטרת ארצות הברית ומשטרת גואטמלה פשטו אמש על מתחם הכת הקיצונית 'לב טהור' ועצרו לפחות שניים מהם | על פי הדיווחים בכלי תקשורת מקומיים המבצע הנועז תוכנן בקפידה במשך זמן רב, ברקע ניסיונות התחמקות מוצלחים של השניים, והשתתפו בו לא מעט אנשי ביטחון

"מבצע מהסרטים" כך מכנה התקשורת המקומית את מעצרם של "שני יהודים אורתודוכסים בגין חטיפת ילדים", העצורים זוהו כיואל ויינגרטן ושמילי וינגרטן שניהם הואשמו בפשעים שונים, כולל חטיפת קטינים, הם השתייכו לכת 'לב טהור'

המבצע שהיה בשיתוף גואטמלה וארה"ב, החל בשבוע שעבר, כאשר סוכן FBI ושני אנשי משטרה מקומיים, חדרו לקהילה היהודית כת לב טהור המסוגרת בחווה בכפר אל אמטילו, באורטוריה, סנטה רוזה.

הסוכנים התחזו לאנשים הנושאים סיוע הומניטרי. הם הגיעו עם צעצועים ומתנות לילדים, תוך שהם צוברים את אמונם של האנשים שפתחו עבורם את דלתות הקהילה, שם התגוררו עם התושבים במשך שבוע.

בעוד הסוכנים התגוררו עם אנשי הכת, נערך בחוץ "מבצע מהסרטים" כך לפי התקשורת המקומית, שני העצורים מבוקשים והתחמקו ממעצר כבר במשך זמן רב, והמשטרה לא הצליחה לתפוס אותם. למעלה מ-20 ניידות, כמאה שוטרים, וכמעט 40 סוכנים של ה-FBI הגיעו לקהילה היהודית כדי לעצור את האחים ויינגרטן. העצורים נאשמים בקשירת קשר לחטיפה, שימוש בלתי חוקי בתעודות זהות ודרכונים, כניסה בתואנות שווא לאזורים מסוימים בשדה תעופה, וחטיפת קטינים בפועל.

שני העצורים היו שייכים לכנופיה שחטפה והתעללה בילדים של בני הכת ומזה זמן רב משטרת גואטמלה וסוכני FBI ניסו לעלות על עקבותיהם של השניים, אך הם הצליחו לחמוק, בין היתר בגלל שהתלבשו כמו המקומיים כדי לחמוק ממעצר דבר שהקשה על תפיסתם.

כזכור, כפי שדווח ב'בחדרי חרדים', בחודש מרץ 2021 הוגשו בארה"ב, כתבי אישום נגד חמישה ממנהיגי כת 'לב טהור', ונחשפו פרטים על מעשיהם המחרידים. לאחר ששניים מילדי הכת ברחו לניו יורק, הם נחטפו על ידי ראשי הכנופיה והוטסו למקסיקו.

על פי החשד לילדה בת 14 ניתנה במתנה צנצנת דבש, לצד קפה וטלפון סלולרי כדי לתקשר איתה. באמצע הלילה המנהיג נחמן הלברנץ חטף את הילדה ואת אחיה מביתם לעבר שדה התעופה בסקרנטון שבפנסילבניה בארה"ב, כשהם מחופשים לילדים גויים - כולל כובעים ובגדים של המותג סופרמן וספיידרמן, הם הוטסו למקסיקו בעצם יום השבת תוך שימוש בדרכונים של ילדיו של הלברנץ עצמו, החוטפים ידעו שאף אחד לא יחפש אחריהם בעצם יום השבת, ואכן רק במוצאי שבת של החטיפה, המשפחה גילתה כי הילדים נחטפו.
מאנטאג יולי 12, 2021 2:07 pm#477492
מאנטאג יולי 12, 2021 3:16 pm#477494
Sound like a conspiracy to me.
מאנטאג יולי 12, 2021 3:34 pm#477495
בקיצור, נחמן איז דער צדיק און וויינגארטן דער רשע, און יעצט ווערט עס געפירט דורך א פרוי.
מאנטאג יולי 12, 2021 4:25 pm#477501
אזויפיל שטותים אויף איין מאל, שוין לאנג נישט געליינט.
מאנטאג יולי 12, 2021 4:53 pm#477502
זעהט זיך אויס דו פלעגסט נישט איבערליינען דיין אייגענע תגובות...
דינסטאג יולי 13, 2021 10:09 am#477535
חכמת שלמה האט געשריבן:אזויפיל שטותים אויף איין מאל, שוין לאנג נישט געליינט.

העי חכמת, וואס איז נייעס? האסט שיעור פארגעסן ארויסצוסיינען פון דיין מורינו ורבינו ניק...
דינסטאג יולי 13, 2021 5:02 pm#477556
חכמת שלמה האט געשריבן:אזויפיל שטותים אויף איין מאל, שוין לאנג נישט געליינט.

איז קום אריין מיט דיינע 'קראנטע' 'אמתע' 'ריכטיגע' 'ערשט-האנטיגע' 'נישט-איין-זייטיגע' 'ערליכע' 'ריינע' אפדעיטס....
אבער געדענק נאר צו שרייבן וואס מ'לאזט דיך. און געדענק אויך צו מאכען דיין לאנגע דיסקלעימע"ר פארדעם אז 'עכט האב איך נישט קיין צייט צו שרייבן, און מ'דארף עס אפי' נישט מצדיק זיין, וכו'
מיטוואך יולי 14, 2021 1:36 am#477575
די וויינגארטנס וועלן כאטש קענען זיצן צוזאמען מיט זייער טאטן?
מיטוואך יולי 14, 2021 7:03 am#477580
אונטער חכם: פון א צודרייטע שטוב קומען ארויס צודרייטע קינדער ,(ל"ע).

איך האב נאך געקענט דעם (צודרייטן, פאררוקטן) טאטן פון ישיבה. מ'האט דאמאלס אויך געהאלטן אז ער איז א צודרייטער. מ'האט איהם גערופן מיט'ן צונאמען..."בעל מקוגל"...!
מיטוואך יולי 14, 2021 7:25 am#477584
berlbalaguleh האט געשריבן:אונטער חכם: פון א צודרייטע שטוב קומען ארויס צודרייטע קינדער ,(ל"ע).

איך האב נאך געקענט דעם (צודרייטן, פאררוקטן) טאטן פון ישיבה. מ'האט דאמאלס אויך געהאלטן אז ער איז א צודרייטער. מ'האט איהם גערופן מיט'ן צונאמען..."בעל מקוגל"...!

וואס האט קוגל צו מאלעסטען?
מיטוואך יולי 14, 2021 7:31 am#477585
אישתישבי: קוגל האט טאקע גארנישט צו טון מיט מאלעסטן. אבער ער האט נאך דאמאלס, אלס בחור..."געטון אין קבלה"... מקובל מיט בעל מקוגל איז לשון נופל על לשון...!

איך האף אז דו ביסט נישט קיין אונגערישער. מ'דארף דיר אלעס מסביר זיין און צולייגן אויף קליינע ברעקעלעך...!
פרייטאג אוגוסט 11, 2023 6:49 am#533298
חכמת שלמה
לוטוואק. דו רעד נישט... יעדער ווייסט דא אין שטיבל, אז דו שרייבסט נישט צו די זאך ווען עס קומט צו חסידים. דו ווייסט נישט בחייכון וביומיכון. קען זיין אנדערע ווילן דיר נישט זאגן אפן, מען וויל דיר נישט וויי טון, אבער איך וועל דיר זאגן אפן. דער עולם דא האט דיר פיינט. א לוטוואק האט א צלם אין הארץ. ביסט א וויסטער עם-הארץ ווען עס קומט צו חסידים. און דו מאכסט נאר שוואכער די מערכה, ווען דו רעדסט אריין אין דעם אשכול, ווייל אויב דו ביסט אויף יענער זייט, האבן מער מענטשן סימפאטיע מיט מיר.

פארשטאנען?
אויב מאכט ער שוואכער דיין מערכה וואס זאגסטו עס עם? לאז ער ווייטער מאכן שוואכער די מערכה, וועלן מער מענטשן זיין סימפאטיש מיט דיר.
פרייטאג אוגוסט 11, 2023 7:16 am#533299
חכמת שלמה

דער רבי שליט"א איז טאקע געווען אויס מענטש. אבער ווי נאר עס איז אנגעקומען דער זמן, איז אים פלוצלינג באפאלן א רואיגקייט, מנוחה ושמחה אור ליהודים. ער איז אריינגעקומען מיט די בגדי שבת אין בית-המדרש, זיך אוועקגעשטעלט פארן עמוד און אנגעהויבן אויפן נוסח "הודו לה'... כי טוב... כי לעולם חסדו".

דער עולם איז נאך אפילו נישט געווען אין בית-המדרש, ס'איז נאך געווען צופארן, אבער אז מען האט געזען אז דער רבי האט זיך געשטעלט דאווענען, זענען אלע געקומען און זיך געשטעלט דאווענען. דער רבי האט געדאוונט מנחה, און נאך מנחה האט דער רבי זיך אויסגעדרייט און געזאגט אפאר ווערטער פארן עולם, ער האט אנגעהויבן מיטן פסוק "הצדיק אבד ואין איש שם על לב כי מפני רעה נאסף הצדיק", ער האט געזאגט אז אמאל האבן מיר געהאט דעם צדיק וואס האט אונז אנגעוויזן אויף דעם דרך ווי אזוי זיך צו פירן, אבער יעצט האבן מיר שוין נישט דעם צדיק, און יעדער דארף פאר זיך אליין זען וואס עס איז ריכטיג צו טון וכו', יבוא שלום יניחו על משכבותם. ער האט מחזק געווען דעם עולם און דאן האט מען זיך געשטעלט קבלת שבת. איך געדענק שוין נישט ווער עס האט געדאוונט קבלת שבת, אבער איך געדענק אז לכה-דודי האט מען נישט געזינגען, נאר געזאגט חזן וקהל. נאכן דאווענען האט מען געגעסן די סעודה, דער גאנצער עולם צוזאמען. במשך פרייטאג צו נאכטס איז דער רבי שליט"א נישט געשלאפן, און ער איז געבליבן אויף די גאנצע צייט.

איך דארף מקצר זיין. אבער סוף דבר, מוצאי שבת איז געקומען די הוראה פונעם רבי'ן שליט"א, אז מען זאל אפלאזן אלע פלענער ביז אהער, דער גאנצער עולם זאל צוריקקומען קיין גואטאמאלא, וואו מען זאל זיך אנהויבן גרייטן צו די קבורה. אזוי האט מען געטאן.

איך דארף שוין ענדיגן, איך האף צו האבן נאך אביסל צייט היינט, און ארויפקומען ענדיגן דעם באריכט.

דערווייל האט מיר א גוטן טאג, און דער זכות זאל מגין זיין.
ביי די אינטערוויו שרייבט דער @חכמת שלמה אינגאצן אנדערע פרטים איבער דעם ערשטן שבת וועגן דעם שמייליגן רעבע שליט"א, און בכלל וועגן זיין דערהויבענע מידות עיי"ש ותמצא נחת