טייערע אידן, רבותי...
דער מצב שרייעט ארויס פון זיך געוואלד. ס'איז נישט קיין צייט צו שווייגן. א גאנצע קהילה בישראל געפינט זיך במצוקה, על סף של כליון חס-ושלום, מען טאר זיי נישט לאזן אונטערגיין, מען מוז זיי העלפן.
צי דען, ווייל עטליכע בחורים וואס האבן זיך נישט געפינען דאס פלאץ דארט, קומען צו גיין און אנטלויפן פון דארט, מעג מען זיי אויסצאפן דאס בלוט? - איז ריכטיג צו מגזם זיין און אויפבלאזן מעשיות וואס האבן קיינמאל נישט פאסירט, בלויז צוליב נצחון? - היה לא תהיה.
רבותי, טייערע אידן. זייט די ביטערע פטירה פון דער רבי זצוק"ל תמ"ל, איז דער מצב דא ש-ר-ע-ק-ל-י-ך! - איך וועט נישט גלייבן אז היינטיגע טעג קען מען נאך הונגערן אויף א שטיקל ברויט אזוי ווי אין דער מיטל אלטער... ילדים שואגים לטרף, אימותיהם בצער תבכנה... ווי אזוי קענט איר שטיין גלייכגילטיג?!
דער מצב דא איז צופארן, זאכן זענען אומ'מסודר, און מיר קוקן ארויס אויף אייער הילף.
אידן, האט רחמנות! - איר זיצט יעצט אין אמעריקע אין לוקסיעריעזע אפיסעס און שיינע הייזער, געקויפטע אדער געדינגענע, אבער אייערע ברידער אין די ווייטע גואטאמאלא זיצן בבתי יריעות און אונטער בלעכענע דעכער, אן די מינדענסטע באדינגונגען אין לעבן... נישטא די מינדנסטע מאס פריוואטקייט וואס פעלט אויס פאר אידישע משפחות על פי תורה, וד"ל. מ'קען זיך נישט קיין עצה געבן... מ'מוז עפעס טון זאפארט.
העלפט אייערע ברידער, אייגענע בלוט און פלייש.
שטעלט אייך פאר, איר קומט ארויף אויבן אין הימל, און איר ווילט מען זאל זיך באציען צו אייך במידת הרחמים והחסד. יא? - לב יודע יודע מרת נפשו, יעדער ווייסט די לעכער פון זיין נשמה. און איר ווילט אז דער בורא עולם מיט דער בית-דין-של-מעלה, זאלן פארשטיין דעם יצר לב האדם רע מנעוריו, און זיך באציען צו אייך מיט חסדים גדולים. וועט מען אין הימל קוקן ווי אזוי איר האט זיך באצויגן צו אייערע ברידער, ווי אזוי איר האט זיי דן געווען בעת צר ומצוק, און לויט דעם וועט מען דן זיין דער מענטש - אזוי ווי דער פסוק זאגט 'ה' צילך' - דער אויבערשטער איז דיין שאטן.
רבותי, נעמט די פאר מינוט, שענקט אוועק אפאר דאלער פאר הונגעריגע קינדערליך מיט פרויען וואס דארפן עס וויכטיג האבן. העלפט אונזער קהילה זיך שטעלן אויף די פיס, מיר זאלן קענען ווייטער אנגיין על טהרת הקודש.
ובזכות זה תבוא עליכם ברכת טוב.