פארומס › מזל טוב מזל טוב, מיר האבן א רבי

מזל טוב מזל טוב, מיר האבן א רבי

73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11642
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג יולי 24, 2017 8:31 pm#380145
Re: מזל טוב מזל טוב, מיר האבן א רבי
איש את רעהו
די שוועסטער פינעם נייעם אדמו"ר איז געפינען געווארן נישט בין החיים ר"ל
ברוך דיין האמת

ווי איז זי געווען?
מאנטאג יולי 24, 2017 8:37 pm#380146
גוואטומאלא
מאנטאג יולי 24, 2017 9:45 pm#380150
א מאמע צו פיר קינדער ווען זי אליין איז נאכנישט געווען קיין צוואנציג יאר אלט.
זי האט חתונה געהאט ביי די פערצן.
מאנטאג יולי 24, 2017 9:49 pm#380152
א לינק צו די מקור פון די נייעס ביטע
מאנטאג יולי 24, 2017 9:49 pm#380153
האט איינער איר ערלעדיגט בידים?
מאנטאג יולי 24, 2017 9:50 pm#380154
געוואלדיג
א לינק צו די מקור פון די נייעס ביטע

לב טהור איז רעכט, מען קען צו זיי נישט לינק'ן
מאנטאג יולי 24, 2017 9:51 pm#380155
וואו מעלדן זיין דאס?
מאנטאג יולי 24, 2017 10:22 pm#380159
בת כ' כבת ז'...

אוי! מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די, די גאנצע לב טהור שטאל זאל שוין אינטערגיין און אז ס'זאל גארנישט שאטן פאר קיין שום אידיש נפש.
מאנטאג יולי 24, 2017 11:12 pm#380164
<a class="postlink" href="https://www.theyeshivaworld.com/news/featured/1324738/daughter-shlomo-helbrans-dies-suffering-allergic-reaction-buried-guatemala.html">https://www.theyeshivaworld.com/news/fe ... emala.html</a>
מאנטאג יולי 24, 2017 11:18 pm#380165
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/channel/UCzfqcdP3GUtQnExtkaNWuuA">https://www.youtube.com/channel/UCzfqcd ... ExtkaNWuuA</a>

זעהט אויס ווי זי האט געהאט א סמארט פאון פאר א וויילע.
דינסטאג יולי 25, 2017 4:20 am#380182
C/P
הרבנית העלבראנץ מיט די זון נתן זיצן שבעה אין סקווירא בבית משפחת קופפערמאן
_
דינסטאג יולי 25, 2017 4:22 am#380183
איך הער די רעבעצין איז געזיצן נאר איין טאג פארן מאן צוליב זיין חתונה האבן מיט א צווייטע ווייב דורך היתר מאה רבנים.

אויב אזוי ווער איז זיין צווייטע ווייב און ווער זענען די מאה רבנים?
דינסטאג יולי 25, 2017 7:37 am#380184
ס'דא קינדער פון די היתר מאה רבנים זיווג?
דינסטאג יולי 25, 2017 8:51 am#380190
ליינענדיג אירע געמויזעכץ קען מען זאגן ב''ה די חלק 'וזכרו 'פונעם ימש''ו הייבט אן מקוים צו ווערן. עס איז מיר נישט קיין ספק אז דער בוכ''ע וועט נישט איבערלאזן קיין שריד ופליט פון ארז ימש''ו, מען דארף נאר מתפלל זיין עס זאל נישט שאטן פאר אידישע קינדער.
דינסטאג יולי 25, 2017 10:36 am#380202
פארוואס זענען זיינע קינדער שולדיג?

ובני קרח לא מתו.

ער האט מן הסתם חתונה געהאט מיט א אינגע מיידעל דארט.
דינסטאג יולי 25, 2017 1:46 pm#380228
משרד הרווחה מציע כעת סל קליטה למשפחות חברי הכת, שייענו לקריאה תושבים חוזרים או כעולים. לדברי שר הרווחה חיים כץ, ישראל "תתאים לכל משפחה תוכנית, לפי הצרכים האישיים שלה, ותעמיד לרשותה את כל האמצעים הנדרשים להשתלבות אופטימלית בישראל".

"אנו מבקשים גם מבני המשפחות שנמצאים בקשר עם חברי הכת ליידע אותם שהמדינה חפצה בחזרתם", הוסיף השר.

היקף הסיוע מוערך בכ-150 אלף שקלים למשפחה, כשבין היתר כוללים השירותים שיוצעו למשפחות: תמיכה כלכלית וסיוע בתשלום שכר הדירה למשך שנה, השמת הילדים במסגרות חינוך, מתן כלים ומיומנויות לפרנסה עצמאית, מימון טיפול פסיכולוגי וכמובן - מימון הטיסות חזרה לישראל, החזרת תושבות מיידית וזכאות לביטוח בריאות לילדים.

יצויין, כי שיתוף פעולה בין משרדי, בו נטלו חלק גם משרדי החוץ והמשפטים, המשטרה וגורמים נוספים, עזר בגיבוש סל השירותים הנדיב
<a class="postlink" href="http://www.kikar.co.il/240250.html">http://www.kikar.co.il/240250.html</a>
מיטוואך יאנואר 2, 2019 3:10 pm#420958
חכמת שלמה


פאלגענד זענען עטליכע אויסצוגן פון ר' מאיר יששכר שליט"א:

נש"א את ראש בני גרשון. נש"א איז דער ראשי תיבות פון דער כ"ק מרן אדמו"ר תמ"ל – נ'חמן ש'מעון א'ליהו. דאס זענען געווען די דריי מנהיגי ישראל בדורות עברו, וועלכע האבן אנדעקט א נייער דרך אין עבודת-השם; רבינו הננמ"ח, רבי שמעון ב"ר יוחאי מיט אליהו הנביא. רא"ש איז דער ראשי-תיבות פון דער נאמען פון דער רבי זצוקללה"ה – ר'בינו א'רז ש'למה. די הכתרה פארן רבי'ן איז א נשיא"ת רא"ש פאר כלל ישראל בכלל און פאר די חבריא קדישא בפרט.

נשא את ראש בני גרשון. דער רבי תמ"ל ווערט אצינד אויפגענומען אלס דער ראש פון די בני גרשון – די אידן וואס זענען נעבעך אין גלות און ווערן פארטריבן ממקום למקום אן קיין מנוחה, און די סיבה איז ווייל "זאת עבודת בני הגרשוני, לעבוד ולמשא" – מיר זענען די אויסדערוועלטע פון כלל-ישראל, וואס מיר זענען א בחינה פון שבט לוי, וואס זענען דבוק אינעם אויבערשטן בכל לב ונפש, און דערפאר דארפן מיר ליידן פאר כלל-ישראל.

א"ת ראש בני גרשון. א"ת איז כולל אין זיך אלע אותיות פון די אלף בית, פון אלף ביז תיו – א"ת. דאס קומט אונז צו ווייזן, אז די עבודה איז אוועקצוגעבן דאס גאנצע עצמיות פארן רבי'ן תמ"ל, זיך מבטל זיין אינגאנצן פאר אים, פון אנהויב ביזן סוף, אן קיין קושיות און שאלות מכל וכל.

לכאורה איז פאראן א טעות אינעם רמז. ווייל נשא איז מיט א שין שמאלית. ובכן נראה יותר אז דאס איז נוטריקון נ'תן ש'מחה א'ליעזר דאס זענען געוועהן די דריי מנהיגי ישראל בדורות עברו, וועלכע זענען גיוועהן תלמידים פון רבי'ס וואס האבן אנדעקט א נייע דרך אין עבודת-השם; ר' נתן ברעסלאווער תלמיד הננמ"ח, הרבי ר' בונים תלמיד היהודי הקדוש, און אליעזר עבד אברהם דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים. או אפשר די דריי נעמען וואס האבן די נענסטע שייכות מיט הננמ"ח; זיין תלמיד ר' נתן, זיין טאטע ר' שמחה און זיין נענסטע תלמיד בדור האחרון רבו של בעל הפתח הצלה ואור הוי"ה ר' אליעזר שלמה שיק.
מיטוואך יאנואר 2, 2019 5:55 pm#420973
נש"א איז אויך ר"ת נ'אך א' ש'מיילי

😃
מיטוואך יאנואר 2, 2019 5:58 pm#420975
און אויך: נ'פח ש'למה א'ת נשמתו...
מיטוואך יאנואר 2, 2019 8:19 pm#421003
אדער סתם אזוי. נפח שלמה...!
מיטוואך יאנואר 2, 2019 9:01 pm#421013
נפח שלמה ארז
מאנטאג יאנואר 7, 2019 2:30 pm#421376
היתר מאה רבנים
בת קול
איך הער די רעבעצין איז געזיצן נאר איין טאג פארן מאן צוליב זיין חתונה האבן מיט א צווייטע ווייב דורך היתר מאה רבנים.

פארוואס דארף א ספרדי א היתר מאה רבנים?
מאנטאג יאנואר 7, 2019 6:26 pm#421418
זיי דארפען נישט א גט אויך נישט, ווייל זיי האבן חתונה על דעת דער תמ"ל און ווען ער זאגט אויס איז אויס.