Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מזל טוב מזל טוב, מיר האבן א רבי

מזל טוב מזל טוב, מיר האבן א רבי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 74 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11642
מאנטאג יולי 17, 2017 1:18 pm#379284
מזל טוב מזל טוב, מיר האבן א רבי
מה נכבד היום לאדונינו, עת התגלות עלינו אור יקרת כבוד קדושת אדונינו מורינו ורבינו, צדיק דורינו, רוח אפינו משיח השם אשר אמרנו בצילו נחיה בגוים, צדיק הדור קדוש אלקי יעקב, מורינו רבי נחמן שמעון אליהו שליט"א תמ"ל.

פאלגענד וועלן מיר דא איבערגעבן עטליכע נקודות איבער דעם היינטיגן טאג און די הכתרה פון דעם רבי'ן תמ"ל.

נעכטן ביינאכט, תיכף נאכן זמן מוצאי שבת, איז ארויסגעהאנגען געווארן א צעטל מטעם הבית-דין דקהלתינו, אז עס איז נקבע געווארן א תענית אויף מארגן זונטאג פרשת מטות-מסעי. היינט אינדערפרי, האט מען ארויסגענומען דעם ספר-תורה צו ליינען ויחל. מען האט אויך געזאגט אבינו מלכנו פסוק בפסוק.

נאכן דאווענען אין בית-המדרש, איז דער גאנצער ציבור אריבערגעגאנגען אין שטוב פון כ"ק מרן אדמו"ר זצוקלה"ה, וואו עס איז געזעצן שבעה די קינדער פון רבי'ן זצוק"ל. מען האט געטרינקען לחיים, דערציילט פארשידענע עובדות פון דעם רבי'ן זצוק"ל, דאס האט גענומען א לענגערע צייט. דאן איז דער גאנצער ציבור אריבערגעגאנגען נאכאמאל מנחם אבל זיין און די אבלים האבן זיך אויפגעשטעלט פון די שבעה.

מען האט אפגעראכטן הקפות, זיבן מאל ארום דעם געצעלט. די בחורים פון ישיבה זענען מיטגעגאנגען, מען האט שפאצירט פאמעלאך און די אבלים האבן געשמועסט מיט די בחורים איבער פריעדיגע תלמידי בעל-שם ותלמידי המגיד, בפרט איבער מעשיות וואס צדיקים האבן גע'פועל'ט אין מקוה און ווי זיי פלעגן ארויסגיין מחוץ לעיר זיך טובל'ן אין די קאלטע מקוואות.

ביז מען האט שוין געענדיגט, איז שוין געווארן חצות און מען איז ארויפגעגאנגען אויפן פרישן קבר. דארט האט מען אויסגעזאגט גאנץ תהילים. די היצן זענען געווען אומדערטרעגליך, פרויען האבן ארויסגעברענגט וואסער פארן עולם, וואס האט עטוואס געהאלפן אין די שווערע היצן.

מען האט געענדיגט תהילים בערך פיר-אזייגער. דאן איז דער גאנצער עולם געגאנגען אין בית-המדרש, וואו מען האט אנגעהויבן דעם טאג מיט א סדר לימוד פון צוויי שעה. אויך די בחורים פון ישיבה מיט די קינדער פון תלמיד-תורה, אלע זענען דארט געווען און אלע האבן זיך באטייליגט מיט די לימודים, בקול ובחשק גדול.

פינף אזייגער איז אויך פארגעקומען א צוזאמקום פאר די פרויען, וואו מען האט געהאלטן דרשות התחזקות. די צוזאמקום איז געווען אינדרויסן אינמיטן וואלד, אין א ספעציעלע פלאץ וואס איז באשטימט פאר אזעלכע צוזאמקומפטן.

זעקס אזייגער נאכמיטאג, האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה אין בית-המדרש, און גראד דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט תהילים החיד"א, אויף וואס עס ווערט געברענגט פיל סגולות און אז עס איז מבטל שווערע גזירות אויף כלל-ישראל. דער גאנצער ציבור איז דארט געווען, אפילו די קינדער. דאן האט דער גאנצער ציבור געזאגט מיט א גרויס התעוררות און מיט א קול המעורר את הכוונה, דעם קאפיטל פון במדבר כז, ביז פסוק טו.

ווען עס איז געקומען צו פסוק טו. איז צוגעגאנגען הרב יואל העלבראנץ שליט"א – א ברודער פון דעם רבי'ן שליט"א, און ער האט פארגעזאגט די פסוקים פון טו ביז סוף פרק ("יפקוד אלקי הרוחות איש על העדה"), פסוק בפסוק, אויף די זעלבע נוסח פון שיר-המעלות ממעמקים. עס איז געווען א געוואלדיגע התעוררות אויפן ארט, מען האט געקענט שניידן די ערנסטקייט פון די מאמענטן. אפילו די בחורים און די קינדער האבן ערליך מיטגעזאגט און מיטגעשפירט דעם געהויבענעם זמן.

דאן איז צוגעגאנגען הרב ר' אהרן אריה טעללער שליט"א – ראש הישיבה, און ער האט פארגעזאגט דעם ערשטן פרק פון יהושע, פסוק בפסוק. ווען עס איז געקומען צו פסוק ב', "משה עבדי מת", האט ער אויסגעבראכן אין א יארמעליכן געוויין, וואס האט גענומען עטליכע מינוט, ער האט נישט געקענט קומען צו זיך און עטליכע מינוט האט ער געוויינט אויפן קול, מיטשלעפנדיג מיט זיך דעם גאנצן ציבור. דער דאזיגער פרק איז פול מיט התחזקות און גענוי צוגעפאסט צו די יעצטיגע מאמענטן וואו מיר שטייען אצינד. ר' אהרן ארי' האט דאס פארגעזאגט מיט א שטארקער התעוררות און מיט בכיות עצומות, פסוק בפסוק אויפן נוסח. די ווערטער האבן באקומען אדערן מיט ביינער, עס האט ממש געלעבט. וואו די פסוק זאגט אזא נוסח ווי "כאשר הייתי עם משה אהיה עמך", אדער "רק חזק ואמץ כי אתה תנחיל", האט יעדער געשפירט אז די ווערטער רעדן ממש צו אים, עס האט ממש געלעבט. בכלל איז די גאנצע פרק א שטארקער פרק און שטארק צוגעפאסט פול מיט חיזוק, און דאס האט אריינגעבלאזן א רוח התחזקות אין דעם ציבור.

דערנאך האט מען געזאגט קדיש, מען האט געדאוונט מעריב און מען האט צוזאמענגערוקט די טישן אויף א מסיבת לחיים.

במשך די גאנצע צייט, איז דער רבי תמ"ל נישט געווען אין בית-המדרש, ער איז געווען אינדערהיים, ער האט זיך איינגעשפארט און באפוילן אז קיינער זאל אים נישט שטערן, אפילו אויב עס וועט ווערן שפעט. ער האט געוואלט זיין אליין אין די מאמענטן.

אין בית-המדרש האט מען געדאוונט מעריב, צוגעגרייט די טישן, לקח מיט ברוינפן און פרוכט און דער ציבור האט זיך צוגעזעצט.

מען האט אנגעהויבן מיט ניגוני התעוררות, וואס דער גאנצער עולם האט געזינגען צוזאמען. דאן האט אויפגעטרעטן הרב ר' מאיר יששכר ראזנער שליט"א, וועלכער האט גערעדט א לענגערע צייט, מלא התחזקות און דער חובת השעה וואו מיר שטייען אצינד. פאלגענד זענען עטליכע אויסצוגן פון ר' מאיר יששכר שליט"א:

נש"א את ראש בני גרשון. נש"א איז דער ראשי תיבות פון דער כ"ק מרן אדמו"ר תמ"ל – נ'חמן ש'מעון א'ליהו. דאס זענען געווען די דריי מנהיגי ישראל בדורות עברו, וועלכע האבן אנדעקט א נייער דרך אין עבודת-השם; רבינו הננמ"ח, רבי שמעון ב"ר יוחאי מיט אליהו הנביא. רא"ש איז דער ראשי-תיבות פון דער נאמען פון דער רבי זצוקללה"ה – ר'בינו א'רז ש'למה. די הכתרה פארן רבי'ן איז א נשיא"ת רא"ש פאר כלל ישראל בכלל און פאר די חבריא קדישא בפרט.

נשא את ראש בני גרשון. דער רבי תמ"ל ווערט אצינד אויפגענומען אלס דער ראש פון די בני גרשון – די אידן וואס זענען נעבעך אין גלות און ווערן פארטריבן ממקום למקום אן קיין מנוחה, און די סיבה איז ווייל "זאת עבודת בני הגרשוני, לעבוד ולמשא" – מיר זענען די אויסדערוועלטע פון כלל-ישראל, וואס מיר זענען א בחינה פון שבט לוי, וואס זענען דבוק אינעם אויבערשטן בכל לב ונפש, און דערפאר דארפן מיר ליידן פאר כלל-ישראל.

א"ת ראש בני גרשון. א"ת איז כולל אין זיך אלע אותיות פון די אלף בית, פון אלף ביז תיו – א"ת. דאס קומט אונז צו ווייזן, אז די עבודה איז אוועקצוגעבן דאס גאנצע עצמיות פארן רבי'ן תמ"ל, זיך מבטל זיין אינגאנצן פאר אים, פון אנהויב ביזן סוף, אן קיין קושיות און שאלות מכל וכל.

ער האט ארומגערעדט איבער דער חובת השעת, און וואס עס איז די באדייט פון אויפענעמען א נייעם רבי'ן, אז פון היינט איז ער אונזער רבי, מען קוקט נישט אויף צוריק, און מען מאכט נישט קיין חשבונות. ער איז אונזער רבי און מען פאלגט אים בלינדערהייט, נישט קוקנדיג אויף קיין שום נקודה. און נאר אזוי קען מען פועל'ן ישועות און פירן די קהילה על מי מנוחות.

צווישן אנדערע האט ער מעיד געווען, אז דער רבי זצוק"ל האט אים בפירוש געזאגט, אז אויב עפעס וועט מיט אים געשען און ער וועט נישט זיין פעהיג צו פירן די עדה, דאן זאל ר' נחמן איבערנעמען די הנהגת העדה, ער איז דער איינציגסטער מענטש וואס איז פאסיג דערצו און ער וועט האבן באזונדערע סייעתא דשמיא דערפאר. ר' מאיר יששכר האט זיך אויסגעדרייט צו ר' אהרן ארי', וואס איז דארט געזעצן און אים געפרעגט "עס איז ריכטיג וואס איך זאג?" און ר' אהרן ארי' האט צוגעשאקלט מיט דעם קאפ, וויבאלד ער האט געוויסט פון די געשיכטע.

דאן האט מען ווייטער געזינגען פארשידענע ניגוני התעוררות וכיסופין, בשעת מען האט ארומגעשיקט פארן עולם דער כתב התקשרות, וואו מען איז זיך מקשר רוח, גוף ונפש פארן רבי'ן תמ"ל, און דער עולם האט אונטערגעשריבן דערויף.

דערווייל איז געווארן שפעט, דער רבי איז נאכנישט אריינגעקומען און קיינער האט זיך נישט דערוואגט צו שטערן. עס האט גענומען לאנג, ביז 11:30 ביינאכט.

אום 11:30 ביינאכט, האט זיך דער רבי באוויזן ביים טיר. א בליץ האט באטראפן דעם ציבור, ווען דער רבי האט ערשיינט מיט א ירושלימ'ער קאפטן, כמנהג אביו און מיט א נייער זילבערנע שטעקעלע כמנהג הרבנים. עס איז נישט געווען געראכטן, דער רבי האט אויסגעקוקט ווי א מלך ישראל במלוא הדרו. דער רבי האט משנה צורתו געווען אויף א דראסטישער פארנעם, אויסקוקנדיג גאר אינגאנצן אנדערש ווי ער פלעגט אויסקוקן פון פריער... מענטשן האבן זיך איבערגעקוקט, 'דאס איז דער רבי'? עס איז געווען א בחינה פון מלכות ממש, כולו אומר הוד והדר.

איינער האט אנגעהויבן "יפרח בימיו צדיק", מען האט געזינגען געשמאק, דער רבי האט זיך אוועקגעזעצט און אויסגעבראכן מיט א געוויין. דאן האט דער רבי געזאגט פייערדיגע דברות קודש, וואס מחמת כמה סיבות וועל איך עס דא נישט ברענגען, אבער ער האט הערליך שיין ארומגערעדט איבער דער יעצטיגער מצב וואו מיר שטייען. ער האט ארויסגעברענגט דעם געדאנק, אז ביז נישט לאנג צוריק איז ער געווען כאחד מן החסידים, זייענדיג מקבל פון זיין גרויסן טאטע'ן, אבער ער איז פארוואנדלט געווארן אין איין רגע אין א בחינה פון משפיע. ער האט לאנג ארומגערעדט איבער דער נושא, זאכן וואס מען קען נישט דא אראפברענגען. אויך האט ער אויפגעפאדערט אז מארגן מאנטאג, זאלן אלע דאווענען צוזאמען אין בית-המדרש, אויך די בחורים מיט די קינדער, און נאכן דאווענען זאל מען מאכן א שעה התבוננות.

מען האט געזינגען נאך עטליכע ניגונים, דער רבי האט געגעבן לחיים. ער האט דאן צוגערופן א יונגערמאן און אים געגעבן געלט אויף לחיים פאר מארגן נאכן דאווענען, דאן איז דער רבי אהיימגעגאנגען.
אין די יעצטיגע מאמענטן, נעמט דער רבי אויף דעם ציבור. עס איז שפעט אינמיטן נאכט, אבער דא איז לילה כיום יאיר, יעדער איינער גייט אריין צום רבי'ן מיט א קוויטל, זייענדיג זיך מבטל און מכניע פארן רבי'ן.

זאל דער אויבערשטער העלפן, אז ער זאל שטיין אונז צו די רעכטע האנט און חפץ השם בידינו יצליח להגדיל כבוד התורה והחסידות.

נ.ב. וויל איך דא מעלדן, אז מסתמא וועל איך נעמען אצינד א ברעיק מיטן שרייבן דא. וויבאלד מיין ציל איז בלויז אויפצוטון, מיטן ברענגען גינסטיגע נייעס אין א זמן וואס איבעראל ווערט עס באריכטעט מיט שקרים. אצינד, ענדיגט זיך האפנטליך א טרויעריגע קאפיטל אין אונזער היסטאריע. האפנטליך וועט מען נישט דארפן דא קומען ברענגען באריכטן, אבער אויב עס וועט אויספעלן, זענען מיר שטענדיג דא.

איך וויל אויסדריקן מיין פערזענליכער דאנק פאר קאווע שטיבל און פאר אלע אירע מיטגלידער, פארן געבן דעם וואונקל פאר יעדן איד צוגלייך, אפגעזען פון שטערמונגען און מיינונגען, זאל קענען זיך אויסדריקן און ארויסגעבן זיין מיינונג פארן קהל. לעבן זאל דעמאקראטיע.
מאנטאג יולי 17, 2017 1:30 pm#379285
עקסיוז מיי איגנאראנס... אבער וואס באדייט די ראשי תיבות "תמ"ל?"
דאנקע פון פאראויס
מאנטאג יולי 17, 2017 1:31 pm#379286
אינטרעסאנט ווי די וואסער וואס די פרויען האבן געברענגט האבן באוויזן וואונדער אין א יום תענית...
מאנטאג יולי 17, 2017 1:32 pm#379287
הירשל ציג האט געשריבן:עקסיוז מיי איגנאראנס... אבער וואס באדייט די ראשי תיבות "תמ"ל?"
דאנקע פון פאראויס

תגובותיו מלאים לגיונות
מאנטאג יולי 17, 2017 1:35 pm#379288
בחורים און קינדער און כמובן פרויען, האבן נישט געפאסט. שכוח פארן אויסקלארן.
מאנטאג יולי 17, 2017 1:36 pm#379289
הירשל ציג האט געשריבן:עקסיוז מיי איגנאראנס... אבער וואס באדייט די ראשי תיבות "תמ"ל?"
דאנקע פון פאראויס


ת'ורתו מ'גן ל'נו

דאס איז דער אויסדרוק וואס מען באנוצט זיך ביי אונז צו באטיטלען דעם רבי'ן שליט"א.
מאנטאג יולי 17, 2017 1:36 pm#379290
סמ(א)ל. מז"ט עניוועי
מאנטאג יולי 17, 2017 1:42 pm#379292
אשר אמרנו בצלו נחיה.....??? און למעשה??
מאנטאג יולי 17, 2017 1:46 pm#379293
חכמת שלמה האט געשריבן:
הירשל ציג האט געשריבן:עקסיוז מיי איגנאראנס... אבער וואס באדייט די ראשי תיבות "תמ"ל?"
דאנקע פון פאראויס


ת'ורתו מ'גן ל'נו

דאס איז דער אויסדרוק וואס מען באנוצט זיך ביי אונז צו באטיטלען דעם רבי'ן שליט"א.

שכוח!
מאנטאג יולי 17, 2017 1:47 pm#379294
הירשל ציג האט געשריבן:עקסיוז מיי איגנאראנס... אבער וואס באדייט די ראשי תיבות "תמ"ל?"
דאנקע פון פאראויס

תבא מארה לו?
מאנטאג יולי 17, 2017 1:54 pm#379295
ביטע נישט שעלטן. איך האב דיר נישט געשאלטן, שעלט אים ביטע נישט... דוכט זיך אז עס איז איינע פון די תקנות דא, צו רעספעקטירן אנדערע מנהיגי ישראל. א דאנק.
מאנטאג יולי 17, 2017 2:07 pm#379296
איך שעלט? ס'א'גמרא אין ברכות אז איינער דאווענט נישט מעריב איז חייב מיתה!
מאנטאג יולי 17, 2017 2:22 pm#379302
און איך האב געמיינט אז די ר"ת מיינט ת'הא מ'יתתו ל'כפרה.

נו, ער קען דאך נוצן א כפרה גדולה מאוד!

הרב ארז שלמה העלבראנץ תמלג"מ כצ"ל
מאנטאג יולי 17, 2017 3:08 pm#379315
Re: מזל טוב מזל טוב, מיר האבן א רבי
איך וויל נאר מעורר זיין אז ס׳איז מעגליך אז די גאנצע זאך איז איין שטיק פאנטאזיע, אין כאן לא תענית ולא דרשה, לא לחיים ראשון (דאס איז אויך נאר פאר די פרויען וואס האבען דערציילט מעשה׳ס?) ולא לחיים שני, נישט קיין שאקעלען מיט די קאפ און נישט קיין וואלד צוזאמענקומפף, קיין טישען האבען זיך נישט גערוקט און קיין מענטשען האבען נישט געיאמערט.

ס׳איז דא גענוג סתירות און קשיא׳ס אין די מעשה פון חכמת שלמה אז איך האב מורא דאס איז זיין פאנטאזיע.

איך וועל דערמאנען א צווייטע קשיא, מ׳האט דאך געשמועסט פאר׳ן לויה ווער וועט זיין רבי און מ׳האט נישט געקענט מחליט זיין, ווען האט מען ממציא געווען דער באפויל פון דעם אלטע רבי׳ן?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יולי 17, 2017 3:26 pm#379319
איך האב א לענגערע אישי שמועס מיט ATUB @חכמת שלמה ATUB , מיר איז קלאר אז ער איז א טראלל, כ'ווייס נאר נישט צו איך זאל עס ארויפלייגן דא ברבים, אבער דאס איז קלאר, ס'איז צייט אויפצוהערן מיט דיינע שטיק.
ס'איז פונקט גוט געווען ווילאנג ס'איז נישט געווען קיין ספעציפישע נייעס איבער העלבראנץ אויפן סדר היום און די האסט אינטערטעינד דעם עולם, אבער ווען דער עולם ווארט צו הערן נייעס און די קומט און פארקויפסט שקרים אדער קאפי פעיסטע פון אנדערע סייטס איז עס זייער טראלליש און נערווירענד.

ביזט געבענטשט מיט אמת'ע טאלאנט, זיי אונז מהנה אויף א צווייטע וועג.
מאנטאג יולי 17, 2017 5:11 pm#379349
גם אני מצטרף, די גאנצע שפיל דיינע איז איין שטיק בלאף, עס איז טאלאנט אבער בלאף.
מאנטאג יולי 17, 2017 6:02 pm#379360
פארוואס קען נישט זיין אז ער ברענגט ריכטיגע נייעס? איך האב נישט געזען קיין איין סייט זאל שרייבן זיינע אפדעטס.
מאנטאג יולי 17, 2017 6:12 pm#379361
סמבטיון האט געשריבן:פארוואס קען נישט זיין אז ער ברענגט ריכטיגע נייעס? איך האב נישט געזען קיין איין סייט זאל שרייבן זיינע אפדעטס.


ווייל זיין ווערטער זענען פול מיט סתירות, עי' בפנים.
מאנטאג יולי 17, 2017 6:28 pm#379362
.
מאנטאג יולי 17, 2017 6:33 pm#379363
דער גמרא איזניש געמאכט פאר יעדן
מאנטאג יולי 17, 2017 6:35 pm#379364
אדונינו, עת התגלות עלינו אור יקרת כבוד קדושת אדונינו מורינו ורבינו, צדיק דורינו, רוח אפינו משיח השם אשר אמרנו בצילו נחיה בגוים, צדיק הדור קדוש אלקי יעקב, מורינו רבי

@חכמת שלמה
וואס איז פשט פון אזעלכע הויכע און גרויסע אויסדרוקן ?
שטייט עס אין די צוואה ?
מאנטאג יולי 17, 2017 7:56 pm#379372
Re: מזל טוב מזל טוב, מיר האבן א רבי
סמבטיון האט געשריבן:פארוואס קען נישט זיין אז ער ברענגט ריכטיגע נייעס? איך האב נישט געזען קיין איין סייט זאל שרייבן זיינע אפדעטס.

ער האט נאך לעצטע וואך געמיינט אז שמואל שלמה טעללער איז די זאך דארט....

l viewtopic.php?p=378664#p378664 l
מאנטאג יולי 17, 2017 8:44 pm#379379
שלום שטיסל האט געשריבן: מיר איז קלאר אז ער איז א טראלל, כ'ווייס נאר נישט צו איך זאל עס ארויפלייגן דא ברבים
.

וואס איז דען דער צד אויף נישט? נעוואדע שיט עס ארויף.
דינסטאג יולי 18, 2017 1:14 am#379393
@חכמת שלמה
אויב מעגליך א בילד פונעם נייעם רבי׳ן בתפארתו וואלט שטארק צוניץ געקומען
דינסטאג יולי 18, 2017 1:18 am#379394
איך אויך האט געשריבן:
שלום שטיסל האט געשריבן: מיר איז קלאר אז ער איז א טראלל, כ'ווייס נאר נישט צו איך זאל עס ארויפלייגן דא ברבים
.

וואס איז דען דער צד אויף נישט? נעוואדע שיט עס ארויף.

ער זאגט אז אויב איך געב עס ארויס ווארפט מען אים ארויס פון די קהילה.
דינסטאג יולי 18, 2017 1:39 am#379395
זאל מען אים ווארפן. אפשר דאן וועט ער אנהויב זינגען.
דינסטאג יולי 18, 2017 2:01 am#379396
Re: מזל טוב מזל טוב, מיר האבן א רבי
ווען האט די נייע רבי אנגעגרייט און באנייט די נייע בעקיטשע / קאפטן?
אינמיטן שבעה אינמיטן די דריי וואכן ?
דינסטאג יולי 18, 2017 8:53 am#379406
חכמת שלמה האט געשריבן:מה נכבד היום לאדונינו, עת התגלות עלינו אור יקרת כבוד קדושת אדונינו מורינו ורבינו, צדיק דורינו, רוח אפינו משיח השם אשר אמרנו בצילו נחיה בגוים, צדיק הדור קדוש אלקי יעקב, מורינו רבי נחמן שמעון אליהו שליט"א תמ"ל.





האסט פארגעסן אפאר טיטלען... הנואף, הגנב, הרשע, הרצח... וכו' וכו' וכו'... א אמת'ר ממלא מקום
דינסטאג יולי 18, 2017 12:19 pm#379422
אינטרעסאנט אז ס'נישט דא קיין איין בילד פונעם לויה מיטה וכו'. אפילו בטעות. איך ווארט נאר אויף די "עלה למרום" שמועות
דינסטאג יולי 18, 2017 12:38 pm#379424
חכמת איז לדעתי יא עכט פין דארט, ער האט אמאהל געברענגט בילדער פין דארט וואס איז נישט געוועהן ערגעץ אנדערש
דינסטאג יולי 18, 2017 12:57 pm#379427
איך רעד לגבי פטירת אר"ז תמ"ל
דינסטאג יולי 18, 2017 1:09 pm#379428
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:האסט פארגעסן אפאר טיטלען... הנואף, הגנב, הרשע, הרצח... וכו' וכו' וכו'... א אמת'ר ממלא מקום

ציבעלע-קיגל, ביסט א איד? - דו האסט הוכחות דערויף? - וואלסט געוואלט אז איינער זאל דיר באשמירן מיט דיין נאמען, אן קיין שום הוכחות? - פארוואס שרייבסטו דאס? - וואו איז דיין הארץ?
דינסטאג יולי 18, 2017 2:05 pm#379431
ער איז יא א איד? און העל-בראנס איז יא (געוועהן) א איד? אויף זיי האסטו יא הוכחות?
דאנערשטאג יולי 20, 2017 8:29 am#379664
Re: מזל טוב מזל טוב, מיר האבן א רבי
דאס איז קלאר אז ער באקומט אינפא פון דארט
דאנערשטאג יולי 20, 2017 9:27 am#379667
מאטל שניידער האט געשריבן:דאס איז קלאר?


ביי מיר איז קלאר אז נישט, ער איז סתם א בעטריגער.
דאנערשטאג יולי 20, 2017 10:09 am#379671
איך האב מיך פראבירט איינהאלטען ביז היצטערט אבער עס גייט מער נישט!

ס'גייט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס קען מען זיך נישט דא אויפפירען ווי גרוין אפס! א געהעריגע קינדערגארטען דא -

דער @חכמת שלמה רעד דברים של טעם, באוויינט זיין אלטען רבי'ן זיך מחזק מיט א נייע רבי - ברענגט פאר אונז אפדעיטס - באדאנקט זיך שיין פאר די פרידעם אוו ספיטש אינעם שטיבל -

קימען די חברה מ'פארשטיינערט איהם!

קענסט זאגען א מיינונ נוסח ק"וו, פרעגען א קשיא מיט סתירה - אבער סתם "א נואף" "איין שטיק בלאף" וכדו' עס דערמאנט מיך שנות המ"ם'ס אין וויליאמסבורג!

דער בעלזער טרינקט קאקע קאלע אויפ'ן גאס - מעכל לעבאוויטש טאנצט מיט פרויען און הערט רעדיא אויפ'ן פליגער, שלמה קארלבאך א נואף - די ליבאוויטשער א גוי, וכו' וכו'

מאך א צווייטע אשכול גרעפעץ אריין אלעס וואס דיך שטערט און דיין מיינונגס פארשידענהייט אויף די אלטע / און די נייע רבי און פערטיג...

פארוואס לאזט מען נישט זיין אשכול פארען די וועג ער וויל??

קינדערליך גייטס זיי מוחל צירוק אין פלעי גרופ און לאז די אידען וואס זענען גרייט צו הערען א צווייטענס מיינונג רואיג זיך אויסשמועסן..

לדעתי איז עס זייער באלערענד צו זעהן א חסידות / קולט - יו נעים איט - מיט אנאנדער דערהער וואס אונז זעמער צוגעוואינט, זעהן הערען ליינען זייער לעבענס שטייגער!

אין פאקט גייען זיי היצטערט אריבער א שווערע תקופה - זייער אינטערעסאנט דער גאנצער סיסטעם דארט

האסט א קשיא? א סתירה אויף @חכמת שלמה'ס רייד? פרעג אים אן - שריי אים אן, וויזוי די ווילסט אבער ביטע זאל זיין אשכול גיין זיין וועג

עס וואלט געוועהן זייער פעינפול צו זעהן @חכמת שלמה ווערן זאט פון אונזערע אטאקעס און פארלאזט די זאל - אזוי אנדערע וואס ווערן דא זאט פון קטנות המוחין און פארלאזן אונז פאר גוד - למחצה לשליש ולרביע

(ניין שלמה המלך איז נישט חכמת שלמה און אויך נישט שלמה ארז - בשלמא איך שלמה.....)
דאנערשטאג יולי 20, 2017 10:52 am#379674
געווען אמאל א איד, האט ער אויך געטראגן דעם שיינעם נאמען שלמה, האט אונז געלערנט א זאך צוויי, פון צווישן זיי א אינטרעסאנטע לערע
בקדרה שבישלו בה נתבשלו
דאנערשטאג יולי 20, 2017 11:04 am#379676
איך עגרי מיט שלמה המלך מאה אחוז, און איך ווינדער מיר ווי די אטאקעס קומען גאר פון די טאלאנטפולסטע שרייבער דא אין שטיבעל, איך בין אויך נישט בעד די אלע שקצעריי וואס גייט פאר אין לב טהור, דעם מיינט נאך נישט אז מען דארף אים ארינטער רייסן ווי מען קען נאר, סענישט געווען דא קיין דיאלאג איבער לב טהור , ער האט פשוט אראפגעברענגט טריקענע נייעס סיי ביים שטארבן און סיי ביים מכתיר זיין זייער נייער פירער, סא וואס וויל מען פון אים? ואת"ל אז ער באקט נייעס אוון ער זיצט ערגעץ אין וויליאמסבורג אין א בעסמענט, וועם שטערט עס?
דאנערשטאג יולי 20, 2017 11:16 am#379677
יונה כהן האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:אויב מ'מעג פרעגן, וואס איז פשט פון זיך צוריקהאלטן פון זאגן א מיינונג אין די מאמענט ארטיקל איבער לב טהור? פונקט דא, ווי דאס שווייגן איז דער גרעסטער גורם פארוואס מ'קען נישט באקעמפן אזעלכע פראבלעמען, ווערט מען פאליטיקלי קארעקט?

מיט דאנק פון פאראויס, משה זוךמיר


דער טענה איז לכאורה א גוטע טענה, אבער דער אמת איז, צו איר ווילט מיר גלייבען צו נישט, איך קען פשוט נישט די סוגי' איך האב קיינמאל נישט מיטגעהאלטן אדער אויסגעפארשט די טענות קעגען רב העלבראנס, אבער יארן צוריק אלס חבר פון די ועד הנהלה פון אגודת ישראל מיטגעהאלטן ווען אגודת ישראל האט זיך אנגענומען פאר אים אין געריכט ווען די רעגירונג האט געוואלט אפּשערן זיין בארד אין תפיסה. און ר' משה שערער זצ"ל האט אלץ געטון פאר זיינע רעכט צו נוצען אנדערע טעכנישע דרכים צו מאכען א בילד פון אים אן אפּשערען זיין בארד. אבער וואס זאל איך טאן איך האב זיך קיינמאל נישט אריינגעלאזט אין די ענינים ארום אים. ממילא האב איך נישט קיין דעה.

אזוי פול קען איך אבער יא זאגען אז אפילו אויב איך וואלט יא געהאט עפעס א דעה איבער רב העלבראנס, וואלט איך אפשר אויך זיך נישט געלאזט הערען.

ליידער ליידער איז א באדייטענדיגע חלק פון אונזער ציבור מורא'דיג געשלאגען מיט 'עיני אנשים האלה תנקר'דיגע אומטאלעראנץ. יעדעס מאל איינער פון די סארט מענשען מיינט אז איך האב בארירט בלויז א שפיץ ברעקעלע פון הקדוש לו, וויל ער מיך שוין דערווארגען און אויסקראצן מיינע אויגען. איך רעד בכלל נישט פון קריטיק אויף מיר אדער מיינע דיעות, אפילו שארפע. וואס דאס איז פארשטאנדיג. איך רעד פון מיך "שטיל מאכען" פון קענען רעדען מיין מיינונג בכלל, זאגענדיג "מ'זאל שוין אראפּ נעמען דעם אודיאו פון קול מבשר!" און ליידער טרעפט זיך דאס צו אפט.

מ'קען נישט פון איין זייט פירן א מערכה קעגען דער טריפה'נע איטערנעט און פון דער אנדערע זייט דערשטיקען אפילו א שמץ פון קאנטרעווערסי, בפרט פון זאכען וואס זענען באמת נוגע פאר אונזער ציבור. לדוגמה (און ס'איז נאר א דוגמה) די אנטי - וואקסין משוגעים: זיי זענען נישט משוגע צוליב זייער גלויבען, איך רוף זיי משוגע פאר זייער אומדערטרעגליכער התנהגות כלפי די וואס האלטען אנדערש פון זיי. און וועלען נישט סטאַפּן ביי גארנישט נאר צו דערווארגען דער וואס האלט נישט מיט זיי. ווי געזאגט זיי זענען נישט צופרידען ביז ווילאנג עס איז דא אפילו נאר איינער וואס האלט נישט ווי זיי. זייער התנהגות קען זיין עקסרעם אדער אויך אנדערע אויף זייערע ענינים זענען פונקט אזוי צודרייט. כל אחד לפי המשוגעת שלו

די וואך אליין האבען א געוויסע גרופע זיך געדאכט אז איך האב זיי באליידיגט האב איך געמוזט ארויס נעמען צוויי סעקונדעס פון די אודיאו און צוריק שיקען! ממש זיי האבען נישט געקענט שלאפען דורך די נאכט ביז יונה כהן שנייט עס אויס. בלויז צוויי סעקונדעס!

דאס איז אונזער וועלטל.
דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:08 pm#379685
יעצט ווערט מיר מיר פארשטענדליך וויאזוי אזויפיל מענטשן קויפן אפ פראפעגאנדע, ווייל מען וויל טאנצן מה יפית און טראכטן אז יעדער זאגט דער אמת.
עס טוהט זיך אויף טישן און בענק מיט לב טהור, קומט איינער וואס שפילט שוין פאר א אומבאקאנטע סיבה א לאנגע צייט ווי א לב טהור'ניק, און אפילו נאכן זיך טועה זיין צווישן חצות הלילה און חצות היום, צווישן גואטאמאלא און מעקסיקא, צווישן אמעריקא און קאנאדע, צווישן זיין ברית און זיין ברודערס ברית, זיין סנדק און זיין ברודערס סנדק, און ער מישט אריין זיין מכלומר'שער טאטע אין די טעותים, בלייבט ער מיטן שפיל, און אונזערע מה יפית'ניקעס ווילן נאך פארשטיין פארוואס מען פאשרייעט איהם אלס שקרן.

#נפלאות המין האנושי
דאנערשטאג יולי 20, 2017 1:45 pm#379690
Re: מזל טוב מזל טוב, מיר האבן א רבי
ועוד, פאריאר האט ער קלאר געזאגט אז ער האט געמאכט א שפיל און האט געוואלט צייגן די כח פון מארקעטינג... פארן ציבור.
(מיט זיין אנדערן ניק. מ'ברויך נישט זיין איינשטיין צו וויסן אז באלד נאכן אפשפארן יענעם ניק האט ער זיך אנגעהויבן באניצן מיט זיין 'חכמה' ניק וואס לויפט אויפן זעלבן גאנג מיטן זעלביגן שפראך. אולי קענען די מנהלים מעטשן דעם איי פי אדרעס?)

און דא קומט עולם גולם און קויפט אפ זיינע סחורה ווי גין גאלד. עכ"כ אז געוויסע סייטס האבן נאכגעבעבלט זיינע דמיונות וכזבות און אזוי ארום אנשטאט צו בויען לעגיטימאציע האבן זיי זיך אין נעץ געלייגט.

#טיים טו סטאפ וויד דיס נאנסענס!
פרייטאג יולי 21, 2017 7:12 am#379775
צו חכמת שלמה איז עכט צו פאלש, האט שלמה המלך און סמבטיון ארויסגעברענגט א וויכטיגער פונקט בנוגע דער אינטער רייסעריי עלעמענט פין שטיבל.
פרייטאג יולי 21, 2017 8:04 am#379779
ווער עס קען לב טהור ווייסט אז וואס חכמת שלמה שרייבט איז מסתמא אמת
פרייטאג יולי 21, 2017 8:08 am#379780
אין אייראפע האלט סאטמאר מיט העלבראנץ
פרייטאג יולי 21, 2017 10:23 am#379794
Gimpel האט געשריבן:ווער עס קען לב טהור ווייסט אז וואס חכמת שלמה שרייבט איז מסתמא אמת


ווער עס קען חכמת שלמה, ווייסט ער שרייבט מסתמא ליגנט.
פרייטאג יולי 21, 2017 10:30 am#379795
Gimpel האט געשריבן:אין אייראפע האלט סאטמאר מיט העלבראנץ


זייער שיין צו הערן אז בוסט פון אייראפע.

וואס איז דא צו האלטן פון אים פון דערווייטענס?
ווי אזוי קענסטו בכלל האבן א מיינונג ווען דו האסט בכלל נישט געזעהן זיין מהלך פון דער נאנט?
זונטאג יולי 23, 2017 12:20 am#379907
Re: מזל טוב מזל טוב, מיר האבן א רבי
בת קול האט געשריבן:
Gimpel האט געשריבן:אין אייראפע האלט סאטמאר מיט העלבראנץ


זייער שיין צו הערן אז בוסט פון אייראפע.

וואס איז דא צו האלטן פון אים פון דערווייטענס?
ווי אזוי קענסטו בכלל האבן א מיינונג ווען דו האסט בכלל נישט געזעהן זיין מהלך פון דער נאנט?
איר קענט יא זיין מהלך? אדער אייער דזשאדזשמענט איז געבויעט אויף וואס איר האט געליינט?
זונטאג יולי 23, 2017 4:08 am#379920
Re: מזל טוב מזל טוב, מיר האבן א רבי
@חכמת שלמה ווי זענען כאטש עטליכע בילדער פון דער לוויה? אפשר קענסטו ארויפלייגן דא? אויב האסטו מורא דעמאלסט כ'בין זיכער אז די לאקעל מידיע האט ריפארטעד אויף דער גאנצע מעשה. אפשר א לינק כאטש ביטע?

Sent from my XT1096 using Tapatalk
מאנטאג יולי 24, 2017 8:28 pm#380144
ברעיקינג:
די שוועסטער פינעם נייעם אדמו"ר איז געפינען געווארן נישט בין החיים ר"ל
ברוך דיין האמת