Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » א ז' אדר דרשה, און די אמונה קריזיס

א ז' אדר דרשה, און די אמונה קריזיס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
37 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 60 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11660
דינסטאג יולי 25, 2017 10:50 pm#380282
א ז' אדר דרשה, און די אמונה קריזיס
כ'פאנג שוין אן צו באקומען פאזיטיווע רעאקציעס צו מיין ארטיקל אין דעם פרישן וועקער, איז מסתמא גוט צו עפענען א מקום מיוחד פאר קאמענטארן.

אין דעם וויכטיגן ארטיקל ליגט מיין הארץ און נשמה, און כ'האף אז עס דערגרייכט די אויגן און אויערן פון כלל ישראל.
דינסטאג יולי 25, 2017 11:55 pm#380299
די אויגן און אויערן פון כלל ישראל טרעפן זיך נישט מיטן וועקער.
מיטוואך יולי 26, 2017 12:35 am#380306
דער ארטיקל, כאטש ס׳איז נישט די קאווער סטארי איז עס זיכער די נשמה סטארי, ס׳ליגט דערין אזויפיל הארץ און געפיל אז ס׳קען מאכן שוואכע וויינען, ס׳איז אזוי פיינפול וואס אידישע קינדער גייען דורך, נאכדערצו ווען באמת ווילן זיי זיין ערליך און גלויביג. והעולה על כולנה אז ס׳איז כמעט נישט דא צו וועם צו רעדן און זיך אויסגעבן די ספיקות אן ווערן א אפגעסטעמפלטער אפיקורס.

וואס ס׳מאכט עס מער ווייטאגליך איז די וויאזוי זיי ווערן אוועקגעמאכט אלץ פושעים וואס זוכן זיך נאכצוגעבן זייערע תאוות, וויענע רב האט לכאורה געמאכט א טעות מיט קעטעגארייזן די אלע אונטער איין זאץ. און ס׳איז זיכער אז ס׳איז פארהאן אזאנע וואס פאלן אונטער וויענע רב׳ס שאצונג, ס׳איז דא אסאך עכטע אומוויסנדע, וואס פארשטייען ניטאמאל וואס אמונה איז, קליינע פארשטאפטע מוחות וואס זענען מסביר זייערע קשיות כאילו זיי זענען אויסגעקאכט דערין עד הסוף, ווען באמת הייבן זיי נישט אן צו וויסן וואס גייט פאר מיט זיי, בסך הכול בלעבלן זיי נאך עימיצן בלינדערהייט, דאך גלייכן זיי צו מאכן אסאך גערודער, און אט די חברה האט וויענע רב לכאורה געמיינט, אבער ס׳איז פארהאן אסאך וואס סטראגלען מיט קשיות, טראגן זיך ארום מיט ספיקות, (כאטש זיי פארשטייען אפשר אויך נישט וויאזוי עלעקטעריק ארבעט) און וויענע רב וואלט געדארפט זיין מער פארזיכטיג.

אינמיטן דעם ארטיקל ווערט דערמאנט ווי יעדער באשאפט זיך א גאט כדמותו וכצלמו, דער שמייכלדיגער שאפט זיך א שמייכלדיגער גאט, דער אנגעצויגענער א צערנדער גאט, נאכן אריינאטעמען די ווערטער, און זיי אפלייען אויף מיר און אויף מיינע ארומיגע האב איך געשטוינט אויף די נביאות.

ס׳איז פרייליך צו זעהן אז ס׳איז נאך דא מענטשן וואס לעבן מיט העכערס, ווילן פארשטיין און פרובירן צו דערגיין, אין א צייט וואס רוב מענטשהייט איז אריינגעטוהן אין הבלים, (אפילו ביי אונז אין שטיבל האלט שוין די גיוס אשכול ביי 50 זייטן, און דער א׳ בלק אסיפה פארנעמט נאך די אויבן אן) מ׳איז פאריאגט און פארפלאגט אן קיין רגע צו טראכטן, דאך קענען מיר נאך אלץ אנגערופן ווערן עם חכם ונבון מיט אט די הייפעלע אידן וואס ווילן פארשטיין דאס וואס אונזער זיידע אברהם האט געוואלט פארשטיין, ס׳איז נאר צום האפן אז יעדער זאל טרעפן די אמת און ס׳זאל נישט קיינעם פארפירן.

און ווי ראובן זאגט, אין דער ארטיקל ליגט זיין הארץ און נשמה, און דאס איז שוין איינמאל אמת, ווי נישט ווי קוקט ראובן געווענדליך אויס ווי א מאשין וואס ארבעט אויף דיזל, אן קיין גרייזן און אן קיין פלאץ צו דעבאטירן זיינע מיינונגן, אלעס מיט א ישרות, און א דייטשע פונקטליכקייט וואס איז כמעט נישט מעגליך פאר די מין האנושי, ניטאמאל א גוט מארגן, א גוט ווארט, צו א פערסענעל טאטש ווערט אריינגעווארפן, פלוצים האט זיך געגעבן א צינד אן א נשמה און די הארץ האט אנגעהויבן קלאפן, מ׳זעהט צום ערשטן מאל ווי דער ראובן איז מענטש מיט פריינט, קווענקעלנישן, עצות און חיזוק, ס׳איז ניכרים דברי האמת.
מיטוואך יולי 26, 2017 12:43 am#380307
שלום

:like
מיטוואך יולי 26, 2017 8:43 am#380336
.
מיטוואך יולי 26, 2017 9:55 am#380347
איך ווייס בכלל נישט וואס דער ווינער רב האט געטוהן דיר צו מאכען אזוי בייז. דער ווינער רב האט געשפירט א צורך מחזק צו זיין זיך און זיין קהילה אין אמונה פשוטה, און האט דאס געטוהן אויף דער סטאנדארטישע אופן וואס רבנים און מגידים זאגען שוין פאר צוויי הונדרעט יאר לכל הפחות. בערך אז דער רמב"ם האט שוין אלץ פארענטפערט און אלע קשיות זענען נאר תירוצים. דער ווינער רב איז טאקע א שיינער תלמיד חכם און בעל דרוש, אבער ער איז נישט קיין סאפיסטיקירטע דענקער, און דאס איז מסתמא ווי ער פארענטפערט פאר זיך אליינס טאמער פאלט עם איין א הרהור אין אמונה. האט ער דאס געזאגט פאר זיין קהילה.

די מטרה פון דער דרשה איז נישט געווען קעגן איינעם אדער אפצורייסען איינער וואס האט א ספק, נאר מחזק צו זיין דער וואס האט נישט קיין ספיקות, אדער עכ"פ נישט קיין ערנסטע פראבלעמען, אז די אלע ספיקות זענען נארישקייטן. איך ווייס נישט וואס אנדערש מען קען עקספעקטען פון א חסידישער רב צו זאגען אויף אזא זאך. וואלט ער געווען יוסי ג'ייקובסון וואלט ער געזאגט די זעלבע דרשה נאר מער סאפיסטיקירט, אז בעצם איז אויף אלעס דא הוכחות און מען דארף זיך נישט שעמען צו פרעגן און בסוף בלייבט ווייטער די אמונה גאנץ. איז ער דאך אבער ווינער רב און נישט יוסי ג'ייקובסון און אזוי רעדט דער ווינער רב. דאס איז וואס ער ווייסט צו טוהן צו מחזק זיין אמונה.

עס איז אביסעל נאיוו צו בויען אזא גאנצע אטאקע אויף א ציטאט פון א דרשה וואס א רב זאגט ברבים, בשעת וואס יעדער ווייסט אז א דרשה ברבים איז געצילט (אויב איז עס א גוטע דרשה), צו דער מיטלמעסיגער המון עם מחזק זיין בדברים פשוטים. בפרט אזא סארט ז' אדר דרשה וואס איז דירעקט געשטעלט אויף דעם, עס איז אפילו נישט ווינער רב'ס שלשידעס תורה וואס איז געצילט מער צו בעלי תורה. איך שטעל מיך פאר (אדער האף, אבער מען קען דאס מברר זיין און טאמער וועל איך וויסען פרטים וועל איך צושרייבען דא) אז ווען א יונגערמאן קומט צו'ם רב אז עס עגבערט עם באמת מיט ספיקות און ער גיט זיך נישט קיין עצה, אז דער ווינער רב אזויווי יעדער אנדערער נארמאלער פרומער רב, טוהט נישט יענעם באוואשען אז זיינע ספיקות זענען נאר תירוצים, נאר ער פראבירט עם צו העלפען ארויסגיין פון דער קריזיס, אויף וואסארא אופן ער ווייסט, מיט רחמנות און מיטגעפיל. אויב איז דאס ריכטיג איז די אטאקע אויף דער דרשה ממש נישט אין פלאץ.
מיטוואך יולי 26, 2017 10:01 am#380348
.
מיטוואך יולי 26, 2017 10:23 am#380350
ATUB @לעיקוואד ATUB , איך ווייס בכלל נישט וואס ATUB @ראובן ATUB האט געטוהן דיר צו מאכען אזוי בייז. ראובן האט געשפירט א צורך מחזק צו זיין זיך און זיין חברים אין בין אדם לחבירו און נשיאות עול, און האט דאס געטוהן אויף דער סטאנדארטישע אופן וואס אויפריכטיגע מענטשען טוהן במשך טויזענטער יארען. בערך איבער צו געבען די פארשטאנד אז דער מענטש ליידט פון א פראבלעם און זיין געוויסען טוט איהם וויי, און וויאזוי דאס ווערט א פראבלעם און וויאזוי דער מענטש שפירט. ראובן איז א גרויסע דענקער און שרייבער, אבער ער איז נישט קיין וועלטס פארזארגער אז אין איין ארטיקל דארף ער ענטפערען אלע קשיאס און טענות, און דאס וואס ער האט געשריבען איז וואס ער טראכט אין דער ספעציפישע נושא, נישט די תשובה צו אלע שאלות, כולל דער וועלט און איהר מיינונג (פאר דער וואס דארף די תשובה דרינגענד, ס'איז, ווי באקאנט, 42).

די מטרה פון דער ארטיקל איז נישט געווען קעגן איינעם אדער אפצורייסען איינער וואס דרשנ'ט וועגען דער וואס האט א ספק, נאר מחזק צו זיין דער וואס האט א קרוב צו חבר וואס ליידט פון ספיקות, אדער עכ"פ הייבט אן האבען פראבלעמען, אז די אלע ספיקות זענען מענטשליכע ערשיינונגען, און זיי טוהן וויי ווי נאר דער מענטש קען וויי טוהן זיך אליינס. איך ווייס נישט וואס אנדערש מען קען עקספעקטען פון א שרייבער וואס וויל רעדען פון די נושא צו זאגען אויף אזא זאך. וואלט ער געווען ווינער רב אליינס וואלט ער געזאגט די זעלבע דרשה נאר מער סאפיסטיקירט, מיט מדרש פליאות און אפהאקען און באטרעטען פארשידענע אנדערע מענטשען בדרך אגב. אז בעצם איז יעדער דרשן א מסופק וואס שרייט צו קענען שטילען זיין אייגענע ספקות, און רעדט נאר פון זיך און זיין תאוות. איז ער דאך אבער ראובן פון קאוועשטיבעל און נישט ווינער רב און אזוי רעדט ראובן, איידעל און קלאר און צו דער זאך, נישט פארדרייט און מיט א שלעכט אויג. דאס איז וואס ער ווייסט צו טוהן צו מחזק זיין אמונה.

עס איז אביסעל נאיוו צו בויען אזא גאנצע אטאקע אויף א מאמר אין צייטונג צוליעב דעם וואס ער האט עס געהאנגען אויף וואס א רב זאגט ברבים, בשעת וואס יעדער ווייסט אז די ציטאט פון די דרשה איז נאר א וועג אויסצודרוקען א זאך און מקרב זיין צום שכל דער דבר והיפוכו. בפרט אזא סארט מאמר אין דער וועקער וואס איז דירעקט געשטעלט אויף דעם צו געבען דער עולם ליין מאטעריאל וואס איז אי אינטרעסאנט און אויפוועקענדיג אי געשמאק צו פארוויילען דערמיט, עס איז אפילו נישט ראובן'ס שלשידעס תורה וואס איז געצילט מער צו בעלי השקפה. איך שטעל מיך פאר (אדער האף, אבער מען קען דאס מברר זיין און טאמער וועל איך וויסען פרטים וועל איך צושרייבען דא) אז ווען א יונגערמאן קומט צו ראובן אז עס עגבערט עם באמת מיט ספיקות און ער גיט זיך נישט קיין עצה, אז ראובן אזויווי יעדער אנדערער נארמאלער אויפריכטיגע מענטש, טוהט נישט באוואשען דער ווינער רב אלץ א חלק פון די תשובה, אז יענער זאגט אז זיינע ספיקות זענען נאר תירוצים, נאר ער פראבירט עם צו העלפען ארויסגיין פון דער קריזיס, אויף וואסארא אופן ער ווייסט, מיט רחמנות און מיטגעפיל. אויב איז דאס ריכטיג, איז די אטאקע אויף דער מאמר ממש נישט אין פלאץ.
מיטוואך יולי 26, 2017 10:44 am#380353
לעיקוואד, איך האב דעם פולסטן רעספעקט פאר דעם וויענער רב, ווי כ'מאך זייער קלאר אין דעם ארטיקל. ווען זיין דרשה זאל ווען זיין א פאסיגן קירוב מיטל פאר א געוויסן מענטש וואס האט ספיקות וואלט איך פארשטאנען אז ער זאל דאס נוצן פאר יענעם פערזענליך, אבער זאגן די אלע נארישקייטן און פאלשקייטן אין א דרשה ברבים, איז נישט נאר א דיססערוויס פאר די וואס האבן פערזענליך ספיקות און זעען די לעכערליכקייט פון זיינע ארגומענטן, נאר אויך פאר יעדן וואס איז דארטן געזעסן. יעדער צווייטער אדער דריטער מענטש ביי דער דרשה האט א ברודער אדער טאכטער וואס איז אין דער קאטעגאריע פון משה און שלמה, און וויענער רב האט זיי געגעבן א טראגיש-אומריכטיגן בליק איבער וואס זייערע קרובים און ידידים גייען דורך. פונקט פארקערט, מיין ארטיקל דארף מען זאגן ברבים, און דער וויענער רב'ס ארגומענטן דארפן נאר גענוצט ווערן ביחידות פאר מענטשן וואס ס'וועט זיי פערזענליך העלפן. און מיין ארטיקל איז נישט קיין אטאקע אויף דעם וויענער רב, נאר א שטארקן קריטיק אויף דעם וועג וויאזוי ער באציט זיך צו דער ספעציפישער נושא פון איבוד אמונה.
מיטוואך יולי 26, 2017 10:45 am#380354
@ליטוואק

גערעכט.

ער וואלט געקענט אבער שרייבען דער גאנצער ארטיקל פאזיטיוו אן באשרייען דער ווינער רב וואס פעלט נישט אויס. אדער לפחות מער קלאר מאכען אז דער ווינער דרשה איז נישט מער פון קיין אילוסטראציע אויף דער חיזוק וואס ער וויל געבן.


עניוועיס, איך בין א קאמפעטישין, ליינטס מיין ארטיקל צו זעהן וואס ער וועלט ווען געדארפט שרייבען :roll:

ראובן האקט, איין מינוט..
מיטוואך יולי 26, 2017 10:48 am#380355
אז ראובן מיט דער ווינער רב האבען א מחלוקת וואס דער בעסערע צוגאנג איז מי אנכי להכניס ראשי בין ההרים. איך האב נאר מסביר געווען פון ווי דער רב קומט מסתמא און פארוואס לענ"ד איז דער אטאקע אויף עם נישט מוצדק. צו מען קען אדער דארף טוהן פארקערט כדעת ראובן איז א סברא וואס מען קען זיך דינגען דערויף און איך ווייס נישט ווער איז גערעכט. איך וואלט מסתמא נישט געזאגט דער ווינער דרשה. אבער מ'קען מעיין זיין וואס איינער וואס פירט א ציבור דארף טוהן.
מיטוואך יולי 26, 2017 10:50 am#380356
לעיקוואד האט געשריבן:עניוועיס, איך בין א קאמפעטישין, ליינטס מיין ארטיקל צו זעהן וואס ער וועלט ווען געדארפט שרייבען :roll:

דיין ארטיקל איז ריין גאלד, און איך וואלט עס נישט געקענט שרייבן אפילו אויב כ'זאל וועלן.
מיטוואך יולי 26, 2017 10:57 am#380357
Re: א ז' אדר דרשה, און די אמונה קריזיס
איך זעי אז הן לעיקוואד און הן ראובן האבען מיר געלייקט, בין איך גאר דער מגשר ביניהם.

איך האב טאקע שטארק הנאה געהאט פון לעיקוואד׳ס מאמר, אבער צו מיר איז עס א בחינה פון preaching to the choir וואס איך טענה שוין יארען אז אמונה איז א מענטשליכע געפיהל זאך, באזירט אויף אביסל שכליות. איך האב א חבר וואס רופט מיר אן אן אפיקורס דערפאר "ביי דיר איז אלץ א וויץ, גארנישט וויכטיג. פארוואס לערנסט דו ווען ס׳איז נישט הונדרעט פערצענט אמת אין דיין אויגען?" יענער פארשטייט נישט אז מענטשליכע געפיהלען זענען נישט שקר און נישט אומוויכטיג. ער מיינט אז דאס אריבער פיהרען צום געפיהל חלק איז א ירידה.
איראניש אז יענער איז א בן משפחה פון דער חזון איש, וואס הייבט אן זיין אמונה ובטחון מיט די ווערטער "מדת האמונה היא נטיה דקה מעדינות הנפש".

אלענפאלס, ביידער ארטיקלען רעדען פון די זעלבע נושא ממש, נאר מיט אן אנדערען שפראך און און אנדערע שטאנדפונקט. דאס איז אליינס א לימוד ווי די זעלבע נושא איז זיך מתיישב אין הארצען פון צוויי מענטשען. אלץ גייט דורך דער מענטש, קיין שום מושכל שטייט נישט אליינס! ("אין לנו חכמה בעולם בלתי אם יעבור דרך נשמת אדם חי", כלשונו הזהב פון חזו"א)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך יולי 26, 2017 11:07 am#380359
איך זע נישט אז אונזערע צוויי ארטיקלען זאלן אווערלעפן. מיין ארטיקל שטעלט אוועק דעם פראבלעם, און האט נישט קיין שום סאלושענס פאר איינעם וואס גייט דורך איבוד אמונה. עס איז געווידמעט דעם המון עם צו פארשטיין וואס דא קומט פאר פארנט פון אונזערע אויגן, אבער קיינער זעט עס נישט. לעיקוואד'ס ארטיקל איז געוואנדן צו די וואס גייען עס דורך זעלבסט, און רעדט פון א אידישן, לאגישן און פילאזאפישן שטאנדפונקט. יששכר'ס ארטיקל איז געוואנדן די זעלבע מענטשן אבער קומט פון מער אן עמאציאנעלן און פראקטישן שטאנדפונקט.
מיטוואך יולי 26, 2017 11:08 am#380360
דער צד השווה איז אז ביידער זוכען מעורר צו זיין אז מ׳רעדט פון געפיהל נישט פון חשבון, און אזוי דארף מען צוגייען צו דער ענין. דער געפיל איז נישט עפעס א נערישקייט, ס׳איז א ריזיגע חלק פון דער מענטש, און דער וואס גלויבט יא איז אויך א חלק פון זיין געפיהל. דערשטיקען דער געפיל איז אוממעגליך, און פראבירען דערשטיקען איז מסוכן. ענק ביידע באזירען אייערע ווערטער אויף די הנחה, און דער לעזער מוז אננעמען די הנחה צו פארשטייען אייערע ווערטער, און א גרויסע פערצענט פון די וואס דארפען פון דעם וויסען זענען לקוי אין דעם.

דיינס איז פאר'ן ברודער, זיינס פאר'ן מענטש. אבער דער אונטערשטער שורה איז אזוי.
מיטוואך יולי 26, 2017 11:21 am#380364
צו זיין זיכער, איך האב נישט קיין מחלוקת מיט ראובן לגופו של ענין. איך בין סתם א ווינער חסיד און איך מיין נישט אז דער רב שליט"א איז שולדיג אין וואס ראובן באשולדיגט עם :lol: . מען קען טאקע מאכן א שמועס וואס און אויב א מנהיג קען און דארף זאגען אז דער עולם זאל נישט מיינען אז יעדער וואס מוטשעט זיך מיט ספיקות איז אן אויסווארף וואס בהפקירא ניחא ליה.
מיטוואך יולי 26, 2017 11:32 am#380367
ראובן האט געשריבן:לעיקוואד, איך האב דעם פולסטן רעספעקט פאר דעם וויענער רב, ווי כ'מאך זייער קלאר אין דעם ארטיקל. ווען זיין דרשה זאל ווען זיין א פאסיגן קירוב מיטל פאר א געוויסן מענטש וואס האט ספיקות וואלט איך פארשטאנען אז ער זאל דאס נוצן פאר יענעם פערזענליך, אבער זאגן די אלע נארישקייטן און פאלשקייטן אין א דרשה ברבים, איז נישט נאר א דיססערוויס פאר די וואס האבן פערזענליך ספיקות און זעען די לעכערליכקייט פון זיינע ארגומענטן, נאר אויך פאר יעדן וואס איז דארטן געזעסן. יעדער צווייטער אדער דריטער מענטש ביי דער דרשה האט א ברודער אדער טאכטער וואס איז אין דער קאטעגאריע פון משה און שלמה, און וויענער רב האט זיי געגעבן א טראגיש-אומריכטיגן בליק איבער וואס זייערע קרובים און ידידים גייען דורך. פונקט פארקערט, מיין ארטיקל דארף מען זאגן ברבים, און דער וויענער רב'ס ארגומענטן דארפן נאר גענוצט ווערן ביחידות פאר מענטשן וואס ס'וועט זיי פערזענליך העלפן. און מיין ארטיקל איז נישט קיין אטאקע אויף דעם וויענער רב, נאר א שטארקן קריטיק אויף דעם וועג וויאזוי ער באציט זיך צו דער ספעציפישער נושא פון איבוד אמונה.

ראובן: לולא דמסתפינא (מ'וועט מיך פארדאמען און באשייגעצן דא. האא.. שמעקעדיג באטשי...?!) וואלט איך געזאגט אז ס'האטציך ביי מיר שוין פון לאנג אריינגעגנב'עט א מחשבה זרה אז דער וויענער רב שליט"א, נישט נאר פריעטשט ער צו די קווייער. נאר ער וויל אויך זיין פאלטיק'לי קארעקט. און ער חנפ'עט זיך צו סאטמאר (זאלונים. ווייל די אנדערע זענען דאך ציונים,רח"ל מהאי דעתא.). אזוי ווי נאך א חשוב'ן רב שליט"א וועם איך וואלט באמת רעספעקטירט, ווען נישט זיינע פאלשע שטיק און חנופה צו די פאליטישע ליניע. וואס דער חשוב'ער (פאוני) רב געט השגחה אויף א געוויסע מצה בעיקערי. און איך האב אמאל מיט עטליכע יאר צוריק געטראפן א גלוסקא יפה, א שיין גלאנצענדיגע בילקעלע ליגן לעיני כל אויף א שעלף אום ערב פסח נאכמיטאג...! און דער חשוב'ער רב האטציך ארומגעדרייט אויף דעם אונטערשטן שטאק מיט זיינע צופלויגענע פיאות און דעם פארפלאמטן פנים. ממש אזוי ווי א מלאך אלוקים. אדער די קאמערשלס פון קרויס שטריימלעך אדער דזשי ענד דזשי...! ניכרים דברי אמת. ווען די אלע רבנים (וועלכע טוען דאס) וואלטן געזאגט אמת'ע דברי תוכחה היוצאין מן הלב, וואלט עס געווען מער אננעמבאר. אבער אזוי ווי דער מצב איז היינט צו טאג, קענמען אדורכזעהן אז זייערע ווערטער זענען ענדערש אדרעסירט וואס איצא שייגעץ אין זיין לשכת הגזלנים אויף דיוויזשן עוו. וועט זאגן. און אויב דער איד וועט איהם אנרופן אלס ערליכער איד. וואס איז נישט נוטה לדעת הציונים, מיט דיעות כוזבות, רח"ל...!
מיטוואך יולי 26, 2017 11:43 am#380369
מיין נקודה איז נישט געווען קריטיק צום ארטיקל און איר שרייבער
דער מחבר שרייבט אז ער צילט צו גרייכן די אויגן און אויערן פון כלל ישראל
דערווייל האט ווינער רב און זיינע רבנים מיט אים, די אויגן און אויערן פון כלל ישראל, אויב וויל מען דעם ארטיקל אויך טראגן צו די אויגן און אויערן פון כלל ישראל, דארף מען ארומגיין צו די רבנים זיי עס ווייזן אפשר וועט מען עס ערווענען ביי די קומענדיגע דרשות.
מיטוואך יולי 26, 2017 1:46 pm#380414
.
מיטוואך יולי 26, 2017 2:00 pm#380415
.
מיטוואך יולי 26, 2017 2:29 pm#380418
Re: א ז' אדר דרשה, און די אמונה קריזיס
.
מיטוואך יולי 26, 2017 3:22 pm#380427
.
זונטאג יולי 30, 2017 11:02 am#380741
Re: א ז' אדר דרשה, און די אמונה קריזיס
דער ארטיקל האט מיר איבערגעלאזט מיט שטורמישע מחשבות און ברויזנדע געפילן.
ס'איז דא אסאך צו רעדן, אבער איך קען נאכנישט קומען צום ווארט.

דאס מוז איך אבער שוין זאגן, משה'ס פאעמע איז נורא נוראות! דאס דארף מען קאנאנאזירן.

איך האב עס מיר פארגעזינגען באשמורת הבוקר מיט אן אלט-נייעם ניגון בהשתפחות הנפש והמיית הלב.
און זאלט איר מיר מוחל זיין, דאס האט מחבר געווען א מאמין!

זוכן גאט איז פון אייביג אן דער שטענדיגער באשעפטיגונג פון די בני אמונים. אויף דערויף זאגט דער גמרא: מי שאינו בהסתר פנים אינו מהם.
זונטאג יולי 30, 2017 12:50 pm#380749
ראובן'ס ארטיקל איז א מייסטער ארבייט, און א היסטארישער. אויסטוענדיג זיך די הענטשקעס דאס ערשטע מאל צו דיסאקסירן הויעך די עלעפאנט אין די רום וואס דרייט זיך שוין ארום פאר אזוי לאנג, נאר יעדער האט מורא אים אנצוריפן ביים נאמען.

לדעתי איז עס יא א סתירה און א פירכה אויף לעיקוואד'ס ארטיקל, בעת וואס לעיקוואד פראבירט אראפצולייגן אז חקירה באלאנגט נאר פאר די עליטע, וואס האבן די מוחין דגדלות צו סובל זיין אזוינע טיפע ענינים, ברענגט ראובן אזוי שיין ארויס אז מען מיז נישט זיין דער גרעסטער מר בר רב אשי צו זיין א אפיקורס. ממה נפשך, אויב שוטים האבן א רעכט צו גלייבן (און לייקענען און אנדערע אמונות), האבן זיי א רעכט צו לייקענען.

אין אנדערע ווערטער, אמונה אזוי ווי יעדע זאך אויך די וועלט, איז עפעס וואס גרויסע חכמים קענען חקר'נען דערין טיף עד אין שיעור וסוף, אבער עס מיינט בכלל נישט אז דאס פשוטע אמונה וואס יעדער האט איז תלוי בזה. אמונה פשוטה וואס איז געבויט אויף לופט, קען ווערן אפגעפרעגט בכפירה פשוטה דורך אפאר קונדערישע טענות. און פארלאנגט בכלל נישט קיין טיפקייט. וכל שכן אז ס'איז נישט קיין שום סכנה נפשי פארן פשוטן מענטש, ביי אים שטייט אמונה בשם אויפן זעלבן שטאפל ווי אהרן/זלמן לייב פאליטיק וכבלעו כך פלטו, ופוק חזי הונדערטער אפיקורסים דוקא פון די קליינע קעפ וואס לעבן א טאג, און ווייסן נישט פון קיין פראבלעמען. (און דיין גאנצע הוכחה "מן הנסיון" איז געבויט א א אינדיווידואלע פאל אויסגעטייטשט לויט דיין בייעסט אפיניאן, ויש חולקין על זה ואכ"מ).

אז מ'רעדט שוין, די קשיא אז וויאזוי קען חקירה זיין א מצוה אויב פארלאנגט עס זיך צו ספקנ'ן צו ס'איז בכלל א מצוה, איז א גוטע קשיא וואס איז שטערקער ווי א דרוש על פי סוד... ווי אויך האב איך נישט געכאפט וויאזוי איז למעשה שייך צו דן זיין בעקרי האמונה, אן ס'זאל נוגע זיין למעשה.
זונטאג יולי 30, 2017 3:11 pm#380758
סדא אזא זאך ווי כפירה פשוטה, זאכן ווערן פין זיך אליין?
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 12:46 am#381328
מוז נישט זיין אז די מגיבים ווייסן וואס זיי רעדן, אבער אז דו געדענקסט געדענקסטו. למעשה האב איך שוין געשריבן דארטן אז איך מיין אז איך ווייס פון וועמען ער רעדט, און ביי יענע בחור האט דאס נישט געהאט מיט אינטערנעט צו טוהן (א ודאי איז דאס נאכדעם נאכגעקומען, אבער תחילת ירידתו ואבדן אמונתו האט גארנישט געהאט מיט אינטערנעט).
זונטאג אוגוסט 06, 2017 5:57 pm#381484
ראובן א דאנק פאר דיין ארטיקעל, כהאב זייער הנאה געהאט.
אויב ח"ו מאכט זוך מיר אן אמונה קרייסעס ווייס איך וועם איך קען טשעטן.
ATUB @לעיקוואד ATUB זייער הנאה פון דיין ארטיקעל , סאיז באמת טיף און דו זעלבע צייט האלט איר זוך צים למעשה פראקטיש.
איין הערה , צי זאגן פאר איינער וואס זיין מח טראכט , אז ער דארף זיין און מוחין דגדלות , אין א גוט פלאץ, כדי צי חוקר זיין איז אזוי ווי זאגן פאר איינער וואס טראכט , טראכט נישט.
איז דען מעגליך צי קאנטרעלירן די מח ווען ער זאל ארבטען?
איך כאפ מיך יעצט אז דו נעמסט אביסעל קעיר דערפון, ווען דו בוסט מסביר אז ספיקות זענען נישט שרעקדיג.
זונטאג אוגוסט 06, 2017 6:27 pm#381486
קען איינער זאגן בקיצור וואס לעיקוואד שרייבט, צו טיף פאר מיר
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:19 am#381523
קאצקע ציקער האט געשריבן:קען איינער זאגן בקיצור וואס לעיקוואד שרייבט, צו טיף פאר מיר

נישט אלעס קען מען אריינפיטן אין הונדערט און פערציג בוכשטאבן.
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:24 am#381525
נולד מאוחר האט געשריבן:איין הערה , צי זאגן פאר איינער וואס זיין מח טראכט , אז ער דארף זיין און מוחין דגדלות , אין א גוט פלאץ, כדי צי חוקר זיין איז אזוי ווי זאגן פאר איינער וואס טראכט , טראכט נישט.
איז דען מעגליך צי קאנטרעלירן די מח ווען ער זאל ארבטען?
איך כאפ מיך יעצט אז דו נעמסט אביסעל קעיר דערפון, ווען דו בוסט מסביר אז ספיקות זענען נישט שרעקדיג.


אין הכי נמי. אבער איך רעד טאקע נישט פון אזעלכע מחשבות וואס פאלן סתם איין, דאס איז סתם הרהורים בעלמא כדבריך. איך מיין בעיקר לגבי די נקודה א מער ערנסטע סארט חקירה וואס מען זעצט זיך ממש אוועק טראכטען אדער ליינען אדער זיך נאכפרעגן און פארשן וואס דאס איז שוין מער א בחירה במחשבה תחילה. על פי רוב קען א מענטש קאנטרלירען זיינע מחשבות אויף א געוויסע לעוועל און עס איז שייך צו זאגן פאר זיך יעצט האב איך נישט קיין כח צו דעם און מסיח דעת זיין פון דעם אדער זיך מסתפק זיין מיט א אויבערפלעכליכע תירוץ אדער אמונה פשוטה אויף דערווייל. טאמער האט א מענטש ממש מחשבות וואס ער קען נישט קאנטרלירען איז דאס שוין אמאל מער א שאלה פון או סי די וואס דארף אן אנדערע אפהאנדלונג און נישט פון דעם רעדט מען.
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 7:27 pm#382200
לעיקוואד האט געשריבן:עניוועיס, איך בין א קאמפעטישין, ליינטס מיין ארטיקל צו זעהן וואס ער וועלט ווען געדארפט שרייבען :roll:

וואס זאגסטו, לעיקוואד = זוכען דעם אמת מיט ספיקות?
מיטוואך אוגוסט 30, 2017 1:51 am#383702
Re: א ז' אדר דרשה, און די אמונה קריזיס
ראובן: דיין ארטיקל איז ווי א פלאם פייער אין א קאלטע פינסטערע מדבר, ס'באלאכט און ס'ווארעמט. כ'האב דורך געליינט דיין ארטיקל כמה פעמים, יעדעס מאל האט עס מיך נאכאמאל אנגעווארעמט. ביז היינט האב איך געהאלטן אז די נאמען ראובן איז עפעס א סאפטווער וואס כאפט אויף חסירות ויתרות אדער סיי וואס איז אוועק פונעם אמת אפילו מיט א חוט השערה מיט א געוואלדיגע פינקטלעכקייט, אדער ווי א קאלטער זשארנאליסט וואס האט מיט קיינעם קיין שייכות עפעס א מין פארשוין וואס ווערט נישט איבער גענומען פון קיינעם און גארנישט, אבער נאכן ליינען דיין ארטיקל מערערע מאל זעה איך א פארוויינטער ראובן וואס שרייט והילד איננו ואני אנה אני בא!


 את חטאי אני מזכיר היום, איך האב אויך אייביג געהאלטן ווי ווינער רב, און איך בין מן הסתם נישט דער איינציגסטער,  ביז כ'האב געליינט דיין ארטיקל. אויף אזוי ווייט אז כ'האב מיך ג'טענהט מיט חברים לגבי דעם כמה פעמים, אבער קיינער פון זיי האבן מיך נישט באוויזען איבער צו צייגן, ווייל למעשה איז אסאך גרינגער צו זאגן אזוי. עד שבא ראובן און איבער געוויזען שווארץ אויף ווייס אז כ'בין געווען הינדערט פארצענט ראנג מיט דעם, פון וואנעט ווייס איך אז כ'בין טאקע געווען ראנג, און ראובן איז אזוי גערעכט?? .


לכבוד ראובן'ס ארטיקל האבעך מיך אריין געטוהן אינעם סוגיא פון אפיקורסת און אפיר געזוכט אין פארשידענע פלעצער אין גמ' זאכן וואס כ'האב שוין אפגעלערנט מערערע מאל, אבער קיינמאל נישט אפגעלערנט די סוגיא על בריו עד שבא ראובן און ער האט מיר אויפגעלאכטן ווי דו זון נאכן ליקוי.


והנה, ס'דא דריי גרופעס פון לייקענערס, די ערשטע צוויי זענען בערך די זעלבע, און ס'האט מן הסתם די זעלבע רעזולטאטן, אבער קומט מחמת צוויי פארקערטע סיבות, און ס'טוישט זיך ווען די סיבות ווערן אויס, דאס מיינט אז געווענליך איז דא א וועג ארויס, און מן הסתם איז עס נישט אינטערן "כל באי' לא ישובין"  און די דריטע וואס איז גאנץ אנדערש, לאו דוקא פארקערט, נאר אין גאנצן אן אנדערע מין מציאות, 


די ערשטע, זענען וואס מחמת צרות וואס לויפן זיי נאך, און האלטן און איין דאווענען צו גאט אבער פיעלן אז זייערע תפילות גייט צו הוילע הימלען, און צו מאל ווי מער זיי בעטן, אלס מער צו צרות ווערן זיי אויסגעשטעלט, ביז זיי מאכן אפ... רח"ל, וואס דאס ווערט אנגערופן ניסיון העוני. וואס די נסיון איז א גרעסערע ווי נסיון העושר, וועגן דעם רעכן איך עס די ערשטע



 די צווייטע קאטעגאריע איז עבדא בהפקירא ניחא לי' א שטארקע בעל תאווה וואס זוכט נאר ארויסנעמען די הנאות אויפן שטערקסטן פארנעם, און פארשטייטסעך אז כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו, און אזוי ווי ער איז גדול מחבירו מיינט אז ער האט א טיפערע און גרעסערע נשמה, און דע אלקות חלק אין זיין הארץ מוטשעט און מאנט,  איז כדי צו דערשטיקען זיינע געפילע(יצר טוב) וואס פרובירן עם אפצוהאלטן, מאכט ער אפ וואס ער מאכט אפ. אבער למעשה קוקט אויס אז דע גרופ איז די ווייניגסטע, ווייל מ'קען נאך אלץ זיין א פרומער איד מיט אלע תאוות, ווי צום ביישפיל א מומר לתיאבון.



דע דריטע קאטעגאריע, זענען די, וואס דאס שווערע, גרינגערע אדער תאווה'דיגע לעבן טרייבט זיי בכלל נישט, ס'קען אפילו זיין אז זיי האבן זייער א גוט לעבן, כבוד אדער עשירות אבער ביידע אינאיינעם, כבוד אויפן גאס אדער כבוד אין בית המדרש, מחברי ספרים, אזוי ווי @ראובן האט ארויס געברענגט, און ס'פעלט זיי באמת גארנישט און זענען אפילו נישט די גרויסע בעלי תאוות, נאר פאר געוויסע "אומבאקאנטע" פריערדיגע סיבות פאלן זיי אריין אין געוויסע קשיות וואס טרייבט זיי פוקר צו זיין און קומען צו א ריין כפירה'דיגע מסקנא, וואס ס'מוז אפילו נישט זיין אז מחמת גרויס קליגשאפט זענען זיי צוגעקומען צו יענע מסקנות, כלל וכלל נישט. אבער עפעס א כח הדוחה וואס שטיפט זיי ארויס פון אמונה בה' צו כפירה ממש, און וויפיל זיי גייען זיך צוריק בענקן צו זייערע אמאליגע אמונה, גייען זיי זיך אנשטויסן פיל מיט אומפארענטפערטע קשיות, וואס גייט זיי טרייבן און נישט לאזן גיין אויף צוריק, אזוי ווי מ'זעהט אין דע פאעם וואס ראובן האט געברענגט אין זיין ארטיקל פון יענעם וואס איז געווארן אן אפיקורס, ווי מ'קען פילן די בענקשאפט וואס ער האט צו זיין אמונה פון זיין יוגענט. 



און אין די דריטע גרופ, קען זיין איינער וואס איז א  חכם מחוכם, א פרומער און אן עהרליכער אן קיין פריערדיגע ערקלעהרונג קעגן גאט, און ס'קען פונקט אזוי זיין אזא איינער וואס איז נישט דער קליגסטער. די כפירה'דיגע מחשבות און שאלות קען מוטשענען סיי וועם, געווענליך קלאפט עס אן ביי די קליגערע,  די שאלה איז נאר ווי אזוי קען מען עס מונע, צו דורך לערנען מוסר ספרים וואס געבן אריין אמונה אינעם מענטש, קען זיין,  אבער נישט אלעמאל קען מען אנווייזן אויף א פריערדיגע סיבה און אפילו אז יא, איז עס אויך זייער דקות'דיג. וואס איז אויך אינטערעסאנט איז אז די זעלבע קשיות מיט תירוצים וואסי גוט געווען פארן רמב"ם, רד"ק, רס"ג, כוזרי, אברבנאל אא"וו, איז אבער נישט גענוג גוט פאר דע וואס לייקענען, דאס מיינט אבער נישט אז פאר דע וואס די תירוצים ארבייט יא, זענען ווייניגער חכמים ווי דע וואס ווילן נישט אנעמען דע תירוצים.


מ'לערענט אין מס' ברכות דף כ"ט ע"ב, יוחנן כהן גדול האט משמש געווען בכהונה גדולה ביים צווייטן בית המקדש פאר שטוינענדע אכציג יאר! קיין שום כהן גדול אין יענע תקופה האט נישט געדינט אזוי לאנג. און וואס איז געשען מיט עם? סוף ימיו נעשה צדוקי,  ס'מחלוקת אין גמ' צו ער איז געווען ינאי המלך, ממילא האט ער שוין פארדעם נישט געטויגט, אבער רבא נעמט אן אז ס'נישט געווען ינאי המלך, און ער איז געווען א צדיק פון פאר דעם. און די גמ' אין מס'  סוטה ל"ג רעכנט אויס דארט די תקנות וואס ער האט איינגעפירט וואס ס'פארבליבן אפילו נאכדעם וואס ער איז געווארן א צדוקי, וואס פון דעם קען אויך זיין א ראי' אז באותו שעה כשר הי'. אלענפאלס, לויטן חשבון אז ער האט געדינט אכציג יאר קומט אויס אז ער ווען ער איז געווארן א צדוקי האט ער שוין געמיזט זיין פעסט איבער די הינדערט, און א בעל תאווה איז ער שוין זיכער נישט געווען, אז מ'זאל תולה זיין אז עבדא בהפקירא ניחא לי.



די גמרא אין מס' חגיגה דף י"ד: ביז  ט"ו:    דערציילט פון פיר גרויסע תנאים וואס האבן פראבירט צו פארשן מעשה מרכבה רבי עקיבא, בן עזאי, בן זומא און אחר (אלישע בן אבויה) אויף רבי עקיבא שטייט נכנס בשלום ויצא בשלום, ס'טייטש אז ער האט משיג גאר גרויסע זאכן און ס'האט עם גארנישט געשאדט, בן עזאי ובן זומא האבן עס נישט געקענט דורך מאכן גאנצערהייט, און אחר יצא לתרבות רעה. און ווער אחר איז געווען דארף מען נישט צופיל אראפגעבן, לכאורה איז ער געווען פון די גרעסטע תנאים, ווי מ'זעהט ווער זיינע תלמידים זענען געווען, ר' מאיר! דאס בעסטע רעזומעי וואס מ'קען נאר ווייזן, און ווי מ'זעהט נאך אין די גמ' אז אפילו נאכדעם וואס ער איז ארויס לתרבות רעה איז נאך ר' מאיר נאכגעלאפן צו לערנען תורה פון איהם. עכ"פ וואס מ'זעהט דארט ווי אזוי אחר איז געווארן א אפיקורס, ווייל ער האט געפארשט און געלערנט מעשה מרכבה, פונקט ווי ר"ע און ביי אים, אנדערש ווי ביי רבי עקיבא האטסעך עס נישט גענדיגט גוט, און ווי די גמ' דריקט זיך אויס "אחר קיצץ בנטיעות" ד"ה ער איז געקומען צו די מסקנא אז ח"ו שתי רשויית יש, און אפילו נאכדעם וואס מ'האט געוויזן אז ס'נישטא קיין שתי רשויית דורך דעם וואס מ'האט געגעבן שיתין פילסא דנורא פאר מלאך מט"ט, האט ער שוין נישט געוואלט אדער געקענט צוריק דרייען, און דאמאלטס האט ער אונגעהויבן טוהן עבירות, כ'וויל נישט מאריך זיין יעצט אין די גאנצע סוגיא. 


וואס מ'זעהט אבער פון די גמ' דארט אז א גאנץ לעבן האט ער געהארעוועט אויף תורה, קיינמאל נישט ארום געגאנגן מיט אן אפענעם זיפער, ווייל ווען יא, וואלט מען ווען געוויסט דערפון, און חז"ל וואלט נישט מורא געהאט עם צו קריטיקירן אזוי ווי זיי האבן קריטיקירט אנדערע. און נאכמער פון דעם, די גמ' אליין פארשטייט נישט ווי אזוי אזא שרעקליכע זאך האט געקענט פאסירן און זוכן וועגן און תירוצים וואס ס'האט צוגעברענגט דערצו, די גמ'  רעכענט אויס פארשידענע סיבות, אבער קיין איין נישט דערפון איז "תאוות" אדער "עבדא בהפקירא ניחא לי". און ביי יוחנן כהן גדול רעדט בכלל נישט די גמ' פון עפעס א פרי קאנדישן פארוואס ער איז געווארן א צדוקי.

און אפילו צדוק ובייתוס זענען אויך אראפ פון וועג משום א פאלשע פשט וואס זיי האבן אפגעלערענט אין זייער רבין. און אויך נישט וועגן עבדא בהפקירא ניחא לי'.


עניוועי ס'דא נאך מ"מ דערוועגן ווי מ'זעהט אזעלכע מעשיות און כ'מיין אז ביי קיין איינס דערפון ווערט נישט געברענגט אז דע סיבה איז עבדא בהפקירא ניחא לי',  נאר אדער איז דא אנדערע מיני סיבות וואס ס'באמת שווער צוזאמען צו שטעלן אז טאקע נאר דאס האט עס גורם געווען, אדער ווערט בכלל נישט געברענגט אין חז"ל פארוואס, ווי למשל ביי יוחנן כהן גדול


מ'זעהט פארשידענע וויכטיגע נקודות וואס איז וויכטיג לענינינו.


ערשטענס, אז מ'קען זיין א צדיק כמעט כל ימיו און צום סוף ווערן אן אפיקורס קיינער האט נישט קיין גאראנטיע אפגעזעהן וועלעכע בנש"ק מ'איז.


צווייטענס, אז ס'מיז נישט זיין א "מערקבארע" סיבה וואס ס'האט עס צוגעברענגט.


דריטענס, אז די גמ' האט נישט אייביג געזוכט א סיבה פארוואס ס'איז געשען, און זיכער נישט תולה געווען אין א געוויסע זאך אבי ס'זאל הייסען אז מ'ווייסט אלעס אז מ'האט א לעזונג צו אלע פראבלעמען.



היינט צו טאג אבער, לעבן מיר אין א אכשר דרא'דיגע דור ווי ס'נאך קיינמאל פארדעם נישט געווען אזא פיינע חינוך סיסטעם, אפילו בימי חזקיהו המלך ווי אלע פון גרויס ביז קליין מענער און פרויען זענען געווען בקי און אלע הלכות פון טומאה וטהרה ווי די גמ' אין מס' סנהדרין  רעכענט דארט אויס, איז נאר כקליפת השום צו אינזער חינוך סיסטעם.

אינזער רוחנית איז אזוי הייליג און ריין אז אויב איינעמס עלטער באבע האט ח"ו א אומגעפילטערטע סמארטפאון וועט מען ח"ו נישט איינטינקן אירע האנט גקנויטענע בארכעס אין די פיש זאפט.

און ר"ה און יום הכיפורים וועט מען חס ושלום נישט אריין לאזן אין שול אפילו נישט מיט א סינטעטישע שייטל אפילו וואס האט א צודעק דארויף נאר ס'מוז זיין אנגאנצן אפגעבינדן.

און בקרוב וועט נאך הענגן צעטליך אין די בתי מדרשים אז ווער ס'האט נישט געגעסן מיט א שטארק היימישע הכשר אדער יא/ נישט געגעסן בראקל עופות, טאר נישט גיין הכנות אין בה"כ.

און א קינד העכער פיר יאר וועט רח"ל נישט גיין מיט ארבלען וואס קומען נישט אן ביזן קנעכל ווייל אפשר קען נאך ח"ו אן אלטער איד ערגעץ נכשל ווערן מיט א ראי' אסורה. און שרייענדע קאלירטע טורבאנס איז אסור פארן געשעפט ארויסצושטעלן אינעם פענסטער, ווייל טאמער וועט א בחור דורך גיין און ס'וועט זיין טעריבעל.

נו אין אזא דור אידאך פשוט נישט מעגליך אז ס'זאלן זיין נושרים, חוזרים בשאלה! מאן דכר שמי', אבער פטור בלא כלום אי אפשר, מוז מען דאך חוקר ודורש זיין על מי ועל מה? און אויב קומט מען נישט תיכף ומיד צו א מסקנא, וועט מען גלייך באשילדיגען דע פירערס, איז כדאי אראפ צונעמען די שילד ווארפט מען עס אויף זיי אליין אז זיי זענען הפקר אינגען און געסעטלט.


און אז מ'רעדט שוין דערפון איז כדאי צו דערמאנן ס'דא עטליכע בריוון און תשובות פונעם הייליגן ירושלימער רב זצ"ל ווי ער שרייבט דארט אז היינט צו טאג דע וואס זענען פורק עול תורה ומצוות און גלייבן נישט אין גאט זענען אנוסים און האבן אויך די הלכה פון תינוקות שנשבו ווי דער רמב"ם פסק'נט אין הלכות ממרים פ"ג הל' ג און זענען זיכער נישט קיין מזידים. דער רב זצ"ל דריקט זיך אויס "שפחא בישא של זרם הזמן" און לויט דעם טאר מען זיי ח"ו נישט מרחק זיין, נאר פארקערט מ'דארף זיי זיכער מקרב זיין, אזוי ווי דער לשון הרמב"ם "לפיכך ראוי להחזירן בתשובה "ולמשכם בדברי שלום" עד שיחזרו לאיתן התורה".


נאכאמאל ראובן כ'קען דיר נישט גענוג באדאנקן פאר אזא הערליכען ארבייט וואס דו האסט אריינגעלייגט מיט אזויפיל הארץ און ווארעמקייט, סיי אין דעם ארטיקל בפרט און סיי אינעם וועקער בכלל, 

ישלם ד' פעלך ותהי משכרתך שלמה מעם ד'


לעבן זאל דער וועקער!

לעבן זאל קאווע שטיבל! 
מיטוואך אוגוסט 30, 2017 11:00 am#383720
Re: א ז' אדר דרשה, און די אמונה קריזיס
גיט געזאגט ,
די ירושלים רב ז״ל וואס די ברענגסט , פין וועמען רעדסטו וכמדומה אז ביסט דיך טועה מין חזו״א..
מיטוואך אוגוסט 30, 2017 11:27 am#383722
Re: א ז' אדר דרשה, און די אמונה קריזיס
יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:גיט געזאגט ,
די ירושלים רב ז״ל וואס די ברענגסט , פין וועמען רעדסטו וכמדומה אז ביסט דיך טועה מין חזו״א..
שכוח,
דער ירושלימער רב מיינט מען הרב קוק זצ"ל.

און לגבי דעם וואס דו זאגסט וועגן דעם חזו"א, ניין כ'האב מיך נישט טועה געווען, און כ'ווייס אז דער חזו"א און אפילו נאך אנדערע ליטווישע גדולים האבן און האלטן אזוי, און זייער עיקר טעם איז ווייל היינט איז נישטא א גילוי ווי אמאל פון ניסים און השראת השכינה.

אבער דער רב זצ"ל גייט נאך א מדריגה טיפער, אז אפילו איינער וואס איז יא געווען עהרליך נאר איז געווארן א חוזר בשאלה, גייט אויך אריין בגדר אונס, אדער אין אן אנדערע פלאץ רופט ער זיי שוגגין, און איז מסביר ווייל די ווינט אין די גאס איז שטארק און דאס איז בערך זיין לשון, שרוח הזמן מלא בכפירה הרווחות בדור, אדער מחמת "שפחא בישא של זרם הזמן, און נאך אסאך ענליכע לשונות.
מוצ"ש אקטאבער 07, 2017 10:27 pm#386280
כ'האב דעם ארטיקל ערשט געלייענט דעם שבת, און כ'האב ממש נישט קיין ווערטער. א מייסטער שטיקל אין יעדן מעגליכן זין. די נשמה, דאס הארץ, דער מוח; די גאר מאכטפולע נקודות און דער אבנארמאל-געבענטשטער פעדער. יעדעס ווארט איז פון ריין גאלד, און כ'האף ס'וועט גרייכן די ריכטיגע אויגן און אויערן.

יחי ראובן!
מיטוואך אקטאבער 02, 2019 8:50 am#436875
לעיקוואד האט געשריבן:איך שטעל מיך פאר (אדער האף, אבער מען קען דאס מברר זיין און טאמער וועל איך וויסען פרטים וועל איך צושרייבען דא) אז ווען א יונגערמאן קומט צו'ם רב אז עס עגבערט עם באמת מיט ספיקות און ער גיט זיך נישט קיין עצה, אז דער ווינער רב אזויווי יעדער אנדערער נארמאלער פרומער רב, טוהט נישט יענעם באוואשען אז זיינע ספיקות זענען נאר תירוצים, נאר ער פראבירט עם צו העלפען ארויסגיין פון דער קריזיס, אויף וואסארא אופן ער ווייסט, מיט רחמנות און מיטגעפיל.

l viewtopic.php?p=369523#p369523 l
דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 11:21 pm#442660
Re: א ז' אדר דרשה, און די אמונה קריזיס
שלום שטיסל האט געשריבן:אינמיטן דעם ארטיקל ווערט דערמאנט ווי יעדער באשאפט זיך א גאט כדמותו וכצלמו, דער שמייכלדיגער שאפט זיך א שמייכלדיגער גאט, דער אנגעצויגענער א צערנדער גאט

l viewtopic.php?p=442616#p442616 l