Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל • מען ווארפט בחורים

קאווע שטיבל • מען ווארפט בחורים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
84 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11662
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 3:43 pm#381267
די ראש ישיבה מיט זיינע צוויי בנים
די ערשטע איז אונזער זלמן'יו
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 3:45 pm#381268
א שחרית אין ישיבה
ווען בחורים טוען אן טליתים
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 3:47 pm#381269
[quote="אדונינו"]ווען בחורים טוען אן טליתים
די בילד גייט נישט דורעך
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 3:49 pm#381270
די ראש ישיבה ביים ליל ששי שמועס
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 3:50 pm#381271
א שחרית אין ישיבה
אדונינו האט געשריבן:די ראש ישיבה ביים ליל ששי שמועס

איינער ווייסט פארוואס מיינע הודעות קומען אן אן די בילד?
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 2:27 am#381331
Re: מען ווארפט בחורים
בין איך טאקע דער איינציגסטע וואס האט באמערקט ווי א פאר בחורים האבן זיך באקוועם געמאכט אין שטיבל און פירן פון דא מערכות...
צוריק אין חדר אריין.....
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 9:43 am#381346
קפה נמס האט געשריבן:בין איך טאקע דער איינציגסטע וואס האט באמערקט ווי א פאר בחורים האבן זיך באקוועם געמאכט אין שטיבל און פירן פון דא מערכות...
צוריק אין חדר אריין.....

מיין marriage license איז שוין כמעט expired....
פרייטאג אוגוסט 04, 2017 2:41 pm#381360
Re: מען ווארפט בחורים
קפה נמס האט געשריבן:בין איך טאקע דער איינציגסטע וואס האט באמערקט ווי א פאר בחורים האבן זיך באקוועם געמאכט אין שטיבל און פירן פון דא מערכות...
צוריק אין חדר אריין.....

מ'אישי'ט מיך וואס איז דאס די 'העיט' אנטקעגן בחורים. ח"ו כ'האב גארנישט קעגן קיינעם אפגעזען וואס זיין Marital status איז. נאר אז מ'קומט אריין פארשטעלט ווי א גרויסע טאטע און מ'לייגט ארויס פריוואטע נעמען און טעלעפאן נאמבערס, דאן האלט מען זיך גרויס וויפיל אייער מ'האט שוין געקראכט אין די חדר אוכל... האב איך געבעטן אביסל רעספעקט פאר די ק"ש ליינער און שרייבער. ואתכם הסליחה.
זונטאג אוגוסט 06, 2017 4:35 am#381435
Re: מען ווארפט בחורים
אדונינו האט געשריבן:ווען בחורים טוען אן טליתים
אונז ווארטן אומגעדולדיג אויף די בילדער
זונטאג אוגוסט 06, 2017 6:04 pm#381485
קפה נמס האט געשריבן:בין איך טאקע דער איינציגסטע וואס האט באמערקט ווי א פאר בחורים האבן זיך באקוועם געמאכט אין שטיבל און פירן פון דא מערכות...
צוריק אין חדר אריין.....


כבוד הרב קפה נמס שליט"א, האט אייך איינער געלאדנט אריין צו וואקן דא? עס איז דא ב"ה אסאך אינטרעסאנטע אשכולות איר זענט מכובד ארויס צו גיין א שפאציר אהין, שטערט אייך אפאר אידן פילן מיט די ווייטאג פון טייערע אומשולדיגע בחורי חמד וואס מען צאפט זיי דאס בלוט על לא עול בכפם, עס זעט נישט אויס ווי איר האט שוין א בחור וואס קען דאס פילן... אבער ווען איר וועט האבן בעזהש"י א זון אין די יארן וועט איר שוין איין מאל פארשטיין (זאל דער אייבישטער העלפן איר זאלט עס נישט פילן) וואס עס טוט ווי פאר אלע חשובע שרייבער/ליינער דא.
אנשטאט צו האקן דא אויף די גאנצע זאך, אפשר קען גאר זיין אז איר זענט דער פאסיגער מענטש וואס קען זיי העלפן, לייגט אייך אריין אין די נושא, און איר וועט האבן די געוואלדיגע זכות פון מציל זיין בחורים פון פארפאלן גיין לבאר שחת, און האבן די געוואלדיגע זכות פון "כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא".
זונטאג אוגוסט 06, 2017 6:36 pm#381487
ס'איז ממש א פאל פון עמק התלמוד אדער באר שחת? גארנישט אוועילעבל אינצווישן?
זונטאג אוגוסט 06, 2017 8:24 pm#381494
קורקלענד האט געשריבן:ישיבת באר שחת
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 10:53 am#381962
קפה נמס האט געשריבן:בין איך טאקע דער איינציגסטע וואס האט באמערקט ווי א פאר בחורים האבן זיך באקוועם געמאכט אין שטיבל און פירן פון דא מערכות...
צוריק אין חדר אריין.....

בחורים?? ווי איז דיין הארץ פאר צושאסענע טאטע'ס וואס די איינצוגסטע פלאץ ווי זיי האבן זיי האבן זיך געטראפן זיך אויס צו רעדן איז דא דארפסטו זיי אראפ רייסן
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 11:42 am#381965
קפה נמס האט געשריבן:בין איך טאקע דער איינציגסטע וואס האט באמערקט ווי א פאר בחורים האבן זיך באקוועם געמאכט אין שטיבל און פירן פון דא מערכות...
צוריק אין חדר אריין.....

בין איך טאקע דער איינציגסטע וואס האט באמערקט ווי א פאר לוזערס פונעם סיסטעם האבן זיך באקוועם געמאכט אין שטיבל און פירן פון דא מערכות
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 1:36 am#382079
איין פארטאגס ביי א מנין שחרית האט זעך די גאנצע מנין אנגעטון טליתים, פארשטייט זיך אז ביי שיעור עיון איז מען שוין פעסט געשלאפן
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 1:37 am#382080
מען האט געמאכט א ברכה?
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 1:39 am#382082
אזוי האט אויסגעקוקט די "שיעור עיון"
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 1:39 am#382083
קורקלענד האט געשריבן:מען האט געמאכט א ברכה?

טלית שאולה פטור מברכה
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 1:41 am#382084
ביי שיעור פשוט האט מען געכאפט א "קווארט און א האלב" וואסער, וזהו הרחמנות....
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 1:43 am#382085
דעם שטאטס עלטסטן האט מען אויך אויפגעוועקט מיט טליתים
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 1:44 am#382086
די ראש ישיבה פלעגט בלייבן אן קיין נעגל נאכן זיך צוגרייטן די שמועס
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 1:47 am#382087
ווען די ראש ישיבה פלעגט טרייבן צום לערנען האט מען געמוזט אראנזירן א חדר אוכל אין דארמעטארי
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 1:48 am#382088
אט אט דאס האט רעב חאצקל געמיינט....
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 3:58 am#382097
Re: מען ווארפט בחורים
בעביסיטער האט געשריבן:
קפה נמס האט געשריבן:בין איך טאקע דער איינציגסטע וואס האט באמערקט ווי א פאר בחורים האבן זיך באקוועם געמאכט אין שטיבל און פירן פון דא מערכות...
צוריק אין חדר אריין.....

בחורים?? ווי איז דיין הארץ פאר צושאסענע טאטע'ס וואס די איינצוגסטע פלאץ ווי זיי האבן זיי האבן זיך געטראפן זיך אויס צו רעדן איז דא דארפסטו זיי אראפ רייסן

מיין טייערער,
לאמיך דיר אויסלערנען, צושאסענע ערוואקסענע טאטעס האלטן זיך נישט גרויס וויפיל אייער בחורים האבן שוין צוקראכט אדער ווי מעכטיג ס'איז די באחדות'דיגע מערכה פון ווערן שטיל ווען די משגיח קומט אריין אין ביהמ"ד.

אויך איז נישט ראטזאם ווען מ'וויל שפילן "טאטע", זיך צו האלטן גרויס אז מ'ווייסט שוין וויאזוי צו עדיטן וויקיפעדיע.

אבער @בעיביסיטער, קומסט מיר פאר צו זיין א געלונגענע געריבענע בחור.. איז נעם דיך צוזאם און טראכט פון דיין עתיד, טוה אויף עפעס פראדוקטיוו אנשטאט צו פירן מלחמות מיט דיינע געוועזענע ישיבות. טינק עבאוט איט.
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 9:50 am#382114
Re: מען ווארפט בחורים
אדונינו האט געשריבן:איין פארטאגס ביי א מנין שחרית האט זעך די גאנצע מנין אנגעטון טליתים, פארשטייט זיך אז ביי שיעור עיון איז מען שוין פעסט געשלאפן

עס קוקט מיר מער אויס ווי כהנים זענען עולה לדוכן ווי "די גאנצע" מנין האט זיך .......
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 10:49 am#382119
גר ותושב האט געשריבן:
אדונינו האט געשריבן:איין פארטאגס ביי א מנין שחרית האט זעך די גאנצע מנין אנגעטון טליתים, פארשטייט זיך אז ביי שיעור עיון איז מען שוין פעסט געשלאפן

עס קוקט מיר מער אויס ווי כהנים זענען עולה לדוכן ווי "די גאנצע" מנין האט זיך .......

אין דארמעטארי דוכנ'ט מען אויך?
דינסטאג אוגוסט 29, 2017 10:55 am#383618
היסטאריע אין עמק התלמוד.
נייעם ראש ישיבה אויפגענומען אין עמק התלמוד, הרה"ג רבי אשר דויטש שליט"א ר"מ בישיבת פאנאוויעזש אין בני ברק.
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 8:12 am#388901
בעביסיטער האט געשריבן:איז אזוי עמק התלמוד א ברייט בארימטע ישיבה און א''י פאר בחורים פון חוץ לארץ א ישיבה ווי מ'האקט שטיקער די עולם זיצט און לערענט ממש א נחת צוצוקוקן ממש אלע נייע תלמידי חכמים פונעם נייעם דור קומען ארויס פון די ישיבה און שפיץ פון די ראש ישיבה ר' מאיר הייזלער מזקני חשובי ירושלים, און היות די ראש ישיבה איז שוין נישט קיין יונגע מענטש קורב צו די 80 האט מען דעי זמן מחליט געווען אריינצונעמען א יונגע מענטש וואס זאל זיך מער אפגעבן מיט די בחורים, איז וואס איז געשעהן ער פאנגט אן צו ווארפן בחורים פארוואס? ווייל כל מיני נארישע סיבות וואס אינעם גאנצען עולם הישיבות הערט מען נישט אז מ''ווארפט בחורים פאר דעם, איז וואס טעהנט ער אז ער וויל פירן די ישיבה א 2טע וועג ווי די ראש ישיבה און אפילו די בחורים האבן באמת גארנישט געטוען מיז ער זיי ווארפן כדי צו קענען פירן די ישיבה אזווי ער וויל
געוואלד מ'ווארפט בחורים פאר גארנישט און קיינער זאגט נישט קיין ווארט
איז האט מען געשרעבן א בריוו פאר די ראש ישיבה בשם אלע בחורים אבער ווי עס קוקט אויס וועט עס בכלל נישט העלפען ער איז שוין צו אלט פאר דעם, איז וועגען דעם יודן רחמנים בני רחמנים הייבטס אויף א טעלעפאן צו ישראל משה גוטוויין און בעטס אים אז ער זאל חס ושלום נישט טוען אזא זאך א זאך וואס ער וועט קיינמאל נישט קענען פארעכטען און וואוילע טייערע ערליכע אומשולדיגע בחורים ווועלן אראפגיין פון וועג נאכדעם ווען זיי ווועלן זיך טרעפן אן א ישיבה, איז ביטע רופט'ס אים אן אויף
972-53-318-9326+ א גרויסע שכח א צענדליגע בחורים וועלן אייך דאנקבאר זיין
ווי עס שרייבט א צובראכענע טאטע


כ'הער אז דער גוטוויין איז אריבער דער זמן צו זיין משגיח אין באבוב ישיבה גדולה. ווייסט איינער וועלכער באבוב און וועלכע ישיבה?
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 6:21 pm#389009
באבוב 48 אין קדושת ציון אזוי האב איך געהערט
דינסטאג יאנואר 02, 2018 4:11 pm#392612
ישראל משה גוטוויין איז געפלויגען פון עמק התלמוד
ווער עס ווייסט פון א כולל יונגערמאן וואס זוכט א חברותא זאל רופן די נומבער פונעם ערשטען תגובה
דינסטאג יאנואר 02, 2018 9:26 pm#392640
בעביסיטער האט געשריבן:ישראל משה גוטוויין איז געפלויגען פון עמק התלמוד
ווער עס ווייסט פון א כולל יונגערמאן וואס זוכט א חברותא זאל רופן די נומבער פונעם ערשטען תגובה

אלטע נייעס. שוין אנהייב זמן.

די בחורים האבן נישט קיין עקסעס ביז עשרה בטבת....
מיטוואך יאנואר 03, 2018 8:06 am#392681
איסר האטלקי האט געשריבן:
בעביסיטער האט געשריבן:ישראל משה גוטוויין איז געפלויגען פון עמק התלמוד
ווער עס ווייסט פון א כולל יונגערמאן וואס זוכט א חברותא זאל רופן די נומבער פונעם ערשטען תגובה

אלטע נייעס. שוין אנהייב זמן.

די בחורים האבן נישט קיין עקסעס ביז עשרה בטבת....

נאכדעם וועט מען זיך וואונדערען פארוואס קאווע שטיבל איז כמעט נישט אקטיוו, יעדער פליקט דעם אנדערען אן קיין גבולים, פארוואס זאל איינער אריינקומען ד? אפארדעם זעסטו זאכן פון א יאר צוריק אויפן ערשטען בלאט
מיטוואך יאנואר 03, 2018 8:29 am#392682
.
מיטוואך יאנואר 03, 2018 3:16 pm#392713
מיין פליק איז טאקע געווען אויף וואס דו ביזט נישט אקטיוו דא!