Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל • מען ווארפט בחורים

קאווע שטיבל • מען ווארפט בחורים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
84 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11662
דאנערשטאג יולי 27, 2017 6:31 am#380489
מען ווארפט בחורים
איז אזוי עמק התלמוד א ברייט בארימטע ישיבה און א''י פאר בחורים פון חוץ לארץ א ישיבה ווי מ'האקט שטיקער די עולם זיצט און לערענט ממש א נחת צוצוקוקן ממש אלע נייע תלמידי חכמים פונעם נייעם דור קומען ארויס פון די ישיבה און שפיץ פון די ראש ישיבה ר' מאיר הייזלער מזקני חשובי ירושלים, און היות די ראש ישיבה איז שוין נישט קיין יונגע מענטש קורב צו די 80 האט מען דעי זמן מחליט געווען אריינצונעמען א יונגע מענטש וואס זאל זיך מער אפגעבן מיט די בחורים, איז וואס איז געשעהן ער פאנגט אן צו ווארפן בחורים פארוואס? ווייל כל מיני נארישע סיבות וואס אינעם גאנצען עולם הישיבות הערט מען נישט אז מ''ווארפט בחורים פאר דעם, איז וואס טעהנט ער אז ער וויל פירן די ישיבה א 2טע וועג ווי די ראש ישיבה און אפילו די בחורים האבן באמת גארנישט געטוען מיז ער זיי ווארפן כדי צו קענען פירן די ישיבה אזווי ער וויל
געוואלד מ'ווארפט בחורים פאר גארנישט און קיינער זאגט נישט קיין ווארט
איז האט מען געשרעבן א בריוו פאר די ראש ישיבה בשם אלע בחורים אבער ווי עס קוקט אויס וועט עס בכלל נישט העלפען ער איז שוין צו אלט פאר דעם, איז וועגען דעם יודן רחמנים בני רחמנים הייבטס אויף א טעלעפאן צו ישראל משה גוטוויין און בעטס אים אז ער זאל חס ושלום נישט טוען אזא זאך א זאך וואס ער וועט קיינמאל נישט קענען פארעכטען און וואוילע טייערע ערליכע אומשולדיגע בחורים ווועלן אראפגיין פון וועג נאכדעם ווען זיי ווועלן זיך טרעפן אן א ישיבה, איז ביטע רופט'ס אים אן אויף
972-53-318-9326+ א גרויסע שכח א צענדליגע בחורים וועלן אייך דאנקבאר זיין
ווי עס שרייבט א צובראכענע טאטע
דאנערשטאג יולי 27, 2017 7:22 am#380491
בעט אנשים חשובים, עסקנים זאלן רופען
דאנערשטאג יולי 27, 2017 7:30 am#380492
מיין הארץ ווייטאגט מיט דיר און דיין חשובע משפחה.
דאס מצב החינוך ביים חסידישען עולם איז א טיים באמבע. עס האט נישט קיין הנהגה, און יעדער ראצער מאכט זיך א ישיבה און איז מחנך די האקעלע צאן קדשים. עס איז כמעט נישט פאררהאנען קיין חסידישע ישיבות גדולות דאהי, אויסער די וואס באלאנגען צו די גרויסע חסידישע פירמעס. ממילא זענען די וואס עגזיסטירען יא ידם על העליונה. קיין גרויסע מחנכים און וויזיונערן זענען ניטא. אין עניני חינוך ולימוד טוען זיי בלויז נאך וואס מען האט געטוען נעכטען און אייער נעכטען. שכ״ל רייסט מען אין הימל אריין. עלטערען פלאגען זיך. אויב האבען זיי פראגראמען פונעם גרויסען פעטער זאל לעבען פילען זיי זיך אהן די קעשענעס היבש שיין.
דאנערשטאג יולי 27, 2017 7:43 am#380494
תורה ומדע האט געשריבן:מיין הארץ ווייטאגט מיט דיר און דיין חשובע משפחה.
דאס מצב החינוך ביים חסידישען עולם איז א טיים באמבע. עס האט נישט קיין הנהגה, און יעדער ראצער מאכט זיך א ישיבה און איז מחנך די האקעלע צאן קדשים. עס איז כמעט נישט פאררהאנען קיין חסידישע ישיבות גדולות דאהי, אויסער די וואס באלאנגען צו די גרויסע חסידישע פירמעס. ממילא זענען די וואס עגזיסטירען יא ידם על העליונה. קיין גרויסע מחנכים און וויזיונערן זענען ניטא. אין עניני חינוך ולימוד טוען זיי בלויז נאך וואס מען האט געטוען נעכטען און אייער נעכטען. שכ״ל רייסט מען אין הימל אריין. עלטערען פלאגען זיך. אויב האבען זיי פראגראמען פונעם גרויסען פעטער זאל לעבען פילען זיי זיך אהן די קעשענעס היבש שיין.

שכח גוט ארויסגעברענגט, און גראדע מיין זוהן איז פון די עכט גוטע בחורים ענדיגט מסכת'ס בין הסדרים אפילו, נאר וואס ער גייט שיינע גלעזער שיין אנגעטוען וכדומה און עס שמעקט נישט פאר דעם גוטוויין ווייל ער וויל אזעלכע רחמסטרוויקא סטייל בחורים, איז פאר דעם גייט מען אים ארויס ווארפן גוטע בחורים וואס לערנען 8 שעה א טאג, און דאס איז נישט וואס מיין זוהן דערציילט מיר דאס איז וואס איך הער פון די גאנצע סטעף און די ראש ישיבה בתוכם אז מיין זוהן פילט אן יעדע מוניט און טאג, וויל איך בעטן נאכאמאל אויב די עולם קען זיך מרחם זיין און אים רופן ווייל אויף מיר הייבט ער שוין נישט אויף און די גאנצע סטעף זאגט אז ער נעמט קעיר און איך מיז רעדן מיט אים, רבותי עס איז כלו כל הקיצין זייטס ענק מרחם רופטס אריין יישר כח למפרע
דאנערשטאג יולי 27, 2017 7:50 am#380495
זעה אז א פאר טאטעס זאלען אנרופן דער ראחמיסטריווקער רבי פון ירושלים. בדוק ומנוסה! זיי זאלן רעדן צום רבי'ן אליינס, נישט צו קיין גבאים.
דאנערשטאג יולי 27, 2017 7:55 am#380496
בן אדם האט געשריבן:זעה אז א פאר טאטעס זאלען אנרופן דער ראחמיסטריווקער רבי פון ירושלים. בדוק ומנוסה! זיי זאלן רעדן צום רבי'ן אליינס, נישט צו קיין גבאים.

מען האט שוין פראבירט מ'קען נישט צוקומען
דאנערשטאג יולי 27, 2017 7:57 am#380497
Wow!
כ'האב געמיינט אז מ'קען נאך...
דאנערשטאג יולי 27, 2017 8:44 am#380500
Re: מען ווארפט בחורים
סאיז נאר 10 שעה פליען פאר אראפ
דאנערשטאג יולי 27, 2017 8:48 am#380502
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:סאיז נאר 10 שעה פליען פאר אראפ

עס איז נאר איין טעלאפאן צום משגיח פליז
דאנערשטאג יולי 27, 2017 9:06 am#380505
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:סאיז נאר 10 שעה פליען פאר אראפ

געב מיך די געלט און איך פאר...
דאנערשטאג יולי 27, 2017 9:08 am#380507
איך ווייס פין אזא ענדליכע מעשה וואס מען האט געווארפן א בחור על לא עוול כפם אין מען האט נישט געוואלט צירוק נעמען איז דער טאטע אליינס אריבער געפארן אין גערעד דא אין דארט וכו' נאר אזוי האט ער מצליח געוועהן צו צוריק אריין שטעלען די בחור אין ישיבה

מיין איך אז טוט דיר באמת וויי איז זייטס נישט פויל אין פאר אליינס אריבער קיין אר"י [איז טאקע נישט ביליג אבער וואס טוט נישט א טאטע פאר א אייגן קינד] אין גיי אריין צום ראכמיסטריבקער רבי'ן שליט''א אין נאר אזוי האפטליך וועט מען בס''ד קענען מצליח זיין צו מסדר זיין די זאכן...
דאנערשטאג יולי 27, 2017 9:12 am#380508
Re: מען ווארפט בחורים
Follow the money...
איינער האט אים געהייערט און שטעלט אויס די טשעק, אפשר פראבירסטו מיט נאך טאטעס רעדן צו זיי. אויב דאס העלפט נישט, ווער געווארנט ווער עס זענען די גרעסטע תומכים פון די ישיבה דא אין אמעריקא, אפשר קען מען זיי אנווארימען, און זיי זאלן לייגן דרוק.

מיין טעלעפאן קאל גייט נישט אויסמאכן קיין כי הוא זה.
דאנערשטאג יולי 27, 2017 9:28 am#380509
נישט צו לאנג צוריק באקום איך אזוי א טעלעפאן קאל אין מיטן טאג: ר' קאך לעפל, מ'קען אפשר רעדן צו אייך א מינוט? ס'איז גאר וויכטיג! יא וואס קען איך אייך העלפן? מיר רעדן פון די הנהלת המוסדות, און ווילן אז איר זאלט ארויף לייגן א פילטער אויף אייער טעלעפאן!
פרעג איך דעם ריפער אזוי געלאסען, פארוואס? פארוואס זאל איך דארפן האבן א פילטער אויף מיין טעלעפאן? הייב ער אן מיט א גאנצע דרשה.. די ווייסט דאך אין אפוטרופוס לעריות...בלא בלא בלא...די רבי שליט''א האט געהייסן, און דער צדיק פון סוקעלני האט צוגעזאגט.. אז ווער ס'וועט.... וועט גע... אד''ג.
זאג איך אים הער מיך צו מיין טייערע פריינד, אויף מיין רוחניות בין בלויז איך זעלבסט פאראנטפארטליך, און איר הויכגעשעצטע הנבלת המוסדות זאלט זיך בלויז זארגן אויף מיינע קינדער'ס רוחניות... און אנשטאט איר זאלט פילייכט טאקע טאן אייער פליכט, ווארפט איר גאר ארויס אונזער קינדער אויף די פעך-טמאנע ניו יארקער גאסן, ווי זיי וואלטן זאגאר געווען קרעציגע הונט. און אייער הייליגטום געפונט גאר נישט מער פאר וויכטיגערס צו טאן מיט אייער לאנגווייליגע צייט, ווי מיר צו פארדרייען א שמיטשיק מיט מיין רוחניות...און מיט צוגעזאגעכצער פונעם צדיק פון סקולען...סארא שאנדע...טראך דער טעלעפאן איז ארויס פון באנוץ....
מיילא מ'ווארפט ארויס א בחור צילוב חוצפה, אדער צוליב ערענסטע יראת שמים ענינים החרשתי, ווארום היינט ווארפט מען ארויס בחורים צוליב נישט זיין קיין עילוים רח''ל, בלויז ווייל גאט האט אים באשאפן מיט נישט דעם בעסטען קאפ, ווארפן אים די נאצישע סעלעקציאנערן פון די הנבלות המוסדות פאר די שווארצע הונט אויפן גאס, און מ'האט נאך די העזה צו קאלן דעם טאטען וועגן פילטערס, דאס פאסירט נישט בלויז אין פריוואטע ישיבות! ניין! דאס פאסירט שוין היינט אויך ליידער אין די היימישע קהלישע ישיבות, וואס אונזערע זיידעס און טאטעס האבן אויפגעבויעט מיט בלוט אין שווייס נאך די האוליקאסט...
א פאר כוליגאנעס האבן פארכאפט די וויכטיגע שליסל-פאזיציעס פון די הנבלות המוסדות, ס'איז זיי באשיינפערליך געלונגען פטור צו ווערן פון די עלטערע אחריות'דיגע מחנכים, וועלכע מ'האט ערזעצט מיט יונגע דורכגעפוילטע אנגעפרעסענע טאשאבעגאויס, ראצערלך מיט סאדיסטישע און נאצישע נאטורן, שוחטי ילדים, וואס טוען מיט אונזערע קינדער ככל העולה על ריחם. און דאס אלעס גייט צו מיט אזא צינישקייט, מ'טרייבט גאר פונעם צושאסענעם טאטע און מאמע אקטאוועס... ס'איז איז ממש נישט צוגלייבן......יא! גיוס בני ישיבות... תיימענע קינדער...רוסישע קינדער...וואס האקט איר א טשייניק? אונזערע קינדער!
ווי האט יענער געזאגט? שלמה! שיק אהיים די קעלבלך.... יא דאס זענען מיר, קעלבלך. דער עולם לאזט זיך שחט'ן. אנשטאט אנכאפן די יעניגע און אריין פראקן אין זיי עד שיצא נשמתם, ועד בכלל! זיצן מיר קעלבלך אין דער שטיל, און מ'גייט איין פאר צער און עגמ''נ.
ס'איז צייט זיך צו נעמען טאן..........
דאנערשטאג יולי 27, 2017 10:47 am#380518
ר׳ מאיר הייזלער איז נישט אין סאכאטשוב?

ער איז געוועהן מיין מגיד שיעור אין סאכאטשוב, בית וגן ירושלים מיט איבער צוואנציג יאהר צוריק, ער איז שוין דאן געוועהן א זקן.
דאנערשטאג יולי 27, 2017 11:19 am#380522
בעביסיטער האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:זעה אז א פאר טאטעס זאלען אנרופן דער ראחמיסטריווקער רבי פון ירושלים. בדוק ומנוסה! זיי זאלן רעדן צום רבי'ן אליינס, נישט צו קיין גבאים.

מען האט שוין פראבירט מ'קען נישט צוקומען

איך וועל ח"ו נישט פרעגן ווי אן אפיקורס..."מאי אהנו לן רבנן"...אבער איך וועל יא פרעגן מאי אהנו לן די אלע העיליגע שטיק. דאס טאנצן מיט פארמאכטע אויגן. אנטון געפארבטע גלעזער ווען דער קדוש וטהור פארט ערגעץ. און דאס עסן פאטעיטא קוגל מיט פארמאכטע אויגן און מאכן אלע מיני פאני קונצן און העוויות מיט די הענט...אט דאס אלעס קענמען אראפפלאשן...!

ס'איז דא א שיינער משל אויף דעים וואס איך האב געליינט ערגעץ. והנה. אמאליגע צייטן איז געווען א מנהג נאך אין אנהייב ווען די טעקסטיל פאבריקן זענען ארויסגעקומען. אז זיי האבן געהאט שלוחים. סעילס מענטשן וועלכע זענען ארומגעגאנגען צו די גרויסע געשעפטן און פארקויפט די סחורה וואס מ'האט פאבריצירט. אבער אזוי ווי די סעילס מענטשן האבן נישט געקענט שלעפן גרויסע ראללס/באנדלס פון סחורה האט זיי די פאבריק געגעבן עטליכע קליינע שטיקלעך פון די אלע סחורות וואס זיי האבן געהאט. צו ניצן אלס סעמפלס. איין טאג, ווען איינער אזא סעילס מענטש איז געווען אין א געשעפט און ער האט געהאלטן אינמיטן פארקויפן זיין סחורה, האט ער געהערט די נייעס אז עפעס א גרויסע פאבריק פון סחורה איז איינגעפאללן און חרוב געווארן. האט ער געכאפט די גאנצע פעקל מיט שטיקלעך פון סחורה וואס ער האט געהאט און אריינגעווארפן אין פייער. האבן די מענטשן איהם אנגעקוקט ווי א חסר דיעה. ס'הייסט ער מאכט שאדן אזויפיהל גוטע שטיקלעך סחורה. האט ער זיי געענטפערט...כל זמן די פעקטארי איז געשטאנען, האט מיין סחורה געהאט עפעס א ווערד. איך האב געקענט ווייזן וואס זיי האבן צו פארקויפן. אבער ווען איך האב געהערט אז די פאבריק איז חרוב געווארן האבן שוין מיינע שטיקלעך סחורה גארנישט קיין ווערט...! דער נמשל איז אז די אלע זאכן פון עולם הזה ווי עסן שלאפן און אנדערע תענוגי עולם הזה זענען נאר א מיטל צו צוקומען צו לערנען תורה און עבודת ה'. אבער ווען דאס פעהלט, זענען די אלע אנדערע זאכן שוין גארנישט ווערט...!
דאנערשטאג יולי 27, 2017 12:25 pm#380525
שבת אחים האט געשריבן:ר׳ מאיר הייזלער איז נישט אין סאכאטשוב?

ער איז געוועהן מיין מגיד שיעור אין סאכאטשוב, בית וגן ירושלים מיט איבער צוואנציג יאהר צוריק, ער איז שוין דאן געוועהן א זקן.

ער איז ארויס פון סאכאטשוב ארום צען יאר צוריק, און געעפנט זיין אייגענע ישיבה.

ער זעלבסט איז דער היפוך פון די סארטן שגיונות, זייענדיג א שטיקל חסיד פון הרב שך טראגן די חסידישע נקודות קיין טראפ געוויכט ביי אים. ער איז א געשמאקע מענטש מיט ידיעות בהרבה ענינים, און לאזט אפטמאל הערן זיינע באמערקונגען איבער דברים העומדים אדער שעמדו על הפרק...
דאנערשטאג יולי 27, 2017 12:37 pm#380528
ארי נוהם האט געשריבן:ער איז ארויס פון סאכאטשוב ארום צען יאר צוריק, און געעפנט זיין אייגענע ישיבה.

ער זעלבסט איז דער היפוך פון די סארטן שגיונות,

פון וועלכע סארט שגיונות רעדסטו?
ער אליינס האט פאריגע זמן געוואלט ווארפן פיל מיט בחורים פאר'ן איינשטיין שפעט וכו', ער האט געהייסן די גאנצע עולם זיך צו פארהערן אפאר בלאט און ווער ס'וועט נישט קענען וועט מוזן ארויסגיין, אבער דאס איז נאר געווען א תירוץ צו קענען ארויסווארפן די פאר בחורים וואס האבן עם נערוועז געמאכט, ווייל ער קען דאך נישט זאגן אפן און גראב אז ער ווארפט זיי ארויס, האט ער געמאכט א פארהער און ער וועט אפמאכן ווער ס'קען אדער נישט.
וואס איז געווארן למעשה דארט ווייס איך נישט ווייל די בחורים האבן געמאכט דעמאלטס א גרויסע קול מחאה.....
דאנערשטאג יולי 27, 2017 1:32 pm#380531
Re: מען ווארפט בחורים
אין מיינע צייטן ווען איך בין געווען א בחור אין ישיבה, האבעך נישט ווייניג מיטגעמאכט, פון לא נתקבל'ס ביז נתקבל אבל לא נתקבל ווייל למעשה האט מען זיך פארעכנט מיט פלאץ, מ'האט געמיינט, אבער... בלא בלא בלא... און מיט סתם אזוי ארום געווארפן ווי א באלי פון איין פלאץ צום צווייטן, און ווען מ'האט געמיינט אז מ'איז שוין פיינעלי מסודר, איז געקומען עפעס א רשע פון הינטערוויילעכטס און זיך אזוי צאם געריבן איין האנט אויפן צווייט און מיט דעם פרובירט אפצוקויפן גאט.

די רשעות גייט שוין אן א לאנגע צייט, דער וואס זאגט אז הימים הראשונים הי' טובים מאלה מאכן א גרוסען טעות ווען איך בין געווען א ישיבה בחור מיט א צירקע דרייסיג יאר צוריק, איז שוין די רשעות אנגעגאנגן בתוקפו, נאר וואס דען, דעמאלטס איז נישט געווען אסאך קלענערע אומפארטייאישע ישיבות ווי היינט ממילא אינישט געווען אזויפיל בחורים וואס האבן געליטן, ווייל רוב בחורים זענען געבליבן אין גרעסערע ישיבות און אויך די פארטייאישע מוסדות האבן כמעט נישט געווארפן קיין בחורים. היינט קוקט עס אויס ערגער אין א וועג ווייל סיי ווייל ס'דא מער בחורים און מער פריוואטע ישיבות.

ס'קען זיין אז ס'קוקט אויס ווי אמאל איז בעסער געווען ווי היינט, איז ווייל אמאל האבן די שוחטי הילדים מקפיד צו שחט'ן מיט מעסערס ריין פון פגימות ס'זאל האבן ווייניגער צער מיט תירוצים פון פלאץ, אדער ס'עכט נישט פאר דיין בחור שקרים וכזבים וכדומה, ס'כאטש געקומען מיט אן עקסקיוז, משא"כ היינט שחטן זיין מיט פגימות אן פגימות ראסטיגע מעסערלעך, דעם ברור לו מיתה יפה זענען דע רוצחים נישט גורס.

לאמער האפן אז היינט צו טאג מיט דע סוישל מידיא וואס אינז האמער, וואס דאמאלטס האבן מיר נישט געהאט עט די ישועה קומען שנעלער

מ'דארף ווען מעורר זיין אינזערע געלונגענע שרייבערס דא אין שטיבל צו פענען אן ארטיקל אינעם נעקסטן וועקער
דאנערשטאג יולי 27, 2017 1:41 pm#380532
מהאט שוין גערעט קיינער איז נישט מחייוב צוגיין, אדער אנגענומען ווערען אין ישיבה
דאנערשטאג יולי 27, 2017 2:03 pm#380535
דער גאלדענער אדלער: אין די לעצטע 2 שורות פון דיין תגובה האסטו מסכם געווען דעם עיקר און שפיץ פון דעם חילוק פון אמאל ביז היינט. אמאל איז נישט געווען דער (פארשאלטענער? האמיר שוין פארגעסן) אינטערנעט און סאשעל מידיא. וואס א יעדער רשע וגס רוח האט געקענט טון ככל העולה על רוחו הנפוח. אן דארפן אפגעבן דין וחשבון אויף זיינע מעשים רעים. משא"כ, היינטיגע צייטן וועןו איינער וויל אנשטעללן רשעות מיט א פרומען פנים, ווערט נתגלה קלונו ביז 5 מינוט...! דאס איז דער סוד פארוואס די פרומע רשעים זענען אזוי שטארק להשמיד ולהרוג אנטקעיגן דעם. ב"ה...!
דאנערשטאג יולי 27, 2017 2:14 pm#380536
עס איז צום באגריסן דעם פותח האשכול פארן נוצן דעם אינטערנעט אלס א שופר אנקעגן בוליס. בוליס האבן ליב צו ארבעטן און די שטיל.

בד"ו איך ווייס נישט אויב דאס איז די בעסטע איידיע. לו יצוייר מיר אלע רופן אריין און דער משגיח ווערט געוואויר אז שלוימי ברוין וואס מען נעכטן ארויסגעווארפן איז געגאנגן אויפן אינטערנעט און געמאכט אזא ארבעט וועט ער נאך האבן א תירוץ אים ארויסציווארפן.
דאנערשטאג יולי 27, 2017 2:20 pm#380538
Re: מען ווארפט בחורים
berlbalaguleh האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער: אין די לעצטע 2 שורות פון דיין תגובה האסטו מסכם געווען דעם עיקר און שפיץ פון דעם חילוק פון אמאל ביז היינט. אמאל איז נישט געווען דער (פארשאלטענער? האמיר שוין פארגעסן) אינטערנעט און סאשעל מידיא. וואס א יעדער רשע וגס רוח האט געקענט טון ככל העולה על רוחו הנפוח. אן דארפן אפגעבן דין וחשבון אויף זיינע מעשים רעים. משא"כ, היינטיגע צייטן וועןו איינער וויל אנשטעללן רשעות מיט א פרומען פנים, ווערט נתגלה קלונו ביז 5 מינוט...! דאס איז דער סוד פארוואס די פרומע רשעים זענען אזוי שטארק להשמיד ולהרוג אנטקעיגן דעם. ב"ה...!
ר' בערל: ייש"כ יאפ, אבער דע "ב"ה" ביים סוף פון דיין תגובה איז אז אינז זענען א חלק פונעם סוישעל מידיא, און מיר זענען עוסק דערין. און מיר וועלן ווייטער שרייבן און זיך לאזן הערן דעם אמת עד שתעביר ממשלת זדון מן הארץ. יחי המלך דער וועקער, ויחי קאווע שטיבל!!
דאנערשטאג יולי 27, 2017 2:54 pm#380557
סתם ארום רעדן פון נושא אויף די אונטערוועש וועלן זיך די שוחטי ילדים קנאפע דערשרעקן. ס'ליגט א הייליגע פליכט אויף די מענטשהייט צוזאם-צושטעלן א גענויע ליסטע פון די שוחטי ילדים און די סלעקציאנערן, און מקיים זיין דעם והוקע אותם נגד השמש, און מפרסם זיין זייער רשעות בכל קצווי תבל, אזש זיי זאלן 2 מאל טראכטן איידער זיי מאכן דעם דעם רויטען עקס אויף די ליסטעס, און דרוקן דעם דעליט קענעפל אויף א בחור'ס עתיד אויף שטענדיג....און ווי אויך דארף מען זיי שטענדיג קאנפארנטירן איבער זייער סאדיסטישע טעטיקייטן.
מ'דארף מתפלל זיין זיין צום הייליגען באשעפער אז די מייסדי המוסדות הרה''ק מבעלזא זי''ע, הרה''ק מסאטמאר זי''ע, הרה''ק מהר''ש מבאבוב זי''ע, הרה''ק מקלויזענבורג זי''ע, דער הייליגער אימרי חיים זי''ע, דער היילגער אימרי אמת זע''י ועוד, זאל אראפקוקן פון זייער הייליגער ארט אין גן עדן, און זיכער מאכן אז די שווארצע מלאכי חבלה זאלן שוין איינממאל פאר אלעמאל איינשלונגען די פונסטערע שוחטי ילדים, המחבלים כרם השם צבאות....
דאנערשטאג יולי 27, 2017 3:02 pm#380558
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. יא. פונקטליך דאס איז געווען מיין כונה מיט שרייבן ב"ה. אז טראץ די אלע רשעים און היפאקריטן וועט זיי נישט געלונגען אפצושטעללן די אפנקייט וואס די אינטערנעט שטעלט פאר מיט זיך. קוק נאר צוריק אויף עטליכע פון די גאר גרויסע געשעענישן אין די אידישע וועלט פון פאליטיק. ווי מ'האט אונז איינגערעדט כל מיני שטותים און לגיונות און פאלשקייטן (וואס טייל פון די אינטעלעקטואלע פאלשע ברואים פרובירן נאך היינט צו טאג.) וואס מ'האט אונז איינגערעט אז דאס גאנצע אידישקייט איז תלוי אין דעם. און ס'איז נישט געווען קיין וועג אויסצוגעפונען דעם אמת. ביז דער אייבישטער האט געהאלפן און דער אינפארמעישן הייוועי האטציך אויפגעמאכט. און א יעדער האט צוטריט צו די אינפארמאציע אויסצוגעפונען דעם אמת. כל אחד כפי יכולתו...!
דאנערשטאג יולי 27, 2017 3:09 pm#380561
קאך_לעפל האט געשריבן:סתם ארום פון נושא אויף די אונטערוועש וועלן זיך די שוחטי ילדים קנאפע דערשרעקן. ס'ליגט א הייליגע פליכט אויף די מענטשהייט צוזאם-צושטעלן א גענויע ליסטע פון די שוחטי ילדים און די סלעקציאנערן, און מקיים זיין דעם והוקע אותם נגד השמש, און מפרסם זיין זייער רשעות בכל קצווי תבל, אזש זיי זאלן 2 מאל טראכטן איידער זיי מאכן דעם דעם רויטען עקס אויף די ליסטעס, און דרוקן דעם דעליט קענעפל אויף א בחור'ס עתיד אויף שטענדיג....און ווי אויך דארף מען זיי שטענדיג קאנפארנטירן איבער זייער סאדיסטישע טעטיקייטן.
מ'דארף מתפלל זיין זיין צום הייליגען באשעפער אז די מייסדי המוסדות הרה''ק מבעלזא זי''ע, הרה''ק מסאטמאר זי''ע, מהר''ש מבאבוב זי''ע, הרה''ק מקלויזענבורג זי''ע, דער הייליגער אימרי חיים זי''ע, דער היילגער אימרי אמת זע''י ועוד, זאל אראפקוקן פון זייער הייליגער ארט אין גן עדן, און זיכער מאכן אז די שווארצע מלאכי חבלה זאלן שוין איינממאל פאר אלעמאל איינשלונגען די פונסטערע שוחטי ילדים, המחבלים כרם השם צבאות....

מהר"ש מבאבוב געסטו נישט קיין הרה"ק?
דאנערשטאג יולי 27, 2017 3:16 pm#380564
קאצקע ציקער האט געשריבן:

פאראכטן, שכוח פארן אויפמארקזאם מאכן, הרה''ק קאצקע ציקער
דאנערשטאג יולי 27, 2017 3:48 pm#380568
ס'טוהט מיר שטארק לייד צו ליינען וואס איר גייט אדורך. סיי איצט און סיי ווען אימער איך הער ענליכס. ליידער הערט מען אזעלכע מעשיות גאנץ אפט. ס'דא ישיבות וואס זענען דן דיני נפשות קאלט און גרינג אן זיך רעכענען מיט סיי וואס חוץ כבוד און אפאר טאלער.

די רשעות וואס אין די פאל איז עס עמק התלמוד איז ריזיג. טאקע זייער נישט יושר'דיג. אבער ווען אזא מעשה פאסירט דארף עס זיין א דערמאנונג צו אמאל. און מ'דארף זיך מאכן א שטיקל חשבון וויאזוי מיר האבן זיך דערקייקעלט צו אזא מצב. אזא מצב ווי מ'קען שחט'ן נשמות רעכטס און לינקס און דער עולם שטייט אויף די זייט שטיל.

איך האב אמאל גערעדט צו א פארצייטישע מנהל. וואס האט ארויסגעהאט די סיסטעם גאנץ גוט. האט ער זיך שטארק אפגערעדט אויף די וואס ער האט גערופן 'די ראשי הישיבות שאין להם חלק בעולם הבא'. האט ער מיר געוויזן אז ס'איז אמאל געווען די פאליסי מער ווייניגער איבעראל אנצונעמען סיי ווער און מען האט פרובירט צו מאכן מיט יעדן תלמיד דאס בעסטע מעגליך ס'זאל זיין א קידוש השם. דאס איז אלס אנגעגאנגען ווילאנג ס'זענען נישט געווען די עליטע ישיבות.

איינמאל ס'האט זיך אנגעהויבן און ס'האבן זיך אויפגעמאכט די ב'כבוד'דיגע ישיבות למצינים. האט יעדע טאטע וואס האט געהאט א מציון געוואלט אריינלייגן זיין קינד אין די עליטע ישיבה. פאקטיש גערעדט האבן די עליטע ישיבות ניטאמאל פראדוצירט א העכערע קאליבער פון תורה אדער מידות אבער איך וויל נישט פון דעם פארקריכן. איז אויסגעקומען מיט די צייט אז די עליטע האבן ארויסגעשלעפט מערערע פון די גוטע בחורים און די גרעסערע ישיבה פארבריקן האבן זיך אנגעהויבן מוטשן שטארק מיט די שוואכערע. אזוי איז אנגעגאנגען יאר נאך יאר. ס'האט זיך געפענט נאך א ישיבה וואס מאכט בעסערע סעלעקציעס. מער אכשר דרא'דיג. נאך העכער אא''וו. איינמאל די פארבריקן האבן זיך דערזען אז זייער עקזיסטענץ אלץ א מענטשליכע פלאץ אויפן גאס איז אין דזשעפארדי האבן זיי זיך אויך ארויפגעכאפט אויף דעם וואגן. אנגעהויבן האט זיך עס מיט אזעלכע פאליסיס אויב איר נעמט איינס דאן נעמט אלע. און שפעטער זענען זיי געווארן מער פארגעשריטן.

למעשה ווער ס'איז שולדיג. איז שווער צו ענטפערן. אבער לדעתי איז א גרויסע חלק פון אונז המון עם פונקט אזוי שולדיג. אונז האבן ארויסגענומען אונזערע גוטע און געלייגט אין אלכסנדר. אדער אין טשעבין. ווייל אונז האבן געוואלט אז אונזערע קינדער זאלן שטיין העכער ווי אנדערע. א בעסערע פערסעפשאן. בעסערע נאמען. שענערע שידוך. אזוי האט זיך אנגעהויבן די גאנצע געיעג נאך עליטיזם. און איצט שטייט מען דא.

הרב בעיביסיטער. איך קען נישט אייער מצב און אויך נישט אייער זוהן. איך ווייס נישט וואו איר באלאנגט אדער וויאזוי איר מאכט אייער באשליסן. אבער פארוואס האט איר דווקא געוואלט אייער זוהן אין די עליטע ישיבה? פארוואס קען ער נישט גיין צו א נארמאלער ישיבה וואס נעמט יעדן גלייך אן? די מער מיר 'המון עם' וועלן נאכלויפן אזעלכע עליטע ישיבות און זיי אויסהאלטן און שטיצן די מער וועלן מיר זיך דערקייקעלן ממדריגה למדריגה.
דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:10 pm#380573
קורקלענד האט געשריבן:הרב בעיביסיטער. איך קען נישט אייער מצב און אויך נישט אייער זוהן. איך ווייס נישט וואו איר באלאנגט אדער וויאזוי איר מאכט אייער באשליסן. אבער פארוואס האט איר דווקא געוואלט אייער זוהן אין די עליטע ישיבה? פארוואס קען ער נישט גיין צו א נארמאלער ישיבה וואס נעמט יעדן גלייך אן? די מער מיר 'המון עם' וועלן נאכלויפן אזעלכע עליטע ישיבות און זיי אויסהאלטן און שטיצן די מער וועלן מיר זיך דערקייקעלן ממדריגה למדריגה.

הרב קורקלענד. איך האב נישט קיין גוטע נייעס פאר אייך.
ס'איז שוין היינט נישט דא מער קיין "נארמאלע ישיבה וואס נעמט יעדן אן" איך ווייס נישט וואס ס'איז געווען אמאל אבער מען פאבריצירט מער נישט אזעלכע זאכן אין 2017. חוץ א ישיבה פון א פארטיי וואס דארט דארף מען אויך זיין אויף א געוויסע מדריגה, טאקע נישט די זעלבע ווי די אנדערע ישיבות אבער דארט נעמט מען אויך נישט אן יעדעם איינעם (פארשטייט זיך אז כלל א' מוז ער געהערן צו די פארטיי, וואס אמאל איז דאס דאכצעך מיר אויך נישט געווען) נאר אויב איז ער א נארמאלע'ר בחור ד.ה. אן קיין שום זאך יוצא מן הכלל, פארשטייצעך "לרעה",
און פארגעס נישט מ'רעדט דא נאר פון אננעמען לכתחילה, נאך פאר ער האט זיך פארזינדיגט פאר די משגיח צו ווער ל"ע....
דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:16 pm#380574
איר זענט גערעכט מיט דעם אז ס'שוין היינט נישט דא די מיסיאנערישע ישיבות פון אמאל. און טאקע דעראויף האב איך געשריבן מיין הודעה. אט דאס איז געווען די נושא וואס איך האב אדרעסירט. און מיר דאכצעך אז עמק התלמיד איז אן עליטע ישיבה פאר בחורים וואס לערנען בין הסדרים.
דאנערשטאג יולי 27, 2017 6:29 pm#380582
א גוט יאר אלע מעמבער'ס, חברים שיחיו'

זיך דרייענדיג אזוי דא אין שטיבל פאר די לעצטע פאר יאר, ליב האבנ'דיג צו זיין א צוקוקער פון זייט יעדער מיט זיינע גוטע ווערטער, נייעס, דורכטון אלע וויכטיגע נושאים וכדומה, האב איך היינט אינדערפרי אריינשפאצירט און איך טרעפ אן א נייער אשכול מיט'ן נאמען 'מען ווארפט בחורים', גיי איך אריין זע איך אז מען רעדט פין ישיבת עמק התלמוד אין ירושלים בראשות הרה"ג ר' מאיר הייזלער שליט"א וואס דארט טוט זיך א פרישע ווארפעריי, האב איך געטראכט צו מיך אלס איינער וואס האט שוין נאכגעהערט וואס דארט גייט פאר מיט די יעצטיגע פרשה דארט אין ישיבה, אז לא עת לחשות מען טאר עס נישט פארשווייגן, און איך האב אפגעמאכט ביי מיר אז איך מוז עפעס שרייבן וידע הקהל וישפוט.

יעצט לאמיר איבערגיין אביסל היסטאריע איבער ישיבת עמק התלמוד און ארום.
די היינטיגע ישיבת עמק התלמוד שטייט בראשות די ראש ישיבה הרב הגאון רבי מאיר הייזלער שליט"א, וואס ווי באקאנט איז ער געווען גאר א נאנטע תלמיד ביים הרב ש"ך זצ"ל, ער האט גאר אסאך קונה געווען ביים אים, ווי הרב ש"ך האט זיך אמאל אויסגעדריקט נאך א ריתחא דאורייתא מיט אים אז אויף רבי מאיר איז געזאגט געווארן ומתלמידי יותר מכולם, און אויך איז ער געווען גאר א נאנטע תלמיד פון רבי יחזקאל לעווינשטיין זצ"ל משגיח בישיבת פאנאוויעזש וואס ער פלעגט אים אסאך געטרויען מיט זיינע פריוואטע זאכן, און נאך אסאך גרויסע אידן, שפעטער איז ר' מאיר געווארן א שטיקל ראש ישיבה אין די אמאליגע ישיבת סאכאטשוב אין ירושלים (וואס א נאנטער ידיד מיינער האט דארט געלערנט יענע צייט), זייענדיג די משפיע רוחני דארט אין ישיבה זייענדיג מקיים דולה ומשקה מתורת רבותיו לאחרים, האבנ'דיג וואס צו משפיע זיין פון זיינע גרויסע רבי'ס, דארט אין ישיבה איז ער געווען גאר נאענט מיט יעדן בחור ממש ווי א טאטע צו א זון, ער פלעגט געבן גאר שטארקע שמועסן אין עבודת השם, און יעדן בחור וואס האט געזוכט אן אוזן קושבת פלעגט גיין רעדן מיט אים, זיך דורכרעדן אין אלע ענינים, נאך א שווערע תקופה דארט, האט ער געעפענט די היינטיגע ישיבה עמק התלמוד מיטנעמענדיג מיט זיך א גרויס חלק תלמידים וואס זיי האבן זיך נישט געקענט אפטיילן פון אים.

גוטע זיבן יאר איז אריבער אויף ישיבת עמק התלמוד ווי צענדליגע בחורים האבן געשטיגן בתורה ויר"ש, ווי בשעת'ן לערנען אלע סדרים פלעגט ר' מאיר ארום גיין צווישן די בחורים זיך מפלפל זיין בריתחא דאורייתא זה מותיב וזה מפרק, אז א בחור האט באקומען א שטארקע ליבשאפט צו לערנען און אלעס מיט אזא צוגעלאזנקייט, איבערהויפט האבן זיך די בחורים אנגעזאפט ביי די שמועסן ליל שישי וואס פלעגט נעמען א ערך פון צוויי שעה ווי ער האט ארומגערעדט אין מוסר און השקפה און די בחורים פלעגן עס גאר שטארק מקבל זיין, חוץ פון די באטעס יעדע פרייטאג צונאכטס ביים אים אינדערהיים מיט ווארימע ניגונים לכבוד שבת און אוודאי א ווארימע שמועס און אלע תלמידים אינגעלייט שוין וואס פלעגן זיין אין אר"י אויף שבת האבן זיכער געמאכט צו זיין דארט, ווי אויך פלעגט ער גיין דאווענען שבת אין ישיבה וואס איז געווען גאר א געשמאקע דאווענען, און יעדע וואך איז ער געקומען פירן שלש סעודות מיט די בחורים און גערעדט א ווארימע שמועס, און דורכדעם איז טאקע אויסגעשטיגן גרויסע תלמידי חכמים מופלגים מסלתה ומשמנה פון אלע קהילות אין כלל ישראל איבער'ן גארער וועלט, יעדער איינער האט געוואוסט צו זאגן אז עמק התלמוד איז פון די בעסטע ישיבות אין אר"י ווי א טאטע קען אהינשיקן א קינד אן זיך זארגן צו פיל, און נישט זיי האבן זיך געקלויבט ביים אננעמען די בחורים (ליידער אזויווי אסאך אנדערע פירן זיך), נאר אפילו גענומען שוואכערע בחורים און ארויפגעארבעט גאר גאר שטארק אז ביי שידוכים האבן זיי שוין געהאט גאר א גוטע נאמען, און אלעס איז געווען אונטער די פירערשאפט פון הרה"ג ר' מאיר הייזלער שליט"א און אלעס איז אים צו באדאנקען, און ווען ער פלעגט אהער קומען קיין אמעריקע האט אים די עולם זייער געשטיצט סיי די אמאליגע תלמידים און סיי די עלטערן פון די בחורים, און יעדע טאטע האט זיך געקענט גיין דורכרעדן מיט אים ווי זיין זון האלט, און הערן אז ער שטייגט ב"ה.

און יעצט וועל איך צוגיין צום ענין.
לעצטע וואך מאנטאג באקום איך א טעקסט אינמיטן שחרית פון מיין חשובע ברודער 'Please Call Me ASAP' ס'מיר געווען זייער אינטערסאנט, סא גלייך נאכן דאווענען האב איך אים צוריקגערופן, הייבט ער אויף די טעלעפאון קאל און ער זאגט מיר 'דו מוזט מיך העלפן, מען האט ארויסגעווארפן מיין זון פון ישיבה!!!' איך בין געווען אין שאק ווייל איך האב געוואוסט אז ער לערנט אין ישיבת עמק התלמוד וואס האט זייער א גוטן נאמען און מען ווארפט נישט סתם קיין בחורים און מען שפילט זיך נישט מיט בלוט פון קיין עלטערן, נאכן הערן פון אים די גאנצע מעשה און זיך נאכפרעגן ביי נאך אפאר אידן שטעלט זיך ארויס אזוי, און די לעצטע יאר אהאלב-צוויי איז געווען א דראסטישע טויש דארט אין ישיבה, איינע פון די קינדער פון ר' מאיר שליט"א האט זיך אריינגערוקט אין זיין טאטנ'ס ישיבה און אנגעהויבן צו שלעפן די לייצעס צו זיין זייט דורך אריינברענגן אפיציעל א פרישן כח אין ישיבה וואס האט איבערגענומען הנהגה און קאנטראל אין ישיבה ברוחניות ובגשמיות, און דורכדעם פארעלטערן זיין חשוב'ן טאט'ן וואס זיין גאנצע חיות איז די תלמידים הקרוים בנים מיט'ן לערנען און משפיע זיין אויף זיי, און ער האט אים געלאזט נאר איינמאל א וואך יעדן מאנטאג געבן א שיעור כללי און נאר רעדן אין לערנען מיט וועם ער ערלויבט און אפהאקן א קשר מיט די אנדערע תלמידי הישיבה.

אילו וואלט עס נאר געווען דאס נישט צו האבן א קשר מיט ר' מאיר החרשתי, אבער יעצט האלט עס שוין דארט אז מען געווארפן אויפ'ן קומענדיגן חודש אלול נאך 11 בחורים אויסער מיין נעפיו על לא עול בכפם סתם וועגן פאר די פרישע כוחות איז צו שווער צו פארנעמען אזעלכע בינונים בחורים, און ער זוכט צו בויען די ישיבה אויף זיין אופן, קענענדיג מיין חשובע ברודער און מיין נעפיו, ווייס די גאר נאנטע קשר צווישן זיי ווי מיין ברודער האלט מיט יעדע זאך וואס זיין זון טוט דארט, ווייס איך אז די סיבה פארן ווארפן איז בלויז ווייל ער האט נישט די בעסטע כשרונות און אויך פארן לערנען אין ישיבה בעפאר די פרישע כוחות איז אנגעקומען, פילן זיי ווי זיי קענען אים נישט זאגן וואס צו טון, און די ערשטע פעולה וואס איז געווען אויפצוארבעטן דעם בחור זאל זיין פון די עילויים איז געווען ארויס צו ווארפן מבין כותלי הישיבה צו די פראסטע גאס, און איך האב אנגערופן מיין נעפיו אין ישיבה פרעגן פונקטליך וואס ס'גייט דארט פאר, וואס האט זיך דארט געשטוישט ווי יעדער ווייסט פון אפאר יאר צוריק, האט ער מיר פארציילט די גאנצע השתלשלות און די מצב הישיבה אמאל און היינט, און ווי אויך הער איך נאך אז ס'נישט די ערשטע מאל דארט אין ישיבה, דער זון פון הרה"ג ר' מאיר האט שוין געסטראשעט א משגיח נאכן ווינטער זמן אז אויב גייט ער נישט ווארפן די בחורים וואס ער הייסט, פארלירט ער זיין פאסטן און ס'געווען בבחינת אין ברירה.

אלזא, פיל איך א חוב אז עת לדבר, און צו קענען פילן אז ידינו לא שפכו את הדם הזה, זאג איך וואס איך האב צו זאגן כדי אז אויב איינער האט עפעס א שטיקל השפעה באיזה דרך שהוא צו העלפן בחורים פון פארפאלן ווערן לבאר שחת בעט איך אייך בכל לשון של בקשה צו טון כל מה שבידם להציל!

כל המציל אפילו נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא!!!
דאנערשטאג יולי 27, 2017 6:30 pm#380583
קורקלענד ברענגטס עס זייער גיט ארויס. ועוד פון דא איז ארויסגעשפראצט געווארן די גאוה ביי די בחורים ווער געדענקט דען נישט אור ישראל אין די גוד טיימס.... די בחורים האבן אזוי געשטינקן פון גאוה

ר שמעלקא לייפער שרייט "איך שיק נישט מיינע בחורים אין עליטע ישיבות איך וויל נאך זיי זאלן פאסן צו רעדן צו מיר"
דאנערשטאג יולי 27, 2017 7:39 pm#380589
ווען מ'רעדט ווען פון איין בחור הפגנתי. אבער אז מ'רעדט פון 11 נפשות איז דאך גענוג אויפצומאכן א אייגענע ישיבה.

איך שטעל זיך אויך פאר אז מ'רעדט פון אמעריקאנע בחורים. נו אויב אזוי קען מען אפי'עפענען די ישיבה דא לאקאל און אין איינוועגס איינשפארן די פילע הוצאות וואס א טאטע דארף באצאלן מעבר לים.
דאנערשטאג יולי 27, 2017 8:22 pm#380594
ווי מער בחורים מ'טראסקעט ארויס ווי מיסט פון די "פריוואטע ביזנעסעס" אלץ גרעסער די נייע דור וואס וועלן ווידער שפעניגען די "סיסטעם". רק בדם תהיה לנו. זאלן די הייליגע בחורים וויסען אז זיי זענען די קרבנות ציבור. אויף זייער בלוט בויט זיך א הערליכע דור בקרוב ממש. נעבעך נעבעך, אבער מ'דארף זעען די ליכטיגקייט אין די חושך.
דאנערשטאג יולי 27, 2017 10:44 pm#380608
זכרון משה שטיפער האט געשריבן:א גוט יאר אלע מעמבער'ס, חברים שיחיו'

זיך דרייענדיג אזוי דא אין שטיבל פאר די לעצטע פאר יאר, ליב האבנ'דיג צו זיין א צוקוקער פון זייט יעדער מיט זיינע גוטע ווערטער, נייעס, דורכטון אלע וויכטיגע נושאים וכדומה, האב איך היינט אינדערפרי אריינשפאצירט און איך טרעפ אן א נייער אשכול מיט'ן נאמען 'מען ווארפט בחורים', גיי איך אריין זע איך אז מען רעדט פין ישיבת עמק התלמוד אין ירושלים בראשות הרה"ג ר' מאיר הייזלער שליט"א וואס דארט טוט זיך א פרישע ווארפעריי, האב איך געטראכט צו מיך אלס איינער וואס האט שוין נאכגעהערט וואס דארט גייט פאר מיט די יעצטיגע פרשה דארט אין ישיבה, אז לא עת לחשות מען טאר עס נישט פארשווייגן, און איך האב אפגעמאכט ביי מיר אז איך מוז עפעס שרייבן וידע הקהל וישפוט.

יעצט לאמיר איבערגיין אביסל היסטאריע איבער ישיבת עמק התלמוד און ארום.
די היינטיגע ישיבת עמק התלמוד שטייט בראשות די ראש ישיבה הרב הגאון רבי מאיר הייזלער שליט"א, וואס ווי באקאנט איז ער געווען גאר א נאנטע תלמיד ביים הרב ש"ך זצ"ל, ער האט גאר אסאך קונה געווען ביים אים, ווי הרב ש"ך האט זיך אמאל אויסגעדריקט נאך א ריתחא דאורייתא מיט אים אז אויף רבי מאיר איז געזאגט געווארן ומתלמידי יותר מכולם, און אויך איז ער געווען גאר א נאנטע תלמיד פון רבי יחזקאל לעווינשטיין זצ"ל משגיח בישיבת פאנאוויעזש וואס ער פלעגט אים אסאך געטרויען מיט זיינע פריוואטע זאכן, און נאך אסאך גרויסע אידן, שפעטער איז ר' מאיר געווארן א שטיקל ראש ישיבה אין די אמאליגע ישיבת סאכאטשוב אין ירושלים (וואס א נאנטער ידיד מיינער האט דארט געלערנט יענע צייט), זייענדיג די משפיע רוחני דארט אין ישיבה זייענדיג מקיים דולה ומשקה מתורת רבותיו לאחרים, האבנ'דיג וואס צו משפיע זיין פון זיינע גרויסע רבי'ס, דארט אין ישיבה איז ער געווען גאר נאענט מיט יעדן בחור ממש ווי א טאטע צו א זון, ער פלעגט געבן גאר שטארקע שמועסן אין עבודת השם, און יעדן בחור וואס האט געזוכט אן אוזן קושבת פלעגט גיין רעדן מיט אים, זיך דורכרעדן אין אלע ענינים, נאך א שווערע תקופה דארט, האט ער געעפענט די היינטיגע ישיבה עמק התלמוד מיטנעמענדיג מיט זיך א גרויס חלק תלמידים וואס זיי האבן זיך נישט געקענט אפטיילן פון אים.

גוטע זיבן יאר איז אריבער אויף ישיבת עמק התלמוד ווי צענדליגע בחורים האבן געשטיגן בתורה ויר"ש, ווי בשעת'ן לערנען אלע סדרים פלעגט ר' מאיר ארום גיין צווישן די בחורים זיך מפלפל זיין בריתחא דאורייתא זה מותיב וזה מפרק, אז א בחור האט באקומען א שטארקע ליבשאפט צו לערנען און אלעס מיט אזא צוגעלאזנקייט, איבערהויפט האבן זיך די בחורים אנגעזאפט ביי די שמועסן ליל שישי וואס פלעגט נעמען א ערך פון צוויי שעה ווי ער האט ארומגערעדט אין מוסר און השקפה און די בחורים פלעגן עס גאר שטארק מקבל זיין, חוץ פון די באטעס יעדע פרייטאג צונאכטס ביים אים אינדערהיים מיט ווארימע ניגונים לכבוד שבת און אוודאי א ווארימע שמועס און אלע תלמידים אינגעלייט שוין וואס פלעגן זיין אין אר"י אויף שבת האבן זיכער געמאכט צו זיין דארט, ווי אויך פלעגט ער גיין דאווענען שבת אין ישיבה וואס איז געווען גאר א געשמאקע דאווענען, און יעדע וואך איז ער געקומען פירן שלש סעודות מיט די בחורים און גערעדט א ווארימע שמועס, און דורכדעם איז טאקע אויסגעשטיגן גרויסע תלמידי חכמים מופלגים מסלתה ומשמנה פון אלע קהילות אין כלל ישראל איבער'ן גארער וועלט, יעדער איינער האט געוואוסט צו זאגן אז עמק התלמוד איז פון די בעסטע ישיבות אין אר"י ווי א טאטע קען אהינשיקן א קינד אן זיך זארגן צו פיל, און נישט זיי האבן זיך געקלויבט ביים אננעמען די בחורים (ליידער אזויווי אסאך אנדערע פירן זיך), נאר אפילו גענומען שוואכערע בחורים און ארויפגעארבעט גאר גאר שטארק אז ביי שידוכים האבן זיי שוין געהאט גאר א גוטע נאמען, און אלעס איז געווען אונטער די פירערשאפט פון הרה"ג ר' מאיר הייזלער שליט"א און אלעס איז אים צו באדאנקען, און ווען ער פלעגט אהער קומען קיין אמעריקע האט אים די עולם זייער געשטיצט סיי די אמאליגע תלמידים און סיי די עלטערן פון די בחורים, און יעדע טאטע האט זיך געקענט גיין דורכרעדן מיט אים ווי זיין זון האלט, און הערן אז ער שטייגט ב"ה.

און יעצט וועל איך צוגיין צום ענין.
לעצטע וואך מאנטאג באקום איך א טעקסט אינמיטן שחרית פון מיין חשובע ברודער 'Please Call Me ASAP' ס'מיר געווען זייער אינטערסאנט, סא גלייך נאכן דאווענען האב איך אים צוריקגערופן, הייבט ער אויף די טעלעפאון קאל און ער זאגט מיר 'דו מוזט מיך העלפן, מען האט ארויסגעווארפן מיין זון פון ישיבה!!!' איך בין געווען אין שאק ווייל איך האב געוואוסט אז ער לערנט אין ישיבת עמק התלמוד וואס האט זייער א גוטן נאמען און מען ווארפט נישט סתם קיין בחורים און מען שפילט זיך נישט מיט בלוט פון קיין עלטערן, נאכן הערן פון אים די גאנצע מעשה און זיך נאכפרעגן ביי נאך אפאר אידן שטעלט זיך ארויס אזוי, און די לעצטע יאר אהאלב-צוויי איז געווען א דראסטישע טויש דארט אין ישיבה, איינע פון די קינדער פון ר' מאיר שליט"א האט זיך אריינגערוקט אין זיין טאטנ'ס ישיבה און אנגעהויבן צו שלעפן די לייצעס צו זיין זייט דורך אריינברענגן אפיציעל א פרישן כח אין ישיבה וואס האט איבערגענומען הנהגה און קאנטראל אין ישיבה ברוחניות ובגשמיות, און דורכדעם פארעלטערן זיין חשוב'ן טאט'ן וואס זיין גאנצע חיות איז די תלמידים הקרוים בנים מיט'ן לערנען און משפיע זיין אויף זיי, און ער האט אים געלאזט נאר איינמאל א וואך יעדן מאנטאג געבן א שיעור כללי און נאר רעדן אין לערנען מיט וועם ער ערלויבט און אפהאקן א קשר מיט די אנדערע תלמידי הישיבה.

אילו וואלט עס נאר געווען דאס נישט צו האבן א קשר מיט ר' מאיר החרשתי, אבער יעצט האלט עס שוין דארט אז מען געווארפן אויפ'ן קומענדיגן חודש אלול נאך 11 בחורים אויסער מיין נעפיו על לא עול בכפם סתם וועגן פאר די פרישע כוחות איז צו שווער צו פארנעמען אזעלכע בינונים בחורים, און ער זוכט צו בויען די ישיבה אויף זיין אופן, קענענדיג מיין חשובע ברודער און מיין נעפיו, ווייס די גאר נאנטע קשר צווישן זיי ווי מיין ברודער האלט מיט יעדע זאך וואס זיין זון טוט דארט, ווייס איך אז די סיבה פארן ווארפן איז בלויז ווייל ער האט נישט די בעסטע כשרונות און אויך פארן לערנען אין ישיבה בעפאר די פרישע כוחות איז אנגעקומען, פילן זיי ווי זיי קענען אים נישט זאגן וואס צו טון, און די ערשטע פעולה וואס איז געווען אויפצוארבעטן דעם בחור זאל זיין פון די עילויים איז געווען ארויס צו ווארפן מבין כותלי הישיבה צו די פראסטע גאס, און איך האב אנגערופן מיין נעפיו אין ישיבה פרעגן פונקטליך וואס ס'גייט דארט פאר, וואס האט זיך דארט געשטוישט ווי יעדער ווייסט פון אפאר יאר צוריק, האט ער מיר פארציילט די גאנצע השתלשלות און די מצב הישיבה אמאל און היינט, און ווי אויך הער איך נאך אז ס'נישט די ערשטע מאל דארט אין ישיבה, דער זון פון הרה"ג ר' מאיר האט שוין געסטראשעט א משגיח נאכן ווינטער זמן אז אויב גייט ער נישט ווארפן די בחורים וואס ער הייסט, פארלירט ער זיין פאסטן און ס'געווען בבחינת אין ברירה.

אלזא, פיל איך א חוב אז עת לדבר, און צו קענען פילן אז ידינו לא שפכו את הדם הזה, זאג איך וואס איך האב צו זאגן כדי אז אויב איינער האט עפעס א שטיקל השפעה באיזה דרך שהוא צו העלפן בחורים פון פארפאלן ווערן לבאר שחת בעט איך אייך בכל לשון של בקשה צו טון כל מה שבידם להציל!

כל המציל אפילו נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא!!!

שטימט נישט די גאנצע מעשה, זיין זון יענקל איז נישט אינטערעסירט אין די ישיבה, און זלמן איז נאך צו קליין. ווי אויך פון וועלכע משגיח רעדסטו? דריימאן אדער הירש?
פרייטאג יולי 28, 2017 12:01 am#380614
כ'האב שוין לאנג געוואלט עפענען א גאראזש ווי מ'פיקסט קארס.
כדי דער עולם זאל וויסן וואספארא מומחה איך בין, און האבן א גוטע נאמען אויף דער גאס, גיי איך נאר אנעמען אזוינע קארס וואס פעלט זיי גארנישט. א קאר וואס איז נישט שוי-רום קאנדישן און האט די מינדעסטע פראבלעם, האט נישט וואס צו זיכן ביי מיר און גאראזש.
א יעדעס קינד פארשטייט וואספארא געלעכטער דאס וואלט געווען, אבער ווען ס'קומט צו אונזערע קינדער, פלוצלינג פארקנייטשט מען זיך דעם שטערן און מ'קוקט אויף די אנדערע זייט. מ'כאפט אפילו נישט וואספארא חוזק דאס איז. גארנישט אנדערשט ווי מיין פאנטאזיע גאראזש.

פון די אנדערע זייט טראכט איך אז קורקלאנד איז גערעכט. די אלע וואס שיקן צו אזעלעכע ישיבות, פערפעטשאעיטן די פראבלעם.
ווען אונז וואלטן עכט פארשטאנען ווי שטארק איז די כח פון אחדות און האבן די גאטס צו נעמען שריט, וואלט קיין איין יחיד\ים נישט געקענט טרעיטן אויף אונז מיט אזא קאלטקייט.

איך מצידי האב איך טאקע אזוי געטוען. מיין מציין האב איך דווקא געלייגט און סתם א גוטע ישיבה, און ב"ה ער שטייגט.

וואס זאגט עס אויף א בחור וואס ברויך האבן א 'ספעציעלע' ישיבה צו קענען שטייגן? איז דאס נישט די היפך ווי די מעסעזש וואס די ווילסט מענטשן זאלן הערן אויף דיין בחור?
דערווייל זענען מיר נאך און די 'סטאדע מענטאליטי'
פרייטאג יולי 28, 2017 12:08 am#380616
מצויין מעקעניק
פרייטאג יולי 28, 2017 12:13 am#380618
כפתור האט געשריבן:איך מצידי האב איך טאקע אזוי געטוען. מיין מציין האב איך דווקא געלייגט און סתם א גוטע ישיבה, און ב"ה ער שטייגט.

רבונו של עולם. ווי טרעפט מען היינט די "סתם א גוטע ישיבה"?
היינט איז א מצב פון אדער נעמסטו אן יעדעם איינעם אין דו קלויבסט דיך נישט אזוי שטארק, וואס די תוצאות פון דעם איז איבעריג צו זאגן אז אזא ישיבה אדער פארמאכט זיך עס באלד שנעלער ווי ס'האט זיך גע'עפנט אדער רעדסטו פון יואלי ראטה'ס ישיבה וכדומה.
אדער קען מען זיך נאריש מאכן אין זיך קלויבן אויף יעדן איינציגסטע בחור כאילו ער וואלט געווען די מר בר רב אשי פונעם דור און דעמאלטס האט מען א chance צו האלטן די ישיבה געהעריג אפן פאר אפאר יאר ביז ס'קומט אויך צו אן ענדע.....
פרייטאג יולי 28, 2017 12:25 am#380619
נעם מיר פאר א דוגמא. א ישיבה וואס קלויבט נישט. נעמט יעדן. איז די ישיבה אויפן וועג ארויף אדער אויפן וועג אראפ? פון וועלכע ישיבה קומט ארויס א גרעסערע קידוש השם? מיר אדער אלכסנדר?
פרייטאג יולי 28, 2017 12:37 am#380620
קורקלענד האט געשריבן:נעם מיר פאר א דוגמא. א ישיבה וואס קלויבט נישט. נעמט יעדן. איז די ישיבה אויפן וועג ארויף אדער אויפן וועג אראפ? פון וועלכע ישיבה קומט ארויס א גרעסערע קידוש השם? מיר אדער אלכסנדר?

ישיבת מיר איז אבער נישט קיין option פאר א בחור וואס גייט אריין אין ישיב"ג לכתחילה, קודם כל ווייל ס'מאכט נישט קיין גוטע נאמען פאר א בחור אין די age.
אין חוץ פון דעם איז בכלל נישט דא דארט קיין בחורים די age מיט וועם זיך צו חבר'ן.
אין נאכדעם, נעמט מען שוין היינט בכלל נישט אן דארט קיין בחורים וואס האבן נאכנישט געלערנט אין ישיבה גדולה פאר צוויי און א האלב יאר.
צווייטנס כל, איז דאס נישט א דוגמא דאס איז טאקע די איינציגסטע ישיבה אויף אזא אופן, ד.ה. ס'איז א גוטע ישיבה אין מ'מאכט נישט קיין גרויסע פראבלעמען מיט'ן אננעמען.
פרייטאג יולי 28, 2017 8:25 am#380639
אדונינו האט געשריבן:
זכרון משה שטיפער האט געשריבן:א גוט יאר אלע מעמבער'ס, חברים שיחיו'

זיך דרייענדיג אזוי דא אין שטיבל פאר די לעצטע פאר יאר, ליב האבנ'דיג צו זיין א צוקוקער פון זייט יעדער מיט זיינע גוטע ווערטער, נייעס, דורכטון אלע וויכטיגע נושאים וכדומה, האב איך היינט אינדערפרי אריינשפאצירט און איך טרעפ אן א נייער אשכול מיט'ן נאמען 'מען ווארפט בחורים', גיי איך אריין זע איך אז מען רעדט פין ישיבת עמק התלמוד אין ירושלים בראשות הרה"ג ר' מאיר הייזלער שליט"א וואס דארט טוט זיך א פרישע ווארפעריי, האב איך געטראכט צו מיך אלס איינער וואס האט שוין נאכגעהערט וואס דארט גייט פאר מיט די יעצטיגע פרשה דארט אין ישיבה, אז לא עת לחשות מען טאר עס נישט פארשווייגן, און איך האב אפגעמאכט ביי מיר אז איך מוז עפעס שרייבן וידע הקהל וישפוט.

יעצט לאמיר איבערגיין אביסל היסטאריע איבער ישיבת עמק התלמוד און ארום.
די היינטיגע ישיבת עמק התלמוד שטייט בראשות די ראש ישיבה הרב הגאון רבי מאיר הייזלער שליט"א, וואס ווי באקאנט איז ער געווען גאר א נאנטע תלמיד ביים הרב ש"ך זצ"ל, ער האט גאר אסאך קונה געווען ביים אים, ווי הרב ש"ך האט זיך אמאל אויסגעדריקט נאך א ריתחא דאורייתא מיט אים אז אויף רבי מאיר איז געזאגט געווארן ומתלמידי יותר מכולם, און אויך איז ער געווען גאר א נאנטע תלמיד פון רבי יחזקאל לעווינשטיין זצ"ל משגיח בישיבת פאנאוויעזש וואס ער פלעגט אים אסאך געטרויען מיט זיינע פריוואטע זאכן, און נאך אסאך גרויסע אידן, שפעטער איז ר' מאיר געווארן א שטיקל ראש ישיבה אין די אמאליגע ישיבת סאכאטשוב אין ירושלים (וואס א נאנטער ידיד מיינער האט דארט געלערנט יענע צייט), זייענדיג די משפיע רוחני דארט אין ישיבה זייענדיג מקיים דולה ומשקה מתורת רבותיו לאחרים, האבנ'דיג וואס צו משפיע זיין פון זיינע גרויסע רבי'ס, דארט אין ישיבה איז ער געווען גאר נאענט מיט יעדן בחור ממש ווי א טאטע צו א זון, ער פלעגט געבן גאר שטארקע שמועסן אין עבודת השם, און יעדן בחור וואס האט געזוכט אן אוזן קושבת פלעגט גיין רעדן מיט אים, זיך דורכרעדן אין אלע ענינים, נאך א שווערע תקופה דארט, האט ער געעפענט די היינטיגע ישיבה עמק התלמוד מיטנעמענדיג מיט זיך א גרויס חלק תלמידים וואס זיי האבן זיך נישט געקענט אפטיילן פון אים.

גוטע זיבן יאר איז אריבער אויף ישיבת עמק התלמוד ווי צענדליגע בחורים האבן געשטיגן בתורה ויר"ש, ווי בשעת'ן לערנען אלע סדרים פלעגט ר' מאיר ארום גיין צווישן די בחורים זיך מפלפל זיין בריתחא דאורייתא זה מותיב וזה מפרק, אז א בחור האט באקומען א שטארקע ליבשאפט צו לערנען און אלעס מיט אזא צוגעלאזנקייט, איבערהויפט האבן זיך די בחורים אנגעזאפט ביי די שמועסן ליל שישי וואס פלעגט נעמען א ערך פון צוויי שעה ווי ער האט ארומגערעדט אין מוסר און השקפה און די בחורים פלעגן עס גאר שטארק מקבל זיין, חוץ פון די באטעס יעדע פרייטאג צונאכטס ביים אים אינדערהיים מיט ווארימע ניגונים לכבוד שבת און אוודאי א ווארימע שמועס און אלע תלמידים אינגעלייט שוין וואס פלעגן זיין אין אר"י אויף שבת האבן זיכער געמאכט צו זיין דארט, ווי אויך פלעגט ער גיין דאווענען שבת אין ישיבה וואס איז געווען גאר א געשמאקע דאווענען, און יעדע וואך איז ער געקומען פירן שלש סעודות מיט די בחורים און גערעדט א ווארימע שמועס, און דורכדעם איז טאקע אויסגעשטיגן גרויסע תלמידי חכמים מופלגים מסלתה ומשמנה פון אלע קהילות אין כלל ישראל איבער'ן גארער וועלט, יעדער איינער האט געוואוסט צו זאגן אז עמק התלמוד איז פון די בעסטע ישיבות אין אר"י ווי א טאטע קען אהינשיקן א קינד אן זיך זארגן צו פיל, און נישט זיי האבן זיך געקלויבט ביים אננעמען די בחורים (ליידער אזויווי אסאך אנדערע פירן זיך), נאר אפילו גענומען שוואכערע בחורים און ארויפגעארבעט גאר גאר שטארק אז ביי שידוכים האבן זיי שוין געהאט גאר א גוטע נאמען, און אלעס איז געווען אונטער די פירערשאפט פון הרה"ג ר' מאיר הייזלער שליט"א און אלעס איז אים צו באדאנקען, און ווען ער פלעגט אהער קומען קיין אמעריקע האט אים די עולם זייער געשטיצט סיי די אמאליגע תלמידים און סיי די עלטערן פון די בחורים, און יעדע טאטע האט זיך געקענט גיין דורכרעדן מיט אים ווי זיין זון האלט, און הערן אז ער שטייגט ב"ה.

און יעצט וועל איך צוגיין צום ענין.
לעצטע וואך מאנטאג באקום איך א טעקסט אינמיטן שחרית פון מיין חשובע ברודער 'Please Call Me ASAP' ס'מיר געווען זייער אינטערסאנט, סא גלייך נאכן דאווענען האב איך אים צוריקגערופן, הייבט ער אויף די טעלעפאון קאל און ער זאגט מיר 'דו מוזט מיך העלפן, מען האט ארויסגעווארפן מיין זון פון ישיבה!!!' איך בין געווען אין שאק ווייל איך האב געוואוסט אז ער לערנט אין ישיבת עמק התלמוד וואס האט זייער א גוטן נאמען און מען ווארפט נישט סתם קיין בחורים און מען שפילט זיך נישט מיט בלוט פון קיין עלטערן, נאכן הערן פון אים די גאנצע מעשה און זיך נאכפרעגן ביי נאך אפאר אידן שטעלט זיך ארויס אזוי, און די לעצטע יאר אהאלב-צוויי איז געווען א דראסטישע טויש דארט אין ישיבה, איינע פון די קינדער פון ר' מאיר שליט"א האט זיך אריינגערוקט אין זיין טאטנ'ס ישיבה און אנגעהויבן צו שלעפן די לייצעס צו זיין זייט דורך אריינברענגן אפיציעל א פרישן כח אין ישיבה וואס האט איבערגענומען הנהגה און קאנטראל אין ישיבה ברוחניות ובגשמיות, און דורכדעם פארעלטערן זיין חשוב'ן טאט'ן וואס זיין גאנצע חיות איז די תלמידים הקרוים בנים מיט'ן לערנען און משפיע זיין אויף זיי, און ער האט אים געלאזט נאר איינמאל א וואך יעדן מאנטאג געבן א שיעור כללי און נאר רעדן אין לערנען מיט וועם ער ערלויבט און אפהאקן א קשר מיט די אנדערע תלמידי הישיבה.

אילו וואלט עס נאר געווען דאס נישט צו האבן א קשר מיט ר' מאיר החרשתי, אבער יעצט האלט עס שוין דארט אז מען געווארפן אויפ'ן קומענדיגן חודש אלול נאך 11 בחורים אויסער מיין נעפיו על לא עול בכפם סתם וועגן פאר די פרישע כוחות איז צו שווער צו פארנעמען אזעלכע בינונים בחורים, און ער זוכט צו בויען די ישיבה אויף זיין אופן, קענענדיג מיין חשובע ברודער און מיין נעפיו, ווייס די גאר נאנטע קשר צווישן זיי ווי מיין ברודער האלט מיט יעדע זאך וואס זיין זון טוט דארט, ווייס איך אז די סיבה פארן ווארפן איז בלויז ווייל ער האט נישט די בעסטע כשרונות און אויך פארן לערנען אין ישיבה בעפאר די פרישע כוחות איז אנגעקומען, פילן זיי ווי זיי קענען אים נישט זאגן וואס צו טון, און די ערשטע פעולה וואס איז געווען אויפצוארבעטן דעם בחור זאל זיין פון די עילויים איז געווען ארויס צו ווארפן מבין כותלי הישיבה צו די פראסטע גאס, און איך האב אנגערופן מיין נעפיו אין ישיבה פרעגן פונקטליך וואס ס'גייט דארט פאר, וואס האט זיך דארט געשטוישט ווי יעדער ווייסט פון אפאר יאר צוריק, האט ער מיר פארציילט די גאנצע השתלשלות און די מצב הישיבה אמאל און היינט, און ווי אויך הער איך נאך אז ס'נישט די ערשטע מאל דארט אין ישיבה, דער זון פון הרה"ג ר' מאיר האט שוין געסטראשעט א משגיח נאכן ווינטער זמן אז אויב גייט ער נישט ווארפן די בחורים וואס ער הייסט, פארלירט ער זיין פאסטן און ס'געווען בבחינת אין ברירה.

אלזא, פיל איך א חוב אז עת לדבר, און צו קענען פילן אז ידינו לא שפכו את הדם הזה, זאג איך וואס איך האב צו זאגן כדי אז אויב איינער האט עפעס א שטיקל השפעה באיזה דרך שהוא צו העלפן בחורים פון פארפאלן ווערן לבאר שחת בעט איך אייך בכל לשון של בקשה צו טון כל מה שבידם להציל!

כל המציל אפילו נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא!!!

שטימט נישט די גאנצע מעשה, זיין זון יענקל איז נישט אינטערעסירט אין די ישיבה, און זלמן איז נאך צו קליין. ווי אויך פון וועלכע משגיח רעדסטו? דריימאן אדער הירש?

רעדט מען טאקע פון בנו הקטן,
און וועלכע משגיח מען רעדט, געבט א בליק איבער-וועם דער פותח האשכול רעדט פון.
פרייטאג יולי 28, 2017 9:37 am#380645
Re: מען ווארפט בחורים
זכרון משה שטיפער האט געשריבן: און וועלכע משגיח מען רעדט, געבט א בליק איבער-וועם דער פותח האשכול רעדט פון.

די ווערטער וואס דו שרייבסט איז זייער קריפטיק. איז אדער זיי זיך בעסער מסביר, אבער אויב דו קענסטו נישט קלאר שרייבן, איז בעסער נישט צו שרייבן בכלל.

אז מען רעדט שוין... אויב שרייבסט א תגובה פון צוויי שורות quote נישט א ריזיג לאנגע תגובה. מעק אלעס אויס און לאז נאר איבער די צוויי שורות אויף וואס דו באציעסט דיין תגובה.
פרייטאג יולי 28, 2017 10:51 am#380659
@החוקר. זכרון משה שטיפער איז א נייע שרייבער מעגליך אויך אז ער האט קיינמאל נישט געשריבן פריעד. אדרבה זאל ער יא שרייבן און זיך לערנען מיט די צייט צו זיין ווייניגער קריפטיק מיט א בעסערע הסברה.
פרייטאג יולי 28, 2017 11:08 am#380662
Re: מען ווארפט בחורים
@קורקלאנד דאס איז טאקע געווען מיין כוונה. איך האב נישט געהאט קיין טענות צום שרייבער, איך האב אים פשוט געוואלט מעורר זיין, אז ער קען פארבעסערן. אדרבה זאל ער שרייבן ווי מער און זיך אויסשארפן דאס בליי, קיבארד בלע"ז.

#קאנסטראקטיוו קריטיק

זעהט אויס עס פעלט הסברה אין מיין תגובה. איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז אויב ער קען נישט זאל ער בכלל נישט שרייבן. מיין כוונה איז געווען, אז אויב קען ער נישט קלאר שרייבן וואס און פון וועם ער רעדט אין דעם פאל, משום כבוד המשגיח, זאל ער בכלל נישט שרייבן פון אים ווי איידער שרייבן אומקלאר. אבער בכלליות זאל ער אוודאי יא שרייבן ווייטער.
זונטאג יולי 30, 2017 5:56 am#380738
איז קודם וויל איך אויפמערקזאם מאכן אז ווען איך האב געשריבן אינעם פתיחה אז מיין זוהן האט שיינע גלעזער האב איך נישט דאס געמיינט איך האב נאר געמיינט צו זאגן אז ער גייט נישט אנגעטוען ווי א רחמסטריווקא בחור אזווי דער גוטוויין וויל, און בנוגע זיינע זוהן איז דער יונגערע האט זיך געהויבן דאס קאפ און אריינגעברענגט דעם גוטוויין און יעצט האט ער שוין טויזענעט מאל חרטה נאכן זעהן וואס פארא אומרוען און אייער וווארפעריי קומט פאר דארטן האט ער ווי מען מיינט אים נישט דא זיך ארויס געלאזט פון דעם גאנצע זאך און טוט מער גארנישט און שטייט און דער זייט און ווארט אז זאכן זאל זיך טוישן פון זיך אליין, און בנוגע די אנדערע משגיחים טוט יעצט קיינער גארנישט ווארטענדיג צו זעהן ווער עס וועט האבן די אויבער האנט די בחורים אדער דעם בלוט דארשטיגען גוטוויין, און גראדע זענען די בחורים גארנישט שטיל 4 מאל א וואך איז די ישיבה פארזינקען און 10 פוס אייער, זייו היט וואס ער האט געקויפט פסח האט ער שוין נישט פאר 2 וואכן, יעדע מאל ער וואקט נאר אריין און בית מדרש ווערט די גענצע היכל שטיל, אזאנס אז ער צוטיערט אריין צו וואקן דארט, און נאך און נאך, און פאר איין סיבה האלט איך אז זיי גייען באזיגן ווייל כולם כאיש אחד בלב אחד זענען ארויס קעגן אים די גוטע בחורים גלייך ווי די בינונים און ווען מען מיינט עס ערענסט גייט עס
זונטאג יולי 30, 2017 2:58 pm#380754
מען ווארפט בחורים
ווען די הנהלת הישיבה פון סאטמאר איז אמאל אריין צו הרה״ק מ׳סאטמאר זצ״ל מיט׳ן פראבלעם אז זיי מיינען אז די שוואכע בחורים מאכן קאליע די גוטע און ממילא בעטן זיי רשות פון רבי׳ן צו ווארפן די שוואכע, האט דער הייליגער סאטמאר רב גע׳ענפערט אז מען זאל ווארפן די גוטע, ווייל א גוטע בחור איז דאך שוין סיי ווי גוט ממילא העט ער בלייבן גוט אפי׳ אן א ישיבה משא״כ דער שוואכער בחור אויב העט ער נישט האבן די ישיבה העט ער אוועק פאלן פון אידישקייט...
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 8:53 am#381215
image.png
ב''ה עס האלט שוין דא

און אפילו דורט שטייט עס שוין ב''ה
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 9:22 am#381218
החוקר האט געשריבן:@קורקלאנד דאס איז טאקע געווען מיין כוונה. איך האב נישט געהאט קיין טענות צום שרייבער, איך האב אים פשוט געוואלט מעורר זיין, אז ער קען פארבעסערן. אדרבה זאל ער שרייבן ווי מער און זיך אויסשארפן דאס בליי, קיבארד בלע"ז.

#קאנסטראקטיוו קריטיק

זעהט אויס עס פעלט הסברה אין מיין תגובה. איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז אויב ער קען נישט זאל ער בכלל נישט שרייבן. מיין כוונה איז געווען, אז אויב קען ער נישט קלאר שרייבן וואס און פון וועם ער רעדט אין דעם פאל, משום כבוד המשגיח, זאל ער בכלל נישט שרייבן פון אים ווי איידער שרייבן אומקלאר. אבער בכלליות זאל ער אוודאי יא שרייבן ווייטער.

אויסגעזען האט עס, אז @אדונינו שפירט זיך זייער באקוועם דא, (מסתם האט ער 10 יאר צוריק געלערנט אין א"י, סא ווייסט ער שוין) און שיסט פיקחות, ס'שטימט יא - ס'שטימט נישט, זיך אויסקענענדיג און די גאנצע פרשה, סא פאר א תשובה צו עים איז גענוג צו רעדן ברמז.
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 10:59 am#381232
איך האב געלערנט דארט נישט צו לאנג צוריק, אבער דער גוטוויין איז נישט פון מיינע צייטן.
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 11:32 am#381234
ווען יא שעמסטו זיך ווען צו שרייבן אז דו ביסט א יוצא עמק
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 2:43 pm#381261
מאך נישט אוועק מיינע צייטן, איך האב זעלטענע בילדער וואס בחורים אין מיינע צייטן האבן גענומען, איך קען עס דא ארויפשטעלן