ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. איך בין א פשוט׳ער ישיבה׳מאן, און יארען לאנג הייב איך אן יעדעס יאר מיט א פרישקייט לערנען חומש רש"י רמב"ן, עכ"פ פרשת בראשית. דארט זאגט דער רמב"ן בפירוש אז ויהי ערב ויהי בקר איז א טאג פונקט ווי היינטיגע טעג. דעריבער האב איך א פראבלעם מיט אן אלטע וועלט.
אהההההה. יעצט רעדסטו.
די גלייבסט דעם הייליגען רמב"ן זצוק"ל הכ"מ תמ"ל, דעריבער קענסטו לייקענען מה שעניננו רואות.
מ'קען דאס דערהערען, ער'ט נאך געקענט אזויפיל לערענען ווי מיר. דארפען מיר נאר דן זיין אפאר עניינים: אפשר האבען דיין פליישיגע אויגען פאלש פארשטאנען די רמב"ן? ועוד, וואס טוט מען מיט די רמב"ם?
פאר מער דרוקט דא:
m
https://www.youtube.com/watch?v=KGEZUZ-vrVc m
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ב. די סתירה צווישען עוואלוציע און תורה איז מעגליך נישט דירעקט, אבער בעקיפין איז עס דארט. א גאנצע ספרות האבען מער אז דער חשבון פון דער בריאה איז דער חשבון פון דער בורא. ווען ס׳איז אלץ א צופאל, א גענעטישען חשבון, פאלט אוועק א סאך פון אונזער טעאלאגיע. יא, י"ג עיקרים זענען אפשר נישט בארירט, אבער אנדערע זאכען יא. דעריבער איז עוואלוציע ביי מיר א סתירה.
איך הער נאר עפעס א ציל-שיסער דא:
m
https://en.wikipedia.org/wiki/Texas_sha ... er_fallacy m
אין אן איר-אלטען אשכול זאגט א גרויסע איד בזה"ל:
כהייב אן טראכטן אז קול מבשר רעדט שבת אין נאך שבת נעמנט ער עס אראפ .כ'ווייס שוין גארנישט. ס'קוקט מיר שוין ווי א גאנצע קאנספיריאציע אנטקעגן מיר פערזענטליך. מיר מיט אפאר אנדערע יחידים. איינער זוצט מיר דא אין קאמפיאטער און פאדרייט מיר גאגעל ארויסצושפייען שקרים ודמיונות אלעס כדי מ'זאל קענען לאכען און שטיבעל. איך בין עפעס א בעל מדרגה נעבעך, ווי די טרומאן אינגערמאן אויף די טרומאן שפיל.
פון די גאנצע אשכול קום איך צוריק צי מיין אלטע הכרה. איך בין שוין נאכאמאל מסכים מיט הקטן און אנדערע אז איך בין משוחד בדיעותי. עפעס א בלינדער וואס זעט נישט וואס ענק אלע זען. איך בעט זיך ביי ענק מ'זאל אויפהערען לאכען פון מיין בייעס. איך האלט עס שוין אליין נישט אויס.
מיט ענק האב איך געענדיגט. אלס ענדיגט זיך מיט עפעס א גלייבונג. אן אמונה פשוטה וואס מ'טייטשט אריין אן אמונה ע"י חקירה (נו, מ'האט דאך חוקר געווען די רינגלעך…) עכ"פ אזוי זעה איך עס מיט מיינע צובראכענע מחשבות. און די כלל איז אז אמונה פשוטה איז אזוי חשוב און אזוי אמת ווי כפירה פשוטה.
איך האב נאר איין בקשה צום ריבונו של עולם אליין: וואס ווילסטו? איך זאל שאקלען דיין לולב? פארוואס? רוב פון דיינע חסידים דיינע חברה זענען מיר נאר מסביר פארוואס איך פרעג. טרעף איך שוין יא א צדיק דיינע קומט ער אויך אן אין גלייבען זיין טאטע וואס האט געגלייבט זיין טאטע. טאטע אין הימל דו האסט מיר באשאפען. יו דיל וויט איט! איך קען שוין נישט. וויפיל איז די שיעור?
האסט עס געמאכט אויסקוקען אלט נאר מיך משוגע צומאכען? איך וועל טראכטען און דו גייסט לאכען? ס'דיר פאני? גלות הדעת איז ביי דיר גארנישט? איך האב א דיבוק דו האסטו נישט ליב? זיי א כל יכול ביטע! שריי נישט אויף מיר "מחוצף" ווייל איך גיי גלייך צוריקשרייען כלך לך למי שעשנו.
דו האסט מיר געגעבען בייעס וואס זיי האסטו נישט געשאנקען ממילא פאדער איך פון דיר "
דו עפען מיר די חודו של מחט" ווייל איך קען דאס אויך נישט. און איך זאג דיר צו א פתח של אולם, נישט סתם אן אולם, איך וועל ארומלויפען פאר דיר אויף אלע פארום'ס פעיסבוק און בלאגס און טראלירען די עולם אויף פארקערט. איך וועל בויען פאר דיר, הייליגע פאטער, גאנצע טירען ברייט ווי די גרעסטע אולם ווי אימער איך האב נאר די יכולות וואס די שענקסט מיר.
דו האסט מיר אזוי געמאכט מילא דארפסט
דו זיין דעם פה שאסר. שריי מיר נישט אן אז איך בין זיך מתחצף צו דיר ווייל ווער נאך בעסער פון א בוחן כליות ולב ווייסט ווי פראסטרעיטעד איך בין.
דו האסטו מיר געמאכט א מחוצף מיט אן עני בדעת צוזאמען. מה פשעי ומה חטאתי?