Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
123 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11712
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 4:02 pm#381982
והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?
l viewtopic.php?f=4&t=10853 l
הקטן האט געשריבן:דא פארשטיי איך בכלל נישט וואס דו שרייבסט, אדארבא זיי דיך בעסר מסביר, בכלל אופן אז דאס נישט וואס דאקינס זאגט


נישט @הקטן אדער דאקינס, נישט שבת אחים און נישט די רבי ר' אמנון יצחק זענען געווען דא ביים בריאה.

אויב וויל איינער וויסען ווי אזוי איז דאס געשען און ער פרעגט זיך נאך, ווי דארף ער קוקען? וועם זאל ער פרעגען?

ווען איך בין געווען א אינגעל האט מיין טאטע און רבי מיר געזאגט ווי צו קוקען. זיי האבען מיר דערציילט פון א בוך, א הייליג בוך, דער ערשטע בוך, דער בעסטע בוך וואס לויט מיין טאטע און רבי זאגט עס אז קעץ און הינט זענען צוויי עקסטרע נבראים און נישט צוויי תולדות פון איין באשעפעניש.

ווען איך האב שוין געהאט אן אייגען קינד און איך האב געליינט דארט ווי מיין טאטע און רבי האבען געזאגט אז מ'טאר נישט קוקען, האב איך געהערט זייער שטארקע ראיות אז ניין, קעץ און הינט זענען יא תולדות פון איין באשעפעניש.

וואס הייסט ראיות? קיין "בעיני ראיתי" איז נישט דא. קיין פיקטשערס מיט ווידיאו איז אויך נישט דא. וואס איז יא דא?

פליגען פון מאנטשעסטער.
העלזער פון דזשיראפעס.
ד.נ.א.
סערט און מונסי ווישניץ.
ועוד ועוד ועוד באשכול הסמוך.

איך מיין עס ערענסט. די זעלבע וועג ווי שבת אחים קען אונז באווייזען אז עס קען נעמען אונטער 100 יאר פון די אהבת ישראל פון גרויסווארדיין ביז סערט און מאנסי, רבי ר' שרולצ'ע און רבי ר' מענדעלע, קען ער אויך ווייזען אז עס קען נעמען 6000 יאר פון איין אדם ראשון זאל ווערען סיי אידען סיי איראפעישער גויים און סיי אינדיאנער שבטים.

די זעלבע וועג ווי אזוי נאטורליכע סעלעקציע קען מאכען שווארצע פליגען פון ווייסע און פארקערט, קען מען אויך מאכען אומנאטירליך פון א וואלף צו א הינט. מען דארף נעמען א קליינע בעבי וואלף, אויפהאדעווען אין א קעידש און פון יעדער דור נאר לאזען די ווייניגסטער ווילדע וואלף געבוירען קינדער. פארשערס אין סיביר האבען עס געטוהן אין אונטער 50 יאר. נאטורליך קען עס אויך געשען, אבער, פארשטייט זיך אז עס וועט נעמען לענגער.

ווי אזוי ארבייט עס? די ענטפער ליגט אין אונזער דנ"א!

א יעדער לעיבעדיגע בריה באשטייט פון צעלען, די צעל האט אינערווייניג א בלופרינט וואס זאגט עס ווי אזוי זיך צופירען. די בלופרינט הייסט ד.נ.א. די דנ"א זאגט פאר אן עובר במעי אימו ווי צו וואקסען הענט ווי צו מאכען אויגען, וואס די קאליר פון די אויגען זאל זיין וכו' וכו'. נישט נאר פיזיש, נאר אויך טוט די דנ"א מאכען זיכער אז א מענטש/חיה זאל וועלען בלייבען לעבען, זאל וועלען ממשיך זיין דורות און ביי מענטשען טרייבט עס צו וועלען זיין אנגענומען, וועלען זיין א גוטער און אלעס וואס די הארץ באגערט נאך. אלעס איז פאשריבען אין דעם בלופרינט. עס איז דא דארט ביליאנען צירופי אותיות (להמחשה, גאנץ ש"ס צוזאמען האט ארום 10 מיליאן אותיות - דא רעדט מען פון באלד 1000 שס'ן. אלעס אויף א חודו של מחט)

ווען א טאטע מאמע זענען זיך מייחד לשם מצוה ראשונה שבתורה ווערט א מישעניש פון ביידע'ס דנ"א. אזוי ירש'נט מען אלעס, סיי קאליר אויגען און סיי מידות. דער פראגראם קען נאר מוליד זיין אויב ביידע עלטערען האבען די כמעט די זעלבע דנ"א. פארדעם קען א מענטש מיט א מאלפע נישט געבוירען א חציו עבד וחציו בן חורין (אונז האבען אן אנדערע צאל כרומאזומס ואכמ"ל), און פארדעם קען א חיטה וגפן נישט געבוירען כלאיים.

דער ווונדערליכען דנ"א האט אין זיך געוואלדיגע חכמות ווי אזוי עס היט זיך אפ פון מאכען טעותים. א שנעלע זוך אויף וויקיפעדיע וועט דיר צייגען ווי מורא'דיג ס'איז. אבער נאכאלס, טאקע ווייל ס'איז אזוי קאמפלעצירט מאכט זיך אמאל א טעות. רובא דרובא טעותים זענען געפערליך. א קינד מיט אן עקסטערע פינגער רח"ל. א פינגער וואס פעלט. א לאך און הארץ ועוד כהנה וואס מען זאל נישט וויסען.

אבער אמאל מאכט זיך א טעות וואס ארבייט יא. עס מאכט זיך אמאל א קליין לייב וואס זיינע פוס ביינער זענען אביסעל געדרייט אויף ארויף און ממילא קען ער שנעלער לויפען פון זיינע עלטערען. אזא קינד האט מער שאנסען צו איבערלעבען שונאים און כאפען חיות פאר זיין אייגענע קינדער. דאס איז די בעסיס צו דארווין'ס המצאה. זיין חכמה ליגט און דעם וואס ער האט דאס פארשטאנען נאך פאר מענדעלעיעוו האט אויסגעפונען גענעטיקס.

מיט דעם פארשטאנד קוק איך ווייטער ווי מ'טאר נישט (mitochondria), זאגען זיי אז איין מאמע קען געבוירען א קינד וואס זאל זיין אן אדם הראשון וואס אונז זענען מיר אלע געשאנקען מיט די זעלבע דנ"א.

נאך אביסעלע עיון ווייזט אז מיט דעם כמעט פערפעקטע דנ"א סיסטעם קען אין 250,000 יאר, דארך קליינע צוביסעלעכע טושינגען אין די דנ"א, נעמען אן עיפ - א מאלפע, און זייער אייניקלעך קענען זיין סיי טשימפאנזיס בוים קריכערס און סיי מענטשען כפרות שלעגער.

אזוי קען מען גיין למעלה בקודש. עס איז מעגליך צו גיין פון איין פראטא קאץ צו אלע פארשידענע מיטגלידער אין די פאמיליע - פון די גרויסע לייב ביז די קלענסטע יאפאנישע קעצל - דארך נאטורליכע קליינע טוישען אין אונטער א מיליאן יאר. עס איז מעגליך צו גיין פון איין יונק mammal בלע"ז און אין בערך 50 מיליאן יאר זאל עס ווערען צו אלע מיני משונהדיגע מאמעלס וואס עס געפינט זיך אויף דעם קליין וועלטעל אונזערס.

יעצט נאכאמאל, איך בין נאך נישט כבן ארבעים. איך בין זיכער נישט געווען דערביי ווען די טוישונגען זענען שטאטליך געווארען. ממילא ווען איך האב דאס די ערשטע מאל געהערט האב איך אויסגעפלאצט אין א געלעכטער. מיליאנע יארען, אזוי גאר? חחחחחח

נו, קדמות העולם איז נישט די נושא דא (איך זאג דיר צו, אז די ווילסט וועל איך דיר אויך עקלערען פארוואס זיי זאגען אזוי.*) אבער ערשט לאמיר דן זיין אז לו יצוייר די וועלט וואלט יא געווען מיליאנע יארען אלט, און אויב וואלטען אונז דעמאלטס אראפגעלייגט צוויי פישעלעך אין וואסער און אוועקגעגאנגען ביז צו די היינטיגע טאג וואס וואלטען מיר געטראפען?

אויב ליידיגען מיר אויס אלע ברואים פון די וועלט היינט און מיר לאזען נאר איבער צוויי פישעלעך -א זכר ונקבה - און מיר קומען צוריק אין 500,000,000 יאר וואס וועלען מיר טרעפען?

ווען איך האב אריינגעטראכט אין די הייפאטעטיקאלע קשיות און איך האב גענוצט דאס וואס מען ווייסט ווי אזוי נאטור ארבייט, ווי אזוי א קאץ געבוירט א קאץ און א ווישניצער געבוירט א ווישניצער תסמרנה שערות ראשי. וואס הייסט? א נברא דארף שוין נישט א בורא? גלייב מיר בנאמנות אז איך האב דעמאלטס געכאפט דעם תכלית הידיעה שלא נדע. Ignorance is bliss בלע"ז.

שבתי וראיתי אז יעדער פלאץ ווי עס מאכט זיך נאך א וועג, נאך א טעכנעלאגיע, נאך א מאשינקע וואס קען אונז פארענטפערען ווער איז גערעכט באווייזט עס נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל אז כולנו בני איש אחד אנחנו, אלע ווישניצער רביס, אלע רביס, אלע חסידים, אלע אידען, אלע מענטשען שטאמען פון איין אדם. און אלע באשעפענישען שטאמען פון איין באשעפעניש.

נאכאמאל, נישט אז איך ווייס קלאר אז עס איז נישט געווען קיין עקסטרע נבראים. נאר לויט ווי אונז זעהן יעצט בימינו ווי אזוי ס'ארבייט איז ברור כשמש אז אויב וואלט נישט חלילה געווען קיין השגחה פרטית וואלט עס אויך געקענט געשעהן!

אויף נאפאליאן פארציילט מען אז ווען מען האט עם געוויזען די הילוך החמה והכוכבים לויט די נייע פארשטאנד וואס די חכמי אוה"ע האבען זיך נאר געכאפט בימיו, האט ער געפרעגט "און ווי איז די מסבב כל הסיבות"?

האט זיך די פארשער אנגערופען "עס ארבייט אויך אן קיין מסבב"!

וואס הייסט? יא, קען זיין אז ס'דא איינער וואס קאנטאלירט די הילוך החמה די לבנה און די שטערענעס. אבער אפילו אן אזא קאנטאלירער ארבייט עס אויך.

נו, פאר די שרייסט אז ס'כפירה חלילה וחס וויל איך דיר עקלערען. ווען איך האב צום ערשט געטראכט ביים דריי יאר אלט: ווער זינגט דארטען אין די טעיפ-ריקארדער? איך האב מיר פארגעשטעלט א קליינער פיצי ירמי' דמן וואס מיינע עלטערען האבען זיך געשאפט אין די ספרים געשעפט. ווען איך האב געפרעגט מיינע עלטערען האבען זיי מיר מסביר געווען כפי השגותי אז עס קען אויך ארבייטען אן אריינלייגען א קליינע קאפעליע אין די מאשינקעלע. ס'מאכט נאך נישט ירמי' דמן פאר א קלענערע בעל מחבר!

די זעלביגע איז דא אויך. קיינער קען נישט זאגען אז די מסבב כל הסיבות האט נישט אנגעדרייט אט די סיסטעם וואס אונז רופען די הילוך הכוכבים - gravity בלע"ז. קיינער קען אבער נישט זאגען פאר די פארשערס אז גאט טוט עס ווען זיי זעהען אז עס ארבייט פונקט אזוי גוט אן קיין גאט.

יעצט לאמיר אריין גיין נאך אביסעלע טיפער און איך גיי דיר עקלערען אז די גרעסטע מסיתים ומדיחים זענען די וואס האבען אונז איינגערעדט אז עס איז דא א פיצי ירמי' דמן אין די קאסעט שפילער! די וואס שרייען בראש כל חוצות אז ווען מיינע עלטערען האבען מיר געזאגט אז ס'דא א קליינע קאפעליע אינערווייניג האבען זיי געמיינט מלאכים ממש זענען די שורש פורה ראש ולענה!

דיינע קינדער גייען אמאל אויפברעכען די קאסעטעל. אויב נישט דיין בנים דאן דיין בני בנים. זיי גייען איינזעהן אז עס ארבייט אן קיין מלאכים ממש. ומה יעשה הבן ולא יחטא?

אונזער קינדער גייען אויפהייבען מרום עיניהם, זיי וועלען גלייך זעהן אז מי לא ברא כל אלה. ומה יעשה הבן ולא יחטא?

ירמי' דמן, ולהבדיל גאט אליינס דארפען נישט אז מיר זאלען גלייבען אין זיי כדי צו מהנה זיין נפש כל חי. די טעיפ זינגט ווייטער אין די דנ"א פאטשקעט ווייטער.

די רב האט אמאל נאכגעזאגט "קושטא קאי שיקרא לא קאי. ריבונו של עולם, די שקר באווייזט לכל דורש. עס ליגט אין יעדער קרן זוית די אמת וואס צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם. ומה נענה ליום הדין?

ווען דיינע קינדער גייען דיר פארהאלטען מיט די הבנה ברורה וואס גייסטו זיי פארציילען, אז ער האט תאוות? ר' אלחנן'ס בייעס? אז חכמה בגויים אל תאמין? מיינסט טאקע אז דיין זוהן גייט נישט אויפען פלאץ כאפען אז ר' אלחנן איז אויך בייעסט?

------

*אז מ'רעדט שוין לאמיר אריינגיין אין די עלטער פון די וועלט - ביי מיר איז דאס געווען די סיבה פארוואס איך האב משנה געווען מדרכי אבותי ורבותי.

פאר באלד צוואנציג יאר צוריק בין איך געגאנגען באזוכען די ניאגארע טייך ביי די אמעריקאנער/קאנאדישען גרעניץ - דארט ווי די באקאנטע וואסערפאל שטורעמט אן אויפהער. ווייזט מיר א גוי אז די וואסער לויפט מיט אזא כוח אז עס קריצט אריין אין די ערד בערך א פוס א יאר! דאס מיינט אז יעדער יאר הייבט זיך אן די וואסערפאל מיט א פיס נענטער צו ניו יארק און א פיס ווייטער פון טאראנטא. נאך מער, זאגט ער מיר, ווינטער איז די קראפט פון די וואסער שוואכער ווי זומער, ממילא ווערט א יעדער יאר א קריץ ביי די זייטען ווי א האלבע לבנה. די שטערקסטע קריץ בתקופת תמוז און די קלענסטע קריצען ווען די וואסער איז קאלט אדער געפרוירען.

נו, טראכט איך ביי מיר, וויפיל אזעלכע פיסיגע קריצען זענען דא? זאגט ער מיר אז ער האט שוין געציילט 12,900.

אפאר חודשים פארדעם רעד איך מיט נאך עפעס אן אויפגעקלערטען (עבר ושנה… די רבי האט אונז דאך געווארנט נישט צו רעדען מיט זיי) און ער פארציילט אז א יאר פריער איז ער געווען אין סיביר אויף אן עקספעדישען. צופעליג האבען זיי געטראפען א ליידיגע בעקעלע וואס די עקפעדישען פון 12 יאר פריער האט איבערגעלאזט אויפען שניי.

דער בעקעלע איז געווען האלב פיל מיט א דיקען שיכט פון אייז. דער בחור איז ווייט פון פויל, ר'האט אויסגעקלאפט די אייז און עס געשניטען אויף האלב האט ער באמערקט אז עס האט 12 באזונדערע שיכטען. ער, צוזאמען מיט אנדערע פארשער האבען איינגעזען אן אינטרעסאנטע זאך: ווינטער פאלט אביסעל רעגען יעדער יאר וואס ווערט גלייך געפרוירען. די חודש צוויי פון זומער שמעלצט א קליין שיכט פון די נייע שניי און א חודש דערנאך פרירט עס צוריק, ובא לציון גואל. אבער עס בלייבט א זכרון לדורות. מ'קען איבערדרייען דעם בעקעלע און זעהן וויפיל יאר צוריק מ'האט דאס אראפגעלייגט.

"עפעס אלטע בעקעלעך האסטו אויך געטראפען"? פרעג איך עם. "ניין", זאגט ער. "איך האב אראפגעגראבען הונדרעטער פיס און קיין איין בעקעלע נישט געטראפען".

ערררר, ר' שייגעץ, וויפיל שיכטען האסטו געטראפען אין דעם געגראבענע אייז? 800,000 זאגט ער מיר. פארשטייט זיך אז איך האב אויסגעפלאצט אין א געלעכטער. די וועלט איז דאך נישט אזוי אלט.

אבער אויפען לאנגע וועג אהיים פון ניאגרע, ווען איך האב געהאט צייט צו טראכטען האב איך מיר דערמאנט א מעשה שהיה:

מעשה שהיה אז א בוים איז אראפגעפאלען אין חצר פון תלמוד תורה. דער בוים, האבען אונז אלע געוויסט, האט איינגעפלאנצט די ערשטע מנהל פון חדר גראד נאכען מלחמה, ווען די געראטעוועטע האבען זיך צוזאמען גענומען און צוריק אויפגעבליהט די מוסדות. אפאר וואכען דערנאך קומט די נייע מנהל און ווייזט אונז די שיינע שטענדער וואס מען האט געמאכט פון די בוים. "א חפץ דקדושה" האט ער עס גערופען.

די שטענדער איז געווען קונצליך איבער קונצליך. די האלץ איז געווען מקשה אחד, ממש ווי עס פאסט פאר א בית מקדש מעט. איך פלעג אלעמאל ליב האבען צו שטיין דארט ווען מען האט נישט געדאווענט און אויפהייבען די פרוכת'ל און שפילען מיט מיין פינגער אויף די האלץ, איך האב ליב געהאט די טונקעלע רינגען וואס ביימער האבען. די נאטורליכען אויסקוק פון רינגלעך, איינער גראבער איינער דינער פון אנדערען.

אין דא האט נאך עפעס א מעשה שטן אריינגעברענגט א גוי. דער גוי האט מיר מסביר געווען אז די רינגלעך קומען צו א יעדער יאר. מ'קען פעסטשטעלען די עלטער פון די בוים לויט וויפיל רינגלעך ס'האט.

"קענט בי" זאג איך דעם גוי. ס'קען נישט זיין. איך ווייס ווען דאס איז איינגעפלאנצט געווארען. זיכער נאך די קריג. ניטאמאל 50 יאר איז דאס געשטאנען. "לאמיר קוקען און ציילען די רינגעלעך צוזאמען וועל איך דיר קענען אויפווייזען אז 280 רינגלעך נעמט נאר 50 יאר"

דעם גוי געבט נאר א קוק אויף מיין בא'חנ'טע אידישע פנים מיט לאנגע פאות און כאפט מיט וואס דא האנדעלט זיך. ער האט זיך נאר צושמייכעלט.

זיצענדיג אויפען באס אויפען וועג צוריק פון ניאגארע האב איך מיר דערמאנט פון די מעשה און כ'האב אויסגעפלאצט און א געוויין. און איך וויין נאך עד היום הזה.

שבתי וראיתי אז יעדער פלאץ ווי עס מאכט זיך נאך א וועג, נאך א טעכנעלאגיע, נאך א מאשינקע וואס קען אונז פארענטפערען ווער איז גערעכט באווייזט עס נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל אז די בריאה איז מיליאנען יאר אלט! טאקע תירוצים איז דא לרחצה, אבער וואס זאג איך פאר מיין קינד וואס האלט מיך פאר אז די תירוצים זענען זייער גוט אבער די בוים האט מער ווי 50 רינגלעך? מיין רבי טענה'ט אז די מבול האט עס גענדערט. זיין רבי זאגט אז מ'טאר דאס נישט טראכטען. וואס זאג איך עם, אז די האסט תאוות?

ומה יעשה הבן ולא יחטא?

זאלסטו וויסען אז די געדאנק איז שוין נישט בגדר הלכה ואין מורין כן, ס'שוין לאנג נישט קיין נקרא ולא מתרגם אדער א די למבין, דער אינפארמאציע איז א דבר השוה לכל נפש. א יעדער ראצער מיט א סמארטפאון זעט דאס ביום הראשון. דאס ליגט אויף די פראנט-פעידש פון די אינטערנעט. און וואס טוט מען? מ'אסרט די סמארטפאון.

מורי ורבותי, די וועלכע שטאפען די קינדער מיט הוילע שקרים און ווילדע דמיונות דעבידי להתגלי זיי זענען די מהרסי ומחריבי הדת!

די ערגסטע פון די ערגסטע איז אז נאכדעם ווי מיין אמונה איז זיך צוגאנגען, ווען איך האב נאכאמאל אריינגעקוקט אין חומש האב איך קיינמאל נישט געטראפען קיין איין זאך וואס איז זיך סותר מיט'ן תורה. דארט שטייט קיין ערגעץ נישט פון קיין תשע"ז. אדער פונקטליך ווי אזוי די מסבב כל הסיבות האט אהערגעשטעלט די ברואים. פארקערט, גלייך ביים ליינען די ערשטע פרשה פון די תורה ויהי ערב ויהי בוקר נאך פאר ס'געווען א זון מיט א לבנה זעט מען קלאר אז די בריאה איז נישט ווי מ'האט אונז געזאגט נאר דייקא ווי די פארשער זאגען.

ומה נענה ליום הדין? גלייב מיר בנאמנות אז עס איז נישט דא קיין גרעסערע יום התוכחה ווי דאס טאג וואס דיינע בנים גייען דיר פארהאלטען מה זה ועל מה זה.
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 4:10 pm#381983
:like
זייער שיין געשריבן און גוט אראפגעלייגט!

האללא! עס איז מיר א כבוד אז דו באנוצט זיך מיט מיינע לשונות ווי ״חכמה בגויים אל תאמין״... שכח!
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 4:19 pm#381984
שבת אחים האט געשריבן::like
האללא! עס איז מיר א כבוד אז דו באנוצט זיך מיט מיינע לשונות ווי ״חכמה בגויים אל תאמין״... שכח!

האסט באצאלט פאר א קאפירייט?
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 5:26 pm#381988
דער אשכול איז זייער ארעם זיך מתייחס צום קעפל, דו ביסט זייער קורץ און אומקלאר מסביר פארוואס דאס איז נישט קיין סתירה צו די תורה (איך האלט אויך אז עס איז נישט קיין סתירה, נאר דיינע ווערטער דא צום סוף זענען זיך עפעס נישט מתיישב על הלב. לאידך גיסא בין איך נישט מסכים מיט דיין באהויפטינג אז עס איז אזא וויכטיגע יסודות'דיגע נושא אזש ממש דא ליגט די חורבן, אויב וועל איך איין טאג ווערן איבערצייגט אויף הונדרעט פראצענט אין די ווארהייט פון גיל העולם וועל איך דאס מיישב זיין עפ"י תורה אן קיין שום פראבלעם אדער הארץ קלאפעניש, איך פארשטיי נישט די גרויסע טראומע דערפון פארוואס מען דארף בועט זיין אין אבותינו ורבותינו).

אנטשולדיגט פארן פרעגן: דו האסט נארוואס געגיבן אנצוהערן אז דו ביסט שטריימל בלאגער, שטריימל בלאגער - לויט ווי איך געדענק - האט זיך בשעתו אידענטיפיצירט אלץ א הערעטיק, ווידעראום דא אויף ק"ש שרייבסטו ווי א שטארקע מאמין וואס איז באזארגט אז מיר זאלן האבן די ריכטיגע אמונה, מורא האבן פארן יום הדין וכו'. דו שפיעלסט? האסט חוזר געווען? פראבירסט דיך פשוט צוצושטעלן צום רוח המקום? אנטשולדיגט פארן פרעגן לגופו של ניק, אבער עס איז מיר זייער אומבאקוועם צו פירן א שמועס ווען איך בין חושש אז דער מיטשמועסער איז נישט אינגאנצן honest.

לעצם הענין:
m https://mikyab.net/ m כתבים/מאמרים/מבט-שיטתי-על-יחסי-אבולוציה-ואמונה/
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 5:53 pm#381989
לאז אפ די מדבר. איך וויל פון עם נישט רעדען.

אז די מוזט דוקא זאג איך דיר אז איך קען נישט זאגען אויף מיר אז איך ווייס שוין אלעס...
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 6:07 pm#381992
ריכטיג.

ווי קומט דא אריין זיין פערזענליכע סטאטוס אין רעליגע? זייט ווען דארף ער מיטיילן מיט דיר זיינע פערזענליכע גלייבונגען?

דעס האסטו ארויסגענומען פון זיין גאנצע תגובה? ער רעדט דאך זאכן וואס ״״שרייעט אין זיין מוח״! ער פארציילט דאך דא זיינע אינערליכע געפילן.

ער מוז זיין אויף דיין לעוועל אין גלויבונג? ער מעג נישט האבן זיין אייגענע ווערסיע?

דאס האבן ענק צוענטפערן? ווען איינער פרעגט וואס ענטפער איך פאר מיין קינד/קינדס קינד אז סאיז דא מעהר רינגעלעך אין די בוים ווי די וועלט שטייט?

שטעלסט דיך אויף יעדע נערישע אויסדרוק אין זיין תגובה? מה נענה ליום הדין? פארשטייסט טאקע נישט וואס ער מיינט?


#אוי גאטעניו
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 6:28 pm#381993
ווייסט וואס! איך פרעג דיך א סימפל קשיא, איך ווייז דיך צו א בוים אין שוועדן וואס האט ״אכט טויזנט רינגלעך״. די מבול האט דאך פאר אסאך ווייניגער ווי אכט טויזנט יאהר צוריק אפגעווישט די וועלט? וימח כל היקום שטייט אין תורה, אלעס איז חרוב געווארן.

עפעס שטימט נישט דא

1)אדער איז די מבול נישט אנגעקומען קיין שוועדן און סאיז נישט געוועהן א ״וועלטליכע מבול״ ווי די תורה שרייבט?

קען איך דיר ברענגען א אנדערע בוים אין די אנדערע זייט וועלט מיט די זעלבע מעשה.

2)אדער האט דער אייבישטער דוקא געמאכט אזוי כדאי אונז צו צומישן?

דעמאלטס וואס איז פשט אין פסוק ״לא בשמים הוא״, ״בפיך ובלבבך לעשותו״??? דברה תורה כלשון בני אדם? (לויט איין דעה).

3)רינגעלעך קען געשעהן אין ווייניגער ווי א יאהר

דערווייל ווייסט קיינער נישט אויף די וועלט פונדעם, אונז קענען קלאר זעהן אז סגישעהט נאר פון א ווינטער/זומער סייקעל.
אדרבה יעדער קען היינט איינפלאצן ביימער און קומטס צוריק אין איין יאהר וועט ער זעהן ״איין רינגל״ און 94 יאהר ארום 94 רינגלעך.

דעס איז א״ב, יעדער קינד ווייסט דעס! דאס זאגט דאך שטריימל, וואס דארף מען ענטפערן פאר די קינדער??? ליגענט?
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 6:30 pm#381994
שבת אחים האט געשריבן:ריכטיג.

ווי קומט דא אריין זיין פערזענליכע סטאטוס אין רעליגע? זייט ווען דארף ער מיטיילן מיט דיר זיינע פערזענליכע גלייבונגען?

דעס האסטו ארויסגענומען פון זיין גאנצע תגובה? ער רעדט דאך זאכן וואס ״״שרייעט אין זיין מוח״! ער פארציילט דאך דא זיינע אינערליכע געפילן.

ער מוז זיין אויף דיין לעוועל אין גלויבונג? ער מעג נישט האבן זיין אייגענע ווערסיע?

דאס האבן ענק צוענטפערן? ווען איינער פרעגט וואס ענטפער איך פאר מיין קינד/קינדס קינד אז סאיז דא מעהר רינגעלעך אין די בוים ווי די וועלט שטייט?

שטעלסט דיך אויף יעדע נערישע אויסדרוק אין זיין תגובה? מה נענה ליום הדין? פארשטייסט טאקע נישט וואס ער מיינט?


#אוי גאטעניו

שבת, דאס האסטו ארויסגענומען פון מיין גאנצע תגובה?

לייען איבער, כ'האב פונקטליך געשריבן פארוואס עס איז נוגע. ווען ער קומט אריין אזויווי דיר, אפיציעל אלץ כופר, האב איך נישט קיין פראבלעם.
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 6:37 pm#381996
Re: עוועלאשען איז נישט קיין סתירה מיט'ן תורה
זיי ממשך,
נאכדעים וואס די האסט געעפענט די חומש אין געזעין אז סשטימט יא
וואס האט פאסירט ... חזר בתשובה.?
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 6:45 pm#381997
יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:זיי ממשך,
נאכדעים וואס די האסט געעפענט די חומש אין געזעין אז סשטימט יא
וואס האט פאסירט ... חזר בתשובה.?


איך ווייס אליין נישט.

יעצט, וואס גייסטו ענטפערען פאר דיינע קינדער? קענסט אונז צוהעלפען?
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 6:47 pm#381998
ריכטיג, איך האב געהאפט אז די וועסט מעקען די תגובה. איך האפ נאך אלס. (ס'מאכט נישט קיין שום נפקא מינא וואס איך האב געגלייבט אמאל, וואס איך גלייב יעצט און וואס איך גיי גלייבען מארגען. נישט נאר ס'מאכט נישט קיין חילוק, איך ווייס אליין נישט!!! דיין נייגעריקייט וועל איך ענטפערען אין אישי.)


יעצט קענסטו ענטפערען מיין פראגע? וואס גייסטו זאגען דיין קינדער? וואס האלסטו איך זאל זיי זאגען?
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 7:09 pm#381999
איך וועל אנפאנגען מיט דיין קעפל פין דעם אשכול
עוועלאשען איז נישט קיין סתירה מיט תורה -

ביסט גערעכט!

דער מאמין בה' דארף נישט האבן קיין פראבלעם, און קען אנגיין מיט עוועלאשען
ווידער דער כופר האט יא א פראבלעם מיט א דיזיינער, און פארדעם וועט ער זיך קלאמערן אויף גראדע ווענט אבי ער זאל קענען מישב זיין זיין לעכעריגע עוועלאציע.
שבת דאס רירט אן דירעקט די נושא פין ווער ס'איז בייעסט

shtriemel האט געשריבן:לידיעתך, איך האב דערווייל נאך נישט געטראפען קיין איין עוועלאשעניסט הכרח וואס זאל צייגען אז ס'נישט דא קיין מצוי וואס איז די מסבב כל הסיבות!

ווידער 100% גערעכט!
אבער דאך שרייט דער עוועלאשעניסט שרייט אז ער האט יא א הכרח אז ס'איז נישט דא קיין דיזיינער
איז וואס גייסטו ענפערען פאר דיינע קינדער ???

למען האמת אויב איז איינער גרייט אנצינען אז ס'איז דא א דיזיינער ווערט אים איבריק זיך מדחק צי זיין מיט די חחחחח פין עוועלאציע
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 7:16 pm#382000
הקטן האט געשריבן:איך וועל אנפאנגען מיט דיין קעפל פין דעם אשכול
עוועלאשען איז נישט קיין סתירה מיט תורה -

ביסט גערעכט!

דער מאמין בה' דארף נישט האבן קיין פראבלעם, און קען אנגיין מיט עוועלאשען
ווידער דער כופר האט יא א פראבלעם מיט א דיזיינער, און פארדעם וועט ער זיך קלאמערן אויף גראדע ווענט אבי ער זאל קענען מישב זיין זיין לעכעריגע עוועלאציע.


(כ'האב געטוישט די נאמען פון די קעפעל ווייל איך וויל נישט פאדרייען די נושא.)

דאס גייסטו זאגען פאר דיין קינד? אז דער גוי האט א פראבלעם?
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 7:34 pm#382002
Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?
שטריימעל האט געשריבען א מאמר פון זיין ערפארונג, אלזא איז זיין צושטאנד יא נייטיג.

איך ווייס נישט וויאזוי ער גלויבט אזוי שנעל די ראיות וואס מ׳זאגט איהם. אז יעדעס יאר רעגענט נאר איין מאל אין סיביר איז באשטעטיגט פונקט וויאזוי? פון די לעצטע פופציג יאר? אז ביימער האבען אייביג געמאכט נאר איין רינגעל א יאר איז באשטעטיגט וויאזוי? ווער האט עס געזעהן?

היינטיגע, נאך רענעיסענס, וועלט, גלויבט אין עמפיריציזם. דער זיכערער וועג עפעס אויפצווויזען איז דורך נאכמאכען. אז מ׳קען נאכמאכען די רעזולטאטען, ווייסט מען וויאזוי זאכען פאסירען (דער רמב"ם, אין סהמ"צ, מאכט חוזק פון דער סיסטעם). אז א פארשער פון דער היינטיגע חדר זאל אננעמען די אויפווייזונגען וואס מ׳קען נישט אויפווייזען אין א לעבאראטארי איז א פשע אין זייער גלויבונג.

דאס אז די זאכען ׳קענען פאסירען אן א גאט׳ האט גארנישט צוטוהן מיט די מציאות. איידער מ׳האט דער בעיסיק קאמפליצירטקייט פון א וועלט, דארף עס שוין איין מאל א גאט. ערשט נאכדעם וואס א מעגליכקייט פון רעדען עברית איז שוין אנטוויקעלט, דעמאלס קענסטו טראכטען אז מ׳דארף שוין נישט קיין הילף. און די ראיה איז טאקע נישט פון דער קיום הטבע נאכ׳ן אויסשטעלונג, נאר פון דעם אז ס׳האט זיך אויסגעשטעלט מעיקרא. די אלע פארשער וואס זאגען אז עוואלוציע איז מוכרח, האבען קיינמאל נישט צוזאמען געשטעלט די צוויי גלויבונגען אינאיינעם, עוואלוציע און געטליכע ארבעט און פראבירט אויפצוווייזען אז ס׳איז איינער אדער די אנדערע. קיין איין ראיה צו עוואלוציע איז נישט קיין קשיא אויף מעשה בראשית, ופשוט.

איך ווייס נישט וואס מ׳זאגט פאר קינדער ווען זיי פרעגען שאלות וואס זיי קענען נישט פארשטייען. דאס האט גארנישט מיט אידישקייט, יעדער קינד קען פרעגען שאלות וואס דער תירוץ דערצו איז ווייטער פון זיין השגה.

*אינטרעסאנט איז די היימישע אבסעסיע מיט נאפאליאן. ער איז דער קנה מדה פון אונזער גלויבונג. נאפאליאן׳ס קשיא אויף מיגו איז א יסוד אין ישיבות. זיין שאלה צום קליין שטאטישע רב איז א מוצ"ש פעיוואריט.
מ׳דארף אבער געדענקען אז ער איז נאר געווען אינטרעסאנט כל זמן ער האט געהאלטען אין איין זיגען. למעשה האט ער פארלוירען, און ער איז שוין נישט אינטרעסאנט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 8:15 pm#382008
הקטן האט געשריבן:אבער דאך שרייט דער עוועלאשעניסט שרייט אז ער האט יא א הכרח אז ס'איז נישט דא קיין דיזיינער
איז וואס גייסטו ענפערען פאר דיינע קינדער ???


איך וועל ענטפערען מיין קינד דאס:

ווייז מיר איינער וואס שרייט אז ער האט א הכרח אויף א נעגאטיוו (ס'נישט דא xyz) און איך וועל דיר ווייזען איינער וואס האט פארגעסען א קלארען משנה: מ'קען קיין נעגאטיוו קיינמאל נישט מכריח זיין. קיינמאל!

פאר מער דרוקט דא:
m https://en.wikipedia.org/wiki/Russell%27s_teapot m

הקטן לעבען איך האב דיר שיין גענטפערט דיין קשיה זיי מוחל ענטפער מיר אויך מיין קשיה.

פליז.
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 8:36 pm#382010
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שטריימעל האט געשריבען א מאמר פון זיין ערפארונג, אלזא איז זיין צושטאנד יא נייטיג.


(וואס, זאל איך טוישען די קעפעל צו "מעשה שהיה לא כך היה"? וואס גייט ענק צופרידענשטעלען? איך וועל אלעס טוישען כל זמן מ'קען אויפהערען רעדען פון מיר?)

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט וויאזוי ער גלויבט אזוי שנעל די ראיות וואס מ׳זאגט איהם. אז יעדעס יאר רעגענט נאר איין מאל אין סיביר איז באשטעטיגט פונקט וויאזוי? פון די לעצטע פופציג יאר? אז ביימער האבען אייביג געמאכט נאר איין רינגעל א יאר איז באשטעטיגט וויאזוי? ווער האט עס געזעהן?

היינטיגע, נאך רענעיסענס, וועלט, גלויבט אין עמפיריציזם. דער זיכערער וועג עפעס אויפצווויזען איז דורך נאכמאכען. אז מ׳קען נאכמאכען די רעזולטאטען, ווייסט מען וויאזוי זאכען פאסירען (דער רמב"ם, אין סהמ"צ, מאכט חוזק פון דער סיסטעם). אז א פארשער פון דער היינטיגע חדר זאל אננעמען די אויפווייזונגען וואס מ׳קען נישט אויפווייזען אין א לעבאראטארי איז א פשע אין זייער גלויבונג.

די קשיה פון "וויפיל יאר נעמט צו וואקסען א רינגעל אויף א בוים"? איז "וויפיל זומערס און וויפיל ווינטערס ס'לעבט". דעס קען מען, און מען האט שוין, נאכמאכט רעזולטאטען גענוג מאל אז איך זאל עס גלייבען. ווילסט, פלאנץ איין א בוים, ברענג אנדערע ריזאלטס און זיי מנדב די נאבעל פרייז געלט פאר א חשוב'ן צוועק.

די שאלה פון "וואס מאכט שיכטען אויף אייז"? איז "וויפיל זומערס און וויפיל ווינטערס ס'זאמעלט זיך אן" דעס קען מען, און מען האט שוין, נאכמאכט רעזולטאטען גענוג מאל אז איך זאל עס גלייבען. ווילסט, לייג אראפ א קעסטעל אין סיביר, ברענג אנדערע ריזאלטס און זיי מנדב די נאבעל פרייז געלט פאר א חשוב'ן צוועק.

איך האב מורא אז איך פארשטיי דיר נישט ווייל איך גלייב נישט ביסט אזא טועה בדבר הידוע ועמפיריציריש אויפגעוויזען.
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 8:49 pm#382013
Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?
אז פופציג יאר זאל זיין א ראיה אויף טויזענט איז נישט אויפגעוויזען.

סתם אזוי, climate science איז גאר א שוואכער סייענס. א ריזיגע פערצענט פון זייער פרעדיקטשענ׳ס קומען נישט צושטאנד. פ"וו זאל איך זיי גלויבען אויף צוריק?

און ווילאנג דו האסט גע׳עפענט אן אשכול וועגען זיך, קום נישט מיט קיין טענות אויף יענעם

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 8:50 pm#382014
אינטרעסאנט אז הרב זאקס טענהט זיך דא מיט דער אפיקורס דאוקינס און זאגט קלאר אז עוטעלוציע שטימט מיט בראשית.
בד״א איז ער איהם שיין מסדר בס״ד.
m https://youtu.be/B7uwRGHJMbs m
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:20 pm#382021
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז פופציג יאר זאל זיין א ראיה אויף טויזענט איז נישט אויפגעוויזען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מארגען טראגט מען אן דיין זיהן א וואלד פון ביימער ווערט א מיליאן, אבער די מוכר דערציילט עם אז עס איז מעגליך אז די ביימער וועלען זיך צוואקסען דריי מאל אזוי שנעל, "ס'אמאל שוין געשען" שרייט ער.

טאמער עצה'סטו עם צו אינוועסטען האב איך פאר עם גאנצע וועלדער אין ניו העמפשיר צו פארקויפען.

טאמער אבער וועסטו עם זאגען "שטיי אוועק פון דעם דיל. ער פארקויפט דיר לאקשען מיט קרויט. נשתנה הטבעיים איז גוט צו זאגען פאר די קטני המוחות, די אידיאטען סייענטיסען וואס ווייסען נישט וואס טוט זיך מיט זיך, אבער זיי נישט קיין פערד, קויף נישט קיין וועלדער און שטיי אוועק פון ביימער".

וואס טוהסטו ווען ער פרעגט דיר והלא דברים ק"ו. מה-דאך ביי דעם דאלער וואס היום כאן ומחר שם פארשטייסטו אז טראכטען אזוי איז נישט נארמאל, כ"ש וכ"ש אויב איינער וויל וויסען מה חובת האדם בעולמו זאל ער נישט ערשט זיכער מאכען אז ס'קלאפט? אז מען פארקויפט עם נישט קיין לאקשען?
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:22 pm#382022
Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?
מיט דעמאגאגיע האב איך נישט וואס צו רעדען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:23 pm#382023
@שטרימעל. וואס וועסטו ענטפערן פאר דיין זוהן ווען ער פרעגט אייך צו ס'איז דא א גאט? און פון וואו איר ווייסט?
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:25 pm#382024
אויב איז טאקע ווי שבת און שטריימל שרייבן, אז עס איז נישטא קיין שום סתירה אדער הוכחה אז עס איז ח''ו נישטא קיין בורא, וואס האט זיי מכריח געווען צו אפלאזן די אמונה, און פארוואס זאלן די ידיעות מאכן א קינד ח''ו אפלאזן?

קורקלענד האקט
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:26 pm#382025
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיט דעמאגאגיע האב איך נישט וואס צו רעדען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איך האפ אז דיין זוהן וועט עס אננעמען "איך בין א דעמאגאג ממילא וואלד נישט גאט יא. אזוי האט טאטי אליין געזאגט".

עליך הכתוב אומר: נו נו.
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:31 pm#382026
קורקלענד האט געשריבן:@שטרימעל. וואס וועסטו ענטפערן פאר דיין זוהן ווען ער פרעגט אייך צו ס'איז דא א גאט? און פון וואו איר ווייסט?

איך וועל קיינמאל נישט זאגען וואס איך ווייס נישט. (כ'רעד נישט פון די יינגערע וואס דאס איז אנדרעשט מכוח ההכרח, איך רעד פון אן עלטערען קינד אין אזא מצב ווי ער קען מיר גלייבען אז איך וויל עם נישט מוריש שקר זיין).
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:32 pm#382027
Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?
דו האסט נאך קיין עמטליכע טענה נישט געזאגט. דו האלטסט אז קליימעט בלייבט די זעלבע דורך טויזענטער יאר, בשעת אז קליימעט פארשער׳ס ווייסען נישט פון מער ווי הונדרעט יאר. ווי קענסטו באשטעטיגען אז אלץ בלייבט דער זעלבע? נישט אויף דעם איז געבויט דער אמונה, אבער מיט דעם איז דיין טענה גאר פארשוואכט.

און אז דו ווילסט אריבער טאנצען צו מיין קינדער, נאכ׳ן ענדיגען רעדען פון זיך און דערנאך וויינען פארוואס ׳מ׳׳רעדט פון מיר. קען איך דיר זאגען אז מיין אינגעל האט מיר געפרעגט, נישט פארקערט, "ווי קענען זיי זאגען מיליונער יארען, ווער איז דארט געווען צו זע׳ען?"

והשיב לב אבות על בנים.....

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:34 pm#382029
איך האב גלייך דערשמעקט אז דער שטריימל כופר מיינט נישט דער סיסטעם און נישט קיין טיילונג, נאר דעם בוכ''ע אליינס מיט זיין תורה. ב''ה די נאז ארבייט נאך גוט.

ווי דער אלטער לאזונג גייט דו האסט נישט קיינע קשיות נאר תירוצים.

מיר האבען שוין גענוג סאטמארע/עקססאטמארע כופרים, איין וויזניצע, נו וועט ליידער זיין איין בעלזע.

אגב, דאס באלאנגט אין העמק דבר אפטיילונג נישט דא.
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:39 pm#382030
געוואלדיג האט געשריבן:אויב איז טאקע ווי שבת און שטריימל שרייבן, אז עס איז נישטא קיין שום סתירה אדער הוכחה אז עס איז ח''ו נישטא קיין בורא, וואס האט זיי מכריח געווען צו אפלאזן די אמונה, און פארוואס זאלן די ידיעות מאכן א קינד ח''ו אפלאזן?


אז מ'וואקסט אויף מיט באבע מעשיות אז די קיץ וחורף לא ישבותו מיינט אמאל איז געווען ווינטער און זימער 300 מאל א יאר ווינדערסטו נאך פארוואס איינער גלייבט שוין גארנישט? קוק נאר ווי ער רופט דאס דעמאגאיע!

דאס פרעגען אז עס לייגט זיך נישט אופען דעת, און קיינער וואלט נישט אינוועסטעד קיין רויטע צענט אויף אזלעכע מעשיות משונות, ווערט אדער בכלל נישט גענטפערט (מ'דרייט זיך ארויס, מ'הייבט אן דן צי זיין בכובד ראש, אן וועלען דן זיין, פארשטייט זיך, אין די שואל) און אויב איז זיך שוין איינער יא מרחם און ענטפערט שרייט ער שייגעץ ארויס אדער "דעמאגאג"

מה יעשה הבן ולא יחטא?
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:42 pm#382031
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו האסט נאך קיין עמטליכע טענה נישט געזאגט. דו האלטסט אז קליימעט בלייבט די זעלבע דורך טויזענטער יאר, בשעת אז קליימעט פארשער׳ס ווייסען נישט פון מער ווי הונדרעט יאר. ווי קענסטו באשטעטיגען אז אלץ בלייבט דער זעלבע? נישט אויף דעם איז געבויט דער אמונה, אבער מיט דעם איז דיין טענה גאר פארשוואכט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk


טענו לו "אייז" וענו לו "קליימעט"?
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:46 pm#382032
איך אויך האט געשריבן:איך האב גלייך דערשמעקט אז דער שטריימל כופר מיינט נישט דער סיסטעם און נישט קיין טיילונג, נאר דעם בוכ''ע אליינס מיט זיין תורה. ב''ה די נאז ארבייט נאך גוט.

ווי דער אלטער לאזונג גייט דו האסט נישט קיינע קשיות נאר תירוצים.

מיר האבען שוין גענוג סאטמארע/עקססאטמארע כופרים, איין וויזניצע, נו וועט ליידער זיין איין בעלזע.


והיה כי ישאלך בנך גייסטו עם זאגען אז די האסט גוט געשמעקט? אז ס'דא אסאך סאטמארע כופרים און איין בעלזע? דו האסט נישט קיינע קשיות נאר תירוצים?

ומה יעשה הבן ולא יחטא?


איך אויך האט געשריבן: אגב, דאס באלאנגט אין העמק דבר אפטיילונג נישט דא.


ווי אזוי רוקט מען דאס? בכלל קוקט מיר נישט אויס ווי איינער וויל דא מעמיק זיין…
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:48 pm#382033
מיינע קינדערס אמונה איז געבויעט אויף מעמד הר סיני, סא אפילו אויב אלעס וואס די סייענטיסטן זאגן איז ריכטיג, וועלן זיי אי''ה בלייבן מאמינים, איך וועל זיי מסביר זיין וויאזוי עס איז נישט קיין סתירה מיט די תורה.

אבער וואס וועסטו ענטפערן פאר דיינע קינדער ווען זיי וועלן דיר פרעגן '' טאטי, אלעס וואס אונז ווייסן וועגן נאטור איז נאר פון פארשונגען און באטראכטונגען אין די לעצטער איינצעלנע הונדערטער יארן, וויאזוי קענען אונז וויסן אויף זיכער וויאזוי נאטור האט זיך אויפגעפירט מיליאנען יארן צוריק?''

ועוד ''טאטי וויאזוי קען זיין זיכער (נישט השערה) אז אלע באשעפענישן זענען א השתלשלות איינס פונעם צווייטן אויב קיינער האט דאס קיינמאל נישט באאבאכט?''

והעיקר ''טאטי, פארוואס האסטו אפגעלאזט אמונה פון א בורא פון די וועלט אויב האסטו נישט קיין הוכחה אז עס עקזיסטירט נישט?''
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:49 pm#382034
Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?
הייסט דו מעגסט זיך נעמען רעדען אומסייענטיפיש, מיט חשבונות פון אינוועסטירונגען, און קיינער מעג דיר עס נישט זאגען אין פנים אז דו רעדסט נישט צו דער זאך.

דאס אז ס׳רעגענט איין מאל א ווינטער האט מיט קליימעט, ניין? דאס אז איין שיכט לייגט זיך צו יעדער ווינטער האט מיט דער רעגען, ניין? אלזא, דער שיכט איז א ראשון בראשון מיט קליימעט, ניין? וואן פלוס וואן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 10:12 pm#382038
shtriemel האט געשריבן:
דאס פרעגען אז עס לייגט זיך נישט אופען דעת, און קיינער וואלט נישט אינוועסטעד קיין רויטע צענט אויף אזלעכע מעשיות משונות, ווערט אדער בכלל נישט גענטפערט (מ'דרייט זיך ארויס, מ'הייבט אן דן צי זיין בכובד ראש, אן וועלען דן זיין, פארשטייט זיך, אין די שואל) און אויב איז זיך שוין איינער יא מרחם און ענטפערט שרייט ער שייגעץ ארויס אדער "דעמאגאג"

מה יעשה הבן ולא יחטא?


וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל?
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 10:20 pm#382041
געוואלדיג האט געשריבן:אבער וואס וועסטו ענטפערן פאר דיינע קינדער ווען זיי וועלן דיר פרעגן '' טאטי, אלעס וואס אונז ווייסן וועגן נאטור איז נאר פון פארשונגען און באטראכטונגען אין די לעצטער איינצעלנע הונדערטער יארן, וויאזוי קענען אונז וויסן אויף זיכער וויאזוי נאטור האט זיך אויפגעפירט מיליאנען יארן צוריק?''


גארנישט איז זיכער, וועל איך זיי זאגען בצוואה.

"כלל זה נקוט בידך" גיי איך זיי שרייבען "טאמער ביסטו גרייט צו אינוועסטען די גאנצע ירושה געלט אויף אזעלכע מעשיות ווי 300 מאל א יאר קיץ וחורף ישבותו! דאן קענסטו גלייבען און דעם. אז נישט לעב נישט אין קיין סתירה. קענסט ווייטער זיין א מאמין אז א באשעפער האט באשאפען א וועלט אזוי לאנג צוריק ווי עס קוקט אויס ווי אימער מען קוקט".

געוואלדיג האט געשריבן:ועוד ''טאטי וויאזוי קען זיין זיכער (נישט השערה) אז אלע באשעפענישן זענען א השתלשלות איינס פונעם צווייטן אויב קיינער האט דאס קיינמאל נישט באאבאכט?''


גארנישט איז זיכער, וועל איך זיי זאגען בצוואה.

"כלל זה נקוט בידך" גיי איך זיי שרייבען "קענסט ווייטער זיין א מאמין אז א באשעפער איז די מסבב הסיבות דארך עוועלאציע". אפשר וועל איך דערמאנען אוקאמ'ס רעיזאר.

געוואלדיג האט געשריבן: והעיקר ''טאטי, פארוואס האסטו אפגעלאזט אמונה פון א בורא פון די וועלט אויב האסטו נישט קיין הוכחה אז עס עקזיסטירט נישט?''

איך וועל עם זאגען נישט צי גלייבען די קאווע טרינקערס.
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 10:23 pm#382043
געוואלדיג האט געשריבן:אויב איז טאקע ווי שבת און שטריימל שרייבן, אז עס איז נישטא קיין שום סתירה אדער הוכחה אז עס איז ח''ו נישטא קיין בורא, וואס האט זיי מכריח געווען צו אפלאזן די אמונה, און פארוואס זאלן די ידיעות מאכן א קינד ח''ו אפלאזן?

קורקלענד האקט


כוויל נישט שרייבן אפענע כפירה רחל

אבער סאיז אויך נישטא קיין הוכחה אז סאיז נישטא ״פינקע עלעפאנטן״ מיט ״גאלדנע הערנער״ אין הררי אררט! איז אפשר לאמיר זיך נעמען גלייבן אין פינקע עלעפאנטן און בויען גאנצע יסודת פונעם לעבן אויף דעם?

סאיז נישטא קיין הוכחה צי סאיז דא א יוצר און וואס ער וויל (אויב ער וויל) מ׳ווייסט נישט גארנישט לכאן אדער לכאן ״סייענטיפיש״. וואס איך און דו ווייסן יא איז פון די תורה. און די תורה קען מען עקזעמינרן און זעהן צי וואס זיי זאגן איז אמת. איך האלט טאקע אינמיטן אט דעס טוהן. מיין ערשטע קשיא האב איך געפרעגט פריער, וימח כל היקום פאר פיר טויזנט יאהר צוריק קען נישט זיין! סיינעטיסטן טוהן באשטעטיגן אז די ׳גאנצע וועלט׳ איז נישט אינגאנצען חרוב געווארן פאר פיר טויזנט יאהר צוריק. מקען דעס קלאר זעהן דורך בלי גוזמא הונדרעטער וועגן, וואס passed א ״סייענטיפישע לעב״ אלץ ״א סייענטיפישע פאקט״ וואס יעדער סייענטיסט און געלערנטער וועט דאס מודה זיין...

וואס דארף מען ענטפערן פאר די קינדער?

די איינציגסטע ענטפער דערווייל זאג @ליטוואק אז ווען דיין קינד גייט דיך פרעגן די קשיא זאלסטו זאגן ״ליגענט״ פארן קינד! די סייענטיסטן ווייסן נישט וואס זיי רעדן.

אבער איך וויל דאס נישט טוהן מיט מיינע קינדער ווייל אין אדם מוריש שקר לבניו. סייענטיסן זאגט די וועלט איז 5 א האלב ביליאנען יאהרן אלט זיי האבן א פונקטליכע סייענטיפישע חשבון פון ווי זיי נעמען עס און יעדער קען עס לערנען-אדרבה ואדרבה.
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 10:24 pm#382044
Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?
איך האב געווארט ווען אקעממ׳ס רעיזאר וועט אריין קומען. דאס איז א מין אמונה טפלה פון יעדער אינטרנט פארשער. ס׳איז באזירט אויף גארנישט, ווייזט אויף גארנישט און ניטאמאל א טעאריא. נאר א מין לעבענסשטייגער וואס געוויסע האבען ממציא געווען צו לעבען רואיגער און קענען מאכען מסקנות אין קאמפליצירטע עניינים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 10:44 pm#382046
העי, דאס איז דאך די ישיבה'שע הסבר אויף שור המועד...
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 10:49 pm#382047
געוואלדיג האט געשריבן:אויב איז טאקע ווי שבת און שטריימל שרייבן, אז עס איז נישטא קיין שום סתירה אדער הוכחה אז עס איז ח''ו נישטא קיין בורא, וואס האט זיי מכריח געווען צו אפלאזן די אמונה, און פארוואס זאלן די ידיעות מאכן א קינד ח''ו אפלאזן?
קורקלענד האקט

שבת האט דאס קיינמאל נישט געזאגט!
זיין מורי ורבי ברענגט באווייזען אז ס'איז נישט דא קיין דיזיינער, מעשה בדשרף אחד.
געב א קוק וואו אזוי שטריימעל טרייט צי דרייען דערמיט און זאג דיר מיר אויב ער איז intellectually honest
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 10:54 pm#382049
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז פופציג יאר זאל זיין א ראיה אויף טויזענט איז נישט אויפגעוויזען.
סתם אזוי, climate science איז גאר א שוואכער סייענס. Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פארוואס רעדסטו פין climate change??

מארגען טראגט מען אן דיין זיהן א וואלד פון ביימער ווערט א מיליאן, אבער די מוכר דערציילט עם אז עס איז מעגליך אז די ביימער וועלען זיך צוואקסען דריי מאל אזוי שנעל, פינקט וואו אנדערע זאכן אין וועלט טוישן זיך - בלא בלא בלא

ווען יא climate change ווען נישט?
#קאנפעמעשן_בייעס
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 10:59 pm#382051
shtriemel האט געשריבן:ריכטיג, איך האב געהאפט אז די וועסט מעקען די תגובה. איך האפ נאך אלס. (ס'מאכט נישט קיין שום נפקא מינא וואס איך האב געגלייבט אמאל, וואס איך גלייב יעצט און וואס איך גיי גלייבען מארגען. נישט נאר ס'מאכט נישט קיין חילוק, איך ווייס אליין נישט!!! דיין נייגעריקייט וועל איך ענטפערען אין אישי.)



איך בין בכלל נישט "נייגעריג" נאר איך האלט אז עס פעהלט שטארק אויס צום שמועס. ס'איז א פיינע נפק"מ אויב דו האסט געעפענט דעם אשכול אויסצושמועסן א פראבלעם וויאזוי חרדי'שע אידישקייט זאל זיך אן עצה גיבן און לאמיר זוכן צוזאמען עצות, אדער ווילסטו סתם זיין דער teaser וואס גייט זיך דינגען אויף יעדע הצעה וואס גייט דא אויפקומען און די תוצאה וועט זיין דוקא דער היפוך פון דיין (אריגינעלע) קעפל. פארדעם איז דיין סטאטוס וויכטיג.
shtriemel האט געשריבן:יעצט קענסטו ענטפערען מיין פראגע? וואס גייסטו זאגען דיין קינדער?

איך כשלעצמי בין אפען צו ביידע צדדים כאמור למעלה, פאר מיינע קינדער ווענט זיך וואספארא קינד און וועלעכע עידזש, עפ"י דרכו. א קינד וואס קען נישט (אדער נאכנישט) פארנעמען געוויסע פשטים פונעם מורה נבוכים - למשל - האט דאך נישט דעם פראבלעם מעיקרא, דער איז דאך די דריטע אדער פערטע קינד פון די הגדה, ער קען בלייבן ביים אלטן. ווידער דער ערשטער קינד קען איך דאך מסביר זיין ביידע צדדים. צום צווייטען האב איך נישט וואס צו רעדן, דער איז סתם א טיזע"ר, וד"ל.
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 11:01 pm#382052
שבת אחים האט געשריבן:אבער איך וויל דאס נישט טוהן מיט מיינע קינדער ווייל אין אדם מוריש שקר לבניו. סייענטיסן זאגט די וועלט איז 5 א האלב ביליאנען יאהרן אלט זיי האבן א פונקטליכע סייענטיפישע חשבון פון ווי זיי נעמען עס און יעדער קען עס לערנען-אדרבה ואדרבה.

און דער פינף אהאלב ביליאן האט זיך קיינמאל נישט געטוישט אדער אפדעיטעט פון איין נומער צו א צווייטע, קיינמאל נישט אפיר געקומען עפעס א נייע שטודיע וואס האט געוויזן אנדערש? ארויף אדער אראפ?
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 11:04 pm#382053
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הייסט דו מעגסט זיך נעמען רעדען אומסייענטיפיש, מיט חשבונות פון אינוועסטירונגען, און קיינער מעג דיר עס נישט זאגען אין פנים אז דו רעדסט נישט צו דער זאך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk


שבת אחים, איך בין זיכער אז שטריימל איז איבערצייגט אז ער רעדט דברים של טעם
ער איז באזיך זיכער אז ער איז גערכעט און אז אידער נאכן טראכן וועט זיכער אנקימען צי זיין מסקנה,
פין זיין קוק ווינקעל האלט ער אז "וואס גייסטו זאגן פאר דיין קינד" איז א באמבע קשיה,
דע עולם לאכט פין אים אויף כוח, אבער ער בשלו ער באמערקט דאס נישט!
he is sticking to his guns
פין זיין זייט אויס all he has to do איז דאס איבערפרעגן טויזענט מאל,, ביז ביז אלע וועלן זאגן now I got it

וואס איז פשט? פארוואס זעט ער נישט אז ער מאכט פין זיך חוזק?
#בייעס_קאנפערמעשן
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 11:24 pm#382057
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נאפאליאן׳ס קשיא אויף מיגו

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

?
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 11:33 pm#382061
הקטן האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הייסט דו מעגסט זיך נעמען רעדען אומסייענטיפיש, מיט חשבונות פון אינוועסטירונגען, און קיינער מעג דיר עס נישט זאגען אין פנים אז דו רעדסט נישט צו דער זאך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk


שבת אחים, איך בין זיכער אז שטריימל איז איבערצייגט אז ער רעדט דברים של טעם
ער איז באזיך זיכער אז ער איז גערעט און אז אידער נאכן טראכן וועט זיכער אנקימען צי זיין מסקנה,
פין זיין קוק ווינקעל האלט ער אז "וואס גייסטו זאגן פאר דיין קינד" איז א באמבע קשיה,
דע עולם לאכט פין אים אויך כוח, אבער ער בשלו ער באמערקט דאס נישט!
he is sticking to his guns
פין זיין זייט אויס all he has to do איז דאס איבערפרעגן טויזענט מאל,, ביז ביז אלע וועלן זאגן now I got it

וואס איז פשט? פארוואס זעט ער נישט אז ער מאכט פין זיך חוזק?
#בייעס_קאנפערמעשן


רבש״ע! באמת? יעדער לאכט פון אים? איי דאונט טינק סאו!
אבער דיינע קינדער/אייניקלעך גייען זיכער לאכן פון דיר אויב גייסטו זיי זאגן ליגענט.


דער בעסטער ליגענט איז דער אמת...!

זאג דו ווייסט נישט! וזהו... דו ווילסט גלייבן ווייל אזוי ביסטו אויפגעוואקסן


״די אמיש לאכט פון דיר אויך״

בד״וו פון ווייסטו אז ״יעדער״ לאכט אים אויס? האסט געפרעגט ״יעדעם״ איינעם???


זאג? פון די זעלבע פלאץ/מקור פון דו ווייסט אז יעדער לאכט אויס שטריימל ווייסטו אויך אז עוואלציע איז נישט אמת???
אויב יא איז ״גרויסע צרות״...
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 11:39 pm#382063
זעסט, דו ביסט יעצט איבערצייגט אז ווען איך האב געזאגט "א יעדער" האב איך געמיינט למשל די גאווענער פין NJ און נישט רוב וואס האבן דא מגיב געווען, און גענימען א אקטיוו טייל אין די שמיעס
פארוואס האסטו אזוי געטראכט?
#בייעס_קאנפערמעשן

"ליבי אומר לי" אנדערע ליינערס האבן יא פארשטאנען וואס איך האב געשריבן
דאס איז מיין קאנפערמעשן בייעס

שבת אחים האט געשריבן:זאג? פון די זעלבע פלאץ/מקור פון דו ווייסט אז יעדער לאכט אויס שטריימל ווייסטו אויך אז עוואלציע איז נישט אמת???
אויב יא איז ״גרויסע צרות״...

פארוואס האב איך גטארכט ווען איך האב דאס גליינט "יואש, שוין ווייטער מיט זיין קינדישקייט? ווען וועט ער שוין אויפוואקסן?"
דאס איז מיין בייעס_קאנפירמעשען

אין אנדערע אשכול שרייבסטו
שבת אחים האט געשריבן:אבער אין יענע קליפ, זעהט מען קלאר, אז גוטליב איז אזוי בייעסט אז ״ער וויל נישט הערן דעם אמת״ דעס וואס ער זאגט ״אז סאיז דא סייענטיפיעש ראיות ״אפפצופרעגן״ דארווין איז א גראבע ליגענט איך ווארט שוין צוהערן די ״סייענטיפישע ראיות״ וואס פרעגט אפ דארווין? ווי זענען זיי???

פארוואס זעסטו אז גאטליב איז בייעס און איך זעה וואו יענער איז בייעסט?
קאנפערמעשן_בייעס

פארוואס האלסטו אז ס'איז נישט דא קיין סייענטיסטען וואס ווענדען אפ דארווין סייענטיפיש? דו קענסט דען דאס נישט אפיר זיכען?
פארוואס האלסטו אז גאטליב זאגט מיט דעם נישט סתם א ליגענט נאר א גראבע ליגענט ?
איך גלייב דו האלסט באמת אזוי
#קאנעפרמעשן_בייעס

שבת אחים האט געשריבן: און 99 פראצענט היינטיגע דאקטורים און קלוגע מענטשען גלייבן אין דעם און נישט אין creationism.... נישט אז סאיז דא עפעס ״ארגעיומענט אף אוטאריטי״ נאר פארוואס מיינסטו זענען אלע דאקטורים דארווינסטן? זיי זענען בייעסט???

פארוואס רעדט דאס צי דיר און נישט צי מיר?
פארוואס ווען איך ליין דאס לאך איך זיך אינטער און טראכט "האבן נישט רוב דאקטוירים און קלוגע מענטשען געהאלטן אז באנקעס איז עפעס ווערט און דו וועלט איז פלאך"?
#בייעס_קאנפערמעשן


פאנגטס אן צי כאפן וואו אזוי ס'ארבעט?
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 12:57 am#382071
שבת אחים האט געשריבן: רבש״ע! באמת?


?!?
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 1:16 am#382075
Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?
חמלה גדולה האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נאפאליאן׳ס קשיא אויף מיגו

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

?
?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 1:19 am#382077
Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הייסט דו מעגסט זיך נעמען רעדען אומסייענטיפיש, מיט חשבונות פון אינוועסטירונגען, און קיינער מעג דיר עס נישט זאגען אין פנים אז דו רעדסט נישט צו דער זאך.

דאס אז ס׳רעגענט איין מאל א ווינטער האט מיט קליימעט, ניין? דאס אז איין שיכט לייגט זיך צו יעדער ווינטער האט מיט דער רעגען, ניין? אלזא, דער שיכט איז א ראשון בראשון מיט קליימעט, ניין? וואן פלוס וואן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


איך בין נישט אזוי קלאר אין דער ענין, אבער איך מיין אז דאס עס ווערט נאר איין שיכט א יאר איז פשוט שכל, עס האט צו טון מיטן וועטער סייקל, א שטיק צייט פון קאלטע וועטער איז גורם אזא מין שיכט און ווארעמע וועטער איז גורם אן אנדערע שיכט, דאס קען נאר געשען איינמאל א יאר.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:17 am#382091
הקטן האט געשריבן:זעסט, דו ביסט יעצט איבערצייגט אז ווען איך האב געזאגט "א יעדער" האב איך געמיינט למשל די גאווענער פין NJ און נישט רוב וואס האבן דא מגיב געווען, און גענימען א אקטיוו טייל אין די שמיעס
פארוואס האסטו אזוי געטראכט?
#בייעס_קאנפערמעשן

"ליבי אומר לי" אנדערע ליינערס האבן יא פארשטאנען וואס איך האב געשריבן
דאס איז מיין קאנפערמעשן בייעס

שבת אחים האט געשריבן:זאג? פון די זעלבע פלאץ/מקור פון דו ווייסט אז יעדער לאכט אויס שטריימל ווייסטו אויך אז עוואלציע איז נישט אמת???
אויב יא איז ״גרויסע צרות״...

פארוואס האב איך גטארכט ווען איך האב דאס גליינט "יואש, שוין ווייטער מיט זיין קינדישקייט? ווען וועט ער שוין אויפוואקסן?"
דאס איז מיין בייעס_קאנפירמעשען

אין אנדערע אשכול שרייבסטו
שבת אחים האט געשריבן:אבער אין יענע קליפ, זעהט מען קלאר, אז גוטליב איז אזוי בייעסט אז ״ער וויל נישט הערן דעם אמת״ דעס וואס ער זאגט ״אז סאיז דא סייענטיפיעש ראיות ״אפפצופרעגן״ דארווין איז א גראבע ליגענט איך ווארט שוין צוהערן די ״סייענטיפישע ראיות״ וואס פרעגט אפ דארווין? ווי זענען זיי???

פארוואס זעסטו אז גאטליב איז בייעס און איך זעה וואו יענער איז בייעסט?
קאנפערמעשן_בייעס

פארוואס האלסטו אז ס'איז נישט דא קיין סייענטיסטען וואס ווענדען אפ דארווין סייענטיפיש? דו קענסט דען דאס נישט אפיר זיכען?
פארוואס האלסטו אז גאטליב זאגט מיט דעם נישט סתם א ליגענט נאר א גראבע ליגענט ?
איך גלייב דו האלסט באמת אזוי
#קאנעפרמעשן_בייעס

שבת אחים האט געשריבן: און 99 פראצענט היינטיגע דאקטורים און קלוגע מענטשען גלייבן אין דעם און נישט אין creationism.... נישט אז סאיז דא עפעס ״ארגעיומענט אף אוטאריטי״ נאר פארוואס מיינסטו זענען אלע דאקטורים דארווינסטן? זיי זענען בייעסט???

פארוואס רעדט דאס צי דיר און נישט צי מיר?
פארוואס ווען איך ליין דאס לאך איך זיך אינטער און טראכט "האבן נישט רוב דאקטוירים און קלוגע מענטשען געהאלטן אז באנקעס איז עפעס ווערט און דו וועלט איז פלאך"?
#בייעס_קאנפערמעשן


פאנגטס אן צי כאפן וואו אזוי ס'ארבעט?


בייעס קאנפארמעישאן!

יעדער איז בייעס חוץ דו? אלע דאקטורים אויף די וועלט??

דו הערסט נישט אויף איבערצוזאגן די ווארט, ווי דו קענסט נאר, סקריבלסטו ״בייעס״ אפילו סקומט נישט אריין. יעדער תירוץ איז די זעלבע. דו ביסט מוראדיג UN-בייעסט!

פלוז???!!


גוטליב איז א גראבע ליגענער! ווי איז די סייענס וואס פרעגט אפ דארווין? געב מיר דריי גרויסע סייענטיסן וואס פרעגן אים אפ? אזא יאהר אויף פרעה? איך האב דיר שוין איינמאל געזאגט פארוואס גוטליב איז א ליגענער, איך גיי נישט גייען אין סירוקלעס מיט דיר ווען דיין איינציגסטע ענטפער איז בייעסי, יעדער וואס גלייבט נישט ווי דו און דיין פאמילע איז גלייך בייעס! בייעס! בייעסט! איי איך האב אמאל געגלייבט מיט מיין גאנצע הארץ אין דעם פאר איבער 34 יאהר?????????


די תירוץ איז בייעס..!

אלעס בייעס!

געט עי לייף! יעדער חוץ אים איז בייעס! ער האט קיין טראפ בייעסי אין זיין בלוט נישט!

הקטן איז אויפגעוואקסן אין א מדבר שממה און ער איז סאום-האו צוגעקומען אז ״תורות משה״ איז אמת אן קיין שמץ פון בייעסי...!

א מענטש וואס איז א בטבע גנב וועט אייביג חושד זיין אנדערע אין גניבות, א מענטש וואס איז א ליגענער וועט אייביג האלטן אז יענער איז א ליגענער... באוויסטע זאך... הקטן טייערער? דו ביסט די איינציגסטע וואס איז בייעסט דא ! ווייסט פון ווי איך ווייס? ווייל איך מיט שטריימל זענען אמאל געוועהן אויף דיין זייט און מיר זענען ביידע געוועהן ׳בייעסט׳, נאר וואס דען איך, שטריימל און דאוקניס זענען בעלי תאוות און זענען מוראדיג בייעסט! דו ווידער האסט גארנישט קיין בייעסי אין זיך! זעראו...
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:31 am#382092
Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?
אלץ מוז קומען צום פערזענליכע טענה. דאס האט נישט מיט דער מענטש. דער חשבון פון עוואלושען איז א קאנפערמעישען בייעס. ד.ה. אז נאך דעם וואס עוואלושען איז די פשט, איז אלץ א ראיה דערצו. ווען עוואלושען איז נישט מעגליך, זענען די אלע פענאמענע קיין קשיא נישט. זיי זענען נישט מער שווער אויף אן איין און איינציגסטע באשעפער.

און אגב, שבת אחים, מיר האט מען קלאר איבער געגעבען אז די פערפעל ביי דער אהבת ישראל האט געהאט א טעם פון אלע גויישע חתונות. מ׳האט עס אין מויל נישט געקענט אריין נעמען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:34 am#382093
קוקטס, סאיז ענדליך געקומען א נארמאלע קלוגע אינגערמאן און געפרעגט א נארמאלע שאלה וואס יעדער נארמאלע מענטש וואלט געפרעגט. שטריימלס תגובה רייסט דאס הארץ, פאר א מענטש וואס כאפט אז די סייענטיסטן זענען שוין גארנישט בייעס, נאר זיי ריפאורטן וואס זיי זעהן. וואס דארף א אמתדיגע בעלזער, פאפענער, וויזניצער, סאטמערער, באבוער וכו׳ וואס ווילן באמת גלייבן, אבער ס׳שטימט נישט מיט די פשוטע מציאות? וואס דארף א מענטש טוהן ווען ס׳גריבלט אים קשיות אויף זיין גאנצע יסוד ומהלך החיים טוהן? וואס זאל ער ענטפערן פאר זיינע קינדער ווען זיי גייען פרעגן אז היינטיגע חכמה בגויים איז א גרויסע סתירה צו חכמה ביהודים???


ער האט געשריבן א הארצרייסענדע תגובה מיט זיינע פערזענליכע עקספירענס. מיטן פולסטן מאס רעספעקט, געשריבן אפילו אז למעשה קען עס (בדוחק) שטימען מיט די תורה, אפילו ער אליינס ווייסט אז נישט...

די ערשטע זאך האט מען אים באפאלן מיט זיינע אייגענע סטאטוס אין רעליגע. נאכדעם שרייבט ער ״אז יעדער לאכט פון שטריימל״ (סתם גע׳רודפט און גע׳בולי׳ט) דערנאך איז געקומען די בייעסט אטאקע פון הקטן. יעדע מאל איינער זאגט ״סייענס״ הערט הקטן ״בייעסט״!

בקיצור צווישן אלע גרויסע חכמים דא האט קיינער נישט געקענט אפירקראצן א נארמאלע סעטלינג ענטפער אויף ״פשוטע א״ב קשיות״...

קיינער קען נישט שרייען ״שייגעץ״ אויף איינעם ווען מגעט אים נישט קיין איין האלבע נארמאלע תירוץ.