Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » קאווע שטיבל • הרב אברהם יצחק הכהן קוק

קאווע שטיבל • הרב אברהם יצחק הכהן קוק

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
111 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 361 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1183
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 12:38 pm#389429
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א גאר באלערנטע מאמר אויף דער ספר האורות, קען מען זע'ען דא, ווי דער שרייבער, א תלמיד מובהק פון דער רידב"ז פון סלוצק און צפת, צונעמט די התנגדות צו דער ספר האורות. ער צייכענט אן דאס אז מ'איז צוגעוואוינט צו שטחיות, און ממילא אפילו ווען מ'ליינט עפעס טיף, ליינט מען עס שטחיות'דיג, און מ'זוכט נישט צו פארשטייען דער שפראך פון דער שרייבער.
ליטוואק: ייש"כ פארן עס צוברענגן, ס'הערליכע בריוו, נאכנישט אפגעליינט מיטן גאנצן עומק, אבער אפילו אויבערפלעכליך קען מען זעהן וואספארא עמקות ס'ליגט דערין. ביטע ברענגן נאך, כ'בין זיכער אז איך בין נישט דער איינציגסטער דא אין שטיבל וואס לערענט און פארשט נאך מיט א שטארקע הנאה אלעס ארום דעם ירושלימ'ר רב זצ"ל.
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 2:17 pm#389439
די גאון בעל שרידי אש שרייבט צ'י מהריד סאלאווייטשיק בענין ווערן רב הראשי נאך רב הרצוג הקנאים בירושלים הרגו הרב קוק וכן הרב הרצוג בכן אל תלך שם
פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 2:23 am#391882
שמעקעדיג האט געשריבן:
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:זייענדיג אין ארץ ישראל א צייט צוריק, איז מיר אונטערגעקומען א קונטרס, א ספר'ל, וואס הייסט "דת הציונות". דאס איז געשריבן דורך א איזראעלי, וואס איז געווען מיט ביידע פוס אין שאול תחתית, און האט פיינט געהאט די חרדים בתכלית השנאה. למשל, צווישן די מאדנע שיטות וואס ער שרייבט זיי האבן געהאלטן, איז אז די תורה איז געגעבן געווארן דורך משה רבינו כדי צו פייניגן די אידן (!) אלס נקמה אז מען האט אים נישט אריינגעלאזט אין ארץ ישראל. רח"ל. פארשטייט זיך ער האט געדינט אין צה"ל מיליטער, און געהאלטן אז די מדינה איז די ישועה פאר כלל ישראל.

מענטשן האבן פארגעהאלטן די מחבר פון די נארישע ביכל "דת הציונות" המכונה יואל אלחנן, היתכן ער שרייבט פרעכע ליגנס אויף הרב קוק, האט ער גענטפערט אז ער האט באקומען א היתר פון א רב צו שרייבן ליגן.

עיין עוד כאן. m http://ravsherki.org/index.php?option=c ... mid=100512 m
פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 2:37 am#391883
יואליש האט געשריבן:דאס איז אלעמאל די קעיס: ס'ווערט א זעלבסט-פארפילטע נבואה. מ'דערביטערט איינעם דאס לעבן און נאכדעם זאגט מען: קוק, אלע וואס פארן אזוי זענען ביטער צום סוף. וק"ל.


דאס איז דאך אלץ געווען די טענה פון די קריסטן, "קוקטס נאר אידן מיט וויפיל שחיטות, בלוט בלבולים, פאגראמען ענק ליידן זיך צאם, דאס איז אלץ א שטראף פאר'ן אומברענגען יאשקע".
פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 10:58 am#391888
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:זייענדיג אין ארץ ישראל א צייט צוריק, איז מיר אונטערגעקומען א קונטרס, א ספר'ל, וואס הייסט "דת הציונות". דאס איז געשריבן דורך א איזראעלי, וואס איז געווען מיט ביידע פוס אין שאול תחתית, און האט פיינט געהאט די חרדים בתכלית השנאה. למשל, צווישן די מאדנע שיטות וואס ער שרייבט זיי האבן געהאלטן, איז אז די תורה איז געגעבן געווארן דורך משה רבינו כדי צו פייניגן די אידן (!) אלס נקמה אז מען האט אים נישט אריינגעלאזט אין ארץ ישראל. רח"ל. פארשטייט זיך ער האט געדינט אין צה"ל מיליטער, און געהאלטן אז די מדינה איז די ישועה פאר כלל ישראל.

מענטשן האבן פארגעהאלטן די מחבר פון די נארישע ביכל "דת הציונות" המכונה יואל אלחנן, היתכן ער שרייבט פרעכע ליגנס אויף הרב קוק, האט ער גענטפערט אז ער האט באקומען א היתר פון א רב צו שרייבן ליגן.

עיין עוד כאן. http://ravsherki.org/index.php?option=c ... mid=100512
איך ווייס נישט צו איך גלויב יענע מימרא אז מ׳מעג זאגען שקר, עס איז מעגליך אויך ארויס גענומען פון קאנטעקסט. אבער דת הציונות איז א שטיק שקר און סילוף מהחל עד כלה.

מיר דארפען געדענקען אז די איזרעאליס האבען א כח אין שקר וואס אן אמעריקאנער האט קיינמאל נישט. לדעתי איז עס א השפעה פון די אראבער. זיי האבען צייטונג שרייבערס וואס ווייסען וויאזוי אויפצובויען איין מעשה, כדי די צווייטע זאל האבען הענט און פיס, אז מ׳קען אויף דעם בויען א מימרא פון א דריטען. און הכל באשר לכל איז שקר גמור. זיי ווייסען וויפיהל אמת אריין צו שטופען כדי מ׳זאל נישט קענען לייקענען די גאנצע זאך. זיי זענען מלומד בערמומיות, ממילא קען מען קיין ווארט נישט גלויבען פון דארט. אמעריקאנער שקרנים זאגען נאר איין שקר, דער איד האט נישט די געשליפענע חשבונות פון אויפבויען איין מענטש, כדי מ׳זאל איהם גלויבען אויף א צווייטען ווען יענער זאגט אז דער דריטע איז אן איש אמת, און ממילא איז יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פון זיין מויל אמת לאמיתו, אפילו ווען ער האט נאר נאכגעזאגט פון א פערטען. זיי קענען נאר זאגען איין שקר, נישט קיין פארפלאנטערטע. די איזרעאלי שרייבערס קענען אסאך מער, עי׳ ערך הרב שטיינמן ווי מ׳האט געברענגט קיין אמעריקא הויפענעס שקרים אויף און פון איהם.

איין משל קען איך ברענגען פון דער דת הציונית. זיי האבען מקורות און מימרות פון דער חזו"א אנאקעגען הרב קוק. כמעט אלע מימרות זענען פון איין מענטש, א גרויסע ת"ח באקאנט אלס א ריזיגע קנאי (דער שטיף טאטע פון דער פריש באקרוינטע רשכבה"ג פון בני ברק, דוכט זיך), און די מימרות אליינס צייכענען זיך אויס אלס אן אייגענעם בליק, למשל ׳דער חזו"א האט איהם געהאלטען פאר גאר א קליינע מענטש׳. דאס האט ער פארשטאנען פון דער חזו"א, און ער איז טאקע אי געווען א קנאי אי נישט געפאלגט חזו"א אויף פיהל עניינים. דער חזו"א זעלבסט האט גארנישט אזוי גערעדט.

נאך אסאך אזעלכע סילופים זענען דארט פארהאנען, ווי אויך אריכות׳ן אין אראפ ווארפען מעשה׳ס, ווען בסה"כ ווייזט ער אויף אז ער האט נישט מצליח געווען צו דערגייען דער מקור דערצו. איך האב נאר דערמאנט דער ענין בקצרה אין דער וועקער, ווייל ער איז נישט דער נושא דארט. אבער עס איז וויכטיג דאס צו וויסען, ווייל מקופיא קען מען לייכט אריין פאלען אין יענער ספר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 2:56 pm#391897
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
מיר דארפען געדענקען אז די איזרעאליס האבען א כח אין שקר וואס אן אמעריקאנער האט קיינמאל נישט. לדעתי איז עס א השפעה פון די אראבער. זיי האבען צייטונג שרייבערס וואס ווייסען וויאזוי אויפצובויען איין מעשה, כדי די צווייטע זאל האבען הענט און פיס, אז מ׳קען אויף דעם בויען א מימרא פון א דריטען. און הכל באשר לכל איז שקר גמור. זיי ווייסען וויפיהל אמת אריין צו שטופען כדי מ׳זאל נישט קענען לייקענען די גאנצע זאך. זיי זענען מלומד בערמומיות, ממילא קען מען קיין ווארט נישט גלויבען פון דארט. אמעריקאנער שקרנים זאגען נאר איין שקר, דער איד האט נישט די געשליפענע חשבונות פון אויפבויען איין מענטש, כדי מ׳זאל איהם גלויבען אויף א צווייטען ווען יענער זאגט אז דער דריטע איז אן איש אמת, און ממילא איז יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פון זיין מויל אמת לאמיתו, אפילו ווען ער האט נאר נאכגעזאגט פון א פערטען. זיי קענען נאר זאגען איין שקר, נישט קיין פארפלאנטערטע. די איזרעאלי שרייבערס קענען אסאך מער, .
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אוי האסטו גוט געזאגט :like :like :like
זונטאג דעצעמבער 24, 2017 1:11 pm#391945
C1B903E5-0809-456E-94AC-45B38F8FCCBF.jpeg
זונטאג דעצעמבער 24, 2017 2:29 pm#391947
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בקיצור, די אלגעמיינע חרדישע בליק אויף איהם איז ׳א גרויסע ת"ח, אבער א שטיקל א בעל דמיון׳. איז עס אמת? אדער איז לעיקוואד גערעכט, אז ער האט מער געלעבט אין די עכטע וועלט ווי אסאך אנדערע בני דורו?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ס'איז נישט קיין סתירה. ס'איז קלאר אז ער איז געווען א בעל דמיון פון ערשטן קלאס, און זייער א געפילישע מענטש, די צוויי זאכן גייען צוזאמען. די בית ישראל האט געזאגט אויף זיין תלמיד הרב חרל"פ, "הנך אחד בכל דמיונות". און ער האט זייער גוט ארויסגעהאט די פשוטע המון עם, טאקע ווייל ער איז געווען אזוי געפיליש.

אז דו וועסט זיך גוט ארומקוקן וועסטו זען, אז די אלע וואס האבן געהאקט אויף איהם, האבן איהם קיינמאל נישט געזען, און די וואס האבן איהם גוט געקענט האבן איהם געשטיצט אפילו זיי האבן נישט געהאלטן פון זיינע שיטות. און די סיבה איז זייער א פשוטע. ער האט גערעדט פון געפיל, און די וואס האבן קיינמאל נישט געזען אזא סארט מענטש האבן געמיינט אז אין ריעל לייף פירט ער זיך אויך אויף אזוי, און די וואס האבן איהם יא געקענט האבן פארשטאנען אז ער האט נאר געמיינט ארויסצוברענגען א געוויסע נקודה און גארנישט מער.
זונטאג דעצעמבער 24, 2017 3:30 pm#391949
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בקיצור, די אלגעמיינע חרדישע בליק אויף איהם איז ׳א גרויסע ת"ח, אבער א שטיקל א בעל דמיון׳. איז עס אמת? אדער איז לעיקוואד גערעכט, אז ער האט מער געלעבט אין די עכטע וועלט ווי אסאך אנדערע בני דורו?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ס'איז נישט קיין סתירה. ס'איז קלאר אז ער איז געווען א בעל דמיון פון ערשטן קלאס, און זייער א געפילישע מענטש, די צוויי זאכן גייען צוזאמען. די בית ישראל האט געזאגט אויף זיין תלמיד הרב חרל"פ, "הנך אחד בכל דמיונות". און ער האט זייער גוט ארויסגעהאט די פשוטע המון עם, טאקע ווייל ער איז געווען אזוי געפיליש.

אז דו וועסט זיך גוט ארומקוקן וועסטו זען, אז די אלע וואס האבן געהאקט אויף איהם, האבן איהם קיינמאל נישט געזען, און די וואס האבן איהם גוט געקענט האבן איהם געשטיצט אפילו זיי האבן נישט געהאלטן פון זיינע שיטות. און די סיבה איז זייער א פשוטע. ער האט גערעדט פון געפיל, און די וואס האבן קיינמאל נישט געזען אזא סארט מענטש האבן געמיינט אז אין ריעל לייף פירט ער זיך אויך אויף אזוי, און די וואס האבן איהם יא געקענט האבן פארשטאנען אז ער האט נאר געמיינט ארויסצוברענגען א געוויסע נקודה און גארנישט מער.
דע אלע וואס טענהנן אז ער איז געווען א בעל דמיון, פארשטייען זייער קנאפ און הייבן נישט אן צו וויסן זיינע שיטות, און האבן מן הסתם קיינמאל נישט געלערנט כאטשיג אפס קצהו פון זיינע ספרים, זענען מענטשן בעיקר וואס האבן זיך געקאכט אין זיינע מעשיות וואס זענען געדריקט פון זיינע שונאים און פון אפאר היסטאריקער וואס האבן עם נישט געקענט און נישט געלערענט זיינע ספרים.

א גוטע אפשאצונג קען נאר קומען ווען מ'לערנט זיינע ספרים, ווי למשל די אלע אורות סעריע אורות התשובה, תורה, הקודש, התחייה, הגאולה, הלמחמה, ישראל, ועוד.
עין איה אויף אגדות, אדער זיינע בריוון, אגרות הראי"ה, חזון הצמחונות, מוסר אביך, מידות הראי"ה ועוד ועוד.
אין זיינע ספרים קען מען זען ווי ער איז א בעל שיטה, אהנע פשרות ער האט פינקטליך געוויסט וואס ער שרייבט און אפילו זאכן וואס האט נישט פינקטלעך געשטימט לויט יענע צייט שטימט עס זייער גוט אינעם תקופה ווי אינז לעבן היינט.

פינקט האבעך די וואך שבת געלערנט אין איינע פון זיינע ספרים און ס'מיר געווען א פלא ווי ער האט געשריבן איבער א ענין וואס האט מיך געווינדערט, כ'האב עס נישט געקענט אנצייכענען, אבער ווען איינער אין יענע צייט וואלט עס געזעהן וואלט יענער זיכער געזאגט אויף אז ער איז א "בעל דמיון" אבער היינטצוטאגס אז מ'קוקט צוריק זעהט מען אז ער איז קיין בעל דמיון נישט געווען נאר א גרויסער צדיק און א בעל רוח הקודש
זונטאג דעצעמבער 24, 2017 7:07 pm#391956
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:דע אלע וואס טענהנן אז ער איז געווען א בעל דמיון, פארשטייען זייער קנאפ און הייבן נישט אן צו וויסן זיינע שיטות, און האבן מן הסתם קיינמאל נישט געלערנט כאטשיג אפס קצהו פון זיינע ספרים, זענען מענטשן בעיקר וואס האבן זיך געקאכט אין זיינע מעשיות וואס זענען געדריקט פון זיינע שונאים און פון אפאר היסטאריקער וואס האבן עם נישט געקענט און נישט געלערענט זיינע ספרים.

א גוטע אפשאצונג קען נאר קומען ווען מ'לערנט זיינע ספרים, ווי למשל די אלע אורות סעריע אורות התשובה, תורה, הקודש, התחייה, הגאולה, הלמחמה, ישראל, ועוד.
עין איה אויף אגדות, אדער זיינע בריוון, אגרות הראי"ה, חזון הצמחונות, מוסר אביך, מידות הראי"ה ועוד ועוד.
אין זיינע ספרים קען מען זען ווי ער איז א בעל שיטה, אהנע פשרות ער האט פינקטליך געוויסט וואס ער שרייבט און אפילו זאכן וואס האט נישט פינקטלעך געשטימט לויט יענע צייט שטימט עס זייער גוט אינעם תקופה ווי אינז לעבן היינט.


איך מיין אז מיין טייטש אויף בעל דמיון איז אנדערש ווי דיינער.
זונטאג דעצעמבער 24, 2017 7:29 pm#391959
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:דע אלע וואס טענהנן אז ער איז געווען א בעל דמיון, פארשטייען זייער קנאפ און הייבן נישט אן צו וויסן זיינע שיטות, און האבן מן הסתם קיינמאל נישט געלערנט כאטשיג אפס קצהו פון זיינע ספרים, זענען מענטשן בעיקר וואס האבן זיך געקאכט אין זיינע מעשיות וואס זענען געדריקט פון זיינע שונאים און פון אפאר היסטאריקער וואס האבן עם נישט געקענט און נישט געלערענט זיינע ספרים.

א גוטע אפשאצונג קען נאר קומען ווען מ'לערנט זיינע ספרים, ווי למשל די אלע אורות סעריע אורות התשובה, תורה, הקודש, התחייה, הגאולה, הלמחמה, ישראל, ועוד.
עין איה אויף אגדות, אדער זיינע בריוון, אגרות הראי"ה, חזון הצמחונות, מוסר אביך, מידות הראי"ה ועוד ועוד.
אין זיינע ספרים קען מען זען ווי ער איז א בעל שיטה, אהנע פשרות ער האט פינקטליך געוויסט וואס ער שרייבט און אפילו זאכן וואס האט נישט פינקטלעך געשטימט לויט יענע צייט שטימט עס זייער גוט אינעם תקופה ווי אינז לעבן היינט.


איך מיין אז מיין טייטש אויף בעל דמיון איז אנדערש ווי דיינער.
ביטע זיי מסביר
זונטאג דעצעמבער 24, 2017 7:31 pm#391960
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:[
איך מיין אז מיין טייטש אויף בעל דמיון איז אנדערש ווי דיינער.
ביטע זיי מסביר

למשל, איינער וואס ווערט א נזיר, און ער גיבט א נאמען פאר זיין קינד "שאר ישוב".
מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 10:51 am#391995
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
ער איז נישט געווען קיין נזיר, נאר מ׳האט איהם אזוי גערופען צוליעב זיין אויסזען.

פארוואס זאל ער נישט געבען א נאמען צום קינד לויט זיין געשמאק? און וואס האט עס מיט דמיון? אחוץ טאמער דמיון מיינט ביי דיר ׳גייט נישט אין שפאן׳.

ועוד והוא העיקר, דער נזיר, א.ק.א. הרב דוד כהן, פארטרעט קיינעם אחוץ זיך אליינס. הרב קוק האט נישט זיין דמיונות געהאט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 1:58 pm#392006
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער איז נישט געווען קיין נזיר, נאר מ׳האט איהם אזוי גערופען צוליעב זיין אויסזען.

קענסטו אפשר צוצייכענען א מקור?

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארוואס זאל ער נישט געבען א נאמען צום קינד לויט זיין געשמאק? און וואס האט עס מיט דמיון? אחוץ טאמער דמיון מיינט ביי דיר ׳גייט נישט אין שפאן׳.

איך האב נישט געזאגט אז ס'איז א שלעכטע זאך, (איך אליין בין אויך א שטיקל בעל דמיון) און איך מיין נישט די חלק פון נישט גיין אין שפאן, איך מיין עפעס טיפערס.

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ועוד והוא העיקר, דער נזיר, א.ק.א. הרב דוד כהן, פארטרעט קיינעם אחוץ זיך אליינס. הרב קוק האט נישט זיין דמיונות געהאט.

ס'איז נאר אינטרעסאנט, אז אפאר פון זיינע תלמידים זענען אזוי געווען, ס'איז דאך זיינע פירות. און גראדע ווייס איך אויך אז הרב קוק פלעגט האבן אקעגן איבער זיין בעט אין
ישיבת וואלאז'ין א טאוול אויף וואס ס'איז געשטאנען די שם הוי"ה, און פלעגט איינשלאפן אזוי קוקנדיג אויף דעם.
קען זיין אז בעל דמיון איז נישט די ריכטיגע ווארט. אדרבה אויב דו האסט א בעסערע ווארט בין איך גרייט עס אנצונעמען.
אויסער דעם וואס די בית ישראל האט זיך שוין אזוי אויסגעדרוקט אויף זיינס א תלמיד, כמבואר לעיל.
מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 2:06 pm#392007
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
האסט איגנארירט דער עיקר נקודה. וואס האט עס מיט דמיון? פארוואס איז א מאדנע נאמען ׳דמיון׳? מה ענין שמיטה אצל הר סיני? וכן נמי לענין שם הוי"ה, וואס האט עס מיט דמיון?

אז דו ווילסט זאגען אז ער האט זיך געדמיונ׳ט אז די פרייער אידען ווילען הערען תורה, אז משיח׳ס צייטען הייבען זיך אן מיט א זעלבסשטענדיגע פאליטישע ווערטשאפט, אז ער קען עפענען א ישיבה וואס וועט נישט האבען קיין שום חסרונות, אז ער וועט קענען לעזען אלע הלכה׳דיגע שאלות מיט זיין פראייעקט, ממילא. אבער דיין משלים זענען בכלל נישט בקשר מיט דמיון.

און די אלע זאכען וואס איך האב געשריבען קען מען דן זיין צו ס׳איז געווען דמיון צו פראפעטיש. ווען יעדער האט געמיינט אז די ציוניזם שמד׳ט אידען, איז עס היינט די גרעסטע מקשר פון אידען צום תורה, ווי כמעט יעדער איד האט א בעסערע רוחניות׳דיגע צושטאנד אין א"י ווי אין חו"ל, פון דער חילוני צו דער מסורתי צום דתי צום חרדי. מ׳קען נאכאלס שטארק דן זיין, אבער דער בית ישראל האט זיך בכלל נישט אויפגעוויזען ווי א פראפעטישע מנהיג, וואס קען פאראויס זאגען וואס קומט באלד, אז מ׳זאל איהם אננעמען אין דער ענין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 2:13 pm#392009
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:האסט איגנארירט דער עיקר נקודה. וואס האט עס מיט דמיון? פארוואס איז א מאדנע נאמען ׳דמיון׳? מה ענין שמיטה אצל הר סיני? וכן נמי לענין שם הוי"ה, וואס האט עס מיט דמיון?

אז דו ווילסט זאגען אז ער האט זיך געדמיונ׳ט אז די פרייער אידען ווילען הערען תורה, אז משיח׳ס צייטען הייבען זיך אן מיט א זעלבסשטענדיגע פאליטישע ווערטשאפט, אז ער קען עפענען א ישיבה וואס וועט נישט האבען קיין שום חסרונות, אז ער וועט קענען לעזען אלע הלכה׳דיגע שאלות מיט זיין פראייעקט, ממילא. אבער דיין משלים זענען בכלל נישט בקשר מיט דמיון.

און די אלע זאכען וואס איך האב געשריבען קען מען דן זיין צו ס׳איז געווען דמיון צו פראפעטיש. ווען יעדער האט געמיינט אז די ציוניזם שמד׳ט אידען, איז עס היינט די גרעסטע מקשר פון אידען צום תורה, ווי כמעט יעדער איד האט א בעסערע רוחניות׳דיגע צושטאנד אין א"י ווי אין חו"ל, פון דער חילוני צו דער מסורתי צום דתי צום חרדי. מ׳קען נאכאלס שטארק דן זיין, אבער דער בית ישראל האט זיך בכלל נישט אויפגעוויזען ווי א פראפעטישע מנהיג, וואס קען פאראויס זאגען וואס קומט באלד, אז מ׳זאל איהם אננעמען אין דער ענין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אונז ביידע האלטן די זעלבע זאך, אונז האבן נאר אנדערע ווערטער פאר די זעלבע זאך, איך רוף עס דמיון, וויאזוי רופסטו עס?
און ניין די אלע זאכן וואס דו האסט אויסגערעכנט רוף איך נישט דמיון, אויב עפעס איז עס א טעות נישט דמיון.
מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 2:27 pm#392010
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
בלייבט נאר איבער צו וויסען וויאזוי האט דער בית ישראל געטייטשט די ווארט דמיון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 2:41 pm#392011
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בלייבט נאר איבער צו וויסען וויאזוי האט דער בית ישראל געטייטשט די ווארט דמיון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אדער האט ער עס נישט ממש אזוי אויסגעדריקט ווי פון יעדע מעשה'לע וואקסט ארויס א לאנגע בארד, און נאך אלע מעשה'ס איז עס נאר א מעשה
מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 7:10 pm#392025
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בלייבט נאר איבער צו וויסען וויאזוי האט דער בית ישראל געטייטשט די ווארט דמיון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אדער האט ער עס נישט ממש אזוי אויסגעדריקט ווי פון יעדע מעשה'לע וואקסט ארויס א לאנגע בארד, און נאך אלע מעשה'ס איז עס נאר א מעשה

ער האט געמיינט די סארט התתנהגות פון כאפן מלאכים. דאכצעך מיר אז דאס איז געווען די חילוק צווישן קאצק און גור. אין קאצק איז מען געווען פארנומען מיט הויכע ענינים, כאפן מלאכים, דאווענען שפעט וכו', משא"כ אין גור האט מען זיך געהאלטן מער אין די ראמען, נישט פארברענגט קיין צייט, געדאוונט פרי, נישט כאפן קיין מלאכים, און די בית ישראל ווי משוגע ער איז נאר געווען האט ער אבער געהאט די סארט נארמאלקייט, און ער האט נישט געקענט ליידן די סארט התנהגות.
די מעשה האב איך געהערט פון איינער וואס האט זיך אסאך געדרייט אין גור.
זונטאג דעצעמבער 31, 2017 7:19 pm#392487
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
דמיון=אימעדזשינעישן=וויזשען
זונטאג דעצעמבער 31, 2017 8:09 pm#392490
מפוזרי האט געשריבן:דמיון=אימעדזשינעישן=וויזשען

וואס דארף דאס צו זיין? א קשיא, א תירוץ, אן איבעיא, א פירכא, ביטע מער מסביר זיין
זונטאג דעצעמבער 31, 2017 8:32 pm#392491
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
א פרואוו מסביר צו זיין דאס וואס 'דו' מיינסט מיט דמיון. (וגם אני מסכים עם זה)
זונטאג דעצעמבער 31, 2017 9:39 pm#392495
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
אימעדזשינעישען קען מיינען עפעס וואס שטימט דוקא נישט מיט די מציאות. וויזשען מיינט א בליק אויף א מציאות וואס גייט קומען. הרב קוק האט געהאט איינער פון זיי, מיר ווייסען נאר נישט וועלכע.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג דעצעמבער 31, 2017 9:42 pm#392496
.
זונטאג דעצעמבער 31, 2017 10:21 pm#392498
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אימעדזשינעישען קען מיינען עפעס וואס שטימט דוקא נישט מיט די מציאות. וויזשען מיינט א בליק אויף א מציאות וואס גייט קומען. הרב קוק האט געהאט איינער פון זיי, מיר ווייסען נאר נישט וועלכע.


imagination און vision קענען אויך מיינען די זעלבע זאך, נוצן די כח המדמה (imagination) און געפילן, צו האבן געפילן צו א געוויסע זאך. (דו קענסט די סארט מענטשן וואס פילן די אורות פון די חנוכה ליכט? אדער די סארט מענטשן וואס ווערן זייער איבערגענומען ווען זיי רעדן וועגן די צען מכות אדער די גרויסקייט פון שובבי"ם.)
זונטאג דעצעמבער 31, 2017 10:23 pm#392499
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
אקעי, אריין אין שפראך און גראמאטיק

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג דעצעמבער 31, 2017 10:29 pm#392500
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אקעי, אריין אין שפראך און גראמאטיק

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ווען איינער נוצט צוויי ווערטער צו מסביר זיין איין זאך, פשט איז, אז יעדע ווארט פאר זיך האט אפאר מיינונגען, וועגן דעם זאגט ער אפאר ווערטער, אז מ'זאל קענען מאכן א צד השוה פון אלע ווערטער, אזוי וועט מען פארשטיין וואס ער וויל ארויסברענגען.

איך וואונדער מיך נאר אויף דיר אז דו האסט נישט גלייך געכאפט.
זונטאג דעצעמבער 31, 2017 11:50 pm#392503
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
איך בין געווארען פארלאנגווייליגט פון א שמועס וואס איז נישט געווידמעט צום נושא.

ברענגט׳ס אראפ פון הרב קוק א משל וועגען דיין סארט דמיונות, ווייז אויף עפעס. דאס זיך ארום טענה׳ן אויף דער טייטש פון א ווארט איז זינלאז

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יאנואר 01, 2018 12:17 am#392505
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ברענגט׳ס אראפ פון הרב קוק א משל וועגען דיין סארט דמיונות

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ער האט גערעדט זייער אסאך קבלה.
זיינע ספרים זענען זייער פאעטיש און געפיליש געשריבן
ער פלעגט האבן אקעגן איבער זיין בעט אין ישיבת וואלאז'ין א טאוול אויף וואס ס'איז געשטאנען די שם הוי"ה, און פלעגט איינשלאפן אזוי קוקנדיג אויף דעם.
די עיקר רושם האב איך טאקע נישט באקומען פון איהם, נאר פון זיינע תלמידים כמבואר לעיל.

במאמר המוסגר, במחילת כבודכם, די סבה פארוואס דו פארשטייסט נישט וואס איך זאג איז ווייל דו מיינסט אז איך האב עפעס קעגן הרב קוק און איך זוך איהם צו אטאקירן, און דו ווילסט זיך/איהם באשיצן פון מיינע אטאקעס.
לו חכמו ישכילו זאת, איך האב גארנישט קעגן איהם, אדרבה ער איז איינע פון מיינע role models טאקע אויך אין וויאזוי צו נוצן די כח המדמה, און איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט דמיון, אדרבה איך האלט אז איינער וואס איז פארנומען אגאנצן טאג נאר מיט קאלטע שכל ענדזויט זיין לעבן אזויווי א ראבאט.
מאנטאג יאנואר 01, 2018 6:22 am#392527
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
ווען מ׳האט געזאגט אויף איהם ׳בעל דמיון׳, האט מען געמיינט אז זיין מחשבות זענען נישט באזירט אויף דער עולם, און ווען ער דינט אין א פראקאישע אמט אלס א רב, קען עס זיין א סכנה. למשל, זיין גלויבונג אז אלע אידען אין א"י זענען א חלק פון די תחיה לאומית, און די פרייע זענען נאכאלס באהאפטען צום קוואל ווייל זיי בויען אויף די יסודות פון די מרכבה לשכינה. אלס פיין און וואויל. ווען אבער מ׳לאזט זיי בויען א רבנות, דארף מען טראכטען בלויז די פראקטישע חלק. ווען דורך דעם ווערט א האוילסעיל גניבה אפאראט פון ירושת הבת און ירושת האשה את בעלה, ווערט עס נישט פארענטפערט דורך ׳נשמות דעולם התהו׳. טאמער עס איז נישט דא קיין פראקטישע תירוץ צו די טענות אויף דער רבנות, איז די דמיון א פראבלעם.

אגב, איך האב פונקט געבליקט צוריק פון אנהייב אשכול. עס איז א וואונדער צו זע׳ען וויאזוי מיינונגען טוישען זיך מיט די צייט. אין אנהייב איז די אשכול אלס געווען קעגען הרב קוק, מיט אלע סאטמארער לאזונגען. יעצט איז עס שוין א נארמאלען נושא. זאלען די ניקס (נישט אלע) צוריק קומען און אריין רעדען יעצט, ווען ביידע מיינונגען זענען דא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:48 pm#392541
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען מ׳האט געזאגט אויף איהם ׳בעל דמיון׳, האט מען געמיינט אז זיין מחשבות זענען נישט באזירט אויף דער עולם, און ווען ער דינט אין א פראקאישע אמט אלס א רב, קען עס זיין א סכנה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

טאקע ווייל ער איז געווען אזויווי איך האב איהם אראפגעלייגט, האט ער געמאכט אזא איינדרוק. וואס זיינע קעגנער האבן נישט געוואוסט (וואס וויבאלד זיי האבן איהם נישט געקענט, האבן זיי נישט געהאט קיין שום וועג צו וואוסן),אז ער איז געווען פון די מערסט פראקטישע מענטשן אין היסטאריע פון אידישקייט, אפשר די מערסטע, און ווען די היינטיגע רבנים זאלן צוגיין צו אידישקייט אזויווי איהם, וואלטן נישט געווען אזויפיל פראבלעמען. (אז מ'רעדט שוין יא, הרב קוק האט געזאגט אז ער וואלט געקענט מחזיר בתשובה זיין ברוך שפינוזה...)
מאנטאג יאנואר 01, 2018 2:55 pm#392542
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען מ׳האט געזאגט אויף איהם ׳בעל דמיון׳, האט מען געמיינט אז זיין מחשבות זענען נישט באזירט אויף דער עולם, און ווען ער דינט אין א פראקאישע אמט אלס א רב, קען עס זיין א סכנה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

טאקע ווייל ער איז געווען אזויווי איך האב איהם אראפגעלייגט, האט ער געמאכט אזא איינדרוק. וואס זיינע קעגנער האבן נישט געוואוסט (וואס וויבאלד זיי האבן איהם נישט געקענט, האבן זיי נישט געהאט קיין שום וועג צו וואוסן),אז ער איז געווען פון די מערסט פראקטישע מענטשן אין היסטאריע פון אידישקייט, אפשר די מערסטע, און ווען די היינטיגע רבנים זאלן צוגיין צו אידישקייט אזויווי איהם, וואלטן נישט געווען אזויפיל פראבלעמען. (אז מ'רעדט שוין יא, הרב קוק האט געזאגט אז ער וואלט געקענט מחזיר בתשובה זיין ברוך שפינוזה...)
ברוך: לייק לייק לייק! פיין געזאגט, כ'האב נישט פארשטאנען וואס דו שרייבסט וועגן דמיון, אבער דאס האט גארנישט מיט דמיון, דאס איז פראקטיש, פינקט פארקערט פון דמיוו
מאנטאג יאנואר 01, 2018 3:04 pm#392543
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ברוך: לייק לייק לייק! פיין געזאגט, כ'האב נישט פארשטאנען וואס דו שרייבסט וועגן דמיון, אבער דאס האט גארנישט מיט דמיון, דאס איז פראקטיש, פינקט פארקערט פון דמיוו

האב איך שוין געזאגט אז ס'נישט קיין סתירה, סתם פאר א דוגמא, (איך ווייס נישט ווי שטארק די צושטעל איז, מסתם זייער שוואך) אויב דו קענסט ר' מאטל זילבער וועסטו פארשטיין, ער איז פון די מערסטע פראקטישע מענטשן וואס איך קען, און ער לעבט אין עולם הדמיון
מאנטאג יאנואר 01, 2018 3:13 pm#392544
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ברוך: לייק לייק לייק! פיין געזאגט, כ'האב נישט פארשטאנען וואס דו שרייבסט וועגן דמיון, אבער דאס האט גארנישט מיט דמיון, דאס איז פראקטיש, פינקט פארקערט פון דמיוו

האב איך שוין געזאגט אז ס'נישט קיין סתירה, סתם פאר א דוגמא, (איך ווייס נישט ווי שטארק די צושטעל איז, מסתם זייער שוואך) אויב דו קענסט ר' מאטל זילבער וועסטו פארשטיין, ער איז פון די מערסטע פראקטישע מענטשן וואס איך קען, און ער לעבט אין עולם הדמיון
געהערט פון עם, אבער כ'קאן עם נישט
מאנטאג יאנואר 01, 2018 3:17 pm#392545
Re: הרב אברהם יצחק הכהן קוק
יעצט הער איך מער וואס דו זאגסט. דו זאגסט אז גופא די סתירה צווישען די פשטים אין דמיון, האט פארדרייט זיין קעגענער.

דער אמת איז, אז ער אליינס זאגט אז זיין שיטה איז נישט ווי דער חת"ס ותלמידיו. עס איז גאנץ שווער אוועק צו מאכען יענער מיינונג

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יאנואר 01, 2018 10:51 pm#392578
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אגב, איך האב פונקט געבליקט צוריק פון אנהייב אשכול. עס איז א וואונדער צו זע׳ען וויאזוי מיינונגען טוישען זיך מיט די צייט. אין אנהייב איז די אשכול אלס געווען קעגען הרב קוק, מיט אלע סאטמארער לאזונגען. יעצט איז עס שוין א נארמאלען נושא. זאלען די ניקס (נישט אלע) צוריק קומען און אריין רעדען יעצט, ווען ביידע מיינונגען זענען דא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איך האב נישט געוואלט אריינרעדן ווילאנג די שמועס איבער דמיון האט זיך נישט אויסגעגראדט. אבער יעצט וועל איך לינקן צו מיין תגובה אויבן און איך שטיי נאכאלץ אונטער דעם (אגב: מיין צווייטע תגובה אין קאווע שטיבל). אינטערעסאנט וויאזוי דווקא דאס וואס איך באטראכט אלץ דמיון, ווערט באטראכט דורך גאלדענע אדלער אלץ פראקטיש.

l viewtopic.php?p=85136#p85136 l
דינסטאג יאנואר 02, 2018 12:25 am#392579
ריכטיג האט געשריבן:איך האב נישט געוואלט אריינרעדן ווילאנג די שמועס איבער דמיון האט זיך נישט אויסגעגראדט. אבער יעצט וועל איך לינקן צו מיין תגובה אויבן און איך שטיי נאכאלץ אונטער דעם (אגב: מיין צווייטע תגובה אין קאווע שטיבל). אינטערעסאנט וויאזוי דווקא דאס וואס איך באטראכט אלץ דמיון, ווערט באטראכט דורך גאלדענע אדלער אלץ פראקטיש.

viewtopic.php?p=85136#p85136

זייער שיין.
די שרייבסט דארט אז ס'קען זיין אז דו ביזט נישט יורד לסוף דעתו, די ענטפער איז יא און נישט, כדי עס אינגאנצן צו פארשטיין דארפסטו קענען אזעלכע סארט מענטשן.
רוב מענטשן האבן א געוויסע קַו אויף וואס זיי פארן אפילו ווען ס'קומט נישט אריין, ווייל דאס איז זייער פערסאנעליטי, הרב קןק איז געווען פונקט די היפך פון דעם. הרב קוק, למשל, האט נישט געהאט קיין פראבלעם צו, סיי זיין א פרומער און סיי אנערקענען אז די פרייע געבן אויך עפעס צו פאר די וועלט, משא"כ רוב פרומע קענען עס נישט אנערקענען, ווייל זיי זענען פרום, און... און... אזוי גייט עס.

סאטמאר רב זי"ע האט געוואלט אמאל קומען באזוכן דעם אמרי אמת, כ'ווייס, מסתמא זיך אדורכרעדן וועגן דברים העומדים על הפרק. האט די אמרי אמת געזאגט פאר זיין גבאי, אז ער וויל איהם נישט זען, האט די גבאי געפרעגט פארוואס, האט די אמרי אמת געענטפערט, "ווייל לעצטע מאל ער איז געווען דא, האט ער מיך געבעטן אז ער וויל ארויסקומען מיט א חרם אויף הרב קוק, און איך זאל איהם העלפן, האב איך איהם געפרעגט, האסט איהם שוין אמאל געזען, האט ער געזאגט ניין, איז אזא איינער וואס קען מחרים זיין א מענטש וואס ער קען נישט, וויל איך איהם נישט זעהן".
דינסטאג יאנואר 02, 2018 4:18 pm#392613
ווערט ערגעץ געברענגט וויאזוי די גדו"י וואס זענען געווען נישט אויף זיין זייט האבן אויפגענימען די בשורה אז רב קוק איז אוועק ?
דינסטאג יאנואר 02, 2018 5:26 pm#392618
דינסטאג יאנואר 02, 2018 11:26 pm#392655
איש את רעהו האט געשריבן:ווערט ערגעץ געברענגט וויאזוי די גדו"י וואס זענען געווען נישט אויף זיין זייט האבן אויפגענימען די בשורה אז רב קוק איז אוועק ?

אלבערט האט געשריבן:מיללער אויף אייוועלט ברענגט אן אינטערעסאנטע קול קורא פון די רבנים אז מען זאל מתפלל זיין לרפואת הרב קוק.

פארענטפערט? אויב מ'האט דיך נאכנישט אויסגעשפארט...
דינסטאג יאנואר 02, 2018 11:38 pm#392656
שמעקעדיג האט געשריבן:אזוי קוקענדיג אויף אייוועלט ביי מיללער'ס אויבנדערמאנטע קול-קורא, האב איך געליינט די דארטיגע - מער סאטמאר געשטימט - ויכוח איבער אים.

אויב זענט איר אינטערעסירט, גיבט דא א קליק און לייענט מיט הנאה.

די ערשטע מאל וואס איך ליין אייוועלט, רחמנא לישזבן, גוט האבן די רעבנים געטון אז זיי האבן עס געאסרט...
דאנערשטאג יולי 19, 2018 4:32 pm#409345
פערינא האט געשריבן:געזען אין א ביאגרעפי פון רב שלמה זלמן אויערבאך,  און זיינע יונגע יארן האט ער נישט געוואלט פארברענען צייט מיט ספרי מוסר.  אבער א איד דארף דאך עפעס א דאוז דערפון,  פלעגט ער יעדן טאג פאר עטליעכע רגעים זיך אפשטעלען און אריין קוקען דורך די שליסעל לאך ווי רב קוק לערנט תורה. דאס איז געווען זיין מוסר. די מעשה איז געווען געשריבען אגב,  ארויסציברענגען רב אויערבאך'ס התמדה.

עס עס מיט א שפריצעל זאלץ. 

איך בין גאנץ א קנאפער מר בר רב אשי,  אדער א שרייבער,  אלס א הערה בעלמה,  איך פארשטיי די רוגעטשאווער איז געווען איינשטיינס קאנטער פארטי און זיין דור, ווער בין איך מגיב צי זיין. איך קוק זיין בריוו, ער זאגט א שיינע מליצה אבער ציזאם ווארפען אלע מראה מקומות פון ש"ס ווי מ'טרעפט די נאמען פון די פייגעל טמאה איז עפעס,  -איך קלאפ אויף מיין מויל- קינדיש,  ניין? 

רב קוק ספרים, די תחום,  די פעדער, די טאפיקס וואס ער טעקעלט אזוי שיין, די ברייטע פלייצעס וואס ער האט, פאר איינער וואס האט אינטערעסע אין די מקצועת, והוא באחד, און עס איז נישט דא צוויי. גיט למשל א קוק ווי אנעים זמירות,  ידען,  יאנקל,  בן תמליון מיטשען זיך ארום אין שכניתדיגע אשכול צי מאראל איז פון רעליגיע  אדער קדמון,  אפשר גאר רעליגיע גייט פארקערט ווי מאראל וכו' זעעט די ווערטער פול מיט טעם פון רב קוק:


הצד הבריא של היושר מצוי הוא באנשים גסים יותר ויותר ממה שהוא מצוי במלומדים ומוסריים בעלי מחשבה..  האנשים הטבעיים שאינם מלומדים, יש להם יתרון בהרבה דברים על המלומדים, בזה שלא נתטשטש אצלם השכל הטבעי והמוסר העצמי..
והמלומדים צריכים תמיד לסגל לעצמם כפי האפשרי להם את הכשרון הטבעי של עמי הארץ, בין בהשקפת החיים, בין בהכרת המוסר מצד טעביותו (morality) ואז יתעלו הם בפיתוח שכלם יותר ויותר

שרייבט ער קלאר,  נישט נאר מאראל עקזעסטירט אן רעליגיע,  נאך מער גאר,  די אויסגעקאכטע שארפע לומדישע ת"ח מיט זייער דעת תורה דארף גאר גיין קלאפען אין טיר ביי די אנשים טבייעם,  מגושמדיגע עמך יידען וואס האבן דעת בעל בית און א וועלטליכע אויסקוק. נישט אז אונז היימישע יונגלעך דארף נעמען זיינע ווערטער ווי תורה מפי הגבורה, אלל איך זאג איז,  ער אדרעסירט טאפיקס וואס אונזערע רעביס האבן נישט זיך געבאדערט מיט. מיילא שווער צינעמען זייער קריטיק,  האט ער איבער געבליקט יוזל'ס נייע בונד, מדארף דאך קוקען צו קענען ענטפערן אויף זיי, נישט אזוי? ער טארערט דאך און א תחום וואס זיי האבען נישט קיין עסק דערין. זיינע באולד סטעטמעינטס איז טאקע שווער צו ליינען פאר די איסטניס רבנים אבער ס'איז גארנישט אזוי אףף.  וואס איז די רעש אז יאשקע איז געווען א Man of love and peace.  סאיז נישט עפעס וואס ער מאכט אים פאר א צדיק.   איך קען נישט די קאנטעקסט פון זיינע ווערטער אויף די טאפיק, אבער די סטעיטמענט איז א פאקט.  און איז גארנישט מעלה אדער מוריד און יאשקע'ס סטעטוס ער קען נאך אלץ זיין א הלכדיגע מורידין ולא מעלין.

איך קען מיך נישט איינהאלטן פון מגיב זיין אויף א תגובה פון יארן צוריק. איך מיין במחילת כבודך אז דו פארטיישט פאלש דער מאמר. וואו רעדט ער דא פון רעליגיע? לדעתי באציהט ער זיך לדוגמא צו דאס וואס אן איש פשוט וועט מחמת זיינע געפיהלן, אלצדינג אויפגעבן פאר די וואוילזיין פון פאמיליע מיטגלידער ווען זיי זענען אין א צרה, אפילו נאציאנאליזם וכדומה, וואס איז דער אמת'ער מוסר, משא"כ א געלערנטער וועט אנהויבן לערנען תורה'לעך איבער טרייהייט צו די טרייב וכדומה באזירט אויף ארטיפישעל פארמאלירטע עטיקס, וואו מען טייטעט אפ און מען פרובט ראצינאליזירן איינגעבוירענע געזונטע אימפולסן, כדוגמה די גרמנים. בקיצור דאס ברעינוואשן צו טראכטן ווען טראכטן איז נישט געזונט.
דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:45 pm#411080
היינט איז די יארצייט פון הרב קוק ז"ל

אינטערעסאנט צוצוברענגען א קול קורא פאר א יום תפילה כללי פאררופן דורך די רבנות הראשית געציילטע וואכן פאר זיין פטירה, צווישן די חותמים זעהט זיך אן א פאר וועלכע זענען היבש פארהייליגט אין די סאטמארע קרייזן ווצב"ש ר' איסר זלמן מלצר זצ"ל, דער טעפליקע רב זצ"ל, און הרה"ק ר' שלמה'קע זוועהילער זצ"ל.
דינסטאג אוגוסט 14, 2018 2:14 pm#411083
Wow. נישט געוויסט אז ער האט אויך געהייסן יחזקיהו
דינסטאג אוגוסט 14, 2018 2:27 pm#411085
מ'האט עס מסתמא צוגעלייגט ווען ער איז נישט געווען געזונט.
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 12:17 pm#415070
בילד

שיבת מרכז הרב, יסוד הישיבה המרכזית העולמית, הוקמה כאנטיתזה לאוניברסיטה העברית בהר הצופים. הרעיון היה קדום, אך הביצוע וההגשמה נעשו על רקע הקמת האוניברסיטה.
שנת תרפ"ד (1924). הרב קוק פחד שצעירים דתיים מובחרים יתפתו ללכת וללמוד באוניברסיטה, וכן שיווצר מצב שהמקום יהפך למוקד של יצירה מחקרית-תורנית, ולכן הקים את 'מרכז הרב' כדי למשוך אליו את הכוחות הצעירים.
הדבר נחשף רק לאחרונה, בכתביו של הראי"ה קוק ששכבו מאובקים במשך 80 שנה, וזכינו עתה לפרסומם.

מחד, רואים כאן את יחסו המסתייג של הרב קוק מהאוניברסיטה, ומהרוח שהיא ייצגה אז (ויש להזכיר את הסוגיה של ביקורת המקרא שהחלה אז להנשב במוסד, והתייחסותו של הרב קוק לכך במעשה ובכתב). אך מבין השיטין עולה דווקא ההערכה הרבה של הרב קוק למוסד זה, וביקורתו, החצי סמויה, על עולם הישיבות בארץ ובעולם, שלא השכיל לשלב בתוך תוכנית הלימודים את כל המגוון הגדול של "חכמת ישראל", המחקר התורני והיצירה.

מבחינה זו 'מרכז הרב', אם הישיבות הדתיות-לאומיות, שונה מיתר הישיבות החרדיות שפעלו בתקופתה, בכך שבבסיסה מונחת ההכרה בחשיבות ונחיצות הלימודים שמעבר ללימוד התלמוד הבבלי וההלכה.
מתוך כך מובנת יותר תוכנית הלימודים המקיפה והעשירה שהכין הרב דוד כהן 'הנזיר' בהוראת הראי"ה קוק, לישיבת 'מרכז הרב', אשר כללה גם לימודי של הירושלמי, חכמת ישראל, ספרי מחקר תורניים, היסטוריה עברית, ועוד. כל זה כתמונת-מראה של האוניברסיטה העברית, שהיא המודל - הרצוי או שאינו - שעמד מול עיניו של הראי"ה בהקימו את 'מרכז הרב'.

מתוך העיון במקורות שנחשפו, מתברר שהרב קוק רחש כבוד גדול לאוניברסיטה, ומשום כך הוא מבקר את חוסר יראת-השמים שעלול להתלוות ללימודים בה. הדבר בולט כשמשווים את יחסו של הרב, ליחסם של רבני הישוב הישן, שראו את הקמת האוניברסיטה כפורענות גמורה, ובוודאי שלא התלהבו מהקמתה.

עד כאן היסטוריה. וכעת נותר לדון האם כיום 'מרכז הרב' ובנותיה עמדו בציפיותיו של הרב קוק, אם לאו.
----
הערות:
א. גם בישיבתו של הראי"ה ביפו, אותה הקים עבור העילויים המובחרים בארץ ובעולם, למדו לימודים מיוחדים החורגים ממה שהיה מקובל בישיבות דאז. בין היתר למדו מקצועות חול כמו מתימטיקה, שפות זרות (צרפתית למשל, ואולי גם ערבית וגרמנית) ועוד. על כך ראו: ר' שם טוב גפן, פרקי חיים אגרות ומאמרים, מטולה תשע"ו, מאת ידידיה ונגרובר​.
ב. יש הטוענים שגם הקמת הישיבה ביפו הייתה קשורה לפחד של הרב קוק מהקמת הגימנסיה (לימים "הרצליה") ביפו, ומחששו שתלמידים מצויינים ינהרו לשם. ויש עוד מה להאריך בכך, גם בהקשר של "התחכמוני" ביפו שהרב תמך בו.
ג. פרשיה זו מזכירה את פרשיית ה'מכתב גלוי' שפרסם הראי"ה כנגד דבריו של אליעזר בן יהודה, בשנת תרס"ה 1905. בשעה שרבני הישוב הישן בכלל לא טרחו להתייחס לדבריו הפרובוקטיביים, כביכול, של בן יהודה, הרי שהרב קוק השקיע ופרסם מכתב גלוי בו הוא מבקר את דבריו. הבדל זה שבין עמדת רבני הישוב הישן לרב קוק, בא לידי ביטוי בחוברת שהם הדפיסו, בשם 'מכתב גלוי'. וכבר עסקנו בכך במקום אחר בהרחבה.

ציטוטים מכתבי הרב:
לא נוכל בשום אופן להסתפק באוניברסיטה לבדה אפילו אם תהיה נאמנה לרוחנו... אנחנו צריכים לתורה שלמה שתצא מציון, תורה כמשמעה וכעומק קדשה, אבל עם זזה רחבה ומקיפה...

מעיקרי כוונתי בהכנסת צעירים מובחרים בירושלים בתור עוסקים בתורה... היא גם כן הכרעת המשקל נגד תלמידי האוניברסיטה, שחלק גדול מאלה הנועדים לכך הלא אינם משוקים כראוי בטל תורה ויראה... וכמדומה אני שגם רק בשביל המטרה הההגנית הזאת גם כן כדאי הדבר שכל גדולי ישראל יחזקו את ידינו במפעלנו הקדוש.

יסודה של האוניברסיטה ודאי לא מילא את התפקיד הזה, ובשביל כך הסכמתי להתחיל ביסודה של הישיבה המרכזית העולמית.
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 10:36 pm#415139
איך וויל נאר דא מאכן א קליינע הערה: לאור דעם וואס עטליכע חשוב'ע שרייבערס האבן א טענה צו מר. באדדי אז ער ברענגט רוב פון זיינע מאמרים אין עברית/לשה"ק. און נישט אין אידיש. דער תירוץ איז פשוט. ער זאגט דאך נישט זיינע אייגענע חידושים. ער ברענגט נאר נאך פון אנדערע. אין דעם אריגינאלן לשון. אייניגע רופן איהם אפילו אן א טראלל. וואס ער איז זיכער נישט.

אפשר וואלט כדאי געווען אז מר. באדדי , ווען ער ברענגט אראפ א לענגערן מאמר צי פון די גדולי המשגיחים. אדער פון הרב קוק. זאלל ער אויך ברענגען א קורצן איבערזיכט אויף אידיש. דאס וועט זיכער א סאך צוהעלפן פאר די ליינערס/שרייבערס וועלכע באנוצן זיך נישט אפט מיט לשון הקודש. אז זיי זאללן אויך הנאה האבן...!
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 3:33 pm#418397
פאר הדור האט געשריבן:
קרעמער1 האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:פון די אמרי אמת איז דא א בריוו ווי ער שרייבט אויף אים גאר גרויס און ער לייגט צו אז ״חביבתו לעם ישראל קלקל השורה״.

די בריוו איז ארויס פון קאנטעקסט! קוק די גאנצע בריוו וויפיל כבוד און הערצה די אמרי אמת שרייבט אויף אים, און ער וויל קומען צו א פשרה, און ער שרייבט דארט ווייטער קעגן די קנאים פונקט אזוי אויף זייערע שוואכקייטן!

די חריידישע "פעיק ניוז" איז מבהיל הרעיון!

און זעה דא נאכמער:
האדמו"ר רבי אברהם מרדכי אלתר- "האמרי אמת"

הרב רונן טמיר

תמונה ללא תיאורהאדמו"ר רבי אברהם מרדכי אלתר- "האמרי אמת" חנוכה ה'תרכ"ה. האדמו"ר הראשון מגור, ר' יצחק מאיר אלתר הידוע בכינויו "חידושי הרי"מ", מקיים כמנהגו מעמד חלוקת דמי חנוכה לנכדיו. משהגיע תורו של נכדו האהוב ר' יהודה אריה לייב (לימים בעל ה"שפת אמת")- חרג ממנהגו והבטיח לו בן זכר כדמי חנוכה. ואכן, לאחר שנה נולד בנו בכורו- ויקרא שמו בישראל אברהם מרדכי על שם סבו, אבי ה"שפת אמת". הסנדק, כמובן, היה אבי סבו, ר' יצחק מאיר, שחיבב מאוד את נינו וביקש שיכניסו אליו לחדרו את התינוק מדי יום. מילדותו ניכר היה אברהם מרדכי בשקדנותו, בשנינות, בפיקחות ובזיכרון מופלא. בהיותו בן 6 שכר לו אביו מלמד שלמד עמו בעליית הגג. פעם התלונן אברהם מרדכי כי אינו מצליח לכתוב ללא שגיאות. אמו יעצה לו לעצום את עיניו ולצייר ברוחו את המילה כפי שהיא כתובה בספר, אך הוא השיב לה כי בשעה שהוא עוצם עיניו הוא רואה לפניו רק את שם ה' המפורש, ואינו מסוגל לצייר ברוחו שום תיבה אחרת... ר' אברהם מרדכי היה מפורסם באוצר הספרים העצום שהחזיק. דרכו בלימוד הייתה ללמוד היטב על בוריו (ויש אומרים בעל פה ממש!) כל ספר ורק לאחר מכן לשים אותו בספריה, שהייתה אחת הגדולות בעולם.
בשנת ה'תרמ"ו שלח לו אביו, ה"שפת אמת", אגרת, בה נכתב בין השאר: "ותיקח לך מידת הזריזות...כי ברגע אחד בזריזות- יעלה לך יותר מכל אלו החשבונות (=התבוננות ומחשבות וחשבון נפש)". ואכן, ידוע היה ה"אמרי אמת" במידת הזריזות שלו- היה דייקן ודאג שלא לאבד אפילו שנייה מזמנו, מידה שמאפיינת גם היום את חסידי גור.
בשנת ה'תרס"ה נפטר ה"שפת אמת", ור' אברהם מרדכי סירב בתחילה לקבל עליו את עול האדמו"ריות. אך החסידים לא הרפו, ובחג השבועות ה'תרס"ה החל לנהל "שולחן" כאדמו"ר. הוא העניק תשומת לב מיוחדת לילדי החסידות, ואף נהג לומר: "לגור נוסעים כעשרת אלפים חסידים שאוכלים ביום הכיפורים ואינם מניחים תפילין..."
האדמו"ר "אמרי אמת" הנהיג בחסידות תפילת שחרית בזמן, והפסקה בין שחרית ומוסף בשבת כדי ללמוד תורה. הוא גם קבע שיעור גמרא בכל יום בין מנחה לערבית, וכתב לחסידיו: "ולא יראה ולא ימצא על כל פנים בשעה זו בבתי החסידים שום הולך בטל, ואפילו הקובעים עתים לתורה שעות הרבה בלילה- אל יוציאו את עצמם מהכלל בשעה זו".
אהבה עזה חש ה"אמרי אמת" לארץ ישראל. בשנת ה'תרפ"א הגיע לביקור ראשון בארץ הקודש, בו נפגש עם אישים שונים ובהם מרא דאתרא הראי"ה קוק זצ"ל. בשובו מהביקור כתב איגרת מפורסמת לחסידיו "מעל הספינה" ובה תיאר את שחווה: "הנה פחד ורחב לבבי והתענגתי מזיו כבודה... הנני שבע רצון מאוד בראותי כי יכולים גם לבוא אל המנוחה ולהתענג שמה בדרכי היהדות כאשר הורונו אבותינו ואבות אבותינו. ומי אשר חננו השי"ת בהון, יוכל בלי שום ספק למצוא שם פרנסתו במנוחה שלמה, ולשמור היהדות כראוי באין מעצור. אולם גם אלו שאין יכולים ואין חפצים להשתקע בארץ הקודש, דעתי - כדי לעזור לאחיהם בני ישראל החרדים להתיישב שמה - יפרישו כל אחד מהונו סכום מסוים ולהקנות לו שם חבל ונחלה, והוא נושא פירות גם בעולם הזה... ולקשט עצמי מקודם- עשיתי מיד השתתפות על יסוד חברת מניות וקנינו בעיר יפו חלקת אדמה כעשרים אלף אמה לבנות שמה בנינים וחנויות...לכן אבקש שממני יראו וכן יעשו- כי הגיעה השעה לעשות דברים ממשיים בפועל...וכן היא באמת דעתי, אשר מצוות יישוב ארץ ישראל איננה דבר התלוי בזמן, רק ביכולת ובאפשרות- ולכן גם עתה צריכים להשתמש באפשרות של עכשיו ולעבוד בכל עוז, כי בריבוי העולים החרדים לארץ ישראל תגדל השפעתם שמה, וזה יגרום שמירת קדושת הארץ". בהמשך עלו מאות משפחות מחסידי גור, בעידודו ובהשפעתו של האדמו"ר והיו חלק מ"העליה הרביעית". לאחר מספר ביקורים נוספים, עלה ה"אמרי אמת" בשנת ה'תרצ"ה לארץ ישראל על מנת להשתקע בה, ובפסח ה'תרצ"ו אף ראה עצמו כתושב קבע בארץ ישראל ונמנע מלנהוג יו"ט שני של גלויות, אך לאחר לחץ כבד של חסידיו נאלץ לחזור לפולין, ממנה הצליח להימלט עם פרוץ מלחמת העולם השנייה, במבצע הצלה מורכב דרך איטליה. כתבי יד רבים שכתב ה"אמרי אמת" במשך למעלה מיובל שנים, נטמנו באדמת וורשה, ולמרות חיפושים רבים שנערכו במקום מאז- הם לא נמצאו עד עצם היום הזה.
הערכה רבה רחש ה"אמרי אמת" למרן הרב קוק זצ"ל, ולאחר שנפגשו לראשונה כתב אודותיו: "והרב הגאון רבי אברהם קוק שיחי' הוא איש אשכולות בתורה ומידות תרומיות, גם רבים אומרים כי הוא שונא בצע". לאחר ביקורן השני בארץ, נכנס אליו רבינו הרצי"ה לדרוש בשלום אביו, וה"אמרי אמת " השיבו: "הלא הוא מלא קדושה! כבוד מעלת אביו הוא איש אמת וכל מעשיו לשם שמיים". כאשר היה ה"אמרי אמת" באלול ה'תרצ"ה בדרכו לארץ ישראל, ושמע על פטירתו של הרב קוק- געה בבכי גדול, בשונה ממנהגו שכמעט ולא היה בוכה. לאחר מכן כאב את העובדה שלא זכה להשתתף בהלוויית הרב קוק, ואמר שאם היה בירושלים היה צועד ברגל אחר מיטתו עד הר הזיתים. באחרית ימיו היה ה"אמרי אמת" חולה, ועם הכרזת המדינה ופרוץ מלחמת העצמאות הלך ונחלש.
בחג השבועות ה'תש"ח, בדיוק ביום בו קיבל את האדמו"ריות 43 שנה קודם לכן- נתבקש ה"אמרי אמת" לישיבה של מעלה. עקב המלחמה וההפגזות היה מן הנמנע לקברו ב"מערת גור" שבהר הזיתים, והוא נקבר בחצר ישיבת "שפת אמת". בנו וממשיך דרכו, ר' ישראל, ה"בית ישראל", אמר בהספדו כי "לא היה בדורות האחרונים כמוהו, שהכניס כל כך הרבה אמונה בליבות כל כך הרבה המונים". לימים, גם שני בניו הנוספים- ר' שמחה בונים "לב שמחה", ור' פנחס מנחם "פני מנחם"- כיהנו כאדמו"רים אחריו.
על שמו נקרא היישוב בני רא"ם שבסמוך לאשדוד.
האדמו"ר ר' אברהם מרדכי אלתר, ה"אמרי אמת" זצ"ל, זכותו תגן עלינו, אמן
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 3:47 pm#418399
על הספינה רש''י.pdf
רש"י אותיות דפוס חדש
(62.19 KiB) אראפגעלאדנט 51 מאל

על הספינה פרנק.pdf
אותיות מרובעות דפוס חדש
(63.72 KiB) אראפגעלאדנט 57 מאל

קרעדיט
א חלק פונעם נוסח המכתב האט איהר דא:
דער אמרי אמת אין בריוו האט געשריבן:והנה בחו"ל הי' מושג וציור אחר ממה שהוא באמת. כי עפ"י הידיעות הי' נחשב הרה"ג הרא"ק שי' כאלו הי' רב נאור ורודף שלמונים, ויצאו נגדו בחרמות וגדופים. וגם מערכות ה"יוד" ו"הדרך" הביאו לפעמים מידיעות האלו שיצאו מצד אחד. ואולם לא זה הדרך לשמוע רק מצד אחד, יהי' מי שיהי'.
והרה"ג ר' אברהם קוק שי' הוא איש האשכולות בתורה ומדות תרומיות. גם רבים אומרים כי הוא שונא בצע אולם אהבתו לציון עוברת כל גבול ואומר על טמא טהור ומראה לו פנים כאותו שאמרו חז"ל בפ"ק דעירובין על מי שלא הי' בדורו כמותו [*] ומטעם זה לא נקבע הלכה כמותו. ומזה באו דברים הזרים שבחבוריו. והרבה התוכחתי עמו, כי אם כונתו רצוי, אבל מעשיו וכו', שנותן יד לפושעים, כל עוד שעומדים במרדם ומחללים כל קודש, ואשר הוא אומר: כי בזה הוא דבוק במדותיו כמ"ש אתה נותן יד לפושעים וכו' – אני אומר כי ע"ז מתוודים, מפני היד שנשתלחה במקדשך ובנין נערים סתירה ואפילו בבנין ביהמ"ק כמ"ש רש"י.
אמת כי הוחלט גם בוויען לבל לגרום נזק להבטחת הזכיות שנתנו לנו בא"י, ואפי' ח"ו לאחרם, כי יבא הטוב מכל מקום. אבל להגדיל התעמלות פושעים ולהחניפם באופן נבהל לקרות להם שלום עליכם מלאכי השרת וכו' מלאכי עליון. זה מרגיז החרדים באופן שא"א לתארו. גם שיטתו בענין העלאת הניצוצות הוא דרך מסוכן כל עוד שאינם שבים מפשע, אז הניצוצות הוא דרך מסוכן כל עוד שאינם שבים מפשע, אז הנצוצות אין בהם ממש, ומביא בזה סכנה לנפשות טהורות ונקיות, שיתחברו עי"ז לפושעים בכח יפיפותו של יפת, גם סכנה על העוסק בזה, כאשר הורונו רבותינו זצ"ל. והרי החכם מכל אדם עסק בזה, כדרש המדרש לאהובם לאביהם שבשמים, המה הניצוצות הללו, שנאמר ע"ז "היחתה איש אש בחיקו וכו'" ולכן הורונו חז"ל חכמים הזהרו בדבריכם וכו' ועל החכם מכל אדם אמרו בקשו לגנוז ס' קהלת, הגם שאמרו אח"כ יפה אמר שלמה, ולמה הודיעונו שבקשו לגנזו, והכל ללמוד דעת גם על איש דגול מרבבה.
האריכות דברים קשה להעלות על הכתב ולכן אקצר, כי התחלתי בשלום ופעלתי אצל הרה"ג רא"ק שי' ונתן לי כתוב וחתום בחת"י לאמור, שהגם שכוונותיו הי' לש"ש, עכ"ז, כאשר שמע שיש ח"ו חלול השם ומיעוט כבוד שמים ע"י לשונות שבספריו, ולזאת למען כבוד שמים הוא מבטל לשונות ודברים הללו.
אח"כ נתראיתי עם הרבנים הזקנים הרה"ג ר' חיים זאנענפעלד והרה"ג ר' ירוחם דיסקין שי' שיבטלו את קול השופר והחרם והגידופים והם מוכנים לחתום ע"ז, כאשר גם הרה"ג ר' אברהם קוק שי' כתב כנ"ל. אולם הם מוסיפים, שכתבו רק מכתבים לרבנים לדון על לשונות הללו, אם כשרים לבוא בקהל, אך סביבם נסערה מאוד ובלתי ידיעתם נדפס סביב למכתבם את קול השופר והחרם. אולם גם למחות באלו לא חפצו, כל זמן שלא נתבטלו לשונות הזרים והמרים.
והנה גם באלו הקנאים יש הרבה שכונתם לשם שמים, ובהם רבים אשר כרתי עמהם ברית אהבה, כי חברתם נעימה. אולם מבואר בעקדת יצחק פר' פנחס ע"פ לא ברעש ה' וכו' כי לא יתכן דרך כזה. וכשהי' באים בנחת להרה"ג רא"ק שי' בראשונה ג"כ בטוב בי' יכלו לפעול אצלו לבטל הלשונות הללו ולא הוצרך להיות בזיון ת"ח ולהבת אש המחלוקת, ולכל הצדדים נצרך כעת שיבואו שמה חרדים להתיישב שם, מובן כי נצרך התאחדות כל יראי ה' שמה, למען כי יוכלו העולים שמה להתרכז כראוי ולשמור היהדות לבלי להתערב עם שונים.
ולכן התקרבות השלום נחוצה ביותר ואם כי לא גמרתיו עוד אבל התחלה עשיתי, וכאשר יבואו שמה בהמשך הזמן רבנים וצדיקים – כאשר הובטח בהאספה בווארשא – המה יוכלו לגמור גם ביתר הפרטים, כי אני שמעתי מהרה"ג ר' אברהם קוק שי' כי איננו לא ציוני ולא מזרחי, אולם בתור רב כללי מוכרח הוא לקרב בימין. והוא יודע כי איש אחד חרדי שיבוא שמה, עולה יותר מהתיישבות אלף חפשיים.
גם כל עוד שלא נגמר השלום בשלימות עכ"ז כאשר יחדלו הזלזולים משני הצדדים הנהו הרה"ג ר' אברהם קוק מכיר בבית דינם של הרה"ג, ר' חיים זאנענפעלד שי' ור' ירוחם דיסקין שי' – ועוד חושב את זה לדבר מועיל. יען כי יש לו מגע ומשא גם עם החפשיים, בתור רב כללי. ולכן טוב שיהי' מי שיוכל לעורר אותו באיזה דבר ולענות על רב. מובן, בלי חרפות וגדופים, רק בדרך השלום.
והנה מדברי הרה"ג ר' אברהם קוק שי' הנ"ל תכירו מדותיו – כי הגם שרוב מאנשי עיר הקדושה והרבה מהרבנים עומדים על צדו, עכ"ז חולק כבוד להרבנים הזקנים.

והוסיף שם
מרן ראש הממשלה שליט''א האט געשריבן:[*] א"ר אחא בר חנינא גלוי וידוע לפני מי שאמר והיה העולם שאין בדורו של רבי מאיר כמותו ומפני מה לא קבעו הלכה כמותו שלא יכלו חביריו לעמוד על סוף דעתו שהוא אומר על טמא טהור ומראה לו פנים על טהור טמא ומראה לו פנים תנא לא ר"מ שמו אלא רבי נהוראי שמו ולמה נקרא שמו ר"מ שהוא מאיר עיני חכמים בהלכה ולא נהוראי שמו אלא רבי נחמיה שמו ואמרי לה רבי אלעזר בן ערך שמו ולמה נקרא שמו נהוראי שמנהיר עיני חכמים בהלכה אמר רבי האי דמחדדנא מחבראי דחזיתיה לר' מאיר מאחוריה ואילו חזיתיה מקמיה הוה מחדדנא טפי דכתיב (ישעיהו ל) והיו עיניך רואות את מוריך
(עירובין יג,ב)
ראו למי השווהו אחר כל הערותיו עליו ועל השקפתו!!