Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?

וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
98 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 127 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11902
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 3:09 pm#386062
וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
די אשכול איז אויף מיין מאמר אין די נייע וועקער, תשרי תשע"ח, וועגען הרב קוק. מ׳האט אוועק געשטעלט אביסל די היסטאריא פון די מחלוקת אנטקעגען איהם און אויפגעדעקט דער אמת וועגען די אומענטפערבאר טענות, ווי למשל זיין רעדע ביים גרינדונג פון היברו יוניווערסיטי און זיין מימרות אויף אותו האיש ועוד.

די צענטראלע נקודה איז אז ס׳איז געווען א מחלוקת צווישען בעליבתים אין ירושלים, וואס האבען געוואלט מאכט מיט געלט וכו׳, אזוי ווי יעדער מחלוקת. איין זייט האט געוואנען, און די אנדערע זייט האט געזוכט צו מאכען און פארשפרייטען סקאנדאלען. אידישקייט איז געווען די צווייטע נושא אין די ענין, און ס׳האט געדינט אלץ א קרדום להכות בו, נישט אלץ די נקודת המחלוקת.

די אשכול איז געווידמעט ארום צו שמועסען מיט א גרעסערע אריכות ועיון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 3:54 pm#386077
א ריזן דאנק ליטוואק פאר דעם אויסערגעווענליך-הערליכן מאמר -- מלא וגדוש מיט חומר למחשבה.

כ'דארף ווען שרייבן א לענגערן קאמענטאר, און כ'האף צוצוקומען דערצו נאכדעם וואס כ'וועל איבערלייענען דעם מאמר דורכאויס יו"ט. בכלל איז א געוואלדיגע הנאה צו לייענען אן ארטיקל איבער אן אדם גדול וואס איז נישט שוואנצאניש געשטימט אויף קיין שום זייט, נאר טון דורך דעם ענין פרובירנדיג צוצוקומען צום אמת, אדער עכ"פ געבן א ברייטערן בליק אויף דער סוגיא.

מיין געפיל בשעת'ן אנגרייטן דעם מאמר לדפוס איז געווען אז טייל פון די הסברים זענען שטארק עולה על הדעת, אבער אנדערע זענען עפעס נישט גלאטיג. דוכט זיך מיר אז וועגן דעם אותו האיש רעפערענץ האב איך געשפירט אז אז קשיא איז בעסער פון דעם תירוץ. אזוי צי אזוי איז יעדער פאראגראף פול מיט ווערדפולע אינפארמאציע און גיט א שיינעם בליק אויף אזא אדם גדול ווי הרב קוק ז"ל.
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 4:03 pm#386080
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
אינטרעסאנט, ווייל איך האב נאר געברענגט זיין אייגענע ווערטער אויף דער טעמע. ער האט זיך אליינס באצויגען צו די טענה, און זאגאר געטענה׳ט אז ׳כך היא דרכה של חכמינו׳ גרעסער צו מאכען אונזער קעגענער, נישט קלענער צו מאכען.

עכ"פ, איך בלייב אינטרעסירט צו הערען קריטיק, הוספות און הערות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 4:25 pm#386088
arguably פון מיינע בעסטע ארטיקלען דעם נומער. א יישר כח ליטוואק.
דינסטאג אקטאבער 03, 2017 12:38 am#386130
א הערליכע ארבעט ליטוואק
דינסטאג אקטאבער 03, 2017 10:54 am#386159
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
ליטוואק; כ'האב שטארק הנאה פון דיין ארטיקל, כ'האב עס נאך נישט געהאט קיין צייט אפצוליינען, מ'איז ביזי מיט יו"ט, נישט אומזיסט הייסט דע פיר טעג, ראשון לחשבון עוונות, מ'האט נישט קיין צייט צו גארנישט.

אבער די קעפל זאגט אסאך, הגם איך וואלט עס ווען געגעבן אן אנדערן קעפל, האב איך עס אבער נישט געשריבן.

עניוועי כ'האף נאך דעם ערשטן טאג יו"ט דורך צו טוהן דעם ארטיקל מיט יישוב הדעת, און קאמענטירן דערויף חוה"מ אדער נאך יו"ט.
דינסטאג אקטאבער 03, 2017 8:04 pm#386216
ראובן האט געשריבן:.

מיין געפיל בשעת'ן אנגרייטן דעם מאמר לדפוס איז געווען אז טייל פון די הסברים זענען שטארק עולה על הדעת, אבער אנדערע זענען עפעס נישט גלאטיג. דוכט זיך מיר אז וועגן דעם אותו האיש רעפערענץ האב איך געשפירט אז אז קשיא איז בעסער פון דעם תירוץ. אזוי צי אזוי איז יעדער פאראגראף פול מיט ווערדפולע אינפארמאציע און גיט א שיינעם בליק אויף אזא אדם גדול ווי הרב קוק ז"ל.


אינטערעסאנט, ווייל דאס איז די איינציגסטע תירוץ וואס אפילו סאטמאר איז מודה צו דעם. למשל, זיי האלטן אז הרב קוק זעלבסט איז אזוי ווי אותו האיש און דאך זענען זיי מודה אז ער האט געהאט מורא'דיגע כוחות הנפש.
מיטוואך אקטאבער 04, 2017 10:13 am#386244
מעסיוו ארבעט Wow
זונטאג אקטאבער 08, 2017 1:39 pm#386299
איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין ארטיקל. עס איז זייער גוט געשריבן, ס'ליינט זיך זייער געשמירט. די קעפל פונעם ארטיקל איז זייער clever. די footnotes גיבן אויך צו צום ארטיקל. א יעדע קללה אדער accusation האט א פונקטליכע מראה מקום.

צום עצם שאלה אויב דער ארטיקל איז אפאלגעטיק. אוודאי איז עס אפאלגעטיק און מיט pride. דער ארטיקל צילט אויפצואווייזן אז ס'דא א צווייטע זייט. ביז היינט האבן רוב חרדי'שע מענטשן געמיינט אז הרב קוק איז א וודאי טמא, און ספעציעל ביי די דאזיגע פיר מעשיות, איז ער פארפארן. קומט הרב ליטוואק, מיט אן אגענדע, and rightfully so, צו צייגן דער אנדערע צד, אז ס'מעגליך נישט אזוי סימפל ווי מיר אלע מיינען. ער לייקנט נישט אז רב קוק איז געווען א פארפלאמטע ציוני, אז זיין הבנה אין גאולה איז נישט געווען לויט די ארטאדאקסישע הבנה און אז זיין "התחברות לרשעים" איז נישט געווען איינשטימיג מיט די טיפיקל חרדי'שע צוגאנג. ער פארציילט אבער יא די דאזיגע פיר מעשיות פון אן אנדערע צד, באגלייט מיט מקורות און אינפארמאציע וואס זעהט אויס גאנץ קראנט און לייגט זיך אויפן דעת.

איך בין געווען pleasantly surprised צו זעהן ווי באהאווענט א ליטוואק קען זיין אין ליקוטי מוהר"ן, עד כדי כך אז ער זאל קענען צוטירן פונקט דער שטיקל וואס איז אזוי צוגעפאסט מיט די נושא המאמר. :)

וואלט געווען מעגליך ארויפצושטעלן די אינטערעסאנטע בלעטער פונעם קובץ בית וועד לחכמים, תמוז-אב תרפ"ז? סיי די חלקים בנוגע הרב קוק און סיי בנוגע דער מנחת אלעזר. יישר כח למפרע.


.
זונטאג אקטאבער 08, 2017 2:25 pm#386300
א ייש״כ פאר דעם הערליכען מאמר.
איך האב געטרינקען יעדע ווארט.
אויב מעגליך וואלט איך געוואלט קלארער פארשטיין,(אפשר פאר א המשך ארטיקעל).
וויאזוי איז זיין דמות צושטנדגעקומען ,אבותיו ורבותיו וכ״ו ווער זענען געווען זיינע רעביס און קבלה און אין מיסטיקה,
און ווי האט זיך זיין בליק אויף כלל ישראל אויפגעבויט,א בליק וואס מהאט מער געהערט און די אלטע חסידישע באוועגונג ווי ריזשין און נאך.
נאך א נקודה למחשבה וואס מקען מרחיב זיין און דעם נושא,
מזעעט אסאך פון די לשונות דעמאלס אז מרופט עם אהן א בעל דמיון והזיה, וואס באמת מוז לאו דווקא מיינען וואס אונז רוף מיר דמיון,סקען מיינען חלקי התורה וואס האט שייכות מיט כח המדמה און נישט מיט כח השכלי.
אלנפאלנס א שכח נאכאמאל סאיז געווען באמת א עונג יו״ט.
זונטאג אקטאבער 08, 2017 5:33 pm#386308
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
בנגלה איז ער געווען א תלמיד פון הרב ראובן דינאנבורגער (דווינסק).
בנסתר האט ער געלערנט אסאך מיט און פון דער לשם.
זיין וועלטליכע באגריף האט מסתמא א שייכות מיט דער נצי"ב, וואס איז אויך געווען פיהל ברייטער ווי דער דורכשניטליכער דעמאלסדיגע ליטווישע רב\ראש ישיבה.
זיין מהלך איז אבער אייגענארטיג. ס׳האט זיך אנטוויקעלט במשך די יארען, און בבדידותו אין שווייץ ביים ערשטען וועלטס קריג, האט ער אסאך אויסגעארבעט און אפגעשריבען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג אקטאבער 10, 2017 2:00 am#386378
פון מיין בעסטע ארטיקלען אונ'ם וועקער. וועגען די פאקטען ארום די פיר נקודות איז קלאר אז היסטאריע דארף זיין אמת און אגענדעס פעלשען תמידין כסדרן. אבער די מערסטע אימפרעסד בין איך פון די וועג ווי אזוי ליטוואק לייגט עס אריין אין פערספעקטיוו פון יודישע קהילות און זייערע פאליטישע אומשטענדען, ספעציעל און די קאנטעקסט פון די ירושלימ'ע ווערטשאפט בימים ההם, וואס דעס איז נאך דער בעסטע וועג אויף צו ווייזען אמת'דיגע היסטאריע.
מוצ"ש אקטאבער 14, 2017 11:48 pm#386459
שיינער ארטיקל. דער אמת אבער איז אז טאמער האט ער טאקע געזאגט שארפע זאכן ווערט ער גרעסער מיט דעם און נישט קלענער. אין אנדערע ווערטער א מענטש האט א חזקה. אז מען ליינט נאר צוויי בלאט אין כתבי הרב קוק זעהט מען אז דער מענטש ווייסט וואס ער רעדט. בנגלה ובבנסתר און ער איז א שטיק פייער פאר'ן באשעפער און פאר אידישקייט. איז אז זעהט מען ער זאגט א שבח אויף הערצל דארף מען דאס פארשטיין לפי העומק, נישט פארענטפערן און מדחה זיין. דער הסבר איז טאקע שיין אבער עס איז מסתמא דא נאך טיפער פון דעם. אויב א גוי כורש מעג דער נביא רופן משיח מעג מען אוודאי רופן ר' בנימין זאב א בחינת משיח. וכו'.

דער אמת איז, ווער עס פארשטייט הוגה'ס ארטיקל פארשטייט אויך די שורש פון די שארפע דיבורים פון הרב קוק.
זונטאג אקטאבער 15, 2017 12:05 am#386461
לעיקוואד האט געשריבן:שיינער ארטיקל. דער אמת אבער איז אז טאמער האט ער טאקע געזאגט שארפע זאכן ווערט ער גרעסער מיט דעם און נישט קלענער. אין אנדערע ווערטער א מענטש האט א חזקה. אז מען ליינט נאר צוויי בלאט אין כתבי הרב קוק זעהט מען אז דער מענטש ווייסט וואס ער רעדט. בנגלה ובבנסתר און ער איז א שטיק פייער פאר'ן באשעפער און פאר אידישקייט. איז אז זעהט מען ער זאגט א שבח אויף הערצל דארף מען דאס פארשטיין לפי העומק, נישט פארענטפערן און מדחה זיין. דער הסבר איז טאקע שיין אבער עס איז מסתמא דא נאך טיפער פון דעם. אויב א גוי כורש מעג דער נביא רופן משיח מעג מען אוודאי רופן ר' בנימין זאב א בחינת משיח. וכו'.

דער אמת איז, ווער עס פארשטייט הוגה'ס ארטיקל פארשטייט אויך די שורש פון די שארפע דיבורים פון הרב קוק.


ווענד זיך לויט די אודיענס.

אלס אמת לפי העומק אזוי ווי די זאגסט, און אודאי פאר די וואס ווייסען אמיתן של דברים. אבער פאר דער המון וואס הערט נאר וואס מ'פרעדיגט זיי אין אונזער פארמאכטע וועלט האט דאס ליטוואק בעל בתיש מסביר געווען זייער אבדזשעקטיוולי.
זונטאג אקטאבער 15, 2017 12:17 am#386464
שיינע ארטיקל, זייער אינפארמאטיוו, און אייגנארטיק. איינס פון די בעסטע פון (ציווישן אזויפיל בעסטע) אין די לעצטע וועקער. די וועקער איז געגרינדעט געווארן פאר די סארט ארטיקלען.

איך וויל וואונטשן ליטוואק אז ער זאל ווייטער קענען אנגיין מיט די ארבעט אין אויסברייטן אונזערע ידיעות איו די אידישער היסטאריע.

ישר כח.
זונטאג אקטאבער 15, 2017 3:17 am#386483
די ארטיקל האב איך נישט געליינט. איך וויל אבער איבערגעבן וואס איך האב געהערט פון ר' יצחק לעבאוויטש אבדקה"י וואדריזש, אז רב קוק (די ערשטע רב הראשי, כלשונו) איז געגאנגן צו טיף מיט זעהן אלוקית אין יעדע זאך און מיט דעם האט ער מטהר געווען השרץ בק"ן טעמים. ער האט גארנישט געהאט מיט ציונות, מזרחי והמסתעף.
זונטאג אקטאבער 15, 2017 4:38 am#386489
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
לעיקוואד - דער פראבלעם איז, אז דער אמת בלייבט דער אמת. הרב קוק האט נישט געזאגט אויף הרצל אז ער איז משיח בן יוסף. אז דו ווילסט אזוי זאגען, ביסטו מכובד. אבער דאס איז נישט געווען קיין תירוץ, נאר דער אמת. און אזוי האט ער אליינס געשריבען צו זיין שווער.

(וואלווי) שמעון וואלף - איך האב אויך געהערט די דיבורים פון דער וואודרידזשער רב, אין אן אופן פון א טענה אויף די מתנגדים. זיי האבען געזאגט אז חסידים גייען פארקריכען מיט׳ן זע׳ען אלקות אין אלץ, און דערווייל דער וואלאזשינער תלמיד איז גאר דער וואס איז פארקראכען. אויף למעשה איז עס נישט נייטיג.

לכאורה א באשרייבונג אויף הרב קוק׳ס השקפות איז נישט נוגע. די וואס זענען אינטרעסירט האבען שוין אליינס דורכגעגאנגען דער ענין, און די סאטמארער צווישען אונז גייען סייווי נישט טוישען מיינונג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג אקטאבער 15, 2017 5:12 am#386495
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואלווי - איך האב אויך ...
Sent from my LG-K373 using Tapatalk


שמעון וואלף כצ"ל
זונטאג אקטאבער 15, 2017 5:14 am#386496
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
וטעות לעולם חוזר. גערעכט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג אקטאבער 15, 2017 4:45 pm#386546
יי"כ גדול פאר רבינו אביגדור פארן אהער שטעלן אזא שיינעם ארטיקל. זייער קלאר און סאליד געשריבן אזש די האסט מיר אריינגעפירט אין א פרעמדע וועלט צו די ירושלים של מעלה, און כ'האב מיך געשפירט ווי כאילו איך לעב מיט די אלטע ירושלימ'ער מחלוקת און איך נעם גאר א צד... וועלכע צד? המממ... נאך דיין ארטיקל, ווייס איך שוין נישט!

@ליטוואק איך האב שטארק הנאה ווי די געבסט אונז אייביג פרישע חומר למחשבה, אויף אלע מיני נושאים. פון קידוש לבנה צו די ספרדים, פון א צומישטער שמועס ביז הרב שך, וואדריטשער רב צו הרב קוק. אייביג עפעס פריש און איינגארטיג.

כה לחי! :like
מאנטאג אקטאבער 16, 2017 1:38 am#386593
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אינטרעסאנט, ווייל איך האב נאר געברענגט זיין אייגענע ווערטער אויף דער טעמע. ער האט זיך אליינס באצויגען צו די טענה, און זאגאר געטענה׳ט אז ׳כך היא דרכה של חכמינו׳ גרעסער צו מאכען אונזער קעגענער, נישט קלענער צו מאכען.

עכ"פ, איך בלייב אינטרעסירט צו הערען קריטיק, הוספות און הערות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: א יישר כח גדול פאר די גרונטליכע ארבייט וואס דו האסט אראפגעלייגט אין דעם ארטיקל. איך האב עס אדורכגעליינט מ'דאשקע ל'דאשקע. און כ'האב שטארק הנאה געהאט.

לענין: איבער דעם הספד אויף טעאדאר הערצל. ער האט זייער פיין געזאגט. און אראפגעברענגט געהויבענע מושגים פון קבלה. אבער דער המון עם נישט אז זיי האבן פארשטאנען. און נישט אז זיי האבן עפעס אפגעלערנט פון דעם. ס'וואלט, לפענ"ד פיהל בעסער געווען ווען הרב קוק ז"ל זאגט ווען מער פשוט'ע דיבורים אז הערצל האט זייער א סאך שכר פאר אריינברענגען האפענונגען פון גאולה אין די צובראכענע אידישע הערצער. נאר ס'איז א שאד אז ער איז געווען אזוי ווייט פון אידישקייט. ס'וואלט פיהל בעסער געווען ווען ער איז מער טראדיציאנאל געשטימט. וואלט זיכער געווען מער א קאנסענזוס איבער זיין פערזענליכקייט...!
:איבער זיין דרשה ביי די עפענונג פון די היברו יוניווערסיטי: איך בין נוטה צו גלייבן אז ער האט געזאגט אז לערנען תורה איז די עיקר. ווייל ס'שטייט אין פסוק כי מציון תצא תורה. און די רשעים די מסלפים וזייפנים האבן עס אויסגעדרייט. אבער ס'איז דאך נישט געווען אין פלאץ. מילא ווען ער רעדט די אלע ווערטער ביי א מלוה מלכה פאר די פאנאוויעזשער ישיבה, ניחא. ( כאטש די ישיבה האט נאך דאן נישט עקזיסטירט.) אבער נישט ביי אן אוניווערזיטעט וואו מ'לערנט די אפיקורסישע טעאריעס פון טשארלס דארווין וסייעתו. און פון האוקינס און דאוקינס. וועלכע לייקענען אין מציאת הבורא. ס'איז פונקט אזוי ווי אז א מענטש זאלל זיך אויפשטעללן ביי א כ"א כסליו מסיבה און נעמען דרש'נען וואספארא פיינער מענטש בנימין נתניהו איז. ווי ער העלפט צו אז אידישקייט זאלל בליען...!

איבער זיין סטעיטמענט אז די יוגנטליכע חלוצים וועלכע מאכן איבונגען אום שבת קודש אויסצוארבעטן זייער גוף מיט די מטרה צו באשיצן דאס הייליגע לאנד זענען מייחד ייחודים. דאס האט נישט קיין פארענטפערונג. אפילו אז ער האט מדגיש געווען אז דאס זאלל נישט געשעהן אום שב"ק. ווייל דער עולם האט פארגעסן דעם חלק. און זיי זענען געבליבן מיט דעם ערשטן חלק.

אויך זיין הסבר (מיט די מושגים פון קבלה) אויף יש"ו און זיינע תלמידים האט נישט קיין פארענטפערונג. אפילו אז ער האט זיי נישט משבח געווען. ער האט נאר מסביר געווען דעם מהלך פון זיינע כוחות. דאך לאזט דאס איבער א ביטער'ן טעם אין מויל. ווייל דורכאויס די 2,000 יאר פון קריסטענטום האבן אידן זיך נישט מתעסק געווען מיט חקר'נען די פרטים פון זייער רעליגיע. טראץ די אלע פאקטן וועלכע ער האט מצטט געווען זענען אמת...!

אבער אפילו לאור כל האמור לעיל קענמען נישט אוועקנעמען זיין גדלות בתורה און יראת שמים. ס'איז נאר די רשעים וזייפנים ווי בלאך און די אנדערע וועלכע האבן געפיהרט זייער אגענדא, האבן זיך ארויפגעכאפט אויף געוויסע סטעיטמענטס וואס ער האט געזאגט און זיי האבן עס מסלף געווען . און דאס האט זיי געגעבן א תירוץ להתיר את דמו. איהם צו רודפ'ן עד חורמה. און זיי האבן געניצט דאס קנאות און (להבדיל) די תורה אלס א קרדום לחפור בה.ק
מאנטאג אקטאבער 16, 2017 5:27 pm#386656
זייער הנאה געהאט פון דעם ארטיקל.

אלץ סאטמערע אינגערמאן, איז מיר נישט מעגליך מכשיר צו זיין הרב קוק אפי' לו יצוייר אז די מעשיות זענען אויפגעבלאזן אדער אינגאנצן שקר/פארדרייט.

ליטוואק'ס טענה אז 'וואס אנדערע גדולים זאגן אויף אים' איז א קנאפע קנה מידה, איז אפשר ריכטיג ווען יענער שרייבט א בריוו און לייגט צו טיטלען, וואס מוז נישט זיין אז דער גדול הכותב האלט ביים שווערן אז יעדע טיטל איז וואר, און ס'איז מעגליך אז ער האלט גאר ווייניג פון יענעם, נאר ער שרייבט עס ווייל יענער האט אסאך פאללאויערס, און ער זוכט נישט צו מישען א קאשע.

אבער ווען א איש אמת ווי דער סאטמער רב ז"ל, וואס האט אויף קיין איין אנדערע שותו"מ גערעדט ברבים (פריוואט זאגט מען אז ער פלעגט יא לאזן פאלן ווערטער אויף דעם און יענעם, אבער דאס קען מען נישט וועריפייען) זאל שרייבן אויף אים אזוינע לשונות, מיינט דאס עפעס.

ס'קען זיין ער איז געווען מיסאינפארמירט, כ'ווייס נישט.
מאנטאג אקטאבער 16, 2017 6:26 pm#386661
אויך זיין הסבר (מיט די מושגים פון קבלה) אויף יש"ו און זיינע תלמידים האט נישט קיין פארענטפערונג. אפילו אז ער האט זיי נישט משבח געווען. ער האט נאר מסביר געווען דעם מהלך פון זיינע כוחות. דאך לאזט דאס איבער א ביטער'ן טעם אין מויל. ווייל דורכאויס די 2,000 יאר פון קריסטענטום האבן אידן זיך נישט מתעסק געווען מיט חקר'נען די פרטים פון זייער רעליגיע. טראץ די אלע פאקטן וועלכע ער האט מצטט געווען זענען אמת...!



ר' בערל,
יאשקע איז געוועהן אנגענומען ביי אידען אלץ א נאמען פונעם א מלאך, און איז אריין געדרוקט אין מחזור ראש השנה.
ווי אויך איז אין ספר דן ידין דא רמזים אויף די קליפה פין ישו, און נאך. סא זאג נישט אז אידן האבן נישט געחקרנט אין יאשקע.
מאנטאג אקטאבער 16, 2017 7:04 pm#386662
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
יעקב מענטש - דער סאטמארער רב האט איהם נישט געקענט, דעריבער איז זיין מיינונג ווערטלאז צו די וואס ווילען וויסען דער אמת.
די גדולי ישראל האבען איהם מער ווי באטיטעלט, זיי האבען געשריבען מיט דרך ארץ און חשיבות, אפילו ווען זיי האבען נישט געהאלטען פון זיין שיטה. און ווי באקאנט דער חפץ חיים האט שטארק מקפיד געווען ביי טיטלען, ווי זיין תלמיד ר׳ אלחנן ברענגט פון איהם, און דער טיטל איש אמת האט ער פארדינט אפילו ביי די וואס זענען נישט זיין אנ"ש. הרב איסר זלמן האט איהם מספיד געווען בדמעות שליש, און געזאגט פאר יעדער אז ׳מיר זיינען אלע עפעס, ביז צו זיין קלאמקע׳. וכידוע ווי ער האט שטארק מוחה געווען אויף די עזות פנימ׳ער וואס האבען געהענגט א המן בצורת הרב קוק אויף פורים.
אבער דאס אליינס אז אפילו די קנאים צווישען די רבנים וואס האבען איבם געקענט האבען איהם געשעצט, א שטייגער ווי הרי"ח זוננפלד, דארף זיין א קשיא ביי יעדער מבקש האמת.

בערעל - דו רעדסט פון וואס ער וואלט געדארפט טוהן. דאס איז הן נישט אין פלאץ און הן נישט אויסגעטראכט. דער נידון איז בלויז געווען צו די אויסדרוקען צייגען אויף א קאלטקייט אין אידישקייט צו א קרומע השקפה, נישט צו זיי זענען געווען פאסיג אין זייער פלאץ און צייט. און דערצו, ער איז געווען א רב וואס האט געקענט זיין סטאדע, דו און מיר זענען נישט קיין רבנים און מיר קענען נישט זיין סטאדע. אז ער האט פארשטאנען אז די ווערטער דארפען זיי הערען, דארף מען כאטש קענען די מצב זיך צו דינגען. ווען דער פרייע וועלט האט געזאגט כי מציון תצא תורה אויף דער יוניווערזיטעט, האט ער גוט געדארפט אויסזאגען דער אמת, אז תורה מיינט נישט שטודירען, און אזוי האבען די דרשנים געטוהן ביי די אגודה סיום הש"ס, געפאדערט אז דף היומי איז נישט גענוג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג אקטאבער 16, 2017 9:26 pm#386675
ליטוואק פון בודאפעסט: איך האב נישט געזאגט אז די ווערטער וועלכע הרב קוק האט געזאגט ביי דעם הספד אויף הערצל זענען נישט געווען פאסיג אדער אומריכטיג. איך האב נאר געזאגט אז ווייל ער האט גערעדט פון העכערע מושגים מיט דקות'דיקע חילוקים האט דער המון עם נישט פארשטאנען זיינע ווערטער און זענען נישט יורד געווען לסוף דעתו. און דאס האט אויך געגעבן א געלעגנהייט פאר זיינע שונאים זיך ארויפכאפן און איבערדרייען זיינע ווערטער. האביך געזאגט (בתורת ספעקולאציע) אז אויב ער וואלט געניצט מער פשוט'ע ווערטער וואלט דאס נישט געגעבן קיין געלעגנהייט פאר די רשעים די מסלפים וזייפנים צו פארדרייען זיינע ווערטער...!
מאנטאג אקטאבער 16, 2017 9:34 pm#386676
אישתישבי האט געשריבן:
אויך זיין הסבר (מיט די מושגים פון קבלה) אויף יש"ו און זיינע תלמידים האט נישט קיין פארענטפערונג. אפילו אז ער האט זיי נישט משבח געווען. ער האט נאר מסביר געווען דעם מהלך פון זיינע כוחות. דאך לאזט דאס איבער א ביטער'ן טעם אין מויל. ווייל דורכאויס די 2,000 יאר פון קריסטענטום האבן אידן זיך נישט מתעסק געווען מיט חקר'נען די פרטים פון זייער רעליגיע. טראץ די אלע פאקטן וועלכע ער האט מצטט געווען זענען אמת...!



ר' בערל,
יאשקע איז געוועהן אנגענומען ביי אידען אלץ א נאמען פונעם א מלאך, און איז אריין געדרוקט אין מחזור ראש השנה.
ווי אויך איז אין ספר דן ידין דא רמזים אויף די קליפה פין ישו, און נאך. סא זאג נישט אז אידן האבן נישט געחקרנט אין יאשקע.

אישתישבי: דאס אז דער נאמען יאשקע (אדער ישוע) איז געדרוקט אין מחזור איז א קנאפע ראיה. ערשטנס. ס'מיינט נישט דעם אותו האיש. אויך. אויב איז דאס געדרוקט אין איינס פון די פיוטים איז מעגליך אז די קריסטליכע דרוקערס אדער משומדים האבן דאס אריינגעלייגט...!

והשלישית. אויב אידישע חוקרים און רבנים האבן אין משך פון יארן געחקר'ט דעם מהות פון יש"ו, דאמאלס וואס איז געווען דער שטורעם אויף הרב ר' אברהם יצחק קוק אז ער האט זיך מתעסק געווען אין דעם סאבדזשעקט און געלאזט הערן זיין מיינונג...!
דינסטאג אקטאבער 17, 2017 3:28 pm#386781
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
יעקב מענטש - נאך א נקודה. אין אנהייב מאמר האב איך זיך באצויגען צו די ווערטער פון סאטמארער רב. דער סאטמארער רב איז דער יחיד אין זיין דור וואס האט אזוי געשריבען וועגען די ציונים אז ס׳איז בעצמותו א מחשבת כפירה וכו׳. אלע אנדערע גדולים האבען מער נישט גערעדט ווי למעשה. די ציונים זענען אפיקורסים, זיי היטען נישט קיין תורה, און זיי שמד׳ן אפ די יוגענט. נישט ווייל מאכען א מדינה איז אפיקורסות, נישט וועגען שלש שבועות, נאר ווייל למעשה איז עס אזוי. דאס זאגט דער רש"ב און דאס זאגט הרב אלחנן ווסרמן.

ביי די מענטשען, קען מען נישט אפפרעגען א מענטש נאר צוליעב ציוניסטישע דעות. דער סאטמארער רב, מיט זיין חידוש, האט נישט געדארפט גלויבען די אלע מימרות איהם אפצושייגעצען. דעריבער איז זיין מיינונג נאר נוגע די וואס ביי זיי איז ציונות בעצמותו אפגעפרעגט, נישט אלץ א סכנה פאר אנדערע זאכען. פאר אונז אלע, זענען די מימרות די גאנצע נושא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:27 pm#386803
האסט א נקודה.

און איך מיין אז דיין שטערקסטע ראיה איז הרב זאנענפעלד ז"ל
מיטוואך אקטאבער 18, 2017 1:54 pm#386920
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
דער ארטיקל איז נישט גע'פארשט א נושא געבויעט אויף היסטארישע און אנגעקומען צו אן החלטה, נאר גענומען אן החלטה וואס איז געבויעט אויף אן אגענדע און לויט דעם געשריבן היסטאריע.... כדרכו של ידידנו הליטוואק פון בודאפעסט!
דאס וואס מען וויל גלייבן דאס איז א מקור נאמן און דאס וואס מען וויל נישט גלייבן דער איז סתם א שקרן און א זייפן וואס האט מזייף געוועהן דאס און יענץ...
אינטערעסאנט צו ליינען וואס דער ליט-פאק שרייבט אז ביי אונז איז יעדער וואס איז קעגן קוק איז א רשכבה"ג און די גדולים וואס שעלטן איהם נישט פארלירן תיכף זייער רעספעקט... הרב ליטוואק די נעמסט דיינע חסרונות און די שמירסט עס ארויף אויף אונז, פון דיין ארטיקל קומט אויס אז די האלטסט אז אלע וואס זענען בעד קוק זיי זענען די צדיקים, און די וואס זענען קעגן זענען אדער נישט קיין צדיקים אדער ווייסן זיי נישט ווער ער איז געוועהן אדער ווייסן זיי נישט וואס טוט זיך מיט זיך...
ער ברענגט צוויי מעשיות פון חפץ חיים, ביידע אן קיין מקור, איינס ברענגט ער אלץ מאנכע זאגן, און דאס איז קעגן קוק ממילא בלייבט ער אז די מעשה איז לכאורה שקר, די אנדערע ברענגט ער אלץ עדות פארציילן און דאס איז פראו קוק ממילא גלייבט ער עס יא....
מיטוואך אקטאבער 18, 2017 2:41 pm#386942
יהודי פשוט האט געשריבן:דער ארטיקל איז נישט גע'פארשט א נושא געבויעט אויף היסטארישע און אנגעקומען צו אן החלטה, נאר גענומען אן החלטה וואס איז געבויעט אויף אן אגענדע און לויט דעם געשריבן היסטאריע.... כדרכו של ידידנו הליטוואק פון בודאפעסט!
דאס וואס מען וויל גלייבן דאס איז א מקור נאמן און דאס וואס מען וויל נישט גלייבן דער איז סתם א שקרן און א זייפן וואס האט מזייף געוועהן דאס און יענץ...
אינטערעסאנט צו ליינען וואס דער ליט-פאק שרייבט אז ביי אונז איז יעדער וואס איז קעגן קוק איז א רשכבה"ג און די גדולים וואס שעלטן איהם נישט פארלירן תיכף זייער רעספעקט... הרב ליטוואק די נעמסט דיינע חסרונות און די שמירסט עס ארויף אויף אונז, פון דיין ארטיקל קומט אויס אז די האלטסט אז אלע וואס זענען בעד קוק זיי זענען די צדיקים, און די וואס זענען קעגן זענען אדער נישט קיין צדיקים אדער ווייסן זיי נישט ווער ער איז געוועהן אדער ווייסן זיי נישט וואס טוט זיך מיט זיך...
ער ברענגט צוויי מעשיות פון חפץ חיים, ביידע אן קיין מקור, איינס ברענגט ער אלץ מאנכע זאגן, און דאס איז קעגן קוק ממילא בלייבט ער אז די מעשה איז לכאורה שקר, די אנדערע ברענגט ער אלץ עדות פארציילן און דאס איז פראו קוק ממילא גלייבט ער עס יא....

א היציגע תגובה אן קיין substance
מיטוואך אקטאבער 18, 2017 3:01 pm#386945
ר' פשוט'ע איד

"ווי עס שיינט האסטו געליינט א צווייטען ארטיקל, ווייל מ׳האט דארט נישט גערעדט קיין שלעכטס אויף קיין שום רב צו מנהיג. מ׳האט דארט געברענגט פון די אנגענומענע גדולי ישראל בשעתו, א שטייגער ווי ר׳ חיים בריסקער און דער ח"ח. אז דו האסט א לינק צו דיין ארטיקל, ביטע אפיר ברענגען"

"ס׳איז שוין דא אן אשכול וועגען די זיופים פון בלאך. טאמער האלטסטו אז זיין בריווען און כתבי יד זענען יא אטענטיש, קענסט שרייבען אין יענער אשכול. איך בין זיכער מ׳וועט עס אננעמען מיט אפענע הערצער"

עס קוקט אויס אז דו ענפערסט צו עפעס שדים אין דיין מח....

בארואיגט אייך קיינער זוכט אייך נישט צו בא'גנב'ען גייט ביטע ארויס, כאפט א ציגרעטל און לאמיר כאפן א רואיגע שמועס.

און לאמיר הערן וויאזוי דו קוקט אן די זאך פון דיין פערספעקטיוו, און צו פארשטיין די גדולי עולם וואס האבן שטארק געהאלטן פון אים.
מיטוואך אקטאבער 18, 2017 3:58 pm#386955
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
איך וועל פרובירן צו ערקלערן אביסל, ווען דער ליטוואק איז צוגעגאנגען צום נושא פון די טענות אויף קוק, איז ער נישט צוגעגאנגען דערצו מיט'ן מהלך אז לאמיר זעהן צו די טענות זענען ריכטיג צו נישט, נאר ער האט אנגענומען די מהלך אז די טענות זענען נישט ריכטיג, יעצט דארף מען פשוט זעהן פארוואס די טענות זענען נישט ריכטיג... און אזוי איז געבויעט די גאנצע ארטיקל... איין דוגמא צו דעם איז דאס וואס ער ברענגט 2 זאכן פונעם חפץ חיים, איינס איז קעגן קוק, דאס איז מתחת לקו א מעשה מיט די רעבעצין פון חפץ חיים און ער פירט אויס אז די מעשה איז לכאורה נישט אמת, די צווייטע איז אז דער חפץ חיים האט זיך אנגענומען פאר קוק ביים כנסייה, ביידע פון די מעשיות ברענגט ער אן קיין מקור, אבער די צווייטע וואס איז פראו קוק דאס נעמט ער אן אלץ קראנט... דאס איז נאר איין דוגמא, דער ארטיקל ליגט נישט יעצט פארנט פון מיר, אז די צייט וועט ערלויבן וועל איך ברענגען נאך דוגמאות פונעם ארטיקל וואס ווייזט אז ער האט נישט געפארשט די טענות אויף קוק נאר ער האט תיכף אנגענומען אז ס'איז נישט קיין ריכטיגע טענות און ער זיכט פשוט פארוואס ס'איז נישט קיין ריכטיגע טענות, און אזוי ווי איך האב שוין פריער געשריבן אויף ליטוואק לגבי הרה"ק מ'סאטמאר זצ"ל
His mind is made up already, don't confuse him with the facts...
מיטוואך אקטאבער 18, 2017 4:28 pm#386962
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
אקעי, די מעשה מיט די פיש איז מתחת לקו, ווייל ס׳איז ווייט פוו דער אמת. נישט ווייל הרב קוק איז אזוי חשוב, נאר אפילו ווען נישט איז די מעשה נישט מסתבר, וכמו"ש שם.

די מעשה ביי די כנסייה גדולה האט מקורות, איך וואלט זיי געדארפט ברענגען. די וואס זוכען צו לייקענען די מעשה האבען נישט געברענגט קיין ראיות להיפך, נאר חושד געווען דער שרייבער אלץ א זייפן און דעריבער געפאדערט בעסערע ראיות.

דער עיקר האבען מיר נאך נישט. וואס איז די תירוץ צו די קשיא? פארוואס האבען אזויפיהל אנגענומענע גדולי ישראל וואס האבען איהם געקענט זיך פארקוקט פון די פראבלעמאטישע צד?

אזויפיהל זעי איך, אז דו קומסט מיט דיין אגענדע פון די אנדערע אשכול. אנשטאט׳ס אויפווייזען עפעס דארט, האסטו זיך גענומען צו די ארטיקל פון הרב קוק. וועל איך דיר זאגען אז איינס האט נישט מיט די צווייטען. ווען דו ביסט גערעכט דא, ווערסטו נישט גערעכט דארט, וכן להיפך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך אקטאבער 18, 2017 4:34 pm#386963
א גוטן וויאזוי איז געוועהן די ציגרעטל? וואס מאכסטו? וויאזוי גייט עס?

איך האב געליינט די ארטיקל און איך איך לערן אויך די הייליגע ספרים (בעיקר די ספרי עבודה) פון רב קוק, (אנטשולדיג אויב דאס איז קעגן אייערע הנחות קדומות)

די ארטיקל קומט פארענטפערן א מורא'דיגע סתירה פון איין זייט זעהט מען אן אש קודש להבה, וואס פלאקערט פארן אייבערשטען, און גדולי ישראל וואס האבן אים שטארק מעריץ געוועהן, און די אנדערע זייט הערט מען מורא'דיגע שארפע לשונות של גנאי, וואס מען הערט נישט אויף קיינעם,

סא וואס גייט דא פאר????

קומט ליטוואק זייער קלאר צונומען זאך ביי זאך, עס איז קלארע פאקטן (לדעתי) פאר יעדער וואס קוקט אריין אין די נושא אז מען האט שטארק פארדרייט די ווערטער פון רב קוק אין אונגארן.
לדוגמא קטנה, רב קוק האט גערעדט פון די גרויסקייט אז די אידישע פאלק זאל האבן א שטארקע גוף, האט מען אין אונגארן גענומען חתימות אז ער האט געזאגט די גרויסקייט פון שפילן פוטבאל שבת רח"ל,
ביי hebrew university האט ער גערעדט אז ווען מען וועט לערנען לימודי קודש מיט לימודי חול אויף א ריכטיגע וועג (אזויווי בימי חז"ל) וועט זיין מציון תצא תורה ודבר ה' בירושלים, האט מען אין אונגארן געשמועסט אז ער האט געזאגט אז hebrew university איז די התחלה פון בית המקדש השלישי, רח"ל מהאי דעתא

סא אויב דו ווילסט אויך אריינקוקן אין די נושא און באלייכטן די אויגן, your'e more than welcome.

און פארגעס נישט צו מאכן א לעבן!!!
מיטוואך אקטאבער 18, 2017 4:43 pm#386964
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
איך בין בכלל נישט בא'האווענט אין די גאנצע נושא פון קוק וממילא רעד איך נישט אריין, איך לערן נישט זיינע ספרים ווייל קבלתי מרבותי אז ער האט געהאט דעות כוזבות.
מיין נקודה איז געוועהן אן אנדערע און איך וועל עס פרובירן מגדיר צו זיין אויף דעם אופן: פונקט אזוי ווי איך בין נישט מקבל פונעם איד און פונעם בלאט די גדלות פון הייליגן סאטמאר'ער רב זי"ע, בין איך נישט מקבל פונעם בודאפעסט'ער די גדלות פון קוק... איך בין גרייט צו הערח פונעם איד און פונעם בלאט די גדלות פון קוק און פונעם בודאפעסט'ער די גדלות פון סאטמאר'ער רב זי"ע
נ. ב. די ציגארעטל איז ב"ה זייער גוט געוועהן!
מיטוואך אקטאבער 18, 2017 5:10 pm#386968
כדרכי בקודש וויל איך מיך אהנעמען פאר כבודו של תורה און תלמידי חכמים
איז הארכט'ס אויס יהודי פשוט לאמיר אייך אויסלערנען א' ב' {דערנאך קענט איר מיך רופן מורי ורבי אלופי ומיודעי}
פאר איינער וואס איז עלטער פון אייך אדער און קען לערנען מער ווי אייך זאגט מען שרייבט מען ר' רב הרב הרה"ח הרה"ג הגה"ח הרה"צ הגה"צ הרה"ק הגה"ק בערך דאס איז די סדר {חוץ אויף סאטמאר רב שרייבט מען קוה"ק}
הרב קוק איז עלטער פון אייך לויט מיין השערה און האט געקענט לערנען מער ווי אייך דאס איז שוין אביסל מער ווי אן השערה
ממילא פארדינט כאטש דער קלענסטע טיטל
אפי' דער סאטמאר רב זי"ע האט אים אלס גערופן רב קוק
און די וואס פארקויפן די מעשה שקר אז ער האט געזאגט רב קוק ... זאגן אויך רב {איך האב געהערט פאר 20 יאהר צוריק פון מיין ראש ישיבה ז"ל טאטע ר' יושע געלדצעהלער אז ער האט געפרעגט סאטמאר רב האט ער געזאגט איך האב דאס קיינמאהל נישט געזאגט
ממילא פונה אני אליך פשוט יקר לך תלמוד קצת דרך ארץ וכבוד התורה ולומדי' ואז תצליח ותשכיל
ידידך
סקרן
מיטוואך אקטאבער 18, 2017 5:16 pm#386970
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
ווען סאטמאר רב האט גערעדט קעגן רב קוק האט ער כאטש געהאט תורה מיט זיך (הגם לכאורה אויף א קלענערן פארנעם ווי רב קוק).

סתם אן עמך איד זאל פיסקעווען אויף א גדול און אים רופן ביים נאמען כדבר איש אל רעהו, האט קיין פשט.
מיטוואך אקטאבער 18, 2017 5:20 pm#386972
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
טאמער איינער קומט מיט די גלויבונג אז ציונות איז בעצמותו כפירה, קען ער אנקוקען הרב קוק אלץ אפיקורס פאר זיין ציונות. ער דארף נישט אנקומען צו מינדערוויכטיגע טענות פון כי מציון תצא תורה.

דער נידון איז נאר רוב מנין ובנין של גדולי ישראל ותלמידיהם, וואס האבען נישט אזוי געהאלטען. בי זיי זענען די טענות נייטיג.

דעריבער האט דער נושא גארנישט צוטוהן מיט א סאטמארער חסיד. ער מעג בלייבען ביי זיינס.

נאר לאודועי בעלמא, אז אין מיין קרייזען איז הרה קוק אויך בבל יראה ובל ימצא. זיין ספרים זענען נישט דא אויף פאליצעס פון אוצה"ס אין ישיבות, און זיין בילד הענגט נישט פאר נוי סוכה. נאר די קשיא האט מיר גענויגט, ביז איך האב אליינס אביסל אויסגעפארשט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך אקטאבער 18, 2017 5:33 pm#386979
זיין רבי האט אהער אויך נישט אזוי גערעדט
מיטוואך אקטאבער 18, 2017 5:58 pm#386985
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
סקרן האט געשריבן:זיין רבי האט אהער אויך נישט אזוי גערעדט
איך בין נישט קיין סאטמאר'ער חסיד....
מיטוואך אקטאבער 18, 2017 6:09 pm#386987
קיין ערליכע אידען האבן אזוי נישט גערעדט און איך האב נישט ספעציפירט ווער אייערע רבי איז
מיטוואך אקטאבער 18, 2017 8:30 pm#386998
יהודי פשוט האט געשריבן:איך בין בכלל נישט בא'האווענט אין די גאנצע נושא פון קוק וממילא רעד איך נישט אריין, איך לערן נישט זיינע ספרים ווייל קבלתי מרבותי אז ער האט געהאט דעות כוזבות.
מיין נקודה איז געוועהן אן אנדערע און איך וועל עס פרובירן מגדיר צו זיין אויף דעם אופן: פונקט אזוי ווי איך בין נישט מקבל פונעם איד און פונעם בלאט די גדלות פון הייליגן סאטמאר'ער רב זי"ע, בין איך נישט מקבל פונעם בודאפעסט'ער די גדלות פון קוק... איך בין גרייט צו הערח פונעם איד און פונעם בלאט די גדלות פון קוק און פונעם בודאפעסט'ער די גדלות פון סאטמאר'ער רב זי"ע
נ. ב. די ציגארעטל איז ב"ה זייער גוט געוועהן!

ב"ה כ'האב הנאה צו הערן אז דו טשילסט!

ליטוואק איז גראדע נישט קיין חסיד פון רב קוק, ער רעדט ארום א נושא וואס איז אינטערעסאנט פאר מענטשן, וואס ווילן באקומען קלארקייט, אז דו ווילסט קענסט הערן פון רב פילאפ אדער פון רב טעללער, וועגן די גרויסקייט פון רב קוק, אפשר שיק א פערזענלעכע בריוו צו זיי...

אפשר קענסטו אויך פרעגן ליטוואק צו ער האט שיינע מעשיות אויפן סאטמאר רב....

אבער פאר ווער עס איז יא אינטערעסירט אין די נושא, האט ער געטוהן אן הערליכע ארבעט!!!
מיטוואך אקטאבער 18, 2017 9:09 pm#387000
יהודי פשוט האט געשריבן:איך בין נישט קיין סאטמאר'ער חסיד....

קומסט מיר פאר ווי יענע נישט סאטמארער חסיד וואס האט געשריבן יענע בריוו צום וועקער................
מיטוואך אקטאבער 18, 2017 9:11 pm#387001
קל וחומר האט געשריבן:ווען סאטמאר רב האט גערעדט קעגן רב קוק האט ער כאטש געהאט תורה מיט זיך (הגם לכאורה אויף א קלענערן פארנעם ווי רב קוק).

סתם אן עמך איד זאל פיסקעווען אויף א גדול און אים רופן ביים נאמען כדבר איש אל רעהו, האט קיין פשט.

קל וחומר: ווען איך בין געווען 12 יאר אלט, בין איך שוין געווען אן ..."אפיקורס"...ומעשה שהיה כך היה...מיין טאטע ע"ה האט מיר געקויפט דעם ספר ..."מרא דארעא ישראל"...וואס באשרייבט די לעבנס געשיכטע פון הרב ר' יוסף חיים זאנענפעלד, ז"ל. דארט איז דא א סאך בריוון פון גדולי ישראל פון אייראפע ועלכע האב געשריבן צו הרב קוק,ז"ל. אויך פון ר' חיים עוזר גראדזשענסקי. דער ווילנא'ער ראש בית דין. און זיי אלע באטיטלען הרב קוק מיט די גרעסטע טיטלען. האב איך געפרעגט פון מיין טאטע..."וויאזוי איז מעגליך אז זיי שרייבן אזעלכע שיינע טיטלען אויף איהם...אמער, ער איז דאך א ..."שייגעץ"...?! אלא מאי עפעס שטימט נישט דא...! וכששאלתי וחקרתי, האביך אויסגעפונען אז ער איז נישט ממש געווען א שייגעץ פון די גאס. נאר א גדול בישראל. א גדול בתורה און א ירא שמים מרבים...! איי, ער האט דאך געזאגט פארשידענע סטעיטמענטס וועלכע זענען אומפארשטענדליך...נו. פארדעם האמיר דעם ארטיקל פון .."אברהם אונגאר"...אדער, ליטוואק פון בודאפעסט...וועלכער פרובירט אריין צו לערנען פשט אין אט די סוגייא, אינ'ם זשורנאל דער "וועקער"...עיין שם...!
מיטוואך אקטאבער 18, 2017 9:40 pm#387003
סקרן האט געשריבן:קיין ערליכע אידען האבן אזוי נישט גערעדט און איך האב נישט ספעציפירט ווער אייערע רבי איז

יהודי פשוט איז א מונקאטשער, עי' רוב תגובותיו, אפשר האלטסטו אז מונקאטשע רב איז נישט געווען קיין ערליכע איד?
מיטוואך אקטאבער 18, 2017 9:45 pm#387004
בנוגע די סתירת המעשיות פונעם חפץ חיים, די ערשטע פלאץ וואס איך האב געלייענט דערוועגן איז געווען פון ר' אברהם חזן, כמובן איז ער דווקא מקיים דעם אנטי מעשה און ער מאכט אוועק די פראו מעשה. אבער דווקא ווען איך האב געלייענט "חזן" בין איך געקומען צו ליטוואק'ס מסקנות, פשוט ווייל חזן אליין איז מודה אז יענץ האט מקורות מיט פונקטליכע נעמען איש מפי איש וואס האבן דאס פארצייכענט פונקטליך וואס די חפץ חיים האט געזאגט, נאר חזן עקשנ'ט זיך דארט אומפארשטענדליך.
מיטוואך אקטאבער 18, 2017 11:27 pm#387035
להשלמת הנושא,
מען זאגט נאך אז גערער רבי האט געשיקט צו זיינע חסידים אין ארץ ישראל, ולא תתורו אחרי לבבכם מיינט הערצעל, ואחרי עיניכם מיינט קוק.
דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 12:20 am#387043
אישתישבי: איך האב עס געהערט נאכזאגן אויף מונקאטשער רב. דער בעל מנחת אלעזר...!
דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 6:42 am#387049
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
אינטרעסאנט, דער גערער רבי׳ס בריוו נאכ׳ן באגענענען הרב קוק איז ברייט באקאנט און פארפלייצט אויף דער אינטערנעט. די קונטרס איז אויף היברובוקס, און ביידער זייטען נעמען ארויס וואס זיי ווילען דערפון. די זאץ איז אבער נישט דארט.

אין די טאלנער פאפירען איז געשטאנען אז הרב שמאי גינזבורג, פון די אנגעזע׳ענע מענטשען אין גער, איז געגאנגען רעדען אין לערנען מיט הרי"ח זוננפלד און הרב קוק, און ער האט געזאגט אז הרב קוק האט פיהל מער געקענט. איך ווייס נישט וואס זאל זיין דער אגענדע פון דער פני מנחם דאס צו פארציילען, אבער קיין דבר פשוט איז עס דארט אויך נישט געווען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 8:17 am#387050
berlbalaguleh האט געשריבן:אישתישבי: איך האב עס געהערט נאכזאגן אויף מונקאטשער רב. דער בעל מנחת אלעזר...!


נעה, ס'קען נישט זיין פין מנחת אלעזר, עס פארמאגט נישט קיין שמוץ, רעדט נישט פין אינטערשטע חלק פין גוף.