Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אויפרייסערישע נעטפליקס דאקעמענטרי ONE OF US וועגן חסידים

אויפרייסערישע נעטפליקס דאקעמענטרי ONE OF US וועגן חסידים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 161 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11925
מאנטאג אקטאבער 16, 2017 10:19 pm#386679
אויפרייסערישע נעטפליקס דאקעמענטרי ONE OF US וועגן חסידים
אקטאבער 20 קומט ארויס א אויפרייסערישע נעטפליקס דאקעמענטרי וועגן די חסידישע לעבן און OTD'ניקעס.
איך האף אז ס'איז נישט ווילד געמאכט , און אז ס'איז פעיר פאר אלע צדדים

דא איז די טרעילער:

מאנטאג אקטאבער 16, 2017 10:37 pm#386684
Re: אויפרייסערישע נעטפליקס דאקעמענטרי ONE OF US וועגן חסידים
שווער צו גלייבן אז איינער וואס איז נישט אטד זאל זיין גרייט צו רעדן
מאנטאג אקטאבער 16, 2017 11:34 pm#386689
גראדע איז דא דארטען א היימישע אינטערוויא פאר די פרומע זייט
מאנטאג אקטאבער 16, 2017 11:55 pm#386693
בולשיט ס'שמעקט נישט מיט קיין שום חידוש
דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 7:53 pm#387138
נעטפליקס זאגט אז ס'וועט זיין עוועילעבל אקטטבער 20. דאס מיינט היינט ביינאכט 12 אזייגער?
דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 9:42 pm#387142
ניין, געווענליך קומט עס ארויפ בערך 3 פארטאגס
פרייטאג אקטאבער 20, 2017 3:33 am#387163
עוועילבעל
m https://www.netflix.com/watch/80118101? ... f-73000253 m

אין חדש. דיסעפוינטעט. נישט אינטערסאנט פאר מיר. איינער וואס איז אויפגעוואקסן איינגעווייקט אין די קאטשעניו שמעקט שוין לאנג נישט די גערוך פון די פיש...
פרייטאג אקטאבער 20, 2017 7:08 am#387165
יעצט געענדיגט זען די פילם.

כ'האב פונקט לעצטענס געטראכט, אז כ'האב פארלוירן מיין לעצטע ביסל טראסט אין די וועלט פון מידיא, פילם און ביכער. איך פלעג אמאל לייענען מיט דורשט ביכער און ביאגראפיעס פון אזעלכע וואס זענען אויפגעוואקסן אין פארשידענע רעליגיעס, סעקטעס און דריטע-וועלט לענדער, א שטייגער ווי מאלאלא, ברעיקינג אמיש, וכדומה. איך הייב אבער אן פארלירן אינטערעסע אין די סארט ביכער און פילמס, ווייל איך פיל אביסל ווי פאקטן ווערן פארדרייט, יחידים ווערן די רבים און די פראדוסערס און פאבליצירער מאכן זיכער אז די תוכן איז אין ליין מיט האליוואד / מעריב-וועלט ציוויליזאציע, ניסוח 2017.

ס'איז א שמועס פאר זיך, אבער אזעלכע נארישע סטעיטמענטס ווי "די חסידים ניצן סעקולארע געזעצן פאר זייער בעניפיטן" זענען, אנטשולדיגט מיר, ראסיסטיש-געשטומט. חסידים, צי מ'איז איינשטימונג מיט זיי צי נישט, זענען אמעריקאנער בירגער פונקט ווי יעדעם אנדערש, און האבן די רעכט צו ניצן די געזעצן לטובתם, פונקט ווי די וואס רעדן זיך אפ טוען.

די דאקיומענטרי האט נישט קיין חידושים אבער איז גאנץ אינטערעסאנט, און כ'וועל מודה זיין אז מיינע אויגן זענען נאס געווארן ווען כ'האב געהערט די טעלעפאן שמועס פון עטי מיט איר טאכטער. כ'האב שוין אמאל געשריבן, ביי די פאל פון שלום דין, אז לענ"ד הקלושה איז גארנישט אין דער וועלט מצדיק נישט לאזן עלטערן זיין אין קאנטאקט מיט זייערע קינדער. איך בין אויך א טאטע צו קינדער, און די מחשבה אז מ'זאל מיך אפטיילן פון מיינע קינדער, אפילו איין וואך, שאקלט אויף יעדעס ביין אין מיין גוף.

די פראבלעם מיט די פילם איז אבער אז ס'פארציילט נישט די אמת'ע געשיכטע פון חסיד'ישע אידן אין ניו יארק. קען זיין אז ס'איז טאקע נישט קיין פילם איבער חסיד'ישע אידן, נאר איבער דריי אינדיווידואלן. אבער למעשה באקומט א פרעמדע מענטש א בילד איבער א געזעלשאפט ווי די עולם איז פרימיטיוו, געפייניגט, דעפרעסט און קאנטראלירט, ווען דאס איז פיין איבערגעטריבן. ס'איז דא אסאך פראבלעמען וואס באדערט חרדי'שע אידן, וקאווע שטיבל יוכיח. אבער די מערהייט פילט נישט געפייניגט, פרימיטיוו און איז צופרידן מיט'ן לעבן.

צוריק צו מאלאלא, ווער ווייסט? אפשר איז זי גארנישט קיין העלד און די פאקיסטאנע זענען בכלל נישט אזעלכע רוצחים. פון עטי איז משמע אז סאיז דא א חסיד'ישע מאפיע וואס גיבט זיך אפ מיט'ן עלימענירן עקס-האסידים. זי טענה'ט אויך אז א חסיד'ישע איד האט איר פרובירט צו הרג'נען.
פרייטאג אקטאבער 20, 2017 11:23 am#387168
אפטעמיסט, ס'קען זיין אז דו ביסט גערעכט. אבער אנשטאט געוואלדעווען יעדעס מאל נאכאמאל, איז די עצה ארויסצוגיין עפענטליך און האבן די שפראך צו טשאלענדזשען. אבער אויב וואלטן מיר דאס געקענט וואלט דאך דאס געמוזט זיין על כרחך צוליב וואס מיר זענען וואס אן אמת נישט אזוי פארקנאקט ווי זיי פרובירן עס אראפצומאלן... סאוי, רעאליסטיש גערעדט, קען איך נישט מער ווי זאגן, איים רילי סארי, עס מאטש עז איי טינק יו אר אן די רייט, איי קען סי וויי יו קיפ לוזינג!
פרייטאג אקטאבער 20, 2017 11:31 am#387169
און דער ענטפער ליגט באהאלטן צווישן דיינע ווערטער.

"כ'האב שוין אמאל געשריבן, ביי די פאל פון שלום דין, אז לענ"ד הקלושה איז גארנישט אין דער וועלט מצדיק נישט לאזן עלטערן זיין אין קאנטאקט מיט זייערע קינדער. איך בין אויך א טאטע צו קינדער, און די מחשבה אז מ'זאל מיך אפטיילן פון מיינע קינדער, אפילו איין וואך, שאקלט אויף יעדעס ביין אין מיין גוף."

"צוריק צו מאלאלא, ווער ווייסט? אפשר איז זי גארנישט קיין העלד און די פאקיסטאנע זענען בכלל נישט אזעלכע רוצחים. פון עטי איז משמע אז סאיז דא א חסיד'ישע מאפיע וואס גיבט זיך אפ מיט'ן עלימענירן עקס-האסידים. זי טענה'ט אויך אז א חסיד'ישע איד האט איר פרובירט צו הרג'נען."

"די חסידים" זענען נישט קיין רוצחים און "די פאקיסטאנער" זענען נישט קיין רוצחים אבער אויב קען א פאקיסטאנער אפטוהן א מעשה רציחה און די אנדערע פאקיסטאנער וועלן שווייגן כאטשיג ס'שאקלט אויף יעדעס ביין פון זייער גוף, לאזט דאס איבער א וואקיום פאר די מאלאלאס ארויסצוקומען און שרייען אז באמת זענען אלע פאקיסטאנער אדער אקאמפליסיס צו די רוצחים אדער אפגעהארגעטע, א ראיה: קיינער זאכליך, פרעגט איר נישט אפ.
פרייטאג אקטאבער 20, 2017 12:15 pm#387172
געוואטשט בכלל נישט אימפרעסט. נישט קיין מאווי איבער חסידים בכלל עס איז נאכאמאל פוטסטעפט מיט או טי די און דעפרעסיע. הלואי וואלט געווען א פילם איבער אונז א שטייגער ווי שטיסל טוט מיט די ירושלמים, אויטעטנטיש און פאני.

איבער פוטסטעפס וואלט מען פונקט אזוי הארצרייסנד געקענט אפמאלן די אביוז סקאנדאלן וואס גייט דארט פאר און ווי די פ"ס פירערשאפט קאווערד אפ אדער איז גאר א חלק דערפון. סדנא דארעא חד היא, הארווי וויינסטיין צו ראביי פרוינדל.
פרייטאג אקטאבער 20, 2017 2:45 pm#387182
נו וואס האב איך געזאגט? בולשטיט, ס'שטינקט פון קאפ דאס גאנצע דאקומענטארי. אבער ס'נאכאלץ דא גוטע דאקומענטאריס, ווי א שטייגער אושפיזין, און שטיסל, און מנשה, און למלא את החלל, און האפענטליך קומט נאך ביי אונז יודען, ווייל ביי גוים איז אויך דא גענוג גוטע 'אויטענטישע'. און דאס וואס די ליבעראלע וועלט פראבירט צו פארדעקן מיט זייערע לאפעס איז א מחלה וואס איז אין אלע ליטעראטור נאכן האלאקאויסט בכלל.

פאר מיר אלץ שטארקע שטיצער פון רעכטע אקטיוויטעטן האב קיין ספק נישט, אז די א.ט.ד. האבן געוואלט מיט דעם דאקומענטארי זיך ארויסגעבן מיט א שלייער פון 'חסידים'. אין די צייט וואס זיי זענען זייער א קליינע צאל אינעם מאדערנע און אפילו סעקולערע וועלט בימינו אנו.
פרייטאג אקטאבער 20, 2017 3:53 pm#387190
טאמבל סאס האט געשריבן:אפטעמיסט, ס'קען זיין אז דו ביסט גערעכט.

אז כ'בין גערעכט איז גוט.

טאמבל סאס האט געשריבן:אבער אנשטאט געוואלדעווען יעדעס מאל נאכאמאל, איז די עצה ארויסצוגיין עפענטליך און האבן די שפראך צו טשאלענדזשען

פיין, דאס מאכט נאכנישט די דאקיומענטרי אויפריכטיג און אביעקטיוו. כ'האב מיך געראכטן אויף עפעס בעסער.
מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 9:06 pm#387207
דער פילם One of Us האט מיך טיף צעשאסן, און האט ארויסגעצויגן כוואליעס פון טרערן. צוערשט דארף באטאנט ווערן אז דער פילם איז נישט וועגן חסידישע אידן און אונזער לייף-סטייל. אז איינער וויל וויסן וויאזוי חסידים לעבן, רעליגיע און געזעלשאפט, איז One of Us בכלל נישט דער פלאץ וואו אנצופאנגען. עס איז אויך נישט די כוונה פון די ארויסגעבער. דער פילם רעדט פון איין פרט: די ביטערע שוועריגקייטן פון אוועקגיין פון דעם חסידישן לעבן פאר די וואס אזא סארט לעבן ארבעט נישט פאר זיי.

אז איינער זאל פארלאנגען ניואנס אין דער סוגיא איז ליידער נישטא קיין סך פאזיטיוו צו זאגן. דער פאקט איז אז די זעלבע געזעלשאפט פון רחמנים בני רחמנים וואס איז פול מיט חסד אויף יעדן טריט און שריט אויף א פארנעם וואס איז כמעט נישטא ביי קיין שום אומה ולשון, ווערט פארוואנדלט אין א געמיינדע פון מאנסטערס און מטורפים ווען עס קומט צו אונזערע אייגענע קינדער וואס טרעפן זיך נישט דאס פלאץ ביי אונז. ניין, נישט יעדער יחיד איז אזוי, אבער ווי א געמיינדע זענען מיר דא צו צעטרעטן גייסטיש און פיזיש מיט'ן גרעסטן מאס אכזריות יעדן וואס וואגט זיך ארויסצוטרעטן פון אונזערע ד' אמות. אפילו עלטערן און געשוויסטער פארגעסן פון זייער בלוט און פלייש, און ווערן קאלטבלוטיגע דזשיהאדיסטן. ידי נשים רחמניות מבשלין ילדיהן.

שטעלט אפ דעם חסידישן איד וואס ס'גייט אים אין לעבן צו צאפן דאס בלוט און אוועקרויבן דעם לעבן פון אונזערס א קינד וואס האט פארלאזט דעם חסידישן לעבן. פרעגט אים פארוואס ער איז א חסידישער איד. נאך אלע פשט'לעך, נאך אלע מעשיות, איז דער תירוץ איין: ווייל ס'ארבעט פאר אים. פינטל. דו ביסט א חסידישער איד ווייל אזוי ביסטו באקוועם, ווייל אזוי ביסטו אויפגעוואקסן, און דו האסט בוחר געווען מיטצוגיין דערמיט ווייל דו קענסט דיך נישט זען לעבן אן אנדערן סארט לעבן. אז דו ווילסט דיך נארן קענסטו זאגן פארשידענע אנדערע שיין-קלונגעדיגע פראזן, אבער דער פאקט בלייבט אז נאר ווייל דו ביסט באקוועם ווי א חסידישער איד, ווי א קינד פון דיינע עלטערן, ווי א מעמבער פון דעם חסידישן געזעלשאפט, האסטו בוחר געווען צו לעבן אזא לעבן און צו גלייבן דערין.

דאס חסידיש לעבן איז הערליך פאר דיר און פאר צענדליגער טויזנטער אנדערע מענטשן. אבער די פראגע שרייט עד לב השמים: וואס ווילסטו פון דעם וואס דאס חסידיש לעבן ארבעט נישט פאר אים? פארוואס קענסטו נישט פארשטיין דעם וואס איז נישט באקוועם צו לעבן אזוי? וויאזוי קענסטו נעמען דאס וואס איז באקוועם פאר דיר, און מיט דעם מעסטן און אורטיילן אנדערע מענטשן?! איז דאס נישט דער שפיץ סעלפישקייט?

פערזענליך איז מיר א שאד אז דער פילם האט נישט קיין געלעגנהייט צו ווייזן א פאזיטיווער זייט פון חסידישע אידן. די שטיצע און הילף וואס מיר שטעלן צו פאר יעדן ווערט דערמאנט, די שמחת החיים וואס טייל באקומען פון דעם חסידישן לעבן ווערט נישט איבערגעהיפט, אפילו אונזער חסד-אימפעריע "חברה הצלה" מאכט א קאמעא. אבער הלוואי זאל ווען דער פילם קענען ווייזן אז מיר קענען ווי א געמיינדע זיין פארשטענדליך און גוטהארציג ווען עס קומט צו אונזערע אייגענע קינדער וועלכע קלויבן זיך אייגענע וועגן. אז קינדער זענען פאר אונז נישט נאר א שרויף אין דעם לעבן וואס מיר האבן אויסגעקליבן לויט אונזער אייגענער באקוועמליכקייט, נאר מיר באטראכטן זיי ווי מענטשן מיט אן אייגענעם גאט-געשאנקענעם נפש וועמען מיר דארפן רעספעקטירן און ליב האבן ווי... עלטערן האבן ליב די אייגענע קינדער.
מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 11:10 pm#387209
עס איז דא אזויפיל ארויסצולערנען פון דעם פילם, אט איז נאך אן אבזערוואציע. ארי הערשקאוויטש זאגט אז ער איז געווען א דרייצן יעריגער בחור ביי "כינוס כלל ישראל", און אז דער כינוס האט געלאזט אויף אים א רושם. שפעטער דערציילט ער ווי ווען ער האט געוואלט אויספרובירן דעם אינטערנעט, האט ער ניטאמאל געוואוסט וואס "גוגל" איז. ווער ווייסט צי ארי איז אפשר דער ערשטער קרבן פון אונזער קאפ-אין-וואנט עדיטוד וואס איז פראקלאמירט געווארן ביים כינוס כלל ישראל – אז אנשטאט געבן אונזערע קינדער די כלים און ידיעות וויאזוי זיך צו ספראווען מיט טעכנאלאגיע און די וועלט, ווען מען זיי אויפציען ווי כאילו טעכנאלאגיע איז טמא, און מיינט נישט זיי.
מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 11:16 pm#387210
אזכיר על הציון
מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 11:43 pm#387212
ישראל גלויבער האט געשריבן:פארוואס יעדע זאך דארף מען יענעם צו'נער'ט מאכן
מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 11:46 pm#387213
יואב האט געשריבן:פון צווישן די בני-היכלא אידן וועלכע מ'זעט אין פילם: דער וואס פרעגט זיך נאך איבער'ן ווייפיי אין פארק, דער איז ווערט כסף עובר לסוחר. זיין אומבויגזאמע קנאות צעברעקלט זיך ווען דער בחור טוט באשטעטיגן אז אכן, ער איז א היימישער. גולמ'ט און קראצט זיך אביסל אין שאק, און שלאגט פאר ער קען און זאל נאך תשובה טאן סאמע דא — נישט אבער איידער ער פרעגט זיך נאך אויף דער טשופרינע, און ווילאנג עס האט גענומען זיך איינצוהאנדלען אזאנס

די שטיקל איז זייער אינטערעסאנט, אטענטיש און דראמאטיש, און אייגענטליך נישט געפלאנט. ווען ער כאפט אז דער בחור איז א היימישער פרעגט ער אים צעשאקעלט "דו ביסט איינס פון אונזערע?". דאס איז קען זיין די סיבה אונטער'ן נאמען One of Us.

ווער איז דער איד?
זונטאג אקטאבער 22, 2017 1:25 am#387219
דער וואס זינגט קלי קלי למה ביים שבת סעודה איז שוין נישט קיין עקס-חסיד, ער האט שוין תשובה געטוהן און איז היינטיגע טעג א שות״מ. די ניגון האט ער מחבר געוועהן.

זעהט זיך אויס אז סאיז נאר געוועהן א ׳עזבתנו׳ פאר קורצע צייט... :lol:
זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:05 am#387223
I've seen him in the past on various clips and generally thought he came across as a
bit of an idiot. Not here! I liked him in every single scene. He comes across as much smarter and more nuanced than I'd given him credit for.

איך זע נישט ווי ער שטעלט זיך ארויס נארמאלער ווי אייביג. לוזער טווערסקי איז קענטליך נישט קיין קלוגע מענטש, ער איז אראגאנט, א בעל גאווה און רעדט אלס מיט אזא פרעכקייט און ביטול. אלס א שטיקל אקטאר, קען מען זען אז ער איז אסאך מער באקוועם ווי די אנדערע אויפ'ן קאמארע, אבער זיין עדידיוט און שפעטעריי קומט נישט פון קיין גרויס חכמה און מאכט נערוועז. די וועג ווי ער פארציילט קאלטערהייט וויאזוי ער האט איבערגעלאזט זיינע קינדער און האט מיט זיי נישט קיין שייכות, אן ארויסווייזן די מינדערעסטע געפילן, ברענגט אביסל ארויס וואס טוט זיך טיף אין זיינע קישקעס. עפעס מיז זיין נישט אין ארדענונג מיט אים. (הגם וואס זיינע חלקים אויפ'ן פילם זענען (פאר מיר) געווען די מערסט-אינטערעסאנט צו וואטשן, וויבאלד ער רעדט נישט פון דעפרעסיע און זיין ביטערע מצב און איז אין א מער פאזיטיווע שטימונג).

ארי הערשקאוויטש איז נאך די מערסטע אטענטיש פון אלע.
זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:20 am#387224
אפטעמיסט האט געשריבן:

Everything I've seen in the past of Twersky agrees with your impressions, Optimist. But in this film I must say he didn't come across as either stupid or arrogant. It's true that the part where he talks about leaving his children without a backward glance threw me. He does seem like an asshole there. But in general, had I not seen anything of him previously and would base my opinion of him solely on what I've seen in this film, I would be generally impressed.

I agree that Ari comes across as least pretentious.
זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:52 am#387226
פידלער, נוגע עטי, איך וויל נישט אוועקמאכן ווייל כ'קען נישט די פרטים, אבער אויב האט איר מאן איר געשלאגן פאר צוועלף יאר, פארוואס האט זי נישט גענומען בירט-קאנטראל? עפעס מאכט נישט קיין סענס, אבער אלעס קען זיין. כ'בין נישט באקאנט מיט די קעיס.

די שענסטע חלק בלייבט די תפילה אין רוממו שול. אזא מין הערליכע, ווארעמע ניגון! (מיט די הארמעני פון די נשים צדקניות). איינער ווייסט וועלכע ניגון דאס איז? כ'וויל עס זינגען ביי מיין שבת טיש.
זונטאג אקטאבער 22, 2017 3:34 am#387229
אפטעמיסט האט געשריבן:די שענסטע חלק בלייבט די תפילה אין רוממו שול. אזא מין הערליכע, ווארעמע ניגון! (מיט די הארמעני פון די נשים צדקניות). איינער ווייסט וועלכע ניגון דאס איז? כ'וויל עס זינגען ביי מיין שבת טיש.

מאקסימום וואס כ'האב געקענט טרעפן
m https://youtu.be/IbyzkOUY260 m
זונטאג אקטאבער 22, 2017 7:49 am#387232
אפטעמיסט האט געשריבן:
I've seen him in the past on various clips and generally thought he came across as a
bit of an idiot. Not here! I liked him in every single scene. He comes across as much smarter and more nuanced than I'd given him credit for.

איך זע נישט ווי ער שטעלט זיך ארויס נארמאלער ווי אייביג. לוזער טווערסקי איז קענטליך נישט קיין קלוגע מענטש, ער איז אראגאנט, א בעל גאווה און רעדט אלס מיט אזא פרעכקייט און ביטול. אלס א שטיקל אקטאר, קען מען זען אז ער איז אסאך מער באקוועם ווי די אנדערע אויפ'ן קאמארע, אבער זיין עדידיוט און שפעטעריי קומט נישט פון קיין גרויס חכמה און מאכט נערוועז. די וועג ווי ער פארציילט קאלטערהייט וויאזוי ער האט איבערגעלאזט זיינע קינדער און האט מיט זיי נישט קיין שייכות, אן ארויסווייזן די מינדערעסטע געפילן, ברענגט אביסל ארויס וואס טוט זיך טיף אין זיינע קישקעס. עפעס מיז זיין נישט אין ארדענונג מיט אים. (הגם וואס זיינע חלקים אויפ'ן פילם זענען (פאר מיר) געווען די מערסט-אינטערעסאנט צו וואטשן, וויבאלד ער רעדט נישט פון דעפרעסיע און זיין ביטערע מצב און איז אין א מער פאזיטיווע שטימונג).

מיר האט זיך יא צוגעדאכט אז טווערסקי פארבייסט זיך די ליפן נישט ארויסצואווייזן זיינע רוישנדע געפילן וועגן זיינע קינדער. אויך ווען ער קוקט איבער זיינע אלטע בילדער זעט מען ווי די עמאציעס נעמען אים איבער.
זונטאג אקטאבער 22, 2017 7:50 am#387233
אפטעמיסט האט געשריבן:די שענסטע חלק בלייבט די תפילה אין רוממו שול. אזא מין הערליכע, ווארעמע ניגון! (מיט די הארמעני פון די נשים צדקניות). איינער ווייסט וועלכע ניגון דאס איז? כ'וויל עס זינגען ביי מיין שבת טיש.

יא, די סצענע אין רוממו איז אויך פאר מיר געווען גאר רירנד, ספעציעל קומענדיג נאך די הארצרייסנדע געריכט אורטייל.
זונטאג אקטאבער 22, 2017 8:02 am#387235
פידלער האט געשריבן:
Finally, Etty. I'm heartbroken to admit this (because in 99% of cases, I believe women when they say they've been abused in any way), but I found myself not believing her story. The abuse story, that bike story -- they didn't wash with me. Didn't ring true at all. Still, I'm upset the judge didn't give her more time with her children. A child needs parents, and as long as a parent is alive and not abusive, children shouldn't be taken from them. Unless the judge had a reason I'm not privy to (and not just that she's irreligious; who cares?), I'm very disappointed and saddened. Even if -- as I suspect -- she made up or exaggerated the abuse and bike story, I still feel it would have been healthier for her children if they could have more time with their mother

איך האב שוין פריער געהערט די געשיכטע מצד דעם מאן, און כ'האב קיינמאל נישט געהערט אז מ'זאל איר באשולדיגן אין נישט זיין א גוטע מאמע צו אירע קינדער אדער א נישט גוטע ווייב. די טענות קעגן איר זענען געווען: א. זי איז אפגעפארן. ב. זי איז אינגאנצן משוגע געווארן און דארף זיין אין א שפיטאל פאר גייסטיש קראנקע. ג. זי דארף מער נישט אירע קינדער, נאר שלאגט זיך אין קאורט ווייל זי וויל זיי אפ'שמד'ן.

ביי א געלט אקציע לטובת דעם מאן האט מען געזאגט אז ס'האט נישט מיט אידישקייט, נאר מ'דארף ראטעווען די קינדער פון א משוגענע מאמע וואס איז נישט אינטערעסירט אין די קינדער. כ'מיין אז דער פילם ברענגט אן אנדערן בילד -- עס ווייזט אז עס איז יא רעליגיעזע פאנאטיזם און קנאות וואס ברענגט צו אוועקווארפן יעדעס ביסל מענטשליכקייט אפילו אויפ'ן פרייז פון קינדערלעך.

אגב, כ'האב געהערט א שמועה אז א גרויסער עושר אין בארא פארק, א כאניקישער חסידישער איד, וועלכער האט געגעבן גרויסע געלטער פאר'ן מאנ'ס קעיס, האט עטליכע חדשים צוריק אפגעשטעלט זיין תמיכה ווייל ער האט איינגעזען אז מ'איז נישט יושר'דיג צו דעם ווייב.
זונטאג אקטאבער 22, 2017 8:21 am#387236
די שמועס וועגן אוועקנעמען קינדער פון אט"ד-עלטערן איז א לאנגע. צו זאגן אז חרדי'שע אידן האבן קאנטראל אין געריכט אין סימפאטיע פון ריכטער, איז א וויץ. יעדער ווייסט אז חרדי'שע אידן אין קאורט שטייען קליינע שאנסן ארויסצוגיין גערעכט, און די געזעץ איז געווענליך בייעסד קעגן די אולטרא-ארטאדאקסישע געמיינדע. וואס דען? סטאטוס קווא איז א טענה וואס לייגט זיך אויפ'ן שכל. איך האלט נישט אז מען מעג אפהאלטן א טאטע אדער מאמע פון זען זייער קינדער בכל עת מצוא, און דערפאר בליטיגט מיין הארץ מיט עטי'ן, אבער א מאמע וואס האט געהאדעוועט זיבן קינדער ווי פרומע אידן, קען זיך נישט איין טאג אויפשטעלן, אנטלויפן פון אלעם און פארלאנגען אז אירע קינדער זאלן מיט גיין. ATUB @אבטולמוס ATUB , דו האסט געשריבן אין אן אנדער'ן אשכול בזה"ל:

אבטולמוס האט געשריבן:חתונה האבן איז די חרדישע באפטיזם צערעמאניע, עס איז דעמאלט ווען מ'נעמט אויף זיך דעם חרדישן לעבן... אויב דו ביסט נאך נישט זיכער אין דעם, דארפסטו זיך כאפן ביים קאפ אז דאס מסכים זיין צו ווערן א חתן איז געווען דיין הסכמה און באשלוס צו לעבן ווי א חרדישן איד, און אפשר זאלסטו זיך ארויסזען דערפון ווי פריער, פאר עס איז גורם מער צער פאר דיר און פאר אנדערע מענטשן

זי קען זיין מלא טענות כרמון. אבער ס'איז פארשטענדליך פארוואס די געריכט האט גע'פסק'נט לטובת די טאטע. ווי ATUB @פידלער ATUB שרייבט אבער איז א ווייטאג אז זי האט נישט מער צייט מיט אירע קינדער.
זונטאג אקטאבער 22, 2017 8:37 am#387238
אפטעמיסט האט געשריבן:אבער א מאמע וואס האט געהאדעוועט זיבן קינדער ווי פרומע אידן, קען זיך נישט איין טאג אויפשטעלן, אנטלויפן פון אלעם און פארלאנגען אז אירע קינדער זאלן מיט גיין.

אמת, און עטל איז מודה צו דעם. זי איז מסכים צו ערציען אירע קינדער ווי פרומע אידן, ווי זי זאגט אין דעם פילם.

סטאטוס קווא מיינט נישט אלעס. ס'איז דא א לימיט וויפיל מ'קען נוצן סטאטוס קווא פאר א פארפאלק וואס האט חתונה געהאט ביי די 18 אן וויסן בחייכון וואס דאס לעבן מיינט. אז א פארפאלק האט חתונה ווי אהרונים, און דאס ווייב ווערט א זאלי, וועט "סטאטוס קווא" זיין א תירוץ אוועקצונעמען די קינדער אז זיי זאלן נישט אויפוואקסן זאליס ווי די מאמע? עס איז פשוט נישט לאגיש און נישט יושר'דיג צו נוצן סטאטוס קווא ווען די מאמע איז מודה אז ס'איז ריכטיג אז די קינדער זאלן ווייטער פירן א אידיש לעבן, און אז זי וועט דאס נישט שטערן. און ווען מ'נוצט יא סטאטוס קווא אויף א לעכערליכן וועג פשוט אויף אוועקצורויבן די קינדער, איז עס דאס וואס דער פילם באשולדיגט אז מ'נוצט דעם געזעץ פאר רשעות'דיגע צוועקן.
זונטאג אקטאבער 22, 2017 9:30 am#387242
אבטולמוס האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:
I've seen him in the past on various clips and generally thought he came across as a
bit of an idiot. Not here! I liked him in every single scene. He comes across as much smarter and more nuanced than I'd given him credit for.

איך זע נישט ווי ער שטעלט זיך ארויס נארמאלער ווי אייביג. לוזער טווערסקי איז קענטליך נישט קיין קלוגע מענטש, ער איז אראגאנט, א בעל גאווה און רעדט אלס מיט אזא פרעכקייט און ביטול. אלס א שטיקל אקטאר, קען מען זען אז ער איז אסאך מער באקוועם ווי די אנדערע אויפ'ן קאמארע, אבער זיין עדידיוט און שפעטעריי קומט נישט פון קיין גרויס חכמה און מאכט נערוועז. די וועג ווי ער פארציילט קאלטערהייט וויאזוי ער האט איבערגעלאזט זיינע קינדער און האט מיט זיי נישט קיין שייכות, אן ארויסווייזן די מינדערעסטע געפילן, ברענגט אביסל ארויס וואס טוט זיך טיף אין זיינע קישקעס. עפעס מיז זיין נישט אין ארדענונג מיט אים. (הגם וואס זיינע חלקים אויפ'ן פילם זענען (פאר מיר) געווען די מערסט-אינטערעסאנט צו וואטשן, וויבאלד ער רעדט נישט פון דעפרעסיע און זיין ביטערע מצב און איז אין א מער פאזיטיווע שטימונג).

מיר האט זיך יא צוגעדאכט אז טווערסקי פארבייסט זיך די ליפן נישט ארויסצואווייזן זיינע רוישנדע געפילן וועגן זיינע קינדער. אויך ווען ער קוקט איבער זיינע אלטע בילדער זעט מען ווי די עמאציעס נעמען אים איבער.

I wonder if you're not projecting (as I, too, initially did) your own feelings onto his. It seems so nearly impossible that someone would coldly leave his children without a second glance or shred of emotion that I'm afraid we might just -- as humans -- instinctively assign him feelings he may not have. Then again, maybe he's had to shut down that part over the years. Who knows? But on the surface, I didn't see evidence of him biting his lips or feeling guilty/sad/angry at the (voluntary?) loss of his kids.

When he looked at old photos or letters, it seemed to me he was crying out of nostalgia for his youth rather than for his fatherhood.
זונטאג אקטאבער 22, 2017 9:32 am#387243
וועל איך דארפן איבערקוקן. ביי די בילדער ווארפט ער אריין א פאזיטיוון קאמענט וועגן זיין זון, They say he's a good child — אדער עפעס אזוי.
זונטאג אקטאבער 22, 2017 9:44 am#387244
אבטולמוס האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:אבער א מאמע וואס האט געהאדעוועט זיבן קינדער ווי פרומע אידן, קען זיך נישט איין טאג אויפשטעלן, אנטלויפן פון אלעם און פארלאנגען אז אירע קינדער זאלן מיט גיין.

אמת, און עטל איז מודה צו דעם. זי איז מסכים צו ערציען אירע קינדער ווי פרומע אידן, ווי זי זאגט אין דעם פילם.

סטאטוס קווא מיינט נישט אלעס. ס'איז דא א לימיט וויפיל מ'קען נוצן סטאטוס קווא פאר א פארפאלק וואס האט חתונה געהאט ביי די 18 אן וויסן בחייכון וואס דאס לעבן מיינט. אז א פארפאלק האט חתונה ווי אהרונים, און דאס ווייב ווערט א זאלי, וועט "סטאטוס קווא" זיין א תירוץ אוועקצונעמען די קינדער אז זיי זאלן נישט אויפוואקסן זאליס ווי די מאמע? עס איז פשוט נישט לאגיש און נישט יושר'דיג צו נוצן סטאטוס קווא ווען די מאמע איז מודה אז ס'איז ריכטיג אז די קינדער זאלן ווייטער פירן א אידיש לעבן, און אז זי וועט דאס נישט שטערן. און ווען מ'נוצט יא סטאטוס קווא אויף א לעכערליכן וועג פשוט אויף אוועקצורויבן די קינדער, איז עס דאס וואס דער פילם באשולדיגט אז מ'נוצט דעם געזעץ פאר רשעות'דיגע צוועקן.

I agree with your latter paragraph. It's unfair to force a parent who's evolved in some way to remain exactly as she/he came into the marriage. People evolve. Their viewpoints change. Certainly, you can't be unfair to the parent who's more or less remained with her/his original hashkafos, but to use status quo as a blanket rule makes no sense. A compromise must be sought, and no matter what (unless it's genuinely in the best interests of the children to do otherwise), they should have as much time with both parents as possible. One hour a week is ridiculous, imo.

ATUB @אבטולמוס ATUB ,
I must take issue with your first sentence. Words mean zilch. If Etty took her kids to a Footsteps meeting or event (as she admits to have done), it's pretty clear she's hoping to, at the very least, open their minds to a different lifestyle. If she were granted custody, it's highly unlikely she wouldn't try to make her kids not frum. And I wouldn't blame her. Which parent doesn't try to instill their own values in their children?
זונטאג אקטאבער 22, 2017 9:50 am#387245
אפטעמיסט האט געשריבן:פידלער, נוגע עטי, איך וויל נישט אוועקמאכן ווייל כ'קען נישט די פרטים, אבער אויב האט איר מאן איר געשלאגן פאר צוועלף יאר, פארוואס האט זי נישט גענומען בירט-קאנטראל? עפעס מאכט נישט קיין סענס, אבער אלעס קען זיין. כ'בין נישט באקאנט מיט די קעיס.

איך בין נישט דא צו זאגן צו עס איז אמת איהר'ע טענות וועגן אביוז, אבער אויף הייבן דיינע אויגן ברעמען אויף איהר וועגן די טענה וועגן ב''ק, איז זייער נישט זאכליך, אין א יעדע פארמאכטער קאמיונטי און ספעציעל אין אינזער קאמיונטי וואס ב''ק איז נישט קיין אפשען פאר א סאך מכמה טעמים.
זונטאג אקטאבער 22, 2017 10:11 am#387246
פידלער האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:אבער א מאמע וואס האט געהאדעוועט זיבן קינדער ווי פרומע אידן, קען זיך נישט איין טאג אויפשטעלן, אנטלויפן פון אלעם און פארלאנגען אז אירע קינדער זאלן מיט גיין.

אמת, און עטל איז מודה צו דעם. זי איז מסכים צו ערציען אירע קינדער ווי פרומע אידן, ווי זי זאגט אין דעם פילם.

סטאטוס קווא מיינט נישט אלעס. ס'איז דא א לימיט וויפיל מ'קען נוצן סטאטוס קווא פאר א פארפאלק וואס האט חתונה געהאט ביי די 18 אן וויסן בחייכון וואס דאס לעבן מיינט. אז א פארפאלק האט חתונה ווי אהרונים, און דאס ווייב ווערט א זאלי, וועט "סטאטוס קווא" זיין א תירוץ אוועקצונעמען די קינדער אז זיי זאלן נישט אויפוואקסן זאליס ווי די מאמע? עס איז פשוט נישט לאגיש און נישט יושר'דיג צו נוצן סטאטוס קווא ווען די מאמע איז מודה אז ס'איז ריכטיג אז די קינדער זאלן ווייטער פירן א אידיש לעבן, און אז זי וועט דאס נישט שטערן. און ווען מ'נוצט יא סטאטוס קווא אויף א לעכערליכן וועג פשוט אויף אוועקצורויבן די קינדער, איז עס דאס וואס דער פילם באשולדיגט אז מ'נוצט דעם געזעץ פאר רשעות'דיגע צוועקן.

I agree with your latter paragraph. It's unfair to force a parent who's evolved in some way to remain exactly as she/he came into the marriage. People evolve. Their viewpoints change. Certainly, you can't be unfair to the parent who's more or less remained with her/his original hashkafos, but to use status quo as a blanket rule makes no sense. A compromise must be sought, and no matter what (unless it's genuinely in the best interests of the children to do otherwise), they should have as much time with both parents as possible. One hour a week is ridiculous, imo.

@אבטולמוס,
I must take issue with your first sentence. Words mean zilch. If Etty took her kids to a Footsteps meeting or event (as she admits to have done), it's pretty clear she's hoping to, at the very least, open their minds to a different lifestyle. If she were granted custody, it's highly unlikely she wouldn't try to make her kids not frum. And I wouldn't blame her. Which parent doesn't try to instill their own values in their children?

איך געדענק נישט אז זי זאל זאגן אז זי האט גענומען די קינדער צו פוטסטעפס, נאר צו חברים מיט וועלכע זי האט זיך באקענט אין פוטסטעפס. הייסט עס אז סטאטוס קווא מיינט אז א איד קען קומען אין קאורט זאגן אז צוליב סטאטוס קווא טאר מיין קינד זיך נישט חבר'ן מיט קיין גוי, אדער סיי ווער וואס איז נישט קיין חרדישער איד? סטאטוס קווא מיינט אז די קינדער דארפן קענען אנהאלטן בערך דעם זעלבן מהלך החיים וואס זיי האבן געהאט אמאל. און דאס מיינט אז די מאמע טאר זיי נישט צוריקהאלטן פון פירן אזא לעבן, אדער פארארבעטן מעשים זיי איבערצומאכן.

נאר מיר ווייסן וואס עס איז דער עלעפאנט אין דעם צימער. חרדישע אידישקייט איז ערנסט באדראעט פשוט פון דעם אז קינדער ווייסן פאקטן איבער אנדערע. אפילו בלויז דער פאקט אז די מאמע איז נישט פרום -- אן דעם וואס זי זאל בכלל רעדן צו די קינדער וועגן אירע גלויבונגען -- איז א געפערליכער פראבלעם פאר א סיסטעם וואס קען נאר לעבן מיט'ן צוריקהאלטן בעיסיק אינפארמאציע פון דער וועלט אינדרויסן פון חרדישער אידישקייט. היינו טעמא דאינטערנעט והיינו טעמא דסטאטוס קווא. אבער קומען זאגן אין געריכט אז די שוואכקייטן פון חרדישער אידישקייט ווערט אן אחריות פון דער מאמע'ן איז חוצפה און רשעות! אז די מאמע איז גרייט ווייטער אנצוהאלטן א אידישן חינוך פאר די קינדער, זאל דער טאטע זען אז די אידישקייט פון די קינדער זאל זיין אזוי סיפוק'דיג, אזוי שכל'דיג, אזוי איבערצייגנד, אז דער בלויזער פאקט אז די מאמע איז אנדערש אדער אז חברים זענען אנדערש זאל זיי נישט טוישן.
זונטאג אקטאבער 22, 2017 10:46 am#387250
A bit idealistic, but yes, theoretically, this is correct. A change like this does, however, create tremendous confusion for children, which is, I guess, why a judge would be inclined to rule for a strict version for status quo.
זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:36 pm#387257
שוין ארויסגעקומען א שיינע צאל פילמס איבער חרידים, וואס געבט נישט צופיל גוטע דעקונג איבער זיי. און ווי אסאך האבן ערווארטעט האט ONE OF US געדארפט זיין א גאר שארפע דאקעמענטרי איבער חרידים. אבער אן אנדערע בילד האט זיך אנטפלעקט. עס האט מיר געקאסט טרערן. אנשאטאט באוואשן האט מען געזען פארפיינטע הערצער, אנשטאט בלעמיען יעדעם איינעם האט מען געזען צושאסאנע הערצער, רויטע אויגן וואס דערציילן, איך וועל מיך בענקן נאך די שבת טיש. שטילע צוקלאפטע הערצער מיט ווידער קולות פון די פיין און פלאג וואס הונדערטער מענטש גייען אריבער יעדן טאג ביודעים ובלא יודעים.

אין אן אינטערסאנטע קרישקעלע. איינער געהאט א טוויטער אויסטויש מיט א Jerusalem Post רעפארטער, וואו ער רייסט אראפ הערשקאוויטש פאר נאאיוו דערציילן אז ער האט נישט געוויסט וויאזוי צו גוגל'ן אין ישיבה..

עס איז Worthwhile צו וואטשען די אינטערוויו מיט די קא-דירעקטער Heidi Ewing ווי זי שילדערט וויאזוי די דאקעמענטרי איז צוגעגאנגען. איר געפילן איבער דעם, איר ערפארונג, און אירע מאטיווען. זייער אינטערסאנט.

עס איז אויך newsworthy איבער די אנדערע אינטערוויאו וואס היידי האט געגעבן. אבער האט נישט פארפאסט צו פארפעלן אירע טיפשת'דיגע באמערקונגען, אז אידן זענען ערמארדעט געווארן אינעם האלקאוסט וויבאלד זיי האבן זיך נישט געוואלט אויסמישען מיט די סעקולערע פאלק. און זיי ברענגען אריבער די קאשמארע קאפיטלען דא אין אמריקע. Ojpac האט נישט געשוינט צו קריטיקירן דעם דירעקטער פאר אירע באמערקונגען.
זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:40 pm#387258
איינער ווייסט אויב מ'קען שוין זעהן די פילם פאר איינער וואס האט נישט נעטפליקס?
זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:40 pm#387259
א חסידישע קאפעל שמועסט דורך די פילם
זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:44 pm#387260
лпم iοوԴ האט געשריבן:איינער ווייסט אויב מ'קען שוין זעהן די פילם פאר איינער וואס האט נישט נעטפליקס?

This Channel Will Keep You Updated With The Latest Movies
m https://telegram.me/joinchat/BnnJMD-cdI3dP0ncZsO4vg m
זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:54 pm#387261
лпم iοوԴ האט געשריבן:א חסידישע קאפעל שמועסט דורך די פילם

אינטערסאנט איז לוזער טווערסקי זאגט אין די קאממענטס דארט אז ער ליבט זייער די ריוויאו און ער וויל זיך אינטערוויואען פאר די שאו
זונטאג אקטאבער 22, 2017 1:05 pm#387262
ATUB @יואב ATUB שרייב פילם ריוויואס מער אפטער נישט נאר ווען מען רעדט פון חסידים.
זונטאג אקטאבער 22, 2017 1:13 pm#387263
Re: אויפרייסערישע נעטפליקס דאקעמענטרי ONE OF US וועגן חסידים
פרייוויליג האט געשריבן:
лпم iοوԴ האט געשריבן:איינער ווייסט אויב מ'קען שוין זעהן די פילם פאר איינער וואס האט נישט נעטפליקס?

This Channel Will Keep You Updated With The Latest Movies
https://telegram.me/joinchat/BnnJMD-cdI3dP0ncZsO4vg
און זיכט אין סירטש פאר one of us
זונטאג אקטאבער 22, 2017 1:24 pm#387264
נאך א נקודה ווערט צו בארירן. אז אין די אינטערוויו זאגן איינער פון די רעדאקטערס אז מיר פארשטייען די סענסיטיוויטעט פון אזא דאקעמענטרי. נישט אנצופענטן טויזענטער חרידים מיט די זעלבע פארב. מיר פארשטייען אז צווישן זיי איז אויך דא אלע סארט, פון שטארקע קיצונים, מער מעסיגע, אדער ליבעראלע..
זונטאג אקטאבער 22, 2017 1:39 pm#387266
איך אלץ שטיצער נומער 1 פון מנשה פילם, האלט אז דאס אלעס איז א קאנטער פון קנאה וויאזוי מנשה פילם האט מצליח געווען.
זונטאג אקטאבער 22, 2017 1:43 pm#387267
יואב האט געשריבן:כ'בין נאר נישט אזוי קלאר מיט וואס זי זאגט איבער דער שארית הפליטה פון נאכ'ן האלעקאסט. בעת וואס כ'בין איינשטימיג מיט איר אז קינדער אין היימישער געזעלשאפט ווערן אפט באטראכט ווי אייגנשאפטן, זע איך נישט די דווקא'דיגע שייכות צום האלעקאסט. ווי ווייט כ'האב געלייענט אין אלטע ביכער האבן זאכן נישט אויסגעקוקט צופיל אנדערש צװישן די "גאר פרומע" (און לוזער טווערסקי'ס פרומער חבר וואס רעדט איבער דייטשלאנד זאל מוחל זיין אריינוואנדערן קיין הוידאנאנאש צי אפילו ווארשא אדער גאר ווילנא אביסל.)

אין 1980 האט איינער א פסיכאלאג, לויד סיגל, געשריבן אן ארטיקל אינעם Journal of Contemporary Psychotherapy איבער דער פאסט-האלאקאוסט טראומע וואס ער האט באמערקט אינעם חסידישן ציבור. דארטן שרייבט ער:

I will remark on one final Hasidic preoccupation that affects all thinking on the Survivor situation in the group. In certain Hasidic groups, the egocentric view prevails that the Holocaust was largely brought on by nonscrupulosity and failure to follow Halachic injunction absolutely. Viewed from this Theodicic perspective, the Holocaust is perceived as a severe paternal reproach, and punishment meted out to a wayward child. Formulations of this type, derived in part from biblical warnings or admonitions (Tochacha: XXVIII Deuteronomy and XXVI Leviticus), lead to increased ritual observance and multiple forms of repentance-type, expiatory activity, strongly colored by intrapunitive aggression. The consequences of the "self-blame" theory can hardly be overestimated and lead to tremendous resistance to treatment. Problems of "real" versus "neurotic" guilt are also injected into the field.

פון דעם קען מען אויך פארשטיין פארוואס אפילו א רעלאטיוו קליינע "סכנה" (למשל, האבן א סעלפאון וואס קען ארויסשיקן און באקומען טעקסט מעסעדזשעס) ווערט אפטמאל באטראכט ווי א סכנת נפשות -- נישט נאר פאר דעם יחיד (דעם טאטן אדער דער מאמען) אבער דווקא פאר זייערע קינדער און אויב אזוי פאר גאנץ כלל ישראל. איך מיין אז דאס איז די נקודה וואס חני געטטער האט געוואלט ארויסברענגען.
זונטאג אקטאבער 22, 2017 1:53 pm#387268
** און אז די נאטירליכע נטיה צו וועלן באשיצן די קינדער פון יעדער סכנה (אפילו ווען די סכנה איז אביסל איבערגעטריבן) ווערט אלץ שטארקער און שטארקער אין א קהילה וואס אירע עלטערע מעמבערס, די זיידעס און באבעס, האבן אזוי אפט פארלוירן די אייגענע קינדער.
זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:00 pm#387271
מערקוועדיג, פון וואס איך זע, ווערן רוב אטדס אנגעווייטאגט צוליב וויאזוי מען טריעט זיי שוין נאכן ארויסגיין. נישט פארדעם.

נאך עפעס, ווען מענטשן פרעגן מיך ווי אזוי חרדים רעאגירן צו די שנאה פונדרויסן וכדומה זאג איך געווענליך אז ס'גייט זיי נישט אן. ס'בארירט זיי נישט. איין זאך וואס מאכט זיי שפרינגען איז ווען די קינדער גייען נישט אין שפאן...
זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:03 pm#387272
Re: אויפרייסערישע נעטפליקס דאקעמענטרי ONE OF US וועגן חסידים
ישראל גלויבער האט געשריבן:איך אלץ שטיצער נומער 1 פון מנשה פילם, האלט אז דאס אלעס איז א קאנטער פון קנאה וויאזוי מנשה פילם האט מצליח געווען.
איך הער גוט? מנשה איז געווען א שלעכטע שלעכטע ארבייט, און די אידיש דארטן האט עס געמאכט נאך ערגער, און עס איז נישט געווען קיין שום theme צי די מאווי, ווידעראום די מאווי איז געווען א פראפעסיאנאלע ארבייט, מער ווייניגער, און עס האט געהאט א theme, ניטאמאל שטעל עס צאם, מיין 15 דאלאר אין די נארישע טעאטער איז נישט ווערט געווען א פעני
זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:29 pm#387275
פידלער האט געשריבן:[
A bit idealistic, but yes, theoretically, this is correct. A change like this does, however, create tremendous confusion for children, which is, I guess, why a judge would be inclined to rule for a strict version for status quo.

Then only high profile cases that come before the top senior barristers and solicitors are celebrity' divorces with the most crazy dramas and
Charedim quarrelling. The rest of the millions of confused couples
divorced or not divorced never see a judge and just get on with life, the state not interfering with their confused lives and the parents knowing of bigger confusions out there in the big scary world than a child having access to the parent who wears colored clothing .
זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:52 pm#387276
Tremendous confusion is exaggerated. Tremendous imbalance, tremendous ignorance and tremendous bureaucracy, yes.
זונטאג אקטאבער 22, 2017 3:07 pm#387277
Re: מיינע געדאנקען איבער'ן פילם
אטעקירט דעם רעדאקטער פאר די קאמענטס.