Under maintenance
הויפט זייט » מיין פראבלעם מיט'ן ריבניצער

מיין פראבלעם מיט'ן ריבניצער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11979
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 12:13 am#389193
מיין פראבלעם מיט'ן ריבניצער
בנוהג שבעולם אז ווי נענטער צו א געשעעניש הערט מען מער דערוועגן, און ווי ווייטער אלס ווייניגער פרישע פרטים וועלן ארויסקומען. צום ביישפיל, אין די טעג נאך סעפטעמבער 11 האט מען געהערט טויזנטער געשיכטעס פון קרבנות און איבערלעבער, אבער ווי די צייט איז פארלאפן, האט מען אנגעהויבן הערן ווייניגער און ווייניגער פרישע געשיכטעס. אזוי אויך, די פרישע געשיכטעס וועלכע מ'הערט שפעטער זענען געווענליך ווייניגער דראמאטיש, ווייל די דראמאטישערע סארט געשיכטעס ווערן געווענליך דערציילט גאנץ נאנט צו די געשעענישן. אוודאי איז גאר זעלטן אז היינט, 16 יאר שפעטער, זאל מען נאך הערן א פרישע פערזענליכע איבערלעבעניש, וואס מ'האט נישט דערציילט ביז יעצט.

אנדערש איז אבער סיפורי צדיקים. וואס א יאר עס גייט פארביי פון דער פטירה פון א צדיק קומען אלץ מער אפיר עדות'שאפטן פון אלץ מער פאנטאסטישע סיפורים וועלכע האבן זיך אפגעשפילט ביים צדיק. אפענע רוח הקודש'ן וועלכע האבן זיך אפגעשפילט ביים צדיק האבן די באטייליגטע געהאלטן אין בויך פאר צענדליגער יארן, ביז זיי האבן פלוצלינג מחליט געווען צו דערציילן גענוי וואס זיי האבן איבערגעלעבט.

און וואס א יאר עס גייט פארביי אלץ פאנטאסטישער ווערן די געשיכטעס. אויב ווען דער צדיק האט געלעבט האט נאר א שוואנץ אדער צוויי זיך ערלויבט צו דערציילן אן אינטערעסאנטן צופאל ווי דער צדיק "האט מרגיש געווען," נעמט עטליכע יאר פון דער פטירה, און פלוצים דערמאנען זיך אידן ווי דער צדיק האט מבטיח געווען שמים וארץ און משנה געווען סדרי בראשית. גייט דורך נאך א צענדליג יארן און מ'דערמאנט זיך פרישע פערזענליכע איבערלעבענישן ווי דער צדיק האט איינעם געשלעפט ביים גארטל פון אנדערן עק וועלט, און ווי ער האט איבערגעגעבן גענויע קאמוניקאציעס מיט'ן הימלישן "שר של אש". און ממש אזוי, די מעשיות זענען אן אומאויסשעפבארן קוואל, און וואס א יאר עס גייט פארביי ווערן די דערציילונגען נישט נאר מער בכמות, נאר אויך באיכות – פיל מער בעל-שמ'סקעדיג און הימליש.

אבער נישט די דאזיגע נקודה בין איך דא אויסן. איך בין געווען בערך 7 יאר אלט ווען דער ריבניצער איז נפטר געווארן, און דורכאויס די יארן פון מיין לעבן האב איך מיטגעהאלטן ווי זיין לעגענדע איז געוואקסן צו אומגעהויערע מאָסן. כ'ווייס וועגן דעם ריבניצער גארנישט חוץ די מעשיות וואס מ'דערציילט וועגן אים. קיין ספרים האט ער נישט געשריבן, קיין דרשות אדער שיעורים זיינע זענען נישט רעקארדירט, בלייבט מיר איבער אים אפצושאצן לויט די מעשיות.

לייען איך א מעשה, דוכט זיך אין דער "מעלות" אויסגאבע, אז ווען עס האט דעם ריבניצער אמאל געפעלט מנין אין שטיבל האט ער אריינגערופן איינעם פון דער גאס, א פארשוין וועלכער האט אויסגעזען ווי א גוי, און אים מצרף געווען צו מנין. יענער האט קענטיג נישט געהאט די מינדעסטע אנונג וואס מ'דארף טון אין א ביהמ"ד, און קיין סידור האט ער נישט געקענט עפענען. דער ריבניצער האט אים זאגאר געגעבן אן עליה לתורה, און היות יענער האט נישט געהאט קיין מושג וואס צו טון, און אוודאי האט ער נישט געוואוסט וויאזוי צו מאכן א ברכה, האט דער ריבניצער געזאגט די ברכות אנשטאט יענעם. נאכ'ן דאווענען איז יענער זיך געגאנגען זיין וועג, און דער ריבניצער האט געגעבן אנצוהערן אז דאס איז געווען אליהו הנביא – אדער אפשר אברהם אבינו, כ'געדענק שוין נישט גענוי. אן אנדערע מעשה'לע וואס איז געווארן פאפולער אין די לעצטע וואכן דערציילט ווי דער ריבניצער האט איינעם געראטעוועט פון א סכנה דורך פארהאנדלען אין די הימלען דירעקט מיט'ן "שר של אש".

אויב זאל איך גלייבן די דערציילונגען, שטייען פאר מיר צוויי ברירות: אדער איז דער ריבניצער געווען א הימל מענטש וועלכער האט אויף אן אמת געזען מלאכים ושרפים, אדער איז ער געווען א סקיצאפרענישער חולה וועלכער האט געזען און געהערט וואס געזונטע מענטשן זעען און הערן נאר אין חלום. נישטא קיין ברירה ערגעץ אינצווישן – אדער אהער אדער אהין.

אזא דילעמא ווערט גענוצט דורך דעם קריסטליכן שרייבער סי-עס לואיס אלס אן עמאציאנעלע טענה לטובת די געטליכקייט פון דעם אותו האיש. רעדנדיג צו מענטשן וואס האבן געזען דעם קריסטליכן משיח ווי א געוואלדיגער מאראלישער רבי, אבער האבן געהאט צווייפלען אין זיין געטליכקייט, האט לואיס גע'טענה'ט אז פלגינן דיבורא ארבעט נישט דא.

דער אותו האיש, דער זעלבער וועלכער האט געזאגט די אלע געוואלדיגע מאראלישע דברי מוסר אין וועלכע זיי ווילן יא גלייבן, האט אליין געזאגט אז ער איז דער זון פון גאט. טא, קען מען נישט בלויז אננעמען זיינע מאראלישע לערעס, און אפווארפן דאס וואס ער האט געזאגט איבער זיין געטליכקייט. ווייל אדער איז ער באמת געווען דער זון פון גאט – וואס דאן דארף מען אלעס אננעמען, אדער איז ער געווען א משוגענער וועלכער האט זיך אזוי איינגערעדט, אדער איז ער געווען א שקרן און שווינדלער – וואס דאן קען מען פון אים גארנישט מקבל זיין. פאר אונז אידן איז זייער גרינג צו זאגן אז דער אותו האיש איז געווען א משוגענער אדער א שקרן, אבער פאר איינעם וואס איז אויפגעוואקסן ווי א קריסט איז אזא דילעמא אן ערנסטער נסיון, ווייל ס'איז אים שווער אינגאנצן אוועקצומאכן דעם משיח זיינעם.

איך זע מיך אין אן ענליכער פאזיציע בנוגע – להבדיל – דער ריבניצער. אויב האב איך א ספק אויף א מענטש צי ער זעט אין די הימלען אדער ליידט אויף א גייסטישער מחלה, וועל איך גיין צו דאס וואס איך ווייס. א מענטש וואס פליט אין די הימלען האב איך אין מיין לעבן נאך נישט געזען; משוגעים האב איך שוין געזען אסאך. צו זאגן אז ס'איז דא אזא זאך אז מענטשן זעען אין די הימלען איז א היבשער שפרינג, און איך דארף א באווייז דערויף; אז עס זענען דא משוגעים האב איך גענוג באווייזן. אלזא, אויב זאל איך אננעמען אז די מעשיות אויפ'ן ריבניצער זענען אמת און איך וויל זיין א לאגישער מענטש, האב איך לכאורה נישט קיין ברירה, און כ'וועל מוזן אננעמען אז ער איז נעבעך געווען א חולה מסוכן.

אבער כ'האב נאך אן אפציע, דאס איז נישט צו גלייבן די מעשיות. פונקט ווי משוגעים, האב איך שוין אויך גענוג שקרנים און בעלי דמיון געזען אין מיין לעבן. און אויב האב איך צוויי לאגישע טעאריעס, אפשטעמלען דעם ריבניצער ווי א חולה אדער אננעמען אז דער בעל מספר איז א בעל דמיון, איז מיר טאקע מער ניחא צו גיין מיט דער לעצטער טעאריע.

עכ"פ בלייבן מיר מיט דעם אז די מעשה'לעך זענען לכאורה א געמיש פון שקר, דמיון, פארדרייטע זכרונות, און "ווישפול טינקינג". דאס איז מיר בעסער און באקוועמער ווי אננעמען אז דער ריבניצער איז געווען א חולה, אבער עס לאזט מיר איבער מיט א ליידיגן חלל איבער דער פערזענליכקייט וואס ווערט אלץ מער און מער פאפולער.

ווער און וואס איז ער געווען, דער ריבניצער? אויב זאל איך אוועקמאכן די מעשה'לעך וועלכע ווערן דערציילט אויפ'ן סאטמארער רבי'ן, בלייב איך כאטש מיט א תורה שלימה; מיט'ן רבי'ן רבי אלימלך, בלייב איך נאך מיט זיין "נועם אלימלך". אז כ'זאל איגנארירן דעם "שבחי בעל שם", בלייב איך נאך מיט צענדליגער שיטות און הדרכות פונעם בעל שם טוב פארשפרייט אין די ספרים פון זיינע תלמידים און זייערע ווייטערדיגע לערעס. אבער ביים ריבניצער, מיט וואס בלייב איך? אן קיין שום גייסטישע מורשה, איז דאך זיין גאנצער לעגענדע נאר די מעשה'לעך, און אז די מעשה'לעך זענען נישט אננעמבאר איז גארנישט דא.
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 12:36 am#389194
איך ווייס אדער נישט, פארוואס מוז זיין אדער ''אלע'' מעשיות אמת, אדער ''אלע'' מעשיות שקר?
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 12:42 am#389195
שכוח העניך פאר אזא שיינע ארטיקל, יעדעס ווארט איז צום באלעקן, אזויווי אייביג.

יעצט צום ענין. אמת, ס'האט נישט קיין פשט צו גלייבן די הימלישע מעשיות ספעציעל די וואס ווערן נתפרסם צוואנציג יאר נאך זיין פטירה. ס'זענען אבער דא אסאך סיפורים וואס מ'האט געוויסט נאך בחיים חיותו איבער די מסירות נפש וואס ער האט געהאט אינטער די קאמוניסטן, מזכה צו זיין אידן מיט כשר פלייש און צו מאכן ברית'ן ועוד. אויך איבער זיינע אויסטערלישע סיגופים וואס ער האט געטון זיך מצער צו זיין על גלות השכינה, דאס זענען אלטע באקאנטע מעשיות, נישט פון היינט. די מופתים וואס דרייען זיך ארום די מעשיות, וויאזוי ער האט באוויזן מקיים צו זיין די מצוות, איז אירעלעווענט און דאס קען מען איגנארירן.
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 12:45 am#389196
און אויף ר' זושא האסטו אויך ספקות? די מעסט צדיקים לויט זייערע ספרים אדער שיטות? ריבניצער רבי איז געווען א הייליג יוד, כזאג נישט אז ער האט געהאט א שיעור מיט אליהו הנביא און אחיה השילוני, נאך אלטס איז ער געווען א צדיק פון א יוד, עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אזעכע שענדליכע ווערטער פון דיר אויף אזא אדם גדול...
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 12:47 am#389197
Re: מיין פראבלעם מיט'ן ריבניצער
געוואלדיג האט געשריבן:איך ווייס אדער נישט, פארוואס מוז זיין אדער ''אלע'' מעשיות אמת, אדער ''אלע'' מעשיות שקר?
ווייל ס'נישטא פון עם איין גראדע מעשה וואס זאל מאכן סענס.
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 12:47 am#389198
ווייל ניינציג פראצענט פון די מעשיות וועלכע ווערן דערציילט זענען הימלישע מעשיות, און אז די אלע מעשיות פאלן אוועק בלייבט נישט איבער קיין חתיכה הראויה להתכבד צו קענען בויען א פראפיל אויף דעם מענטש. און אפילו אז יא, איז נישט לאגיש צו גלייבן סיי וואס אויב ס'איז קלאר אז אזויפיל שקרים און דמיונות ווערן דערציילט בשייכות מיט דעם ריבניצער.
____________
שמעון וואלף האקט
די אלע זאכן, מסירת נפש פאר חוקים פון דער תורה, דארפן קומען באגלייט מיט אנדערע זאכן, ווי טון חסד פאר אנדערע מענטשן, אדער עכ"פ עפעס א מהלך החיים, א שיטה אין אידישקייט. אדרבה, ווייז אן איין אנגענומענער צדיק אין אונזער היסטאריע וואס אלעס וואס מ'דערציילט אויף אים איז מסירת נפש פאר די חוקים פון דער תורה.

בנוסף צו דעם קומט צו דער פאקט אז מאיזה סיבה, אפשר צוליב זיין מאדנע הנהגה, אדער אפשר צוליב מאדנע שטוב-מענטשן, האט זיך געמאכט אז מענטשן האבן ליב צו דערציילן איבערטריבענע זאכן איבער דעם ריבניצער. פארוואס זאל איך גלייבן אז ער האט געבראכן אייז פאר מקוה, ווען דער זעלבער מספר זאגט אויך אז דער ריבניצער האט געמאכט אז א קאר אָן א מאטאר זאל פארן?
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 12:51 am#389199
סמבטיון האט געשריבן:און אויף ר' זושא האסטו אויך ספקות? די מעסט צדיקים לויט זייערע ספרים אדער שיטות?

פון רבי'ן ר' זושא ווייס איך גראדע נישט קיין מופתים, נאר שיינע הארציגע פאלקסישע דערציילונגען וואס דערווארעמען א אידיש הארץ.

סמבטיון האט געשריבן:ריבניצער רבי איז געווען א הייליג יוד, כזאג נישט אז ער האט געהאט א שיעור מיט אליהו הנביא און אחיה השילוני, נאך אלטס איז ער געווען א צדיק פון א יוד, עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אזעכע שענדליכע ווערטער פון דיר אויף אזא אדם גדול...

שענדליכע ווערטער? חלילה. מיין ארטיקל גיט דיר איבער מיין גאנצן מהלך המחשבה, train of thought, אין ענגליש. מיין מסקנא איז אז כ'קען נישט קיין סאך וויסן איבער דעם ריבניצער. אוודאי איז יתכן אז ער איז געווען א הייליגער איד (מסתמא טאקע אזוי) - אבער כ'ווייס נישט, און ס'איז גארנישט דא וואס בארעכטיגט דאס מאכן אזא אויסנאמליכן עסק פון אים.
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 1:27 am#389200
העניך הימלישע מעשיות האט מען שוין געוויסט בחיים חיותו ווער עס האט צוגעלייגט אן אויער צוהערן.

בפרט דאס קינדער פארטיילונג איז געווען פלאי פלאות, די מעשה פון הרב אלימלך גלאנץ און הרב גרינוולד פון די גראסערי איז ברייט באקאנט.

די מעשה מיט שר של אש דרייט זיך א רעקארדירונג ווי די בעל במעשה ר' מענדל זיידענפעלד פארציילט דאס גענוי מיט די פרטים, אפילו איך זאל אננעמען אז א חלק איז דמיון און א חלק איז מוגזם איז עס צו דיטעל און נאך אלס הפלא ופלא.
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 1:30 am#389201
Re: מיין פראבלעם מיט'ן ריבניצער
אז ער איז געווען א מסירת נפש איד איז שוין געווען באקאנט ביים לעבן. פאר די אלע מופתים קען (דארף) מען פרעגן דער בעל העובדה אליין. עפ''ר לעבן זיי נאך סאו מען קען וועריפייען ווער איז נארמאל און ווער דימיון'ט אוועק.

Sent from my XT1096 using Tapatalk
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 2:10 am#389202
Re: מיין פראבלעם מיט'ן ריבניצער
גראף האט געשריבן:אז ער איז געווען א מסירת נפש איד איז שוין געווען באקאנט ביים לעבן. פאר די אלע מופתים קען (דארף) מען פרעגן דער בעל העובדה אליין. עפ''ר לעבן זיי נאך סאו מען קען וועריפייען ווער איז נארמאל און ווער דימיון'ט אוועק.

Sent from my XT1096 using Tapatalk
רוב מאל העלפט נישט אפילו ווען מ'פרעגט דעם בעל העובדא אליינס, ווייל זיי אליין דמיונן ביגטיים, פרוביר צו רעדן מיט ליובאוויטשע חסידים, און איך רעד נישט יעצט פון משיח'סטן אדער סתם משוגעים, נאר פון היפש נארמאלע מענטשן וואס פירן אן ביזנעסער, וועלן דיר דערציילען ווי זיי האבן געזען דעם רבין בהקיץ ממש, כ'האב שוין אליין געהערט דערפון, און ביי יעדע רבי איז די זעלבע, די חלומות וואס מ'פארציילט איז אנבעליוועיבל, און די חידוש איז אז קיינמאל געשעהט עס נישט ביי מיר, ס'מוז זיין אז דע מענטשן וואס דערציילען עס, שפירן עפעס א מין פאנטאזירטע כבוד וואס דריקט זיי צו באקן אזעלעכע מעשיות.
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 2:16 am#389203
העניך האט געשריבן:כ'ווייס וועגן דעם ריבניצער גארנישט חוץ די מעשיות וואס מ'דערציילט וועגן אים. קיין ספרים האט ער נישט געשריבן, קיין דרשות אדער שיעורים זיינע זענען נישט רעקארדירט, בלייבט מיר איבער אים אפצושאצן לויט די מעשיות.

.

m https://m.youtube.com/watch?v=T0t5hj6u5 ... l=en&gl=US m
אפשר דאס קען אביסל העלפן, אביסל רעגיולאר הלוך ילך, מאכט גראדע א רושם פון זייער א נארמאלע down to earth מענטש.
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 3:03 am#389204
די מעשה מיט זיידינפעלד איז בכלל נישט קיין נייעס , כהאב עס שוין געהערט יארן צוריק , אסאך מענטשן געדענקן דאס און נאך צענדליגע אפענע זאכן וואס מען האט געזען ביים הייליגן ריבניצער, סנאריש צו ברענגן א ראי' פון דעם אז מהאט נישט געוויסט בחייו פון דעם , כידוע האט ער געהאט גאר א קליינע עולם וואס האט זיך געדרייט ביי אים
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 3:51 am#389205
אויערבאך האט געשריבן:די מעשה מיט זיידינפעלד איז בכלל נישט קיין נייעס , כהאב עס שוין געהערט יארן צוריק , אסאך מענטשן געדענקן דאס און נאך צענדליגע אפענע זאכן וואס מען האט געזען ביים הייליגן ריבניצער, סנאריש צו ברענגן א ראי' פון דעם אז מהאט נישט געוויסט בחייו פון דעם , כידוע האט ער געהאט גאר א קליינע עולם וואס האט זיך געדרייט ביי אים


ווען ער איז געוועהן געזונט האט ער געהאט א ריזיגער עולם, מיין טאטע איז געוועהן א גבאי און פון זיינע נאנטסטע מענטשען, ער איז געוועהן מיינע עלטערנס שדכן און מסדר קידושין, מיין מאמעס טאטע איז געוועהן פון זיינע גאר נאנטע מענטשען אין רוסלאנד. מיין טאטע פארציילט אז אין בארא פארק ווען ער איז אנגעקומען פון אר״י איז געוועהן ליינס פון הונדעטער מענטשען אריינצוגיין צו אים, מהאט זיך געשטיפט און געהרגט אריינצוגיין צו אים, נאר ווען ער איז קראנק געווארן איז געוועהן א קליינע עולם.אפגערעדט אין ארץ ישראל, מיין טאטע זאגט מיר אז די תקופה ווען ער איז געוועהן אין סנהדרי-מורחבת אין ירושלים איז מען געקומען צולויפן פון די גאנצע לאנד צו אים, מהאט דעמאלטס געשמוסט אז א ״וואונדער-ראבינער״ איז געקומען פון רוסלאנד.

מיין אפיניען:
די ריבניצער איז געוועהן א אינטערסאנטע וויואלע מענטש. א בעל מופת? כ׳וועל עס גלייבן ווען איך אליינס וועל זוכה זיין עס צו זעהן, דערווייל זענען אלע מופתים געשעהן פונקט פאר איך בין געבוירן געווארן. ווער מאכט היינט מופתים? איך וויל עס אליינס בייגעוואינען און נאכדעם וועל איך אפשר גלייבן דערינען.
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 4:27 am#389206
איינע פון די אינטערסאנטע מעשיות פארציילט מיר מיין פאטער, ער איז אמאל געזיצן אין א בעיסמענט אין בארא פארק, א מוצאי שבת און ער האט געוואלט בענטשען מיט א מנין סאיז נאר געוועהן דארט 9 מענטשען מיין טאטע האט געוואלט ארויסגיין אין גאס קוקן צו ער קען אריינרופן איינעם, און דער ריביניצער האט זיך אנגערופן גיי נישט א קארפאטישע איד איז אויפן וועג. אפאר מינוט שפעטער הערט מען ווי איינער קומט אראפ די שטיגן צוגיין צום בעיסמעינט און ער רופט זיך אן הויך ״ר׳ אלי׳ פון הארינטש איז דא״

נאך פאר מהאט געקענט זעהן ווער סאיז אריינגעקומען, ווען ער איז נאך אראפ די שטיגן

און ר׳ אלי דאווידאוויטש איז אריינגעקומען.... פון ווי האט ער געוואוסט??? ער האט פונקט צוגעטראפן? אפשר האט ער געקענט דערקענען לויט די קולות פון די סטעפס ווער ס׳קומט אראפ?


ר׳ אלי׳ דאווידאוויטש איז געוועהן פון זיינע נאנטע חסידים אין רוסלאנד. געשטאמט פון ווזיניצער חסידים. נאכן קריג האט ער געוואוינט אין קארפאטן אוקריינע. ער איז ארויסגעקומען אין די ענדע זעכציגער יאהרן צוזאמען מיט מיין זיידע. ער איז געוועהן מיין עלטער פעטער. ער איז געוועהן ר׳ משה טובי׳ גרינצווייג ז״ל שווער בזיווג שני, און שווער פון הרה״ח ר׳ נחום דאנצינגער ע״ה מחסידי סאטמאר, און שווער פון הרה״ח ר׳ חיים פריעדמאן מחשובי חסידי סאטמאר מהר״א און טאטע פון הרה״ח ר׳ ישראל דאווידאוויטש מחשובי חסידי מאנסי-וויזניץ במאנטריאל.
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 5:08 am#389207
Re: מיין פראבלעם מיט'ן ריבניצער
ייש"כ פאר דיין אויסשרייבען דיין הרגשות אין דער ענין. א צווייטע וואלט שוין געכאפט א ריזיגע פארציע פאר׳ן זיך אזוי מסתפק זיין אין מוסכמות......

למעשה איז עס ברייט באקאנט אז די שטוב מענטשען פון דער ריבניצער זענען געווען געפערליכע מענטשען. רמי קאהן ווייסט צו פארציילען אז דער ריבניצער האט זיך געבעטען ביי איהם "ראטעווע מיר". דאס איז נאך בחיים חיותו געווען באקאנט.
איך האב געהערט פון מענטשען אז ווען ער איז ערשט אנגעקומען אין אמעריקא, איז מען געשטאנען אין רייע און זיך געשטופט און געהרג׳ט אריינצוגייען. נאך א קורצע פאר מאנאטען האט זיך עס אויפגעהערט. פארוואס? ווייל ס׳האט זיך גלייך צוגעטשעפעט א פאר ליידיגייערס און געלט רייסערס און מ׳האט זיך שוין גע׳עקעלט דערפון.
ווידער פון רוסלאנד הערט מען פיהל ווייניגער מופתים און פיהל מער נארמאלע מעשה׳ס.
לכאורה איז די מסקנא פשוט.

דער אמת איז אבער, אז די גאנצע זאך מאכט גענצליך נישט אויס. ווען ער האט דען א שיטה איבערגעגעבען, איז עס וויכטיג צו וויסען די הכרעה צווישען דיין צוויי צדדים. יעצט אבער, וועמען דארף עס אנגייען? איז יא איז נישט, וואס פארא נ"מ איז עס צו אונז? מוסדות ריבניץ אדער זיי עגזיסטירען אדער זיי עגזיסטירען נישט, און זייער מעלות צו חסרונות האט גארנישט צוטוהן מיט זיין פערזאנאליטעט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 5:36 am#389208
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ייש"כ פאר דיין אויסשרייבען דיין הרגשות אין דער ענין. א צווייטע וואלט שוין געכאפט א ריזיגע פארציע פאר׳ן זיך אזוי מסתפק זיין אין מוסכמות......

למעשה איז עס ברייט באקאנט אז די שטוב מענטשען פון דער ריבניצער זענען געווען געפערליכע מענטשען. רמי קאהן ווייסט צו פארציילען אז דער ריבניצער האט זיך געבעטען ביי איהם "ראטעווע מיר". דאס איז נאך בחיים חיותו געווען באקאנט.
איך האב געהערט פון מענטשען אז ווען ער איז ערשט אנגעקומען אין אמעריקא, איז מען געשטאנען אין רייע און זיך געשטופט און געהרג׳ט אריינצוגייען. נאך א קורצע פאר מאנאטען האט זיך עס אויפגעהערט. פארוואס? ווייל ס׳האט זיך גלייך צוגעטשעפעט א פאר ליידיגייערס און געלט רייסערס און מ׳האט זיך שוין גע׳עקעלט דערפון.
ווידער פון רוסלאנד הערט מען פיהל ווייניגער מופתים און פיהל מער נארמאלע מעשה׳ס.
לכאורה איז די מסקנא פשוט.

דער אמת איז אבער, אז די גאנצע זאך מאכט גענצליך נישט אויס. ווען ער האט דען א שיטה איבערגעגעבען, איז עס וויכטיג צו וויסען די הכרעה צווישען דיין צוויי צדדים. יעצט אבער, וועמען דארף עס אנגייען? איז יא איז נישט, וואס פארא נ"מ איז עס צו אונז? מוסדות ריבניץ אדער זיי עגזיסטירען אדער זיי עגזיסטירען נישט, און זייער מעלות צו חסרונות האט גארנישט צוטוהן מיט זיין פערזאנאליטעט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


מיין טאטע איז געוועהן זיין גבאי אין ארץ ישראל, דא אין אמעריקא איז ער געוועהן נאנט מיט אים אבער ער האט זיך אפגעשאקעלט פון די גבאות-שאפט ער האט אים אפאר מאל געבעטן ער זאל צוריק קומען ווייל ער קען עס נישט אויסהאלטן.

גראדע ביסטו נישט גערעכט, פון רוסלאנד איז דא פונקט אוזיפיל מעשיות, די אלע רויסישע און קארפאטישע אידן האבן פארציילט אותות ומפותים אויף אים. נישט אז ס׳מאכט עס אמת. נאר ביסט פשוט נישט גערעכט. מיין זיידע האט געשריבן פאר די משפחה מאגאזין אדער די השבוע (כ׳געדענק נישט וועלכע) אכט בלעטער מיט מופתים פון רוסלאנד.

הער אויס פון אזויפיל טויזענטער מענטשען וואס זענען געקומען בעטן א ברכה פון אים, דארף נאר אפילו א קליינע פראצענט געלונגען אז מזאל ווערן א ״פועל ישיעות״ ווייל די מעשיות וואס געלונגט נישט פארציילט מען דאך נישט איבער קיינמאל.

קום איך וועל ענק פארציילן א מוראדיגע מופות

א מענטש איז געוועהן א בלוטיגע ארימאן, ער איז געוועהן אובד עצות, איז ער אריין אין געשעפט און געקויפט א לאטערי און ער האט געוואונען.

אבער פון די אנדערע זייט יעדע וואך קויפן מיליאנען מענטשען די לאטערי און געוואונען נישט. אבער פונקט אייביג טרעפט איינער אן די ריכטיגע נומערן, אסאך מאל קיינער נישט, און אסאך מאל איז דא צוויי אדער דריי געווינער.

אז ער איז געוועהן אזא בעל מופת וואלט ער אליינס אויך געקענט האבן קינדער. ער האט דאך נישט זוכה געוועהן צו קיין זש״ק? פארוואס האט ער נישט געקענט פועלן ביי די מלאכים אין הימל מיטן וועמען ער פלעגט רעדן אז זיי זאלן אים עפעס ערלעדיגן?

איין זאך איז זיכער, ער איז געוועהן א אמתע מענטש, ער האט נישט הנאה געהאט פון קיין גשמיות, ער האט געלעבט אין די העכערע ספערן. ער האט געלעבט פאר יענעם.
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 5:37 am#389209
גראף האט געשריבן:אז ער איז געווען א מסירת נפש איד איז שוין געווען באקאנט ביים לעבן. פאר די אלע מופתים קען (דארף) מען פרעגן דער בעל העובדה אליין. עפ''ר לעבן זיי נאך סאו מען קען וועריפייען ווער איז נארמאל און ווער דימיון'ט אוועק.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

גראף: לגבי די מסירת נפש וואס ער האט געהאט מקיים צו זיין א מצווה צו שחט'ן בהמות און עופות מזכה צו זיין אידן מיט כשר פלייש, אדער זיין מסירות נפש צו מל'ן אידישע קינדער. דאס לייגט זיך אויפ'ן שכל און איז בגדר גלייבבאר. אבער לגבי די אלע לעגענדעס פון מופתים וועלכע האבן זיך ארומגעדרייט און דרייען זיך נאכאלץ ארום איהם, קענמען ראציאנאליזירן א יעדע איינציגע זאך. (פי' ס'האט געקענט פונקט אזוי געשעהן בדרך הטבע און צופאל.). און א סאך פון אט די מעשיות זענען הוילע פאנטאזיעס פון די מענטשן ארום איהם, וועלכע ווילן גלייבן.

אדרבה. איך ווייס א מעשה פון איינעם א פארשוין וועלכער איז געווען ביי איהם זיך מזכיר זיין. און איך האב דערווארט אז ער זאלל דערקענען דעם מהות פון יענעם. לויט די רוח הקודש לעגענדעס וועלכע האבן זיך געדרייט ארום איהם. און ער האט נישט דערקענט יענעם'ס מהות. ווייל אויב יא, וואלט ער געדארפט יענעם אנ'שייגעצ'ן און ארויסטרייבן פון זיין שטוב. ווען דאס וואלט געשעהן וואלט איך געגלייבט אז ער האט רוח הקודש. אזוי ווי כ'האב געליינט כמה סיפורי צדיקים, ווי ביי ר' מאיר מ'פרימישלאן און אנדערע...!

אויך די מופתים, קענמען רוב פון זיי ערקלערן עפ"י דרך הטבע. למשל, איך ווייס א מעשה וועלכע איך האב אליינס מיטגעהאלטן. ביי א סאך א קלענער'ן און ווייניגער מופרסם'דיגן רבי'ן. וואס ער האט געראטעוועט איינעם'ס לעבן. ויהי היום. און די רבי זאגט פאר מיר..."גיי רוף יענעם מענטש. ער זאלל שוין קומען".... איך האב באמערקט ווי יענער פארשוין האלט ביי אריבערגיין די גאס. אבער ר'איז געווען זייער שטארק פארחלומ'ט. שריי איך צו איהם..."די רבי רופט דיך. ער זאגט דו זאלסט שוין גיין"...! די רגע וואס יענער האט זיך צוריקגעדרייט איז געקומען א קאר צו פליען זייער שנעלל וואס אויב ער וואלט אריבערגעגאנגען די גאס וואלט ער ח"ו שוין נישט געווען לעבעדיג...! רבותיי. איך בעט ענק עטץ זאלטץ נישט לאכן...! איך האב עס נאר געברענגט אלס משל וויאזוי א מענטשנ'ס דמיון ארבעט. און אז מ'ווילל קענמען אלעס אריינטייטשן אלס מופת און רוח הקודש...!
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 6:02 am#389210
עוד באותו ענין: כ'האב געזעהן א קליפ פון ריבניצער רבי'ן ווען ער האט געוואוינט אין לאס אנדזשעלעס. דארט איז געווען אן אפענע שטוב און כל מיני פארשוינען האבן זיך געדרייט. איינער האט סתם אזוי געזונגען. א צווייטער האט געשפיעלט אויף א גיטאר. עטליכע זענען געזיצן ארום דעם טיש און געשמועסט און סתם אזוי פארברענגט. און די רבי איז געזיצן אויבן אן און געשמייכלט. מ'האט געזעהן אויף זיין פנים די קורת רוח אז ער איז צופרידן אז אידן זענען פרייליך. אבער זיינע גבאים האבן געשמועסט אז דאס איז נישט קיין תכלית. ווייל סאיז נישטא קיין געלט. האט מען מחליט געווען איהם אריבערצוברענגען קין ניו יארק. און מ'האט געשטעלט פעסטע שומרים ביים טיר. און זיי האבן געמאכט גרויסע שוועריגקייטן צו צו קומען צום רבי. נאר אויב מ'צאלט זיי גרויס געלט. איך ווייס פון א פאלל וואס מ'איז געקומען מזכיר זיין א חולה. (איך בין דארט געווען) אין די תקופה וואס די רבי האט געואוינט אין סי-געיט. און די גבאים און שטוב מענטשן האבן נישט אריינגעלאזט די בחורים וועלכע זענען געקומען. איך האב אונטערגעהערט ווי זיי (די גבאים) זאגן צווישן זיך. אז שפעטער וועט קומען דער זון פון יענעם מענטש וועלכער איז א גרויסער עושר. דאמאלס וועט מען אריינלאזן...וד"ל...!
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 6:16 am#389213
Re: מיין פראבלעם מיט'ן ריבניצער
רוב דער ריבניצער׳ס מעשה׳ס קען מען נישט ראציאנאליזירען.

למעשה אבער, טאמער מ׳גלויבט די מופתים, איז דער מסירות נפש גאנץ שוואך. ער האט דאך געהאט קונצ׳ן און מעשה׳ס געקענט באארבעטען אנצוווארעמען די אייז אין טייך, ווי אויך פטור צו ווערען פונ׳ם רשעים, וואס איז דער גרויסע מסירות נפש? (איך מיין עס נישט ערנסט, אטאקיר מיר נישט).

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 7:06 am#389215
די אמונה אין רבין זכיתעליינע איז אזוי שטארק, אפילו "סיפורי צדיקים" וואס דיין טאטע/זיידע/פעטער/קאזין/מחותן, און סתם גוטע פריינט האבן אליין מיטגעלעבט, זייער פערזענליכע מעשה'עס גלייבט מען אויך נישט.
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 7:07 am#389216
די מעשה פון שר של אש, קען מען קודם נאכקוקען איו די קאורט טרענסקריפט צו די ווערטער וואס ער האט געזאגט אין קאורט - לויט ווי אזוי ער דערציילט, צו עס איז אמת, נאכדעם קען מען אריין גיין צו אלע אנדערע דיטעילס איז אמת..
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 8:43 am#389218
מען דארף נישט זיין נאריש, מעשה'לעך וואס זענען קעגען דער שכל, זענען קיינמאל נישט געשעהן. אמאהל איז דא א ראציאנאלער הסבר, נאר דער בעל העובדא איז משנה בכוונה כדי דער מופת הסבר זאל זיין דער איינציגסטער הסבר. פארשטייט זיך אז מעשיות וואס קומען אפיר שפעטער זענען מן הסתם אויסגעזויגן פין פינגער.

קיינמאל איז נישט געוועהן קיין פרוף אויף ווידעא פין שדים און אחיזת עיניים כישוף וואס מען קען נישט מסביר זיין בדרך הטבע, ווייל די זאכען געשעהן נישט.
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 10:26 am#389223
אויערבאך האט געשריבן:די מעשה מיט זיידינפעלד איז בכלל נישט קיין נייעס , כהאב עס שוין געהערט יארן צוריק , אסאך מענטשן געדענקן דאס און נאך צענדליגע אפענע זאכן וואס מען האט געזען ביים הייליגן ריבניצער, סנאריש צו ברענגן א ראי' פון דעם אז מהאט נישט געוויסט בחייו פון דעם , כידוע האט ער געהאט גאר א קליינע עולם וואס האט זיך געדרייט ביי אים


דאס איז א שטארקע טענה, ועוד אז סאציאלע מידיע איז פארהעלטניסמעסיג גאר א נייע זאך, מיין באנוץ פון וואטסעפפ איז אונטער דריי יאר אלט, זיידנפעלד האט געקענט דערציילן די געשיכטע פאר צוואנציג יאר אין א צי און עס זאל זיך נישט ארומטראגן ווייטער ווי די איינהייטליכע ריבניצער מלוה מלכה צירקלען. היינט אז עס קומט איינער און לייגט עס אויף וואטסעפפ ווערט עס די געשפרעך פון טאג ביי קינד און קייט.
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 10:30 am#389224
Re: מיין פראבלעם מיט'ן ריבניצער
או כלך לדרך זה. פארוואס איז נישט מעגליך אז ביידע זענען אמת? אפשר האט ער געהאט א צד שטות און א צד צדקות? פארוואס זענען זיי א סתירה איינער צום צווייטען?
ווען מ׳רעדט פון א תורה׳דיגי אטאריטעט, א וועג ווייזער פאר די דורות, איז עס אוממעגליך. א צודרייטער קען מען נישט טרויערען. אבער אין די פאל איז עס נישט נייטיג. זאל ער זיין ביידער אינאיינעם.

(איך נעם נישטדי שטעלונג, איך קלער נאר. באשטיינער מיר נישט)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 11:57 am#389243
Re: מיין פראבלעם מיט'ן ריבניצער
א איד וואס איז אדורך געגאנגען דעם רוסיש׳ען סוביר און האט זיך געהאלטען שטארק און נאכדערצו געבליבן כמעט ערליכע איז איז זיכער איינער א עובד.


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 2:42 pm#389450
איך פלעג דארטן זיצן טאג און נאכט. פרעגטס ענק נאך. איך האב איינגעפירט די פארן צום ציון יעדע ער״ח. כהאב געשלעפט אהין צענדליגער מענטשען.

גארנישט מיט נישט, מקען זאגן תהילים אינדערהיים אויך.
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 2:46 pm#389451
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:1) דארפסט מיר בכלל נישט גלייבן, ס'איז נישט פון די 13 אני מאמינ'ס צו גלייבן יעקב מענטש אויף קאווע שטיבל. אז מ'הערט ענליכע מעשיות פון אנדערע מענטשען הייבט אן מאכן סענס אז ס'איז יש דברים בגו, אבער איז אויסדריקליך נישט קיין חיוב פאר קיינעם ווייטער צו גלייבן, זאל דיר עס הרב שטיינמאן שליט"א אליינס זאגן!

2) דאס אז מ'איז מנדב א בנין פאר לימוד התורה איז נישט קיין נח"ר פאר די נשמה? פארוואס א מוסד וואס איז מרביץ תורה, אדער טוט עפעס א חסד, איז נישט די זעלבע?
עפעס פארשטיי איך נישט וואס דו זאגסט


וואס האט עס מיט איהם? דער מענטש וואס האט מנדב געווען א בנין האט דער זכות פון דער בנין, און דער זכות קען איהם מעגליך העלפען אין עוה"ז. און ווען ער גיבט דער געלט פאר א מוסד על שם א צווייטען, נאר ער זאגט אז ער טוט עס לזכר נשמת דער ריבניצער איז עס דער זעלבע זאך?

יעצט כאפ איך ווי דו ציהלסט!

אוודאי איז דער געדאנק אז מ'טוט א טובה פאר די נשמה, און איז לכאורה קיין נפק"מ צו מ'גיבט דאס פאר א מוסד ע"ש אדער איך געב פריוואט פאר א משולח געלט, אבער וואס ווייס איך...

נישט דאס איז געוען די נקודה פון די מעשה וואס איך האב געברענגט פריער.
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 2:49 pm#389452
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז א צדיק קען ווייזען מופתים, נו נו. אז מ׳נעמט אן תפלות ביי זיין קבר, אויך נו נו. אבער מוסדות על שמו?! איך בעט דיר, מאך זיך נישט צו נער.
איך האב ארבעט יעדער וואך צו טרעפען א מעשה פאר עפעס אן אויסגאבע און שרייבען אויף ענגליש פאר זייערע שנאדעראציע. ס׳איז פיינע ארבעט, אבער ביטע גלויב נישט אלס וואס מ׳ליינט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דאס האב איך געשריבען אין אנהייב. דער ב"ש פון מוסדות ע"ש באדערט מיר. מוסדות ויואל משה פארטרעטען נישט דער סאטמארער רב, און מוסדות דעת משה האבען נישט דער מידנעסע שייכות מיט'ן חת"ס. און ווי דער וואודרידזשער רב זאגט אויף די אלע וואס רעדען בשם צאנז "און אז צאנזער רב האט מקיים געווען פריה ורביה, וואס האט עס יעצט מיט איהם?"

דער ריבניצער רבי קען אדער קען נישט עפעס ווייזען. אבער צו 'מוסדות על שמו' האט עס נישט.
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 2:52 pm#389453
איך מיין אז איך האב עס שוין אמאל פארציילט דא אויף קאווע שטיבל. אויב יא. טוט'ס א גמ"ח און הערטס עס אויס נאכאמאל. וה' הטוב יכפר.

אין אן ענליכע בחינה ווי דער..."מופת"... פון דעם קעיס פו קי-ספען און די מיטערס...!
ובכן: איך האב אמאל געפיהרט די בחורים מיט א ווען צוריק צו די ישיבה פאר מתמידים. ערגעץ אויפ'ן וועג איז געווען א צובראכענע טרעפיק לייט. ס'האטציך אמאל יא געטוישט. און אמאל נישט. איך האב מחליט געווען זיך אדורכצוגליטשן. אדורכפארנדיג האביך באמערקט א פאליס איז געשטאנען אויף די זייט.איך האב מיך גלייך אפגעשטעלט. דער פאליסמאן פרעגט מיך פארוואס איך בין נישט צוגעבינדן מיט'ן סיעט בעלט. האביך איהם געענטפערט אז איך האב געדארפט ארויסנעמען די לייסנס פון מיין טאש. ענטפערט ער מיר ליצנות'דיג...."פארדעים האט קיינער נישט קיין סיעט בעלט"...?!. אויף די סיעט בעלט האט ער מוחל געווען. אבער פאר די רעד לייט האט ער מיר געגעבן א טיקעט. איך האב געזאגט א קפיטל תהילים...! ס'איז געקומען דער טאג פון קאורט. איך קום אן אין טרעפיק קאורט. נעבן מיר שטעלט זיך אוועק דער פאליס. דער דרך איז אז דער פאליסמאן רעדט צו ערשט. זאגט ער פאר'ן דזשאדזש אז ער געדענקט נישט אז ער האט מיר געגעבן א טיקעט. האט איהם דער דזשאדזש געגעבן דעם טיקעט אין די הענט. זאגט ער אז ער קען זיך נאכאלץ נישט דערמאנען. יא. פארגעסן צו זאגן אז ווען דער פאליס האט געזאגט אז ער געדענקט נישט אז ער זאלל האבן פאר מיר געגעבן א טיקעט האט איהם דער דזשאדזש געזאגט אז ער זאלל קוקן אין זיינע נאוטס. זאגט ער אז ער האט פארגעסן מיט צוברענגען זיין נאוטבוק. מ'האט געזעהן בחוש אז דער פאליס וויל מיך נישט באשולדיגן. דער דזשאדזש האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה ווי דיסמיססן דעם טיקעט. נאט אייך א מופת. פון באשעפער...איך וועלל זאגן ווי דער נאאיווער חסיד האט געזאגט. אז ער האט געוואוסט אז די רבי קען באווייזן א מופת. אבער אז דער באשעפער קען אויכעט באווייזן א מופת. דאס האט ער נישט געוואוסט...!
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 6:53 pm#389554
שבת אחים האט געשריבן:יעקב מענטש
איך וויל דיר נאר זאגן איין זאך.

ווייסט ווער ס׳האט אנגעהויבן פארן צום ריבניצער׳ס קבר יעדע ער״ח?

אני הקטן.
סאיז נישט געוועהן קיין מנין דארט ווען איך האב עס אנגעפאנגען. איך האב געגעבן א נאמען נאך אים איך האב א בחור וואס הייסט ״חיים זאנוויל״ איך האב געשריבן א ס״ת נאך אים. איך האב געגעבן צענדליגער טויזנטער דאללערן פאר זיין מוסדות.

וואס איך האב געבעטן ביי זיין קבר איז געשעהן פונקט פארקערט...!

סאיז שטותים מיט הבלים די גאנצע זאך...


איך קען א וויזניצער איד ער איז יאהרן לאנג געוועהן א משגיח אין ישיבה און שפעטער איז ער געוועהן א מגיד שיעור פאר יאהרן לאנג זיין נאמען איז ר׳ יצחק ש.

סאיז אים געבוירן א קראנקע קינד. דעמאלטס איז די ריבניצער געוועהן זייער פאפיולער אלץ א גרויסער ״בעל מופות״ איז ער אריבער צו צאדיק און געוויינט אז סאיז ביטער, האט דער ריבניצער געזאגט

גיי אהיים און זאג פאר די דאקטורים אז דאס קינד איז געזונט, זאלסט מיך רופן צו איר חתונה....

די קינד איז געבליבן קראנק פאר 30 יאהר ביז זי איז ליידער געשטארבן... חתונה? וואס חתונה?

זי איז קיינמאל נישט געזונט געווארן און קיינמאל נישט חתונה געהאט...

אותות ומפתים באדמת בני חם... אלעס איז שטותים מיט הבלים. ווער סגלייבט אין דעם איז סתם ״איינגערעדט״ נישטא גארנישט אינטער דעם.



איך וויל נישט קיינער זאל מיינען אז איך מאך חלילה אוועק דעם ריבניצער רבי זצ״ל, אבסולוט נישט! מי אנוכי? ווער בין איך בכלל אים אוועקצומאכן? איך האלט אז ער איז געוועהן א אמתע וואוילע מענטש, א צדיק, א איד וואס האט געלעבט פאר אנדערע, געהאלפן און מחזק געוועהן טויזנטער אידן. זיך מוסר נפש געוועהן פאר אידן און פאר אידישקייט.

נאר וואס איך האב געזאגט איז אז איך גלייב נישט אין קיין מופתים און איך האלט נישט אז דער ריבניצער איז עפעס א אפגאט.

ער האט גארנישט געדארפט פאר זיך אלעס איז געוועהן פאר יענעם. מיין טאטע פארציילט, ער פלגעט אוועקגעבן אלע קוויטל געלט פאר די ערשטע צובראכנע איד וואס איז אריינגעקומען צו אים, אסאך מאל אין די ווערט פון שווערע צענדליגער טויזענטער׳ס...!

איך האב ח״ו נישט קיין טראפ חרטה פארן געבן א נאמען נאך אים, און פארן געבן פאר זיין מוסדות געלט. ער איז געוועהן מוראדיג נאנט צו מיין משפחה. ווען איך האב געגעבן א נאמען נאך אים, האט מיך מיינע עלטערן געזאגט נאכן ברית, האסט נישט געגעבן קיין נאמען נאך א פרעמעדע מענטש. און מיין טאטע האט מיר ״נאכאמאל״ פארציילט די מעשה וואס איך האב שוין געהערט טויזנט מאל פארדעם:

די ערשטע יאר נאך מיינע עלטערן האבן חתונה געהאט איז די ריבניצער איינגעשטאנען אין ב״פ ביי הרה״ח ר׳ איטשע וואלף הערמאן. מיינע עלטערן זענען אריין פאר פסח צום ריבניצער מיט א קוויטל. האט דער ריבניצער געפרעגט מיינע עלטערן, ווי זענען ענק אויפן סדר? ביידע פון מיינע עלטערינס עלטערן האבן געוואינט אין ארץ ישראל, מיין טאטע און מאמע האבן כמעט נישט געהאט קיין קרובים דא אין אמעריקא דעמאלטס.

מיין טאטע האט זיך אנגערופן: אונז האבן געוואלט קומען צום רבין אויפן סדר, מיר האבן געפרעגט איטשע וואלף און ער האט געזאגט אז סאיז שוין דא מעהר ווי א מנין און סאיז נישטא קיין פלאץ.

האט דער רבי אריינגערופן ר׳ איטשע וואלף

און געזאגט הלמאי לאזט איר זיי נישט אריין צום סדר? ער האט געוויזן אויף מיין טאטע און געזאגט

״ער איז מיין זוהן און זי איז מיין טאכטער״

איך האב נישט קיין חרטה פארן געבן פאר זיין מוסדות וואס איז על שמו ועל זכרו. איך האלט פון אים, און איך מאך נישט חלילה אוועק זיין עבודות הקודש, ער איז געוועהן א אמתע מענטש, א דערהויבנע איד, און געלעבט אין העכערס.
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 7:28 pm#389561
שבת אחים האט געשריבן:[

״ער איז מיין זוהן און זי איז מיין טאכטער״
ער איז געוועהן א אמתע מענטש, א דערהויבנע איד, און געלעבט אין העכערס.


דו ווילסט ארויפווארפן א שווארצע ליילעך אז ער האט געלאזט א ברודער און שוועסטער חתונה האבן...?
טאמער זענען זיי נישט באמת ברודער און שוועסטער, דאן האט ער געזאגט ליגנט?
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 7:42 pm#389563
newkave האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:[

״ער איז מיין זוהן און זי איז מיין טאכטער״
ער איז געוועהן א אמתע מענטש, א דערהויבנע איד, און געלעבט אין העכערס.


דו ווילסט ארויפווארפן א שווארצע ליילעך אז ער האט געלאזט א ברודער און שוועסטער חתונה האבן...?
טאמער זענען זיי נישט באמת ברודער און שוועסטער, דאן האט ער געזאגט ליגנט?

לויט דיר טאר א רבי נישט נעמען א תלמיד פאר זיין איידעם...
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 8:19 pm#389564
אויך, אללע אידען. מיקען נישט חאסינע האבען וואל מיר זאנען דאך ברידערת. נאר מוט גויעם. האהא
מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 10:55 pm#389583
איך ווייס נישט סאם האוו גלייב איך אויך נישט די מעשיות.
פארציילט מיר איינער אז ער האט געהערט די מעשה פון א יוד וואס איז דארט געוועהן בשעת מעשה.
א יוד א פארלעזירטער איז אריינגעקומען צום רובניצער אין זיין שטוהל ראד בעטן א ברכה און דער רבי האט אים געזאגט ער זאל זיך אויפשטעלן און זיך נעמען גיין וכך הווה געווארן אויס פארלעזירט.
לאמיך אפ אויב אזא מעשה איז אמת וואלט עס געוועהן באשריבן אין די NY TIMES נישט נאר אלץ מופת אלץ א רבי נאר סתם אז עס איז דא אזא זאך אז א פארלעזירטער קען ווערן אויס פארלעזירט און מען וואלט געקומען צו אים פון די גאנצע וועלט אן אויפהער די גרעסטע שרייבערס וואלטן געקומען קוקן אזא מענטש אלע דאקטוירים וואלטן אהין געשיקט די פארלעזירטע פאציענטן.
ר׳ יוד דאז מאכט נישט קיין סענס עס איז אלעס חלומות מיט דמיונות.
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 1:13 am#389600
newkave האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:[

״ער איז מיין זוהן און זי איז מיין טאכטער״
ער איז געוועהן א אמתע מענטש, א דערהויבנע איד, און געלעבט אין העכערס.


דו ווילסט ארויפווארפן א שווארצע ליילעך אז ער האט געלאזט א ברודער און שוועסטער חתונה האבן...?
טאמער זענען זיי נישט באמת ברודער און שוועסטער, דאן האט ער געזאגט ליגנט?


איך האב געטראכט אז עפעס א חכם גייט דעס שרייבן. ניין. סמיינט צוזאגן ״חשוב כבן ובת״, מיין מאמע איז אויפגעוואקסן אינטער קאמיוניזים אין חוסט אוקריינא ביז די זעכצען יאר אלט ווען רוסלאנד האט זיך פיינעלי געבראכן און געפענט אירע פארשפארטע טויערן און ארויסגעלאזט די אידן וואס האבן גערודערט פאר צענדליגער יארן אז מזאל זיי ארויסלאזן. זי איז געוועהן די איינציגסטע איד אין איר קלאס. מיין זיידע האט געדארפט צאלן גרויס שוחד אז זיינע קינדער זאלן נישט דארפן גיין שבת אין שולע, מיין זיידע האט געהאט א באהאלטענע שול ביי זיך אינדערהיים מיט צוויי ס״ת, מיין באבע האט געהאט א מקוה, מיין זיידע האט פארשאפט פאר אלע אידן ארום חוסט מצת אויף פסח, און אתרוגים אויף סוכות, אלע אידן האבן אים דארט געקענט, ער איז געוועהן פארבינדן מיטן ריבניצער זינט נאך די צווייטע וועלט קריג, און פאר יארן לאנג געפארן צו אים אפאר מאל א יאר.

אלע קארפאטישע רוסישע אידן וואס האבן געהאט שייכות מיט אים אין רוסלאנד וואס זענען געוועהן פרום האט ער פארעכענט ווי זיינע קינדער. ספעציעל מיינע עלטערן, ער איז געוועהן זייער שדכן און מיין טאטע איז פאר בערך א יאר צייט געוועהן זיין גבאי.
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 1:27 am#389603
הערליכע מעשיות וועגן דעם ריבניצער, בפרט פון שבת אחים. האט זיך געלוינט צו עפענען דעם אשכול צו זען אז ס'איז דא אן אמת'ע זייט צום ריבניצער, און ס'איז נישט אלעס נאר האקוס פאקוס.

אבער דער אשכול איז נאך אלץ אקטועל ווי א נקודה פאר די וואס בויען דעם ריבניצער אויף פאנטאזיעס. קוק אהער, שוין צענדליגער יאר וואס איך הער וועגן דעם ריבניצער, און אלעס וואס איך האב געהערט די אלע יארן איז געווען שטותים והבלים, וואס אויב ווארף איך דאס אלעס אוועק בלייבט גארנישט.

די אלע וואס דערציילן די אלע משוגענע מעשיות שטעלן מיך צוויי אפציעס, אדער איז דער דערציילער א פאנטאזירער אדער א שקרן, אדער איז דער ריבניצער געווען גייסטיש קראנק.

הערטס אויף די משוגעת'ן, דערציילטס ווער ער איז באמת געווען, זיין חסד, זיין אהבת הזולת, זיין מסירות נפש, זיין צדקה, וכו', און זאל די וועלט וויסן אז ס'איז געווען א הייליגער איד וואס האט זיך גערופן דער ריבניצער.
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 4:23 am#389608
העניך: ס'איז דא כמה מעשיות וואס מ'פארציילט אויף צדיקים סיי פון היינט און סיי פון די וועלכע האבן געלעבט אמאל. דער אמת , לפענ"ד , איז, אז א יעדע מעשה איבער א ברכה פון א צדיק וואס איז מקויים געווארן מוז האבן אן אחיזה אין מציאות. פאנטאסטישע, אומגלויבליכע מעשיות זענען קיינמאל נישט געווען אמת און וועללן קיינמאל נישט זיין אמת. ס'איז נאר הוילע דמיונות. ס'איז נאך קיינמאל נישט געשעהן אז א מענטש זאלל גיין אויפ'ן גאס און ס'זאלל פלוצלינג אראפפאלן א זעקל מיט גאלדענע רענדלעך. אבער וועגן עפ"י דרך הטבע ווי איינער איז געהאלפן געווארן מיט געלט וואס מ'האט איהם געברענגט די לעצטע מינוט און דאס האט איהם געראטעוועט אין זיין מצב. דאס איז זייער נאטורליך. און דאס געשעהט אפט. אלס רעזולטאט פון אן ערליכע תפילה קען דער אייבישטער אריינגעבן א מחשבה אין א מענטש אז ער זאלל גיין צו יענעם און ברענגען געלט.

פונקט אזוי איז ווען א מענטש ווערט דיאגנאזירט מיט עפעס א שווערע מחלה ר"ל. אויב וועט ער זיצן אינדערהיים מיט פארלייגטע הענט וועט ער נישט געהאלפן ווערן. נאר אויב ער טוט די ריכטיגע השתדלות פון גיין צו די ריכטיגע דאקטוירים און נעמען די ריכטיגע באהאנדלונג, קען ער האבן א האפענונג פאר א ישועה. פארשטייצעך אז א ברכה פון א צדיק קען העלפן. אבער אלעס דארף זיין מלובש בדרך הטבע. בבחינת עולם כמנהגו נוהג. די גמרא זאגט דאך עס אויך..."הרי גזל סאה חטים, וזרעה. מן הדין שלא ייצמח. אלא עולם כמנהגו נוהג"...וכו'...!

און די אלע פאבריצירטע, פאנטאסטישע מעשיות סיי פון די פריערדיגע צדיקים און סיי פון די היינטיגע צדיקים זענען נאר די רעזולטאט פון א רייכן דמיון. און די נאאיווע מענטשן וועלכע גלייבן דאס...!
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 5:36 am#389613
Re: מיין פראבלעם מיט'ן ריבניצער
העניך - פארוואס דוקא אויף דער ריבניצער? ביז ארי נוהם האט גע׳עפענט זיין אשכול, האב איך כמעט קיין איין נארמאלע מעשה געהערט אויפ׳ן בעלזער רב זצ"ל. און איך האב דארט דערמאנט אז לא עליו תלונותינו, נאר אויף די טפשות׳דיגע צוגאנג פון פארהייליגען מענטשען און זאכען אן קיין טראפ הייליגקייט. נישט אז דער עכטע מענט האט נישט געהאט קיין הייליגקייט, נאר דער פאנטאסטישע מענטש אין וואס זיי גלויבען האט נישט קיין הייליגקייט.

נאר היינו טעמא דבעלז היינו טעמא דריבניץ, ווייל ס׳איז דא צינישע מענטשען וואס פארדינען געלט פון די זאכען, דער עפענט ׳מוסדות על שמו׳, וואטעווער דעט מינס, און די פיהרען גאנצענע ביזנעסער על שמו. און פון דארט מוז ארויס שפראצען אן אוצר פון נאנסענס, ווייל נאר אזוי האלט זיל אן דער זאך. און נאר איין ארי נושם איז פארהאנען אויף ק"ש וואס האלט ביים ארויסברענגען דער נארמאלערע צד פון דער בעלזער רב

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 10:44 am#389633
אגב רעדנדיג איבער רבי'ס וואס מאכן מופתים, און מ'געפונט אויס ווען זיי לעבן שוין נישט. איך קען א רבי וואס לעבט נאך און האט באוויזן אויסצופויעלן אז א איד וואס האט געדארפט גיין אויף דיאליסעס פאר עטליכע יאר, האט ער געטון אינטרעסאנטע זאכן, און היינט גייט דער איד ארויס כאחד האדם.
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 11:29 am#389641
נו אדרבה, פארצייל...
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 3:15 pm#389670
בן אדם האט געשריבן:נו אדרבה, פארצייל...


כדארף נישט מ'זאל חוזק מאכן
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 3:31 pm#389672
newkave האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:נו אדרבה, פארצייל...


כדארף נישט מ'זאל חוזק מאכן


אז עס איז אמת און דו קענסט אויפווייזן די ווארהייט דערפון וועט דאך קיינער נישט חוזק מאכן!? פארקערט יעדער וועט איינזעהן אז סאיז דא אזא זאך ווי מופתים ביי צדיקים. אלא מאי? מוז מען איינזעצן אז סאיז ״באבע מעשיות״ ארויסגעזויגט פונעם פינגער. שקר אין לו רגלים. ווייל א אמתע מעשה, וואלט געוועהן זייער גרינג אויפצוווייזן אז סאיז טאקע אמת.
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 3:51 pm#389675
ער גייט אוודאי נישט ארויסגעבן יענעמ'ס אידענטיטעט פשוט צו 'אויפווייזן', אבער איך בין נאכאלץ נייגעריג צו הערן אויב ס'איז ממקור ראשון.

און דו שבת אחים גייט מען נישט קענען איבערצייגן אפי' דער בעל העובדא אליינס וועט ארויפקומען דא אויפן פאדיום און פארציילן די מעשה, דיין תירוץ אז ס'איז א נאמבערס געים איז אלץ גילטיג זאל משה רבינו שפאלטן דעם ים.
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 4:47 pm#389679
יעקב מענטש האט געשריבן:ער גייט אוודאי נישט ארויסגעבן יענעמ'ס אידענטיטעט פשוט צו 'אויפווייזן', אבער איך בין נאכאלץ נייגעריג צו הערן אויב ס'איז ממקור ראשון.

און דו שבת אחים גייט מען נישט קענען איבערצייגן אפי' דער בעל העובדא אליינס וועט ארויפקומען דא אויפן פאדיום און פארציילן די מעשה, דיין תירוץ אז ס'איז א נאמבערס געים איז אלץ גילטיג זאל משה רבינו שפאלטן דעם ים.


ביסט גערעכט, נישט קיין חילוק אויב דער בעל המעשה אליינס פארציילט אז ער האט געזעהן מופתים וועל איך עס נאכאלץ נישט גלייבן. פונקט ווי דו גלייבסט נישט אלע ״בעלי המעשיות״ פון מופתים ביי די משיחיסטן, און להבדיל די קריסטן. און ווי דער גאלדענער אדלער שרייבט: קענסט טרעפן נארמאלע מענטשען, קלוגע מענטשען, ביזנעסלייט, וואס וועלן דיר פארציילן אז דער רבי האט זיך צו זיי באוויזן אינמיטן טאג ״בהקיץ״ נישט בחלום, מיט די גאנצע ערענסטקייט, אן קיין שום געלעכטער... איך האב שוין געהערט אסאך אזעליכע מעשיות, אפילו ר׳ מענדלע פון מרכז טעהנט אז דער הייליגע טאטע האט זיך באוויזן פאר אים...

גיי ארויף אויף יוטוב און קוק וויפל טויזנטער מענטשען פארציילן ערשט האנטיגע מעשיות פון מופתים פונעם אותו האיש. פלוז?

ווייסט ווען איך וועל גלייבן אין מופתים? ווען איך אליינס וועל עס בייגעוואוינען מיט מיינע ״אייגענע אויגן״ און נאכדעם וועל איך שטודירן אויב סאיז אמת און וואס סאיז טאקע דארט געשעהן.

הלוואי וואלט געוועהן אמת אז סאיז דא אזא זאך אז א צדיק קען איבערדרייען פון שלעכטע גזירות צו גיטע בשורות און קען מאכן א חולה געזונט און באשאפן קינדער פאר די קינדערלאזע, סוואלט געוועהן מוראדיג, איך קען זיכער באשטיין, איך גלייב אבער נישט אין דעם פונקט ווי דו גלייבסט נישט אלע מופתים פון יאשקע להבדיל. זייער פשוט.
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 6:10 pm#389687
ס'איז מיר נאר א חידוש אז דו לייגסט תגובות וואס רופט צו מתפלל זיין פארן געזונט פונעם רבי מאטעלע לרפו"ש, האסט שוין אמאל געזעהן אז תפילה זאל העלפן?

בכלל ווי איז שייך דאס אנצורופן א 'גזירה' וואס מ'דארף אפרופן. -לשיטתך- איז דען דא א 'גוזר'?, יעדע אלטע מענטש ווערט קראנק און שטארבט אמאל, דור הולך ודור בא. ווען [גויאישע] קינדער ווערן דיאגניזירט מיט א מחלה וואס דארף מען איבערדרייען וועלטן? ס'איז דאך סך הכל א נאמבערס געים, א געוויסע פראצענט פון אלע קינדער באקומען די מחלה, און א אנדערע פראצענט באקומט אן אנדערע מחלה, און מערסטענס טייל זענען ב"ה געזונט. מאי כל הרעש אז א [גויאיש] קינד איז קראנק געווארן?, אז ס'איז נישט ער וועט דאך זיין א צווייטער, ווייל סטאטיסטיקלי אפעקטירט דאך די מחלה א ספעציפישע פראצענט פון אלע קינדער! וואס האסטו פון מחליף זיין פרה בחמור?
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 6:40 pm#389688
יעקב מענטש האט געשריבן:ס'איז מיר נאר א חידוש אז דו לייגסט תגובות וואס רופט צו מתפלל זיין פארן געזונט פונעם רבי מאטעלע לרפו"ש, האסט שוין אמאל געזעהן אז תפילה זאל העלפן?

בכלל ווי איז שייך דאס אנצורופן א 'גזירה' וואס מ'דארף אפרופן. -לשיטתך- איז דען דא א 'גוזר'?, יעדע אלטע מענטש ווערט קראנק און שטארבט אמאל, דור הולך ודור בא. ווען [גויאישע] קינדער ווערן דיאגניזירט מיט א מחלה וואס דארף מען איבערדרייען וועלטן? ס'איז דאך סך הכל א נאמבערס געים, א געוויסע פראצענט פון אלע קינדער באקומען די מחלה, און א אנדערע פראצענט באקומט אן אנדערע מחלה, און מערסטענס טייל זענען ב"ה געזונט. מאי כל הרעש אז א [גויאיש] קינד איז קראנק געווארן?, אז ס'איז נישט ער וועט דאך זיין א צווייטער, ווייל סטאטיסטיקלי אפעקטירט דאך די מחלה א ספעציפישע פראצענט פון אלע קינדער! וואס האסטו פון מחליף זיין פרה בחמור?


קודם כל וואס האט דער ריבינצער׳ס מופתים מיט מתפלל זיין. איך האב נישט געזאגט א תפילה העלפט נישט. איך האב געזאגט אז איך גלייב נישט אין קיין מופתים.

חוץ מזה באריכט איך די נייעס וועגן ר׳ מאטעלעס געזונט. און איך לייג ארויף צעטליך ווי אנדערע קהילות רופן פאר תפילה- נישט אז איך בעט עפעס מזאל מתפלל זיין. און איך האלט מיט די נייעס פון די נאנט ווייל איך בין דארט אויפגעוואקסן, און מיין גאנצע משפחה און גאר אסאך פון מיינע נאנטע פריינד זענען פייערדיגע חסידים און זענען דארט איינגעווייקט אלזא מאכט עס מיר אביסל אויס. חוץ מיין אייגענע קאנעיקשאן צו אים, ער האט אסאך געהאט מיט מיין אויפברענגונג און אסאך פון מיינע ״קינדערישע זכרונות״ איז ער אינוואלווט.

וועגן די אנדערע זאכן וואס דו שרייבסט אז דאך סטופיד, וואס הייסט וועם גייט אן אז א קינד האט קענסער? די עלטערן! די משפחה..! וואט אר יו טאלקינג אבאוט? לעסט טיים איי טשעקט האבן אונז מענטשען ״געפילן״. אמת דור הולך ודור בא, וואס האט דעס צוטוהן מיט מיליאנען קינדער וואס שטארבן אין אפריקע פאר הונגער, איך האב נאכאלץ רחמנות אויף זיי אפילו זיי זענען שווארצע גוים, זיי האבן געפילן פונקט ווי יעדעם איינעם, זיי זענען פיצלעך קינדער. פארשטייטס נישט די חילוק? גיי טשעק אויס דיין ״פילינגס דיטעקטאר״. ווייל א נארמאלע געזונטע מענטש דארף האבן אסאך ׳קוראזש׳ אדורכצוגיין א שפיטאל אנגעפולט מיט קליינע קינדער וואס מיטשענען זיך מיט מאשינען ארומגעבינדען די נאז און די מויל, אפגעשוואכט ווי א פלוג פון די קימאו, ליטערלי דערשראקען צום טויט אויב זיי גייען עס דורכמאכן, אז דו טראכסט בשעת דו זעהסט קינדער מיט קענסער דור הולך ודור בא, גיי באזוך דיך.
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 10:03 pm#389706
שבת אחים: למען הדיוק. דזשאסט פאר דהע רעקארד. יעקב מענטש האט נישט געזאגט דור הולך ודור בא וועגן די קינדער (אידישע און גוי'אישע) וועלכע ראנגלען זיך מיט די שווערע און ביטערע מחלה רח"ל. דאס האט זיך נאר באצויגן אויף עלעטרע מענטשן וואס ער טענה'ט אז לשיטתך דארף מען נישט מתפלל זיין פאר זייער געזונט. ווייל ס'איז א נאטורליכע זאך אז אלע מענטשן שטארבן...!
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 11:38 pm#389732
newkave האט געשריבן:אגב רעדנדיג איבער רבי'ס וואס מאכן מופתים, און מ'געפונט אויס ווען זיי לעבן שוין נישט. איך קען א רבי וואס לעבט נאך און האט באוויזן אויסצופויעלן אז א איד וואס האט געדארפט גיין אויף דיאליסעס פאר עטליכע יאר, האט ער געטון אינטרעסאנטע זאכן, און היינט גייט דער איד ארויס כאחד האדם.

דער צדיק האט מנדב געווען א ניר?
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 2:39 am#389749
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: למען הדיוק. דזשאסט פאר דהע רעקארד. יעקב מענטש האט נישט געזאגט דור הולך ודור בא וועגן די קינדער (אידישע און גוי'אישע) וועלכע ראנגלען זיך מיט די שווערע און ביטערע מחלה רח"ל. דאס האט זיך נאר באצויגן אויף עלעטרע מענטשן וואס ער טענה'ט אז לשיטתך דארף מען נישט מתפלל זיין פאר זייער געזונט. ווייל ס'איז א נאטורליכע זאך אז אלע מענטשן שטארבן...!


ער האט דעס נישט געשריבן אין זיין תגובה - דאס איז אפשר דיין אפטיישט אין זיינע רייד. ער האט געשריבן וועם גייט אן אז קליינע קינדער האבן קענסער? אלעס איז נומבערס. וואס מיינט א גזירה? קוק צוריק אין זיין תגובה, און אויף דעם האב איך געענטפערט וואס איך האב געענטפערט.

אין אמת'ן אריין איז ער גערעכט. שטארבן אויף דער עלטער איז א נאטורליכע זאך, מיט דעם אלעמען ווילן רובא דרובא מענטשן נאכאלץ נישט אז זייער באליבטע טאטע/מאמע/זיידע/באבע זאלן שטארבן אפילו זיי זענען אלט.

אין אסאך פעלער קענען די קינדער ליידער נישט ווארטן אז דער אלטער זאל שוין גיין און איבערגעבן די מיליאנען, אדער צו קאלעקטן א פעטע ביינדל פון מעט לייף צי דזשאן הענקאק. ווייסטוואסכמיין? איך רעד נישט פון אזעלכע פעלער. איך האף אז מיין טאטע און מאמע וועלן לעבן לעולם ועד געזונטערהייט. אזוי ארבעט עס.
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 2:19 pm#389792
איך זוך נישט צו פארדרייען דעם אשכול, אבער דער אשכול איז פארבינדן מיט א פיל גרעסערע בילד.

איך אלץ גלויביגער אין באשעפער, פארשטיי אז ס'איז דא אזא זאך ווי מובחר המין, די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן צו משמש זיין דעם חלק אלוקית וואס ליגט באהאלטן אין דעם אידל וואס טוט דעם רצון ה', און אפי' גוים זענען פארשטייט זיך אויך אויף א העכערע מדריגה ווי די בעלי חיים און צמחים, ווענגלייך זיי קומען בכלל נישט אן צו די מדריגה פון א איד.

לויט די כופרים, איז דאך נישטא קיין סיבה פארוואס מ'זאל מער רחמנות האבן אויף דעם מענטש ווי אויף דעם שטיקל פלייש וואס זיי עסן אויף סאפער, און פארוואס זאל א הונגער אין אפריקע ארויסרופן מער רחמנות ווי די האלאקאוסט וואס די פיש אין ים גייען דורך?