Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ארוינישע טיפשות!

ארוינישע טיפשות!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
107 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 232 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12012
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 5:24 pm#398084
ווי זוי קען ר' געציל שטיצן די וואס ברענגען אינטער די מערכה? (ע''פ שיטות מהר''א)
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 5:43 pm#398087
לאקש האט געשריבן:ווי זוי קען ר' געציל שטיצן די וואס ברענגען אינטער די מערכה? (ע''פ שיטות מהר''א)


די חכם יעדער ווייסט אז רבי געצל איז א אנדערגראוינד זאלי.... שא... זאג נישט פאר קיינעם...
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 8:01 pm#398115
קאך_לעפל האט געשריבן:
לאקש האט געשריבן:ווי זוי קען ר' געציל שטיצן די וואס ברענגען אינטער די מערכה? (ע''פ שיטות מהר''א)


די חכם יעדער ווייסט אז רבי געצל איז א אנדערגראוינד זאלי.... שא... זאג נישט פאר קיינעם...

דו ווייסט נישט ווי גוט דו זאגסט....
זונטאג מערץ 25, 2018 12:55 am#398260
דאס איז מער בזיונות ווי טיפשות
זונטאג מערץ 25, 2018 12:57 am#398261
נייע פאטאגרעפירער בחצר הקודש...
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 5:57 pm#399603
איך וואלט געהאלטן מען זאל טוישן די נאמען פון די אשכול אלס "נייעס בחצר מהר"א". נישט אלע נייעס פון מהר"א האט שייכות מיט טפשות, און אסאך מאל וויל מען זעהן נייעס פון יענע קהילה, אן ארויסברענגען אז דאס איז טפשות (הגם אין רוב פעלער גייט דאס אינאיינעם)

נעכטן האט מהר"א גערעדט קעגן די מאגאזינען, לויט ווי איך הער האט ער קלאר אדער כמעט קלאר געזאגט אז עס רעדט זיך פון די אויסגאבע "מאמענט"
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 6:28 pm#399610
אינטערסאנטער האט געשריבן:איך וואלט געהאלטן מען זאל טוישן די נאמען פון די אשכול אלס "נייעס בחצר מהר"א". נישט אלע נייעס פון מהר"א האט שייכות מיט טפשות, און אסאך מאל וויל מען זעהן נייעס פון יענע קהילה, אן ארויסברענגען אז דאס איז טפשות (הגם אין רוב פעלער גייט דאס אינאיינעם)

נעכטן האט מהר"א גערעדט קעגן די מאגאזינען, לויט ווי איך הער האט ער קלאר אדער כמעט קלאר געזאגט אז עס רעדט זיך פון די אויסגאבע "מאמענט"


זייער א גוטער פארשלאג... זאג.. האסט נאך עפעס גוטע פארשלאגן?
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 6:44 pm#399613
אינטערסאנטער האט געשריבן:איך וואלט געהאלטן מען זאל טוישן די נאמען פון די אשכול אלס "נייעס בחצר מהר"א". נישט אלע נייעס פון מהר"א האט שייכות מיט טפשות, און אסאך מאל וויל מען זעהן נייעס פון יענע קהילה, אן ארויסברענגען אז דאס איז טפשות (הגם אין רוב פעלער גייט דאס אינאיינעם)

נעכטן האט מהר"א גערעדט קעגן די מאגאזינען, לויט ווי איך הער האט ער קלאר אדער כמעט קלאר געזאגט אז עס רעדט זיך פון די אויסגאבע "מאמענט"

די "נייע אשכול" קנעפל ארבעט נישט ביי דיר?

וואס האט ער קעגן די מאמענט?
אפשר דאס?
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 6:47 pm#399616
קאך_לעפל האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:איך וואלט געהאלטן מען זאל טוישן די נאמען פון די אשכול אלס "נייעס בחצר מהר"א". נישט אלע נייעס פון מהר"א האט שייכות מיט טפשות, און אסאך מאל וויל מען זעהן נייעס פון יענע קהילה, אן ארויסברענגען אז דאס איז טפשות (הגם אין רוב פעלער גייט דאס אינאיינעם)

נעכטן האט מהר"א גערעדט קעגן די מאגאזינען, לויט ווי איך הער האט ער קלאר אדער כמעט קלאר געזאגט אז עס רעדט זיך פון די אויסגאבע "מאמענט"


זייער א גוטער פארשלאג... זאג.. האסט נאך עפעס גוטע פארשלאגן?


ניין
פרייטאג אפריל 13, 2018 1:07 am#399666
לאקש האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:איך וואלט געהאלטן מען זאל טוישן די נאמען פון די אשכול אלס "נייעס בחצר מהר"א". נישט אלע נייעס פון מהר"א האט שייכות מיט טפשות, און אסאך מאל וויל מען זעהן נייעס פון יענע קהילה, אן ארויסברענגען אז דאס איז טפשות (הגם אין רוב פעלער גייט דאס אינאיינעם)

נעכטן האט מהר"א גערעדט קעגן די מאגאזינען, לויט ווי איך הער האט ער קלאר אדער כמעט קלאר געזאגט אז עס רעדט זיך פון די אויסגאבע "מאמענט"

די "נייע אשכול" קנעפל ארבעט נישט ביי דיר?

שוין דא אן אשכול אויף נייעס בחצר מהר"א
מאנטאג אפריל 16, 2018 8:40 pm#399961
די זאליס קענען נישט אויפקומען מיט א נייע איינפאל אלעס מיזן זיי נאכמאכן!

אויב גלייב איר נישט ביטע קוקט די דאטום'ס

#חלה דעקל

unnamed.jpg
ארוינים

image.png
זאליס
מאנטאג אפריל 16, 2018 9:26 pm#399970
לחיים ולברכה האט געשריבן:די זאליס קענען נישט אויפקומען מיט א נייע איינפאל אלעס מיזן זיי נאכמאכן!

אויב גלייב איר נישט ביטע קוקט די דאטום'ס

#חלה דעקל

unnamed.jpg

image.png

איך ווייס נישט וואס די דרייסט א קאפ אבער די שיעור אין קרית יואל קומט פאר יעדע 3 חדשים דורך וויליאמסבורגע רב שוין די לעצטע פאר יאר
מיטוואך מאי 02, 2018 11:00 pm#401295
קול רינה וישועה באהלי צדיקים:

היינט נאכט וועט מען אונטערפירן אונטער די חופה בשטו"מ כ"ק אדמו''ר מ'סאטמאר שליט''א פארנט פון ביהמ''ד הג' אין קרית יואל.

שישו ושמחו בשמחת רבינו.
דאנערשטאג מאי 03, 2018 5:24 pm#401442
מגייט שוין כמעט ריטשען די גאול
דאנערשטאג מאי 03, 2018 6:14 pm#401457
לאקש האט געשריבן:קול רינה וישועה באהלי צדיקים:

היינט נאכט וועט מען אונטערפירן אונטער די חופה בשטו"מ כ"ק אדמו''ר מ'סאטמאר שליט''א פארנט פון ביהמ''ד הג' אין קרית יואל.

שישו ושמחו בשמחת רבינו.

מזל טוב. זיין ברודער פון וויליאמסבורג גייט קומען צום חתונה??
דאנערשטאג מאי 03, 2018 6:20 pm#401461
ניין, ווייל מ'גייט נישט רעדן פון גיוס.
דאנערשטאג מאי 03, 2018 7:39 pm#401471
יעדע חופה איז גיוס בנות
מיטוואך מאי 30, 2018 11:06 am#403939
צום קעפל - ציטירט פון אייוועלט:
איך בין סורפרייזד צו ווערן איבערצייגט אז ס'דאס מאל נישט קיין פראפאגאנדע אנאנס, (כ'פארשטיי די וואס מיינען אז ס'איז בלויז פראפאגאנדע) אין די עסקנים זענען באמת כמעט אויסגעלאזט פין טיקעטס, מ'וועט צולייגן פרישע סעקשאןס אויפן פלאר, אויך איז מען היינט געווען אונעם סטאדיום פאר א מעגליכקייט צו עפענן זיצן אינטער די אויבן אן, דער עולם זאל עס אליין נאכגיין ס'אנבעליוובל, מענטשן זיכען טיקעטס, זיי נעמען אויך שטארק אן א מעגליכקייט מענטשן האבען געקויפט איבריגע טיקעט אין בעטן שטארק מ'זאל צירוקברענגן ווי פריער

ער קוקט אויס דערשראקן צום טויט פאר די אידן וועלכע גייען עס נישט קענען מיטהאלטן.
מיטוואך מאי 30, 2018 2:16 pm#403974
CP א שטיקל אנאליז בנוגע די בהמה שטיק פון *מהרז''ל נישט אויפנעמען דעם ראב''ד ירושלים עיה''ק!!*

באמת ברויך איך נישט יעדן טאג א פרישע ראי' אז מיין החלטה צו באלאנגן אין א קהילה ציווישן ערליכע האָרכזאמע אידן וואס זענען פאראייניגט אונטער אן ערליכע מנהיג ישראל וואס לאזט זיך נישט פירן פון הפקר אינגן, איז געווען דאס ריכטיגע. *פארט ווען די היפאקריטיע פון מיינע זאלי קאלעגן שרייט אזוי הויך*, מוז איך דאס אפשרייבן אז נאך מענטשן זאלן דאס קענען פארשטיין.

שוין אפאר יאר וואס איך הער די זאליס שעלטן און שרייען, *אז דער אהרן צוברעכט די עדה החרדית*!! וואס איז? ווי אזוי צוברעכט ער די עדה? וועט דיר דער זאלי זאגן, אההההה, די ווייסט נישט.. *ער איז זייער קאלט צו ר' יצחק טובי' דער גאב''ד*.. שרעקליך..

איז לאמיר דאס צונעמען אביסל. ס'איז פאר קיינעם נישט קיין ספק אז ווען נישט די ארונים, *זיצט דער גאב''ד אין אנטווערפן*, און די וועלט ווייסט ניטאמאל צו זאגן אז ער עקזיסטירט.

האט זיך געמאכט א מערכה ווי די עדה החרדית האט געוואלט אויפנעמען ריח''מ פריעדמאן אלס רב אין ירושלים. *די ארונישע אידן האבן געהאלטן אז ס'וועט זיין א בושה.

דעריבער האט מען געברענגט ר' יצחק טובי' ווייס פון אנטווערפן, *און מיר האבן מיט אלע כוחות אים אריין געלייגט אלס רב אין די עדה החרדית.*

*אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט אזא איד געברויכט האבן אביסל הכרת הטוב פאר די קהילה וואס האט אים ארלעדיגט דעם פאסטן*. אבער לאמיר לייגן הכרת הטוב אין דער זייט פאר א מינוט, און לאמיר דאס אנקוקען פון א מנהיגי'שע שטאנדפונקט. ס'איז ידוע לכל, אז פון ווען ר' יצחק טובי' איז אנגעקומען אויף ירושלים, האבן די ציווילדעוועטע חיות אין ירושלים אויף געלעבט. נאכן זיין מחוץ למחנה אויפן באפעל פון רבינו הקדוש זי''ע, און ווייטער ביי די צייטן פונעם מנחת יצחק זי''ע און רבי משה ארי' זי''ע, האבן זיי געטראפן א פתח פתוח ביי דעם נייעם רב, וואס האט נישט געהאט קיין אנונג ווי אזוי צו פירן די שטאט. אונטער זיין זייגער איז ירושלים אדורך דעם גרעסטן חורבן, זייט די חורבן בית שני. יעדע נאכט ברענען די מיסט קאסטנס, און יעדן טאג א נייע פראטעסט. *ס'איז היינט צו טאגס נישט דא קיין שום הנהגה, און קיין שום נארמאלקייט אין ירושלים.* מ'האט גענומען א איינעם ווי עמרם טייטלבוים.... און אים געמאכט פאר די ממלא מקום פון דעם רעספעקטירטע מסירת נפש איד ר' גרשון שטעמער ז''ל. מ'האט גענומען א ראצער ווי נחום אטיק, און געמאכט פאר די ממלא מקום פון ר' אברהם ראטה. עפעס א שמעון ראטטער, פאר די ממלא מקום פון ר' יוסף דאווידאוויטש. דער באקאנטער יצחק ווייס פאר די ממלא מקום פון ר' נפתלי ראזענפעלד. מ'האט ארויס געריקט ר' שלמה פאפענהיים פון די הנהלת העדה. *מ'האט איבער געגעבן די ווירטשאפט פון די עדה החרדית פאר חיות טורפות וואס זענען מבזה די עדה החרדית און סאטמאר לעיני השמש.* די עדה החרדית האט היינט אזא פנים אין די וועלט, ווי צימערמאן אין וויליאמסבורג.

*יעצט אלס אדמו''ר מ'סאטמאר האט מיין רבי א רעכט צו שפירן ווי ר' יצחק טובי'ס ווערטשאפט מאכט חרוב די עדה*. נאך אלעמען האט ער געהאט א פעטער וואס האט אים געלערנט וואס דאס איז עכטע קנאות. זיין פעטער האט זיך נישט אפגעהאלטן פון געבן פאר די נטורי קרתא/סיקריקים זייער פארציע. אפילו פרשת נשא ווען די תורה איז געווען איבער די שיכרות פון די נצחונות פון די ציונים, האט ער זיי גערופן מחריבי קרתא. ער האט קלאר געמאכט פארן קומענדיגן דור זיין מיינונג איבער די מטורפים, אסאך מער ווי די נושא פונעם עירוב, וואס קיינער האט נישט געהערט פון אים. *דעריבער וואונדערט אייך נישט אז מיין רבי איז קאלט צו ר' יצחק טובי', ער פארטראגט נישט די השחתה.* נאך אלעמען נעמט ער נישט קיין הדרכה ביי יצחק שטערן.

היצטער לאמיר דאס אנקוקען פון א פערזענליכע שטאנדפונקט. ווען ר' יצחק טובי' איז דאס ערשטע מאל געקומען צו פארן אויף אמעריקע, און די זאליס האבן נאך נישט געוואוסט ווי שטארק ער פלאנט זיי צו דינען, האבן זיי בשום אופן נישט געלאזט מאכן א קבלת פנים אין וויליאמסבורג. זיי האבן ניטאמאל געלאזט די התאחדות ארויסלייגן א ברוכים הבאים צעטיל, ביז די לעצטע מיניט ווען מ'האט געזעהן אז ס'קומט א קבלת פנים אין קרית יואל האט מען געברענגט די ת''ת קינדער אין געברענגט ר' יצחק טובי' מיט רבין אויפן פארטש ס'זאל הייסן אז ס'געווען עפעס, משא''כ אין קרית יואל האט מען פאר דעם גאב''ד געגעבען כבוד מלכים, ס'געווען פין די גרעסטע מעמדים אין ביהמ''ד בימים ההם. ער האט באקומען א הערליכע קבלת פנים אויפנאמע אין גרויסן ביהמ''ד אין קרית יואל, און דערנאך ביי דעם רבי'ן אין שטוב.

ס'גייט אבער נישט אדורך קיין 24 שעה, און ס'קומט די נייעס אז נישט מער און נישט ווייניגער, ער גייט צו די זאליס ביהמ''ד כאפן נאך א קבלת פנים. איך געדענק נאך ווי מיר האבן זיך געציפט צו זעהן צו מיר זענען אויף אדער מיר חלום'ען גאר. אפילו די זאליס וואס האבען זיך געפאטש די בייכער האבען פארשטאנען אז ס'מאכט קיין סענס.

נישט אז מיר גייט אן אז איינער גייט אהין. אבער פארט איז דאס נישט מענטשליך פארן גאב''ד ירושלים דאס צו טוהן צו א רב אין א שטאט, וואס זיין קהילה האט אייך ארלעדיגט דעם פאסטן, נאך דערצו אויף די ערשטע נסיעה קיין אמעריקע אלס גאב''ד.

קומט נאכדעם פרשת בני ברק. ס'איז דא א פסק בית דין פון די דריי גרעסטע בתי דינים אין די שטאט, רב לאנדא, רב וואזנער און ר' ניסים קרליץ אז די קהילה איז די פולקאמע בעלים אויף די זאל און די האטעל ביז ווען א דין תורה וועט זאגן אנדערש. און דאס לייגט זיך זייער אויפן שכל, ווייל מ'האט די הכנסה פון דעם זאל געמאכט פאר די וואס פירן די מוסד. איז ווידער געקומען דער רב וואס מיר האבן אריין געלייגט אין די עדה, און געווען דער נותן יד לפושעים נישט צו פאלגן דעם דין תורה. דער חידוש איז, אז די זאליס האבן ניטאמאל געהאט קיין רווח דערפון, ווייל סך הכל לייגט דער טאַהלער אריין דאס געלט אין טאש. ממש א בחינה פון זה 'לא' נהנה, וזה חסר.

גייט אדורך נאך א וויילע, און די קינדער און אייניקלעך פונעם ברך משה זי''ע זענען געגאנגען אין פעמילי קאורט בעטן אז זיי זאלן קענען אריין גיין צו זייער זיידע. זיי בעטן סך הכל אז זיי ווילן זוכה זיין צו האבן דעם זיידן ביי זייערע שמחות. קומט ווידער די נייעס פון ירושלים אז דער רב וואס מיר האבן אריין געלייגט אין די עדה, איז געווארן די שמש פאר מהרז''ל, און ער סטראשעט גאר ארויסצוגעבן א קול קורא קעגן די אידן וואס האבן אים אריין געלייגט אין די עדה. ביז ר''מ בראנסדארפער אין ר''מ האלבערשטאם זצ''ל האבען אים אפגעשטעלט מיט די הילף פין נאך חברי בי''ד.

*איך מיין אז מ'ברויך זיין א מלאך צו זיין ווארעם און ליבליך צו אזא איינעם!! פון דעסטוועגן דאך, איז נישטאָ אזאנס אז מיין רבי זאל פארן אויף 'ירושלים' אנע דעם וואס ער זאל זיך טרעפן מיט'ן גאב''ד. טאקע פאר דעם, ווייל ער לייגט זיינע פערזענליכע נגיעות אין די זייט, פאר'ן כבוד פון די עדה החרדית.*

יעצט לאמיר אריבערגיין צום ראב''ד ירושלים און מהרז''ל. דער ראב''ד האט נאך אין לעבן נישט פערזענליך וויי געטוהן דעם זלמן לייב. דער ראב''ד האט נאך אין לעבן נישט געטוהן א זאך קעגן די קהילה פון מהרז''ל. סך הכל האלט ער נישט א ס'איז דא קברי ישראל אין בית שמש. ער איז דאך נאך אלעמען איינער פון די גרעסטע פוסקים אין אונזער דור, און ער איז בארעכטיגט צו זיין מיינונג. אזוי טוט מען אים -פאר זיין מיינונג איבער די קברים- שופך דם זיין אנע אויפהער. ביי די אויפגעבלאזענע שקל הטהור חלוקה פון מהרז''ל האט מען דעם ראב''ד נאך געשריגן בחוצות ירושלים כאחד הרקים. *אין ראדני ביהמ''ד האט זיך איינער פון זייערע דיינים אויפגעשטעלט זאגן אז די ראב''ד איז א מתיר אשת איש, און מיט חוצפה נוראה אנגערופן דעם ראב''ד זקן ממרא*. מ'ווארפט פאשקעווילן אויף אים כאילו ער וואלט געוואלט געווען אזא סטייל עם הארץ ווי דער מהרז''ל, און מ'האט די חוצפה צו שרייבן שר''י. מ'איז מחנך א דור מיט די נידריגסטע חוצפה קעגן דעם ראב''ד וואס איז נאר שייך. פון דעסטוועגן דאך זאגט די ראב''ד אז פארן כבוד פון די עדה החרדית, און אפילו איך קום צו פארן צו אן ארונישע כינוס, פארשטיי איך אז איך ברויך גיין באזוכן דעם קליינעם ברודער.

ס'איז כדאי צו באמערקן אַז ס'איז נישט געווען קיין איין איינציגער ארוני וואס דאס האט געבאדערט. אדרבה יעדע ביי אונז האט פארשטאנען אז דאס איז די דיפלאמאטישע וועג ווי אזוי נארמאלע מענטשן פירן זיך אויף.

קומט דער קליינער טיפש מהרז''ל וואס זיצט אונטער די פליגלן פון יצחק שטערן און זאגט פארן ראב''ד ירושלים עיה''ק, איך קען אייך נישט אויף נעמען, ווייל איר קומט צו א כינוס וואס מיין ברודער מאכט. נעבעך!!

יאפ, פליפ פלאפ!!!

*עס קלינגט נאך אין די אויערן, ווי 18 יאר צוריק האבן מיר די דאזיגע אידן מסביר געווען, אז זיי קומען צוריק אויף סאטמאר צו זלמן לייב, ווייל א רב בישראל זאל קענען זאגן זיין מיינונג!!*

*יא יא.. סאטמאר וויליאמסבורג איז די איינציגסטער קהילה אויף כדור העולם וואס האט נישט געמאכט א הספד אויף רבי שמואל וואזנער ז''ל אלס פאר די חטא פון האבן 'זיין' מיינונג. און מהרז''ל קען זיך נישט טרעפן מיט די ראש בית דין פון ירושלים עיה''ק אלס פארן חטא פון האבן 'זיין' מיינונג!!*

און אויב מיינט איר אז דער זאלי שעמט זיך אפילו, האט איר א גרויסע טעות. *נעכטן האט ער אייך גערודפט, היתכן דיין רבי איז נישט ווארעם צום גאב''ד, און היינט פארשטייט ער הונדערט פראצענט אז מ'מוז דעם ראב''ד גאר מבזה זיין.* ס'איז ביי אים ניטאמאל א ספק, און ער האט שוין גרייט א פרישע תירוץ דערויף!!

*אזוי זענען זיי כסדר מטהר טמאים - ומטמא טהורים, אלעס לויט זייערע פאליטיק. הרב וואזנער ז''ל און דער ראב''ד שליט''א װאס קיינער וועט נישט פארלייקענען אז רבינו הקדוש זי''ע האט פאר זיי ארויסגעוויזן א חיבה יתירה, זענען טריפה. משא''כ ר' שמואל אויערבאך ז''ל וואס איז געווארן א צייטווייליגע קנאי, נאכן פארלירן די וואלן פאר א זיץ אין כנסת המינים, ער איז זוכה צו א הספד אין וויליאמסבורג.*

און דערנאך ווילן די זאליס איינרעדן זייער בחורים, אז נאר זיי רעפרעזענטירן די שיטה...

הצלחה רבה
מיטוואך מאי 30, 2018 2:32 pm#403980
גיי פארשטיי וואס די ארונים קרענקט אזוי אז שטערנביך ווערט נישט אויפגענומען ביי רז''ל .. ווער איז רז''ל בכלל?
מיטוואך מאי 30, 2018 2:46 pm#403985
ליפא האט געשריבן:גיי פארשטיי וואס די ארונים קרענקט אזוי אז שטערנביך ווערט נישט אויפגענומען ביי רז''ל .. ווער איז רז''ל בכלל?

תיקון טעות ס'קרענקט זיי בכלל נישט, זיי פרייען זיך אז מהרז''ל פירט זיך אזוי אויף
מיטוואך מאי 30, 2018 2:50 pm#403991
טאקע אינטערסאנט וועם ס'באדערט אז רז"ל נעמט אים נישט איך האלט עס בעצם פאר די גרעסטע כבוד פאר'ן ראבד......... אבער יעדע ווארט איז פארט צום קישן
מיטוואך מאי 30, 2018 8:18 pm#404028
נעבעך די גרעסטע פראסק פאר די געוועזענע קרית יואלע רב אז זיין הגאון הגדול פוסק הדור ר' יצחק טובי' איז פלוצלונג פארוואנדלט געווארן פאר א שטיחי פליני איד.
ווער געדענקט נאך די ארונישע פראפעגאנדע דעמאלטס אז ר' יצחק טובי' איז די סאמע גרעסטע גדול בישראל.

געדענקט מען רעדט פון אן עפאכע וואס קיינער איז נישט עולה על הדעת געווען צו אויפנעמען ר' משה שטערנבוך פאר גאב''ד ניטאמאל די ראב''ד שטעלע, ער האט דאס געמוזט תובע זיין בעל פה...

פלוצלונג אומגעראכטן דארף ער מאכן א סוויטש צו א קוריאזע גדול...

זיי האבן געמיינט אז זיי האבן דעם ווייס אין טאש.. ער האט גאנץ שנעל איינגעזעהן מיט וועם ער האנדלט...

ארונימלעך איי פיל יור פעין...

צום שלוס אויב דארפן ענק עפעס עדווייס בנוגע די סטאדיום קענט עטס פרעגן פון די עקספיריענס וועמענס סוקסעס עטס זוכו נאכצוטאנצן
דאנערשטאג מאי 31, 2018 4:22 pm#404132
כ'פארשטיי אז די האסט נישט ליעב די א''ד מעסעזש אבער דארפסטו וועגן דעם אפמאכען אין שרייבן אז די ראב''ד האט עס תובע געווען בע''פ? זיי נישט מבזה כבוד התורה ווען די ביזט אין אזא ספאט
דאנערשטאג מאי 31, 2018 4:25 pm#404133
די פראסק ווען ענקער דיין ר' מנשה האט מיט א האר פארלוירן די גאב''ד פאזיציע איז אסאך זיסער געווען, א שאד געווען די געלט
דאנערשטאג מאי 31, 2018 4:36 pm#404135
signout האט געשריבן:כ'פארשטיי אז די האסט נישט ליעב די א''ד מעסעזש אבער דארפסטו וועגן דעם אפמאכען אין שרייבן אז די ראב''ד האט עס תובע געווען בע''פ? זיי נישט מבזה כבוד התורה ווען די ביזט אין אזא ספאט

דאס איז געווען די מציאות. קענט העלפ יוא בראדער.
דאנערשטאג מאי 31, 2018 4:39 pm#404137
signout האט געשריבן:די פראסק ווען ענקער דיין ר' מנשה האט מיט א האר פארלוירן די גאב''ד פאזיציע איז אסאך זיסער געווען, א שאד געווען די געלט

הער אויס לאכן לאכט דיר וואס האט די לעצטע לאך, די סיבה פארוואס צד רז''ל האבן געוואלט הראב''ד פאר גאב''ד האבן זיי אומגעראכטן באקומען אויף גאר א שטארקע אופן וואס מרן הראב''ד שליט''א וואלט קיינמאל אהערגעשטעלט.
נאך דערצו בבחינת בור כרה ויחפרהו ר' אהרן וואונטש זיך יעצט אז מרן הראב''ד זאל יעצט זיין אויף די גאב''ד פאזיציע... ווען ער קען ווען צוריקדרייען די זייגער...
דאנערשטאג מאי 31, 2018 4:40 pm#404139
אויף מציאות וואס דו מאכסט אליין אויף ברויך קיינער נישט דיין העלפ..................

ענקער באבל וואס עטץ בלאזטס אויפ'ן ראש בי דינא די לעצטע פאר יאר האט געפלאצט די לעצטע צוויי טעג בשער בת רבים

כאפסט זיך אן מיט אלע כוחות אויף דעם באבל פון יארן צוריק........ כאפ דיך אן שעפעלע זייער שטארק..........
דאנערשטאג מאי 31, 2018 4:42 pm#404140
ווער עס לאכט און ווער עס קריצט מיט די ציין איז זייער א אפענע קורטן היינט רזל האט עס זייער אפען מודיע געווען פארן צבור

אבער דו לאז נישט נאך גיי אריין טיפער אין דמיון לענד.........
דאנערשטאג מאי 31, 2018 4:53 pm#404144
גאנצל האט געשריבן:אויף מציאות וואס דו מאכסט אליין אויף ברויך קיינער נישט דיין העלפ..................

ענקער באבל וואס עטץ בלאזטס אויפ'ן ראש בי דינא די לעצטע פאר יאר האט געפלאצט די לעצטע צוויי טעג בשער בת רבים

כאפסט זיך אן מיט אלע כוחות אויף דעם באבל פון יארן צוריק........ כאפ דיך אן שעפעלע זייער שטארק..........

אה? וואס? אונז זעמיר אין א באבל.... איך הער.... סוי דו האלסט איך דארף דיר ענטפערן?
דאנערשטאג מאי 31, 2018 5:08 pm#404145
רבבות ערוואטדעד היינט ביי די חתונה פין די וואס זענען קעגן די כינוס כללי
דאנערשטאג מאי 31, 2018 5:10 pm#404146
ס'הייבט אן אויסזען ווי א כינוס קעגן סאטמאר נישט קעגן ביבי... א שרעק
דאנערשטאג מאי 31, 2018 5:39 pm#404152
עמעזאן האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:אויף מציאות וואס דו מאכסט אליין אויף ברויך קיינער נישט דיין העלפ..................

ענקער באבל וואס עטץ בלאזטס אויפ'ן ראש בי דינא די לעצטע פאר יאר האט געפלאצט די לעצטע צוויי טעג בשער בת רבים

כאפסט זיך אן מיט אלע כוחות אויף דעם באבל פון יארן צוריק........ כאפ דיך אן שעפעלע זייער שטארק..........

אה? וואס? אונז זעמיר אין א באבל.... איך הער.... סוי דו האלסט איך דארף דיר ענטפערן?


ניין ניין דארפסט נישט ענטפערן אלעס שטימט........זייער גוט.....
פרייטאג יוני 01, 2018 1:05 am#404225
קווינס בחורים אינטערן רושם פינעם כינוס כללי (אז די רבי איז פארנומען רופן רבנים זאל נישט גיין מעגן די בחורים אזויפיל טוהן) לויפען ארום ספרעין אין די גאסען אומדערהערטע גראפיטי
פרייטאג יוני 01, 2018 10:31 am#404270
Re: ארוינישע טיפשות!
גאנצל האט געשריבן:אויף מציאות וואס דו מאכסט אליין אויף ברויך קיינער נישט דיין העלפ..................

ענקער באבל וואס עטץ בלאזטס אויפ'ן ראש בי דינא די לעצטע פאר יאר האט געפלאצט די לעצטע צוויי טעג בשער בת רבים

כאפסט זיך אן מיט אלע כוחות אויף דעם באבל פון יארן צוריק........ כאפ דיך אן שעפעלע זייער שטארק..........

איך האב עפעס פארפאסט? וואס איז געשעהן די לעצטע צוויי טעג?
פרייטאג יוני 01, 2018 10:35 am#404272
Re: ארוינישע טיפשות!
signout האט געשריבן: פון דעסטוועגן דאך זאגט די ראב''ד אז פארן כבוד פון די עדה החרדית, און אפילו איך קום צו פארן צו אן ארונישע כינוס, פארשטיי איך אז איך ברויך גיין באזוכן דעם קליינעם ברודער.
!*

און אויב מיינט איר אז דער זאלי שעמט זיך אפילו, האט איר א גרויסע טעות. *נעכטן האט ער אייך גערודפט, היתכן דיין רבי איז נישט ווארעם צום גאב''ד, און היינט פארשטייט ער הונדערט פראצענט אז מ'מוז דעם ראב''ד גאר מבזה זיין.* ס'איז ביי אים ניטאמאל א ספק, און ער האט שוין גרייט א פרישע תירוץ דערויף!!

איך פארשטיי נישט, ווען דער ראב"ד וויל קומען באזוכן איז עס פשוט א טובה צו טוהן מהרז"ל, אבער ווען מהרז"ל נעמט אים נישט אויף איז ער אים מבזה?
פרייטאג יוני 01, 2018 2:52 pm#404303
די גראפיטי אין וומסב''ג גייט אן
פרייטאג יוני 01, 2018 2:52 pm#404304
פרייטאג יוני 01, 2018 4:36 pm#404321
signout האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?time_continue=109&v=4BCnp8EbInI

די ארונים זענען אייזן, זיי מאכן כאילו קווינס בחורים רייסען די צעטליך, ירא הקהל וישפוט קוקסט די קליפ 99% לויפט ארום איין איד א נודע בשערים... נישט די ערשטע קליפ אויף יוא טוב פון עם... פאר ווער עס קען עם נישט וויל איך עס ממשיל זיין מיט יואלי ציממערמאן וואס איז מער ידוע אין דרויסען פון סאטמערע, קיין איין נארמאלע מענשט וועט נישט זאגן אז ציממערמאן'ס שרייען אויף די עירוב טראגערס האט א מידענסטע שייכות מיט מרן רז''ל שליט''א כאטש ביידע זענען קעגן די עירוב.

די מר. קאהן האט גארנישט איינגעלייגט מיט קהילת רז''ל ער איז נאר גראדע א שונא פאר די געוועזענע קרית יואלע רב.

די אנדערע 1% זעהט מען אומבאלומפערטע כיתה ט' יונגליך וואס האבן ניטאמאל די שתי שערות.

ווי קומט דאס צו צו די קלוגע ראשי הקהילה בקהילת מהר''א וואס זיי פארשטייען אסף כדי בושה בילדער זאלן נישט קארסירן ברויך מען דינגען די באוויסטע שמיני עצרת באקסערס און זיי זאלן ארומגיין רייסען די צעטליך...

אליס איז דאקומענדירט און מען קען עס זייער לייכט איבערצייגן מיט א לייכטע סירטש אין יוא טוב
פרייטאג יוני 01, 2018 6:28 pm#404333
איך פארשטיי בכלל נישט די עוולה פון רייסן צעטלעך. ווען איינער גייט אריין אין א צווייטענס פראפערטי און רייסט, איז טאקע א חיה'ישקייט, אבער אין גאס? פונקט ווי די האסט א רעכט צו הענגן, האט א צווייטער א רעכט צו רייסן. די גאנצע הענגן צעטלעך איז בלויז אויסצושטעכן די אויגן פון צד שכנגד. פארשטייט זיך אליין אז דער וואס ווערט געבאדערט פון די צעטלעך וועט עס רייסן. דאס אז ארונישע בחורים גייען קלעבן סטיקערס אויף פרייוועט פראפערטי איז טויזענט מאל ערגער ווי די רייסערס
זונטאג יוני 03, 2018 1:41 pm#404475
מיטוואך יוני 06, 2018 3:45 pm#405216
מיטוואך יוני 06, 2018 6:27 pm#405245
*שלישי למילה*

איך קוק די לעצטע פאר שעה אויפן טעלעפאון, און איך באמערק אז די היינטיגע טאג הער איך נישט קיין פיפס פון מיינע זאלי קאלעגן!!

*איך פראביר צו טראַכטן וואס דא איז געשעהן? וואס איז דאס שטילקייט היינט?* גיי איך ארויס קויפן א קאפי, און איך זעה אז די צייטונגען און די מאגאזינען הייבן אן אנצוקומען אין די געשעפטן. *אוי ס'איז ביטער, די חברה זיצן אין דערהיים און שלינגן טאבלעטן!!*

יא, די חברה האבן זונטאג נאך דעם מאסיוון כינוס כללי אווי ס'האבן זיך משתתף געווען קרוב צו צוואנציג טויזענט אידן געמיינט אז זייער וואצעפ דריוו וועט מחליט זיין צו דאס איז געווען סוקסעספול צו נישט. *למעשה שטייען זיי היינט אויף צום ביטערע ריאליטעט, אז דעם אמת קען מען נישט דערשטיקן.*

זונטאג נאכט האבן זיי שנעל איינגעשפאנט א שרייבער, צאם צו שטעלן אן ארטיקל מיטן ניגון הידוע אחת ואחת. (וואס בדרך אגב האב איך געהערט, אז ווען מהרז''ל האט דאס געליינט, האט ער געגעבן א טיפע קרעכטץ און געפרעגט, אויב האב איך יא אידן וואס קענען אזוי שיין זינגן דעם ימים נוראים ניגון, פארוואס זעה איך זיי נישט אין ביהמ''ד ראש השנה? פארוואס ברויכן מיר נאך אלס אריינלייגן ברייטע טישן אז ס'זאל אויסקוקן פיל?) אזוי האט מען געמיינט אז מ'וועט אריין זומען א בילד מיט א ליידיגע זיץ פון א איד וואס איז ארויס אויף אפאר מינוט, מ'וועט דאס ארום שיקן פון איינעם צום אנדערן, און פארטיג, דער כינוס איז געווען א דורכפאל!!

למעשה, היינט צופרי גייט ער ארויס פון שטוב און באמערקט אז *אלבערט פריעדמאן פון 'די צייטונג' זעהט יא די אכצן טויזענט אידן!!* ער גיבט עס אזא מאך אוועק, יא, די ארונים האבן באצאלט דערפאר. אבער ער גייט ארויף אויפן טרייבערל און זעהט אז דאס ענדיגט זיך נישט ביי ר' אברהם פריעדמאן, נאר ווי ס'איז דא א צייטונג, א מאגאזין אדער א וועבזייטל איבער די גאנצע וועלט, זאל דאס זיין רעכטס, לינקס, מזרחי צו ספרדים אלעס דעקט דעם כינוס מיטן מספר פון *קרוב לעשרים אלף איש*!!

ער הייבט שוין אן אראפ צו שלינגן דעם מספר *אכצן טויזענט אידן*, אבער דערנאך גייט ער אריין אין ביהמ''ד און ס'ווערט אים ביטער. אווי ער טרעפט א שטיקל ערענסטע עלטערע זאלי, זעהט ער די מרא שחורה אויפן פנים. זיי הערן שוין דעם דרשה איינמאל, נאכאמאל און נאכאמאל, *און זאגן זיך אזוי, אוי רבש''ע, דער רעדט דאך יא דעם היימישן שפראך!! דער רעדט דאך יא דברים של טעם!! דאס איז דאך ריכטיגע קנאות!! אוי, דערמאן מיר נאר פארוואס מיר האבן נישט געטארט מאכן דעם כינוס צוזאמען!!* מ'האט שוין געבעטן מנשה פילאפ ער זאל עפעס טרעפן א קרום ווארט אויף די דרשה, אבער למעשה מוז דער מלאך רע בעל כרחך זאגן אמן אויף דעם דרשה.

*אזוי הייבט יעצט יעדע זאלי אן מאכן דעם סך הכל פונעם וואך!!*

א. אן עולם האט ער געהאט מער ווי ביי אונז, און דאס איז נאכדעם וואס מיר האבן זיך צאם גענומען מיט אלע פראקציעס ווי *בני יואל, קאשוי, שאפראן, ליטאים, אויערבאך-אמעריקא, און געברענגט סקולען, ר' לייבוש, מונקאטש, ר' יחזקאל רוטה, ר' אהרן שעכטער און הרב וואכטפויגל.*

ב. א דרשה האט ער געזאגט אז איך ווייס מיר נישט ווי אהין צו טוהן. הלוואי ווען מיין רבי מהרז''ל קען דאס אפילו נאך זאגן. למעשה האב איך א שטיקל חשד אז מיין רבי קען ניטאמאל די שיטה. ס'קוקט מיר אויס ווי ער פלאפעלט נאך דעם יצחק שטערן. *אפשר וואלט טאקע כדאי געווען אז שמואל זאל אים געבן צו הערן די דרשה.*

ג. די ראש בית דין פון ירושלים עיה''ק איז געקומען צו פארן צום כינוס, בו בזמן ווען נאך אונזערע אלע כוחות וואס מיר האבן אינוועסטירט אין ירושלים, האבן מיר ניטאמאל א קול קורא געקענט פארשאפן פון בית דין.

ד. אלע אדמורי''ם, רבנים און שיינע אידן, בעלי בתים און עשירים האבן דעם ראב''ד געגעבן דעם כבוד הראוי לו, חוץ אונזערע נועם המידות קאמפעני.

ה. אלע תלמידים פון רבינו הקדוש זי''ע (חוץ די פאר וואס זענען ביי אונז אויף פעיראל) זענען געגאנגען צום כינוס.

*אהההההה, איך האב פארגעסן, רבינו טודרוס האט דאך געזאגט, אז דאס גייט שאטן צו די מערכה קעגן גיוס..*

דערנאך פרעגט ער זיך, *בין איך טאקע אינגאנצן משוגע? קען מען מיר טאקע פארקויפן לאקשן, אז די וואך האט מען געשלעפט מער בחורים אין מיליטער אלס ווייל די ארונים האבן געמאכט א כינוס?* איך האב זיי טאקע פיינט, אבער פליז אינסאלט נישט מיין אינטעליגענץ!!!
פרייטאג יוני 08, 2018 12:15 am#405409
אין די סעריע פין מי הוא זה
זונטאג יוני 10, 2018 11:22 am#405542
!
זונטאג יוני 10, 2018 3:07 pm#405576
איך זעה kaveshtiebel
זונטאג יוני 10, 2018 4:21 pm#405584
א אינגעל אין טרופ האט געפרעגט זיין מלמד אויב די סאטמאר רב זצ''ל האט געהייסן אויערבאך ווייל ער זעהט איבעראל ווי מ'רעדט פין זיין הייליגע שיטה
זונטאג יוני 10, 2018 4:42 pm#405590
המעמד בוטל ע''י...