Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » לא נשתכחה תורת החסידות - דרשת הרב מנשה רייזמאן שליט"א

לא נשתכחה תורת החסידות - דרשת הרב מנשה רייזמאן שליט"א

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12013
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 10:47 am#390868
לא נשתכחה תורת החסידות - דרשת הרב מנשה רייזמאן שליט"א
ראו מה בין בני לבן חמי. אונזער ATUB @הוגה ATUB אין דער וועקער, האט געשריבען אן ארטיקל מלא תוכן ומדע מסביר צו זיין די יסודות אויף וואס חסידות איז געבויט. קורץ נאך דעם, האט די בעלזע באוועגונג געשטעלט א רעדנער צו זייערע נאכפאלגער אין אמעריקא, מסביר צו זיין וויאזוי מ'קען זיך קעגנשטעלן די שלעכטע ווינטן אין אמעריקא, וואס רעדן איין די יונגווארג וועגן עפעס אן ענין פון נשתכחה. ס'איז דא אזעלכע וואס האלטן אז די גאנצע חידוש פון דעם בעש"ט איז נאר געווען אויף געציילטע יארן און דערנאך דארף מען צוריקגיין צום אלטן דרך התורה, און זיך נאר אביסל אנווארעמען אין די ווערטער פון תלמידי בע"ש אבער נישט זיך פירען ווי זיי צו נעמען זייערע חידושים.

די שלעכטע גייסט קען אפשר אריין קריכען אין די הייליגע ווינקל, דעריבער איז א דרשן געקומען רעדן פאר יונגעלייט פון אט די ווינקל זיי אנצעווארעמען אז דאס איז נישט ריכטיג און ער געדענקט נאך די גאנצע זאך על בוריה, און ממילא זאל מען ווייטער אנהאלטען די התקשרות און אהבה צום רבי'ן, יעדער לויט זיין אפשטאם, ושלום על ישראל.

ער האט אפגעוואנדן דאס וואס מ'פארלייגט זיך אויף א בריוו פון דער קאפוסטער רבי'ן, וואס שרייבט אז דער וועג פון דער בעש"ט האט זיך נאר געדארפט האלטן 150 יאר. ער האט געזאגט אז ווען מ'ליינט די גאנצע בריוו, זעט מען אז ער האט גאר געמיינט זיך אפצורעדן וועגן זיין מדרגה, און ער האט גערעדט בדרך עניוות. ער האט נישט געמיינט אז אזוי האט געדארפט זיין אויפ'ן אמת. בקיצור, ער וויל טענה'ן אז מ'דארף ליינען די גאנצע זאך, נישט נאר געציילטע ווערטער. מיט אט די געדאנק אין קאפ, איז מען געגאנגען צום אנדערע חלק פון זיין דרשה.

יענער דרשה איז געווען א דרשה, נישט קיין שיעור, ממילא האט מען אריינגעשטופט פארשידענע זאכן וואס מ'קען אוועקמאכן. אבער די תוכן פון דער ענין איז יא עפעס וואס איז ווערד אויסשמועסן אין העמק דבר.

ער האט געבויעט זיין טהעזע אויף די ווערטער פון א תיקוני זוהר (דף כב). דארט שטייט וויי לון לבני נשא, ווייל זיי טוהן אלסדינג פאר זיך, זיי לערנען פאר זיך, זיי דאווענען פאר זיך, זיי טוהן מצוות פאר זיך, אלס נאר פאר זיך און מ'טראכט נישט פון די שכינה וואס איז אין גלות, און די מענטשען פארלענגערן די גלות. אפילו ווען א מענטש טוט אלע מצוות, אבער ער טוט זיי פאר זיין פערזענליכע פארבעסערונג, ער טוט זיי ווייל ער וויל עוה"ב, ווייל ער וויל ווערן א שלימות'דיגע מענטש, איז ער דער וואס פארלענגערט די גלות.

האט דער בעש"ט געזען אז אסאך מענטשן דינען זיך זעלבסט מיט אלע זייערע עבודות און מצוות, און דאס האט ער געוואלט מאכן קלאר ביי יעדעם, צו דינט ער דעם אויבערשטן צו דינט ער זיך. בקיצור דער בעש"ט האט געוואלט אריינברענגען אן עבודה לצורך גבוה, אז אלעס וואס מ'טוט זאל זיין לש"ש לאוקמי שכינתא מעפרא.

פון דעם איז ער געשפרינגען אז דער וואס לערנט און דינט נישט אזוי, ווערט שנעל צופרידן פון זיין עבודה, און ער ווערט א גאנצע בעל גאווה פון זיין עבודה, און דעריבער דארף מען האבן די מעינות פון דער בעש"ט כדי ער זאל נישט דינען זיך אליינס. און דאס איז דער כלל, און אזוי דארף מען זיך נישט צוגיין צו אלע פרטים, נאר די כלל אליינס ווערט אויפגעבויט. מ'רעדט פון צוויי נקודות, א. דינען דעם באשעפער נישט זיך, און ב. זיך פיהרן בדרך עניוות, נישט ווערן א בעל גאווה פון די עבודה.

און פון דעם איז ער געגאנגען צו די נעקסטע שטאפל, אז כלל ישראל איז א קומה שלימה, און ווען מ'וויל ברענגען משיח דארף מען בויען די קומה שלימה פון די גאולה דורך די קומה שלימה פון כלל ישראל. און איינער וואס מיינט אז ער איז אליינס, וועט קיינמאל נישט ארבעטן אויף זיך צו בויען די קומה שלימה פון כלל ישראל אלס א חלק פון כלל ישראל, און דעריבער איז ער דער וואס פארלענגערט די גלות.

און פון דעם האט ער געטראפן א מראה מקום אז איינער וואס איז נישט קיין חלק פון א חבורה וואס איז זיך מכניע צו א צדיק, וועט קיינמאל נישט ווערן פאר א לייט, ווייל ער וועט זיין איינער אליינס וכנ"ל.

און וויבאלד דער צדיק איז א נשמה פון ר'אשי ב'ני י'שראל, ממילא איז ער אנגעהאנגען אין די קאפ פון אדם הראשון, און יעדער דור און יעדער מענטש דארף אנקומען צו זיין קאפ, און יעדער מענטש איז א חלק פון דער גוף. ווען דער מענטש וויל דינען דעם אויבערשטן אלס א חלק פון כלל ישראל, מוז ער שטיין אין די פלאץ וואו זיין נשמה באלאנגט, און ער דארף אנערקענען אז ער איז נישט דער ראש, נאר דער צדיק איז דער ראש, און ער מוז זיין אונטערטעניגט אונטער דעם אויבערשטן. ממילא דארף מען זיך מכניע זיין צו דער רב"י און שטיין אין די ריכטיגע פלאץ אין די קומה שלימה פון כלל ישראל\חבורה.

און אויף דעם לייגט ער צו אז די השגחה פרטית האט געמאכט אז יעדער זאל געבוירן ווערן וואוי ער באלאנגט, און אמאל שפירט א מענטש א ציה צו חסידות פון דער פרעמד, ווייל דעמאלס האט ער זוכה געווען צו אנערקענען דעם בעש"ט און זיין חידוש, און פון דעם קען ער ווערן א חלק פון די קבוצה וואס וועט צונעמען זיין גאווה און זיין עבודת ה' וועט זיין א חלק פון די קומה שלימה פון די קבוצה וואס איז כלל ישראל.

ווען איינער זיצט אין שטוב און ער לערנט, קען ער ווערן אזא בעל גאווה אז ער קלערט אז ער איז אליינס א קאפ. נאר דורך זיך פאקען די פעק און פארן צו א צדיק, און זיך מכניע זיין צו איהם און זיין א חלק פון א חבורה, קען ער זיך ארויסנעמען פון די גאווה און ווערן אן עניו.

דאס זאגט ער איז די יסוד פון חסידות, און דעריבער דארף מען בלייבן א חלק פון די באוועגונג אין וואס מ'איז געבוירן, און זיך צושטעלן צו זייער סיסטעם, און פארן עטליכע מאל א יאר צום צדיק זיך מכניע זיין צום חבורה.
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 10:47 am#390869
מיין רעאקציע צו די ווערטער
די ווערטער זענען בכלל נישט אין די שטאפל פון וואס מיר זענען געוואוינט, פון וואס הוגה האט אונז צוגעשטעלט אין די דקות פון חסידות, אבער זיי פארטרעטן די אלגעמיינע פארטיי גלויבונג אין חסידות, און זיי געבן א בליק אין די פארטיידיגונג וואס די קבוצות גיבן פאר זייער זיך פארלייגן אויף די חיצוניות פון די גרופע פון חסידות. זיי ווייזן אויף אז עס איז נישט נאר די קטני הדעת וואס ווילן די קלייניגקייטן, נאר דאס איז אן אפיציעלע חלק פון זייער גלויבונג, אז די פארטיי מוז זיין און מ'זאל זיך מכניע זיין צו דעם.

איך וויל זיך נישט באציען צו די קטנות פון זיין ווערטער, נאר צו די יסוד וואס ער שטעלט אוועק און איהר קראנטקייט.

קודם, האב איך איהם געפאלגט און נישט געגלויבט ווען מ'ברענגט א פאר ווערטער פון א מראה מקום. איך האב נאכגעקוקט די ווערטער פון תיקוני זהר, און דערווייל זאגט ער גארנישט נאנט צו וואס ער ברענגט פון איהם. ער זאגט אז דער אויבערשטער האט געשטעלט די הייליגע טעג אויף ארויסצונעמען די שכינה פון איהר גלות, און דערווייל מענטשן בעטן ווי הונט הב הב, אז מ'בעט נאר פאר עניני עולם הזה. דאס איז א געפערליכע זאך, אז עוה"ז איז די איינציגסטע זאך וואס זיי טראכטן. וואס דער זוהר זאגט נישט איז אז איינער לערנט און דאווענט נאר פאר זיין עוה"ב און זיין ווערן א בעסערע מענטש, איז עפעס שלעכט. ער זאגט אז מ'דארף דאווענען ימים נוראים פאר גלות השכינה, נישט מער און נישט ווייניגער.

גלויבטס מיר נישט, דא האט איהר דער לשון פון דער תיקוני זוהר: ויפן כה וכה וירא כי אין איש, אלא איש לדרכו פנו, בעסקין דילהון, באורחין דילהון, איש לבצעו מקצהו, בבצעא דהאי עלמא, לירתא האי עלמא, ולאו אינון מסטרא דאלין דאתמר בהון, אנשי חיל, יראי אלקי"ם, אנשי אמת, שונאי בצע, אלא כלהו צווחין בצלותין ביומא דכפורי ככלבים, הב, הב לנא מזונא, וסליחה וכפרה וחיי, כתבנו לחיים, ואינון עזי נפש ככלבים, דאינון אומין דעלמא דצווחי לגביה ולית לון בשת אנפין, דלא אית מאן דקרא ליה בתיובתא, דיחזור שכינתיה לקודשא בריך הוא, דאיהי מרחקא מיניה, למהדר לגביה, ואדמיין לכלבים, דאתמר בהון ויתערבו בגוים וילמדו מעשיהם, ואינון ערב רב, דכל חסד דעבדין לגרמייהו עבדין.

די טענה אויף די מענטשן איז אז זיי קערן זיך נישט בתשובה. ער דערמאנט בכלל נישט אז די תשובה מוז זיין אויף אן אופן אז מ'וויל גארנישט פאר זיך.

דאס איז אבער נישט די עיקר. דאס אז מ'טאר נישט זיין א בעל גאווה איז דאך מפורש אין אלע ספרים, און מ'דארף נישט א פארדרייטען מראה מקום פון תיקוני זוהר. אז מ'דארף דינען דעם באשעפער לשמה און נישט לשם אנדערע זאכן איז דאך אויך אין פילע מאמרי חז"ל. טאמער ער וויל אונז זאגן אז דער בעש"ט האט מחדש געווען אן עבודה וואס העלפט צו צו דעם, מה טוב ומה נעים.

טאקע אין דער נפש החיים, ווי ער לייגט אראפ די יסודות פון די אור-אלטע שיטה וואס האט נישט אנגענומען דער חידוש פון חסידות, פארדאמט ער שטארק די וואס זענען מזלזל אין עבודה שלא לשמה, ווייל דער עיקר איז די מעשה, און די כוונה איז נאר א שלימות אין די מעשה, עיי"ש בארוכה (נפש החיים – פרקים. אגב, דארט רעדט ער פון די גאווה פון די וואס רעדן זיך איין אז זיי דינען דער באשעפער בטהרת המחשבה). טאמער חסידות איז געקומען מחדש זיין אז נאר עבודה לשמה איז עפעס ווערד, שטימט עס טאקע אז הרב חיים וואלאזשינער זאל זיך שטעלן אויף די נקודה, אז עס איז נישט ריכטיג. דאס מיינט נישט אז עבודה לשמה איז נישט קיין וויכטיגע מדרגה, נאר אז אפילו שלא לשמה איז א הויכע מדרגה.

דער פראבלעם איז, אז דער דרשן האט געכיפערט פארשידענע טריטען אין זיין לאגישע רייזע אנצוקומען צו זיין מסקנא אז מ'דארף זיין א חלק פון א פארטיי אויף נאכצוגיין אין די דרכי הבעש"ט. יא, כלל ישראל איז א קומה שלימה, און מ'דארף זיך צושטעלן צו דעם. לאמיר איהם עס נאכגעבן. ט'ווי קען מען זיך אפשיידן פון די קומה שלימה, און זיך מאכן א גאנצע קומה פון איין אבר פון די גרויסע קערפער, און דערנאך זיך פארשטעלן ווי די קומה שלימה אליינס? ווען מ'דארף דייקא זיין א חלק פון די קומה שלימה פון כלל ישראל, איז זיך אפשיידן די סתירה דערצו, נישט דער קיום דערפון.

ער לאזט אויך אויס נאך א נקודה. טאמער דער עיקר איז די עבודה לשמה, און מ'דארף זיך צושטעלן צו יענע עבודה, וואס האט עס מיט דעם יורש פון די ריעל עסטעיט? לאמיר טרעפן דעם מענטש וואס האט זיך די מערסטע געבויגן פאר עובדי ה', א שטייגער ווי דער ר' יענקל גרינוואלד וואס ער רימט אויס, און צו איהם פארן? וויאזוי איז דער וואס האט גע'ירש'נט דעם נאמען און די בנינים פונקט דער וואס דארף זיין בראש?

אין דעם איז טאקע געווארן א געפערליכע נשתכחה, אז מ'האט גענומען איין פונקט פון די חידוש פון חסידות, און ארויסגענומען פון איהר אמת'ער באדייט. יא, מ'דארף זיך צושטעלן צו א צדיק, לאמיר גלויבן. אבער אז צוליב דעם דארף מען באקרוינען א צדיק לויט אינטערעסן און ביזנעס איז די צווייטע שטאפל וואס האט גארנישט מיט'ן בעש"ט. אז מ'קען צוזאמען שטעלן די צוויי זאכן, איז אן אמת'ער סילוף און א קיום פון נשתכחה.

נאך א ברייטערע נקודה דארף באטאנט ווערן. אין משלי שטייט 'מחשבות בעצה תיכון ובתחבולות עשה מלחמה'. יעדער מענטש האט א יצר הרע און מדות וואס ער דארף מתקן זיין. מ'דארף זיך זוכן עצות ותחבולות וויאזוי דאס צו טוהן. די תורה איז פול מיט עצות אין דעם, ובפרט אין ספר משלי און אין אגדות חז"ל. ווען א מענטש זוכט דארט זיינע עצות, וועט ער מצליח זיין, יעדער לויט זיין תכונות הנפש. דער טוט אזוי און דער טוט אזוי, לויט זיין טראכטסגאנג און נאטור.

דער דרשן דארט האט זיך באצויגן צו די פראבלעם פון גאווה. א מענטש וואס איז א בעל גאווה דארף עפעס טוהן זיך מכניע צו זיין. דער דרשן האט געטראפן אן עצה וואס חז"ל האבען נישט דערמאנט - דאס זיך בייגן צו א חבורה פון אידן איז נישט דערמאנט אין חז"ל און ראשונים, עס איז בכלל נישט פון די זאכן וואס זיי האבען געטוהן צי גע'עצה'ט.

ולא עוד, אלא אפילו לשיטתיה אז מ'קען אויסזויגן פון פינגער א נייעם גאנג אין עבודת ה', האט ער נאכאלץ נישט קיין רעכט. יעדער מענטש האט זיך זיין נאטור, מ'קען נישט מאכען איין גאנג פאר יעדעם. דער מענטש דארף זיך אפשר מכניע זיין צו א חבורה, און א צווייטער דארף דייקא בלייבן אין צימער און לערנען מוסר פאר זיך, און א דריטער דארף זיך נעמען ארבעטן אין א נידריגערע סארט ארבעט וואס וועט צוברעכן זיין שטאלץ און גאווה. ווי קומט ער זאגן אז דאס איז די גאנג, און דער וואס טוט נישט אזוי איז א בעל גאווה? יעדער דארף זיך מכניע זיין צו זיין רבי'ן? אפשר דארף איינער זיך דוקא נישט מכניע זיין?

און נאך עפעס. א בעל גאווה איז א 'דוחק רגלי השכינה'. דער אמת'ער סארט עניוות קומט פון א שעצונג פון א מענטש און זיין פליכטן צו זיין בורא. ווען א מענטש לעבט נאר מיט דעם בורא עולם, נישט מיט אנדערע מענטשן, און ער זעט נאר זיינע פליכטן צו זיין בורא און אויך ווי קליין ער איז אלס פשוט'ע נברא כלפי זיין גרויסע בורא, גלייך ווערט ער א געוואלדיגער עניו. ברגע וואס ער מעסט נישט זיין מדרגה לויט אנדערע מענטשן נאר לויט זיינע פליכטן, איז ער שוין א שפל בעיני עצמו. א מענטש וואס האט געוואלדיגע מעלות, ער האט געלערנט פלייסיג, געהאלפן אנדערע אידן, געדאווענט ערליך און דערהויבן, און ער איז טאקע העכער ווי אנדערע, קען ווערן א בעל גאווה ווען ער זעט וויפיל גרעסער ער איז ווי זיינע ארומיגע. נאר ווען ער זעט איין אז אלעס וואס ער האט געטוהן איז גארנישט כלפי זיינע פליכטן צו זיין בורא, און זיין עיקר לעבן איז זיין עבודת ה', קען ער קיין בעל גאווה נישט ווערן.

קומט אויס אז דוקא נישט זיין א חלק פון א גרופע, דוקא נישט זוכן אנדערע און זייער מדרגות, דאס איז די ישועה פאר גאווה. דאס אויפלעבן די אייגענע מדות און די אייגענע חיובים, דאס איז די וועג וויאזוי מ'דערווייטערט זיך פון גאווה און התנשאות.
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 12:22 pm#390876
דער דרשה האט רב רייזמאן געהאלטען לצורך פרנסה. כ'גלייב נישט ער האלט ערנסט די נארישקייטן. אבער צו די קיען ברויך מען ווארפען שטרוי. א ברירה האט ער? וואס זאל ער זאגען אז ער איז זעלבסט דער צדיק הדור?

בקיצור פין די גאנצע שמועס אז לא נשתכחה תורת החסידות, ווייל ער איז נאך דא, און קען אויפווייזן פין זוהר אז טאמער מען איז זיך נישט מכניע צו די אייגענע חסידות איז מען מעכב די גאולה.
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 1:06 pm#390880
פון דיינע שטותים איז ניכר אז דו קענסט נישט הרב רייזמאן אפילו נישט א טראפ.

אלס סאטמארער/עקס סאטמארער? איז דאס פאר דיר שווער צו פארשטיין, אבער בעצם האט ער איבערגעחזרט די סאמע פשוטסטע יסודות דרך החסידות.

ווידער ליטוואקלס געמויזעכץ איז ניטאמאל ווערט א ריספאנס, איך גלייב ער אליינס פארשטייט נישט קיין ווארט וואס ער האט געשריבן.
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 1:23 pm#390884
איך אויך האט געשריבן:פון דיינע שטותים איז ניכר אז דו קענסט נישט הרב רייזמאן אפילו נישט א טראפ.

אלס סאטמארער/עקס סאטמארער? איז דאס פאר דיר שווער צו פארשטיין, אבער בעצם האט ער איבערגעחזרט די סאמע פשוטסטע יסודות דרך החסידות.

ווידער ליטוואקלס געמויזעכץ איז ניטאמאל ווערט א ריספאנס, איך גלייב ער אליינס פארשטייט נישט קיין ווארט וואס ער האט געשריבן.



סאיז נישט ערווארטעט אז א איגנארענט יונגעל מיט אזא איי קיו זאל פארשטיין א ווארט וואס ליטוואק רעדט..

אבער שעם דיך כאטש עס צו זאגן ברבים! פרעג א חבר דיינע אדער עמיצער וואס פארשטייט א ביסל מער, און פרוביר צוצולייגן קאפ.. אולי ואולי...



(נ.ב. דאס אז איך בין א סאטמארע חזירל ווייסט מען שוין.. ענטפער עפעס מיר קריעטיוו..)
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 1:27 pm#390885
דער וואודרידזשער רב האט גערעדט וועגען די דרשה אויף קול הלשון, נומער 4 דרשה 203. ער האט זיך בעיקר באצויגען צו די נשתכחה חלק און ארום גערעדט דער ענין און געברענגט מקורות דערצו. דאס איז נישט אזויפיהל די נושא פון די אשכול, אבער עס איז ווערט צו וויסען זיין ווערטער. דער עיקר וואס ער טענה'ט איז אז די גבולות צווישען קרייזען און גלויבונגען זענען וויכטיג אין גלות און עס איז נישט ריכטיג מטשטש צו זיין. טאמער ר' מנשה גלויבט זיין ווערטער, וואויל איז איהם. אבער ער מעג נישט קומען און זאגען אז אין אנדערע פלעצער האלט מען אויך אזוי און אז אלס איז איינס.

ער האט אויך מעורר געווען א וויכטיגער נקודה אין די ענינים.

פונקט ווי ווען מ'לערנט הלכה, קען מען פון די גמרות נישט פסקנ'ן, מ'דארף די ראשונים. און פון די ראשונים קען מען אויך נישט פסקנ'ן, מ'דארף אנקומען צו די פוסקים וואס האבען מכריע געווען און אפגעלערנט זייער ווערטער. דאס שפרינגען צוריק צו פריערדיגע איז נישט דער אנגענומענער דרכי הפסק. אזוי אויך און נאך מער איז דאס אין עבודת ה'. יא, די תלמידי בע"ש האבען געשריבען און מרמז געווען זאכען, אבער פאר אונז קען מען עס נאר אננעמען דורך די בליק פון שפעטערע דורות. א סאך פון די א.ג. 'סאמע יסודות פון חסידות' זעט מען נאר אין די פריערדיגע דורות, אין די שפעטערע האט מען שוין נישט געהערט פון זיי. דאס זאל זיין פאר אונז א סבה זיך אפצושטעלען און נישט אננעמען די זאכען כפשוטם.
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:36 pm#390917
נאר א קליינע הערה בנוגע די נושא פון גאות בעבודת ה'. מיין עניית דעת דערהייבט נישט דער חילוק צווישן איינער וואס האלט זיך גרויס פארן קענען הונדערט בלאט גמרא און איינער וואס האלט זיך גרויס ווייל ער איז א בעלזא חסיד. דער ויגבה לבו איז גילטיג ביי ביידע גלייך.
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 6:53 pm#390926
ווי קען מען הערן די דרשה אדער קען איינער עס ארויפלאדענען דא צי אינזער וועלטעל?
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 7:03 pm#390927
Re: לא נשתכחה תורת החסידות - דרשת הרב מנשה רייזמאן שליט
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 7:09 pm#390928
הוגה האט געשריבן:נאר א קליינע הערה בנוגע די נושא פון גאות בעבודת ה'. מיין עניית דעת דערהייבט נישט דער חילוק צווישן איינער וואס האלט זיך גרויס פארן קענען הונדערט בלאט גמרא און איינער וואס האלט זיך גרויס ווייל ער איז א בעלזא חסיד. דער ויגבה לבו איז גילטיג ביי ביידע גלייך.


זיי טענה'ן אז זיי מיינען בכלל נישט זייער גאווה. זיי מיינען אז דער בעלזער דארף בלייבען אין בעלזא, דער וויזניצער אין וויזניץ און דער סאטמארער אין סאטמאר. עס האט נישט מיט מער ווי א צווייטען. נאר אויף דעם בלייבט אויך שווער, ווייל דער וואס לערנט א הונדרעט דף גמרא קען אויך זאגען אז ער איז נישט בעסער ווי דער וואס האט געהאלפען הונדרעט אידען וכדו'. אלא מאי? דער יצה"ר ארבעט נישט אזוי. אזוי איז אויך אין חסידות'ער.
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 2:52 pm#391011
Re: לא נשתכחה תורת החסידות - דרשת הרב מנשה רייזמאן שליט"א
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער וואודרידזשער רב האט גערעדט וועגען די דרשה אויף קול הלשון, נומער 4 דרשה 203. ער האט זיך בעיקר באצויגען צו די נשתכחה חלק און ארום גערעדט דער ענין און געברענגט מקורות דערצו.


במחילת כבוד תורתו הרמה פונעם וואודרידזשער רב, אין דעם דרשה קייט ער סתם וואסער כידוע כידוע ואין כאן מקומו להאריך
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 3:13 pm#391013
@ליטוואק.

איך האב קיינמאל נישט דורכגעטוהן די נושא צו קענען עכט אריינרעדן אין דעם שמועס, ס'האט מיר אלעמאל געוואונדערט וואס דאס מיינט א 'חסידישער אינגערמאן' איך האב געפרעגט אפאר חבירים אין בית המדרש, אויב עפעס וואלט זיך געטוישט אין זייער קשר מיטן רבוש"ע זאלן זיי ווען גיין מיט א בענד דאון און פראק אנשטאט שטריימעל און בעקיטשע, קיינער האט מיר נישט געהעריג גענטפערט וואס פונקטליך די שטריימעל/בעקיטשע מיינט פאר אים. נו ווי פונקטליך אין מיין לעבן בין איך 'חסידיש'??

דיינע הערות זענען אינטערסאנט, איין נקודה גיב איך פאר הרב רייזמאן, אז די השגחה פרטית האט געפיהרט אז איך זאל געבוירן ווערן צו סאטמערע/פאפא/ליטווישע/מזרחיסטישע עלטערן מיינט דאס עפעס, איך בין אליינס מסופק וויאזוי מיינע עלטערנ'ס חסידות זענען מיר מחייב אויב איך האב נישט מקבל מרות געווען פונעם יעצטיגען אדמו"ר, אבער די שאלה קען מען פרעגן ביי יעדע קרייז, ווער האט געקרוינט הרב שטיינמאן שליט"א אלץ 'גדול' אז זיינס א פסק זאל מיר מחייב זיין, מעג איך קרוינען הרב קאלמאנאוויטש שליט"א (דוגמא בעלמא) פאר גדול? אדער אויב ער האט נישט די צייטונגען אונטער זיך איז ער דיסקוואליפייד אלץ גדול?

בקיצור, אויב איז אלץ תלוי אין דעם אינדיווידואלס קבלת מרות האט קיינער נישט קיין ווארט אויף קיין שום גרופע מענטעשן ווילאנג זיי שווערן נישט טרייהייט (ווי די העלבראנץ חברה), אבער דאס מאכט דאך נישט קיין סענס.

פארן קריג האט רוב מנין ובנין פון כלל ישראל באלאנגט צו דעם רב פון שטאט (כאטש וואס א גרויסער פראצענט האט געהאט דועל סיטיזאנשיפ, איינס ביים רב און איינס ביי זיין אדמו"ר) ועל פיו ישק כל דבר.


אונטערשטע שורה איך בין נאך היבש אומקלאר אין די נושא
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 3:27 pm#391014
ATUB @יהודי פשוט ATUB - איך האב פארשטאנען די אלע כידוע'ס אז ער וויל אוועק שטעלען זיין אטאריטעט. ער ברענגט אראפ פון ווי ער האט מקבל געווען, און פון ווי זיי האבען מקבל געווען און פארוואס ער רעדט בשם א ברייטער מסורה, און נישט פון א פאר מעשה'לעך. ס'האט טאקע געצויגען לענגער ווי עס דארף, און ער האט אסאך איבערגעחזר'ט די 'אין כאן מקומו להאריך עכשיו בכל אלה'.
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 3:46 pm#391021
בנוגע תורת הבעל שם טוב לפי עניית דעת איז זייער שווער צו נעמען איין נקודה און זאגן אט דאס האט דער בעל שם הקדוש מחדש געוועהן, פונקט ווי מען קען נישט זאגן אויף די תורה הקדושה איין נקודה וואס דאס איז די תורה, תורת הבעש"ט איז א רעסעפי פון כמה וכמה ענינים וואס דער בעל שם טוב האט אונז געלערנט.

דאס איז לכאורה די סיבה פארוואס עס איז פארהאן אזוי פיל אפטיילונגען אין חסידות וואס דאס איז שוין געווארן נאכ'ן פטירה פונעם מגיד ווייל יעדער איינער האט געלייגט א דגוש אויף אן אנדערע נקודה אין תורת הבעש"ט, פאר א משל וועל איך ניצן דער מאכל וואס מען רופט טשולענט וואס כמעט ביי יעדן איינעם קוקט דאס אויס אנדערש, איי וויאזוי קען זיין אז דער זעלבער מאכל זאל ביי יעדן האבן אן אנדערע טעם? נאר וואס'זשע דען? דער טשולענט האט כמה וכמה אינגרידיענס און געוואנדן לויט וויפיל מען לייגט אריין פון יעדן אינגרידיענט לויט דעם איז דער טעם פונעם טשולענט, איינער לייגט מער בונדלעך און ווייניגער זאלץ און איינער לייגט מער וואסער און ווייניג בונדלעך, איינער לייגט אסאך קארטאפל איינער לייגט ווייניג קארטאפל און איינער לייגט בכלל נישט קיין קארטאפל וכו' וכו', אזוי איז אויך תורת הבעש"ט איינער האט גענומען מער פון דעם אינגרידיענט און ווייניגער פון אן אנדערע, און א צווייטער האט געטוהן פונקט פארקערט, און עס זענען געוועהן אזעלכע וואס האבן בכלל נישט געניצט געוויסע אינגרידיענס, ממילא איז טאקע אלעס תורת הבעש"ט עס האט נאר ביי יעדעם אן אנדערן טעם, ויש להאריך בזה כידוע כידוע אבל מחמת קוצר הזמן (והפועלים עצלים וכו') צריכים לקצר עכשיו, ועוד חזן למועד...

ויה"ר שיתקדש שם שמים על ידינו, ושנזכה להרמת קרן התורה והחסידות ולקבל פני משיח צדקנו ומלכינו בראשינו (מאן מלכי רבנן) במהרה בימינו.
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 4:23 pm#391028
ATUB @יעקב מענטש ATUB – דו מישסט צוזאמען דריי זאכן אינאיינעם.

א רב אין א שטאט איז ממונה אויף די ענינים ציבוריים, די קהל'ישע ענינים אין שטאט. אלע פסקי הלכה בנוגע דעם ציבור, אלע סכסוכים צווישן מענטשן און תקנות הכלל לויט די נויט. יעדער איינוואוינער איז משועבד צו דעם ציבור אין ציבור ענינים.

א גדול הדור איז איינער וואס די מערהייט פון תלמידי חכמים זעהען איין אז ער איז משכמו ולמעלה און ער פארשטייט העכער ווי זיי. ווי אויך, ס'איז דא זאכן וואס זענען נוגע דעם דור אדער א גרויסע פראצענט פון דעם דור, און עס איז א חוצפה פאר יעדן צו טוהן וואס ער וויל אדער וואס ער טראכט, ווען עס איז נוגע דעם כלל. נאר איינער וואס דער כלל האט צוטרוי צו איהם, האט א רעכט דערצו. איינער וואס איז מחליט אז ער גייט נאכגיין זיין דעה, צו דער דעה פון איינעם וואס איז בכלל נישט קיין כלל מענטש, ער האט נישט די אחריות פון דעם כלל אויף זיינע פלייצעס, איז ער נישט אין דער ליניע בכלל, און נאכגיין זיין מיינונג איז נישט אויסגעהאלטן.

נאך א נקודה האט א גדול הדור, און דאס איז אין פסק. געוויסע שאלות האבן נישט מיט א געהעריגע מו"ץ צו אפילו א רב אין שטאט. איך געדענק פון צוויי תשובות אין נודע ביהודה ווי ער מוסר'ט א רב פאר'ן פסקנ'ען זאכן וואס באלאנגען צו גדולי הדור, איינער אין הלכות נדה און איינער אין הלכות גיטין. דאס איז ווייניגער נוגע היינטיגע צייטן, ווי די זאכן זענען צוטיילט געווארן.

און אויף דעם איז דא א רבי וואס איז פולקאמער בעל הבית אויף זיין סטאדע. ער זאגט זיי חתונה האבן, מאכן און גט'ן. ער מעג זיך אריינמישן אין סיי וועלכע טריט א מענטש טוט. דאס עקזיסטירט נישט אין דער נישט-חסידי'שע וועלט, עכ"פ אפיציעל.
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 5:28 pm#391034
דער נודע ביהודה זאגט גדול הדור מיט דיין דעסקריפציע? אז רוב תלמידי חכמים דארפען פאר אים האבען התבטלות?

איך בין גראד מחולק מיט אייך אויף דעם. איינער וואס קען נישט הלכות גיטין זאל נישט פסק'ענען, און וועגען דעם רעדט דער נודע ביהודה.

לפי דבריך זענען רבי'ס דער מערסטע ראוי צו פסק'ענען, ווייל אלע תלמידי חכמים פין זייער סטאדעס האבען פאר זיי התבטלות, על אף זיי קענען נישט צו מאל מער פין א חדר אינגעל.

והוא הדין ליטווישע גדולים היינט וואס קענען אסאך לומדות, און האט גארנישט מיט הלכה, קענען האבען התבטלות פין תלמידי חכמים תלמידים און זיי האבען נישט קיין רעכט צו פסק'ענען קיין ביעותא בכתחא ווייל זיי ווייסען נישט וואס עס מיינט.

און ב.ד.וו. ר' מתתיהו זאגט פלענטי דעות פאר זיינע שאף חתונה צו האבען און צו גט'ן און אזוי אסאך ראשי ישיבה. נישטא קיין חילוק ביי חרדים צווישען חסידים און ליטאים בנוגע דער הילוך במחשבה, דער חילוק איז נאר צו מען איז מקפיד זמן תפלה אדער געבראקסט.
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 5:38 pm#391036
האסט אנגעכאפט די עק פון מיין נקודה, נישט די נשמה.

ר' מתתיהו ענטפערט דער וואס קען אליינס נישט. קיינער באלאנגט נישט צו איהם, און ער קען נישט אויפהייבן א טלפון און הייסן סיי וואס צו א פלעינער מענטש. אין בני ברק דרייט זיך א מימרא 'דער וואס פוילט זיך צו גייען צו א דאקטאר, גייט צו ר' חיים'.
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 8:24 pm#391043
כ'הער וואס איר זאגט.

ביי װעלכע חסידות איז עס אזוי ווי איר ליגט עס אראפ, אז דער רבי קען איינעם רופען אן זאגן גיי גט זיך?

איך וואלט משער געוועהן אז ביי ליטווישע פרעגט מען א ראש ישיבה משגיח וכו' פאר א גט פונקט אזויווי חסידים.
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 8:44 pm#391045
יא, א רבי קען טאקע אויפהייבן א טעלעפאן און זאגן פאר איינער פון זיינע חסידים אז ער זאל זיך גט'ן, און עס זענען פארהאן אסאך וואס וואלטן געפאלגט, אבער כמובן אז קיין איין רבי טוט דאס נישט, נישט ער הייסט חתונה האבן און נישט ער הייסט זיך גט'ן, נאר אז מען קומט איהם פרעגן ענטפערט ער זיין מיינונג, און איך מיין אז ביי די ליטווישע איז די זעלבע, אויב זאל הרב שטיינמאן היינט אויפהייבן א טעלעפאן צו איינע פון זיינע מענטשן און זאגן דו דארפסט זיך גט'ן איז לכאורה פארהאן אסאך וואס וואלטן געפאלגט, והוא הדין אויב ר' שמואל אויערבאך וועט דאס טוהן, נאר וואס דען, זיי גייען נישט טוהן אזא זאך.
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 9:22 pm#391047
תורת הבעש"ט איז א רעסעפי פון כמה וכמה ענינים וואס דער בעל שם טוב האט אונז געלערנט.


יהודי
לדבריך מיט וואס איז תורת הבעש"ט אנדרעש ווי די תורה גופא וואס איז כפטיש יפוצץ סלע?

נאך א פראבלעם וואס די אדרעסירט נישט, אז די תורה איז נישט געשריבן, און פין דארט ווערט עס נתחלק, פין בעל שם טוב איז גארנישט דא, און צוזאגען אז די תורת הבעש"ט איז א רעסעפי אויף אלע אנדערע שיטות נאך אים איז שווער, ווייל די רעסעפי אליינס איז נישטא.

נעם די תורות וואס שטייען אין תולדות און פראביר מיט דעם צו מאכען יסודות אויף דעם וואס שטייט אין מגיד דבריו ליעקב, וועסטו אין ערגעץ נישט אנקומען. אבער פין מגיד דבריו ליעקב איז דא יסודות אויף קדושת לוי תניא און אלע תלמידים. ממילא איז קלאר אז צו וויסען וואס די בעש"ט האט געזאגט פאר זיינע תלמידים איז פשוט אוממעגליך, ווייל מען ווייסט נישט, און מען האט קיינמאל נישט געוויסט.
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 1:35 am#391062
Re: לא נשתכחה תורת החסידות - דרשת הרב מנשה רייזמאן שליט"א
אישתישבי האט געשריבן:
תורת הבעש"ט איז א רעסעפי פון כמה וכמה ענינים וואס דער בעל שם טוב האט אונז געלערנט.


יהודי
לדבריך מיט וואס איז תורת הבעש"ט אנדרעש ווי די תורה גופא וואס איז כפטיש יפוצץ סלע?

נאך א פראבלעם וואס די אדרעסירט נישט, אז די תורה איז נישט געשריבן, און פין דארט ווערט עס נתחלק, פין בעל שם טוב איז גארנישט דא, און צוזאגען אז די תורת הבעש"ט איז א רעסעפי אויף אלע אנדערע שיטות נאך אים איז שווער, ווייל די רעסעפי אליינס איז נישטא.


תורת הבעש"ט איז טאקע נישט אנדערש ווי די תורה גופא.
בנוגע דעם אז פון בעש"ט איז נישטא גארנישט אפגעשריבן, ביסט גערעכט, אפשר זאגסטו מיר ווער עס האט היינט אפגעשריבן די אריגינעלע רעסעפי פון טשולענט?? יעדער וואס דארף קאכן טשולענט האט מקבל געוועהן פון די מאמע אדער פון די באבע אדער פון א חבר עפעס א רעסעפי בערך און לפי דעם קאכט מען דעם טשולענט, אזוי אויך תורת הבעש"ט איז טאקע נישט קיין פארשריבענע רעסעפי און עס קען זיין אז עס זענען פארהאן געוויסע פרטים דערפון וואס מיר ווייסן נישט היינט פונקטלעך, אבער באופן כללי איז יא געבליבן רוב פון די רעסעפי נאר ביי יעדן קוקט דאס אויס אנדערש, און עס קען אפילו אויסקוקן אינגאנצן אנדערש אין צוויי אנדערע חצירות פונקט ווי ווען די וועסט געבן פאר א גוי צוויי טעלער'ס טשולענט וואס זענען געמאכט געווארן דורך צוויי אנדערע מענטשן וועט ער אסאך מאל נישט גלייבן אז די צוויי מאכלים טראגן דעם זעלבן נאמען
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 2:35 am#392065
מורא׳דיג
א.קיי... דאס אלץ איך טאקע פארשטיי נישט...אויב איר גלייבן נישט און האלטן נישט ביי תורת הבעש״ט, וואס איז דער חילוק צווישען אייך און דער מתנגדים...? די קלעטער? די עסן? וואס? רעדן אידיש? פארוואס מאכטסו דעם טפל אן עיקר?? זיי זיינען גאר גאר חיצוניות׳דיגע זאכן!! אוי ווא וואוי...אזא מורא׳דיגע זאכן רבותי!! מיר זיינען חסידים!! דארפן מיר מפיץ זיין מעיינות החסידות חוצה...אן גלייבן און האלטן ביי תורת הבעש״ט מען איז נאר א מתנגיד וואס טראגט א בעקישע און עסט פטשא ר״ל...און צו דאס באשרייבער וואס זאגט אז תורת הבעש״ט איז נאר א צייטווייליגער הוראה ר״ל ח״ו (ס׳איז שווער ביי מיר צו פשוט שרייבן אזא ווערטער) דאס איז א מורא׳דיגע זאך צו זאגן...דער בעש״ט האט אונז געגעבן אן אייביגע דרך צו גיין אויפן ביז ׳קאתי מר׳...דארף איך דערציילן צו דיר דער באקאנטע בריעוו פון בעש״ט נאך זיין גיינדיג אין גן עדן? ער האט געקומען צו דעם חדר׳ל פון משיח׳ן און געפרעגט, ׳אימתי קאתי מר?״ און משיח האט גלייך געענטפערט ״כשהפצת מעיינותיך חוצה!״. רבותי דארפן מיר געדענקן דאס אייביג, און גיין גלייך אויפן וועג צו מפיץ זיין תורת החסידות על פי כוונת הבעש״ט און דער הייליגער מגיד, און זיין ממלא מקום! חסידים דארפן מיר זיינען חסידים און זיין נישט פארשעמט!
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 5:44 am#392069
Re: לא נשתכחה תורת החסידות - דרשת הרב מנשה רייזמאן שליט"א
דאס איז נישט ממש די אשכול, אבער די מעשה מיט׳ן בע"ש מיט היכל משיח איז לוקה בחסר. דער בע"ש האט געפרעגט אימתי קאתי מר, און משיח האט גע׳ענטפערט לכשיפוצו מעינותיך חוצה ויוכלו גם הם לעשות תיקונים כמותך וכו׳. דער פשט איז אז טאמער דו וועסט מצליח זיין מחנך צו זיין א דור פון מייחדי יחודים כמותך, וועט ער שוין קומען.
אזוי פיהל אנדערע פראבעס, איז דאס ליידער נישט געלונגען, און כלל ישראל האט עס נישט אנגענומען בשעתו. היינט אין אונזער דור יתום איז דער ענין פון מייחד זיין יחודים כמותך א וויסטע חלום, און מיר האפען פאר דער אויבישטער׳ס ישועה בקרוב לויט זיין חשבונות.

אז דער חידוש איז געווען נאר א צייטווייליגע זאך איז בכלל נישט קיין גרויסע חידוש. מ׳רעדט דאך טאקע פון א חידוש וואס מ׳האט פאר דעם נישט געהאלטען, וואס איז דער נצחיות דערפון?

און דער עיקר טענה, אז אויב נשתכחה איז נישט דא קיין חילוק צווישען דער חסיד און דער מתנגד, דאס איז טאקע נצחתני. אויף אזא טענה איז קיין תשובה נישט דא

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 6:40 am#392071
מיר האט מען אויסגעלערנט, אז די בעש"ט האט גארנישט מחדש געווען, אין נביא רשאי לחדש, ער האט נאר מחדש געווען אלטע זאכן וואס זענען פארגעסן געווארן.
מיט די צייט זענען א טייל פון די זאכן געווארן פשוטע זאכן.
א גרויסע חלק - אויב נישט די גאנצע - תורת הבעש"ט, איז נישט וואס צו טון, נאר וויאזוי צו טון. יעדע רעליגיע, אויסער וואס זיי טוען אנדערע זאכן, און גלייבן אין אנדערע זאכן, האבן אויך אן אנדערע וועג וויאזוי זיי גייען צו צו די גאנצע זאך פון רעליגיע. פארשטייסט אליין אז א הינדו למשל גייט אינגאנצן אנדערש צו צו רעליגיע ווי א מוסולמענער.

אפילו היינט קען מען נאך אביסל זען א חילוק, צווישן ישיבה לייט און חסידישע אידן.
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 1:31 pm#392096
ברוך שפינוזה האט געשריבן:מיר האט מען אויסגעלערנט, אז די בעש"ט האט גארנישט מחדש געווען, אין נביא רשאי לחדש, ער האט נאר מחדש געווען אלטע זאכן וואס זענען פארגעסן געווארן.
מיט די צייט זענען א טייל פון די זאכן געווארן פשוטע זאכן.
א גרויסע חלק - אויב נישט די גאנצע - תורת הבעש"ט, איז נישט וואס צו טון, נאר וויאזוי צו טון. יעדע רעליגיע, אויסער וואס זיי טוען אנדערע זאכן, און גלייבן אין אנדערע זאכן, האבן אויך אן אנדערע וועג וויאזוי זיי גייען צו צו די גאנצע זאך פון רעליגיע. פארשטייסט אליין אז א הינדו למשל גייט אינגאנצן אנדערש צו צו רעליגיע ווי א מוסולמענער.

אפילו היינט קען מען נאך אביסל זען א חילוק, צווישן ישיבה לייט און חסידישע אידן.


ערשטנס, וואס גלויבסט אז מיינט דער בעש״ט מיט זיין תורה? ווי קענסטו קוקן אויף דער מוראדיגע חסרון פון אהבת ישראל, און דער חסרון אין ידיעה פון תורת החסידות בכלל און זאגן אז די כוונת הבעש״ט איז משלם׳ט געווען שוין...?
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 2:00 pm#392101
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז נישט ממש די אשכול, אבער די מעשה מיט׳ן בע"ש מיט היכל משיח איז לוקה בחסר. דער בע"ש האט געפרעגט אימתי קאתי מר, און משיח האט גע׳ענטפערט לכשיפוצו מעינותיך חוצה ויוכלו גם הם לעשות תיקונים כמותך וכו׳. דער פשט איז אז טאמער דו וועסט מצליח זיין מחנך צו זיין א דור פון מייחדי יחודים כמותך, וועט ער שוין קומען.
אזוי פיהל אנדערע פראבעס, איז דאס ליידער נישט געלונגען, און כלל ישראל האט עס נישט אנגענומען בשעתו. היינט אין אונזער דור יתום איז דער ענין פון מייחד זיין יחודים כמותך א וויסטע חלום, און מיר האפען פאר דער אויבישטער׳ס ישועה בקרוב לויט זיין חשבונות.

אז דער חידוש איז געווען נאר א צייטווייליגע זאך איז בכלל נישט קיין גרויסע חידוש. מ׳רעדט דאך טאקע פון א חידוש וואס מ׳האט פאר דעם נישט געהאלטען, וואס איז דער נצחיות דערפון?

און דער עיקר טענה, אז אויב נשתכחה איז נישט דא קיין חילוק צווישען דער חסיד און דער מתנגד, דאס איז טאקע נצחתני. אויף אזא טענה איז קיין תשובה נישט דא

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ווי איז דאס א נצחון פאר אונז אויב דו האסט פארגעסט אינגאנצן וואס תורת החסידות איז מכוון צו טוען...און נאכמערער האט געמוסרט דיין חסידות׳קייט צו זיין גלייך ווי די מתנגדים, און נישט אז זיי האבן געווארן ווי חסידים, מיט א ידיעה אין תורת החסידות...אלא אדרבה דו זאגסט אז דו האסט פארגעסט און פארלוירן תורת הבעש״ט ח״ו ר״ל! אין וואס פאר א וועלט איז דאס ביי דיר א נצחון פאר אונז...?
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 2:59 pm#392105
Re: לא נשתכחה תורת החסידות - דרשת הרב מנשה רייזמאן שליט"א
איך האב נישט קיין עפפ וואס טייטשט פון טערקיש אויף אידיש, אבער לכאורה האסטו נישט ארויס מיין כוונה.

דיין ווערטער האבען אויסגעוויזען אז פון דעם אז עס מוז זיין אז חסידים זענען בעסער ווי מתנגדים, איז געשפארט אז חסידות איז נישט פארגעסען געווארען. די הנחה איז געבויט אויף א ראסע גאווה, נישט קיין שכל צו תורה, ממילא האב איך געשריבען סארקאסטיש ׳נצחתני׳.

דאס וואס ברוך שפינוזה שרייבט אז עס איז דא א חילוק צווישען א ישיבישע און א חסידישע איז לאו דוקא א ראיה אז לא נשתכחה. פון דער פסולת פון חסידות איז געווארען א קולטור און פון די שיריים פון די קולטור האט זיך אנטוייקעלט די היינטיגע באוועגונגען. ביי ישיבישע האט זיך אנטוויקעלט עפעס אנדערש. עס איז נאכאלס גאנץ מעגליך אז נשתכחה תורת הבע"ש, און זיין חידוש איז שוין נישט קיין מחייב צו רעכט.

עכ"פ דא קומט מען רעדען פון הרב רייזמאן׳ס בליק אויף דער בעש"ט. זאגט מען דען אז לא נשתכחה ווייל מ׳פארט נאכאלס צו גרויסע חתונות וואס ווערען געשילדערט אין די צייטונגען אין די ווייטע אינדיא? איז דער תורה וואס לא נשתכחה געבויט אויף דער שייכות צו א פארטיי, ווי הרב מנשה לייגט עס אוועק? איז דען דא מקורות אין די כתבים פון תלמידי בע"ש אז דאס איז דער עיקר?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 4:25 pm#392115
האט נישט אן עפפ צו באזעצן פון טערקיש אויף אידיש חחחחחחחחחחח געוואלדיגגגגגגגג, סארי אידיש איז נישט מיין ערשטן שפראך נעבעך, איך טאן מיין בעסטע! איך נאר מיין אז דער כוונה פון תורת הבעש״ט און תורת החסידות איז אז דא זאל זיין א הפצה דווקא...זע דער מאמרים פונעם אלטער רבי (א תלמיד פון דעם מגיד) און אלע שפעטערדיגע רבים! און יא אלע טיילן פון אידנטום האבן זיינע אייגינע מעלות, אבער צו אריינמישן און ׳פארגעסן׳ דער כוונה פון תורת הבעש״ט איז נישט דער וועג...חסידות דארף זיין פארשפרייטען...
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 4:54 pm#392116
Re: לא נשתכחה תורת החסידות - דרשת הרב מנשה רייזמאן שליט"א
א. וואס מיינט עס פארשפרייטען? אז מענטשען ווי מיר, וואס זענען געהאדעוועט געווארען על ברכי נפש החיים, זאלען זיך טוישען וועגען און זיך נעמען צום אנדערען זייט. דאס הייסט נישט מחשיב געווען אנדערע וועגען.

ב. איך ווייס נישט וואס דו האסט געזען, אבער איך האב זיך אומגעקוקט אין פיהל פלעצער אין ספרי חב"ד, און איך האב נישט געטראפען אז הפצה איז געווען אן עיקר ביז לעצטענס. אפשר ווייזט דו מיר ערגעץ אין די ספרים זייערע אז הפצת החסידות איז אן עיקר (דייק בלישני, ספרים נישט מעשה׳לעך, חסידות נישט תורה ומצוות, עיקר נישט סתם עפעס איינער פון די זאכען וואס מ׳טוט).

ג. אז דער בעש"ט׳ס מעיינות זענען ליידער נסתמו, איז א פאקט. יעצט לעבט ער דאך שוין נישט. אז מ׳וויל איבערטייטשען די בריוו אז עס מיינט נישט איהם, נאר נאך איהם אויך, איז עס זיכער נישט די פשטות המכוון.

ד. אין די ספרי המגיד שטייט עפעס נאנט צו די ווערטער פון הרב רייזמאן? אז מ׳דארף זיך האלטען צוזאם, אפגעזונדערט אין גרופעס? און דאס מיינט עס די קומה שלימה פון כלל ישראל? און דאס איז די לעזונג פאר גאווה? טאמער יא, ביטע ווייזען מראה מקומות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 5:36 pm#392118
ניין, עס מיינו נישט צו פארשידען א מענטש׳ס מנהגים, נאר אז יעדער איינער זאל האבן א ידיעה, הבנה און השגה פון תורת החסידות. און מיין פריינד, דער רבי רעדט ארום אין צופיל ערטער וועגן די וויכטיגקייט פון הפצת תורת החסידות סיי אין אגרות הקודש, סיי מאמרים, סיי שיחות, ס׳איז טאקע אומעטום גערעדט ארום אין חסידות חב״ד...און נישט נאר פון דער איצטיגן רבי׳ן, אבער אויך אינעם כתבים פון פריערדיגן רבי׳ן, דעם רבי רש״ב, דער רבי מהר״ש, צ״צ א.א.וו. עס איז א עיקר אין חסידות חב״ד...ביס וואנענט אז דער כוונה ביי שליחות איז נישט נאר צו טאון א הפצה פון יהדות בכלל, אבער אויך א הפצה פון תורת חסידות חב״ד בפרט ווי איז געזאגט ביים רבי׳ן אזויפיל מאל....גיב א קוק אויף היכל מנחם ביי א פאר שיחות און זיכער ווילסט פונען דערמאנט דער ענין פון הפצת המעייונות! און נאך מערער, איז אויך וויכטיג צו דערמאנען אז דער רבי האט שטארק געשרייט קעגן דעם רעיון פון נשתכח תורת הבעש״ט נאך דער סאטמארער רב האט דאס געזאגט...ס׳איז גאר א באוואוסטע זאך
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 6:12 pm#392120
Re: לא נשתכחה תורת החסידות - דרשת הרב מנשה רייזמאן שליט
ביטע נישט דרייען א קאפ. איך זאג דיר דער צד אז נשתכחה תורת הבעש"ט און דער וואס זאגט ער ווייסט, אינו אלא טועה. ברענגסטו מיר א ראיה פון ׳דער רבי׳, וואס מיינט באמת ׳מיין רבי׳, און דאס גייט מסתמא אויף דער מילקשעיקער. ברענגסט א ראיה פון זיך אויף זיך. איך זאג דיר אז ער האט געמאכט דער צימעס פון הפצה און דאס איז נישט קיין אור אלטע עיקר אין חסידות. דער בריוו פון דער בעש"ט איז געווען איינער פון אסאך מעשה׳ס, ביז צום דור השביעי ווען מ׳האט עס אפיר געטראפען.

איך וויל זע׳ען פון דער בעל התניא, דער מיטלער רבי, דער צמח צדק און דער מהר"ש. אלע וואס האבען געלעבט און געטוהן איידער דער נשתכחה עפאכע. ווייז מיר וואס זיי האבען געזאגט וועגען הפצה, מיט מראה מקומות.

און דאס אליינס אז איינער וואס מ׳האט איהם אויסגעלערנט, מפי גדולי ישראל במשך כל הדורות, אז חסידות איז נישט אונזער וועג, דארף האבען א ידיעה אין חסידות, איז א וועג פון אומלעגיטימען יענעמ׳ס מהלך. קענסט נישט זאגען אז מ׳אז מסכים אויף יעדער מיט זיין מהלך, און נאך דעם מיר פראבירען איינצורעדען אז חסידות איז יא ריכטיג. און דאס איז אפילו איידער נשתכחה.


דא איז נישט קיין שטיבעל ווי מ׳ווארעמט זיך מיט אחים לדעה. דא דארף מען אויפווייזען וואס מ׳זאגט. ווען ׳דער רבי׳, ווער ער זאל נאר זיין, זאל האבען דא א ניק, וועט ער אויך מוזען אויפווייזען זיין ווערטער, און נישט סתם זאגען און הייסען.
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 6:56 pm#392125
קעראוועלטהיינט האט געשריבן:האט נישט אן עפפ צו באזעצן פון טערקיש אויף אידיש חחחחחחחחחחח געוואלדיגגגגגגגג, סארי אידיש איז נישט מיין ערשטן שפראך נעבעך, איך טאן מיין בעסטע! איך נאר מיין אז דער כוונה פון תורת הבעש״ט און תורת החסידות איז אז דא זאל זיין א הפצה דווקא...זע דער מאמרים פונעם אלטער רבי (א תלמיד פון דעם מגיד) און אלע שפעטערדיגע רבים! און יא אלע טיילן פון אידנטום האבן זיינע אייגינע מעלות, אבער צו אריינמישן און ׳פארגעסן׳ דער כוונה פון תורת הבעש״ט איז נישט דער וועג...חסידות דארף זיין פארשפרייטען...


ביטע מפרנס זיין די ווערטער
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 7:06 pm#392126
ידועה השאלה למה דווקא בדורות האחרונים זקוקים לתורת החסידות הרי אלפי שנים עם ישראל "הסתדר" ללא החסידות?

והתשובה לכך הוסברה על ידי אדמו"ר הזקן[2], כאשר ניגש אליו הרב פנחס מקוריץ שמצא כתבי חסידות מתגלגלים ברחובות ולא היתה דעתו נוחה מכך ואדמו"ר הזקן הסביר לו על ידי משל מבן המלך שנחלה במחלה קשה ולא נמצא מרפא עד שרופא המלך מצא תרופה אך צריך בשבילה את היהלום הכי יקר הנמצא בכתרו של המלך וכמובן שהמלך מוכן לוותר על היהלום ושישחקו ויכתשו אותו ובלבד שבנו יבריא. כך הקב"ה מוכן לוותר על הסודות שעד אז היו שמורים למעלה רק לצדיקים בשביל לרפאות את העולם מהחושך העמוק שאליו נכנס בזמן של הדורות האחרונים אף שזה כרוך בכך שכתבי חסידות יתגלגלו ברחובות.

ובכך בעצם ביטל אדמו"ר הזקן קטרוג שהיה כבר בזמן המגיד[3].
. דאס איז איבערגעזעצט פון ליקוטי שיחות כרך ל׳ וועגן י״ט כסליו, און גענומען פון אגרות הקודש פון רבי הריי״ץ, אבער דאס איז א באקאנטע תשובה פונים אלטן רבי׳ן וועגן דער וויכטיגקייט פון הפצת המעיינות. און איז באוואוסט אז דער סיבה פאר דער מיטלער רבי זייענדיג געשיקט אין תפיסה איז פאר המשך ווערן ביתר שאת וביתר עז דעם אלטן רבי׳נ׳ס עבודה (בפרט נאך זיין תפיסה אין פעטערבורג)פון מבאר זיין די מעיינות פון תורת החבידות! און אויך נאך מערער ס׳שטייט אין אגרות הקודש פון אלטן רבי׳ן אז בשעת ער איז געזעצן אין תפיסה אין פעטערבורג למען די גזירה קעגן צושפרייטען תורת החסידות, האט געקומט צו אים בפועל ממש דעם בעש״ט און מגיד, און ער האט געפרעגט ביי זיי אויב ער זאל האלטן זיין עבודה אין זיין מפיץ תורת החסידות, און זיי האט געענטפערט אים אז נישט נאר זאל ער נישט האלטן זיין ארבעט, אבער ער זאל ממשיך ווערן ביתר שאת וביתר עוז, אין א מער הרחבה׳דיגע אופן אינגאנצן!
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 7:15 pm#392127
איך גיי נאכאמאל פרעגען די זעלבע שאלה. האסט א מקור אין ספרים פון פריערדיגע רבי'ס אז הפצה איז אן עיקר אין חסידות? נישט מעשה'לעך פון די דור השביעי, נאר ספרים פון פריער. אין ליקוטי תורה? אין תניא? אין תורה אור? אין דרך מצותיך? אין שערי אורה? ערגעצוואו?

איך זאג דיר אז דאס איז געווארען אן עיקר דורך די היינטיגע רבי, און די יסודות קומען פון זיין שווער. רוב חסידים האבען קיין שום מחותנ'שאפט נישט מיט ביידע פון זיי, און זיי זענען נישט קיין וועגווייזערס פאר רוב חסידישע אידען. אז זיי זאלען זיין די מקור פאר די ריכטונג פון חסידות מיום הוולדה, איז נישט אין פלאץ פאר דער וואס וויל רעדען גלאט און קלאר.

אז דער בעל התניא האט אויסגעדרוקט עניוות אז דער אויבישטער האט איהם געלאזט רעדען פון זיין סודות, על אף זיין מדרגה וכו', איז נישט קיין מקור אז מ'דארף פארשפרייטען חסידות אומעטום, און זיכער נישט אז דאס איז אן עיקר הדת אדער חסידות.
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 7:25 pm#392129
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך גיי נאכאמאל פרעגען די זעלבע שאלה. האסט א מקור אין ספרים פון פריערדיגע רבי'ס אז הפצה איז אן עיקר אין חסידות? נישט מעשה'לעך פון די דור השביעי, נאר ספרים פון פריער. אין ליקוטי תורה? אין תניא? אין תורה אור? אין דרך מצותיך? אין שערי אורה? ערגעצוואו?

איך זאג דיר אז דאס איז געווארען אן עיקר דורך די היינטיגע רבי, און די יסודות קומען פון זיין שווער. רוב חסידים האבען קיין שום מחותנ'שאפט נישט מיט ביידע פון זיי, און זיי זענען נישט קיין וועגווייזערס פאר רוב חסידישע אידען. אז זיי זאלען זיין די מקור פאר די ריכטונג פון חסידות מיום הוולדה, איז נישט אין פלאץ פאר דער וואס וויל רעדען גלאט און קלאר.

אז דער בעל התניא האט אויסגעדרוקט עניוות אז דער אויבישטער האט איהם געלאזט רעדען פון זיין סודות, על אף זיין מדרגה וכו', איז נישט קיין מקור אז מ'דארף פארשפרייטען חסידות אומעטום, און זיכער נישט אז דאס איז אן עיקר הדת אדער חסידות.

אגרות הקודש פונעם אלטן רבי׳ן זיינען צו דיר מעשה׳לעך? און דער דור השביעי איז חב״ד חסידות...דאס איז ווי אזוי חסידות׳ען ווערק...אז דער רבי אינעם צייט מאכט קלאהר וואס איז אן עיקר און וואס איז א טפל...קענטסו נישט (write off) ווייס נישט ווי אזוי צו זאגן דאס אויף אידיש, דער רבי, נאר ווייל דו האסט נישט ליבע וואס ער זאגט...דער רבי איז חסידות חב״ד און חסידות חב״ד איז דער רבי...צו זאגן עפעס אנדעריש איז נישט געקעכט און נישט חסידישע דרך ארץ ווי אזוי צו זאגן
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 7:28 pm#392130
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
קעראוועלטהיינט האט געשריבן:האט נישט אן עפפ צו באזעצן פון טערקיש אויף אידיש חחחחחחחחחחח געוואלדיגגגגגגגג, סארי אידיש איז נישט מיין ערשטן שפראך נעבעך, איך טאן מיין בעסטע! איך נאר מיין אז דער כוונה פון תורת הבעש״ט און תורת החסידות איז אז דא זאל זיין א הפצה דווקא...זע דער מאמרים פונעם אלטער רבי (א תלמיד פון דעם מגיד) און אלע שפעטערדיגע רבים! און יא אלע טיילן פון אידנטום האבן זיינע אייגינע מעלות, אבער צו אריינמישן און ׳פארגעסן׳ דער כוונה פון תורת הבעש״ט איז נישט דער וועג...חסידות דארף זיין פארשפרייטען...


ביטע מפרנס זיין די ווערטער


אדער זיי מוחל און שרייב אז דיין ווערטער זענען נישט געווען אמת. דערנאך וועט מען זע'ען צו דיין ווערטער אויף 'דער רבי' זענען ריכטיג.
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 7:55 pm#392133
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
קעראוועלטהיינט האט געשריבן:האט נישט אן עפפ צו באזעצן פון טערקיש אויף אידיש חחחחחחחחחחח געוואלדיגגגגגגגג, סארי אידיש איז נישט מיין ערשטן שפראך נעבעך, איך טאן מיין בעסטע! איך נאר מיין אז דער כוונה פון תורת הבעש״ט און תורת החסידות איז אז דא זאל זיין א הפצה דווקא...זע דער מאמרים פונעם אלטער רבי (א תלמיד פון דעם מגיד) און אלע שפעטערדיגע רבים! און יא אלע טיילן פון אידנטום האבן זיינע אייגינע מעלות, אבער צו אריינמישן און ׳פארגעסן׳ דער כוונה פון תורת הבעש״ט איז נישט דער וועג...חסידות דארף זיין פארשפרייטען...


ביטע מפרנס זיין די ווערטער


אדער זיי מוחל און שרייב אז דיין ווערטער זענען נישט געווען אמת. דערנאך וועט מען זע'ען צו דיין ווערטער אויף 'דער רבי' זענען ריכטיג.

אויייייי מיין פריינד! אזא שארפע ווערטער! נישט אז זיי זיינען נישט אמת ח״ו, נאר איך בין א חתן, און האב נישט איצט דער צייט צו פונען אלע די מקורות, זייט מיר מוחל חחחח. אויב איך פונען דאס צייט וועל איך ברינגען אראפ דעם מקורות פאר אייך! איך בין ״מאסט פאמיליאר״ מיט דער ווערטער און תורות פון מיין רבי, דער איצטיגן רבי, אבער דאס מיינט נישט אז דער פריערדיגע רביים האט גארנישט געזאגט אויף דעם ענין, פונקט פארקערט!! נאר איך בין נישט קיין חכם צו ווייסן וואו עס שטייט ביי זיי אויף רגל אחת, סליחה!
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 7:58 pm#392135
Re: לא נשתכחה תורת החסידות - דרשת הרב מנשה רייזמאן שליט"א
אויב אזוי, פארוואס האסטו גערעדט אן וויסען?

עכ"פ מ׳קען זאגען איין זאך. חסידות לויט רייזמאן איז נשתכחה לויט חב"ד, און חסידות חב"ד איז נשתכחה לשיטת רייזמאן. ביי ׳יענעם׳ איז נשתכחה. סאטמאר האלט גאר ווי ביידער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 8:03 pm#392136
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אויב אזוי, פארוואס האסטו גערעדט אן וויסען?

עכ"פ מ׳קען זאגען איין זאך. חסידות לויט רייזמאן איז נשתכחה לויט חב"ד, און חסידות חב"ד איז נשתכחה לשיטת רייזמאן. ביי ׳יענעם׳ איז נשתכחה. סאטמאר האלט גאר ווי ביידער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מיין פריינד דו פארשטייסט מיר נישט, איך ווייס וואס דעם רביים זאגט, איך ווייס נישט פונקט וואו
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 8:29 pm#392137
קעראוועלטהיינט האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:מיר האט מען אויסגעלערנט, אז די בעש"ט האט גארנישט מחדש געווען, אין נביא רשאי לחדש, ער האט נאר מחדש געווען אלטע זאכן וואס זענען פארגעסן געווארן.
מיט די צייט זענען א טייל פון די זאכן געווארן פשוטע זאכן.
א גרויסע חלק - אויב נישט די גאנצע - תורת הבעש"ט, איז נישט וואס צו טון, נאר וויאזוי צו טון. יעדע רעליגיע, אויסער וואס זיי טוען אנדערע זאכן, און גלייבן אין אנדערע זאכן, האבן אויך אן אנדערע וועג וויאזוי זיי גייען צו צו די גאנצע זאך פון רעליגיע. פארשטייסט אליין אז א הינדו למשל גייט אינגאנצן אנדערש צו צו רעליגיע ווי א מוסולמענער.

אפילו היינט קען מען נאך אביסל זען א חילוק, צווישן ישיבה לייט און חסידישע אידן.


ערשטנס, וואס גלויבסט אז מיינט דער בעש״ט מיט זיין תורה? ווי קענסטו קוקן אויף דער מוראדיגע חסרון פון אהבת ישראל, און דער חסרון אין ידיעה פון תורת החסידות בכלל און זאגן אז די כוונת הבעש״ט איז משלם׳ט געווען שוין...?

ביטע אריינקומען קלארער.
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 8:47 pm#392139
יא, נו, און?
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 8:49 pm#392140
קעראוועלטהיינט האט געשריבן:יא, נו, און?

טראלל אלערט.
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 8:51 pm#392141
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
קעראוועלטהיינט האט געשריבן:יא, נו, און?

טראלל אלערט.

אוי אחי באמת נישט, איך נאר פשוט פארשטיי נישט דער כוונה פון דיין תגובה חחח
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:07 pm#392143
קעראוועלטהיינט האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
קעראוועלטהיינט האט געשריבן:יא, נו, און?

טראלל אלערט.

אוי אחי באמת נישט, איך נאר פשוט פארשטיי נישט דער כוונה פון דיין תגובה חחח

די כוונה איז אז די בעש"ט האט גארנישט מחדש געווען קיין נייע זאכן וואס וואס שטייט נאכנישט פון פריערדיגע, אז ס'זאל זיין וואס צו פארגעסן.
במילים אחרות, הבעש"ט לא חידש כלום, אז אין מה לשכוח, הבנת?
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:20 pm#392144
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
קעראוועלטהיינט האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
קעראוועלטהיינט האט געשריבן:יא, נו, און?

טראלל אלערט.

אוי אחי באמת נישט, איך נאר פשוט פארשטיי נישט דער כוונה פון דיין תגובה חחח

די כוונה איז אז די בעש"ט האט גארנישט מחדש געווען קיין נייע זאכן וואס וואס שטייט נאכנישט פון פריערדיגע, אז ס'זאל זיין וואס צו פארגעסן.

אהההההה, פארשטיי איצט! אבער נישט מסכים מיט דיין אפיניאן אויף וואס דאס מיינט אז ער האט נישט מחדש געווען גארנישט, ווייל אפילו דער אלטער רבי איז מסכים אז דרך החסידות איז נישט א נייר וועג אבער פארקערט איז מחיה ווערן אן אלטע דרך, אבער דאס מיינט נישט אז דער חסידישע דרך איז נישט א באזונדערע דרך לגבי דרך המתנגדים...פארקערט, עס מיינט אז דער דרך המתנגדים איז דער מער נייע וועג אין אידיש קייט...און דערפאר, דא איז טאקע א זאך וואס קען זיין פארגעסן...חסידים מוזן זיין בזהירות גדולה צו נישט אראפפאלען אויפען אנדערע וועגען...
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:22 pm#392145
קעראוועלטהיינט האט געשריבן:[
אהההההה, פארשטיי איצט! אבער נישט מסכים מיט דיין אפיניאן אויף וואס דאס מיינט אז ער האט נישט מחדש געווען גארנישט, ווייל אפילו דער אלטער רבי איז מסכים אז דרך החסידות איז נישט א נייר וועג אבער פארקערט איז מחיה ווערן אן אלטע דרך, אבער דאס מיינט נישט אז דער חסידישע דרך איז נישט א באזונדערע דרך לגבי דרך המתנגדים...פארקערט, עס מיינט אז דער דרך המתנגדים איז דער מער נייע וועג אין אידיש קייט...און דערפאר, דא איז טאקע א זאך וואס קען זיין פארגעסן...חסידים מוזן זיין בזהירות גדולה צו נישט אראפפאלען אויפען אנדערע וועגען...

לפי זה צריך להגיד "נשתכח תורת המתנגדים".
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:27 pm#392146
די כוונה איז אז די בעש"ט האט גארנישט מחדש געווען קיין נייע זאכן וואס וואס שטייט נאכנישט פון פריערדיגע, אז ס'זאל זיין וואס צו פארגעסן.
במילים אחרות, הבעש"ט לא חידש כלום, אז אין מה לשכוח, הבנת?
לא חידש כלום, ולא שכחו כלום.
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:29 pm#392147
חחחחחחחח געוואלדיג
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:37 pm#392148
ברוך שפינוזה האט געשריבן:די כוונה איז אז די בעש"ט האט גארנישט מחדש געווען קיין נייע זאכן וואס וואס שטייט נאכנישט פון פריערדיגע, אז ס'זאל זיין וואס צו פארגעסן.
במילים אחרות, הבעש"ט לא חידש כלום, אז אין מה לשכוח, הבנת?
לא חידש כלום, ולא שכחו כלום.

יא אחי, פארשטיי איך אידיש, אבער דאס איז פונקט דער פשט אויף וואס איך בין מחלק מיט דיר. אמת דער בעש״ט איז נישט מוסיף געווען נייע זאכן אין תורה, (אבער אויך דאס איז שווער צו זאגן, צום ביישפיל עס שטייט אין כתר שם טוב אז ער ברענגט אראפ א נייע פשט אויף דעם וואקט עטופים און זאגט אז דאס מיינט א זאך וואס איז ממוצע בין קליפת נוגה און קדושה...״וואס איז נישט געפינען אין כתבי הארי ז״ל אדער פע״ח״...) אבער אגב, נאר ווייל דער דרך הבעש״ט איז, ווי זאגסטו נישט ״נייע״ דאס מיינו נישט אז דער איז גארנישט דא צו פארגעסן...דער איז דווקא דא א גאנצע דרך אין עבודת השם דא וואס קען ח״ו זיין פארגעסן....
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:55 pm#392150
קעראוועלטהיינט האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:די כוונה איז אז די בעש"ט האט גארנישט מחדש געווען קיין נייע זאכן וואס וואס שטייט נאכנישט פון פריערדיגע, אז ס'זאל זיין וואס צו פארגעסן.
במילים אחרות, הבעש"ט לא חידש כלום, אז אין מה לשכוח, הבנת?
לא חידש כלום, ולא שכחו כלום.

יא אחי, פארשטיי איך אידיש, אבער דאס איז פונקט דער פשט אויף וואס איך בין מחלק מיט דיר. אמת דער בעש״ט איז נישט מוסיף געווען נייע זאכן אין תורה, (אבער אויך דאס איז שווער צו זאגן, צום ביישפיל עס שטייט אין כתר שם טוב אז ער ברענגט אראפ א נייע פשט אויף דעם וואקט עטופים און זאגט אז דאס מיינט א זאך וואס איז ממוצע בין קליפת נוגה און קדושה...״וואס איז נישט געפינען אין כתבי הארי ז״ל אדער פע״ח״...) אבער אגב, נאר ווייל דער דרך הבעש״ט איז, ווי זאגסטו נישט ״נייע״ דאס מיינו נישט אז דער איז גארנישט דא צו פארגעסן...דער איז דווקא דא א גאנצע דרך אין עבודת השם דא וואס קען ח״ו זיין פארגעסן....

אדרבה, לאמיר הערן איין זאך פון דרך החסידות וואס שטייט נישט פון פריערדיגע.