ימים ידברו איז א טראלל וואס פארדינט נישט קיין ענטפער. כ'קען זיך נישט אראפזעצן מיט א פינף יעריג קינד און אים אויסלערנען וויאזוי צו פירן א בודזשעט פון א שטוב, און כ'קען מיך נישט אראפזעצן מיט א 20-30 יעריג קינד און אים אויסלערנען וויאזוי א איד קען פירן א דור אדאנק זיינע אומגלויבליכע גדלות בכל המכמנים.
דער פאקט אז אלעס וואס דער קינד וויל פארקויפן, איז פונקט פארקערט פונעם אמת'ן מציאות, איז אבסורד אפצוענטפערן, און כ'האב טאקע געשוויגן ביז יעצט. מ'רעט דא פין א איד וואס איז געזעצן אין זיין ווינקל און זיך נישט געמישט בחיי ציבור, נאר איז גערופן געווארן איינמאל נאכן צווייטן דורך די דעמאלטדיגע גדולי ישראל צו ווערן טייל פון הנהגה, א איד וואס איז געווען א שטילער מענטש מיט א שטיל קול בטבעו, וואס איז נישט געווען קיין רעטארישער רעדנער אדער כאריזמאטישער מענטש פאר א רבים (הגם יחידים וואס זענען אריינגעגאנגען צו אים זענען געפאלן פאר זיין כאריזמע), א איד וואס האט געליטן רדיפות די רגע ער האט אנגעהויבן זאגן דעות, און א איד וואס זיין אייגענע כלומרשטע צייטונג האט אים באשייגעץ און באוואשען יארן נאכאנאנד, און טראץ אלע פאקטן וואס וואלטן אים געדארפט שטיין אין וועג איז ער גאר געווארן דער דעה זאגער נישט נאר פאר יהדות ליטא נאר אויך רוב חסידישע קרייזן און כמעט אלע ספרדישע קרייזען זענען געגאנגען אין שפאן מיט אים.
דערפאר איז נישט ווערט אז מ'זאל אפענטפערן דעם חכמאלאג מיט א דעטאלירטע ענטפער וויאזוי ער איז געווארן א גדול, און צי דאס האט מיט צייטונגען, און צי הרב אוירבאך איז בכלל א פארגלייך מיט אים (אה, און אויך רז"ל ט"ב... א שיינער פארגלייך)
גאנצעל האט אבער געפרעגט א שאלה, וואס דאס וועט אייגנטליך אריינווארפן דעם לעצטן פלאקן אינם קבורה פון ימים'ס ווערבעל דייעריע. די שאלה איז, אויב הרב שטיינמן האט געעפנט ישיבות און געגעבן עצות איידער די ניינציג אדער נישט. ימים זאגט מיט א קלארקייט אז נישט, יעצט לאמיר זען די פאקטן.
הרב שטיינמן איז געווארן ניינציג יאר אלט ארום פערצן יאר צוריק, אבער האט שוין געפירט די דור פיל יארן פריער, געגעבן עצות נאך פריער, און געעפנט ישיבות צענדליגע יארן פריער.
הרב שטיינמן האט געעפנט זיין אייגענע ערשטע ישיבה גאנצע פערציג יאר צוריק, תשל"ח, ישיבת גאון יעקב אין בני ברק.
ער האט געעפנט זיין צווייטע ישיבה צוואנציג יאר צוריק, תשנ"ח, ישיבת אורחות התורה אין בני ברק. די ישיבה האט שפעטער געעפנט פילע פיליאלעס, אין אשדוד, ירושלים, אלעד, און נאך. און אזוי אויך זעכצן כוללים און זיבען בתי מדרשים פאר די בוגרי הישיבה.
אין זעלבן יאר, תשנ"ח, האט ער געמאכט זיין ערשטע היסטארישע נסיעה קיין אמעריקע מיטן גערער רבי, און האט געשאפן פאנדן אויפצושטעלן א נעץ פון בתי חינוך פאר פרייע יוגנטליכע, בשם נתיבות משה (ליין: m
https://tools.wmflabs.org/hewiki-tools/ ... l/1.746622 m )
דאס איז אויסער די אומצאליגע מוסדות וואס האבן געקריגן געלט שטיצע אדאנק אים, ויכלה התגובה והם לא יכלו.
די הנהגה ועצה ותושיה איז אויך אנגעגאנגען צענדליגע יארן.
אין יאר תשנ"ו האט ער שוין געגעבן הדרכה פאר יהדות ליטא ביי די דעמאלטדיגע בחירות לכנסת, אז מ'זאל זיך נישט שלאגן מיט די חסידים איבער די מאס חברי כנסת ליטאים, און מ'האט אים געפאלגט. זינט דאן איז ער אויך געווען דער הויפט דעה זאגער ביי אלע בחירות.
תשס"ב האט ער באזוכט פראנקרייך, און געפועלט ביי די ארטיגע שוואכע אידן צו שיקן די קינדער אין ישיבות אנשטאט אוניווערסיטיס, א זאך וואס האט אייגנטליך געמאכט א ריזיגע רעוואלוציע אין יהדות צרפת טוישנדיג זייער פאסיווער צוגאנג צו אידישקייט אויף שטענדיג.
די גאנצע נחל חרדי סומאטוכע האט זיך אויך אפגעשפילט נאך בחייו פון הרב שך, און פון דעם זעט מען ווייטער זיין הנהגה שוין צוואנציג יאר צוריק.
עס איז דא א בריוו פון ר' מיכל יהודה ליפקוביץ, רעהו בישיבת פונוביז' לצעירים, ווי ער שרייבט צו א שואל אין די תש"נ יארן, וואס פרעגט אויב הרב שטיינמאן איז ראוי צו זיין מנהיג הדור וועם צו פרעגן שאלות און זיך ווענדן פאר עצות והדרכות, און ר' מיכל יהודה ענטפערט מיט התרגשות אז ער איז א גדול בישראל אזויפיל יארן און ער איז מוזמן משמים צו הנהגה וכו'. איך האב געזען דעם בריוו במו עיני.
פריוואטע מענטשען האבן אים אוודאי געפרעגט עצות והדרכות צענדליגע יארן, אבער זיי האבן נישט קיין פלאטפארמע ווי עס מודיע צו זיין פאר קליינקעפיגע פערשוינען וואס מאכן א דמיון פון הרב שטיינמן צו אויערבך און גאר דעם יונגערן ברידער לבית התמרים...
אויך דארף מען געדענקען, אז ביי די ליטוואקעס איז דא א נארמאלע היערארכיע, און נישט יעדער שמויגער וואס ירשנט זיין טאטענס גאלדענע שטעקן קען יעצט איינטיילן פאר כלל ישראל, צו פאר טראמפ, וואס צו טון. דארט איז דא אכציג ניינציג יאר יגיעת התורה איידער מ'קען איינטיילן פאר כלל ישראל עצות והדרכות. ווילאנג הרב שך איז געווען אין די כלים, האבן רוב אנשי ליטא זיך געוואנדן צו אים, אבער נאך זיין שוואכקייט בשנת תשנ"ה-ו', האט הרב שטיינמן אנגעהויבן איבערנעמען די הנהגה. דערפאר איז דא ווייניג דאקומענטאציע פון בעפאר 22 יאר צוריק, אבער כל דורש ומבקש פארשטייט ממילא אז ס'איז נישט געפאלן אויף א רויע באדן, און הרב שטיינמן האט שוין יארן פריער געהאט א נאמען און מקשיבים, וואס דערפאר איז ער גאווארן דער אפיציעלער פארטרעטער נאך הרב שך, און ווי אויפגעוויזן פריער.
כ'האב להדיא נישט געענפערט דער וואס רעדט שטותים טעג נאכאנאנד (ע"ש ימים ידברו, ושמא קא גרים), ווייל כ'קען נישט דיעלן מיט די מאס נאנסענס וואס קומט שטענדיג ארויס פון אים, און כ'לאז מיך נישט אראפ צו טענה'ן מיט א קינד וויאזוי צו פירן א בודזשעט פון א הויז. אבער אז גאנצל וויל וויסן וויפיל קראפט און אמת זיינע ווערטער טראגן, האב איך געענטפערט למען הסר ספק מלב כל המסתפק, צו וויסן מיט וועם און וואס מ'האנדלט.