טייערע ברידער דא אין קאווע שטיב,
א' א גדויסער שכוח אריינצורעדען אין די טעמע ווי אזוי מען ווערט א גדול הדור, סאיז מיר א פארגעניגען ביז גאר צו הערען יעדענס דעה און מיינוג, ס'איז ימי חנוכה מדארף זיך אפגעבען מיט נאך אקטועלע ענינים, איך וויל דא ארויסברענגען מיין קליינע מיינוג, בעיקר איז דאס א סך הכל פון די וויכוח דא, און דאס צוזאמנעמען און ארויסנעמען אויף למעשה,
ב' להענין, דאס איז קלאר אז צו ווערען א גדול הדור איז נישט מער ווי סייעתא דישמיא,
ווייל לאמיר טאקע רעדען פון אונזער גדול הדור הרב שטיינמאן זצ"ל, ס'איז קלאר ווי די טאג אז ס'נאך דא אזעליכע ת"ח ווי אים, למשל, הגר"ח קניבסקי לייגט אים אן אין זיין קליינע פינגער, אכ"ז האט זיך הגר"ח שליט"א מכניע געווען און אנגענימען זיין דעה בכל דבר הצריך הכרעה של גדול הדור, ווייטער צו גיין מיט די מהלך אז די מידיא איז די ממליך מלאכים, איז נישט אמת, ווייל הגר"ח הערט נישט און זעהט נישט מידיע, און ביי אים איז געווען קלאר ווי די טאג אז הלכה כמותו בכל מקום, סוי לגבי אים האט עס נישט מיט די מידיע,
איי די גאנצע וועלט הערט און זעהט יא, אבער עס גייט צוזאמען צייטונגען און גדולי ישראל צוזאמען קען מען ווערען א גדול הדור, אבער מיט לערנין און קענען האט דאס נישט קיין שייכות, א וודאי מוז מען זיין א געהויבענע פערזאן אבער מ'מוז נישט זיין די גרעסטע ת"ח,
ג' עס איז דא אידען וואס קענען כל התורה כולו, כפשוטו און זיי זענען נישט און וועלען קיינמאל נישט זיין קיין גדול הדור, ניטאמאל א גדול בישראל, אין מאנסי וואינט א איד א ווינדערליכער גאון כל רז לא אניס לי' ער ווייסט און קען אלע חכמות העולם, לערניט תורה 18 שעה א מעת לעת האט געשריבען חדושים אויף בבלי ירושלמי און ד' חלקי שו"ע ער לערינט יעדן טאג מאשמורת הבוקר עד שעה 2 בלילה בביהמ"ד סאטמאר, א עובד ד' חסיד ופריש עסט נאר איינמאל א טאג וואס סאיז בתכלית הכשרות, און ניטאמאל ווייסט מען אויף זיין גאס אז ער לעבט און ער איז פון די יחידי הדור,
וועט איינער א מאן דהוא זאגעןווען ער אוואינט אין בני ברק און ער איז א ליטוואק וואלט ער טאקע געווען א יחיד הדור, איך מיין אז ניין, דאס איז ריין סייעתא דישמיא,
ד' הרה"צ רבי ישראל'טשע מוויזניץ והרה"צ רבי זלמן לייב טייטלבוים מסאטמאר יוכיחו, וואס יעדער האט געמיינט זיי וועלען בלייבען אין בעיסמענטס, און יד ד' היתה בם און זיי זענען מנהיגים פון זייערע גרויסע קהלות, דאס איז אלעס משמים, ס'האט נישט מיט יד אדם, וועט גאנצעל שפרינגען ווי א צאפ, ענטפער מיר די האסט א אנדערע תירוץ? יא די יד ד' איז געווען משה גבאי מיט די חולשה פון ברך משה דאס אלעס איז יד ד' און פערטיג, לשיטתך, ולשיטת הזאלונים איז דאס יד הרבינו יואל ואכמ"ל,
ה' אם כנים דברי, איז די התנגדות פון א גדול הדור ג"כ יד' ד', און אז בימי הרב שטיינמאן נתפלגה וואס אינטער די הנהגה פון הרב שך והרב אלישיב איז געווען א משכן אחד, ובימיו נתפלגה הארץ איז דאס א חסרון וואס די בוכ"ע האט אזוי אוועקגשטעלט די כסא המלכות פון עם הליטאי איז יעצט די צייט פאר צוויי מלאכים, און אזוי איז געשעהן אין באבוב אזוי אין סאטמאר, וכו' וכו', אמת הרב אורבאך האט באקימען א קלענער טייל, וואס זה הקטון גדול יהי' בלי ספק, ווייל בשמים האט מען מכריז געווען אז ס'גייט זיין צוויי טיילען די גרעסער העלפט פאר שטיינמאן און די קלענער פאר אורבאך, איך מיין אז בשמים איז געווען א משפט און אזוי איז דאס צוגעגאנגען, ס'איז געקימען די מלמדי זכות פאר הרב שטיינמאן צום בית דין של מעלה, הזאת נעמי? פארוואס נעמט מען צו פון אים 25 פראצענט? האט מען אים צו געגעבען צאנז בעלזא וויזניץ, וואס דאס האט דאך נישט קיין שום הגיון חסידים זאלן זיך מכניע זיין פאר א מנהיג ליטאי, איז געקימען די סניגורים פאר הרב אורבאך פארוואס קימט רבי שמואל אזא קליינע טייל? האט מען צוגעשיקט פאר אים די עדה החרדית מיט די זאלונים, איז געווארען כל העולם כלו תחת הרב שטיינמאן והרב אורבאך,
יעצט מהר"א האלט ס'נישט א משפט אמת מ'נעמעט עדה החרדית וואס איז כולו שלו און מ'געט פאר אורבאך א קוק'ניק א גר, האלט ער דרשות ונראו מה יהי', די זעלבע זאך טענה'ט הרב אברהם יושע, אבער ביז דערווייל ווארט מען צו זעהן וואס וועט מען פסקנן בשמים מיט די טייל פון הרב שטיינמאן ווער וועט זיין די גדול הבא, א פרייליכע חנוכה