שבת קודש פרשת בלק בצל הקודש פון רבינו שליט''א אין חלדודנא ענגלאנד אינאיינעם מיט פילע אנשי שלומינו תשובי אייראפא:
ערב שבת האבן זיך שוין אנגעזען הונדרעטער געסט אנשי שלומינו פון לאנדאן, קרעווען איילענד, מאנטשעסטער, אנטווערפן,
ערב שבת ביים זמן הדלקת הנירות האט די רבי געמאכט אן עירובי חצירות פארן האטעל,
ווי אוך האט די רבי מכבד געווען הרה"ג ר' שלמה הערש שטויבער פון לאנדאן מיט הדלקת הנירות,
ארום 10 א זייגער איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה אין איז צוגעגאנגען צום עמוד,
מיט קבלת שבת איז מתכבד געווארן הרה"ח געציל ב"ר משה גראס פון לאנדאן,
נאכן דאווענען איז מען אריבער גוט שבת זאגן,
ארום 10 נאך 12 איז די רבי אריינגעקומען צום טיש אין אנגעהויבן די זמירות שבת
הגה"צ רבי יואל האט אויפגעהויבן די כוס צו קידוש,
ביים טיש האט די גבאי ר' שמואל געשטעלט וויין פאר אלע געסט,
מיט די זמירות שבת האט די רבי מכבד געווען, כל מקדש די דיין הרה"ג משה פאלאק פון לאנדאן,
מנוחה ושמחה הרה"ח ר' בעריש ווייס פון מאנטשעסטער,
קה אכסוף די דיין הרה"ג הערשל שנעק פון לאנדאן,
קה רבון די דיין הרה"ג מרדכי מעללער פון מאנטשעסטער,
לקל אשר שבת די דיין הרה"ג משה יצחק לונצער פון לאנדאן,
פארן בענטשען האט די רבי געגעבן וויין פאר הרה"ח חיים ידידי' גליק אין פאר הרה"ח ר' בנציון פיש פון לאנדאן, לכבוד די שלום זכרים פון אייניקליך,
מיטן בענשטן האט די רבי מכבד געווען הגה"צ לאנדאנע רב,
נאכן בענטשן האט די רבי געטיילט פירות, אין מכבד געוווען מיט אז ביום הרה"ח אברהם שלום קרויס פון אנטווערפן, די רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אנכאפנדיג מצידו, הגה"צ לאנדאנע רב אין הגה"צ ר' יואל,
מען האט גענדיגט דעם טיש ארום האלב 4,
דערנאך האט מען אהיים באגלייט דעם רבין צום בית האכסניא צום שטוב פון הרה"ח ר' חיים ווייס,
שבת צופרי ארום 10 נאך 10 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית, צו פסוקי דזמרא איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' הערשל גרינפעלד פון לאנדאן,
די רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית
ביים ליינען זענעם נתכבד געווארן הוצאה והכנסה די דיין הרה"ג ר' מענדל לעמבערגער פון אנטוערפן,
בעל קורא האט געדינט הרב מיכאל בער שווארץ פון מאנטשעסער,
כהן האט עולה געווען הרה"ח יעקב שלום פריעד פון לאנדאן,
לוי די דיין הרה"ג ר' הערשל שנעק פון לאנדאן,
שלישי הגה"צ לאנדאנע רב,
רביעי הגה"צ רבי יואל,
חמישי הרה"ח ר' בעריש ווייס פון מאנטשעסטער,
שביעי הרבני הנגיד ר' אליעזר פרענקל פון גאלדעס גרין,
הוספת הרה"ח ר' חיים ווייס ראה"ק אין מאנטשעסטער,
הרה"ח ר' שמואל בנימין בערגער מראה"ק פון לאנדאן,
הרבני הנגיד ר' יושע חיים שטערנליכט פון לאנדאן,
הרה"ח ר' בעריש גראס פון לאנדאן,
הרה"ח חיים ידיד' גליק פון לאנדאן,
הרה"ח יחזקאל בערגער פון לאנדאן,
הרה"ח יעקב משה פעקעטע פון לאנדאן,
דעם רבינ'ס אייניקל הרב יחיאל מנחם מייזליש,
אחרון הרה"ח ר' בנימין לעברעכט פון מאנטשעסטער,
מפטיר הרה"ח יחזקאל שרייבער פון לאנדאן,
נאכן ליינען האט הרב מרדכי שטויבער מנהל בית רחל אין אנטווערפן גומל געבענטשט אין אין מוצא געוען דעם עולם,
הגבה הרה"ח דוד שמעון בערגער פון לאנדאן,
גלילה הרה"ח יעקב שרייבער פון לאנדאן,
די רבי האט געדאווענט מוסף פארן עמוד לקראת די יארצייט פון די מאמע הרבנית הצדיקת פעסל לאה ע"ה אשת חבר פון רביה"ק זי"ע בעל ברך משה וועלעכע געפאלט די וואך פרייטאג,
פתיחה צו אנעים זמירות הרה"ח חיים שמעול לעברעכט פון מאנטשעסטער,
מען האט גענדיגע דאווענען אום 10 נאך 2,
נאך א קורצע הפסקה איז די רבי אריינגעקומען צום מיטאג טיש,
ביי די זמירות שבת האט די רבי אנגעהויבן חי' ד',
מיט ברוך ד' יום יום האט די רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אהרן דוד עסטרייכער פון לאנדאן,
ברוך קל עליון הרה"ח שמואל משה גפן פון לאנדאן,
דערנאך האט די רבי געזאגט תורה אויף פרשת השבוע,
מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען הרה"ח ר' יחזקאל שרייבער,
מע האט גענדיגט דעם טיש ארום 4 אזייגער,
דערנאך איז די רבי אריבער צום בית האכסניא צום שטוב פון הרה"ח ר' יחזקאל שרייבער
ארום 10 אזייגער איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה, צום עומד איז צוגעאנגען הרה"ג ר' מרדכי שטויבער מנהל בית רחל פון אנטווערפן,
הוצאה והכסה איז מכובד געווארן הרה"ח יואל משה אפטער פון אנטווערפן,
כהן האט עולה געווען הרה"ח הערשל דרעזנער פון אנטווערפן,
לוי הרב יחיאל שנעק מנהל התאחדות אברכים אין מאנטשעסטער,
שלישי די דיין הרה"ג ר' משה פאלאק פון לאנדאן,
גלילה ר' יוסף גרינהויט פון מאנטשסטער,
ביי של"ש האט די גבאי ר' שמואל געטיילט די י"ב חלות פאר די נגידים,
מיט די זמירות האט די רבי מכבד געווען מיט אודה די דיין הרה"ג שלום ווייס פון לאנדאן,
שיר המעלות הרה"ח שלמה הערש שטויבער פון לאנדאן, ארום 10 אזייגער איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה, צום עומד איז צוגעאנגען הרה"ג ר' מרדכי שטויבער מנהל בית רחל פון אנטווערפן,
הוצאה והכסה איז מכובד געווארן הרה"ח יואל משה אפטער פון אנטווערפן,
כהן האט עולה געווען הרה"ח הערשל דרעזנער פון אנטווערפן,
לוי הרב יחיאל שנעק מנהל התאחדות אברכים אין מאנטשעסטער,
שלישי די דיין הרה"ג ר' משה פאלאק פון לאנדאן,
גלילה ר' יוסף גרינהויט פון מאנטשסטער,
ביי של"ש האט די גבאי ר' שמואל געטיילט די י"ב חלות פאר די נגידים,
מיט די זמירות האט די רבי מכבד געווען מיט אודה די דיין הרה"ג שלום ווייס פון לאנדאן,
שיר המעלות הרה"ח שלמה הערש שטויבער פון לאנדאן,
ביי די תורה האט די רבי ארום גערעדט אויף די ברכת בלעם, ווי מען נעמט ארויס דערפון די ריכטיגע דרכים אויף עבודת השם, צום סוף האט די רבי ארויסגעברענגט וואס בלק האט געזאגט פאר בלעם אפס קצהו תראה אז מען נעמט ארויס דערפון אז יעדער זאל זיך אומקוקן אויף די ארומיגע זיכער צו מאכן אז יעדער האט די יכולת צו דינען דעם אייבשטען
דערנאך האט די רבי ארום גערעדעט איבער די מצב אין ארץ ישראל אין אז מען וויל ח"ו מאכן פשרות אויף די קצה העם אפילו נאר אויף שוואכערע טאר מען גארנישט נאכגעבן,
ווי אויך האט די רבי ארום גערערט איבער די גזירות החינוך אין ענגלאנד אז מען זאל נישט חלילה נאכגעבן אין משנה זיין ממטבע שטבעו חכמים פונעם דרך וואס די פריעדיגע גדולי הדורות האבן לוחם געוען אין אוועקגעשטעלט די סדר הלימודים,
ידיד נפש האט די רבי מכבד געווען הרה"ח שלום ציג מנכ"ל מוסודתינו לאנדאן,
די רבי איז צוגעגאנגען צו מעריב מוצאי שבת לקראת די יארצייט פון די רביצין ע"ה, נאך מעריב האט די רבי געמאכט הבדלה,
נאך הבדלה איז אריין אל הקודש פנימה הרה"ח חיים משה פעלדמאן פון לאנדאן.