שב"ק פרשת דברים-שבת חזון, בצל הקודש אין מחנה דברי יואל:
ערב שבת אום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען און ביהמ"ד, און צוגעגאנגען צו מנחה,
מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' סענדר פרענקל, ר"מ בישיבה,
דערנאך איז מען אריבער גוט שבת זאגן,
נאך א הפסקה פון עטליכע מינוט, איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש, צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה, אין אוהל אלטא פיגא,
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו הב' מנחם אפרים טייטלבוים, זון פון הגה"צ ירושלימער רב,
משב"ק הרב ר' שמואל טייטלבוים, האט אויפגעהויבן די כוס צו קידוש,
זמירות שבת האבן די בחורים אנגעהויבן, מ'האט אויך געזינגען ניגוני גלות וגאולה,
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די פסוקים אנפאנג פרשה, 'אלה הדברים אשר דיבר משה' וכו', 'בְּעֵבֶר הַיַּרְדֵּן בְּאֶרֶץ מוֹאָב הוֹאִיל מֹשֶׁה בֵּאֵר אֶת הַתּוֹרָה הַזֹּאת'
בתוך הדברים האט דער רבי נאכגעזאגט דעם חת"ס, אויף דעם וואס ס'שטייט אז ת"ב וועט נתהפך ווערן פאר א יו"ט, וואס וועט זיין אין אזא יאר וואס ת"ב געפאלט אום שבת, ווען וועט זיין דער יו"ט, שבת אדער זונטאג.
זאגט דער חת"ס אז ס'איז תלוי אינעם תענית, און דער יו"ט וועט אויך זיין נדחה, ווייל די לשון 'יתהפכו לששון' שטייט אויפ'ן יום הצום.
דער ברך משה האט אויף דעם צוגעלייגט, אז אזוי ווי אום שבת איז שוין אויך נוהג אבילות, מיט דעם אז מ'טאר שוין נישט לערנען, וועט אויף דעם אליינס אויך נתהפך ווערן לשמחה, און ס'וועט אויך זיין א יו"ט אויף די ענין פון לימוד התורה.
ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' מאיר יודא טענענבוים, טשאט'ער רב,
נאכן בענטשן האט דער רבי פארטיילט פירות, אין מ'האט געטאנצן אז ביום,
אויפן וועג אהיים האט מען ארומגערעדט איבער די יארצייט פון הייליגן רבי'ן פון לובלין, און פון זיין גרויסען תלמיד דער הייליגער ישמח משה ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז טראץ וואס דער ישמח משה איז אינגאנצען געווען דריי מאל אין לובלין, האט ער גאר אסאך קונה געווען, און זיך געהאלטן אלס א תלמיד ותיק,
אזוי אויך האט מען גערעדט פונעם ארי' דבי עילאי, און דער קשר פונעם ישמח משה קיין קאזניץ און צום הייליגן אפטא רב דער אוהב ישראל, און נאך,
שבת אינדערפרי אום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית,
צו פסוקי דזמרא איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' וועלוועל גאלדשטיין פון ק"י,
שחרית: הרה"ג ר' יושע וואלף יאקאבאוויטש, ר"מ בישיבה,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: האברך ר' משה יצחק שטויבער,
כהן: דעם רבינס אייניקל הב' נפתלי שלום גלאנץ,
אנאנים: הרה"ג ישראל יעקב וואנחאצקער, ר"מ בישיבה,
שלישי: הגה"צ ר' מאיר יודא טענענבוים, טשאט'ער רב,
רביעי: הגה"צ ר' אלחנן חיים פילאפף, חדב"ן,
חמישי: הרה"ג גרשון קליין, מנהל בישיבה,
שביעי: הבה"ח ב"ר חזקי' פייבל ווייס,
הוספות: הבה"ח ב"ר ישראל ארי' מרגליות,
אחרון: הבה"ח ב"ר שמואל דוד אונגאר,
מפטיר: הרה"ג ר' בנימין זאב הערשקאוויטש, ר"מ בישיבה,
הגבה: ר' חיים יודא טעללער,
גלילה: הב' משה ב"ר שמואל טייטלבוים, משב"ק,
מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הרה"ג ר' בנימין זאב הערשקאוויטש,
פתיחה אנעים זמירות: ר' אליעזר יצחק ווידער,
אויפ'ן וועג אהיים האט מען ארומגערעדט איבער די מנהג פון רבי'ן ז"ל מיטן מקפיד זיין צו ווארטען אויף 96 מינוט נאכן שקיעה מוצש"ק, און די מנהגים בנוגע ת"ב שחל להיות בשבת,
ביים סעודה שבת אינדערפרי בביתו נאוה קודש, האט דער רבי מכבד געווען,
מיט ברוך השם נכדו הרב ר' יחיאל מנחם מייזליש,
ברוך ק-ל עליון, נכדו הב' אהרן טייטלבוים,
דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברי תורה, פאר חצות,
ברכת המזון, חדב"ן הגה"צ ר' אלעזר טייטלבוים, ראה"כ קליימער,
צו מנחה איז דער רבי אריינגעקומען אום 6:40,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' אברהם וואלף שטויבער, ר'"מ בישיבה,
כהן האט עולה געווען הבה"ח בן הרה"ג ר' מרדכי דוב כ"ץ,
לוי הב' ב"ר משה יצחק לאנדא,
שלישי דעם רבי'נס אייניקל הרב ר' יחיאל מנחם מייזליש,
גלילה הבה"ח בן הרב ר' אשר מענדל רובין,
אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין אוהל אלטא פיגא, דער רבי האט טועם געווען פון די חלה אין געוואונטשען לחיים, אין מען האט געזינגן די זמירות,
דער רבי האט נישט געזאגט קיין תורה.