שב"ק מטו"מ בצל הקודש, אין מחנה דברי יואל ערשטע שבת צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה גדולה:
ערב שבת אום א פערטל צו אכט איז דער רבי אריינגעקומען אין גרויסן ביהמ"ד דברי יואל צו מנחה, און איז צגעגאנגען צום עמוד.
מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן דער מנהל הישיבה הרה"ג ר' נפתלי בלומענפעלד
נאכן דאווענען איז מען אריבער גוט שבת זאגן, און די געסט האבן שלום גענומען.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען אין היכל אלטא פיגא צום שולחן הטהור און סעודת שב"ק, אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און די געסט.
אויפן וועג צום טיש, האט דער רבי ארום גערעדט מפי ספרים וסופרים איבערן ענין פון די 'בני גד ובני ראובן', במשנתו פון רבין זי"ע, דער חתם סופר, אוהב ישראל, און ערוגת הבשם.
דער רבי האט אנגעהויבן שלום עליכם.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו הב' מנחם אפרים טייטלבוים
די תלמידים האבן אנגעהויבן די זמירות שבת.
אויך האט מען געזינגן במשך די טיש די ניגונים: עד הנה, לולי תורתך, אבינו אב הרחמן, כה אמר ה', רחם בחסדיך, און נאך.
תורה האט דער רבי אנגעהויבן אויפן פסוק אין פר' מטות 'וַיִּשְׁלַח אֹתָם מֹשֶׁה אֶלֶף לַמַּטֶּה לַצָּבָא אוֹתָם וְאֶת פִּינְחָס בֶּן אֶלְעָזָר הַכֹּהֵן', זאגט אויף דעם רש''י 'שהלך לנקום נקמת יוסף אבי אמו וכו', שנאמר מבנות פיטואל מזרע יתרו שפיטם עגלים לע''ז וזה יוסף שפטפט ביצרו, ומזרע יוסף שפטפט ביצרו'.
דער רבי האט נאכגעזאגט דעם ייטב לב, ביי יוסף הצדיק שטייט 'והם לא הכירוהו', אז אפי' די שבטים זענען נישט געווען בשלום מיט יוסף, האט יוסף פארגעסן אלעס וואס זיי האבן אים געטון, און האט נאך מרבה געווען מיט די אחוה נאך מער פון פארדעם.
און אין זכות פון יוסף הצדיק וועט קומען די גאולה שלימה, אפי' אויב איז מען נישט זוכה צום 'אחישנה', ווייל כלל ישראל וועט נישט זיין ראוי, וועט מען אויסגעלייזט ווערן בזכות יוסף, ווי ס'שטייט 'יוסיף ה' ידו שנית'.
האט דער רבי מוסיף געווען, וואס ס'שטייט פון דער רבי פון לובלין, אויפ'ן פסוק 'שלח נא ביד תשלח', אז משה רבינו וואס איז געווען 'שושבינא דמלכא', און מקרב געווען דעם באשעפער צו די אידן, האט געוואלט אז די גאולה זאל זיין דוקא דורך אהרן, וואס איז געווען 'שושבינא דמטרנותא' און מקרב געווען די אידן צום באשעפער, וואס אזוי וועט די גאולה זיין אן אתערותא דלתתא, און וועט זיין א גאולה נצחי.
האט דער רבי געזאגט, אז אין דעם ליגט אויך די זכות פון יוסף הצדיק, דורכדעם וואס ער איז מקרב אידן לאביהם שבשמים, איז ער מיט דעם מוסיף זכותים פאר די אידן.
און דאס איז אויך געווען ווען די שבטים האבן מבזה געווען פינחס, 'הראיתם בן פיתי זה, שפיטם עגלים לע''ז' האט פינחס בשעת מעשה מתפלל געווען אויף זיי, 'וירא פינחס ויפלל' נישט נאר וואס ער האט מעלים עין געווען פון זיי, נאר האט מתפלל געווען אז ס'זאל נישט זיין קיין מגיפה.
און פנחס האט געהאט אין זיך סיי די כוחות יוסף הצדיק וואס האט מפטפט געווען ביצרו, און סיי די כח פון אהרן הכהן, וואס האט מקרב געווען אידן צום באשעפער.
דערפאר זאגט רש"י 'בא הכתוב ויחסו אחר אהרן'.
פארן בענטשן האט דער רבי געגעבן די שיירי הכוס פאר הרה"ח חיים משה סטראלאוויטש פון לעיקוואוד.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"נ הגה"צ רבי אלטר ר"מ בישיבה גדולה.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פירות, און מען האט געטאנצן 'אז ביום'.
שבת אינדערפרי ארום 10 צו 10 איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית
צו פסוקי דזמרא איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' ישראל דוב סטראלאוויטש רב דביהמ"ד בוטשאטש אין לעיקוואד
שחרית איז צוגעגאנגען חדב"נ הגה"צ רבי אלעזר ראה"כ
הוצאה והכנסה האברך ר' יצחק זאב מאיער
כהן - ר' בנציון שלמה פאללאק משב"ק
לוי - דעם רבי'נס אייניקל הרב ר' שלום ראטענבערג
שלישי - הגה"צ ירושלימער רב
רביעי – משב"ק הב' שלמה ביקסנשפאן דער הויז בחור
חמישי הרה"ג ר' מאיר שטערן
שביעי הרבני הנגיד ר' אליעזר מאיר לעפקאוויטש
הוספות
הרה"ג ר' מרדכי יעקב סטראלאוויטש פון לעיקוואוד
הב' ב"ר ישראל יצחק טעללער
אחרון - הרבני הנגיד ר' חיים משה סטראלאוויטש פון לעיקוואד
מפטיר - הב' יואל וואלדמאן
הגבה - הרה"ח ר' שלמה בלומענפעלד
גלילה - הרה"ח ר' וואלף ראטה
מוסף - הרה"ג ר' מאיר שטערן
פתיחה אנעים זמירות ר' יוסף ווייס
נאכן גוט שבת זאגן האט מען אהיים באגלייט דעם רבי'ן. אויפן וועג האט דער רבי ארום גערעדט איבער'ן ענין פון דאווענען פארן עמוד שבת איידער א יארצייט,
די מיטאג טיש האט דער רבי געפירט בביתו נאוה קודש מיט די בחורים תלמידי הישיבה איניקלעך פון רבי'נס שווער הגה"צ ביסטריצער רב ז"ל.
דער רבי האט אנגעהויבן חי ה'.
ברוך ד' יום יום, האט דער רבי מכבד געווען נכדו הב' מנחם אפרים ט"ב
ברוך קל עליון הב' אהרן בן הגה"צ ר' שמואל שלמה שפיטץ
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין פר' מטות 'וַיִּמָּסְרוּ מֵאַלְפֵי יִשְׂרָאֵל אֶלֶף לַמַּטֶּה', און אויף די רש"י 'להודיעך שבחן של רועי ישראל, כמה הם חביבים על ישראל'.
און האט ארומגערעדט אין די פרשה, במשנתו פון רבין זי"ע. און א ווארט וואס ער האט געהערט פונעם רבי'ן דער ברך משה זי"ע שבת מטות מסעי תשנ''ז אין שעראן ספרינגס.
אויך איז פארפירט געווארן שיינע שמועסן, זכרונות פון נסיעות ביים רבי'ן דער ברך משה זי"ע צו די קברי אבות, און פארשידענע מנהגים איבער גיין אויף קברי צדיקים, און איבער די קהלות הקודש אין דער אלטער היים.
ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען, הב' החתן שמואל לויפער
אום 10 צו 9 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה צו עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' אברהם וואלף שטויבער מנהל בישיבה
כהן – דעם רבי'נס אייניקל הב' נפתלי שלום גלאנץ
לוי – הרה"ג ר' אהרן ווייס מנהל בישיבה
שלישי – הרה"ח ר' שמואל בראך
גלילה הב' ב"ר בעריש לויפער
אודה האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' משה שמואל זופניק
שיר המעלות הרה"ח ר' וואלף לעפקאוויטש
ביי תורה האט דער רבי זיך געשטעלט אויפן פסוק אנפאנג פר' מסעי, 'וַיִּכְתֹּב מֹשֶׁה אֶת מוֹצָֽאֵיהֶם לְמַסְעֵיהֶם עַל פִּי ה', וְאֵלֶּה מַסְעֵיהֶם לְמוֹצָֽאֵיהֶֽם'.
בתוך הדברים האט דער רבי ארויסגעברענגט אז יעדער איד האט א תפקיד מעלה צו זיין געוויסע ניצוצין קדישין מיט זיין עבודה, וואס נאר ער אליינס קען מעלה זיין, און נישט קיין צווייטער.
ידיד נפש – משב"ק הרה"ח ר' מרדכי דוד ווידער
מעריב הרה"ח ר' משה שטיינמעטץ.
מוצאי שבת איז פארגעקומען א מסיבה לטובת "קרן ויואל משה" אין ביהמ''ד הג' אין לפידות קאנטרי בהשתתפות רבינו שליט''א, עס האט אויפגעטרעטן העסקן ר' יצחק גרינפעלד חבר הנהלת הקרן,
הרב יואל אשכנזי ר"מ בישיבה גדולה, דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פון רבינו שליט''א.
זונטאג איז פארגעקומען א פת שחרית פאר נדיבים לטובת "מחנה רב טוב" בבית הנגיד ר' אפרים יואל זופניק אין ליזשור לעיק קאלאני בהשתתפות רבינו שליט''א.
דערנאך האט רבינו שליט''א באזוכט די נייע "נחלת אהרן" קעמפ אין דעי טאפ פאר תלמידי ישיבה קטנה בהנהלת הרה''ג ר' יעקב מאיר וויזענפעלד, צום ערשט איז די רבי געגאנגען אין ביהמ''ד, דערנאך ארומגעגאנגען אין די כיתות, דערנאך זיך אומגעקוקט אויף די אנגייענדיגע בוי ארבעט אין די נייע מקוה.
אויפדערנאכט איז פארגעקומען די יערליכע דינער לטובת מוסדות יטב לב ירושלים, אין ביהמ''ד הג' אין קרית יואל, פאר די דינער האט די רבי געדאווענט מעריב בבית הנגיד ר' ישראל גאלדבערגער,
דערנאך איז די רבי אריינגעקומען צום דינער אין ביהמ''ד הג', עס האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' מענדל וואלערשטיין מנהל מוסדות יטב לב,
הגה''צ אב''ד ד'קהילתינו ירושלים שליט''א, דערנאך האט מען געהערט דברות קודש דברים העומדים על הפרק פון רבינו שליט''א.
היינט אינדערפרי האט די רבי געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הג' אין וויליאמסבורג, דערנאך האט די רבי מנחם אבל געווען אין בארא פארק די משפחה פון מרת מלכה ע"ה, אשת ר' אברהם קויפמאן,
דערנאך האט די רבי מנחם אבל געווען אין קרית יואל הרה''ג ר' חיים יוסף גאטליב על פטירת אמו ע"ה,