שב"ק פרשת שמיני בצל הקודש:
ערב שבת אום פערטל צו 8, איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד אין איז צוגעגאנגען צו מנחה,
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן העסקן המפורסם הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן מיט אן אפיעל לטובת די מוסד 'רב טוב', און ארומגערעדט איבער די לעצט געשאפענע 'פליטים קריזיס' וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט האט געשאפן, וואס האט גאר שטארק פארשווערט דאס ארויסברענגן די איראנער אידן.
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה"ח סענדר גאלדבערגער
צום טיש איז די רבי אריינגעקומען אום פערטל נאך 11
הגה"צ רבי אהרן האט אויפגעהויבן די כוס צו קידוש.
מיט זמירות שבת האט די רבי מכבד געווען מיט כל מקדש - הרה"ג שלמה קאהן שליט"א אב"ד תהלות ישראל.
מנחה ושמחה - הרה"ג יעקב ארי' לאבין מרביץ תורה במוסדותינו הק'.
תורה האט די רבי זיך געשטעלט אויפן מדרש 'זה הדבר, אותו יצה"ר תעבירו מלבבכם', בהקדם די ווארט פון הייליגן מיטעל'ן בעלזא רב זי"ע 'ועתה אם שמוע תשמעו בקולי', זאגט רש"י, 'אם מקבלים עתה אז יערב לכם מכאן ולהבא, כי כל התחלות קשות. אז די עצה פאר יעדע דבר שבקדושה עס זאל נישט זיין כל התחלות קשות, אז מען זאל קודם מאכן א מחשבה טובה, והקב"ה מצרף למעשה, וועט דאס זיין די ערשטע התחלה פון די דבר שבקדושה, וועט נישט זיין שפעטער ביי די מעשה בפועל קיין שוועריקייטן מצד כל התחלות קשות דאס זאגט רש"י 'ועתה' אם מקבלים אפילו נאר במחשבה, אז יערב לכם מכאן ולהבא, ווייל די התחלה פון די מצוה איז שוין געווען, כי כל התחלות קשות.
האט דער רבי צוגעלייגט, וועגן דעם האט אהרן ובניו הכהנים געמיזט זיין אין משכן זיבן טעג, ומפתח אוהל מועד לא תצאו שבעת ימים, הלא משה רבינו האט דאך די גאנצע צייט געטוהן די עבודה, נאר כדי עס זאל נישט זיין קיין כל התחלות קשות, האבן די כהנים געמוזט זיין אין ביהמ"ק, און טוהן די עבודה במחשבה, אזוי ארום וועט דאס זיין גערונגער.
דאס איז 'אותו יצה"ר תעבירו מלבבכם' פון כל התחלות קשות, וואס איז די עצה ותהיו ביראה אחת ובעצה אחת, מען זאל מאכן די מחשבה בעפאר די מצוה.
ק אכסוף, הרה"ג טובי' לערנער .
ק' רבון הרה"ג ר' יוסף לייב עסטרייכער ר"מ בישיבה גדולה.
לקל אשר שבת הרה"ח ר' חיים שמואל רייך פון מאנטריאל
ברהמ"ז הרה"צ רבי אהרן
נאכן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' בעריש קאהן נ"י צוטיילן 'כוס של ברכה'.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פירות, אין מען האט געטאנצן 'אז ביום'.
שבת צופרי אום האלב 10 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית. צו פסוקי דזמרא איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ליפא קרויס
די רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן
הוצאה והכנסה - הרה"ג ר' אהרן מארקאוויטש, מנהל מוסדות שאפראן
כהן ר' יחזקאל סאנדער פון ב"פ
לוי –הרה"ג משה יודל פרידעמאן מנהל ישיבה סניף לצערים
שלישי - הגה"צ ר' ליפא בן רבינו
רביעי – הרה"ח אביש פערלמוטער
חמישי - הרה"ח ר' ישראל שמעי ראזנער
שביעי הרה"ג חיים משה ווייסמאן רמ בישיבה קטנה
אחרון הרה"ג נחמן שטויבער מנהל ישיבה גדולה
מפטיר הרה"ח ליפא ברוין
הגבה הרה"ח משה יצחק פיש
מוסף האט געדאווענט פארן עמוד- הרה"ג נפתלי בלומנפעלד מנהל ישיבה גדולה
צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ח הערשל גאלדבערגער
כהן האט עולה געווען הר"ר יואל בירנבוים
לוי, ר' חיים שלמה זלמן מאנן
שלישי הרה"ח שמואל בנימין בערגער מראשי קהילתינו הק' אין לאנדאן
גלילה הרה"ח שלמה אבראמאוויטש
ביי של"ש האט די רבי ארום גערעדט בקדושת ימי הספירה.
מעריב מוצאי שבת איז צוגעגאנגען הרה"ח אברהם יושע גראס
זונטאג ראש חודש אייר אינדערפרי פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הב' ב"ר יצחק בלומענפעלד
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' זלמן לייב אבראהאם
כהן האט עולה געווען ר' מרדכי יואל ראלניצקי
לוי: ר' זכרי צימעט
שלישי הב' ב"ר יצחק בלומנפעלד
די רבי האט עולה געווען רביעי
הגבה ר' יצחק בלומנפעלד
גלילה ר' אברהם גלויבער
מוסף האט געדאווענט פארן הרב שמעון לויפער
נאכן דאווענען זענען אריין אל הקודש פנימה א קבוצה בחורים מתלמדי הישיבות מקבל זיין ברכת הקודש צום נייעם זמן.