מאנטאג אפריל 09, 2018 3:37 pm#399205
דער לאקש איז יעקב בער'ס
ניט ריכטיג מען ברויך דא אויפנעמען איינער וואס איז חיים הערשענס
ניט ריכטיג מען ברויך דא אויפנעמען איינער וואס איז חיים הערשענס
לאקש האט געשריבן:אב"ד סיגוט שליט''א ביי שריפת חמץ ערב פסח אין בארא פארק.
לאקש האט געשריבן:
הגבהת הכוס צו קידוש, הרה"צ רבי אהרן
לאקש האט געשריבן:צווייטע טעג פסח בצל הקודש:
שביעי של פסח אום 5 צו 8 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה, אין צוגעגאנגען צום עמוד, און אנגעהויבן הודו,
צו מערב איז צוגעגאנגען הרה"ג יושע יואל לייטנער ר"מ בישיבה גדולה,
ארום 5 נאך 12 איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש,
הגבהת הכוס צו קידוש, הרה"צ רבי אהרן,
מיט'ן פיוט האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' נתן דוד ראזענבערגער גמזו'ער רב,
ביי די תורה האט דער רבי מאריך געווען אויף די פסוקים פון שירת היום, מיטן ווארט פונעם ישמח משה, אז די גזירה פון מכת בכורות איז אויך געווען אויף גאנץ כלל ישראל, ווייל זיי ווערן אנגערופן 'בני בכורי' ישראל. ווען עס איז געשעהן די נס, זענען די אידן געווארן 'קודש לה'. מיט דעם האט דער רבי פארענטפערט כמה דיוקים, ווי אזוי האבן די אידן געמעגט נעמען די רכוש מצרים, די הלכה איז דאך אז אין לוקה ומשלם, אבער ביי 'הקדש' איז יא לוקה ומשלם, וועגן דעם איז געווען די ציווי פון 'וישאלו איש מאת רעהו' אז די אידן זאלן נעמען די ביזת מצרים, דוקא נאך מכות בכורות, ווייל דעמאלטס האבן זיי שוין געהאט א דין 'הקדש'.
דערנאך האט מען געזינגען יום טוב'דיגע ניגונים
ארום פערטל נאך 1 האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן די שירה, זיך אנכאפנדיג מיט הגה"צ זענטא רב שליטא, און הגה"צ אב"ד דקהלתינו בירושלים שליט''א. און מהאט געטאנצן די שירה א לענגערע צייט.
מיט ברהמ"ז איז מכובד געווארן הגה"צ מזענטא.
יום טוב אינדעפרי אום האלב נאך 10 איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית, דער רבי איז צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרא שחרית אין הלל,
דער רבי האט פארגעזאגט די פסוקים ד' מלך, אין הלל הגדול אין די שירה פסוק בפסוק,
ביי שחרית האט מען לכבוד יום טוב געזינגען די מזמורים פון תתברך, מכלכל חיים אין ממקומך
הוצאה והכנסה זענען מכובד געווארן, הרה"ח ר' ישראל גאלדבערגער פון קרית יואל , הרב נתן דוד בלום אייניקל פון רבין דער ברך משה,
ביידע טעג יום טוב האט מען געליינט אינעם ספר תורה פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע
כהן האט עולה געווען הרה"ח יונה כץ
לוי הרה"ח משה הערש רייזמאן
שלישי הרה"ח חיים יודא פערלשטיין
רביעי הרה''ח חנני' שמילאוויטש
דער רבי האט עולה געווען חמישי
הגבה הרה"ג ר' יושע באנדא,
מפטיר הרה"ח אברהם בער יאקאבאוויטש סגן ראה"ק
הגבה הרה"ח שלמה הערש וואלטער
גלילה ר' יואל מארקאוויטש פון מאנטריאל
מוסף האט געדאווענט הרה"ג משה פרידמאן מנהל במוסדותינו הק'
יום טוב נאכמיטאג אום 8 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח יחזקאל גליק פון קרית יואל
קבלת שבת אין מערב האט געדאווענט פארן עמוד הרה"ח ר' בנימין הירש.
אחרון של פסח ביינאכט ביים טיש האט דער רבי מכבד געווען מיטן פיוט: הרה"ח יוסף אלי' שלעזינגער
ברכת המזון הרה"ג קלעסאנע רב
יום טוב אינדעפרי אום פערטל נאך 10 איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית, צו פסוקי דזמרא איז צוגעגאנגען הרה"ח הירצקא פרידמאן
שחרית הגה"צ רבי אלטר גלאנץ חדב"נ
הוצאה והכנסה הרה"ח משה שמואל זופניק, און הרה"ח חיים הערש קלאגסבאלד
כהן האט עולה החתן ב"ר יעקב רובין
שלישי דער דיין הגה"צ רבי לייבוש פרידמאן
רביעי הגה"צ רבי אהרן
חמישי הרה"ח וואלף פרידמאן
שישי רבינו שליט''א
שביעי הגה"צ רבי אלעזר ט"ב חדב"נ
הגבה הרה"ח יוסף הערש לויפער
גלילה הרה"ח זרח פרידמאן
מפטיר הרה"ג אברהם חיים גליק ר"מ בישיבה גדולה
הגבה האברך ר' זונדל שווארץ פון קרית יואל
דער רבי האט געדאווענט מוסף פארן עמוד, לרגל די הילולא פון רבין דער ברך משה
מנחה האט געדאוווענט פארן עמוד הרה"ג אברהם חיים גליק
כהן: הרה"ח הערש אלימלך כהנא
לוי: הרה"ח אנשיל טירנויער
שלישי הרה"ח יחזקאל גליק פון קרית יואל
גלילה ר' הערשל לויפער
דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד 'נעילת החג' און של"ס.
מיט אודה האט דער רבי מכבד געווען דער ראש הקהל הרה"ח ר' שאול פערלשטיין, מהאט געזינגען דעם 'אודה ניגון' וואס מען האט געזינגען ביים רבין ז"ל די ברך משה, וואס איז נתחבר געווארן בשנת תשס"ג
'שיר המעלות' הר"ר הערש אלימלך כהנא
ביי די תורה האט דער רבי מאריך געווען אין די פסוקי שירה, און איבער דעם טעם פארוואס מען זאגט 'שיר השירים' דוקא שבת.
נאכזאגנעדיג דעם של"ה הק', אז אידישע קינדער זינגען די שירה אויף לעתיד לבא, און דאס גייט ארויף אויף די גרויסע אמונה פון כלל ישראל, אז זיי זינגען שירה בעפאר עס געשעהט דעם נס, זייענדיג פארזיכערט באמונה שלימה אז דער אייבערשטער וועט טוהן ניסים פאר כלל ישראל.
דער רבי האט ארויסגעברענגט, אז כלל ישראל האט צוויי מאל געזינגען שירה, איינמאל ווען מען איז אדורך דעם ים, אויף דעם גרויסן נס, און דאס צווייטע מאל, 'אחרון של פסח', ווען עס איז געוען 'ויסע משה את ישראל מים סוף ויצאו אל מדבר שׁוּר' האט מען נאכאמאל געזינגען שירה אויף די ניסים פון לעתיד לבא. אויף דעם קומ דער יו"ט פון אחרון של פסח, א יו"ט פון לעתיד לבא. מיט דעם האט דער רבי פארענטפערט די דאפעלטע לשונות ביי די שירה, וויבאלד ס'געווען צוויי באזונדערע שירות.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די זמירות פון שלש סעודות, אין דערנאך האט מען ממשיך געווען מיטן זינגען ניגוני יום טוב בהלל והודאה.
דער רבי האט מכבד געווען הרה"ח אלימלך ווערצבערגער פארצוזינגען 'מלך רחמן', וואס ער האט בחזקת אבותיו מדור דור ביי רבותינו הקדושים.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס. און דערנאך מען האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן 'חסל סידור פסח', נאכן טאנצן א לענגערע צייט מיט א התרגשות דקדושה, האט דער רבי פארגעזאגט 'לשנה הבאה בירושלים' בקול חוצב להבות אש.
מעריב מוצאי יום טוב האט דער רבי געדאווענט פארן עמוד, לקראת די הילולא פון רבין ז"ל דער ברך משה
נאך ספירה און הבדלה האבן די בחורים ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה ובזמרה ביז ביתו נאוה קודש, ווי דער רבי האט אנגעוואונטשען קורצע דברי ברכה פאר די בחורי חמד.
פורים קטן האט געשריבן:פארוואס איז נישט פארגעקומען היי יאר די "דרשת פתיחת הזמן" אינעם יארצייט פונעם ברך משה, אזוי ווי אלע יארן?
יין שרף האט געשריבן:לאקש האט געשריבן:
הגבהת הכוס צו קידוש, הרה"צ רבי אהרן
אינטרעסאנט..
קאך_לעפל האט געשריבן:די משניות האט רבינו פארגעלערנט מיט ברטנורא אדער מיט פירוש המשניות פון רמב''ם?
קאך_לעפל האט געשריבן:די משניות האט רבינו פארגעלערנט מיט ברטנורא אדער מיט פירוש המשניות פון רמב''ם?
סקרן האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:די משניות האט רבינו פארגעלערנט מיט ברטנורא אדער מיט פירוש המשניות פון רמב''ם?
און דו ווילסט אז ער זאל נאך שרייבן ווייל דו ווילסט האקען ליצנות פון אים????
אונטער חכם האט געשריבן:א פלא וויאזוי דער לאקש האט נאך געדולד צו שרייבן ווען דער איינציגסטער וואס ליינט דורך זיינע געשרייבעכצער איז קאך לעפל.
צדיקלאקש האט געשריבן:הגה''צ אב''ד ירושלים שליט''א ביי די מסיבה
לאקש האט געשריבן:אונטער חכם האט געשריבן:א פלא וויאזוי דער לאקש האט נאך געדולד צו שרייבן ווען דער איינציגסטער וואס ליינט דורך זיינע געשרייבעכצער איז קאך לעפל.
ס'איז דא וואס באדאנקען זיך אין אישי (אבער איך טו עס אן דעם אויך)
לאקש האט געשריבן:אונטער חכם האט געשריבן:א פלא וויאזוי דער לאקש האט נאך געדולד צו שרייבן ווען דער איינציגסטער וואס ליינט דורך זיינע געשרייבעכצער איז קאך לעפל.
ס'איז דא וואס באדאנקען זיך אין אישי (אבער איך טו עס אן דעם אויך)
אונטער חכם האט געשריבן:א פלא וויאזוי דער לאקש האט נאך געדולד צו שרייבן ווען דער איינציגסטער וואס ליינט דורך זיינע געשרייבעכצער איז קאך לעפל.
אינטערסאנטער האט געשריבן:אונטער חכם האט געשריבן:א פלא וויאזוי דער לאקש האט נאך געדולד צו שרייבן ווען דער איינציגסטער וואס ליינט דורך זיינע געשרייבעכצער איז קאך לעפל.
פארוואס פאלט דיר ביי אז נאר ער ליינט דאס? אבי גערעדט.
לחיים ולברכה האט געשריבן:לאקש!
אפשר ברענגסטו אהער דיין רבינס שלש סעודות תורה פון דעי וואך?!?
פאר די וואס ווייסן נישט - האט אונזער מן הארץ פון מעלעך עלארעיך געזאגט א פייערדיגע תורה די וואך ביי שלש סעודות אויפן פסוק וואס מען זאגט יעדן טאג ביי קר"ש למען תזכרו ועשיתם וזכרתם את כל מצותי, וד"ל
Gimpel האט געשריבן:אסור לבזות שוכני עפר
לאקש האט געשריבן:די תורה איז 24.5 MB מ'קען עס נישט דא ארויפלייגן
איסר האטלקי האט געשריבן:סתם לידיעה בעלמא, ביים טאטן דער ברך האט מען געזען דעם זעלבן עם הארצות יעדעס מאל ער האט נאכגעזאגט א פסוק, כאטש וואס ער איז געווען א בארימטער גאון. איך געדענק איין שלש סעודות ויהי בשלח פרעה ולא נחם העם את אלוקים..... פרעג די אידן וואס פלעגן גיין צום טיש.
קלונימוס האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:סתם לידיעה בעלמא, ביים טאטן דער ברך האט מען געזען דעם זעלבן עם הארצות יעדעס מאל ער האט נאכגעזאגט א פסוק, כאטש וואס ער איז געווען א בארימטער גאון. איך געדענק איין שלש סעודות ויהי בשלח פרעה ולא נחם העם את אלוקים..... פרעג די אידן וואס פלעגן גיין צום טיש.
דער קלויזענבורג'ער רב ז"ל (וואס אויף עם קענסטו נישט זאגן אז ער איז געווען אן עם הארץ) פלעגט אויך אסאך מאל זאגן פסוקים מיט ווערטער נישט גוט מדוקדק, און מ'קען עס מערקן אסאך מאל היינט ביי זיינע קינדער אויך, ס'דא וואס לייגן עס אן אויף דעם אז אינדערהיים פאר'ן קריג פלעגט מען נישט אויסלערנען געהריג קיין עברי.

לאקש האט געשריבן:זינטאג תזריע מצורע:
פארגאנגענע ערש"ק שמיני האט די רבי מנחם אבל געווען די משפחה פון הרה"ח שמחה בונם קליין ע"ה.
היינט אינדערפרי האט די רבי געלייגט תפילין פאר הבחור בן ר' יצחק בלומענפעלד.
א באריכט פון שבת וועט נאכפאלגן.
קאך_לעפל האט געשריבן:לאקש האט געשריבן:זינטאג תזריע מצורע:
פארגאנגענע ערש"ק שמיני האט די רבי מנחם אבל געווען די משפחה פון הרה"ח שמחה בונם קליין ע"ה.
היינט אינדערפרי האט די רבי געלייגט תפילין פאר הבחור בן ר' יצחק בלומענפעלד.
א באריכט פון שבת וועט נאכפאלגן.
די משפחה גיבט איבער אז נאך די ווארימע און נאבעלע טרייסט ווערטער פון רבינו, האבן זיי כמעט פארגעסן אפילו אז זיי האבן בכלל געהאט אמאל א פאטער....
לעבן זאל דער רעבע אונזער טרייסטער און באשיצער, לעולם ועד.