פרייטאג אפריל 12, 2013 2:16 pm#104261
איך וואלט פארגעשלאגן א גאר ראדיקאל אויסזעהענד טויש אין די גאנצע חתונה נאכט סיסטעם. וויזוי האט מען חתונה געהאט אינדערהיים? אדער אפילו דא אין אמעריקע גלייך ווען מ'איז אהערגעקומען. איך וואלט מסכים געווען צו זיין דער ערשטער חתונה צו מאכן אין א קליינעם ביהמ"ד! מיט נישט מער ווי 20 געסט! געפילטע פיש וואס מ'האט געקאכט אינדערהיים! מיט אביסל פלייש טשיקן היימישע, און א טעיפ רעקארדער צוגעטשעפעט צו א ספיקער פאר די מוזיק. וואס וואלט געפעלט פון אזא קאפל נאך די חתונה?!?! די חתונה נאכט וואלט אפגעקאסט 500 דאללער און יעדער קען זיין העפי.. איך וואלט עס געטון אבער ווי טרעפט מען א מחותן וואס איז אויך ווי מיר?
זאל איינער אויסרעכענען וויפיל א מחותן האט געצאלט חתונה צו מאכן א קינד 100 יאר צוריק, לייג צו אינפלאציע און כ'ווייס וואס נאך. ס'וועט נישט אויסקומען מער ווי 500 דאלער כ'גלייב. אבער היינט איז א וועלט פון חבירים און פרענדס און שפילן פאר די גאס און 'יעדער' טוט אזוי, דארף מען ספענדן 15000 אין איין נאכט און נאך טאנצן כאילו מ'איז פרייליך, און צוקוקן וויזוי די קרובים טעקסטן א גאנצן סעודה איבער זייערע איבערגעפילטע טעלערס וואס גייט אקארשט אריין פילערהייט אין גארבעדזש.
א פאריקטע וועלט. יעדער איז משוגע, קיינער קען זיך נישט ארויסדרייען און זאגן ער איז נארמאל, ער איז נישט! והא ראיה ער ספענט געלט וואס ער האט נישט ווען ס'פעלט נישט אויס. מ'דארף מאכן א וועד וואו מ'זאל זיך קענען איינשרייבן מענטשן וואס זענען מסכים חתונה צומאכן די קינדער אין 500 בעדפארד שול אדער אין טענקע שול אד"ג, נאכדעם זאלן שדכנים אנהויבן ארבעטן ארום די משפחות.
איי העוו עי דריעם