Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • שידוכים ביים היימישן עולם

קאווע שטיבל • שידוכים ביים היימישן עולם

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
148 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 178 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1204
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 6:57 pm#31304
לכבוד חמשה עשר באב ברענג איך אראפ א גמרא
"אמר רבן שמעון בן גמליאל: לא היו ימים
טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיום
הכפורים, שבהן בנות ירושלים יוצאות בכלי
לבן שאולין, שלא לבייש את מי שאין לו,
כל הכלים טעונין טבילה. ובנות ירושלים
יוצאות וחולות בכרמים, ומה היו אומרות:
בחור! שא נא עיניך וראה מה אתה בורר לך,
אל תיתן עיניך בנוי, תן עיניך במשפחה,
שקר החן והבל היפי אישה יראת ה' היא
תתהלל
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 7:47 pm#31315
הרב_שלום האט געשריבן:"
בחור! שא נא עיניך וראה
אל תיתן עיניך בנוי, תן עיניך במשפחה,

האיך יתקימו שניהם?
וואסי פשט פון די לעצטע ווערטער?
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 10:02 pm#31355
היפות אומרות שא נא עיניך
המיוחסות אומרות תן עיניך במשפחה
העניות אומרות שקר החן והבל היופי אשה יראת ה' היא תתהלל ובלבד שתעטרנה בזהובים.
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 10:05 pm#31357
און וואס איז געווען ווען ס'געווען איינער סיי א יופי און סיי א מיוחסת?
אדער א מיאוס'ע מיוחסת?
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 10:13 pm#31360
תענית דף לא
בנות ישראל יוצאות וחולות בכרמים: תנא מי שאין לו אשה נפנה לשם: מיוחסות שבהן היו אומרות בחור וכו': תנו רבנן יפיפיות שבהן מה היו אומרות תנו עיניכם ליופי שאין האשה אלא ליופי מיוחסות שבהן מה היו אומרות תנו עיניכם למשפחה לפי שאין האשה אלא לבנים מכוערות שבהם מה היו אומרות קחו מקחכם לשום שמים ובלבד שתעטרונו בזהובים
דינסטאג אוגוסט 07, 2012 5:36 pm#32642
פארוואס נישט? אייגענטליך חז״ל האבן שוין געזאגט אז ס׳איז נישט פאראן קיין ערווה נאר ביי אידן! מ׳נעמט עס נישט אן, אבער דער ענין איז נישט קיין נייער בכלל. עס איז נאר צו גראב אראפגעלייגט.

וואס זאגט דערוילעם צו די מעשה? אז א שידוך איז באשערט!

m http://www.vosizneias.com/111343/2012/0 ... yn-couple/ m
דינסטאג אוגוסט 07, 2012 5:42 pm#32648
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס נישט? אייגענטליך חז״ל האבן שוין געזאגט אז ס׳איז נישט פאראן קיין ערווה נאר ביי אידן! מ׳נעמט עס נישט אן, אבער דער ענין איז נישט קיין נייער בכלל. עס איז נאר צו גראב אראפגעלייגט.

וואס זאגט דערוילעם צו די מעשה? אז א שידוך איז באשערט!

http://www.vosizneias.com/111343/2012/0 ... yn-couple/

דער פאליציי מאן איז אבביוסלי אויך א איד ער פארשטייט אויך וואס הייסט שיין..
דינסטאג אוגוסט 07, 2012 5:44 pm#32649
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס זאגט דערוילעם צו די מעשה? אז א שידוך איז באשערט!

http://www.vosizneias.com/111343/2012/0 ... yn-couple/


גאנץ אינטרעסאנט!
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:43 am#64404
איך בין איבערגעגאנגען דעם אשכול, מתקן ומגיה געווען, און איך שטעל עס צוריק פאר אלעמענ'ס הנאה.
(הגה: צוליב עטליכע תגובות שלא ע"פ התקנות איז דער אשכול געווען אוועקגענומען פאר עטליכע חדשים)
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 12:33 pm#64428
די "ווערטל" האב איך געטראפן די וואך אין א אויסגאבע.
אינטרעסאנט פארוואס ער מאכט אוועק די יראת שמים פונעם בחור, וועלכער האט פשוט געוואלט מקיים זיין א חז"ל "אסור לאדם שיקדש עד שיראנה".
פאר א שיינע מליצה איז מען דוחה א חז"ל?
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 12:34 pm#64429
אידיאט שדכן
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 12:37 pm#64433
נאר שדכן?
און וואס איז מיט די אלע וועלכע דרוקן איבער די "שיינע תורה", און פארשפרייטן עס אין די בתי מדרשים?
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 12:52 pm#64439
לויט די תורה מיינט דאס אז מ'ווייזט נישט א פיקטשור פונם חתן

סיפר מרן הגאון מטשעבין זצ"ל על אמו הרבנית מרת
רחל ע"ה היתה אשה חכמה ובעלת לשון לימודים. בעת שדיברו
פעם שידוך לאחד מבניה עם בת עיר אחרת, ביקש השדכן
שיתנו לו תמונת הבחור כדי שיוכל לשלוח אותו להצד
המדובר. סירבה הרבנית ואמרה "לא יעשה כן במקומנו לתת
הצורה לפני הבחורה" )מלשון הפסוק 'לא יעשה כן במקומנו
לתת הצעירה לפני הבכירה'(. מהגאון רבי יהודה רבינוביץ זצ" ל
"בצילו חמדתי" ירושלים תש"ס ע' כ"ד
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 12:55 pm#64440
רבנים האבן אויך געניצט די JOKE פאר ''כל העולם''...

בעיר ל׳ חפצו למנות רב מפורסם לרב בעירם, ובאשר לא כל בני העיר
דאו וידעו אותו, בקשוהו ראשי הקהלה שישלה להם את תמונתו, והשיב להם לא
יעשה כן במקומנו, ״לתת את הצורה לפני הבחירה״, (תחת צעירה לפני הבכירה—
שמעתי.

m http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 26_122.pdf m
מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 12:01 pm#64796
ראה פירוש המלה "שידוך" במסכת שבת יב ע"א אין משדכין את התינוקות ופירש בחידושי הר"ן לשון מנוח ושקט, ובערוך פי' לשון עירבוב וקישור
מיטוואך יאנואר 16, 2013 7:09 pm#80396
פריער באקומען:

אן אמת'ע מעשה וואס האט פאסירט אין סקווירא:

א מאמע רופט אריין איר בחור אין ישיבה,

מאמע: גדלי', דו מוזט יעצט אהיים קומען.
בחור: וואס גייט פאר?
מאמע: דו וערסט אי"ה היינט א חתן.
בחור: אמת'דיג? מזל טוב! דו ווייסט שוין מיט וועם?
מאמע: יא, דער מחותן הייסט ברייער, ער וואוינט אויף דזשעפערסען.
בחור: אה איך קען עם, ער איז א פיינער מענטש. גוט, איך גיי זאגן פאר מיין ראש ישיבה אז איך מוז אהיים גיין וויכטיג. זאג מאמי, ס'איז שוין זיכער? איך מיין, ס'שוין געווען בעשוי?

ועל הכלל כולו יצא, לאו דוקא אין סקווירא אדער דזשעפערסאן...
מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:07 pm#80410
איז למעשה שוין געווען בעשוי? וואס האט די מאמע געענטפערט?
דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 8:14 am#80490
עס איז נישט דא א ברייער אין דשעפערסן
דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 10:39 am#80495
* נאמען געטוישט צוליב פארשטענדליכע סיבות.
און דעריבער האבעך צוגעלייגט דעם דיסקלעימער "ועל הכלל כולו יצא וכו'".
דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:57 pm#80582
ענטפער צו שמעקעדיג
כאן זה לא הי' הבחורה שביקשה את התמונה רק הבחור.
פרייטאג יאנואר 18, 2013 12:11 am#80683
נו, פארדעם שרייבט ער 'בחירה', נישט 'בחורה'.
פרייטאג יאנואר 18, 2013 1:33 am#80698
איך בין עס האט געשריבן:עס איז נישט דא א ברייער אין דשעפערסן

זיכער. ער האט געמואווט. קוק נאך אין אלטן סקווערער פאון בוק וועסטו איהם געפונען.
זונטאג מערץ 24, 2013 9:43 am#99691
א אינטרעסאנטע נקודה האט מיר איינער לעצטנס אויפמערקזאם געמאכט.

רוב מענטשן לעבן זיך זייער לעבן רואיג און זארגלאז, ד.ה. יעדער פון דיינע נאנטע האט זיך זיינע אייגענע דאגות, קיינער ווייסט נישט פונקטליך וואו דו דאווענסט יעדן טאג, צי דו האסט בכלל א שיעור און אין וועלכן ביהמ"ד דאס איז, מיט ווען דו דרייסט זיך, וואספארא סארט קינדער דו האסט, און פון וועלכע שטוב דו אדער דיין ווייב שטאמסט, און נאך פארשידענע פרטים ופרטי פרטים. יעדער האט זיך די אייגענע פראבלעמען און קוקט נישט אריין צופיל ביי יענעם (דאס איז א חוץ די פאר ליידיגגייער ועלכע זענען פארנומען זוכן פירצות איבעראל, אבער נישט איבער זיי איז דער שמועס דא).

ווען עס קומט אבער די צייט צו טאן שידוכים, טוישט זיך דער מצב. אויף דעם אופן ווי אזוי אונז היימישע חסידים טוען שידוכים, ווערט דער צוקונפטיגער מחותן לשיחה בפי הבריות, אויסגעטאן גענצליך נאקעט, צווישן די אלע אנגעטראגענע און שדכנים איבעראל, שמועסט מען אויס דעם מענטש, זיין היסטארי, זיינע עלטערן, מעלות און חסרונות, זיינע קינדער גוטע און נישט אזעלכע גוטע, (און אויב שייך, די פריערדיגע מחותנים), פונקטליך זיין סדר היום, וואו ער ארבעט, דאווענט, וועלכע מוסדות שיקט ער די קינדער און פארוואס, אלעס קומט ארויף אויפן אויבערפלאך....

דאס איז א זאך וואס פאסירט בעיקר נאר ביים היימישן עולם, און אפשר אויך אביסל ביי די ליטוואקעס. (דער חפץ חיים מיט זיין ספר לשון הרע אויך אין שידוכים איז דאך געוען א ליוטוישער גדול, נישט אזוי?) און הגם מען קען עס פארשטיין,יעדער וויל דאך דאס בעסטע פאר זיין קינד און וויל וויסן אין וועלכע משפחה ער/זי גייט אריין, איז עס פונדעסטוועגן זייער אומבא'טעמ'ט.

והחכם עיניו בראשו, איר זאלט וויסן, אז אויסערן אפגעבן דין וחשבון אויף יענע וועלט, וועט מען אייך דורכזיפן בי"ג נפה ביים טון שידוכים מיט די קינדער, און אלע לשון הרע'ס וועט ארויסקומען אפן און בולט פארן גאנצן ציבור... אלזא, פירט אייך אויף ווי א מענטש און ווי א איד.

נקודה למחשבה!
זונטאג מערץ 24, 2013 10:24 am#99704
דער איד די וואך האט א לענגערע שמועס מיט עטליכע שדכנים איבער דעם מצב השידוכים ביים היימישן ציבור
זונטאג מערץ 24, 2013 10:28 am#99706
אין קרית יואל טיילט מען געלט
זונטאג מערץ 24, 2013 8:25 pm#99947
א דאנק,
איך האב אריינגעסקענט א חלק פון דעם באלערנדן שמועס פון "דער איד" (ואתכם הסליחה אז איין בילד איז געלונגען אביסל אומקלאר)
מאנטאג מערץ 25, 2013 12:29 am#100023
ווער האט געשריבין די דאזיגע ארטיקעל זעהט אויס גאנץ גוט?
פרייטאג מערץ 29, 2013 12:56 am#100320
אינעם ''איד'' ווערט שוין אויך קריטיקירט אונזער שידוכים סיסטעם.. אויף זייט 168 חלק א'. אפשר וועלן זיך יעצט זאכן רוקן צום פארבעסערונג?

IMG_0298 (2).jpg
IMG_0298 (2).jpg (63.11 KiB) געזען געווארן 2183 מאל
מיטוואך אפריל 03, 2013 6:44 pm#101020
רבותי, טייערע ידידים.

ווי מען האט שוין ערווענט אין א אנדערע אשכול, וועט מען נישט געהאלפן ווערן פון קלאגן און קריטיקירן. מען דארף טוהן הלכה למעשה. איך וויל פארשלאגן עטליכע נקודות וואס דאס זאל זיין חלק א' פון די רעגולאציעס מהיום והלאה (היות אפאר קאווע שטיבל פירן דאך ממילא גאנץ וומסב"ג), און איך וויל בעטן יעדער זאל צולייגן, אזוי אז עס זאל זיין - ווי ווייט מעגליך - פארהאלטניסמעסיג א דבר השלם בעז"ה.

דערווייל זעה איך נישט קיין עצה אויפן פראבלעם אז דער חתן ווייסט נישט די סיבות פארוואס ער נעמט א כלה, מען קען דאך אים נישט גיין מסביר זיין. אויך איז א פראבלעם (בעיקר ביים צד החתן) דער חלק אז ער איז נישט מגלה סודות פון חדר ביי וואס ער האלט באמת, ער שטעלט אן א שיין פנים אבער טיף אין הארצן איז ער בכלל נישט דערביי, עס איז אחד בפה ואחד בלב. אפשר קען איינער טרעפן דערויף א עצה, איז אודאי גוט.

איז אזוי. ערשטנס, טאר מען נישט קומען מיט די משפחה אנגעטון שבת'דיג, כאילו דער שידוך גייט פאסירן און איז שוין א פאקט. אסאך קלוגע אידן זענען זיך נוהג אז מען אקצעפטירט נישט קיין ענטפער פון חתן וכלה אינעם זעלבן טאג פונעם בעשוי. לכה"פ איין נאכט זאלן זיי זיך איבערשלאפן און מחליט זיין - אן קיין שום פרעשור - צי זיי שפירן טאקע באמת אז די זאך איז פאסיג פאר זיי.

צווייטענס, דארף מען זאגן פאר די חתן/כלה עטליכע נקודות וואס אויסצושמועסן ביים באשוי. אני הקטן, מיר האט מען גארנישט געזאגט, מען האט מיר געלאזט רעדן "וואס כ'האב געוואלט", און מיר האבן טאקע געשמועסט פון די משפחה, זיידעס, פעטערס...זייער וויכטיג געווען!.. א בחור און א מיידל, בפרט חסיד'ישע און פרעמדע איינער צום צווייטן, איז אביסל שעמעוודיג ביים ערשטן מאל זיך טרעפן, אביסל פארלוירן, און האט נישט דעם קאפ אויפן פלאץ וואס פונקטליך אדורכצושמועסן. ממילא דארף מען זאגן קלאר פארן חתן, זאל אדורכטראכטן זיינע אמת'ע ציהלן אין לעבן (נישט אז ער גייט לערנען אין כולל 7 יאר, און נאכדעם אננעמען א פאסטן א כלי קודש, נאר זיין אויפריכטיג), און דאס אלעס אדורכשמועסן מיט איר.

איך דארף גיין יעצט, המשך יבא בעז"ה.
מיטוואך אפריל 10, 2013 10:44 am#103204
Just for the information:
די לעצטע פאר וואכען איז געווען זייער אסאך גיטין ביי די חרדישע ציבור ,סאיז נאך קיינמאל( די לעצטע 65 יאר) נישט געווען אזוי סאך גיטין און א משך פון א 3 חדשים.
ואידך זיל גמור.....
מיטוואך אפריל 10, 2013 10:54 am#103211
שמעקעדיג האט געשריבן:רבותי, טייערע ידידים.

.......................

צווייטענס, דארף מען זאגן פאר די חתן/כלה עטליכע נקודות וואס אויסצושמועסן ביים באשוי. אני הקטן, מיר האט מען גארנישט געזאגט, מען האט מיר געלאזט רעדן "וואס כ'האב געוואלט", און מיר האבן טאקע געשמועסט פון די משפחה, זיידעס, פעטערס...זייער וויכטיג געווען!.. א בחור און א מיידל, בפרט חסיד'ישע און פרעמדע איינער צום צווייטן, איז אביסל שעמעוודיג ביים ערשטן מאל זיך טרעפן, אביסל פארלוירן, און האט נישט דעם קאפ אויפן פלאץ וואס פונקטליך אדורכצושמועסן. ממילא דארף מען זאגן קלאר פארן חתן, זאל אדורכטראכטן זיינע אמת'ע ציהלן אין לעבן (נישט אז ער גייט לערנען אין כולל 7 יאר, און נאכדעם אננעמען א פאסטן א כלי קודש, נאר זיין אויפריכטיג), און דאס אלעס אדורכשמועסן מיט איר.

איך דארף גיין יעצט, המשך יבא בעז"ה.



פארוואס איז באמת וויכטיג צו זאגען וואס זיינע צילען אין לעבען זענען ווען ער הייבט נישט אהן צו וויסען וואס ער רעדט?

און אז זי ווייסט יא אז זי וויל זיין א מאמע הייסט דאס געוויסט?

צוויי בעיביס, זאלען זיי זיך איינרעדען ער גייט לערנען אין כולל אויף אייביג, און זי גייט זיין די סינדערעללא, און זיי וועלען לעבען העפילי עווער אפטער.

שמועסען פין א ציל אין לעבען קען נאר זיין ווען ביידע זענען שוין געוועהן אין די גאס אפאר יאר, און ווייסען וואס דאס מיינט, און רעדען אמת'דיג, און זענען היבש עלטער ווי דער גיל וואס מען מאכט היינט חתונה.
מיטוואך אפריל 10, 2013 12:39 pm#103261
איחוד, זאגסט א נקודה! אבער וואס יא? ד.ה., סיי "וואס זאל מען רעדן"? און סיי "ווען וועט מען באשליסן די ציל אין לעבן"?
מיטוואך אפריל 10, 2013 5:21 pm#103450
לאז זיי אויף וואקסן אביסל פאר זיי דארפן מאכן אזא לעבענסלענגליכע החלטות.
מיטוואך אפריל 10, 2013 5:35 pm#103460
מען האט מורא אז אונזער קינדער גייען נישט זיין ערליך, און זיי וועלן דורכפאלן מיט די נסיונת פון די היינטיגע דור מאכט מען זיי שנעל חתונה גלייך אויפן רגע ווען זיי ווערן 18 יאר אלט, און עס זענען דא וואס זענען נאך מער מחמיר, אין מאכן חתונה זייער קינדער ביי די זיבעצין אין א האלב, וואס אין די יארן זענען זיי נאך אומערצויגן, אין ווייסן נישט וואס עס מיינט א ווייב, וואס עס מיינט זיין א מענטש צווישן מענטשן, זיי פירן זיך נאך אויף ווי בעביס, אין דערנאך שרייט מען אז עס איז געווען די לעצטע 3 חדשים בערך 40 גיטין ביים היימישען עולם, אין אויב ווילט עטס נישט קיין גיטין לאזטס זיי אויפוואקסען,
מיטוואך אפריל 10, 2013 5:51 pm#103471
וואס איז אזוי שלעכט אז סדא גיטין?
מיטוואך אפריל 10, 2013 6:09 pm#103478
וואס הייסט? די גאנצע 50 אלפים פון די חתונה גייט אין מיסט!
מיטוואך אפריל 10, 2013 6:16 pm#103480
ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט מען זיך גע'גט ווען די פרוי איז מקדיח תבשילו כפשוטו כשי' ר"ע, און ער וואלט איבערגעבליבן מיט זיינע אנדערע ווייבער וואס ער האט געהאט כמבו' יעב"ץ יבמות ס"ב ב'. און אז נישט וואלט ער געטראפן א פריש'ס, א מיידל אדער א ווייבל, און געגאנגגען ווייטער.
אין יעצט אז ווערלד איז נישט ווערלד ווערט א גרוש אנגעקוקט ווי א קעיס. און בעסטן פאל ווי ער האט עפעס א דיזיס וואס רופט זיך גרוש. בקיצור מיט אלל דא רעספעקט פאר קינות זיי זענען צווייטער קלאס בירגער ליידער.
זיינע אויסוואלן זענען קליינע. פון א מיידל קען ער נאר חלו'מן אויך נאר אויב ער איז א כהן, ער קען זיצן יארן אליין. ס'איז נישטא קיין געזעלשאפט פאר אים, און צומאל דארף ער נעמען נאך עפעס שוואכער וואס ער האט איבערגעלאזט.
ווען ס'דא קינדער איז דאך ידוע ומפורסם אז זיין לעבן און זייערס זענען אויסגעשטעלט צו אסאך פיין.
ממילא איז זייער ווייטאגלעך ווען א פארפאלק גט זיך שוין אפגערעדט דעם פופציג אלפים פלאס וואס דער טאטע האט זיך אנגעבארגט אים צו קענען חתונה וועלכע איז יעצט געגאנגען פייפן.
פארשטאנען?
שמעקעדיג האקט וברוך שכוונתי.
מיטוואך אפריל 10, 2013 6:18 pm#103481
א געדאנק:

זעה דא מער באריכות.
מיטוואך אפריל 10, 2013 6:40 pm#103486
מאראנצןזאפט האט געשריבן:בקיצור מיט אלל דא רעספעקט פאר קינות זיי זענען צווייטער קלאס בירגער ליידער.

זיי משים לב אז מיט יעדער מאל וואס דו חזרסט איבער דער טענה , אפילו אז דו זאגט עס אזוי מיט א וייטאג און אין א קאנטעקסט פון טענה'ן אז סנישט איכטיג און וועלט איז נישט וועלט וכו', דינסטו נאר ווייטער ממשיך זיין דער נארישער סטיגמה וואס איז שולדיג פאר רוב פראבלעמען וואס גרושים האבען. אויב האלטסטו טאקע אז וועלט איז נישט וועלט און אז מיר מעגן אנהייבען קוקען אויף אלע מיני יוצאי דופן וואס זייער לייף סטארי איז נישט פונקט א קאט ענד פעיסט פון די סעריע קינדער ביכער "יענקי גייט שוין אין חדר", "יענקי האט שוין בר מצווה" "יענקי האט שוין חתונה", "יענקי מאכט שוין חתונה אייניקלאך", אזויווי יומען בייגס ווי סקומט זיך זיי, זאלסטו קיין איין מאל נישט דערמאנען די אלע נארישע סטיגמעס. וועסט זעהן ממש בדרך נס, אז אויב מיר וועלן אויפהען זאגען, "טאקע סנישט ריכטיג, אבער אין די גאנצע גאס איז אזוי.." , און אזוי ממשיך זיין צו perpetuate די אלע נארישקייטן, וועט מען זיך מיטאמאל טרעפן אין מצב אז דער מיסטעריעזער "ר' גאס" וועט אויפהערן אזוי צו זאגען און אנקוקען, און סוועט זיין בעסער פאר יעדער איינער.
מיטוואך אפריל 10, 2013 7:54 pm#103496
[
[/quote]
אפשר גאר פארקערט? וויבאלד זיי ווערן נישט קנאקד אפ נאך פאר זיי רופן דעם חתן ביים ערשטן נאמען, ממילא ווערן זיי נישט צוגעבינדען פאר לייף אין א אומצופרידענע רילעישענשיפ.
מיטוואך אפריל 10, 2013 9:17 pm#103535
הוא הדבר אשר דיברנו.
מיטוואך אפריל 10, 2013 9:27 pm#103539
איך האב זיך באצויגן אויף וואס דו שרייבסט, "ממילא, אז א כלה גייט אריין צום חתונה מיט די דעה אז ס'איז נאר א trial stage, פאלט עס אונטער אסאך גרינגער און שנעלער."
איך האב געמיינט אז דו מיינסט עס אין א נעגאטיווע בליק, אז די מיידל קומט אריין שוין מיט די מיינדסעט אז זי איז מיט א האלבע פוס אינדרויסן.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:23 am#103649
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס הייסט? די גאנצע 50 אלפים פון די חתונה גייט אין מיסט!

און טאקע אפשר דערפאר איז דא לעצטענס מער גיטין.. ווייל גאר אסאך מאכן חתונה אין די אלע תקנה זאלן, און ווען ס'מאכט זיך פראבלעמען ביים אינג קאפל טראכט מען אה נאר 10 אלפים האט דאס אפגעקאסט, נישט געפערליך... גיב א גט.. -- ס'צייט צו אסר'ן די תקנות
------
דער איין און איינציגסטער האט שוין דאס פריער ערווענט די נקודה טאקע.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:27 am#103655
זר,
יתוש קדמך...
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:29 am#103656
אוי וואו ??? באמת כ'בין אנגעקומען דא פריער און געלייגט מיין קאממענט נאך'ן ליינען שמעקעדי'גס תגובה, און כאב ניטאמאל געליינט ווייטער , איים סארי!! אבער קוק אהער ווי טינק אלייק!

יעצט זעה איך עס, זייער טערעסאנט גלייב מיר. כ'גיי דיר געבן קרעדיט
פרייטאג אפריל 12, 2013 12:56 pm#104211
לעיקוואד האט געשריבן:וואס איז אזוי שלעכט אז סדא גיטין?


די זאך איז אביסל טיפער, צומאל גט מען זיך ווייל ס'איז נישט אויסצוהאלטן פון איר\אים אזש מ'מוז פשוט נעמען אזא אומווילנדע שריט ווי זיך גט'ן.
דאס אליין, אזא מענטש זאל זיין אזוי געשלאגן, אזוי ווייט אז ס'שווער צו וואוינען מיט אים\איר אונטער איין דאך בבחי' אין אדם דר וכו', איז א גרויסער ווייטאג, און אויף דעם איז די מזבח מוריד דמעות!
פרייטאג אפריל 12, 2013 1:09 pm#104216
אלס תירוצים אהער אהין אמאל איז אזוי אמאל איז אזוי אפשר איז אזוי אפשר איז אזוי, א נארמאלער תשובה אויף מיין שאלה האב איך נאכנישט געהערט דא.
פרייטאג אפריל 12, 2013 1:38 pm#104238
לענ"ד איז בעסער צו חתונה ווי שפעטער, צום ווייניגסטענס זאל שוין דער בחור האבן א סאורס אף אינקאם, דאס פארמיידט אסאך פראבלעמען.
און די קאפעל זאל אויסצאלן מער ווייניגער זייער חתונה (ס'איז א שיינע זאך אויב די עלטערן קענען אביסל ארויסהעלפן). פאר העווענס סעיק קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס אין די וועלט מ'דארף קויפן טייערע פוירניטשער פאר די 2 בעביס? עניוועיס, ס'איז א גזירה מן השמים ואין לך רשות להרהר אחריה).

Town 1 איז גערעכט, מ'זארגט זיך אזוי פאר די נסיונות, ס'איז א חומרא וואס איז אתי לידי קולא ,וד"ל 

זר זהב, איך וואלט דיר געבעטן זאלסט אראפנעמען דעם לייק פון מאראנצןזאפט פאר די חוצפה וואס ער האט אנצורופן גרושים "א קעיס",
ביותר מזה, איך קען פערזענליך בערך 200 היימישע גרושים, אלע פון זיי זענען געלונגענע יונגעלייט (די גרושים קומען זיך כסדר צוזאם...), סך הכל האבן זיי געהאט די שטארקייט, די self esteem און די confidence וואס אנדערע האבן נישט, און געטון וואס איז גוט פאר זיי, און זיך נישט גערעכנט מיט אזעלכע פאררוקטע און קראנקע מענטשן, מענטשן ווי דיר וואס לעבן נעבעך פאר די גאס, peer preasure.

מאראנצן: וועלכע גרוש וויל אפי' א מיידל , מ'דארף זיי מחנך זיין פון א', איך וויל נאר א גרושה מיט לייף עקספיריענס! און וואס הייסט ס'איז נישטא קיין געזעלשאפט? גלייב מיר ס'איז שוין איין מאל דא, איך האב שוין געשריבן וועגן דעם אויף א אנדערע פלאץ, ס'איז דא פיינע צוגעשטעלטע זאכן פאר סינגעלס (איך קען דיר אזויפיל זאגן, אז ווען חתונה געהאטע אינגעלייט הערן וואס אונז האבן אלס, גייען זיי אויס פאר קנאה...)

ס'איז אמת אז אמאל האבן עלטערן נישט געלאזט די קינדער אהיים קומען, איך ווייס נישט אויב דאס איז דווקא וועגן די געלט, ס'איז מער געווען אזוי די מיינד סעט, און נעבעך וויפיל קראנקע קינדער זענען ארויסגעקומען פון אזעלכע שטובער.
וואס איז שלעכט אז מ'גייט צו א טערעפיסט? וואס דען מיינט דער פסוק עשה לך רב? א רבי וואס האט אסאך לעלאס און ער קען פרעסן קוגל? וואס איז דען שענער ווי אז א מענטש גייט צו א פערזענליכע טערעפיסט וואס פארשטייט תורת נפשות און העלפט דיך שטייגן אין מידות? ס'איז לאו דוקא אז נאר ווען מ'האט פראבלעמען נאר דעמאלס זאל מען גיין פאר הילף, ועוד, רוב מאל וועלן זיי העלפן ביידע אייניג, פארוואס זאל ער זיך אננעמען פאר איינעם?

איך וועל מסיים זיין און נאכאמאל אראפ ברענגען מתוך חיבה, דברי חברי היקר לעיקוואד:

לעיקוואד האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:בקיצור, מיט אלל דא רעספעקט פאר קינות זיי זענען צווייטער קלאס בירגער ליידער.


זיי משים לב אז מיט יעדע מאל וואס דו חזר'סט איבער דער טענה, אפילו אז דו זאגט עס אזוי מיט א ווייטאג און אין א קאנטעקסט פון טענה'ן אז ס'נישט ריכטיג און וועלט איז נישט וועלט וכו', דינסטו נאר ווייטער ממשיך זיין דער נארישער סטיגמה וואס איז שולדיג פאר רוב פראבלעמען וואס גרושים האבן. אויב האלטסטו טאקע אז וועלט איז נישט וועלט און אז מיר מעגן אנהייבן קוקן אויף אלע מיני יוצאי דופן וואס זייער לייף סטארי איז נישט פונקט א קאט ענד פעיסט פון די סעריע קינדער ביכער "יענקי גייט שוין אין חדר", "יענקי האט שוין בר מצווה", "יענקי האט שוין חתונה", "יענקי מאכט שוין חתונה אייניקלאך", אזויווי יומען בייגס ווי ס'קומט זיך זיי, זאלסטו קיין איין מאל נישט דערמאנען די אלע נארישע סטיגמעס. וועסט זעהן ממש בדרך נס, אז אויב מיר וועלן אויפהערן זאגן, "טאקע ס'נישט ריכטיג, אבער אין די גאנצע גאס איז אזוי.." , און אזוי ממשיך זיין צו perpetuate די אלע נארישקייטן, וועט מען זיך מיטאמאל טרעפן אין מצב אז דער מיסטעריעזער "ר' גאס" וועט אויפהערן אזוי צו זאגן און אנקוקן, און ס'וועט זיין בעסער פאר יעדן איינעם.


 
פרייטאג אפריל 12, 2013 2:03 pm#104255
קינות גירושין האט געשריבן:זר זהב, איך וואלט דיר געבעטן זאלסט אראפנעמען דעם לייק פון מעראנצעןזאפט פאר די חוצפה וואס ער האט אונצורופען גרושים ״א קעיס״

מאראנצאןזאפט האט עס נישט קאנדאונט, ער האט עס באוויינט
פרייטאג אפריל 12, 2013 2:09 pm#104258
איינער דא אין שטיבעל האט דאס געשריבען איך מיין סאיז זייער פאסיג דא:

דאס איז דער מענטש וואס גייט מיט גרויסע אפענע אויגן אויפן גאס, גראסערי, שול,
באמערקט אלעס, זעהט אלעס, האט ארויס די היסטאריע נאטורן, מצבים, פון יעדן מענטש העובר תחת השבט
טאג און נאכט איז ער נאר ביזי מיט יענעם,
האט שרעקליך רחמנות אויף יעדן איינעם'ס צרות,
קייעט דורך אלע פריוואטע ענינים פון שכנים, זייערע משפחה היסטארי ביז 10 דורות, קינדער איידימער זיידעס באבעס,
ביים שבת טיש ווועט ער/זי שטענדיג רעדן ווער ס'האט זיך גע'גט, ווער ס'האט "באמישע" קינדער,
פארשטייט זיך יעדע דריטע ווארט איז "נעבעך",
"נעבעך" איז די מעדשיק ווארט וואס כשר'ט אלעס,
"נעבעך" אהער "נעבעך" אהין,
וואס מאכט "נעבעך" פרידמאנס דריטע טאכטער "נעבעך" זיי האבן געהאט "נעבעך" שווערע שלום בית "נעבעך"
איר שוואגערס פרנסה איז "נעבעך" נישט אזוי איי איי איי "נעבעך" מהאט "נעבעך" געמאכט א טיי אווענט "נעבעך"
יוי!!! "נעבעך" וויפיל אידישע צרות "נעבעך"
"נעבעך" "נעבעך" "נעבעך" "נעבעך" "נעבעך"
און ווען איינער פרעגט זיי הלמאי וואס גייט דיך אן וואס טוט זיך ביי יענעם'ס קישקעס,
קומט גראד א אויספלאץ, מיט די תנועה
"נעעעעעעבעעעעעך" "איך שוין זיי אזוי שטארק",
פארשטייסט ער איז גאר דער בעל רחמנות,