פארומס › קאווע שטיבל • שידוכים ביים היימישן עולם

קאווע שטיבל • שידוכים ביים היימישן עולם

172 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1204
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג יוני 20, 2013 12:52 am#126563
פרומעט גאלדבערגער, וואס האט פאר דריי חדשים צוריק אפגעשפילט א כלה וויאזוי זי גייט תמימות'דיק צו צום כלה לערער, האט יעצט ממשיך געווען מיט די עבודת הקודש און אויסגעלענגערט און פארבעסערט דעם שטיקל. און די שטיקלעך שפילט זי אפ היימישע חתן \ כלה קלאסן כאילו ווי ס'איז אן נ.פ.ר. ארטיקל. ווען די נאר איז ווען נישט מיינע וואלט 'ך אויך געלאכט... הערט און האט הנאה.

m https://soundcloud.com/frimet-goldberge ... n-teachers m
דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:14 am#126581
ביסט געקומען שפעט צו די פארטי.
דאנערשטאג יוני 20, 2013 9:55 am#126589
ראשעקאל האט געשריבן:די פריערדיגע לינק ארבייט נישט. דא איז א נייע
http://www.filedropper.com/aud-20130510-wa0001

עס איז א לייוו ריקארדינג ווי איינער טראגט אהן א היימישע שידוך

דאס ארבעט אויך נישט
פרייטאג יוני 28, 2013 9:04 am#128827
So well written! Its so so sad by chasidish ppl. Including me. . . . . I wonder if this system will ever change. . .
מיטוואך יולי 24, 2013 4:30 pm#135948
דאס איז דאך א דבר ברור אז מצד אינזער רעליגע איז נישטא קיין שום פראבלעם מיט אן ׳ארענדזשיד מעירידזש׳, אפילו פאר א קליין מיידל, נאר אידישקייט איז געווארן מאדינעזירט. אבער די שורש איז נאך אלץ דא, ווייל א 18 יעריגע חסידישע מיידל ווייסט נישט בעסער פון א 7 יעריגע גוי׳ש מיידל בענייני רילעישינשיפ׳ס.

דא איז דא א ווידיאו פון ממר״י (א פרא ישראלישע גרופע) פון א מוסלומענער מיידל בענין הנ״ל

m http://www.youtube.com/watch?v=-J7_TKgw1To m
דינסטאג יולי 30, 2013 4:28 pm#137309
זר זהב האט געשריבן:איך וואלט פארגעשלאגן א גאר ראדיקאל אויסזעהענד טויש אין די גאנצע חתונה נאכט סיסטעם. וויזוי האט מען חתונה געהאט אינדערהיים? אדער אפילו דא אין אמעריקע גלייך ווען מ'איז אהערגעקומען. איך וואלט מסכים געווען צו זיין דער ערשטער חתונה צו מאכן אין א קליינעם ביהמ"ד! מיט נישט מער ווי 20 געסט! געפילטע פיש וואס מ'האט געקאכט אינדערהיים! מיט אביסל פלייש טשיקן היימישע, און א טעיפ רעקארדער צוגעטשעפעט צו א ספיקער פאר די מוזיק. וואס וואלט געפעלט פון אזא קאפל נאך די חתונה?!?! די חתונה נאכט וואלט אפגעקאסט 500 דאללער און יעדער קען זיין העפי.. איך וואלט עס געטון אבער ווי טרעפט מען א מחותן וואס איז אויך ווי מיר?

זאל איינער אויסרעכענען וויפיל א מחותן האט געצאלט חתונה צו מאכן א קינד 100 יאר צוריק, לייג צו אינפלאציע און כ'ווייס וואס נאך. ס'וועט נישט אויסקומען מער ווי 500 דאלער כ'גלייב. אבער היינט איז א וועלט פון חבירים און פרענדס און שפילן פאר די גאס און 'יעדער' טוט אזוי, דארף מען ספענדן 15000 אין איין נאכט און נאך טאנצן כאילו מ'איז פרייליך, און צוקוקן וויזוי די קרובים טעקסטן א גאנצן סעודה איבער זייערע איבערגעפילטע טעלערס וואס גייט אקארשט אריין פילערהייט אין גארבעדזש.

א פאריקטע וועלט. יעדער איז משוגע, קיינער קען זיך נישט ארויסדרייען און זאגן ער איז נארמאל, ער איז נישט! והא ראיה ער ספענט געלט וואס ער האט נישט ווען ס'פעלט נישט אויס. מ'דארף מאכן א וועד וואו מ'זאל זיך קענען איינשרייבן מענטשן וואס זענען מסכים חתונה צומאכן די קינדער אין 500 בעדפארד שול אדער אין טענקע שול אד"ג, נאכדעם זאלן שדכנים אנהויבן ארבעטן ארום די משפחות.

איי העוו עי דריעם

אויסער דעם וואס דאס איז נאר א דרים אין ווי די זאגסט אליין אז טרעפן א מחותן וועט זיין שווער ( אגב וויל זיך גראדע יא איינער משדך זיין אויף דעם סטייל....) איז דא נאך א נושא וואס די דערמאנסט נישט אין דאס זענען די קינדער. אפילו היינט וואס ברוך השם אין אסאך מוסדות ערקלערט מען די מיידלעך מיט די בחורים אז מ׳זאל נישט מיטשען פאר די חתונה פאר קיין מותרות אדער פאר זאכן וואס ער וויל נאר ווייל יענער האט וכדומה מיט דעם אלעם איז כמעט נישט שייך צו זאגן פאר א קינד (אין ער זאל מסכים זיין) צו האבן אזא חתונה. זיין טענה למה נגרע וועט זיך שווער ענטפערן...... ווייל אינדערהיים האט אזוי א חתונה אויסגעזען
דינסטאג יולי 30, 2013 4:48 pm#137314
קודם דארף מען זעהן אויב דער עולם איז בכלל אינטערעסירט "עטוואס" אראפצוציפן פון די גרויסע הוצאות, און נאכדעם וועט מען זעהן אויב מען קען אזוי ווייט ווי זר זהב וויל גיין.
דינסטאג יולי 30, 2013 4:56 pm#137317
עס קען אלעמאל זיין אויפן גאנצען כדור הארץ פונקט צוויי מענטשן וואס זענען גרייט צו גיין פונקט אזוי עקסטרעם אין די נושא פון תקנות פאר חתונה מאכן (אדער שפארן ווי אנדערע רופן דאס אן) אבער מען זאל אויך טרעפן אז פונקט ביי די זעלבע צוויי אידן זאלן אויך זייערע ביידע קינדער מסכים זיין צו אזא עקסטרעם הנהגה, דאס האב איך מסביר געווען וועט זיין א דבר שאינו שכיח ממילא וועט עס בלייבן ביי א דרים.... ווי ער זאגט אליינס
דינסטאג יולי 30, 2013 11:35 pm#137379
יתכן אז די סעודת החתונה האט געקאסט נאר 500 דאלאר לפי ערך, כאטש איך בין זייער מסופק אין דעם. זויוויזוי, א חתונה האט נאך אלס אפגעקאסט שווערע געלטער צוליב נדן און מתנות, אזוי איז עס שוין פון אייביג אן אז א חתונה קאסט טייער געלט.

מען קען אבער זען פון אלע מעשיות פון דעם-חסיד-וואס-איז-געפארן-צו-א-רבי אז נאר אנעמפלויד חברה האבן געהאט א פראבלעם דערמיט. א געווענליכער ארבעטער האט יא געקענט אפארדן די הוצאות החתונה, משא"כ היינט.
מיטוואך יולי 31, 2013 1:59 pm#137489
נחום רז"ב איז זייער שטארק מעורר דע וואך איבער שידוכים פאר וואס רבנים טוען נישט מער און פארוואס מזאגט אפ שידוכים
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 11:59 am#165345
הכל לפי מעשיו של אדם!
"אמנם מצינו גם צדיקים שהי' להם נשים רעות"!
-
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 8:51 pm#165427
נו, אונז האמיר דאך דעם כלל אז ס'אייביג דא א יוצא מן הכלל
און מיט די כלל גופא, ווערט אלץ פארענטפערט
דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 1:16 am#170035
גאנץ אינטרעסאנט:

m http://www.vosizneias.com/150203/2013/1 ... duch-list/ m
דינסטאג אפריל 29, 2014 12:49 pm#197957
אזא ראדוואן סעדקי, א קאנאדישער-עגיפטישער זשורנאליסקע, טענה'ט, אז דער חרדי'שער שידוכים סיסטעם איז גענוי ווי דער מוסלומענער.
m http://azzasedky.typepad.com/egypt/2014 ... ommon.html m
פרייטאג אוגוסט 28, 2015 11:19 am#298284
/
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 3:21 pm#299175
זר זהב האט געשריבן:און וואס איז געווען ווען ס'געווען איינער סיי א יופי און סיי א מיוחסת?
אדער א מיאוס'ע מיוחסת?

גוט פרעגסטו, און הער א שיינע תשובה פונעם גאון. די כליל המעלות האט מיט גארנישט געדארפט שטאלצירן, מען האט איר געכאפט מיט ביידע הענט....
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 9:07 am#300461
.
מיטוואך יולי 20, 2016 12:19 pm#342974
ראשעקאל האט געשריבן:/

די מעשה איז געשען ווען הרב אליהו גראדנענסקי האט געשריבען צו זיין שווער הגר"י סאלאנטער וועגען דער איידעם דער עילוי וואס ער האט נארוואס גענומען, אשר בשמו יכונה הרב חיים עוזר גראדזינסקי.
ר' ישראל סאלאנטער האט איהם צוריק געשריבען כנ"ל.
ס'שטימט לכאורה אויף איהם מער.



אגב אורחא, ס'איז מיר אלס שווער געווען פון די המשך הפסוק......

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 4:28 pm#428321
קינות גירושין האט געשריבן:לענ"ד איז בעסער צו חתונה האבן ווי שפעטער, צום ווייניגסטענס זאל שוין דער בחור האבן א סאורס אף אינקאם, דאס פארמיידט אסאך פראבלעמען.
 


ויואל משה מאמר לשה״ק אות ב.
IMG_4291.jpg





Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 4:38 pm#428323
יעצט פארשטייט איר שוין זייער גוט פארוואס טשעבינע רב האט געזאגט אז ויואל משה איז אן אגדתא ספר...
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 5:42 pm#428334
א זיס ספר...
אפשר רעדט דער פסוק פון בן עזאי וואס נפשו חשקה בתורה...