Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » 2טע רציחה'דיגע טעראר אויף מתנחלים ל"ע ה"י, זיי זיכן א תיקון

2טע רציחה'דיגע טעראר אויף מתנחלים ל"ע ה"י, זיי זיכן א תיקון

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
90 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12119
דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 9:52 pm#395170
א. די רמב"ם, וואס האט געלעבט לאאאאאנג פאר די ציונים, שרייבט אז אונז האבן נאך קיינמאל נישט געליטן פון א פאלק אזוי פיל ווי אונז ליידן פון די ישמעלים.

ב. כבר היה לעולמים אז די מחריבי קרתא - ווי רביה"ק פלעגט זיי רופן - זענען געפארן קיין רמאללה מנחם אבל זיין די משפחה פון א טעראריסט און מ'האט זיי באווארפן מיט שטיינער.

ג. די בעסטע צייטן וואס די מדינה האט געהאט איז געווען טאקע נאך די זעקס טאגיגע מלחמה ווען זיי האבן געפיפן אויף די גאנצע וועלט.

ד. איתמר און יצהר זענען די צוויי מערסט באוואוסטע התנחליות מיט די מערסטע ראדיקאלע אידן. איתמר איז ארומגענומען מיט א גדר און דארט זענען שוין געהרג'ט געווארן איבער פערציג אידן. יצהר האט נישט קיין גדר און דארט זענען שוין געהרג'ט געווארן צוויי אידן. וועט איר פרעגן וויאזוי קען עס זיי? די ענטפער איז אזוי: נאך די טעראר אטאקע אין יצהר וואו צוויי אידן זענען געהרג'ט געווארן, זענען די הייליגע בעלי מסירות נפש אראפגעגאנגען אין אראבישן דארף און געטון וואס אונזערע הייליגע זיידעס שמעון און לוי האבן אונז אויסגעלערנט און געהרג'ט אן אראבער, ותשקוט הארץ.

ה. נאך די הסכם אוסלו האבן זיך די טעראר אטאקעס געטריפלט.
דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 10:14 pm#395173
אינטערסאנט אז דא זענען אזויפיל ניקס מיט זייערע שיטות פין די מתנחלים עד כדי מס"נ און מען פארשטייט זיי
אויב וועסטו נעמען זייערע קינדער און אהינשיקן וועלן זיי דיר פארשטיינען
מע קען באשטיין יענער זאל זיך לאזן פארגיסן די בלוט.
דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 10:14 pm#395174
Re: 2טע רציחה'דיגע טעראר אויף מתנחלים ל"ע ה"י, זיי זיכן א תי
איש את רעהו; גיי לערן תנ"ך וועסטו זעהן אז ווען אידן האבן געוועלטיגט אויף ארץ ישראל האט מען געוואוינט אין גאנץ ארץ ישראל, און אפילו אויב ס'געווען מסוכנ'דיגע פלעצער איז קיינעם נישט בייגעפאלן מוחה צו זיין קעגן די וואס האבן נישט מורא געהאט און געהאט די דרייסטקייט יא צו וואוינען אויף אזעלעכע פלעצער, ווי למשל שמשון הגיבור אין עזה, אדער ווי דוד אין צקלג, ועוד ועוד גיבורים עזי נפש וואס האבן זיך אוועק געגעבן צו וואוינען לעבן די פלשתים אדער שבט ראובן ביים גרעניץ נעבן עמון, ועוד, גיי לערן וועסטו זעהן.

יא ס'טאקע אייביג דא מענטשן וואס זענען מער פחד'יג, מענטשן וואס בטבע זענען שוואכער, קענען נישט צו קוקן בקשרי המלחמה, ווען זיי זעען בלוט חלש'ן זיי, ס'נישט קיין עוולה ס'סאך הכל נאטורן, וועגן דעם איז טאקע דא הלכות וואס די תורה רעכענט אויס דארט אין פרשת כי תצא, ואכמ"ל. אבער צו גיין מוחה זיין און אראפ קוקן אדער אראפרייסן מענטשן וואס זענען גרייט צו פירן מלחמה און דורך דעם היטן אויף אנדערע אידן, דאס איז שוין עם הארצות, חוצפה, און קליינקעפיגקייט.

יעצט, אויב ווילסטו זאגן אז טאקע אין תקופות התנ"ך איז אזוי געווען ווייל דאמאלס האט ארץ ישראל באלאנגט פאר אידן מילא האט דער איד זיך געפירט כאדם העושה בתוך שלו, אידאך היינט גארנישט אנדערש, ארץ ישראל איז ב"ה צוריק אין אידישע הענט, נאר וואזשע דען דו ווילסט אנעמען די שיטה אז מצוות ישוב א"י גייט נישט בזה"ז וואס למעשה האבן עס די פוסקים נישט אנגענומען, און פארדעם קען מען מאכן אדער גיין שמועסן דערוועגן אין אן אנדערען אשכול, אבער אזוי ווי רוב פוסקים האבן עס יא אנגענומען, און די מתנחלים זענען גרייט צו וואוינען דארט און דורך דעם היטן אויף אנדערע אידן, איז כל הכבוד והלוואי יהי' חלקי עמהם, כ'בין מקנא א יעדן מתנחל, זיי זענען מקיים די מצוה פון ישוב ארץ ישראל מיט אלע פיטשיווקעס, ירושה וישיבה

און דאס וואס דו טענה'סט וועגן די ווייבער דארט, וואס מיינסטו זיי לויפן סתם נאך זייערע מענער? זיי כאפן זיך מיט צו סענטארי טווענטי וואן קויפן שיינע קליידער? זיי זענען אידיאליסטן פינקט ווי זייערע מענער! זיי ווייסן פינקטלעך וואס זיי ווילן און זיי שטיצען זייערע מענער הינדערט פראצענט, אדרבה פאר אהין צו די שטחים כאפ א שמועס מיט די אידן און אידענעס וואס וואוינן דארט און דו וועסט הערן פון מקןר ראשון אליינס און נישט פון די די אלע פארפוילטע מקורות וואס זוכן סתם צו העצן געגן עהרליכע אידן מיט שקרים וכזבים.

און לגבי דיין טענה אז דער רב דארט האט געהעצט קעגן די אראבערס, מאי כולי האי??? אויף וועם האט מען געהעצט אויף טעראריסטן? גלייב מיר אז אבנר, יואב, און עמרי, וואלטן נישט געהעצט נאר געשניטן קעפ, למען יישמעו וייראו ולא יזודון עוד, אינזערע טייערע הייליגע ציוניסטישע ברידער גייען נאך מיט רחמנות, אדרבה קוק וואס דוד המלך האט געטוהן מיט די מאה ערלות פלישתים, וואס האט שמשון הגיבור געטוהן ווען ער האט געמאכט צרות פאר די פלישתים, גיי קוק נאך וועסטו זעהן ווי אזוי מ'דארף זיך אויפירן מיט טעראריסטן איין שפראך פארשטייען זיי און געדענק כל המרחם על האכזרים ווערט צום סוף אליין אן אכזר.
דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 10:24 pm#395176
און דאס איז כמובן נישט פרומקייט, נאר גיין מיט פלעסטיק גלעזער און גנבנען געלט פון די רעגירונג און גיין צו מחאות או האקן אויף אמתע ערליכע אידן וכו' וכו' וכו', עולם הפוך ראיתי.
דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 10:25 pm#395177
אין א פריוו צו משכנע זיין די נשים רחמניות וואס האבן רחמנות אויף זייער לעבן מיט די קינדער
זאגט מען זיי אין רעדעס פאר די מתנחליות אז ס'בכלל נישט מקושר די טעראר צו די ערטער
מען האט אינז איבעראל גע'רצחט בכל שנות גליותינו
מילא בלייבט ווייטער קאנאנען פלייש פאר אינזער אגענדע
ירחם המרחם
דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 10:29 pm#395178
נאר וואס דען זאל מען טון? אדרבה לאמיר הערן, אפשר האסטו א בעסערע עצה.
דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 10:41 pm#395180
ברוך שפינוזה האט געשריבן:לאמיר הערן, אפשר האסטו א בעסערע עצה.


נו וואס טאקע?
מען דארף אפירזיכן דעם ראגעטשאווער גאון צו אויפקומען מיט א בייפאל
דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 10:43 pm#395181
שטייען אונז דאך ביידע אויף איין פעידז.
דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 10:48 pm#395182
ברוך שפינוזה האט געשריבן:שטייען אונז דאך ביידע אויף איין פעידז.

אזוי שרייבענדיג פאלטמיר ביי זיי צו רופן אין מיין אפארטמענט וואוינען אין גלות אמעריקא, דא הערט מען נישט געווענליך אזעלכע פעלער, וועלן ווייניגער אלמנות בלייבן און ווינציגער קינדער וועלן פארבלייבן אהן זייער קרוין.
דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 10:59 pm#395183
מ'האט שוין גראדע אמאל געטון אזא סארט זאך ווען די שווארצע זענען אנגעקומען קיין איסט-סייד, זעמער אנטלאפן קיין בראנסוויל, ווען די שווארצע זענען אנגעקומען קיין בראנסוויל זעמער אנטלאפן קיין קרוינהייטס, ווען די שווארצע זענען אנגעקומען קיין קרוינהייטס זעמער אנטלאפן קיין וויליאמסבורג, ווען די שווארצע זענען אנגעקומען קיין וויליאמסבורג, האמיר אפגעמאכט אז גענוג איז גענוג, און מ'האמיר געגרינדעט די שומרים. ווען נישט דיינע עלטערן וואס האבן געהאט אביסל מסירות נפש וואלסטו נאך אלס געוואנדערט...
דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 11:32 pm#395185
berlbalaguleh האט געשריבן:די אראבערס שרייען אידן גייטס צוריק קיין אוישוויץ.

איך מיין אז איש את רעהו זאל טאקע גיין קיין אוישוויץ, אז נישט איז עס חלילה התגרות באומות וואס איז דאך ביהרוג ואל יעבור, וכנוסח הקנאים יַהֲרוֹג וְאַל יַעֲבוֹר...
דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 11:35 pm#395186
לאבהורי בעלמא - איך בין נישט קיין ציוניסט. איך זעי נישט קיין אידישע ווירדע אין א זעלבסשטענדיגע רעגירונג אויף א"י וואס האט נישט קיין מלך און תורה׳דיגע פיהרונג. אבער די מתנחלים זענען נאך מיין בני פלוגתא און זיי פאלגען פסקים פון רבנים גאונים ומנהיגים. זיי טוהן ווי זיי פארשטייען, און זיי גייען נאך א פסק פון אן אויסנאמליכע ת"ח און מנהיג הרב צ"י הכהן קוק, וואס קיינער האט איהם נישט חושד געווען אז ער מיינט עפעס אחוץ דער אמת. דאס איז א חוצפה אנצורופען זייער מהלך אן ׳אידיאלאגיה׳. עס איז פונקט אזא אויסדרוק פון זייער געטריישאפט צום באשעפער און זיין תורה, ווי דער מסינ"פ פון דער יונגערמאן אין בני ברק וואס לעבט אויף פרוטות און הארעוועט אויף תורה. מיר האט מען פונקט אויסגעלערנט אז די צווייטע איז חשב׳ער, אבער יענער איז פונקט אזוי בארעכטיגט צו האלטן אנדערש.

ווען מ'רעדט פון די מדינה פיהרערס, וואס זיי זענען פאליטיקאנטען, און ווירדען איז זיי נישט וויכטיג א רעטעך, איז עס איין זאך. זיי מאכן מלחמות מיט אומפאראנטווארטליכע פאליטישע חשבונות, און זיי העצען און רייצען כפי דער פאליטיק, נישט כפי דער צורך פון עם ישראל, צו זיי האב איך נישט קיין שום חשיבות. אבער דער יונגערמאן דער מתנחל, וואס לערנט און ארבעט און לעבט א לעבען פון א איד על אדמתו, נעמט תרומות און מעשרות פון זיין וויינגארטן, איז שובת שבת פון גאנץ סידורא דפת, וואס איז מאמין בבורא עולם וזורע, וואס איז מודה על כל טפה וטפה פון רעגן, ער איז א מענטש וואס לעבט העכער ווי די נידריגע מגושמ'דיגע חשבונות. אפילו ווען ער איז נישט גערעכט, איז ער נאכאלץ א חלק פון די ערליכע אידן וואס זוכען צו לעבען ווי א איד.
פרייטאג פעברואר 09, 2018 1:13 am#395191
איש את רעהו האט געשריבן:אינטערסאנט אז דא זענען אזויפיל ניקס מיט זייערע שיטות פין די מתנחלים עד כדי מס"נ און מען פארשטייט זיי
אויב וועסטו נעמען זייערע קינדער און אהינשיקן וועלן זיי דיר פארשטיינען
מע קען באשטיין יענער זאל זיך לאזן פארגיסן די בלוט.

איש את רעהו: ווען איך בין א ביסל יונגער, פאר איך קיין ארץ ישראל און איך שרייב מיך איין אין נח"ל חרדי. אן קיין קשיות און שאלות. אויך. אויב וואלט איך געוואוינט אין ארץ ישראל, גאראנטיר איך דיר אז אלע מיינע בחורים/יונגעלייט וואלטן געגאנגען אין נח"ל חרדי. צו טון זייער מענטשליכע פליכט און העלפן באשיצן זייערע ברודער, בעז"ה. אזוי ווי ס'שטייט אין די תורה הק'..."האחיכם יצאו למלחמה ואתם תשבו פה"?... אפילו די וועלכע וואוינען אין מאה שערים און גאולה. אט די וועלכע ווארפן זאכן אויף זיי און פארשעמען זיי ברבים. און רודפ'ן זיי. און שלאגן זיי פיזיש. ווייל זיי זענען דאך נעבעך תינוקות שנשבו. די פארדרייטע, טעראריסטישע סיקריקים האבן זיי (און דיך. ללימוד זכות עליך) געצווינגען צו גיין אקעיגן שכל הישר פון נארמאלע מענטשן. זייערע פיהרערס זענען בגדר רשעים. און די איבעריגע דארפן זיך גיין אונטערזוכן ביי א דאקטער...העלאו...!
פרייטאג פעברואר 09, 2018 2:21 am#395195
Re: 2טע רציחה'דיגע טעראר אויף מתנחלים ל"ע ה"י, זיי זיכן א תי
ר' משה פיינשטיין שרייבט אין א תשובה (או"ח חלק ה' אויב געדענק איך גוט) אז הגם וואס שירות בצבא איז גאר א געוואלדיגע זאך עכ"ז איז לימוד התורה שטערקער, תלמוד תורה כנגד כולם. און ווער ס'איז מוכשר צו לערנען זאל הארעווען.
פרייטאג פעברואר 09, 2018 3:50 am#395197
חסיד פון ליטא: אבער ווער ס'גייט נאר טרינקען קאווע, רייכערן ציגארעטלעך און רעדן אויפ'ן (כשר'ן) סעללפאון, קען בעסער גיין אין מיליטער. אין נח"ל חרדי. וואו ער קען דאווענען און לערנען תורה אין א היימישע, ערליכע סביבה. און אויך קען ער ביישטייערן צו באשיצן זיינע אידישע ברידערס פון די אראבישע רוצחים...!
פרייטאג פעברואר 09, 2018 4:03 am#395199
איש את רעהו האט געשריבן:אינטערסאנט אז דא זענען אזויפיל ניקס מיט זייערע שיטות פין די מתנחלים עד כדי מס"נ און מען פארשטייט זיי
אויב וועסטו נעמען זייערע קינדער און אהינשיקן וועלן זיי דיר פארשטיינען
מע קען באשטיין יענער זאל זיך לאזן פארגיסן די בלוט.


וכן למר. ביסט מכובד זיך אויף צו הייבן פון דיין באקוועמע קאוטש אין דיין ווארימע דירה אויף ראטלעדזש סטריט און זיצען צען יאר אין א קאלטע טורמע וועגען גיוס אדער אנדערע אזוי גערופענע יהרוג ואל יעבור'ס. מיט פלוידערען אין א ווארימע מקוה דא, און שיקן 180 אמעריקאנע דאלארן אלס כופר נפש, פארקויף די סוגיא פון מסירות נפש פאר א צווייטן...
פרייטאג פעברואר 09, 2018 7:19 am#395208
Re: 2טע רציחה'דיגע טעראר אויף מתנחלים ל"ע ה"י, זיי זיכן א תי
אזוי ווי שמעקעדיג וועל איך אויך פרובירן צו געבן א משל פאר די ענין וואס איש את רעהו האט דא ארויף געברענגט....

און די משל איז ווי פאלגאנד: שטעלטס ענק פאר אז ר' משה בער בעק וועט באשליסן אז על פי תורה איז מען מחוייב צו מאכן א אידישע יישוב אין איראן ווייל דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי מען קען ווייזן פאר די ישמעאלים אז די אידן זענען נישט קעגן זיי, נאר די ציונים ווילן זיך שלאגן מיט זיי און דורך דעם וואס מען עפנט דארט א אידישע יישוב וועט מען קענען אראפ נעמען דעם חרון אף פונעם באשעפער אויף די התגרות באומות פון די ציונים....

אומר ועושה, ער נעמט צוזאם זיינע פאר מענטשן און ער הייבט זיך אויף און ציהט זיך אריבער קיין איראן... גייט נישט דורך קיין צוויי טעג און 2 פון זיינע מענטשן ווערן ר"ל גע'הרג'עט דורך אן אראבער.... מ'מאכט א גרויסע לויה און מ'גייט זיי בא'ערדיגן נישט ווייט פון מרדכי ואסתר.... איז מען דאך אוודאי מכבד ר' משה בער זאל זאגן ווארעמע דברי הספד, און ער שטעלט זיך אויף און זאגט מורי ורבותי די צוויי אידן זענען קדושים וטהורים וואס זענען אום געקומען על קידוש שמו יתברך... מהם ילמדו וכן יעשו... איי פארוואס איז זיך טאקע געקומען אזא עונש אז זיי זאלן שטארבן... זעהט אויס אז מיר האבן נישט געטוהן גענוג אויף צו בארואיגן אונזערע שוועסטער קינדער וועמען די ציונים האבן בע'עוול'ט... איז לאמיר טאקע יעצט תשובה טוהן און אנהייבן זיך קישן מער מיט די אראבער און זיי געבן מער מתנות וכו' וכו'...

גייט אדורך 3 טעג, ואודך נאך איינער פון די אידעלעך ווערט נעבעך געשטאכן און אומגעברענגט דורך אן אראבער...קומט צו די לוי' און אודך ר' משה בער זאגט איבער די זעלבע דיבורים.... ע"כ המשל.

והנמשל מובן מאליו...
פרייטאג פעברואר 09, 2018 11:38 am#395213
זייער גוט ארויסגעברענגט די חילוק צווישן אידיאלאגיע און תורה.

די שיטה פון הרב משה בער בעק אז דער תורה פארווערט א מדינה איידער משיח, איז זיין פארשטאנד פון תורה. די שיטה אז התגרות באומות איז אן איסור ווי אלע איסורים, איז זיין פארשטאנד פון תורה. דער מהלך פון פארן קיין איראן, איז זיינס אן אידיאלאגיע, נישט קיין תורה. פארוואס? ווייל אפילו ער וועט דיר נישט זאגען אז דערמיט איז ער מקיים א מצוה פון תורה. ער אליינס זאגט דיר נאר אז עס איז א אויסדרוק פון זיין אידיאלאגיע אז מ'דארף זוכן וועגן צו לעבען גוט מיט די אנדערע מתנגדי הציונות. נישט אנדערש ווי קאפיטאליזם און סאציאליזם. ווען מתנחלים זענען סתם רעכטע אידיאלאגן וואס האלטן אז מ'דארף גייען שטייף מיט די אראבער, וואלט איך מיר אויך געעקעלט פון זייער גרייטשאפט מסכן צו זיין זייערע קינדער פאר אן אידיאלאגיע. דא רעדט זיך פון תורה, נישט אידיאלאגיע.
פרייטאג פעברואר 09, 2018 1:04 pm#395214
ער טענה'ט אז די תורה פארלאנגט אט אזא מהלך, אדוני עשו עבדך יעקב. דיסאגריסט מיט איהם? פיין, איך אויך. אבער קיין בלויז אידעלאגיע ווערט עס נאכנישט.
פרייטאג פעברואר 09, 2018 1:22 pm#395220
ווי עס קוקט פילייכט אויס, זענען מאנכע שרייבער דא, ביי די אנגעבליכער מיינונג אז מיר שטייען נאך אצינד אין די איר-אלטע תנ''ך עפאכע. און די היינטיגע א.ג. העלדישע מתנחלים זענען פשוט א בלויזער פארזעצונג פון די אומפארגעסליכע אידישע העלדן וועלכע האבן דאן געוואוינט אין ארץ ישראל, א שטייגר ווי שמשון הגיבור, אהוד בן גרא, יפתח הגלעדי, ברק בן אבינועם, און איתי הגיתי, און פון די אומפארגעסליכע העלדישע אידישע פעלד-מארשאלן א שטייגער ווי אבנר, יואב, און בניהו בן יהוידע וועלכע האבן פארטיידיגט דעם פאלק פון זייער פינסטערע פייינט אין די צייטן פון די ערשטע אידישע קעניגן. און פון די לעגענדארע אידישע גענעראלן יוחנן פון גוש חלב, און שמעון בן גיורא, און אלעזר בן עננו הכהן וועלכע האבן צום באדויערן העלדיש פראבירט צו פארטיידיגן דאס אידישן פאלק פון די גרויזאמע רוימישע זעלנער דורכאויס די שטורעמישע שלאכטן וועלן זענען זיך פארלאפן אין די שטעט פון יהודה און אויף די בערג פון שומרון ביים צווייטען חורבן, אבער אן ערפאלג.

נעמליך, יעדער רעכטדעקיגער באשעפעניש וועט דאך מיט די גיוואלד מוזן אנערקענען, אז עפעס האט זיך ווארשיינליך געטוישט זינט די גלארייכע צייטן פון תנך אינעם בית המקדש, אין די עפאכע דעראויף. ווארום, די נביאי השם, א שטייגער ווי עמוס, ישעיהו, ירמיהו און נאך, האבן דאך נאכאנאנד געשריגן גיוואלד!!! אז די גלארייכע אידישע קעניגרייך און זעלבסטשטענדיקייט וועט באשיינפערליך קומען צו איר טראגישער ענדע. וואס האט טאקע ליידער ווירקליך פאסירט.

אלזא, וואס איז דאס באדייט אז די אידישע זעלבסטשטענדיקייט וועט קומען צו אן ענדע? אז אידן וועלן ווייטער פארמאגן א קעניגרייך? זיכער נישט! אז אידן וועלן ווייטער רוען זעלבסטשטענדיג אין זייער הייליג היימלאנד, איטליכער אונטער זיין פייגן און מילגרוים בוים? זיכער נישט!

נעמליך, דער באדייט פון גלות איז אויסשליסליך אומזעלבסטשטענדיקייט, און יא! זיין פולשטענדיג אונטערגעווארפן אונטערן טמא'נע גוי! ס'געפעלט אייך נישט? מיר אויך נישט! ווארום וואס בין איך שמענדריק שולדיג אז מיין זיידע האט אנערקענט אין א שטיינענעם קלאץ, און אים געגלויבט אז דער שטיינענעם קלאץ איז גאר זיין גאט? כ'ווייס נישט. אבער דאס איז פילייכט דער ביטערער ווירקליכקייט וואס שמייסט אין פנים.

אלזא ווי לאנג גאט בארואיגט זיך נישט און שיקט אונז נישט זיין פערזענליכער מעסענזשער וועמען מ'קען פולקאם געטרויען, אונז צוויסן צו טאן אז ער האט זיך שוין ענדליך עטוואס בארואיגט און עס איז שוין צייט אהיים צו גיין קיין ישראל, מוזן מיר אויסווארטן דא אין גלות מיט גרויס-אומגעדולד, און וואוינען אינאיינעם מיט די היספאניאלען און די פאטוריחות . יעדע סארט מיליטאנטישע טעטיקייט, אדער שריט פאר אטונאמיע אדער זעלבסטשטענדיקייט איז גלייכצייטיג פולשטענדיג פארבאטן דורך גאט זעלבסט, מיט גאר אן הארבע שבועה.

ס'קען פילייכט זיין אז די מתנחלים האבן באקומען א זענדונג פון הימל אז פאר זיי האט זיך דער גלות פילייכט גענדיגט, אדער גאר זעען זיי אין דעם לאנג-בארדיגן הערצל און אינעם אטואיסטישען נארדא א פארזעצונג פון די פארצייטישע נביאי השם, כ'ווייס נישט! איך גלויב דאס נישט, (כ'האף בלויז אז די אינטעלעגענטע שרייבער דא וועלן מיך דערפאר נישט באשרייען אלס אן אפיקורוס) ס'לייגט זיך מיר עפעס פילייכט נישט אויף די געדאנקן.

אין בין באשיינפערליך מער איינשטומיג עטוואס צו צו ווארטן נאך בלויז א קורצע וויילע, ביז גאט וועט ענדליך זיך דערמאנען פון זיין פארפייניקט פאלק, און אונז צוריק שענקן אונזער זעלבסטשטענדיקייט און אטונאמיע. מיטן אנקום פון זיין געזאלבטן. דאן וועלן מיר מיט גאטס הילף אפשיקן אלע שמייליגע פלאסטינער מערדער צו זייער שמייליגן פרעדיגער אין העל אריין. אבער ביזדערווייל " ווי וויל סיט פאט"!
פרייטאג פעברואר 09, 2018 1:44 pm#395222
.
פרייטאג פעברואר 09, 2018 1:48 pm#395223
Re: 2טע רציחה'דיגע טעראר אויף מתנחלים ל"ע ה"י, זיי זיכן א תי
מיט׳ן איבערחזר׳ן די ווארט ׳זיכער זיכער זיכער׳ טוסטו נאר אויפווייזען אז דאס האלטסטו. די מתנחלים, מיט זייער רבנים, האבען אנדערש געלערנט פשט אין תורה. און לויט זיי איז מצות ישוב א"י א מצוה היינט אויך.
איך האב אמאל געזען פון הרב יצחק בראנד, א גרויסע קנאי, אז די תורה זאגט אונז ׳לא תנסו את ה׳׳, אז מ׳טאר נישט ווארטען אויף א נס איידער מ׳טוט א מצוה. טאמער ישוב א"י איז א מצוה, איז מען עובר די לאו מיט׳ן זאגען אז מ׳ווארט אויף משיח׳ן.

נאכאמאל, איך זאג נאך יענעמ׳ס. צו מיר האט עס נישט. אז ישוב א"י איז א מצוה חיובית היינטיגע צייטען איז גארנישט באשטעטיגט, און אפילו ווען יא, דארף מען ערשט האבען א פרנסה מיטל, עפעס וואס איך האב נישט וואס איל זאל קענען אריבער פיהרען. און דאס אז עס איז דוחה פיקו"נ איז אויך נישט זיכער ביי מיר. אבער זיי זענען נישט קיין קלים וואס זוכען א היתר, זיי גייען נאך אן אויסגעארבעטע שיטה"ק, פון א בר סמכא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג פעברואר 09, 2018 1:57 pm#395224
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיט׳ן איבערחזר׳ן די ווארט ׳זיכער זיכער זיכער׳ טוסטו נאר אויפווייזען אז דאס האלטסטו. די מתנחלים, מיט זייער רבנים, האבען אנדערש געלערנט פשט אין תורה. און לויט זיי איז מצות ישוב א"י א מצוה היינט אויך.
איך האב אמאל געזען פון הרב יצחק בראנד, א גרויבע קנאי, אז די תורה זאגט אונז ׳לא תנסו את ה׳׳, אז מ׳טאר נישט ווארטען אויף א נס איידער מ׳טוט א מצוה. טאמער ישוב א"י איז א מצוה, איז מען עובר די לאו מיט׳ן זאגען אז מ׳ווארט אויף משיח׳ן.

נאכאמאל, איך זאג נאך יענעמ׳ס. צו מיר האט עס נישט. אז ישוב א"י איז א מצוה חיובית היינטיגע צייטען איז גארנישט באשטעטיגט, און אפילו ווען יא, דארף מען ערשט האבען א פרנסה מיטל, עפעס וואס איך האב נישט וואס איל זאל קענען אריבער פיהרען. און דאס אז עס איז דוחה פיקו"נ איז אויך נישט זיכער ביי מיר. אבער זיי זענען נישט קיין קלים וואס זוכען א היתר, זיי גייען נאך אן אויסגעארבעטע שיטה"ק, פון א בר סמכא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ווארום, ס'קען טאקע זיין אז ישוב ארץ ישראל איז טאקע א מצוה בזמן הזה ( און ס'קען פילייכט אויך זיין אז נישט). אבער פארוואס דארף מען מקיים זיין די הייליגע מצוה דייקא א שפאן אוועק פון עזה? פארוואס קען נישט מקיים די דאזיגע הייליגע מצוה אין בני ברק? ווי דער חזון איש מיט די אנדערע גדוילים האבן. די פראגע דארף בכלל נישט ענפער... ווער ס'וויל נאר פארשטיין, פארשטייט. ווי דער רבי שליט''א האט געזאגט....
פרייטאג פעברואר 09, 2018 2:02 pm#395225
קאך לעפל, קוים דיין אייגענע ויואל משה קענסטו.

צו איינער עגריט מיט'ן מסקנא להלכה פונ'ם סאטמארער רב זי"ע צו נישט, ווייסט ער גאנץ קלאר אז ויואל משה איז איינע פון די בעסטע אינדעקס'עס אויפ'ן נושא. זיי מוחל און עפען אויף א ויואל משה וועסטו קלאר טרעפען די אלע מראה מקומות פון ווי די מתנחלים נעמען זייערע "הלכה'דיגע" שיטה, א שטייגער ווי דער רמב"ן, אבני נזר וכו'. נאר זיי האבן זייער אייגענע גדולים ופוסקים וואס לערנען זיי אויס הלכה למעשה למסקנא. שטעל נישט אהער ר' משה בער בעק, ווי אויך נישט די מסקנא'ס פון ויואל משה, ברענג נישט קיין אידילאגיע און נישט קיין פסקים פון רבנים וואס איז נישט פון זייער קרייז ווען די ווילסט זיי קריטיקירן, זיי האבן זייער אייגענע פוסקים וואס פסק'נען הלכה פאר זיי געבויט אויף די זעלבע קראנטע מראה מקומות וואס ווערען אראפ געברענגט טאקע אין ויואל משה אליינס.
פרייטאג פעברואר 09, 2018 2:04 pm#395226
קאך_לעפל האט געשריבן:ווארום, ס'קען טאקע זיין אז ישוב ארץ ישראל איז טאקע א מצוה בזמן הזה ( און ס'קען פילייכט אויך זיין אז נישט). אבער פארוואס דארף מען מקיים זיין די הייליגע מצוה דייקא א שפאן אוועק פון עזה? פארוואס קען נישט מקיים די דאזיגע הייליגע מצוה אין בני ברק? ווי דער חזון איש מיט די אנדערע גדוילים האבן. די פראגע דארף בכלל נישט ענפער... ווער ס'וויל נאר פארשטיין, פארשטייט. ווי דער רבי שליט''א האט געזאגט....

ס'געווען אמאל אגרויסע אפיקורס וואס האט געשריבן אזוי: "נצטווינו לרשת הארץ אשר נתן הא-ל יתברך ויתעלה לאבותינו, לאברהם, ליצחק וליעקב, ולא נעזבה ביד זולתנו מן האומות או לשממה. והוא אומרו להם: "והורשתם את הארץ וישבתם בה, כי לכם נתתי את הארץ לרשת אותה", "והתנחלתם את הארץ", [ונכפל זה העניין במצוה זו במקומות אחרים כאמרו יתברך "באו ורשו את הארץ] אשר נשבעתי לאבותיכם". ופירט אותה להם במצווה הזו כולה, בגבוליה ומצריה, כמו שאמר: "ובאו הר האמרי ואל כל שכניו בערבה בהר ובשפלה ובנגב ובחוף הים" וגו', שלא יניחו ממנה מקום. והראיה שזו מצווה, אומרו יתעלה בעניין המרגלים: "עלה רש כאשר דבר ה' אלהיך לך, אל תירא ואל תחת". ואמרו עוד: "ובשלוח ה' אתכם מקדש ברנע לאמר עלו ורשו את הארץ אשר נתתי לכם". וכאשר לא אבו לעלות במאמר הזה, כתוב "ותמרו את פי ה' אלהיכם", וכן "לא שמעתם", הוראה שהיא מצווה, לא ייעוד והבטחה. וזו היא שחכמים קורין אותה מלחמת מצווה".

די היינטיגע אפיקורסים רופן איהם "די הייליגע רמב"ן"

וזה פשוט אז יעדע פלאץ ווערט באוואוינט, אז נישט מיט אידן וועט עס זיין מיט אנדערע.

איך קען נישט גלייבן אז איך האב געשריבן אזויפיל כפירה, שוין כ'אב שוין וואס תשובה צו טאן.
פרייטאג פעברואר 09, 2018 2:15 pm#395227
אקעי...מיי גאש...

סארי, איך האט בטעות אריינגעבלאזשעט אינעם נישט גוטן אשכול... כ'גיי שוין ארויס... האטס מער און זייטס מער... גוט שבעס.....
פרייטאג פעברואר 09, 2018 2:17 pm#395228
עיין בגמרא קידושין דף פב עמ' ב:
אי אפשר לעולם בלא בסם ובלא בורסקי אשרי מי שאומנותו בסם ואוי לו מי שאומנותו בורסקי
פרייטאג פעברואר 09, 2018 2:36 pm#395229
וואלווי האט געשריבן:וכן למר. ביסט מכובד זיך אויף צו הייבן פון דיין באקוועמע קאוטש אין דיין ווארימע דירה אויף ראטלעדזש סטריט און זיצען צען יאר אין א קאלטע טורמע וועגען גיוס אדער אנדערע אזוי גערופענע יהרוג ואל יעבור'ס. מיט פלוידערען אין א ווארימע מקוה דא, און שיקן 180 אמעריקאנע דאלארן אלס כופר נפש, פארקויף די סוגיא פון מסירות נפש פאר א צווייטן...

די סיבה פארוואס ער איז נישט גרייט אויף מסירות נפש איז ווייל זיי זענען נישט גורס יֵֹֹהָרֵג וְאַל יַעֲבוֹר, זאלסט זיך לאזן הרג'נען און נישט עובר זיין. נאר יַהֲרוֹג וְאַל יַעֲבוֹר, זאלסט הרג'נען יענעם און נישט עובר זיין...
פרייטאג פעברואר 09, 2018 2:44 pm#395230
קאך_לעפל האט געשריבן:אלזא ווי לאנג גאט בארואיגט זיך נישט און שיקט אונז נישט זיין פערזענליכער מעסענזשער וועמען מ'קען פולקאם געטרויען, אונז צוויסן צו טאן אז ער האט זיך שוין ענדליך עטוואס בארואיגט און עס איז שוין צייט אהיים צו גיין קיין ישראל, מוזן מיר אויסווארטן דא אין גלות מיט גרויס-אומגעדולד

וואס איז דאס, א לאו? א מצווה עשה? זענען פרויען אויך מחויב אין דעם? אפשר נאר כהנים? ביטע מער מרחיב זיין אדער אנגעבן א מראה מקום אין גמרא, רמבם אדער שולחן ערוך.
פרייטאג פעברואר 09, 2018 3:56 pm#395238
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:וכן למר. ביסט מכובד זיך אויף צו הייבן פון דיין באקוועמע קאוטש אין דיין ווארימע דירה אויף ראטלעדזש סטריט און זיצען צען יאר אין א קאלטע טורמע וועגען גיוס אדער אנדערע אזוי גערופענע יהרוג ואל יעבור'ס. מיט פלוידערען אין א ווארימע מקוה דא, און שיקן 180 אמעריקאנע דאלארן אלס כופר נפש, פארקויף די סוגיא פון מסירות נפש פאר א צווייטן...

די סיבה פארוואס ער איז נישט גרייט אויף מסירות נפש איז ווייל זיי זענען נישט גורס יֵֹֹהָרֵג וְאַל יַעֲבוֹר, זאלסט זיך לאזן הרג'נען און נישט עובר זיין. נאר יַהֲרוֹג וְאַל יַעֲבוֹר, זאלסט הרג'נען יענעם און נישט עובר זיין...

ברוך שפינוזה: ייש"כ. איך האב שוין לאנג צוריק געמאכט די הבחנה. א טייל זאגן עס בשוגג. אבער אונז זאגן עס במזיד וכוונה תחילה. אויף זיי. ווייל זיי זענען ענדערש גרייט צו הרגנ'ען א צווייטן ווי איידער זיך אליין...!
פרייטאג פעברואר 09, 2018 4:18 pm#395240
Re: 2טע רציחה'דיגע טעראר אויף מתנחלים ל"ע ה"י, זיי זיכן א תי
קאך_לעפל האט געשריבן:אקעי...מיי גאש...

סארי, איך האט בטעות אריינגעבלאזשעט אינעם נישט גוטן אשכול... כ'גיי שוין ארויס... האטס מער און זייטס מער... גוט שבעס.....
זייער פיין. טאמער דו קענסט נישט דערהייבען יענעמ׳ס מיינונג, טרעט טאקע אפ. אבער קום נישט שפעטער רעדען פאר יענעם. זאג קלאר אז דו ווייסט נישט זייער שיטה און דו האסט נישט וואס אריין צו רעדען.

עס איז סודי סודות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג פעברואר 09, 2018 4:22 pm#395241
Re: 2טע רציחה'דיגע טעראר אויף מתנחלים ל"ע ה"י, זיי זיכן א תי
שושן פורים האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זייער גוט ארויסגעברענגט די חילוק צווישען אידיאלאגיע און תורה.

די שיטה פון הרב משה בער בעק אז דער תורה פארווערט א מדינה איידער משיח, איז זיין פארשטאנד פון תורה. די שיטה אז התגרות באומות איז אן איסור ווי אלע איסורים, איז זיין פארשטאנד פון תורה. דער מהלך פון פארען קיין איראן, איז זיינס אן אידיאלאגיה, נישט קיין תורה. פארוואס? ווייל אפילו ער וועט דיר נישט זאגען אז דערמיט איז ער מקיים א מצוה פון תורה. ער אליינס זאגט דיר נאר אז עס איז א אויסדרוק פון זיין אידיאלאגיה אז מ׳דארף זוכען וועגען צו לעבען גוט מיט די אנדערע מתנגדי הציונות. נישט אנדערש ווי קאפיטאליזם און סאציאליזם. ווען מתנחלים זענען סתם רעכטער אידיאלאג׳ען, וואס האלטען אז מ׳דארף גייען שטייף מיט די אראבער, וואלט איך מיר אויך גע׳עקעלט פון זייער גרייטשאפט מסכן צו זיין זייערע קינדער פאר אן אידיאלאגיה. דא רעדט זיך פון תורה, נישט אידיאלאגיה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ער טענה'ט אז די תורה פארלאנגט אט אזא מהלך, אדוני עשו עבדך יעקב. דיסאגריסט מיט איהם? פיין, איך אויך. אבער קיין
בלויז אידעלאגיע ווערט עס נאכנישט.
ער טענה׳ט אז דער תורה פארווערט דער זיך רייצען. דער תורה פאדערט אויך נישט אז מ׳זאל גייען וואוינען דוקא אין א פלאץ ווי מ׳האט אונז פיינט, און דער תורה פאדערט נישט אז מ׳זאל גייען רעדען מיט׳ן גוי, אפילו לשיטתו. סה"כ זאגט ער אז זיין מהלך איז נישט אסור, הא ראיה יעקב אבינו. ווי אויך גייט ער אין די ׳השקפת התורה׳. דאס הייסט אידאלאגיה, און דאס דארף מען לייגען אויפ׳ן וואגשאל מיט מענטשנ׳ס לעבען. דער וואס איז גרייט מקריב צו זיין די לעבען פאר אידיאלאגיה איז א נעבעך. דאס איז נישט דומה צו דער צו התורה פון וירישתם אותה וישבתם בה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג פעברואר 09, 2018 4:27 pm#395242
Re: 2טע רציחה'דיגע טעראר אויף מתנחלים ל"ע ה"י, זיי זיכן א תי
איש את רעהו האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:שטייען אונז דאך ביידע אויף איין פעידז.

אזוי שרייבענדיג פאלטמיר ביי זיי צו רופן אין מיין אפארטמענט וואוינען אין גלות אמעריקא, דא הערט מען נישט געווענליך אזעלכע פעלער, וועלן ווייניגער אלמנות בלייבן און ווינציגער קינדער וועלן פארבלייבן אהן זייער קרוין.
דיין ווייב לאזט דיר נישט קויפען דער וועקער אין שטוב, אבער הונדרעטער מתנחלים הם ושניהם וועט זי יא לאזען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג פעברואר 11, 2018 3:09 pm#395296
יהודי פשוט האט געשריבן:אזוי ווי שמעקעדיג וועל איך אויך פרובירן צו געבן א משל פאר די ענין וואס איש את רעהו האט דא ארויף געברענגט....

און די משל איז ווי פאלגאנד: שטעלטס ענק פאר אז ר' משה בער בעק וועט באשליסן אז על פי תורה איז מען מחוייב צו מאכן א אידישע יישוב אין איראן ווייל דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי מען קען ווייזן פאר די ישמעאלים אז די אידן זענען נישט קעגן זיי, נאר די ציונים ווילן זיך שלאגן מיט זיי און דורך דעם וואס מען עפנט דארט א אידישע יישוב וועט מען קענען אראפ נעמען דעם חרון אף פונעם באשעפער אויף די התגרות באומות פון די ציונים....

אומר ועושה, ער נעמט צוזאם זיינע פאר מענטשן און ער הייבט זיך אויף און ציהט זיך אריבער קיין איראן... גייט נישט דורך קיין צוויי טעג און 2 פון זיינע מענטשן ווערן ר"ל גע'הרג'עט דורך אן אראבער.... מ'מאכט א גרויסע לויה און מ'גייט זיי בא'ערדיגן נישט ווייט פון מרדכי ואסתר.... איז מען דאך אוודאי מכבד ר' משה בער זאל זאגן ווארעמע דברי הספד, און ער שטעלט זיך אויף און זאגט מורי ורבותי די צוויי אידן זענען קדושים וטהורים וואס זענען אום געקומען על קידוש שמו יתברך... מהם ילמדו וכן יעשו... איי פארוואס איז זיך טאקע געקומען אזא עונש אז זיי זאלן שטארבן... זעהט אויס אז מיר האבן נישט געטוהן גענוג אויף צו בארואיגן אונזערע שוועסטער קינדער וועמען די ציונים האבן בע'עוול'ט... איז לאמיר טאקע יעצט תשובה טוהן און אנהייבן זיך קישן מער מיט די אראבער און זיי געבן מער מתנות וכו' וכו'...

גייט אדורך 3 טעג, ואודך נאך איינער פון די אידעלעך ווערט נעבעך געשטאכן און אומגעברענגט דורך אן אראבער...קומט צו די לוי' און אודך ר' משה בער זאגט איבער די זעלבע דיבורים.... ע"כ המשל.

והנמשל מובן מאליו...


גיטער צוגלייך
איך גלייב אז ליטוואק און די בעל עגלה וואלטן געוויינט און פארפירט אויב זאל איינער זיך וואגן צו בעטן מיט תחנונים די נטורי קרתא צו פארלאזן די וואוינונג נעבן אראבער
ליטוואק וועט מלביש זיין זיינע שיטות אין פראזן אז נטורי קרתא איז נישט א תורה'דיגע מקור ס'בלויז אידילאגיע..
אבער לאזן פארברענען קינדער על מוקד ההתנחליות איז נישט האסטעדזש נאר תורהדיגע סמכות.
זונטאג פעברואר 11, 2018 3:14 pm#395297
איש את רעהו האט געשריבן:שכח @שמעקעדיג פאר די שיינע הסברה רייד

בינעך נייגעריג צו דער ליטוואק ווען עס זאל זיך יאווען א גרופע ברסלבע גלייבער אין אומאן וואס זאלן הייסן זייערע מענטשען קינדער און פרויען פארן קיין אומאן אפילו עס מאכט זיך יערליך עטליכע מאל א יאר אויף די סארט עראפלאנען ווי זיי פארן זאל זיין אויפרייס באמבעס און מען באצאלט מיט די לעבן פארן נסיעה,
צו דער ליטוואק וואלט זיי אויך פארשטאנען
לדעתי איינער זאל אזאנס פרעדיגן אין מוחות בני אדם וואלט מען פארשטאנען אז דער איז א רודף און פארהאסטעדזשט מענטשן לסכנת הריגה אויף שגעון.


@ליטוואק וויל נישט זאגן א מיינונג אויף די וואס וואלטן געפרעדיגט צו פארן אפילו בחשש אז ס'פארן אראבער מיט אויפרייס וועסטליך אויפן וועג קיין אומאן.
זונטאג פעברואר 11, 2018 3:55 pm#395300
Re: 2טע רציחה'דיגע טעראר אויף מתנחלים ל"ע ה"י, זיי זיכן א תי
כ'מיין אז אלע קאווע שטיבלער קענען ארויססיינען און איש וועט זאגן פונקטליך וואס יעדער וואלט געזאגט אויף יעדע פאל, און דערנאך אפגעפרעגט וחוזר חלילה.
ס'דאך ממש א שאד די צייט.
זונטאג פעברואר 11, 2018 4:49 pm#395308
איש את רעהו: די זון וועט דארפן אויפשיינען אויף מערב און אונטערגיין אויף מזרח אז די נטור קרתא זאללן וואוינען בשכינות פון זייערע גוטע פריינט די אראבער. אדרבה. דאס ווייזט אויף אז זיי זענען היפאקריטן. ווייל זיי קענען מקיים זיין דעם חדש ימנו כקדם. אויב זיי בענקען אזוי שטארק (און די נארישע נאכשלעפער, אזוי ווי דו ודכוותך) נאך די גוטע שכינות'שאפט וואס האט געהערשט אין חברון און איבער גאנץ ארץ ישראל פאר די ציונים מיט הרב קוק בראשם האבן זיי עס צושטערט.

נאר דער תירוץ איז אז זייערע גוטע פריינט די אראבערס זענען אויך אחד בפה ואחד בלב. ווייל זיי האבן א שנאה אויף א יעדן איד. נאר זיי ווייזן זיי, פאר די טיפשים ארויס א פנים שוחקות. אבער אינאמת'ן אריין ווילן זיי נישט אז קיין שום יאהוד זאלל וואוינען אין זייער שכינות. און די נארישע אידעלעך פון די נטרונא טייפ לאזן זיך נארן. או.קעי. מסתמא האבן א פאר אידעלעך פרנסה פון נטרונא. איך פארגין זיי עס. געזונטערהייט. אין סאטמאר איז דא גענוג גבירים וועלכע מאכן ב"ה א גרינגן דאללער . און זיי זענען לייכט אויף די קעשענע (זיי זענען דאך נישט קיין גאליציאנער.). אבער גלייבן אין אט די שטותים זענען מיר נישט מחוייב...!
פרייטאג פעברואר 16, 2018 11:19 am#395716
Abu Huraira reported Allah's Messenger (may peace be upon him) as saying: The last day would not come unless the Muslims will fight against the Jews and the Muslims would kill them until the Jews would hide themselves behind a stone or a tree and a stone or a tree would say: Muslim, or the servant of Allah, there is a Jew behind me come and kill him. (Sahih Muslim Book 041, Number 6985
פרייטאג פעברואר 16, 2018 1:15 pm#395722
ברוך שפינוזה האט געשריבן:זיי זענען נישט גורס יֵֹֹהָרֵג וְאַל יַעֲבוֹר, זאלסט זיך לאזן הרג'נען און נישט עובר זיין. נאר יַהֲרוֹג וְאַל יַעֲבוֹר, זאלסט הרג'נען יענעם און נישט עובר זיין...

ובנוסח אחרת: זאלסט הרג'נען און רצח'נען וויפיל ס'גייט נאר.
פרייטאג פעברואר 16, 2018 5:37 pm#395743
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:Abu Huraira reported Allah's Messenger (may peace be upon him) as saying: The last day would not come unless the Muslims will fight against the Jews and the Muslims would kill them until the Jews would hide themselves behind a stone or a tree and a stone or a tree would say: Muslim, or the servant of Allah, there is a Jew behind me come and kill him. (Sahih Muslim Book 041, Number 6985

רביה"ק זי"ע: ייש"כ. אויך ביי די נאציס ימח שמם וזכרם זענען געווען אין אנהייב א פאר נארישע אידעלעך וועלכע האבן זיך איינגערעדט אז מ'מיינט נישט זיי. נאר ווען זיי האבן אויסגעפונען דעם ביטער'ן אמת איז שוין געווען צו שפעט...!

דרך אגב. ס'איז דא א קליפ ווי די בהמות וועלכע גייען אויף 2 פיס. די פאדערשטע פיס נוצן זיי צו האלטן די פרא פאלעסטינער סיינס. ווי זיי זענען אין די פארשאלטענע מדינה דייטשלאנד. און זיי באקלאגן זיך פאר דעם דייטשן אויסערן מיניסטער אז דער איזראעלי פרעמיער, בנימין נתניהו, האלט נישט איין די..."טאוראה"......! דער דייטש, ימ"ש זאגט נאך איבער דעם ווארט..."טאוראה"...מיט דעם באקאנטן נאצישן אקצענט..!...