Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • שיטות בהנהגת העולם, און וועלכע שטימט מיט די תורה (אפגעטיילט)

קאווע שטיבל • שיטות בהנהגת העולם, און וועלכע שטימט מיט די תורה (אפגעטיילט)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
92 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 142 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12161
מאנטאג פעברואר 26, 2018 11:48 am#396439
שיטות בהנהגת העולם, און וועלכע שטימט מיט די תורה (אפגעטיילט)
אונטער חכם האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
מוראדיגע כבוד אז דער סעלפיש בהמה קושנער מיט איוואנקע זענען אראטאדאקסישע אידן... ממש א כבוד פאר די אראטאדאקסן אז זיי זענען די וואס האבן איינגעפעידעמט די גרעסטע ״ראסיסטישע גאווערמענט״ אין מאדערן-טיימס אין אמעריקע. קיינמאל אין די לעצטע הונדרעט יאר זענען די ראסיסטישע רעדנעקס און נעא-נאציס ארומגעגעאנגען מיט אזא געהויבנעם קאפ אין אמעריקע ווי יעצט אינטער די טראמפ אדמינסטראציע וואס ווערט געפירט דורך רעכטע ווייסע ראסיסטן.



רבינו רעיגען ז"ל איז דען געווען א קלענערער ראסיסט?
דעמאלס איז עס נאר נאך נישט געווען אזוי אפגעפרעגט צו זיין א סעגרעגעישאניסט וכו'


וואס עפעס? רעיגען און זיין אדמינסטראציע זענען געוועהן טויזנט מאל מעהר נארמאלער. קיינמאל וואלט ער נישט געזאגט ווען נאציס מארשירן אין די עפענטליכקייט מיט אנטיסמיטשיע סלאוגאנס און הארגענען א מענטש אז ביידע זייטן זענען שולדיג... וכו׳ וכו׳. וואס איז די צוגלייך בכלל? אזא צורידערטע אדמינסטראציע ווי טראמפ איז נאך נישט געוועהן אין אמעריקע. יא ער גייט הייערן די בעסטע מענטשען...! ווי למשל סטיוו בענענען? גורקא? דזשעף סעישאונס? בעטסי דיוואס? שאן ספייסער? קעלי? פאפעדאפעלס? מייקל פלין? סקארמאוטשי? עמעראוסאו? פריבאוס? געיטס? פארטער? סטיוו מענאוטשין? ווי זענען די גרויסע מבינים וואס ער גייט הייערן?
האלב פון זיי זענען שוין לאנג נישט דארט די אנדערע האלב מאכן דיעלס מיט ראבערט מוללער???

מוראדיג!
מאנטאג פעברואר 26, 2018 12:19 pm#396441
שבת,
איך וויל זיך נישט טעהנען צו טראמפ איז א באזעצענע נארמאלע מענטש.
אבער בנוגע זיין ביידע זייטען קאממענט, צו האלטסטו נישט אז די אנטיסעמיטיזען פון די ליבראראלע אגענדא וואס ברענט און די יונובערסיטיס און פרעידיגען פאר הונדרעטע טויזענטע פון די אמעריקאנע יונגווארג,איז א גרעסערע סכנה וואו א קליינע גרופע ווייסע משוגעים ?
די גרופע משוגעים פרובירען נישט צו אינפארסירען זייער אגענדאס זיי האלטען עס פאר זיך, משא״כ די לינקע אגענדא באהערשען היינט אלע קעמפאסעס און באשרייען יעדער וואס האלט א קעגן זיי, סדאכציך מיר אז זיי ענדלין אסאך מער און די נעא נאציס קאלטישע יונגווארג פארטיי, ווי דיע פאר white trash משוגעים.
מאנטאג פעברואר 26, 2018 12:27 pm#396442
עס איז דא א חילוק צווישען וויסענשאפט שטעלערס און לאנדס פיהרערס. אוודאי זענען דא עקסטרעמיסטען אויף אלע זייטען. אבער א סטודענט אין יוניווערסיטטה פארטרעט זיך און זיין\איהר שיכורער חברים. די פראפעסאר איז נאר איינער מיט א מיינונג און וויסענשאפט. די פיהרער'ס פון די לינקע לאגער רעדען נישט די עקסטרעמע שפראך. משא"כ ביי די רעכטע, וואס די שמוציגע פיסקען פון ראש לימבוי און מארק סעוועדזש זענען גארנישט ווייט פון די פאליטיקאנטען און קאבינעט פון טראמפ. די עקסטרעמיסטען זענען אין די מאכט. אבאמא האט נישט געהאט קיין קאבינעט פון עקסטרעמיסטען. פונקט היינט האב איך געהערט אויף די ראדיא די גאווערנער פון קענטאקי ווי ער רעדט פון גאן קאנטראל. ממש א גרוילל! ער זאגט אז יעצט קען מען נישט רעדען, ווייל די הרגשים זענען צו הויך. הייסט'ס מ'דארף ווארטען אויף זעקס מאנאטען וואס קיינער ווערט נישט געשאסען, און דערנאך קען מען רעדען! ווייטער זאגט ער אז אין די לעצטע פופצען יאר איז געווארען ווייניגער ביקסען אין אמעריקא, אבער מער שיסערייען. דאס דארף עפעס אויפווייזען! טפשות מיט שלעכטס אינאיינעם. ער האט נאך מער געזאגט אבער איך קען נישט געדענקען יעדעס ווארט. הער אויס די היינטיגע morning edition אויף נ.פ.ר..

דארט איז דער עיקר חילוק צווישען די צוויי לאגערס.
מאנטאג פעברואר 26, 2018 12:58 pm#396443
לויט דיינע פאקטען ביסטו גערעכט.
סאיז אבער יתכן אז דיינע פאקטען זענען נישט די ריאלעטעט.
די לינקע לאגער פרעידיגען אפענע אנטסמעטיזעם,זיי פארשרייען און דיסקרטמנעיטין אקעיגין יודען.
זיי זענען היינט די שטערקסטע אנטיסמיטישע כח און אמעריקא לכאורה.
מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:01 pm#396444
טעות
מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:08 pm#396445
אספקלריה האט געשריבן:לויט דיינע פאקטען ביסטו גערעכט.
סאיז אבער יתכן אז דיינע פאקטען זענען נישט די ריאלעטעט.
די לינקע לאגער פרעידיגען אפענע אנטסמעטיזעם,זיי פארשרייען און דיסקרטמנעיטין אקעיגין יודען.
זיי זענען היינט די שטערקסטע אנטיסמיטישע כח און אמעריקא לכאורה.

וואס הייסט 'די לינקע לאגער'? די פאליטיקאנטען פון די לינקע? וועלכע? איך האב יעצט די בוך פון קעיטה אליסאן און ער פרעדיגט נישט קיין אנטיסעמיטיזם. יא, ביי די נידריגע עלעמענטען איז מעגליך דא אנטיסעמיטיזם, אבער נישט העכער ווי דעם. משא"כ ביי די 'רעכטע לאגער', ווי דער פרעזידענט אליינס האט געקענט זאגען אפענע ראסיזם אין זיין דרשות צו ווערען פרעזידענט. ער האט געקענט אנרופען די אימיגראנטען אלס א באנדע קרימינאלען צוליעב זייער ראסע. דאס איז טעקסט בוך ראסיזם, און ער איז נישט די נידריגע עלעמענט פון די רעכטע. די לינקע אויף די ראדיא רעדען קיינמאל נישט אזוי עקסטרעם ווי די רעכטע אויף די ראדיא. אין יעדער פאראלעל איז די רעכטע מער עקסטרעם.
מאנטאג פעברואר 26, 2018 9:03 pm#396476
קורקלענד האט געשריבן:איז ער נישט גענוג א איד אויב עסט ער פון די המן טאשן?

קורקלענד: ס'איז דא א פרוי וואס איז נתקרב געווארן צו אידישקייט דורך עסן און קאכן אידישע מאכלים. זי האט חתונה געהאט מיט א איד. און זי האט א בלאג. מיט אלערליי רעסיפיס פאר אלע צייטן פון יאר. אריינגערעכנט פורים, פסח, שבועות, חלות אויף שבת, קאקאש קעיק, המן טאשן, וכו'...! איהר בלאג הייסט ..."שיקסא בלאג"...וואו זי פארציילט איהר גאנצע היסטאריע. זייער אינטרעסאנט...!
מאנטאג פעברואר 26, 2018 9:58 pm#396478
שבת
שוין איבערגעקייט מערער מאל ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז אלע אימיגראנטן זענען רעיפיסט. די לינקע זענען ליגנערס אהן קיין בושה. וגם אתה בתוכם.
דינסטאג פעברואר 27, 2018 3:13 am#396495
אספקלריה האט געשריבן:שבת,
איך וויל זיך נישט טעהנען צו טראמפ איז א באזעצענע נארמאלע מענטש.
אבער בנוגע זיין ביידע זייטען קאממענט, צו האלטסטו נישט אז די אנטיסעמיטיזען פון די ליבראראלע אגענדא וואס ברענט און די יונובערסיטיס און פרעידיגען פאר הונדרעטע טויזענטע פון די אמעריקאנע יונגווארג,איז א גרעסערע סכנה וואו א קליינע גרופע ווייסע משוגעים ?
די גרופע משוגעים פרובירען נישט צו אינפארסירען זייער אגענדאס זיי האלטען עס פאר זיך, משא״כ די לינקע אגענדא באהערשען היינט אלע קעמפאסעס און באשרייען יעדער וואס האלט א קעגן זיי, סדאכציך מיר אז זיי ענדלין אסאך מער און די נעא נאציס קאלטישע יונגווארג פארטיי, ווי דיע פאר white trash משוגעים.


ניין עס איז ווייט נישט קיין פארגלייך.
די לינקע האבן נישט פיינט קיין אידן ווייל זיי זענען אידן. זיי האבן בכלל נישט פיינט קיין אידן- זיי זענען ע״פ רוב אידן אליינס. זיי זענען נאר קעגן מדינת ישראל וועגן די אומליגעאלע אקיופאציע. ווען כינע וואלט בלאקירט האנג קאנג די זעלבע וועג ווי די ישראלים בלאקירן די פאלעסטינער פאר אזויפיל יאהר נאכאנאנד וואלטן די זעלבע לינקע פראפעסארס געשריגן אויף כינע די זעלבע וועג ווי זיי שרייען יעצט קעגן מדנ״י. סאיז דא פול מיט ישראלים וואס וואוינען אין מדנ״י און האלטן טאקע איז דאס איז נישט די סלעאושען און דעס איז נישט נארמאל. לויט אינטערנאצינעלע געזעצן האבן זיי נישט קיין רעכט דאס צוטוהן. פראפעסאר עלען דערשרוויץ וואס נעמט זיך אייביג אן פאר די מדינה האלט טאקע אז די ישראלים טארן נישט בלאקן די פאלעסטינער. ער דרייעט עס נאר אהער און אהין, ווי למשל אז זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה וכו׳. די אלע מיליאנען פאלעסטינער בירגער וואס וואוינען דארט און וואקסן אויף דארט ליידן זייער אסאך פונדעם. עס איז פונקט ווי איינער וואס פארלעצט די געזעץ און ווען מהאלט אים פאר און מגיבט אים א טיקעט שרייעט ער ״אנטיסמיט״. די לינקע זענען קיינמאל נישט געוועהן קיין אנטיסמיטן! זיי האבן אריינגעלאזט די אידן דא אין זייער לאנד אין זייערע שטעט ווען אין די סאוט האט נאך קיין איד זיך נישט געטרויעט זיך צו באזעצן.

א נאצי און א ראסיסט מיינט אויסדרוקליך איינער וואס האט פיינט יענעם בלויז וועגן זייער ״אפשטאם״, צי ווייל יענער איז א איד אדער א שווארצע. די אנדערע זאך וואס דו ברענגסט אראפ איז א אפענע דיבאטע אין א יוניווערסטי וועגן די מיטל-איסט פראבלעם.

פארשטייסט די חילוק צווישן א האליקאוסט און א מלחמה צווישן צוויי לענדער???

צווייטענס, ווען אין ווייסע הויז וואלט מען טאקע גערעדט אזויווי מרעדט אין די יוניווערסטיס, און דאס וואלט געוועהן די אפציעלע רעטאריק פון אמעריקע קעגן מדנ״י וואלט עס מיך אפשר אביסל געבאדערט. אבער למעשה איז עס אין א יוניווערסטי און נישט פון אפציעאלע רעגירונג.
דינסטאג פעברואר 27, 2018 3:32 am#396497
אישתישבי האט געשריבן:שבת
שוין איבערגעקייט מערער מאל ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז אלע אימיגראנטן זענען רעיפיסט. די לינקע זענען ליגנערס אהן קיין בושה. וגם אתה בתוכם.


היטלער האט אויך נישט געזאגט אז אלע אידן באצאלן נישט קיין שטייערן.

ער האט זיין גאנצע קאמפיין געשימפט קעגן די מעקסיקאנער ממש על לא דבר... כבעט דיך. און די פרשה אין שארלאטסוויל ווי אלע אידישע גרופעס האבן אים געבעטן צו פארדאמען די נאציס און ער האט נישט געהאלטן דערביי. די KKK פירער האט געמאכט פאון-קאלס פאר די טראמפ קאמפיין, ער האט עס נישט געהריג פארדאמט און זיך אפגעשאקעלט פון אים. וכו׳ וכו׳ כמעט זיין איינציגסטע שווארצע אין זיין אדמינסטראציע עמעראסו זאגט קלאר אז זיי רעדן אפענע ראסיזים אין ווייסן הויז.

סאיז נישטא וואס צורעדן אז סאיז נאך אזאנס נישט פארגעקומען אין אמעריקע די לעצטע 150 יאר זיכער.

אלע ראסיסטן און אנטיסמיטן זענען יעצט מיט א געהויבנע קאפ ליידער.
דינסטאג פעברואר 27, 2018 7:13 am#396498
איך האב אייביג געהאט די דעבאטע צי ס'קען נאך אמאל קומען חלילה "א האלאקאוסט" אין אמעריקע. זינט טראמפ איז מיר פארענטפערט געווארן די קשיא. היינט זענען מעקסיקאנער די קרבן, און אויב קען מען דיוויידן מענטשן לויט זייער אפשטאם און קאליר פון זייער הויט, קען עס ח"ו מארגן זיין אידן ה"י.

נאך אזא שארלאטסוויל מעשה, איז מיר ליידער אלעס פארענטפערט געווארן. פונקט ווי טראמפ קען רעדן אזוי אפן מיט אזא פרעכע חוצפה, ליגענט און ביליגקייט קעגן די ספאנישע, קען מארגן קומען א צווייטער פאפיוליסט און אנפאנגען צו באשמוצן א צווייטע מינאריטעט. אויף די אידן איז דא אסאך אסאך מעהר סחורה ווי אויף די ספאנישע. זיי קאנטראלירן כמעט אלע גרויסע קארפערעישאנס אין אמעריקע, זיי זענען די גרעסטע ביליאנערן, זיי זענען ליידער די גרעסטע שווינדלער, אין רוב גרויסע שווינדלערייען אין אמעריקע זענען אידן געוועהן אינוואלווד (נישט נאר ביי מעידאף נאר ביי כמעט אלע). זיי דרייען זיך ארויס פון באצאלן שטייערן, זיי קאנטראלירן די מידיא, זיי זיצן ביים שיסל. די ארטאדאקסישע אידן נעמען פראצענטואל די מערסטע גאווערמענט הילף פון אלע מינאריטעטן. ס'פעלט וואס צו רעדן אויף אידן אויב וויל מען דוקא???

מ'דארף נאר א קליינע פונק צולייגן צו די פייער און אלע רעדנעקס וועלן שוין זיין גרייט אונז צו פארטיליגן ליידער. קוק אויף די שרעקעדיגע vice news קליפס אין שארלאטסוויל ווי די וויסטע אנטיסמיטן ימ"ש זאגן אז אפילו זיי גלייכן טראמפ און איוואנקע האבן זיי פיינט "דעם זשיד" קושנער... און ביי זיי איז עס פונקט ווי איך האב געשטיצט הילערי קלינטאן נאכדעם וואס בערני איז ארויסגעפאלן פון די פארמעסט ווייל דאס איז די בעסטע ברירה וואס כ'האב געהאט, אזוי שטיצן זיי טראמפ ווייל ער איז די מערסטע ראסיסט פון אלע קאנדידאטן, טראץ דעם וואס ער האט א פלעק פון האבן א אידישע איידעם און א טאכטער, איז עס דאך די בעסטע אפציע פאר זיי.

אונטערשטע שורה: אויב האט אין ווייסן הויז געקענט אנקומען א גאנצע אדמיניסטראציע פון ווייסע ראסיסטן, און מיליאנען אמעריקאנער האבן געוועלט פאר א קאנדידאט וואס האט געפרעדיגט "אפענע ראסיזם", איז ליידער זייער א גרויסע טשענס אז היסטאריע זאל זיך ח"ו איבער'חזר'ן.

און טאקע פאר דעם איז א "חוב קדוש" און א MUST צו אפשטעלן יעדע פאליטישאן וואס האט נאר א שמץ פון ראסיזם אין זיך, פאר די פייער צופלאקערט זיך און ווערט ערגער. אמעריקע איז ליידער אנגעפילט מיט אנטיסעמיטן און ראסיסטן. ס'פעלט נישט פון זיי, און מ'טאר זיי נישט לאזן זיך הייבן די קעפ פאר קיין שום פרייז. ווייל אז יא ווער ווייסט...

אמעריקע איז א לאנד פון אימיגראנטן און נאר אזוי זענען מיר אנגעקומען ווי מיר זענען. און טראמפ און זיינע מענטשן אדער סיי ווער עס דיוויידט מענטשן בלויז ווייל זיי זענען געבוירן אנדערש זאלן אדער פארמאכן זייער ראסיסטישע פיסק אדער אייננעמען א מיתה משונה...
דינסטאג פעברואר 27, 2018 1:08 pm#396511
Re: איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק
שבת אחים האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
מוראדיגע כבוד אז דער סעלפיש בהמה קושנער מיט איוואנקע זענען אראטאדאקסישע אידן... ממש א כבוד פאר די אראטאדאקסן אז זיי זענען די וואס האבן איינגעפעידעמט די גרעסטע ״ראסיסטישע גאווערמענט״ אין מאדערן-טיימס אין אמעריקע. קיינמאל אין די לעצטע הונדרעט יאר זענען די ראסיסטישע רעדנעקס און נעא-נאציס ארומגעגעאנגען מיט אזא געהויבנעם קאפ אין אמעריקע ווי יעצט אינטער די טראמפ אדמינסטראציע וואס ווערט געפירט דורך רעכטע ווייסע ראסיסטן.



רבינו רעיגען ז"ל איז דען געווען א קלענערער ראסיסט?
דעמאלס איז עס נאר נאך נישט געווען אזוי אפגעפרעגט צו זיין א סעגרעגעישאניסט וכו'


וואס עפעס? רעיגען און זיין אדמינסטראציע זענען געוועהן טויזנט מאל מעהר נארמאלער. קיינמאל וואלט ער נישט געזאגט ווען נאציס מארשירן אין די עפענטליכקייט מיט אנטיסמיטשיע סלאוגאנס און הארגענען א מענטש אז ביידע זייטן זענען שולדיג... וכו׳ וכו׳. וואס איז די צוגלייך בכלל? אזא צורידערטע אדמינסטראציע ווי טראמפ איז נאך נישט געוועהן אין אמעריקע. יא ער גייט הייערן די בעסטע מענטשען...! ווי למשל סטיוו בענענען? גורקא? דזשעף סעישאונס? בעטסי דיוואס? שאן ספייסער? קעלי? פאפעדאפעלס? מייקל פלין? סקארמאוטשי? עמעראוסאו? פריבאוס? געיטס? פארטער? סטיוו מענאוטשין? ווי זענען די גרויסע מבינים וואס ער גייט הייערן?
האלב פון זיי זענען שוין לאנג נישט דארט די אנדערע האלב מאכן דיעלס מיט ראבערט מוללער???

מוראדיג!

איך האב נישט גערעדט פון זיין צורודערטקייט דו האסט נאר געשריבן אז עס איז די מערסט ראסיסטישע אדמיניסטראציע און איך האלט אז רעגען איז נישט ווייניגער געווען
דינסטאג פעברואר 27, 2018 1:11 pm#396512
Re: איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:. ער האט געקענט אנרופען די אימיגראנטען אלס א באנדע קרימינאלען צוליעב זייער ראסע. דאס איז טעקסט בוך ראסיזם.

ער האט גערעדט פון אומלעגאלע אימיגראנטן , פארוואס הייסט דאס צוליב זייער ראסע?
דינסטאג פעברואר 27, 2018 1:28 pm#396515
ווייל די גאנצע זאך וואס איז מאחד די חברה איז דאס אז זיי קומען פון א פרעמדען לאנד. טאמער דאס באדייט אז א מענטש איז א רעיפיסט, איז דאס רעסיזם. גאנץ פשוט.
דינסטאג פעברואר 27, 2018 1:45 pm#396516
טראמפ'ס ראסיזם קעגן מעקסיקאנער אימיגראנטן
שבת אחים האט געשריבן:היטלער האט אויך נישט געזאגט אז אלע אידן באצאלן נישט קיין שטייערן.
ער האט זיין גאנצע קאמפיין געשימפט קעגן די מעקסיקאנער ממש על לא דבר...

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווייל די גאנצע זאך וואס איז מאחד די חברה איז דאס אז זיי קומען פון א פרעמדען לאנד. טאמער דאס באדייט אז א מענטש איז א רעיפיסט, איזמדאס רעסיזם. גאנץ פשוט

אין וויקיציטוט האב איך געטראפן דער נוסח:
"כשמקסיקו שולחת את אנשיה. היא לא שולחת את הטובים שבהם... הם מביאים סמים. הם מביאים פשע. הם אנסים."
~ המועמד לנשיאות ארצות הברית דונלד טראמפ, על המהגרים הבלתי חוקיים, 2016

דאס מיינט אז נישט מעקסיקאנע זענען אזעלכע,
נאר מעקסיקא פארשיקט אירע שלעכטע בירגער (וואס טראמפ איז מודה אז אזעלכע זענען פארהאן אין די u.s.a. אויכעט) קיין אמעריקע.
איך זעה נישט קיין ראסיזם אין אזא זאץ.
דינסטאג פעברואר 27, 2018 1:51 pm#396517
אונטער חכם האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:. ער האט געקענט אנרופען די אימיגראנטען אלס א באנדע קרימינאלען צוליעב זייער ראסע. דאס איז טעקסט בוך ראסיזם.

ער האט גערעדט פון אומלעגאלע אימיגראנטן , פארוואס הייסט דאס צוליב זייער ראסע?


און אין שארלאטסוויל ווי די נאציס האבן מארשירט און געשריגן אז ״אידן וועלן אונז נישט איבערנעמען״ און זיי האבן געהארגעט א מענטש און פארוואונדערט אפאר מענטשען. האט ער געזאגט אז ״ביידע זייטן״ זענען שולדיג! דעס איז אויך איליגאלע אימגראנטן?

יעדע אידישע גרופע אין אמעריקע האט עס פארדאמט. אבער נישט די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן?!

און ווען די KKK האט אים אינדארסירט. וואס האט ער געטוהן???

טוה מיר א טובה רעיגען וואלט קיינמאל נישט געטוהן אזא זאך.

ווייז מיר איין קליפ ווי רעיגען רעדט מיט קאנטעמפט וועגן מינארטיס. טראמפ הערט נישט אויף מיט זיין ״ראסיסיטשע רעטאריק״ די וואנט איז ריין ראסיזים. אויב נישט זיי מיר מסביר פארוואס אמעריקע דארף א וואנט?
דינסטאג פעברואר 27, 2018 1:57 pm#396520
דא האסטו א ליסט פון די ניו יארק טיימס פון אלע טראמפס ראסיסטישע רימארקס.

אריינגערעכנט זיין נערישע קלעים אז אבאמא איז געבוירן געווארן אין קעניע... פארוואס האט ער אים גערודפט? ווייל ער איז א שווארצער?

Donald Trump’s
Racism: The
Definitive List

Trump treated black employees at his casinos differently from whites, according to multiple sources. A former hotel executive said Trump criticized a black accountant: “Black guys counting my money! I hate it. … I think that the guy is lazy. And it’s probably not his fault, because

In June 2017, Trump said 15,000 recent immigrants from Haiti “all have AIDS” and that 40,000 Nigerians, once seeing the United States, would never “go back to their huts” in Africa.

איך האב אויסגעקליבן די ערשטע צוויי משלים...

m https://www.nytimes.com/interactive/201 ... acist.html m
דינסטאג פעברואר 27, 2018 9:20 pm#396545
שבת אחים: דו מיט'ן נ.י טיימס זענען די בעסטע קאמבינאציע. מ'האט גארנישט געקענט אויפקומען מיט א בעסערע קאמבינאציע. ווען דו זאגסט אז די לינקע האבן נישט פיינט די אידן אלס אידן. נאר ווייל זיי אקופירן און פייניגן נעבעך די ...."אומשולדיגע"... פאלעסטינער.

ליהוי ידוע לך. אז דו אלס איד קענסט זיין דער גרעסטער ליבעראל און פייטער פאר יושר און צדק פאר די אונטערדריקטע פעלקער. דו בלייבסט אבער נאכאלץ א איד. און זיי האבן דיך פיינס אלס אזאלכן.

אין ארץ ישראל איז דאך ליידער דא א גאר גרויסע גרופ פון כל מיני לינקע ברואים. געיס, שמעיס טרענסדזשענדערס וכל צרוע וכל זב למיניהם. האבן זיי איינמאל געהערט אז ס'גייט זיין א גרויסע פארזאמלונג, א קאנפערענץ פן די אלע פארקריפלטע נשמות און גופים אין די שטאט פראנקפורט אין דייטשלאנד. האבן זייערער פיהרערס מחליט געווען אהינצופארן. זיי זענען דאך מיט ..."מענטשן"... צו גלייך. אזוי ווי די איזראעלישע נשמות ערטילאות בגופים צולעים זענען אריינגעקומען אינ'ם זאל. האבן זיי באקומען א ..."ווארימען"... קבלת פנים. די אנדערע גויים פונ'ם זעלבן מין, האבן זיך גענומען שרייען אויף זיי מיט באנומענע קולות און אפילו זיך געשלאגן מיט הענט און פיס. ביז זיי האבן פארטריבן זייערע קאלעגעס די איזראעליס פונ'ם זאל. און אפשר פון די שטאט אויך. די מעשה איז געשעהן מיט בערך 2 יאר צוריק...!

סאו רעד דיר נישט איין אז די אנטיסעמיטן און רוצחים מיינען נישט דיך. אמער דו ביסט דאך אן עכטער ליבעראל. א סאציאליסט. א קעמפער פאר יושר און צדק פאר די אונטערדריקטע מאסן און פעלקער...יא. אבער דו ביסט א איד אויך. און דאס קענסטו קיינאל ניש פארגעסן. ווייל די אלע אנטיסעמיטן און שונאי ישראל פארגעסן דאס אויכעט קיינמאל נישט. און אויב דו פארגעסט דאס ביסטו אויפ'ן זעלבן לעוול ווי די מענטשן וועלכע שטייען אונטער די הייליגע ארגאניזאציע..."נטרונא"...זיי מיינען כאטש געלט. זיי שלעפן ארויס גרויסע געלטער פון די נאאיווע סאטמאר'ע גבירים אין אמעריקע און ענגלאנד...!
מיטוואך פעברואר 28, 2018 2:18 am#396570
הלוואי וואלט איך פארשטאנען וואס דו רעדסט? רעדט שטייטער! ווער האט פיינט וועמען? ליבעראלע האבן נישט פיינט קיינעם לויט מיין עקספירענס אין מיין וועלט וואס איך האב געזעהן. עולם הפוך ראיתי. אין מיין עקספירענס נעמען די ליבעראלען אן יעדעם איינעם און די רעכטע זענען געווענטליך זייער שטארק גרויסהאלטעריש מיט זייער מין און נעמען נישט אזוי שנעל אריין קיינעם וואס איז טראפ אנדערש ווי זיי. דאס איז טעקסט-בוך א״ב. כאפ א דרייוו אראפ אין די סאוט. די זעלבע עקספירענס האב איך געהאט אין אייראפע. אין די איסט אין פולין (אין רימינוב לעבן די ציון פון ר׳ מענדלע רימינאווער) איז מיר מיט מיין טאטע און ברודערס און נאך אפאר אידן נאכגעלויפן אפאר גוים מיט זייערע הונט און געשריגן אנטיסמישטע סלאוגאנס

אין אונגארין (אין קאלוב) איז אונז א אלטע באביטשקע נאכגעלויפן און געשריגן אז אידן זאלן אפיצן פון דא.

אין אוקריינא (אין סעליש) האב איך ממש געציטערט צוגיין אויף די גאס ביינאכט.

ווידער אין די וועסט ביי די ליבעראלע. אין ענגלאנד, האלאנד, דייטשלאנד, שווייץ, בעלגיע, שוועדן. האב איך נישט עקספירענסט קיין אנטיסמיטיזים.
מיטוואך פעברואר 28, 2018 3:10 am#396572
m http://www.youtube.com/watch?v=7VBAEJlR4pk m

m https://www.youtube.com/watch?v=g_a7dQXilCo m

w www.youtube.com/watch?v=OURy5WFp0zk w

איך האף אז דאס איז גענוג צו ענדיגן די נארישע ויכוח.
מיטוואך פעברואר 28, 2018 3:15 am#396573
שבת אחים: איך האב גאנץ א סאך וואס צו זאגן פאר דיר אין דעם עניין. נאר איך וויל נישט פארדרייען דעם שמועס פון דעם אשכול. אפשר עמיר אויפמאכן אן אנדער'ן אשכול אויף דעם סאבדזשעקט. וועסטו זעהן (אויב דו ביסט נישט ח"ו בלינד.) מיט די זעלבע אינפארמאציע און פאקטן וואס דו האסט דא פארציילט טוסטו באשטעטיגן וואס איך האב פריער געזאגט (און זאג נאכאלץ)...!
מיטוואך פעברואר 28, 2018 5:11 am#396578
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:http://www.youtube.com/watch?v=7VBAEJlR4pk

https://www.youtube.com/watch?v=g_a7dQXilCo

http://www.youtube.com/watch?v=OURy5WFp0zk

איך האף אז דאס איז גענוג צו ענדיגן די נארישע ויכוח.



דערווייל זעה איך אז דו ביסט נעריש. ווייל דו נעמסט דיינע פאקטן פון יעדע קאנסערוועטיוו שמאק אויף יו-טוב, און טוסט איגנארירן פשוטע היסטאריע און טרוקענע פאקטן. כהאב נאר אויסגעהערט די ערשטע קליפ ווי ער טענהט אז אפערמיטיוו-עקשאון איז נישט געוועהן לטובת די שווארצע... כ׳ווייס נאך נישט פון ווי ער נעמט עס אבער לאמיר זאגן אז ער איז גערעכט, מיינט נאכנישט אז די קענעדי אדמינסטראציע האט געמיינט שלעכטס. זיי האבן זיכער געמיינט גיטס לטובת די שווארצע מיט דעם. קען זיין אז סהאט זיך טאקע נישט אזוי גוט אויסגעארבעט ווי זיי האבן וועין געוואלט, אבער דאס איז זיין ראי׳ אז דעמקראטן זענען ראסיסטן??? כבעט דיך?!

למעשה זענען רובא דרובא שווארצע און מינארטיס דעמקראטן! פארוואס? זיי ווייסן נישט דעם גרויסען-סוד פון דיינע יוטוב
קליפס??? זיי וועילן אנטקעגן זייערע אינטערעסן?

רביה״ק. ביטע לערן א-ב היסטאריע פון אמעריקע וועלכע שטעט אין אמעריקע האבן געוואלט אנהאלטן ״שקלאפעריי״? וועלכע אדמינסטראציעס האט איינגעפירט די אזויגערופנע ״מלחמה קעגן דראגס״ און אזוי ארום אריינגעשליידערט מיליאנען ארימע שווארצע אין תפיסה פאר קלייניקייטן און זיי גענוצט פאר ״סלעיוו לעיבאר״. ביטע ווער נישט נתפעל פאר יעדער יו-טובער... סאיז דא אלע מיני מענטשען אויף יוטוב מיט פארשידנע מיינוגען און דעס ריפלעקט נישט דעם אמת. סאיז דא מענטשען אויף יוטוב וואס קענען דיך קאנוויסן אז 9/11 איז געוועהן א אינסייד דזשאב ביי די אמעריקאנע גאווערמענט. און אז וואסער איז סם-המות. און אז די וועלט איז פלאך. און אז עליענס דרייען זיך צווישן אונז און פארכאפן מענטשען צו א אנדערע פלאנעט. ביטע מאך פשוטע ריסורדש. און פאר אראפ צו די סאוט פאר אפאר חדשים אזויווי איך האב געטוהן און דריי דיך דארט און הייב אן צורעדן מיט די אומצוויליזרטע-רעדנעקס מיט זייערע הונדערטער גאנס. און קוק וויאזוי זיי רעדן וועגן די שווארצע, אין ניו יארק זעהט מען נישט אזעלכע מענטשע מיט א פארביסנע האס קעגן יעדעם וואס איז נישט פונקט ווי זיי, דעס איז ליידער ליידער אריינגעגעסן אין זייערע קולטור פאר דורי דורות. זיי וואלטן געוואלט צוריקברענגן סלעווערי...

די אמת איז אז די מערסטע ראסיסטן וואוינען אין די סאוט. וואס מעהר רעכט אלץ מעהר ראסיסטיש און אנטיסמיטיש זענען זיי. דאס איז א פשוטע פאקט. איך האב אסאך צייט געשפענט אויף דעם פאר איך האב אפגעמאכט מיין מיינונג דערוועגן. אין ניו יארק, ניו זשערזי, אליניוי, קאליפארניע, וואשינגטאן און מאסעסטשועס וואלט קיינמאל נישט פארגעקומען קיין עפענטליכע פראטעסטן אקעגן אידן. אבער אין נארט קארליינע, מיסיסיפי, קענזעז, אפילו ווירדשיניע און פענסעלוועניע איז מעגליך אז יא.
זאגן אז די דעמקראטן און די לינקע זענען ראסיסטיש איז סתם געשאסן א לאטקע אן קיין טראפ בעיקינג. און סאיז די ״גרעסטע וויץ״ וואס קען נאר זיין. סאיז א גרעסערע חוזק אין מיינע אויגן ווי זאגן אז די וועלט איז פלאך....
א ראסיסט וועט קיין דעמקראט נישט זיין. א ריפובליקאנער זיכער אז יא. דעס ווייסט יעדע בלינדע און טויבע מענטש אין אמעריקע.

הייב אן צולערנען פשוטע היסטאריע. וואס ניקסאן, רעיגען און בוש אדמינסטראציעס האבן געטוהן פאר די שווארצע.

ר׳ בערל. די נקודה וואס כהאב פריער געוואלט ארויסברענגן איז זייער פשוט אין פולין און אין איסט-אייראפע לעבן נאך אלץ די קריסטן מיט פיינטשאפט אז די אידן האבן געהארגעט זייער יוזל... :roll: משא״כ אין די נארמאלע ליבעראלע וועלט וועסטו נישט עקספירענסן אזעלכע פרימיטיוו צוריקגעשטאנע ראסיסטן. פונקט ווי ניו יארק ווס מיסיספי. וואס מעהר צוריקגעשטאנען און אומגעלערנט (דארפיש ווס גרויסע שטעט) אלץ מעהר ראסיסטיש זענען זיי-דאס איז א קלארע פאקט! זיי נוצן נישט דעם שכל נאר דעם גאן... זיי לעבן ווי פרימיטוו חיות און זייער ברעין ארבעט ווי א חי׳ פון וואלד- הארגענען אדער ווערן געהארגט...
ווידער די ליבעראלע זענען טויזנט מאל מעהר העפליך, ריספעקטפול, געלערנט און באזעצן ווי די קאנסערוועטיוון און נעמען געווענטליך אריין יעדעם אין זייער סירקולס.

דרך אגב דער יעניגער וואס רעדט אויף די קליפס איז איינע פון די אנפירערס פון א מינארטי גרופע וואס רופט זיך ״שווארצע קאנסערוועטיווס״.

בד״וו פארוואס ווילן די ריפובליקאנער אז מזאל ארויסווארפן די דאק״א אימגראנטן??? וואס שטערט זיי אזוי שטארק? די קינדער זענען דאך דא אויפגעוואקסן, זיי האבן ע״פ רוב נישט געוואוינט אדער געזעהן זייער היימלאנד. רוב אמעריקאנער בירגער ווילן אז מזאל זיי לאזן ווייטער לעבן דא אן קיין שטער. זיי זענען זייער שיין מסודר פרנסה-ווייז. אלזא פארוואס ווילן די ריפובליקאנער זיי ארוישטויסן צוזאמען מיט די מיליאנען ספאנישע אימגראנטן וואס ארבעטן דא שווער און ביטער פאר פיאסטערס? די ריפובליקאנער ווילן זיי דאך דעפאטירן??? פארוואס? פאר אמעריקע איז עס דאך נישט גוט, נישט פאר זייער פי. אר. און נישט פאר זייער כבוד און נישט עקאנאמיש מאכט עס סענס?! וואס ווילן זיי? חוץ פרובירן צומאכן אמעריקע אלץ א ריינע קריסטליכע לאנד. אדרבה לאז מיר הערן א אנדערע נארמאלע תירוץ? דעס וואס טראמפ האט לעצטענס געזאגט אז מזאל אריינברענגן אימגראנטן פון נארוואגיע (לייען: ווייסע) און נישט פון האיטי (שווארצע) און קיינער פון די ריפובליקאנער האבן עס נישט פארדאמט איז קלארע ראסיזים. שטעל דיך פאר אז ער וואלט וועין געזאגט אז מ׳דארף דא אריינברענגן אימגראנטן פון סאדיע אראביע און נישט פון מדנ״י, וויאזוי וואלטן די אידן געפילט אז דאס איז די אפציעאלע רעטאריק פון די אמעריקאנע רעגירונג? שומו שמים!

דא איז איינע פון די פלעצער ווי די קענסט קלאר זעהן די חילוק פון די רעכטע און לינקע...!

דא האסטו ק/פ פון וויקיפידע פון די אריגענס פון אפירמיטוו עקשאון. (סאיז נישטא ווער סזאל לאכן...)

The term "affirmative action" was first used in the United States in "Executive Order No. 10925",[9] signed by President John F. Kennedy on 6 March 1961, which included a provision that government contractors "take affirmative action to ensure that applicants are employed, and employees are treated during employment, without regard to their race, creed, color, or national origin."[10] It was used to promote actions that achieve non-discrimination. In 1965, President Lyndon B. Johnson issued Executive Order 11246 which required government employers to take "affirmative action" to "hire without regard to race, religion and national origin". This prevented employers from discriminating against members of disadvantaged groups. In 1967, gender was added to the anti-discrimination list.[11]

Affirmative action is intended to promote the opportunities of defined minority groups within a society to give them equal access to that of the majority population.[12]

It is often instituted for government and educational settings to ensure that certain designated "minority groups" within a society are able to participate in all provided opportunities including promotional, educational, and training opportunities.[13]

The stated justification for affirmative action by its proponents is that it helps to compensate for past discrimination, persecution or exploitation by the ruling class of a culture,[14] and to address existing discrimination.[15]

m https://en.m.wikipedia.org/wiki/Affirmative_action m
מיטוואך פעברואר 28, 2018 1:53 pm#396600
היינט למעשה איז טאקע דא ביי די ראפאבליקאנער זייער אסאך אפענע ראסיסטן, אבער קום מיר נישט פארקויפן אז היסטאריש זענען זיי אלץ געווען א ראסיסטישע פארטיי.
דרך אגב, איך זע נישט אז די דעמאקראטן זאלן זיין צופיל בעסער, ווי האט נאר אבאמא געזאגט אויף יענעם איך געדענק נישט ווער, "ער איז נישט א שלעכטע ווייסער מענטש". ראסיזם בתוקפו.
מיטוואך פעברואר 28, 2018 4:03 pm#396625
אז מ'רעדט שוין פון ראסיזם און אפירמיטיוו עקשאן.
https://youtu.be/yDVnzQD_FVU ר'
מיטוואך פעברואר 28, 2018 4:42 pm#396627
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:היינט למעשה איז טאקע דא ביי די ראפאבליקאנער זייער אסאך אפענע ראסיסטן, אבער קום מיר נישט פארקויפן אז היסטאריש זענען זיי אלץ געווען א ראסיסטישע פארטיי.
דרך אגב, איך זע נישט אז די דעמאקראטן זאלן זיין צופיל בעסער, ווי האט נאר אבאמא געזאגט אויף יענעם איך געדענק נישט ווער, "ער איז נישט א שלעכטע ווייסער מענטש". ראסיזם בתוקפו.


צוביסלעך! קודם ביסטו שוין מודה אז היינט איז למעשה דא אפענע ראסיזים ביי די ריפובליקאנער. יעצט דארף מען נאר זעהן זאלסט לערנען אביסל פשוטע היסטאריע.


וועגן אבאמא. איז עס לכאורה א פארדרייטע זאץ, אדער א וויץ. ביטע ציטיר מיר די מראה מקום ווי ער האט עס געזאגט. און וואס פונקטליך איז געוועהן די קאנטעקסט פון די שמועס. איך גלייב שווער אז ער האט געמיינט ראסיזים ווייל ער האט זייער א גיטע רעקארד אין זיין 'פאליטיקלי קארעקט'. ער האט נישט געבעיסט זיין פאליטיקס און זיינע פאליסיס אויף ראסיזים ווי ווייט איך ווייס. ווידער טראמפס און די ריפובליקאנער פאליסיס זענען באזירט אויף ראסיזים עיין דאק״א, מעקסיקא, פוד סטעמפס, דראג פאליסיס. וכו׳ אלע פון די זאכן מאכן אז די ארימע שווארצע און ספאנישע זאלן ליידן און זיין סעקאונד קלאס בירגער.

מיט דעם וואס זיי ארעסטירן די שווארצע אין די מאסן ווערט אויטמאטיש לויט אמעריקאנע געזעצן אוועקגענומען די רעכטן פון זיי צו וואוטן (אין אייראפע און אין פראגרעיסיוו מדינות האבן די ארעסטאנטען יא רעכט צו וואוטן) אזוי ארום נעמען זיי אוועק אסאך בלויע-דאמקראטישע וויילער און מאכן דערפון רויטע-ריפובליקאנער שטעט. דעס איז א אלטע פשוטע טריק.

נאכדעם וואס מהאט באפרייט די שווארצע האבן די ריפובליקאנער איינגעזעהן אז דאס איז די בעסטע אפציע צו האלטן די מינארטיס אין די ראמען זענען זיי געגעאנגען און געמאכט זיכער אז יעדער שווארצער פאר יעדע נערישקייט וועט מען זיי צאפן דאס בלוט. זיי האבן דאך נישט געווענטליך קיין געלט און פאוער צו צוריק פייטן אזויווי די רייכע- מיטל קלאס ווייסע. אזוי האלטן די ריפובליקאנער אן א פארום פון סלעווערי עד היום הזה. ספעציעל אין די צייטן פון רעיגען און בוש זיכער.

לייען אביסל וועגן the war on Drugs.
דאנערשטאג מערץ 08, 2018 4:58 am#397085
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:סאיז נעריש צוזאגן אז אמריקע זאלן נישט געבן פאר זייערע אייגענע מענטשען קיין בעניפיטס, בשעת זיי שפענדן ביליאנען צן קאנטראלירן די וועלט מיט זייערע נערישע מלחמות יעדע צעהן יאר מיט א צווייטן. ווען אמעריקע גייט ווען נישט אין מלחמה די לעצטע פערציג יאר מיט קיינעם וואלטן זיי געקענט געבן א מיליאן דאללער פאר יעדער איינציגע בירגער יעדע פינף יאר.... מאכט די חשבונות...


מיט דעם האלט איך פונקט ווי דיר. נישט קיין מלחמות און נישט קיין בענעפיטס.


דו האלטס נישט אז דיין שיטה איז צי עקסטרעים?

1)צומאל מוז מען אבער גיין אין מלחמה ווען סאיז נישטא קיין אנדערע ברירה ווי למשל ביי די צווייטע וועלט קריג.

2)אויב ווילסטו למשל דיין לאנד זאל נישט געבן קיין בענפיטס פאר די ארימע גיי קודם קוקן וואס טוט זיך אין האיטי, דאמינקען ריפובליק אאז״וו. קליינע צוועלף יעריגע מיידלעך פארקויפן זיך אויף די גאסן פאר א שטיקל ברויט... פיצלע קינדער גייען ארום בארפיסיג אויף די גאסן לעכצען פאר א שטיקל ברויט און גייען ממש אויס פאר הונגער... טוה מיר א טובה... כבעט דיך? דו ווילסט לעבן אין אזא סאסייעטי?, איך נישט!
דאנערשטאג מערץ 08, 2018 5:02 am#397087
איך האלט נישט גארנישט, אדרבה, זאג דו מיר, דו האלטסט טאקע אז ס' וועט זיין אזוי געפערליך מיט ווייניגער מלחמות און ווייניגער בענעפיטס?
דאנערשטאג מערץ 08, 2018 5:07 am#397088
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האלט נישט גארנישט, אדרבה, זאג דו מיר, דו האלטסט טאקע אז ס' וועט זיין אזוי געפערליך מיט ווייניגער מלחמות און ווייניגער בענעפיטס?


בעניפיטס און ווייניגער מלחמות העלפן די אייגענע בירגער. קענסט מאכן א סייענטיפישע טעסט אויף דעם.

קוק אויף אלע לענדער וואס געבן בעניפיטס פאר זייערע בירגער- דערנאך קוק אויף זייער קוואלטי אף לייף. דערנאך קוק אין אלע לענדער ווי מגעט נישט, מקען קלאר זעהן אין וועלכע לענדער סאיז דא פראספערעטי.

קוק אויף אלע לענדער וואס זענען נישט געגעאנגען אין מלחמה נאר ממש ווען זיי האבן נישט געהאט קיין ברירה און קוק זייער סטאנדארט אף ליווינג. וויפל סאלדאטן זענען געהארגעט אדער פארוואונדערט געווארן פארצעטאל אין שווייץ, בעלגיע, פראנקרייך, האלאנד, שוועדן. ווס אמעריקע, ענגלאנד אין די לעצטע 200 יאר. וויפל האבן די בירגער געליטן ווייל סאיז געוועהן מלחמה צייטן?

אונז האמיר לעבעדיגע ביישפילן פון די לעצטע הונדרעטער יאהרן און מקען זיי אנאליזירן און שטודירן.
דאנערשטאג מערץ 08, 2018 6:29 am#397090
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בד"ו, די גאנצע סאשעל סעקיורעטי איז א טפשות שאין כדוגמתו, פארוואס קען נישט יעדער איינער פאר זיך מאכן א ריטייערמענט פלען?


אדרבה, פון דעם סוגיא אליינס איז א ראי' אז מ'דארף יא "עפעס" א גאווערמענט אינוואלוומענט, אבער נישט צו פול. קוק צירוק ווי אזוי ס'האט אויסגעזען ביי די גרעיט דיפרעשאן ווען מענטשען זענען נישט "געצווינגען" געווען צו אראפ נעמען פון זייער געהאלט פאר די פיוטשאר. מ'איז געבליבן בעירום וחוסר כל און געהונגערט פשוטו כמשמעו. ס'געווען א חורבן איום ונורא א חרפה און א בושה פאר אזא פארגשריטענע לאנד. איז געקומען FDR און מתקן געווען די ניו דיעל, ס'איז טאקע היבש א דורכפאל, סיי ווייל ס'איז א פאנזי סקים ווייל די אייגענע געלט ווערט נישט אוועק געלייגט פאר זיך אליינס נאר ווערט תיכף גענוצט פאר א צווייטען, און סיי ווייל מ'קען עס נישט אינוועסטען אין בעסערע פלעצער אזוי ווי די ריפאבליקאנע שלאגען טאקע פאר. עכ"פ, זעט מען פון דעם אז אפילו ס'איז א דורכגעפוילטע סיסטעם, דאך וועט זיין א געוואלדיגע חורבן אויב די גאווערמענט וועט זיך נישט מיט "עפעס" אריינמישען און "צווינגען" די פאלק צו אוועק לייגן געלט פאר ריטייערמענט, הלואי אויף עפעס א קלוגערע און מער פראקטישער מהלך.
דאנערשטאג מערץ 08, 2018 9:08 am#397092
Re: איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק
אוי ווי אן אשכול קען פארפארן! הומעניזם סאשעליזם, קאפיטאליזם, אלעס פיין און וואויל, ווי קומט אבער איוואנקא אריין.
דאנערשטאג מערץ 08, 2018 9:21 am#397093
berlbalaguleh האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: די תורה דארף נישט אונזער פארענטפערונג. אבער דער פאקט איז אז די ארבע מיתות בית דין זענען אין יענע צייטן באטראכט געווארן ווי די מערסטע היומאניסטישע. (Humane)...פאר ווער ס'איז נתחייב געווארן . אזוי ווי די גמ' זאגט אין מס' סנהדרין..."ברור לו מיתה יפה"...!

ס'ביי מיר כמעט א זיכערע זאך אז די חייבי מיתות בי"ד האבן געוואלט מ'זאל זיי 'הרג'נען, משום כמה טעמים.

טראכט אריין, וועלכע נארמאלע מענטש וואס רייכערט שבת און צוויי מענטשן קומען איהם זאגן "אז דו גייסט ווייטער רייכענען גייט מען דיך 'הרג'נען" און ער ווייסט אז זיי גייען עס טאקע טון, וועט נישט גלייך אפלאזן די ציגארעטל.
און דאכצעך מיר אז די הלכה איז אז ער דארף אויך ענטפערן "איך ווייס, אבער איך רייכער ווייטער".

רביה"ק זי"ע: אנטשוליגט. אבער דו מישט אויס צוויי מעשיות. דעיס וואס דו זאגסט אז ער דארף ענטפערן אז ער ווייסט אז ס'איז שבת און אז מ'טאר נישט רייכערן אום שבת. דאס איז א (פאלשע) מעשה'לע וואס מ'פארציילט אויפ'ן הייליגן בארדיטשעווער רב זצ"ל. אז ער איז אמאל שבת אינדערפריה געגאנגען אויפ'ן גאס צום ביהמ"ד ווען ער האט באגעגנט א פושע ישראל רייכערן א ציגארעטל. דער בארדיטשוב'ער רב האט איהם באגריסט מיט א ברייטן גוט שבת, און ער זאגט צו איהם..ר' איד, איהר ווייסט זיכער נישט אז היינט איז שבת . ענטפערט דער פארשוין. יא. רבי. איך ווייס אז היינט איז שבת...אבער איהר ווייסט זיכער נישט אז מ'טאר נישט רויכערן אום שבת...ניין. רבי. איך ווייס אז מ'טאר נישט רויכערן אום שבת...אפשר האט אייך דער דאקטער געזאגט אז ס'פעלט אויס צו רייכערן וועגן אייער געזונט...ניין. דער דאקטער האט מיר געזאגט אז רייכערן שאדט צו מיין געזונט. און דאך רייכער איך...! האט דער בערדיטשוב'ער רב אויפגעהויבן די הענט צום הימל און געזאגט..."רבוש"ע קוק וואספארא אמת'דיג פאלק דו האסט. איך געב איהם אריין פארשידענע תירוצים. און דער איד וויל נאר זאגן דעם אמת...! אבער אט די מעשה איז פאלש און שקר. ווייל ס'איז באוואוסט אז דער בארדיטשוב'ער רב איז געווען א גרויסער מוכיח. מ'האט איהם אפילו פארטריבן פון א שטאט (זעליחוב) ווייל ער האט זיי געזאגט צופיעהל מוסר...!

ר' בערל, פערצופאל איז רביה''ק יא גערעכט דא, יעדער חייבי מיתות מוז באקומען א התראה מיט די פונקטליכע עבירה און וועלכע פון די ד' מיתות בי''ד מען ווערט געשטראפט אויך דעם, און ער דארף ענטפערן אעפ''כ.
דאנערשטאג מערץ 08, 2018 11:43 am#397100
Re: שיטות בהנהגת העולם, און וועלכע שטימט מיט די תורה (אפגעטי
שבת אחים האט געשריבן:סאיז דא אסאך צוצולייגן צו דעם שמועס.

קודם כל געבן פאר די ארימע הייסט נישט געבן פאר יענעם בכלל. סאיז פונקט ווי אריינצאלן סאושעל סעקיורטי. סאיז פאר זיך אליינס...! ווייל קיינער וויל ח״ו נישט לעבן און אויפוואקסן קינדער אין א לאנד ווי מ׳געט נישט די ארימע די מינימיום איבער צולעבן. יעדער וויל האבן די סעקיורטי אז ח״ו ער אדער זיינע קינדער פארלירן די פרנסה זאל די גאווערמענט מאכן זיכער אז דער יעניגער מיט זיין משפחה הונגערן נישט. דעס איז א ״אינשארענס״ פאר זיך זעלבסט...

ווי אויך וויל קיינער נישט לעבן אין אזא לאנד וואס מענטשען הונגערן, איך דארף אייך נישט מסביר זיין וויאזוי סקוקט אויס די קוואלטי אף לייף אין לענדער ווי קינדער הונגערן. וויפל קריים און מחלות דאס ברענגט. פאר ווער ס׳וויל זעהן וויאזוי לענדער קוקן אויס ווי די גאווערמענט העלפט נישט די בירגער איז מכובד אראפצופארן צו אלע לענדער און קוקן וויאזוי ס׳קוקט אויס דארט.



ווען מען רעדט פון געלט איז עס סאך מער פון דעם וויבאלד די גאנצע זאך אז דער רייכער האט זיין געלט און מען קען עס נישט צונעמען פון אים קומט דאך פונעם געזעץ וואס די רעגירונג האט געמאכט און די רעגירונג איז דאך די מענטשהייט אין א דעמאקראטישע לאנד קומט אויס אז באמת וואלט די גאנצע געלט אין לאנד געדארפט געהערן פאר די גאנצע באפעלקערונג אייניג נאר למעשה איז דא אן הסכמה פון די באפעלקערונג אין רוב לענדער היינט אז פולשטענדיגע קאמוניזם איז נישט גוט פאר קיינעם און עס לוינט זיך פשוט נישט פאר די ארימע אויך נישט און די רעכטע ווילן טענה'ן אז מער קאפיטאליזם איז גאר בעסער פאר יעדן.

פארשטייט זיך אז לויט די ליבערטעריען שיטה אז די וועלט קען זיך פירן אהן קיין רעגירונג איז די טענה נישט אמת אבער ווילאנג מען האלט אז עס דארף זיין א רעגירונג כדאי דאס מענטשהייט זאל זיך פירן ביושר ובצדק האט א מענטש נישט קיין אייגענע רעכט אויף זיין געלט וויבאלד אהן די רעגירונג וואלט ער נישט געקענט האלטן זיין געלט.
דאנערשטאג מערץ 08, 2018 11:46 am#397101
Re: שיטות בהנהגת העולם, און וועלכע שטימט מיט די תורה (אפגעטי
שבת אחים האט געשריבן:
סאיז נעריש צוזאגן אז אמריקע זאלן נישט געבן פאר זייערע אייגענע מענטשען קיין בעניפיטס, בשעת זיי שפענדן ביליאנען צן קאנטראלירן די וועלט מיט זייערע נערישע מלחמות יעדע צעהן יאר מיט א צווייטן. ווען אמעריקע גייט ווען נישט אין מלחמה די לעצטע פערציג יאר מיט קיינעם וואלטן זיי געקענט געבן א מיליאן דאללער פאר יעדער איינציגע בירגער יעדע פינף יאר.... מאכט די חשבונות...


נו , וואו זענען די מיליאן דאלער פער בירגער אין דייטשלאנד אדער שווייץ ועוד.
דאנערשטאג מערץ 08, 2018 12:01 pm#397103
אונטער חכם: ווען א יעדער בירגער זאלל האבן א מיליאן דאללער א יעדע פינף יאר, וואלט די אינפלאציע ראטע געווען אזוי הויעך, אז דו וואלסט אויסגעקטנ'ט כמעט דיין גאנצע געלט נאר גייענדיג אין גראסערי (נישט אין בינגא) שאפינג...! אנפילן א טאנק געז וואלט געקאסט א פאר טויזנט דאללער...!
דאנערשטאג מערץ 08, 2018 12:29 pm#397104
berlbalaguleh האט געשריבן:אבער אט די מעשה איז פאלש און שקר. ווייל ס'איז באוואוסט אז דער בארדיטשוב'ער רב איז געווען א גרויסער מוכיח. מ'האט איהם אפילו פארטריבן פון א שטאט (זעליחוב) ווייל ער האט זיי געזאגט צופיעהל מוסר...!

ר' בערל וואו פאסט דיר צו גלייבן אט די אלטן סאקמערע פייק ניוז.

דער-רבי-זכותו-יגן-עלינו האט שוין אויכעט צוגעלייגט צו די באקאנטע מעשה מיט דער ATUB @בעל-עגלה ATUB וואס האט געשמירט די רעדער מיט'ן טלית-תפילין.
און דער הייליגער בארדיטשוב'ר האט מלמד זכות געוועהן אויף עם אז 'מי כעמך ישראל, אפי' בשעת'ן שמירן די רעדער דאווענט ער צום הייליגען בורא...'
האט דער רבי זי"ע געזאגט אז דער עיקר חסר מן הספר אז דער בארדיטשובער רב האט קודם כל יענעם געגעבן א פסק און א מוסר שמועס היתכן כזאת צו טוהן.
און נאר נאך ער האט מקיים געוועהן מצוות תוכחה, האט ער זיך געשטעלט מלמד זכות זיין וכו'...
עד כאן גירסת סאקמער למעשי-בארדיטשוב
(אינטערסאנט צו באמערקן אז ככללות האט מען נישט געגלויבט קיין מעשיות ביי זיי, אבער אז מ'האט שוין געגלויבט, האט מען שוין צוגעלייגט א שורה צוויי...)

ס'קען זיין אז אין א סאטמערע בליק און מיט זייערע גלעזער (ברילן) זענען די ווערטער נישט קיין דברי מוסר ותוכחה.
אבער ביינונז ווייסטמען אז אט אזוי איז געוועהן זיין דרך תוכחת מוסר, ובאופן זו היה הרה"ק משיב בתשובה קלים וריקים שהפכו ליראי שמים מרבים.

שלמה המלך זאגט: "אל תוכח לץ פן ישנאך" און "הוכח לחכם ויאהבך"

ועוד חזון למועד אי"ה
דאנערשטאג מערץ 08, 2018 1:43 pm#397109
אונטער חכם האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
סאיז נעריש צוזאגן אז אמריקע זאלן נישט געבן פאר זייערע אייגענע מענטשען קיין בעניפיטס, בשעת זיי שפענדן ביליאנען צן קאנטראלירן די וועלט מיט זייערע נערישע מלחמות יעדע צעהן יאר מיט א צווייטן. ווען אמעריקע גייט ווען נישט אין מלחמה די לעצטע פערציג יאר מיט קיינעם וואלטן זיי געקענט געבן א מיליאן דאללער פאר יעדער איינציגע בירגער יעדע פינף יאר.... מאכט די חשבונות...


נו , וואו זענען די מיליאן דאלער פער בירגער אין דייטשלאנד אדער שווייץ ועוד.


קודם כל. פארשטייסט נישט אז אמעריקע האט געבארגט געלט פאר דעם? וויפל געלט איז אמעריקע אין חובות און וויפל געלט איז דייטשלאנד אין חובות?

צווייטענס וואס הייסט, דייטשלאנד האט א שטארקע ״מיטל קלאס״ אסאך מעהר בענפיטס פאר די בירגער ווי אין אמעריקע. זיי געבן פאר יעדעם העלטה קעיר, קאלעדזש קאסט נישט קיין געלט. זייערע סקולס זענען אסאך בעסער צוגעשטעלט סיי מיט עדיוקאציע סיי מיט די מאלצייטן. וואס פארא פארגלייך איז דאס צו אמעריקע.

דריטענס,

אמעריקע איז אסאך א רייכערע לאנד ווי דייטשלאנד.

חוץ מזה ווייסט וויפל געלט די האליקאוסט האט זיי אפגעקאסט? ביזן היינטיגן טאג?


שטייצעך איך האב נישט געמיינט צוזאגן אז מ׳דארף געבן פאר יעדער בירגער מיליאנען. נאר כדאי ארויסצוברענגן וויפל די מלחמות קאסט אפ און וואס מ׳וואלט וועין געקענט באמת אויפטוהן פאר די אמעריקאנע בירגער זעלבסט ווען מ׳גייט ווען נישט אין האלב פון די מלחמות איז נישט צו באשרייבן.

אמעריקע גייט דארפן באצאלן אין די קומענדיגע יאהרן ביליאנען אין מעדיקל ביללס פאר די אלע מיליטערלייט וואס זענען פארוואונדערט געווארן אין די אלע אומזיסטיגע מלחמות.
דאנערשטאג מערץ 08, 2018 2:17 pm#397111
וואלווי האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בד"ו, די גאנצע סאשעל סעקיורעטי איז א טפשות שאין כדוגמתו, פארוואס קען נישט יעדער איינער פאר זיך מאכן א ריטייערמענט פלען?


אדרבה, פון דעם סוגיא אליינס איז א ראי' אז מ'דארף יא "עפעס" א גאווערמענט אינוואלוומענט, אבער נישט צו פול. קוק צירוק ווי אזוי ס'האט אויסגעזען ביי די גרעיט דיפרעשאן ווען מענטשען זענען נישט "געצווינגען" געווען צו אראפ נעמען פון זייער געהאלט פאר די פיוטשאר. מ'איז געבליבן בעירום וחוסר כל און געהונגערט פשוטו כמשמעו. ס'געווען א חורבן איום ונורא א חרפה און א בושה פאר אזא פארגשריטענע לאנד. איז געקומען FDR און מתקן געווען די ניו דיעל, ס'איז טאקע היבש א דורכפאל, סיי ווייל ס'איז א פאנזי סקים ווייל די אייגענע געלט ווערט נישט אוועק געלייגט פאר זיך אליינס נאר ווערט תיכף גענוצט פאר א צווייטען, און סיי ווייל מ'קען עס נישט אינוועסטען אין בעסערע פלעצער אזוי ווי די ריפאבליקאנע שלאגען טאקע פאר. עכ"פ, זעט מען פון דעם אז אפילו ס'איז א דורכגעפוילטע סיסטעם, דאך וועט זיין א געוואלדיגע חורבן אויב די גאווערמענט וועט זיך נישט מיט "עפעס" אריינמישען און "צווינגען" די פאלק צו אוועק לייגן געלט פאר ריטייערמענט, הלואי אויף עפעס א קלוגערע און מער פראקטישער מהלך.

כ'אב קיינמאל נישט געוואוסט אז די גרעיט דיפרעשן איז געקומען ווייל מענטשן האבן נישט אוועקגעלייגט געלט פאר ריטייערמענט. בכל אופן אז איינער וויל נישט אוועקלייגן קיין געלט ווער ביזטו איהם צו צווינגען? און וואספארא רעכט האסטו צו צונעמען מיין געלט? דו מיינסט מיין טובה? מוחל טובות, איך מיין אויך מיין טובה. זעסט שוין באלד אויס ווי די רבי אין חדר וואס פאר'ן געבן מלקות פלעגט ער זאגן "איך מיין נאר דיין טובה".
דאנערשטאג מערץ 08, 2018 2:22 pm#397112
איך פארשטיי נישט פארוואס מ'האט אריינגעלייגט אין די קעפל וועלכע שטימט מיט די תורה, רעליגיע דארף נישט אריינשטעקן איר נאז איבעראל, און ביי אונז אין די מערב וועלט האט מען שוין פון לאנג אפגעטיילט רעליגיע פון סטעיט. אבער אז מ'האט עס שוין יא אריינגעלייגט, די תורה שטימט די מערסטע מיט די שיטה פון ליבערטעריענס.
דאנערשטאג מערץ 08, 2018 2:42 pm#397114
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בד"ו, די גאנצע סאשעל סעקיורעטי איז א טפשות שאין כדוגמתו, פארוואס קען נישט יעדער איינער פאר זיך מאכן א ריטייערמענט פלען?


אדרבה, פון דעם סוגיא אליינס איז א ראי' אז מ'דארף יא "עפעס" א גאווערמענט אינוואלוומענט, אבער נישט צו פול. קוק צירוק ווי אזוי ס'האט אויסגעזען ביי די גרעיט דיפרעשאן ווען מענטשען זענען נישט "געצווינגען" געווען צו אראפ נעמען פון זייער געהאלט פאר די פיוטשאר. מ'איז געבליבן בעירום וחוסר כל און געהונגערט פשוטו כמשמעו. ס'געווען א חורבן איום ונורא א חרפה און א בושה פאר אזא פארגשריטענע לאנד. איז געקומען FDR און מתקן געווען די ניו דיעל, ס'איז טאקע היבש א דורכפאל, סיי ווייל ס'איז א פאנזי סקים ווייל די אייגענע געלט ווערט נישט אוועק געלייגט פאר זיך אליינס נאר ווערט תיכף גענוצט פאר א צווייטען, און סיי ווייל מ'קען עס נישט אינוועסטען אין בעסערע פלעצער אזוי ווי די ריפאבליקאנע שלאגען טאקע פאר. עכ"פ, זעט מען פון דעם אז אפילו ס'איז א דורכגעפוילטע סיסטעם, דאך וועט זיין א געוואלדיגע חורבן אויב די גאווערמענט וועט זיך נישט מיט "עפעס" אריינמישען און "צווינגען" די פאלק צו אוועק לייגן געלט פאר ריטייערמענט, הלואי אויף עפעס א קלוגערע און מער פראקטישער מהלך.

כ'אב קיינמאל נישט געוואוסט אז די גרעיט דיפרעשן איז געקומען ווייל מענטשן האבן נישט אוועקגעלייגט געלט פאר ריטייערמענט. בכל אופן אז איינער וויל נישט אוועקלייגן קיין געלט ווער ביזטו איהם צו צווינגען? און וואספארא רעכט האסטו צו צונעמען מיין געלט? דו מיינסט מיין טובה? זעסט שוין באלד אויס ווי די רבי אין חדר וואס פאר'ן געבן מלקות פלעגט ער זאגן "איך מיין נאר דיין טובה".


דו פרעגסט פארוואס קען נישט יעדער איינער פאר זיך מאכן א ריטייערמענט פלען? די תירוץ איז גאנץ פשוט, פון זיך אליינס זענען מענטשען נישט דיסיפלינט אליינס אזוי צו טוהן. איך ניץ די משל פון גרעיט דעפרעשאן אז מענטשען האבן נישט געהאט מענדעטארי סעווינגס, און אפילו די וואס האבן יא געהאט האבן נישט געהאט סעווינגס וואס זענען געווען אינשורד אדער גערענטיד פאר די מינימום וואס מ'דארף און לעבן. איך אגרי נישט מיט אלעס וואס די ניו דיעל האט געברענגט און אודאי נישט מיט די סיסטעם ווי אזוי די ניו דיעל ארבעט, אבער דאס איז קלאר אז ס'דארף זיין עפעס א מענדעטארי סאשעל סעקיוריטי און מעדיקעיר סיסטעם און אנדערע סאשעל פראגרעמס. שטעל דיך נאר פאר אנדעם! מ'וואלט אונז אראפ געדרייט די קאפ מיט צוויי מאל אזוי פיל טיי אווענטס, סיי פאר מחותנים וואס מאכן חתונה, און סיי פאר מעדיקעל עקספענסעס פאר די זקני העדה. יעצט פרעגסטו ווער בין איך עם צו צווינגען? סוף כל סוף גייט דער נישט געצווינגענע מענטש אנקומען צו נעמען פון אנדערע ווען ס'וועט זיין כלו כל הקיצין נאר ווייל ער האט נישט אוועק געלייגט פון אייגענס ווען ער האט געדארפט אומגעצווינגען. דאס איז די פאקט, אז אן מענדעטארי סעווינגס לייגען א גרויסע חלק מענטשען נישט אוועק קיין פרוטה, און ווען ס'נישט דא פאר'ן פאלק קיין פרוטה ווען מ'דארף עס נייטיג גייט דער פאלק צוגרונד מיאוס'ערהייט. נאר וואס יא, מ'דארף אודאי אוועקשטעלען א נייע קלוגע סיסטעם וואס איז בעסער ווי די יעצטיגע.
דאנערשטאג מערץ 08, 2018 2:58 pm#397115
רביה"ק זי"ע: או. קעי. ווער א ליבערטעריען. די איינציגע פראבלעים איז, אז אלע וועלכע זענען פארבונדן מיט די ליבערטעריען פאליטיק און שיטה זענען אויך געפערליכע אנטיסעמיטן און שונאי ישראל. און איך וויל נישט אז דו זאלסט ח"ו אזוי אפשניידן ווי ..."(דער האלב צודרייטער. כ'ווייס א סאך זענען נישט מסכים מיט מיין הגדרה. זיי טענה'ן אז ער איז אינגאנצן צודרייט.) ..."הרב יודא לעווין"...וועלכער איז א שטארקער איפכא מסתברא'ניק און א פאבליסיטי זוכער. אבער אויכעט א גרויסער שלימזל. מיט סיי וועלכן ראדיקאלן פאליטישן ער פארבינדט זיך פלאפט ער געפערליך. מיט גרויסע פעטש אין פנים.

ומעשה שהיה כך היה. ס'איז דא אויף די אמעריקאנער פאליטישע סצענע איינער אן עקלדיגער בריאה א שונא ישראל אנטיסעמיט בן אנטיסעמיט. אן אייניקל פון בלעם הרשע אליינס. ער איז אויכעט א פאליטישער שרייבער און א פארלירנדער פאליטישן וועלכער האט געהאט פאליטישע אמביציעס צו ווערן פרעזידענט פון אמעריקע. דער רשע מרושע, ימ"ש פארפעלט נישט און פארפאסט נישט קיין שום געלעגנהייט צו שעלטן און שימפן און העצן אויפ'ן אידישן פאלק. גארנישט אנדערש ווי המן הרשע, ימ"ש. מיט די זעלבע אויסגעדראשענע, פאלשע און ליגנערישע טענות אויף די אידן אלס א פאלק. ער הייסט פעטריק ביוקענען. ער האט אבער געוואלט אנשטעללן א שיין פנים ווילאנג ער איז געלאפן פאר פרעזידענט. האט ער געזוכט מיט לעכט עפעס א אידישן טיפש וועלכער זאלל דינען זיינע צוועקן. ביז ער האט אנגעטראפן דעם פאבליסיטי זוכער וועלכער פייגערט צו זעהן זיין פיקטשער אין צייטונג און אויף די נייעס מידיא נעצן.דעם אויבנדערמאנטן הרב יודא לעווין. ער האט איהם געגעבן א בכבו'דיגן אפיס אין זיין קאמפיין העדקווארטערס. און ער האט געזאללט זיין דער ספאוקסמען פאר די אידישע קאמיוניטי. אבער דער רשע מרושע איז דאך ארומגענימען מיט שונאי ישראל און רוצחים ממש. איין טאג, ווען ער (ביוקענען) איז נישט געווען אין אפיס. און דער נארישער איד איז דארט געווען אליין . ארומגענימען מיט די אנטיסעמיטישע רוצחים. האבן זיי איהם גוט אנגעמקל'ט די ביינער. און ער איז קוים ארויס מיט זיין לעבן...!

אויך שפעטער האט ער זיך פארבונדן פאליטיש מיט עפעס א ראדיקאלן טיפש פון די אלבאני געגנט (נישט דווקא אן אנטיסעמיט. נאר א גרויסער פאליטישער שלימזל.). און ער האט איינגענומען חרפות ובושות דורך זיין קאנדידאט וועם ער האט ארומגעפיהרט צו אלע רבנים און רעבישע הויפן. צום סוף האט ער (הרב יודא לעווין) אפגעהאלטן א ניוס קאנפערענץ אויף די סטעפס פון די גרויסע קאטוילישע קירכע אין ניו יארק. סט. פעטריק'ס קאטידראל...! ס'געווען גרויסע בושות...ואכמ"ל...!
דאנערשטאג מערץ 08, 2018 8:27 pm#397130
ליבערטעריעניזם איז לדעתי א פשוטע פאנטאזיע. קען איינער מיר ביטע ווייזן א סוקסעפולע ליבערטעריען-גאווערמענט וואס סהאט זיך אויסעגארבעט?

סאיז נישטא אזא זאך. מענטשען לעבן נישט אליינס אויף די וועלט. מיר האבן א סיסטעם וויאזוי זאכן ארבעט. ליידער זענען רוב מענטשען אויף די וועלט נישט מאראליש אויסגעהאלטן אן קיין גאווערמענט וואלט געוועהן ״איש את רעהו חיים בלעו״. איך וויל נישט לעבן ווי מהאט געלעבט 200 יאר צוריק. איך וויל די גאווערמענט זאל מיר זאגן צו סאיז דא באקטיריע אין מיינע עסען. איך וויל די גאווערמענט זאל לייגן א סטאפ סיין ביי די אינטערסעקשאן.

איך פארשטיי נישט די ליבערטעריען שיטה. סאיז נישטא אזא זאך. אויב יא גייט עס אויסקוקן ווי די גאווערמענטס פון 200 יאר צוריק.
דאנערשטאג מערץ 08, 2018 9:54 pm#397143
ליבערטעריעניזם איז טאקע א פאנטאזיע, ווייל א פערפעקט גאווערמענט איז א פאנטאזיע, מכמה סיבות. און הא גופא זאגן די ליבערטעריענס, טאקע ווייל ס'נישט דא אזא זאך ווי א פערפעקט גאווערמענט, איז אין ווי ווייניגער זאכן זיי זענען אריינגעמישט, אלץ בעסער. בד"ו אונזערע founding fathers זענען געווען ליבערטעריענס, און איך זעה נישט וואס איז געווען אזוי שלעכט פאר צוויי הונדערט יאר צוריק, אדרבה, זיי בעסער מסביר. דאס וואס דו זאגסט וועגן גאווערמענט, מיש נישט אויס צווישן ליבערטעריעניזם און אנארכיזם.
דאנערשטאג מערץ 08, 2018 10:33 pm#397144
בערל
דער שלימאזעל לעווין האט שוין אמאהל באקומען איבערגעקייט פערציג פראצענט שטימען ווען ער איז געלאפען פאר.... כ' דענק נישט, ער איז שוין געלאפן פאר אלעס.
דאנערשטאג מערץ 08, 2018 11:53 pm#397147
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ליבערטעריעניזם איז טאקע א פאנטאזיע, ווייל א פערפעקט גאווערמענט איז א פאנטאזיע, מכמה סיבות. און הא גופא זאגן די ליבערטעריענס, טאקע ווייל ס'נישט דא אזא זאך ווי א פערפעקט גאווערמענט, איז אין ווי ווייניגער זאכן זיי זענען אריינגעמישט, אלץ בעסער. בד"ו אונזערע founding fathers זענען געווען ליבערטעריענס, און איך זעה נישט וואס איז געווען אזוי שלעכט פאר צוויי הונדערט יאר צוריק, אדרבה, זיי בעסער מסביר. דאס וואס דו זאגסט וועגן גאווערמענט, מיש נישט אויס צווישן ליבערטעריעניזם און אנארכיזם.


1)די פאונדיג פאטערס זענען בכלל נישט געוועהן קיין ליבערטעריענס.

2)פון ווי נעמסטו אז סאיז בעסער ווען די גאווערמענט מישט זיך נישט אריין? ווען די גאווערמענט איז קאראפטירט און ווערט געפירט דורך ״ספעשעל אינטערס״ און מקען אינטערקויפן די גאווערמענט אזויווי דא אין אמעריקע ביסטו אפשר אביסל גערעכט. אבער סאיז דא גענוג און נאך כמעט ״פערפעקט גאווערמענטס״ ווי די מענטשען און די בירגער פירן די גאווערמענט און דיקטירן די גאווערמענט לויט וואס רוב מענטשן ווילן.

וואס איז שלעכט מיט רוב מערב אייראפישע גאווערמענטס?

3)איך מיש נישט אויס קיין אנארכיזם מיט ליבערטעריעניזם. איך זאג ליבערטעריעניזם= אנארכיזם. אפילו מיט א גאווערמענט און מיט שטראפן פאלגן אסאך מענטשען נישט אויס די גאווערמענט כ״ש אן קיין מורא פון די גאווערמענט???

4)ווייז מיר א ליבעטעריען גאווערמענט וואס האט עס געמאכט????
סאיז נישטא אזא זאך.... מענטשען זענען נאכנישט גרייט פאר אזא זאך. און גלייב מיר דו וואלסט קיינמאל נישט געוואלט וואוינען און לעבן אין אזא סאסייעטי.
פרייטאג מערץ 09, 2018 12:00 am#397148
שבת אחים האט געשריבן:1)די פאונדיג פאטערס זענען בכלל נישט געוועהן קיין ליבערטעריענס.
ווען איך האב זאג ליבערטעריענס מיין איך small goverment, און ס'איז פשוט אז זיי האבן געהאלטן דערפון

שבת אחים האט געשריבן:2)פון ווי נעמסטו אז סאיז בעסער ווען די גאווערמענט מישט זיך נישט אריין? ווען די גאווערמענט איז קאראפטירט און ווערט געפירט דורך ״ספעשעל אינטערס״ און מקען אינטערקויפן די גאווערמענט אזויווי דא אין אמעריקע ביסטו אפשר אביסל גערעכט.
יעדע גאווערמענט איז טיילווייז קארופטירט, every system has it's flaws.

שבת אחים האט געשריבן:אבער סאיז דא גענוג און נאך כמעט ״פערפעקט גאווערמענטס״

you just proved my point

שבת אחים האט געשריבן:וואס איז שלעכט מיט רוב מערב אייראפישע גאווערמענטס?
דו מיינסט טאקע אז אין שווייץ איז נישטא קיינער וואס האט טענות אויף די רעגירונג?

שבת אחים האט געשריבן:3)איך מיש נישט אויס קיין אנארכיזם מיט ליבערטעריעניזם. איך זאג ליבערטעריעניזם= אנארכיזם. אפילו מיט א גאווערמענט און מיט שטראפן פאלגן אסאך מענטשען נישט אויס די גאווערמענט כ״ש אן קיין מורא פון די גאווערמענט???

liberterianism means small goverment, anarchism means no goverment. that said, small goverment dosen't mean weak goverment, it means that they have very few responsibilities, therefore they are very powerful, because they can put in all their effort and resources in those few responsibilities
פרייטאג מערץ 09, 2018 12:28 am#397150
וואס מיינט small government?

דו ווילסט די גאווערמענט זאל דיר זאגן צו אין דיין עסען ליגט סם המות אדער נישט?
דו ווילסט האבן א פייער דיפארטמענט? א פאליס דיפארטמענט? מיליטער, אדער נישט?

אין שווייץ און אין רוב פראגרעסיוו לענדער איז זיכער דא אפאר מענטשען וואס רעדן זיך אפ אויף די גאווערמענט אבער רובא דרובא זענען צופרידן.

דו האסט נישט קיין איין גאווערמענט וואס לויפט אויף דיין וועג וואס דו קענסט ווייזן אז סהאט זיך אויסגארבעט. לויט מיין וועג קען איך דיר ווייזן 50 לענדער ווי ס׳ארבעט.

לויט וויאזוי די פאונדיג פאטערס האבן אראפ געלייגט די סיסטעם זענען זיי קיין ליבערטעריענס נישט געוועהן. אויך נישט קיין small government. פארקערט גאר... זיי האבן געמאכט אפילו אז דיין וואוט רעכענט נישט נאר די עלעקטארלס וועלן. זייער גאנצע דריי ברענטשעס אויף גאווערמענט קוקט מיר בכלל נישט אויס ווי וואס דו קלעימסט.
פרייטאג מערץ 09, 2018 1:06 am#397155
שבת אחים האט געשריבן:דו ווילסט די גאווערמענט זאל דיר זאגן צו אין דיין עסען ליגט סם המות אדער נישט?
דו ווילסט האבן א פייער דיפארטמענט? א פאליס דיפארטמענט? מיליטער, אדער נישט?
זיכער אז יא.

שבת אחים האט געשריבן:דו האסט נישט קיין איין גאווערמענט וואס לויפט אויף דיין וועג וואס דו קענסט ווייזן אז סהאט זיך אויסגארבעט. לויט מיין וועג קען איך דיר ווייזן 50 לענדער ווי ס׳ארבעט.
די גרעסטע (big - as in big goverment) רעגירונג וואס איז שייך רופט זיך קאמוניזם. יעצט, יעדע רעגירונג וואס איז נישט קאמוניסטיש, איז אביסל ליבערטעריען, ווי ווייניגער קאמוניסטיש אלץ מער ליבערטעריען. איך קען דיך נישט אויפווייזן אז די סיבה פארוואס אמעריקע איז א בעסער לאנד ווי כינע איז ווייל זיי זענען ווייניגער קאמוניסטיש/מער ליבערטעריען, אבער איך האלט אזוי.

שבת אחים האט געשריבן:לויט וויאזוי די פאונדיג פאטערס האבן אראפ געלייגט די סיסטעם זענען זיי קיין ליבערטעריענס נישט געוועהן. אויך נישט קיין small government. פארקערט גאר... זיי האבן געמאכט אפילו אז דיין וואוט רעכענט נישט נאר די עלעקטארלס וועלן. זייער גאנצע דריי ברענטשעס אויף גאווערמענט קוקט מיר בכלל נישט אויס ווי וואס דו קלעימסט.

איך ווייס נישט וואס דיך צו זאגן, איך קען מיך מיך נישט טענה'ן איבער פאקטן, איך בין פשוט נישט געמאכט פאר דעם. פארש אביסל נאך צי זיי זענען געווען ליבערטעריענס צי נישט, און נאכדעם קום צוריק מיט דיינע געפינסן.
פרייטאג מערץ 09, 2018 3:08 am#397168
דער ענין פון ליבערטעריעזם האט צוויי חלקים צו זיך.
איינס, צי די רעגירונג האט רעכט צו איינטיילן מענטשן וואס צו טון.
צוויי, וועלכע פארם פון גאווערמענט ארבעט די בעסטע.

איך וויל נישט אריינגיין אין קיין ויכוח לגבי די ערשטע טענה, אבער לגבי די צווייטע טענה איז דא זייער א פשוטע וועג צו געוואר ווערן דעם אמת. ס'דא א לאנד וואס רופט זיך 'די שווייץ', לויט די סטאטיסטיקס איז עס די בעסטע לאנד אויף די וועלט, דארף מען אדורכטון וויאזוי זייער רעגירונג ווערט געפירט, וועט מען וויסן וועלכע פארם פון גאווערמענט איז די בעסטע.

דא האט איר אויף אנצוהויבן: m http://www.washingtontimes.com/news/201 ... limited-g/ m
עיין עוד כאן: m http://www.spectator.co.uk/2010/07/swis ... clockwork/ m
פרייטאג מערץ 09, 2018 3:31 am#397169
כהאב אסאך צוצולייגן. איך האלט דו און אלע ליבעטערינס מאלן וואסער.

איך וויל אבער נוצן דיין משל: כינע. כינע איז גראדע אסאך מעהר א ליבטעריען לאנד אין געוויסע ענינים ווי אמעריקע. און מקען טאקע זעהן פון זייער לאנד אז ליבעטרעיניזם ארבעט נישט. למשל סעיפיטי רעגיולאציעס איז כמעט נישט פארהאנען דארט. דו קענסט דארט בויען אן כמעט די גאווערמענט זאל זיך אריינמישן אין דיינע ענינים. און די רעזולטאטן פונדעם איז קלאר. אסאך מעהר עקסידענטס און אסאך מעהר בילידינגס לייגן זיך צאם ווי אין אמעריקע וועגן דעם. ווידער ווען דו פארסט אויף די הייוועי און א גרויסע טראק מיט א ריזיגע אייזנע ביעמס פארט לעבן דיר, אין כינע איז דא אסאך א גרעסרע טשאנס אז דעס זאל פאלן אויף איינעמס קאפ אין אים דערהארגענען. און טאקע סאיז דארט דא אסאך אסאך מעהר פראבלעמען און עקסידענטס טאקע דערפאר ווייל די גאווערמענט טוט זיך נישט אריינמישן. אין כינע אז דו גייסט אריין אין א רעסטעראנט ביסטו נישט זיכער צי ער גייט דיר צועסן עפעס וואס גייט דיך פארסמן ח״ו. די פאבריקן געבן ארויס אזעלכע שווערע רויעך אז מקען נישט אטעמען און אסמא און אנדערע קרענק איז אסאך שטערקער דארט ווי דא.

חוץ מזה איך בין נישט זיכער צי די היינטיגע אמעריקע איז עפעס אזוי סאך בעסער ווי די היינטיגע כינע. איך בין געוועהן אין כינע גענוג און נאך. איך בין דארט געוועהן א יאר צוריק פאר א גאנצע חודש. די רייכע שטעט אין כינע קענען זיך שוין איינמאל פארמעסטן מיט אמעריקע. סאיז דא דארט פראספערטי, און גענוג און נאך רייכע לייט וואס מאכן א לעבן. סאיז דא זאכן וואס אמעריקע איז בעסער און ווידער איז דא געוויסע ענינים ווי כינע איז בעסער.
פרייטאג מערץ 09, 2018 4:03 am#397171
די בעסטע לענדער אויף די וועלט זענען ליבעראלע סאושליסט-געשטימטע לענדער. אדרבה קוק די חילוק פון אמעריקע ביז שווייץ, האלאנד, שוועדן, פינלאנד, נארוועגיע, בעלגיע, אסטראליע, ניו זילאנד, דייטשלאנד, עסטרייך, קאנאדא אאז״וו. און שטודיר יענע לענדער די גאווערמענט מישט זיך אריין אין יעדע קלייניקט און מיט דעם אלעמען זענען די בירגער אסאך מעהר צופרידן ווי אין אמעריקע.

אסאך מעהר פראספערטי. ווייניגער קריים. ווייניגער מענטשען אין תפיסה. ווייניגער פאליציי ברוטאלעטי. ווייניגער ארימלייט. ווייניגער דראג עדיקס. וויניגער האומלעיס. ווייניגער קאראפציע. ווייניגער ראסיזים.

ביטע הייב אן צוקוקן אויף די פאקטן און הער אויף מיט די דמיונת.