אינטרעסאנט. איך האב זיך גראדע יא שטארק "מתחבר" געווען צום דמות פון אונזער יונה ברוידא, און כ'האלט אז ער עקט אייזן!!! זיין גאנצע הלוך ילך איז א שטיק פארווייטאגטע נשמה וואס האט אסאך מיטגעמאכט אלץ קינד און ער אליין ווייסט נישט ווי און וואס ער וויל זיין. מצד אחד איז ער א "חעברעמאן" און פייפט אויפ'ן וועלט, און מצד שני וויל ער זיך האלטן צו זיינע גבולות אז ער איז נאר א קליינע גנב און נישט קיין גרויסע. יעדעס מאל ער טוט א דבר אסור שרייט זיין פנים ארויס עגמת נפש און דאגה. ער איז קלוג און שארף, רעדט דברים של טעם אין יעדער סיטואציע. וויל האבן די בעסטע פון אלע וועלטן, און ס'ציפט עם די מצב פון זיין שווארצע נשמה.
בפועל שפיגלט עס אפ דעם שרייבער און יוצר הסידרה יונתן אינדורסקי וואס ער אליין איז אזא געמיש פון חרדי מיט חילוני צוזאמען, א שנה ופירש'ניק וואס איז שטארק צוגעבינדן צו זיין חרדישען עבר און פירט זיך נאכאלץ היבש יודישלעך און איז ווארשיינליך א שטיקל יונה ברוידא מיט א אינערליכע קאנפליקט אין זיין טאג טעגליכע לעבן
זע דא א אינטערוויו מיט עםאון דער רבי זאל זיין געזונט, איי איי דער רבי מקרייניץ, האט אויך די ריכטיגע אויסדריקן אין יעדן פאל, למשל ווען ער שרייט צען מאל "געלט געלט געלט געלט געלט" מיט א מוסר ניגון. ער ווייסט ווען מ'דארף האקן אויפ'ן טיש און ווען מ'דארף צומאכן די אויגן מיט א דביקות. זיין כאראקטער איז געבויט מיט כאריזמע כאילו ער קען איבערנעמען מענטשענס געפילן אין איין מינוט, מיט א ניגון, אדער מיט א כינוי של חיבה, אדער א שטיל-בייסיגע קאמענט, און יעדער וואס קומט נאר אין זיינע ד' אמות ווערט צוגאנגען פאר עם (אויסער עלקע).
כ'האב אזוי געלאכט ווען ער איז געווען אין פאליציי סטאנציע פאר אויספארשונג און ער זינגט דארט עפעס א נארישע תנועהלע וואס מ'קען אפילו נישט הערן און דער שוטר ווערט ממש היפנעטייזד און באגלייט עם ארויס מיט יראת הכבוד און קוקט נאך יעדע באוועגונג. ס'ברענגט ארויס וואס די שרייבערס האבן געהאט אין מיינד ביים דיזיינען דעם קרייניצער רבי זז"ג יאריך ימים על ממלכתו.