Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » קאווע שטיבל • "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חרדים

קאווע שטיבל • "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חרדים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
175 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 177 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12170
מיטוואך מערץ 14, 2018 9:21 am#397424
"אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חרדים
צו מיינע ברידער אין אמעריקע, אייראפא און אומעטום; רבנים, ראשי ישיבות ושאר ירקות:

דאס הארץ מיינער איז ווידער אנגעפולט געווארן מיט פרייד און שפאנונג לערענדיג די גינסטיגע נייעס אז בקרוב וועט אנהויבן שפילן אויף איזערלישע טעלעוויזיע נאך א סעריע איבער חרדי'שע אידן און איר לעבענסשטייגער. די סעריע "אוטונומיות" וועט ווי עס שיינט פון די טרעילער, פארציילן די פיקציע-געשיכטע פון א חרדי'שע אטאנאמיע זייט-ביי-זייט מיט די פרייע מדינת ישראל.

גאנץ א גוטע געדאנק.

מיין זעהל פייערט און מיין הארץ יובל'ט. דא, אצינד, איז אפשר
אפשר די צייט צו דאנקן דעם כל יכול פאר'ן אהער שטעלן היימישע סחורה די לעצטע פאר יאר אויף א פארנעם וואס איז קיינמאל געווען. אנגעהויבן פון שטיסל, און צווישן אנדערע, געענדיגט מיט כיפת ברזל און שבבאניקים. "אוטונומיות" ווערט פראדוסט דורך יהונתן אינדורסקי, דער זעלבער פראדוסער פון "שטיסל".

קיין סך איז נישט איבערגעבליבן צו זאגן, בלויז ווארטס מיט שפאנונג און כן ירבו.
מיטוואך מערץ 14, 2018 10:16 am#397429
שוין געווארן דערמאנט דא ערגעץ, אז ס'איז ווייניגער "ריעליטי" ווי שטיסל וכדומה, מער פיקשאן, אבער דאך זעט עס אויס אינטערעסאנט
מיטוואך מערץ 14, 2018 11:48 am#397437
וואלווי האט געשריבן:שוין געווארן דערמאנט דא ערגעץ, אז ס'איז ווייניגער "ריעליטי" ווי שטיסל וכדומה, מער פיקשאן, אבער דאך זעט עס אויס אינטערעסאנט


אמת, זיי מאכן נאך The Handmaid’s Tale
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 10:03 am#397529
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
לויט ווי איך פארשטיי וועט דער מעסעדזש פון די סעריע זיין אפצושרעקן דעם עולם אז די חרדים קענען אפשר איבערנעמען די רעגירונג און דעמאלס וועט זיין געפערליך וכו' וכו', פארשטייט זיך אז אויב קומט בחירות וועט עס שוין אויך זיין אומזיסטע אדווערטייזמענט פאר לאפיד , וא"כ צ"ע וויאזוי חרדישע אידן קענען זיך פרייען מיט א זאך וואס וועט מרבה זיין שנאה צו זייערע ברידער באה"ק וצ"ע.
דאנערשטאג מערץ 15, 2018 6:26 pm#397581
אויב די חרדים אין ישראל וועלען האבן גלייכע רעכטן ווי די פרייע, און וועלען גיין אין צבא און גיין ארבעטען וועט עס זיין די גרעסטע טובה פאר אונזערע ברודער אין ארץ ישראל.
דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 3:45 pm#412448
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
שוין דא די ערשטע חלק
דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 5:44 pm#412457
אויף טעלגראם דא
דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:19 pm#412463
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
נעגעל וואסער האט געשריבן:אויף טעלגראם דא
דא קענט איר עס האבן אויפן לינק, פאר ווער ס'האט א פילטער אדער טעלעגראם,

אוטונמיות
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:46 pm#412529
האט עס איינער אויף גוגל דרייוו?
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 4:58 pm#412553
סקרן האט געשריבן:האט עס איינער אויף גוגל דרייוו?

m https://drive.google.com/file/d/1BCwGL2 ... p=drivesdk m
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 7:54 pm#412562
א באמבע פון א זאך.
סיי די ענינים וועלכע זיי בארירן, די מצבים, די פיגור'ן, און רעדן אידיש?!... דאס איז א גוטס.
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 8:41 pm#412565
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
יא יא, געוואלדיגע נייעס!
די מעשה איז באמת דראמאטיש און העכסט אינטערעסאנט בפרט פאר אנשי שלומינו.

אויב קריטיק; איך ווייס נישט פארוואס איך האב עפעס נישט "געשפירט" די דראמא. אולי ווייל עס איז פיקציע במילואו. אי ווייל א חלק פון די קערעקטערס פרצופים איז מיר שוין באקאנט פון אנדערע פילמ'ס. עס קוקט אויס ווי עס איז דא אן ערנסטע מאנגל אין שפילערס בארצינו הקדושה.
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 8:57 pm#412566
דאס איז די ערשטע מאווי אויפן אידישן שפראך (ווי די אקטיארן קעדן אפט מאל אידיש)?
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:36 pm#412570
ביי די זעקס-און צוואניגסטע מינוט זעהט מען א "דער בלאט" צייטונג אויפן טיש...
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 10:57 pm#412574
לבי ובשרי האט געשריבן:ביי די זעקס-און צוואניגסטע מינוט זעהט מען א "דער בלאט" צייטונג אויפן טיש...


גראדע איז עס "דער איד", נישט "דער בלאט", אבער איך מיין אז די אקטיארן האלטן פון ביידע אייניג
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 11:45 pm#412577
גראדע האב איך אמאל געטראפן 'דער איד' אין די 'דירת המערות' אין חברון...
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 4:07 am#412583
געוואלדיג! איך האב ליב געהאט ווי דער רבי קויפט טריפה'נע ביכלאך בשעת זיינע חסידים אסרט ער צו לייענען זיי. איך טענה שוין לאנג, די גרעסטע פעלער פון די חרדישע מנהיגים איז נאך זייערע צביעות. די אומארענטליכקייט און פאלשקייט מיט אנדערע און מיט זיך אליינס. דאס איז כפירה בתפארתה. דער איך מעג יא און דו מעגסט נישט און כ'וועל דיר אפילו נישט זאגט דעיס. דער אמת איז ס'איז נישט נאר ביי חרדים אזוי, אבער כאטש פארקויפן זיך נישט אונזערע מנהיגים פאר הייליגע מענטשן.

אבער ס'איז אייזן געמאכט. קודם זעסטו א צעפליקטער אידעלע קומען קויפן די ביכער און דו טראכסט אה ער איז מסתמא אזא אויפגעקלערטער געווארן אויף דער עלטער דער ת"ח/אפיקורס וואס זיצט ביים ווינקל פון ביהמ"ד און רעדט נישט צו קיינעם וועגן זיינע געדאנקען. מיטאמאל זעסטו אים ביים רעבין אינדערהיים שרייען מלחמה! מלחמה! און דו טראכסט, העי איז ער דער זעלביגער? נעה קען נישט זיין. מסתמא נישט. זיי זעען דאך אלע אויס אייניג. דאן, מיטאמאל איז ער אין דער אויטא ביינאכט צוזאמען מיט'ן רעבין און דו טראכסט, אהה זיכער קויפט עס דער גבאי פאר זיך אן דער וויסן פון דער רעבע. אבער דאן קומט דער שאק, ס'איז דער רעבע אליינס! ער האט אליינס זיך מודה געווען. גאש!
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 12:01 pm#412593
בד"וו איך האב אנגעקוקט דאס אז דער רבי ווארפט אריין אז ער לערנט די ספרים, אלס א זייטיגע קרישקע, נישט עפעס ספעציעל, ער האט בעיקר געוואלט צוקומען אז מ'זאל ראטעווען זיין אייניקל, און דעריבער האט ער זיך באדאנקט פאר'ן גנב פאר זיינע פריערדיגע לייסטונגען.
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 12:04 pm#412594
ווען קומט דאס נעקסט?
יחיאל די עכטע טאטע איז גור ארי' פון כיפת ברזל
די פאלשע טאטע האט געעקט אין פאודה
ברוידא איז עקיבא שטיסל
די גבאי פון רבי'ן איז שפיצר פון שבאבניקים
די רבי איז שלום שטיסל
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 12:52 pm#412595
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
טאמבל סאס האט געשריבן:געוואלדיג! איך האב ליב געהאט ווי דער רבי קויפט טריפה'נע ביכלאך בשעת זיינע חסידים אסרט ער צו לייענען זיי. איך טענה שוין לאנג, די גרעסטע פעלער פון די חרדישע מנהיגים איז נאך זייערע צביעות. די אומארענטליכקייט און פאלשקייט מיט אנדערע און מיט זיך אליינס. דאס איז כפירה בתפארתה. דער איך מעג יא און דו מעגסט נישט און כ'וועל דיר אפילו נישט זאגט דעיס. דער אמת איז ס'איז נישט נאר ביי חרדים אזוי, אבער כאטש פארקויפן זיך נישט אונזערע מנהיגים פאר הייליגע מענטשן.

אבער ס'איז אייזן געמאכט. קודם זעסטו א צעפליקטער אידעלע קומען קויפן די ביכער און דו טראכסט אה ער איז מסתמא אזא אויפגעקלערטער געווארן אויף דער עלטער דער ת"ח/אפיקורס וואס זיצט ביים ווינקל פון ביהמ"ד און רעדט נישט צו קיינעם וועגן זיינע געדאנקען. מיטאמאל זעסטו אים ביים רעבין אינדערהיים שרייען מלחמה! מלחמה! און דו טראכסט, העי איז ער דער זעלביגער? נעה קען נישט זיין. מסתמא נישט. זיי זעען דאך אלע אויס אייניג. דאן, מיטאמאל איז ער אין דער אויטא ביינאכט צוזאמען מיט'ן רעבין און דו טראכסט, אהה זיכער קויפט עס דער גבאי פאר זיך אן דער וויסן פון דער רעבע. אבער דאן קומט דער שאק, ס'איז דער רעבע אליינס! ער האט אליינס זיך מודה געווען. גאש!
איך פארשטיי נישט פארוואס דו דארפסט פארדעם צוקומען צו אוטונומיות?? דא אין אמעריקא איז געוועהן (אדער נאך אלץ דא) א TV שאו וואס האט געהייסן (אדער הייסט נאך אלץ) blue bloods, און דארטן האבן זיי קלאר געוויזן אז א רבי האט א מיידל חבר'טע (גיר"ל פרענ"ד בלע"ז), דאס זענען אונזערע פאלשע מנהיגים, פאר אונז זאגן זיי אז מ'טאר נישט האבן א מיידל חבר'טע, און זיי אליינס האבן יא, שומו שמים!

אזוי אויך אויף כיפת ברזל זעהט מען בפירוש ווי נישט שיין די וויזניצע ראש ישיבה פירט זיך אויף צו א טאטע וואס זיין זוהן איז געגאנגען אין מיליטער, אבער ווען זיין שוואגערס זוהן גייט אין מיליטער זאגט ער גארנישט, דאס זענען אונזערע מנהיגים!

אויך אויף שבאבניקים זעהט מען קלאר ווי נישט שיין א ראש ישיבה פירט זיך אויף צו די בחורים, ער לאזט זיי אפילו נישט נעמען קיין ווארעמע שויער און ער ווארפט ארויס בחורים נאר וועגן זייער ספרד'ישן אפשטאם, ממש א פחד!

די מנהיגים פון די מאווי'ס און TV shows זענען ממש געפערליך
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 2:26 pm#412602
סקרן האט געשריבן:ווען קומט דאס נעקסט?
יחיאל די עכטע טאטע איז גור ארי' פון כיפת ברזל
די פאלשע טאטע האט געעקט אין פאודה
ברוידא איז עקיבא שטיסל
די גבאי פון רבי'ן איז שפיצר פון שבאבניקים
די רבי איז שלום שטיסל


דו ביסט זיכער אין וואס דו זאגסט? כ'מיין אז דו מאכסט טעותים. ברוידא איז צו אלט צו זיין עקיבא. די רב קען נישט זיין שלום שטיסל.

ווער איז די רב'ס טאכטער? איך דערקען איר פון ערגעץ.

.
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 2:29 pm#412603
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
הוגה האט געשריבן:
סקרן האט געשריבן:ווען קומט דאס נעקסט?
יחיאל די עכטע טאטע איז גור ארי' פון כיפת ברזל
די פאלשע טאטע האט געעקט אין פאודה
ברוידא איז עקיבא שטיסל
די גבאי פון רבי'ן איז שפיצר פון שבאבניקים
די רבי איז שלום שטיסל


דו ביסט זיכער אין וואס דו זאגסט? כ'מיין אז דו מאכסט טעותים. ברוידא איז צו אלט צו זיין עקיבא. די רב קען נישט זיין שלום שטיסל.

ווער איז די רב'ס טאכטער? איך דערקען איר פון ערגעץ.

.
קיין איינס פון די וואס סקרן האט אויס-גערעכנט זענען נישט אמת
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 2:33 pm#412604
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
די רבי'ס גבאי הייסט דב נבון און ער איז הרב בלוך אויף שבאבניקים
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 2:58 pm#412605
יהודי פשוט האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:
סקרן האט געשריבן:ווען קומט דאס נעקסט?
יחיאל די עכטע טאטע איז גור ארי' פון כיפת ברזל קוק נאכאמאל און הער זיין שטימע
די פאלשע טאטע האט געעקט אין פאודה איך בין 90% זיכער ער האט דארט געעקט
ברוידא איז עקיבא שטיסל
די גבאי פון רבי'ן איז שפיצר פון שבאבניקים זיכער זיכער יא
די רבי איז שלום שטיסל


דו ביסט זיכער אין וואס דו זאגסט? כ'מיין אז דו מאכסט טעותים. ברוידא איז צו אלט צו זיין עקיבא. די רב קען נישט זיין שלום שטיסל.

ווער איז די רב'ס טאכטער? איך דערקען איר פון ערגעץ.

.
קיין איינס פון די וואס סקרן האט אויס-גערעכנט זענען נישט אמת
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:01 pm#412606
ברוידא איז נישט קיווע
און דער רבי איז נישט שלום שטעסל

דער רבי'ס טאכטער איז געווען אויף סרוגים אלס הודיה ברוכין - די אפגעפארענע מיידל וואס פארליבט זיך אין א פרייע בחור. זי הייסט טלי שרון
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:10 pm#412608
דער אדמו"ר מקרייניץ הייסט שולי ראנד
וראה זה פלא - ער איז א פרומע יוד א ברעסלעבער בעל תשובה און ער קוקט אויס אין ריל לייף כמעט ווי אויפ'ן מאווי מיט'ן גרויסען בארדע און א קאפעלוטש

אויף זיין וויקי בלאט שטייט

רנד הוא אחד מהיוצרים הבולטים ביותר של תרבות יהודית מבעלי תשובה חרדיים המשפיעים על התרבות הישראלית הכללית...

רנד נולד וגדל בבני ברק למשפחה דתית לאומית. לבלהה ולפרופ' יעקב רנד. למד בבית הספר היסודי מוהליבר שבעיר ולאחר מכן בישיבת אור עציון, ובישיבת נחלים עד גיל 18, אז יצא בשאלה. ב-1984, לאחר שירותו הצבאי בחיל הרגלים, החל ללמוד בסטודיו למשחק ניסן נתיב וב-1987 סיים את לימודיו שם, לצד יובל זמיר, דן תורן ומיכאל מורים.

בשנת 1998 חזר רנד בתשובה והצטרף לחסידות ברסלב, והוא תלמידו של הרב שלום ארוש. באותה שנה הקים מגמת תיאטרון בבית הספר לקולנוע מעלה, אולם זו נסגרה לאחר כשנתיים. בשנת הלימודים תשע"ד (2014-2015) לימד בתורת החיים - בית הספר לקולנוע יהודי.
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:13 pm#412609
אברך משי האט געשריבן:ברוידא איז נישט קיווע
און דער רבי איז נישט שלום שטעסל

דער רבי'ס טאכטער איז געווען אויף סרוגים אלס הודיה ברוכין - די אפגעפארענע מיידל וואס פארליבט זיך אין א פרייע בחור. זי הייסט טלי שרון

אמת
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:21 pm#412610
מיר קוקט אויס ברוידא ווי שלום שטיסל'ס איידעם. געדענק איך שוין נישט וויאזוי ער הייסט דארט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:23 pm#412611
ווייס?
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:39 pm#412612
פורים קטן האט געשריבן:מיר קוקט אויס ברוידא ווי שלום שטיסל'ס איידעם. געדענק איך שוין נישט וויאזוי ער הייסט דארט.

די ווייב איז זיכער שלום'ס טאכטער
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:58 pm#412613
פורים קטן האט געשריבן:מיר קוקט אויס ברוידא ווי שלום שטיסל'ס איידעם. געדענק איך שוין נישט וויאזוי ער הייסט דארט.


הר"ר ליפא ווייס חדב"ן פון הרב שלום שטעסל האט געהאט א הויקער מיט שמייכלדיגע קליינע אויגן, און איז אגב אויך געווען יענער פרייע בחור וואס איז געווען פארליבט און צוטיילט אפאר מאל אין "סרוגים" מיט הודיה ברוכין וואס איז יעצט דעם רבי'ס טאכטער
קוקט נישט אויס ווי ברוידא. כן נראה לעניות דעתי

וכבר אמר מי שאמר כאן אז ווייזט אויס די יזראלישע טעלעוויזיע האט א מאנגל אין אקטיארן
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 4:01 pm#412614
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
אקטיארן וואס קענען רעדן אידיש
און דו רעדסט נאר פון אזעלעגע וואס רעדן פון חרדים
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 4:58 pm#412617
שלום שטעסל אדער זיין ברודער ר' נחום פון בעלגיע האט אמאל דערציילט אין א אינטערוויו אז ער קען נישט קיין ווארט אידיש און ער האט זיך אלעס געלערנט און איינגעחאזערט על אתר וואס צו זאגן
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:59 pm#412626
אברך משי האט געשריבן:שלום שטעסל אדער זיין ברודער ר' נחום פון בעלגיע האט אמאל דערציילט אין א אינטערוויו אז ער קען נישט קיין ווארט אידיש און ער האט זיך אלעס געלערנט און איינגעחאזערט על אתר וואס צו זאגן

כהאמיר פארגעשטעלט אזוי.
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 6:00 pm#412627
וועם פראבירן זיי צו ציען און שלעפן ווען זיי רעדן אידיש און אלעס איז אידיש'לעך, אפילו די סיינ'ס. מעגליך ווייל עס איז אנטי-מדינה?
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 9:45 pm#412642
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
איסר האטלקי האט געשריבן:
פורים קטן האט געשריבן:מיר קוקט אויס ברוידא ווי שלום שטיסל'ס איידעם. געדענק איך שוין נישט וויאזוי ער הייסט דארט.

די ווייב איז זיכער שלום'ס טאכטער
ניין, שלום שטיסל'ס טאכטער הייסט נטע ריסקין, און בלומי ברוידא הייסט רותם סלע
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:43 am#412653
יונה ברוידא הייסט אסי כהן
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:54 am#412654
יהודי פשוט האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
פורים קטן האט געשריבן:מיר קוקט אויס ברוידא ווי שלום שטיסל'ס איידעם. געדענק איך שוין נישט וויאזוי ער הייסט דארט.

די ווייב איז זיכער שלום'ס טאכטער
ניין, שלום שטיסל'ס טאכטער הייסט נטע ריסקין, און בלומי ברוידא הייסט רותם סלע

ער מיינט לכאורה די ליובאוויטשע טאכטער פון נהריה
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 1:08 am#412655
אינטערעסאנט, דער קרייניץ'ע רבי זאל זיין געזונט קוקט נישט אויס אזוי איי איי איי, זיין איידעם קוקט אבער אויס ווי א בנש"ק מיט אלע מפרשים
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 1:13 am#412656
אברך משי האט געשריבן:דער אדמו"ר מקרייניץ הייסט שולי ראנד
וראה זה פלא - ער איז א פרומע יוד א ברעסלעבער בעל תשובה און ער קוקט אויס אין ריל לייף כמעט ווי אויפ'ן מאווי מיט'ן גרויסען בארדע און א קאפעלוטש

אויף זיין וויקי בלאט שטייט

רנד הוא אחד מהיוצרים הבולטים ביותר של תרבות יהודית מבעלי תשובה חרדיים המשפיעים על התרבות הישראלית הכללית...

רנד נולד וגדל בבני ברק למשפחה דתית לאומית. לבלהה ולפרופ' יעקב רנד. למד בבית הספר היסודי מוהליבר שבעיר ולאחר מכן בישיבת אור עציון, ובישיבת נחלים עד גיל 18, אז יצא בשאלה. ב-1984, לאחר שירותו הצבאי בחיל הרגלים, החל ללמוד בסטודיו למשחק ניסן נתיב וב-1987 סיים את לימודיו שם, לצד יובל זמיר, דן תורן ומיכאל מורים.

בשנת 1998 חזר רנד בתשובה והצטרף לחסידות ברסלב, והוא תלמידו של הרב שלום ארוש. באותה שנה הקים מגמת תיאטרון בבית הספר לקולנוע מעלה, אולם זו נסגרה לאחר כשנתיים. בשנת הלימודים תשע"ד (2014-2015) לימד בתורת החיים - בית הספר לקולנוע יהודי.
מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2018 9:57 pm#412689
ווען קומט די נעקסטע?
מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2018 11:13 pm#412693
איז עס אינטערסאנט ? לוינט זיך אוועקצוגעבן א שעה דערויף?
מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2018 11:29 pm#412694
ווענד זיך וואס דו ווילסט טון אנשטאט דעם
מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2018 11:59 pm#412695
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
די רבי דארף צושארפן זיין אידיש.
"אוואויזי אונזערע אבות אוואויזי אונזערע זיידעס"...

זיין עקטן איז יא גאר גוט.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 12:19 am#412697
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
איך האף אז אין די קומענדיגע עפיזאדן וועלן זי ףי אוועקגעבן מער צייט אויף פארשטעלן וויאזוי די אוטונומיה זעהט אויס, וויאזוי די חרדישע רעגירונג ארבעט, די פאליציי, מיליטער, בתי דינים, געזעצן וכדומה.
די דראמא זעהט אויס צו זיין אינטערעסאנט, אבער נישט פארדעם וויל איך וואטשן די סעריע. איך ווארט צו זעהן וויאזוי א חרדישע אוטונומיה וואלט זיך אויסגעשטעלט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 12:58 am#412701
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך האף אז אין די קומענדיגע עפיזאדן וועלן זי ףי אוועקגעבן מער צייט אויף פארשטעלן וויאזוי די אוטונומיה זעהט אויס, וויאזוי די חרדישע רעגירונג ארבעט, די פאליציי, מיליטער, בתי דינים, געזעצן וכדומה.
די דראמא זעהט אויס צו זיין אינטערעסאנט, אבער נישט פארדעם וויל איך וואטשן די סעריע. איך ווארט צו זעהן וויאזוי א חרדישע אוטונומיה וואלט זיך אויסגעשטעלט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
פאהר קיין סקווירא צו זעהן ווי אזויאזוי ס'זעהט אויס
זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 12:34 pm#412706
טאמבל סאס האט געשריבן:געוואלדיג! איך האב ליב געהאט ווי דער רבי קויפט טריפה'נע ביכלאך בשעת זיינע חסידים אסרט ער צו לייענען זיי. איך טענה שוין לאנג, די גרעסטע פעלער פון די חרדישע מנהיגים איז נאך זייערע צביעות. די אומארענטליכקייט און פאלשקייט מיט אנדערע און מיט זיך אליינס. דאס איז כפירה בתפארתה. דער איך מעג יא און דו מעגסט נישט און כ'וועל דיר אפילו נישט זאגט דעיס. דער אמת איז ס'איז נישט נאר ביי חרדים אזוי, אבער כאטש פארקויפן זיך נישט אונזערע מנהיגים פאר הייליגע מענטשן.

אבער ס'איז אייזן געמאכט. קודם זעסטו א צעפליקטער אידעלע קומען קויפן די ביכער און דו טראכסט אה ער איז מסתמא אזא אויפגעקלערטער געווארן אויף דער עלטער דער ת"ח/אפיקורס וואס זיצט ביים ווינקל פון ביהמ"ד און רעדט נישט צו קיינעם וועגן זיינע געדאנקען. מיטאמאל זעסטו אים ביים רעבין אינדערהיים שרייען מלחמה! מלחמה! און דו טראכסט, העי איז ער דער זעלביגער? נעה קען נישט זיין. מסתמא נישט. זיי זעען דאך אלע אויס אייניג. דאן, מיטאמאל איז ער אין דער אויטא ביינאכט צוזאמען מיט'ן רעבין און דו טראכסט, אהה זיכער קויפט עס דער גבאי פאר זיך אן דער וויסן פון דער רעבע. אבער דאן קומט דער שאק, ס'איז דער רעבע אליינס! ער האט אליינס זיך מודה געווען. גאש!


איך זעה נישט ווי דער רבי איז מודה אז ער זעלבסט ליינט די ביכער, סך הכל ווייסט ער אז יונה איז דער מבריח, און ניצט עס אים צו בלעקמעילען.

ער פרעגט אזוי, ווער דארף דען ליינען די ספרים, און רעבישט זיך אזוי, נו, עס איז מיין יצר הרע. ד.מ. איך בין אויך שולדיג אין דעם. כנלע"ד.
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 1:06 am#412719
געוואלדיג !!
פירות הנושרים
א. מ'קען מען זיך דינגען דריי מאל צו סאיז חנה אדער אננע, אבער אז מען זאגט חנה'לע בלשון חיבה איז נישט שייך זיך צו דינגען
ב. ברוידא איז אויך אן ערשטע נאמען
ג. אז מען עסט חזיר זאל עס רינען אויף'ן בארד
ד. חרידישע פרויען גייען שלאפן אין צייט פון נאכטמאל מיט אויערן שטאפערס און אויגן פארשלייערס
ה.עס איז דא אזא זאך ווי א קליינער גנב און א גרויסער גנב
ו. מתים קענען פארליידען פורנו אבער נישט קיין טריפות
ז. מלקוש רעגנט אין ירושלים אבער נישט אין תל אביב
ח. שלום שטיסל קען אבעסערע אידיש ווי קרייניצע רבי
ט. קרייניצע רבי האט נישט קיין רוח הקודש
י. טעיק קעיר... זאגט מען אין עברית להתראות
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 10:58 am#412724
שוין דא א נייע?
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 12:39 pm#412731
סקומט ארויס יעדע דאנערשטאג