פארומס › ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל

ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל

336 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12171
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 12:37 am#400193
גאנצל האט געשריבן:ווען וויזניצע רביס האבן ווען א אפטויניטי זיך צו שלאגן וואלסטו געוואויר געווארן אז זיי זענען פונקט אזאנע פוסטאקעס ווי עני אנדערע

נאך מער ביי ר' מאטעלע ואחיו האט מען זיך נישט געקריגט אויף ריעל עסטעיט און פונדעסטוועגן געווען צוקריגט

ר׳ מוישלע און ר׳ מאטעלע זענען יא געוועהן מעהר פון די קריגערערישע טייפ. (א שטייגער ווי די טייטלביימער) זייערע קינדער נישט. אויסער ביידע ר׳ מענדל׳ס דער טאליבאן פון גיבערס און דער פאריקטער ״העיליגער בעל-דמיון״ פון מרכז. און מיט וועם פונקטליך גייען זיי זיך שלאגן? סאיז נישטא אויף וואס! יעדער האט זיך זיין טעראטאריע און געגעאנגען ווייטער.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 1:18 am#400194
שמעון וואלף האט געשריבן:ס'נישט קיין שאלה אז קרעדיט קומט זיך פאר ר' מאטעלע ז"ל מיט די קינדער. אבער מ'דארף פארשטיין אז מ'קען נישט מדמה זיין וויזניץ צו סאטמאר אדער באבוב. בימים ההם - פאר 15-20 יאר צוריק האט מען נאך געמיינט אז מ'קען זיך שלאגן און אוועק כאפן איינער פון צווייטן אדער סתם טערארעזירן און מ'זאל נאך עפעס פארדינען דערפון. די מחלוקת אין באבוב, סאטמאר, קלויזענבורג וכו' האט געברענגט א גיעול נפש צו שטיין ווייט פון מחלוקת. קוק אן די וואס שלאגן זיך, מ'הערט נישט אויף צו טראכטן פון צד שכנגד. ווען יענער זאגט בים זאג איך באם. טאג און נאכט איז מען ביזי מוט חשבונות. מ'קען נישט גיין דא און מ'קען נישט טון יענץ, אן אפקומעניש. און וואס האט מען פארדינט?
ובפרט וויזניץ וואס זיי האבן דאך יארן לאנג געלעבט מיט מחלוקת צווישן מאנסי אין בני ברק און זיי זענען שוין דורך געגאנגן די סייקל ביז'ן שלום מאכן, האט נאך איינער דארט געהאט אן אפעטיט פאר מחלוקת?
נאכאמאל, טאמער וואלטן אדמו"רים פון וויזניץ מאנסי געווען פוסטאקעס וואלט געווען זייער גרינג ס'זאל אויספלאצן א מחלוקה'לה אבער לפי המצב, האט זיך נישט פארלאנגט קיין מורא'דיגע מדריגות צו לעבן בשלום

גאנצל האט געשריבן:ווען וויזניצע רביס האבן ווען א אפטויניטי זיך צו שלאגן וואלסטו געוואויר געווארן אז זיי זענען פונקט אזאנע פוסטאקעס ווי עני אנדערע

נאך מער ביי ר' מאטעלע ואחיו האט מען זיך נישט געקריגט אויף ריעל עסטעיט און פונדעסטוועגן געווען צוקריגט

נכרים דברי סאטמראים.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 1:21 am#400195
גייטס צוריק צום ארגינעלן סאטמארע דרך און עטס וועטס מער מצליח זיין. יענער מעג זיין דער גרעסטער צדיק, עניו, און ת"ח, אבער אויב איז ער א ציוני דעמאלטס איז דאס גארניקס, אן עובד ע"ז ממש...
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 8:24 am#400198
דער גיעול נפש פון מחלוקת מיינט נאר אז יענער איז א גועל נפש פאר׳ן זיך נישט מוותר זיין צו מיר. א מענטש וואס האלט אז אלסדינג קומט זיך איהם, וועט אייביג זיין נעבעך א באקריוועדעטע, און א נרדף. איך גלויב שווער אז מ׳האט געטראכט שלא תמות כדרך שמת פלוני.

לאמיר אבער האפפען אז דער העולם וועט איינזע׳ען ווי געפערליך איז דאס מחלוקת, און מ׳עט שטייען ווייט דערפון.

מ׳דארף יעצט זע׳ען וויאזוי וויזניץ אנטוויקעלט זיך. למשל, ביים נעקסטען אסיפת כלל ישראל, ווער גייט מכריע זיין? זיי וועלען אלע פילען משועבד צו איין דעה? איך זעי נישט פארוואס עס וואלט אזוי געדארפט אזוי זיין, אבער ווער ווייסט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 12:51 pm#400225
איך וויל זיך דינגען מיט שבת אחים וואס טענהט ער דרייט זיך אין מאנסי יארן לאנג, נאכאמאל איך בין נישט קיין וויזניצער חסיד, נישט היינט נישט נעכטען איל וואין פארט אויף פילליס טעררעס ווייס איך א ביסעלע,
הרב מענדיל האט נישט קיין טראף שכל... א טאליבאן... א ר... און הרב יצחק יוחנן געלונגעסטע קינד וואס? צו הרב יצחק יוחנן איז ערלעך אוןן הייליג מסכים געלונגען וואס זענט איר משיגע?
לאמרי די זייער קלאר זיין זאלסט מיך גיט פארשטיין, ווען איך דארף פיקען אט רבי פון די אכט, האב איך א ספק פינקטליך צו וועגען און מעסטען אבער דאס איז זיכער, א עובד ד' איז רעב מענדיל נומבער איינס הרב יצחק יוחנן איז נאכעם אבער נישט נומבער צוויי ער איז נומבער פיר ווייל קיין צווייטע ווי הרב מענדיל אלטס עובד ד' איז נישטא, הרב מענדיל עבדות ד' נעמט אריין זיין כלפי שמיא, מיין איך, זיין התמדה, יראת שמים, עבודת התפלה, שמירת עינים, ידיעת התורה ויגיעה עצומה, בקי נפלא בספרי חסידות ספרי התולדות ועוד, אמת זיין בין אדם למקום איז נישט אזוי גיט און שיין ווי הרב יצחק יוחנן, אבער ווי קימט הרב יצחק יוחנן צו צו זיין מח? צו זיין האראוואניע? און לשבחו יאמר כהער זינט ער האט אנגענימען די שבט הנהגה האט ער איבערגעלאזט פיל פון זיינע שארפקייט, עס איז צו האפפען אז סוועט נאך דא זיין א זאך, אבער הארוואניע און יגיעה אין שבת קודש און לימוד התורה שעות רציפות עד כלות הנפש, דאס קען מען נישט ווערען דאס איז הארוואניע פון 50-60יאר! הרב יצחק יוחנן דארף נאכאמאל געבוירען ווערן צו זיין אזא עובד,
נישט אז ער איז גארנישט חס ושלום, ער איז וואיל און טייער אבער נישט א מעין פון דאס,
יעצט קים צוריק מיט אלע מיאוסע ווערטער אויף הרב מענדיל און ווער גערעכט, ווענד מיר אף זיין האראוואניע און יגיעה, און נישט מער און נישט ווייניגער!
נאכאמאל ווען הרב יצחק יוחנן האט נישט א ברידער אדער א קאזין הרב מענדיל איז ער דער גערוטענסטער, לגבי שמיא, נישט לגבי ארעא, די ווייסט וויפול שכל ער האט, פרעג זיין איידיעם הר"ד בהרא"ד וועסטו הערען פונקטליך... דריי מיר נישט קיין קאף געלונגען, ער איז מעסיגער ראויגער ערליך וואיל אבער הנהגה? שכל? וואס האקסטו אין קאף, יא ער היט די אויגען, ער לערינט און דאווענט , ווי א נארמאלע ערליכער איד, נישט מיט יגיעות עצימות רייסען שטיקער פון זיך, ועוד חזון למועד
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 8:22 pm#400280
איך בין דירעקט נישט קיין וויזניצער אבער אויב זאל איך דארפען פיקען איינער פון די אכט וואלט איך בלי שום ספק געגאנגען מיט אדמו״ר מירושלים לעיקוואד
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 9:52 pm#400300
ראוונע האט געשריבן:איך בין דירעקט נישט קיין וויזניצער אבער אויב זאל איך דארפען פיקען איינער פון די אכט וואלט איך בלי שום ספק געגאנגען מיט אדמו״ר מירושלים לעיקוואד

נישט קיין שלעכטע פיק. איך גלייך אים אויך זייער שטארק. שוין יאהרן וואס ווען איך טרעף אים געב איך אים א קוש אויף די האנט. אבער פאר אינטערסאנטקייט זאג׳זשע פארוואס וואלסטו אים אויסגעקליבן איבער די אנדערע. לאמיר הערן.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 10:32 pm#400306
ימים. ווילאנג קענסטו שוין ר׳ מענדל און וואס האסטו אנגעשטויסן מיט וויזניץ? סזעהט נישט אויס ווי דו קענסט זיי בכלל. און וועגן זיין איידעם דוד טווערסקי רעדסטו סתם שטותים. ביסט א ליגענער. איך גלייב דיר נישט גארנישט. און זייט ווען איז ער א מאן-דאמר? ער איז מיין כתה איך קען אים. ער איז עפעס א קאמפעטישאן פאר שלמה המלך?.

מיט וועלכע ״פיבער מעסטער״ האסטו געמאסטן אז ר׳ יצחק יוחנן דארף נאכאמאל געבוירן ווערן צוזיין אזא עובד ווי ר׳ מענדל? ווער האט דעס אפגעמאכט? וואס עפעס? פון וואו נעמסטו דאס? ווייל ער שאקלט זיך ביים דאווענען ווי א עגלה ערופה? ווייל ער מאכט מאדנע יללות ביים דאווענען? ווייל ער טוט נישט טוישן די הויזן נאר איינמאל אין ניין-חדשים און ער שטינקט ווי א חזיר? מיט וואס איז ער מעהר ווי ר׳ יצחק יוחנן? וויאזוי מעסטו גדלות?

ר׳ מענדל איז א עובד? א קלוגער מענטש? טוה מיר א טובה זאל ער קודם גיין איבערבעטן די אלע מענטשען וואס ער האט מבזה געוועהן. געשלאגן. (דו ווייסט וויפל מענטשען ער האט געשלאגן אין זיין לעבן?) איינער וואס הייבט הענט איז א ר ש ע !- גענוי די ווערטער האט אים די רבי זצ״ל געזאגט ווען ער האט איינמאל באפאלן ר׳ יוסל ראב-משב״ק און אים געשלאגן און אנגעשפריצט מיט הייס וואסער. גארנישט קיין עובד!

ער איז א טאליבאן! אלע זיינע תקנות אין זיין שטעטל איז ענדליך צו די טאליבאן און העלבראנץ. ער איז יואלי ציממערמאן וואס זיין טאטע איז געוועהן א גרויסע רבי. פארגעס פון עובד שמובד, ער איז בכלל נישט קיין נארמאלע בריאה! ער איז שוין היינט טאקע א עלטער-זיידע און האט זיך שוין אביסל בארואהיגט אבער יונגערהייט? כהאב אים נאך שיין באטיטלט. ווילסט הערן מיין עכטע מיינונג אויף אים? ווען זיין טאטע איז נישט וויזניצער רבי וואלט מען אים יונגערהייט אריינגעלייגט אין חוש אדער אין משוגעים הויז.

שוין! וואס א חילוק! נעקסט קעיס.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 10:52 pm#400311
שבת אחים האט געשריבן:
ראוונע האט געשריבן:איך בין דירעקט נישט קיין וויזניצער אבער אויב זאל איך דארפען פיקען איינער פון די אכט וואלט איך בלי שום ספק געגאנגען מיט אדמו״ר מירושלים לעיקוואד

נישט קיין שלעכטע פיק. איך גלייך אים אויך זייער שטארק. שוין יאהרן וואס ווען איך טרעף אים געב איך אים א קוש אויף די האנט. אבער פאר אינטערסאנטקייט זאג׳זשע פארוואס וואלסטו אים אויסגעקליבן איבער די אנדערע. לאמיר הערן.

לויט ווי ער זעהט מיר אויס איז ער אן איש אמת זוכט נישט צו מאכען פון זיך קיין סאך אין איבער אלעם איז ער איין שטיק הארץ ער פארמאגט די אמת׳ע וויזניצע ווארעמקייט
מאנטאג יוני 04, 2018 5:05 am#404798
ימים ידברו האט געשריבן:איך וויל זיך דינגען מיט שבת אחים
וויפול שכל ער האט, פרעג זיין איידיעם הר"ד בהרא"ד וועסטו הערען פונקטליך

איך האב אים היינט געטראפן ביי א שמחה. ער קומט צו צו מיר און זאגט מיר. איך האב געהערט אז איינער האט געשריבן צו דיר אז איך האב עפעס געזאגט אויף מיין שווער וויל איך דיר לאזן וויסן ״להד״ם״ איך האב קיינמאל נישט גערעדט אויף אים. פארקערט איך האלט שטארק פון אים. זאג איך אים. איך ווייס נישט וואס דו רעדסט. זאגט ער דו ווייסט גאנץ גוט-״קאווע שטיבל״ מהאט געשמועסט אין וויזניץ אז דו ביסט עס.

איך האב ארויסגענומען פון די אינצידענט דריי פונקטן:

קודם זעהט אויס איך דארף מיך היטן וואס איך שרייב. אז אין די ״העידקוואטערס״ האט מען מגלה געוועהן דעם ״סוד פאר גאנץ בראד״ אז שבת אחים איז גאר שבתי בראדער... (עכטע נאמען געהיטן אין די מנהל׳ס אפיס).

אין אמתן אריין וואלט איך געשריבן מיט מיין עכטע נאמען-איך האב גאר ווייניג איינגעשטויסן צי איינעם געפעלט יא אדער נישט וואס איך שרייב
איך האב נאר איינגעשטויסן מיטן ״אמת״. אויב סאיז אמת גייט מיך גאנץ קנאפ אן וואס דער אדער יענער זאגט. נאר דאך שרייב איך נישט מיט מיין אמתע נאמען נאר וועגן מיינע עלטערן וואס איך גלייך שטארק און פאר זייער כבוד-וועגן. ווען נישט דעם וואלט איך טאקע גענוצט מיין עכטע נאמען.

צווייטענס, זעה איך אז איינער ליינט מיינע תגובות אויסער די ניקים וואס שרייבן דא.

דריטענס, אזויווי זיך פארגעשטעלט: ימים פאבריצירט מעשיות וואס איז נישט געשטויגן און געפלויגן.
מאנטאג יוני 04, 2018 1:54 pm#404863

נו אוודאי זיי דארפן אכטונג געבן וואס די רבי פון סטעטען איילענד זאגט און זעהן ווער ס'איז זיך מתנגד צו עם
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 9:12 am#420501
נאך א לענגערע זיצונג פון האחים האדמורי"ם שליט"א האט אלע אפגעמאכט בפה אחת אז דער רבי ז"ל וועט גערופן ווערן אור האמת .‬

רמזים אויף אור האמת

א) או"ר האמ"ת (עה"א) איז גימ' מרדכ"י ב"ן חיי"ם מאי"ר (עה"א).

אזוי ווי די 'אהבת שלום', וואס איז גימ' מנח"ם מענדי"ל ב"ן יעק"ב קאפי"ל.

ב) אין די דברי תורה האט דער רבי ז"ל אסאך ארום גערעדט פון די פיר זאכן וואס זענען מרומז אין 'אמת':
1. אמת (כפשוטו).
2. תורה (תורת אמת).
3. אמונה (עי' ד"ת ליש"ק בראשית תש"ס ועוד, דאותיות א' מ' ת' - ראש תוך וסוף של הא"ב מורה על אמונה, היה הוה ויהיה).
4. קדושה וטהרה (עי' ד"ת ליש"ק שמות תשל"ה ועוד, חותמו של הקב"ה אמת - רומז לקדושת היסוד).

ג) די גאנצע מהות איז דאך ווי באוויסט געווען "אמת"!
די ווארט אמת איז ווי זיין לעבנס בייעגראפיע.

ד) אמת איז בחינת יעקב - תתן אמת ליעקב, בחי' תפארת, און דער רבי ז"ל איז דאך געווען דער מכריע צווישן חסד און גבורה. ווען פון איין זייט א ווארעמע טאטע פאר יעדן חסיד און פון די צווייטע זייט א תובע וואס האט מדריך געווען אָן קיין פשרות.

און ווי פאסיג וועט טאקע זיין זיך אויסצודרוקן: 'דער רבי, די אור האמת ז"ל', און דאס וועט אריין געבן דעם ריכטיגן מעסעדזש צו שטארקן אונז און אונזערע דורות אויפ'ן גאנצן מהות פונעם רבי'ן.

אזוי אויך "תלמוד תורה אור האמת", "ספר אור האמת", וכדו'.
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 12:54 pm#420521
פארוואס נישט 'המוכיח מפיליס טערעס'?
דו ווייסט וואס נאך 'מרדכי בן חיים מאיר' איז בגימטריא?

אלמנה שחורה
אחוריים ושדיים
אבא אל תפליץ
אדם מבוגר עם זקן לבן
נס חנוכה נס פורים
קרני פרה
גר זאב עם כבש
חזק בקדיחות
רוע שטני
קבריאל רקב
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:02 pm#420522
שקד האט געשריבן:פארוואס נישט 'המוכיח מפיליס טערעס'?

Shut your trap
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:36 pm#420527
פאר מיר איז תפארת מרדכי אויך גוט. למשל. תפארת ישראל קענמען זאגן. אבער תפארת מענדעלע קענמען נישט זאגן. חוץ ע"י שוואנצאנעס. דארט קענמען אלעס טראכטן און זאגן. ביז די רבי שליט"א וועטצעך אויפרעגן אויף איהם...!
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:43 pm#420529
וואלווי האט געשריבן:
שקד האט געשריבן:פארוואס נישט 'המוכיח מפיליס טערעס'?

Shut your trap
שקד האט געשריבן:פארוואס נישט 'המוכיח מפיליס טערעס'?
דו ווייסט וואס נאך 'מרדכי בן חיים מאיר' איז בגימטריא?

אלמנה שחורה
אחוריים ושדיים
אבא אל תפליץ
אדם מבוגר עם זקן לבן
נס חנוכה נס פורים
קרני פרה

איך געדענק יארן צוריק בימי המחלוקות הגדול, איז געווען א צעטל וואס איז געשטאנען דערויף אז -
'מרדכי בן חיים מאיר' איז בגימטריא 'כל אשר בו מום' (א פסוק אין פרשת אמור)
מרדכי בן חיים מאיר האגער איז בגימטריא 'ויבן ערי מסכנות' (פון פרשת שמות)

זעהט אויס עפעס האט מען געוואלט מרמז זיין דערמיט.

בין איך יעצט ארויפגעגאנגען צו זוכן די בגימטריא פון פסוקי תנ"ך, האב איך געזעהן אז -
מרדכי בן חיים מאיר האגער איז בגימטריא ויברא אלהים את האדם בצלמו
מרדכי בן חיים מאיר האגער איז בגימטריא זה השער להויה צדיקים יבאו בו
דאס זענען דאך פיל שענער ווי דער אויבערדערמאנטער בגימטריאות
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:44 pm#420531
berlbalaguleh האט געשריבן:פאר מיר איז תפארת מרדכי אויך גוט. למשל. תפארת ישראל קענמען זאגן. אבער תפארת מענדעלע קענמען נישט זאגן. חוץ ע"י שוואנצאנעס. דארט קענמען אלעס טראכטן און זאגן. ביז די רבי שליט"א וועטצעך אויפרעגן אויף איהם...!

אין עולם הישיבות איז נישט דא דעם פראבלעם. מ'געט א נאמען חידושי רבנו משה וכדו' און פערטיג. ס'סאונד ווי עפעס א ראשון.
אדער נאך בעסער, וואס איז ראנג מיט די נאמען אליינס, אזוי ווי דער "מרדכי"...
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:56 pm#420537

יא, אזויווי 'מחאות מרדכי' אדער מחילות מרדכי בעולם הבא
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 2:02 pm#420538
וואלווי האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:פאר מיר איז תפארת מרדכי אויך גוט. למשל. תפארת ישראל קענמען זאגן. אבער תפארת מענדעלע קענמען נישט זאגן. חוץ ע"י שוואנצאנעס. דארט קענמען אלעס טראכטן און זאגן. ביז די רבי שליט"א וועטצעך אויפרעגן אויף איהם...!

אין עולם הישיבות איז נישט דא דעם פראבלעם. מ'געט א נאמען חידושי רבנו משה וכדו' און פערטיג. ס'סאונד ווי עפעס א ראשון.
אדער נאך בעסער, וואס איז ראנג מיט די נאמען אליינס, אזוי ווי דער "מרדכי"...

וואלווי: ווייל ביי אונז אונגארישע אידן איז נישט גענוג דער נאמען. ס'דארף זיין צוגעטשעפעט עפעס א שטעטעלע אויך. אזוי ווי למשל מלפנים אבדק"ק הוידו נאנאש. אדער שאראש פאטיק. אדער גאר קיש קיריי. אדער פיש פיק לאדאני...!
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:06 pm#420540
berlbalaguleh
וואלווי
berlbalaguleh
פאר מיר איז תפארת מרדכי אויך גוט. למשל. תפארת ישראל קענמען זאגן. אבער תפארת מענדעלע קענמען נישט זאגן. חוץ ע"י שוואנצאנעס. דארט קענמען אלעס טראכטן און זאגן. ביז די רבי שליט"א וועטצעך אויפרעגן אויף איהם...!

אין עולם הישיבות איז נישט דא דעם פראבלעם. מ'געט א נאמען חידושי רבנו משה וכדו' און פערטיג. ס'סאונד ווי עפעס א ראשון.
אדער נאך בעסער, וואס איז ראנג מיט די נאמען אליינס, אזוי ווי דער "מרדכי"...

וואלווי: ווייל ביי אונז אונגארישע אידן איז נישט גענוג דער נאמען. ס'דארף זיין צוגעטשעפעט עפעס א שטעטעלע אויך. אזוי ווי למשל מלפנים אבדק"ק הוידו נאנאש. אדער שאראש פאטיק. אדער גאר קיש קיריי. אדער פיש פיק לאדאני...!

דער פיליס-ווילכאוויצער
וואס איז ראנג מיט רעב מאטעלע? אור האט נישט קיין פשט, און האמת איז אויך אבי געשאסן, קענסט זאגן חריפות מרדכי, קנאות מרדכי. אבער אמת? אפשר אמת למרדכי
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:07 pm#420541
וואס איז שלעכט מיט "מירא דכיא"
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:09 pm#420542
גדליה
וואס איז שלעכט מיט "מירא דכיא"

אדער 'מאנצי ווישניץ'
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:11 pm#420544
berlbalaguleh
וואלווי
berlbalaguleh
פאר מיר איז תפארת מרדכי אויך גוט. למשל. תפארת ישראל קענמען זאגן. אבער תפארת מענדעלע קענמען נישט זאגן. חוץ ע"י שוואנצאנעס. דארט קענמען אלעס טראכטן און זאגן. ביז די רבי שליט"א וועטצעך אויפרעגן אויף איהם...!

אין עולם הישיבות איז נישט דא דעם פראבלעם. מ'געט א נאמען חידושי רבנו משה וכדו' און פערטיג. ס'סאונד ווי עפעס א ראשון.
אדער נאך בעסער, וואס איז ראנג מיט די נאמען אליינס, אזוי ווי דער "מרדכי"...

וואלווי: ווייל ביי אונז אונגארישע אידן איז נישט גענוג דער נאמען. ס'דארף זיין צוגעטשעפעט עפעס א שטעטעלע אויך. אזוי ווי למשל מלפנים אבדק"ק הוידו נאנאש. אדער שאראש פאטיק. אדער גאר קיש קיריי. אדער פיש פיק לאדאני...!

אדער אזוי ווי מאנטיווידעא..
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:11 pm#420545
נאך א פאר הצעות:

כסף מרדכי
לבושי מרדכי
גאון מרדכי
בני מרדכי
רבי מרדכי בעל הצעטליך
רבי מרדכי ממאנסי
רבי רבי מאטעלע
מטא משמיה
מטה הגר
מטה מטה
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:13 pm#420547
גדליה
נאך א פאר הצעות:

כסף מרדכי
לבושי מרדכי
גאון מרדכי
בני מרדכי
רבי מרדכי בעל הצעטליך
רבי מרדכי ממאנסי
רבי רבי מאטעלע
מטא משמיה
מטה הגר
מטה מטה

האסט בעסער געטויגט פאר פרחיה...
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:18 pm#420548
למעשה האב איך שוין א נאמען געגעבען מיין יונגעלע קדושת מרדכי.
וואס טוה איך דא ווייטער? זאל איך עם אנהייבן רופען אור האמת'ל?
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:20 pm#420549
גדליה
למעשה האב איך שוין א נאמען געגעבען מיין יונגעלע קדושת מרדכי.
וואס טוה איך דא ווייטער? זאל איך עם אנהייבן רופען אור האמת'ל?

אין אמת אריין ביסטו אליינס שילדיג. ווייל ער'ט קיינמאל נישט ליב געהאט די בני ברק'ע גוזמאות...

קענסט עם רופען אמתי, כמו בטאלנא
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:27 pm#420552
וואלווי
גדליה
למעשה האב איך שוין א נאמען געגעבען מיין יונגעלע קדושת מרדכי.
וואס טוה איך דא ווייטער? זאל איך עם אנהייבן רופען אור האמת'ל?

אין אמת אריין ביסטו אליינס שילדיג. ווייל ער'ט קיינמאל נישט ליב געהאט די בני ברק'ע גוזמאות...

קענסט עם רופען אמתי, כמו בטאלנא

ברוך מרדכי
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:29 pm#420553
שקד
וואלווי
גדליה
למעשה האב איך שוין א נאמען געגעבען מיין יונגעלע קדושת מרדכי.
וואס טוה איך דא ווייטער? זאל איך עם אנהייבן רופען אור האמת'ל?

אין אמת אריין ביסטו אליינס שילדיג. ווייל ער'ט קיינמאל נישט ליב געהאט די בני ברק'ע גוזמאות...

קענסט עם רופען אמתי, כמו בטאלנא

ברוך מרדכי

פורים נאך עד דלא ידע קען זיך מאכן א פראבלעם...
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:30 pm#420554
אויב מ'רעדט פון אמת, אפשר זיין עכטע נאמען - בוגי מען
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:33 pm#420556
שקד
וואלווי
גדליה
למעשה האב איך שוין א נאמען געגעבען מיין יונגעלע קדושת מרדכי.
וואס טוה איך דא ווייטער? זאל איך עם אנהייבן רופען אור האמת'ל?

אין אמת אריין ביסטו אליינס שילדיג. ווייל ער'ט קיינמאל נישט ליב געהאט די בני ברק'ע גוזמאות...

קענסט עם רופען אמתי, כמו בטאלנא

ברוך מרדכי

ס'איז געווען א גרויסע רבי אין אמעריקע וואס לעבט שוין נישט, ער האט געהייסען רבי שלמה. אקיצור ער האט געשריבען א ספר מיט'ן נאמען ברך שלמה. האט איינער געזאגט אז ס'וואלט געברויכט הייסען קלל שלמה ווייל יענע רבי האט געטויגט בעסער צו שעלטען ווי צי בענטשן
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:24 pm#420648
וואלווי
berlbalaguleh
וואלווי
berlbalaguleh
פאר מיר איז תפארת מרדכי אויך גוט. למשל. תפארת ישראל קענמען זאגן. אבער תפארת מענדעלע קענמען נישט זאגן. חוץ ע"י שוואנצאנעס. דארט קענמען אלעס טראכטן און זאגן. ביז די רבי שליט"א וועטצעך אויפרעגן אויף איהם...!

אין עולם הישיבות איז נישט דא דעם פראבלעם. מ'געט א נאמען חידושי רבנו משה וכדו' און פערטיג. ס'סאונד ווי עפעס א ראשון.
אדער נאך בעסער, וואס איז ראנג מיט די נאמען אליינס, אזוי ווי דער "מרדכי"...

וואלווי: ווייל ביי אונז אונגארישע אידן איז נישט גענוג דער נאמען. ס'דארף זיין צוגעטשעפעט עפעס א שטעטעלע אויך. אזוי ווי למשל מלפנים אבדק"ק הוידו נאנאש. אדער שאראש פאטיק. אדער גאר קיש קיריי. אדער פיש פיק לאדאני...!

אדער אזוי ווי מאנטיווידעא..

וואלווי: ניין מאנטי ווידיא איז פסול. ווייל ס'האט דאס (טמא'נע) ווארט ווידיא. כ'ווייס נישט וואספארא ווידיא. עפעס א ווידיא. די חוקרי הדורות וועללן שרייבן אז ס'איז געווען אן איראנישע זאך אז דער גרעסטער (משוגע'נער) קנאי בדורנו, ביז העלבראנס, האט געהאט א נאמען וועלכער איז געווען דער היפוך פון קדושה וטהרה, רחמנא ליצלן...!
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:38 pm#420653
ערעב בערל, איר ברויכט אייך היטן דאס מויל, ספעציעל אין אייער עלטער ווען די זאמד גערוך איז פון די נאנט.
דינסטאג יאנואר 1, 2019 12:49 pm#420773
פלוני
לחיים ולברכה
ער האט נישט געפירט די וועלט נאר זיין חסידות! אין ער האט עס געטון בשלימות גמור

אזוי?

ס'מיר א חידוש אז מ'מאכט ר' מענדעלע פון בני ברק ללעג ולקלס, פאר'ן טון זאכן ביי זיך אין חסידות, און ר' מאטעלע פון מאנסי, וואס האט אלץ אריינגעשטעקט די נאז ביי יעדן, און מוחא געווען מימין ומשמאל, קריטיקירט אלץ און אלעמען, ווייל ס'נישט ביי עהם, און גארנישט! ר' מענדעלע הייסט ביים גאס עפעס קאריאוז, און ר' מאטעלע עפעס אזוי גערופענע חריף ונורא מאוד. ס'עקלט מיר.
דינסטאג יאנואר 1, 2019 12:54 pm#420775
שושן פורים
ערעב בערל, איר ברויכט אייך היטן דאס מויל, ספעציעל אין אייער עלטער ווען די זאמד גערוך איז פון די נאנט.

ערעב שושן פורים: איך האב געקענט הרב ר' אברהם לייטנער פאר אייך.און בשעת איך האב איהם צוערשט געקענט. איז ער געווען א נארמאלער רב מיט אלע מעלות שמנו חכמים. נאר ערגעץ אינמיטן וועג איז עפעס געשעהן. און ער האט אנגענומען א נייעם דרך. און איך זאג נאר וואס די וועלט האט געהאלטן...!
דינסטאג יאנואר 1, 2019 12:56 pm#420776
ר' שקד איך האב צו אייך צוויי פראגעס איך דארף נישט קיין תשובה אויף קיין איינס
1. איז אייער שווער מזוו"ר געווען א מאנסיער? איז ר' מאטעלע געווען איוואלווט דיירעקטלי אדער אינדיירעקטליי מיט אייער גט?
2. אפשר אלס זכות א חתן צו ווערן היט אייך פון רעדן שטותים דברי הבל ונבלה אויף שוכני עפר און אויף ערליכע אידען
מיטוואך יאנואר 2, 2019 12:42 pm#420934
סקרן
ר' שקד איך האב צו אייך צוויי פראגעס איך דארף נישט קיין תשובה אויף קיין איינס
1. איז אייער שווער מזוו"ר געווען א מאנסיער? איז ר' מאטעלע געווען איוואלווט דיירעקטלי אדער אינדיירעקטליי מיט אייער גט?
2. אפשר אלס זכות א חתן צו ווערן היט אייך פון רעדן שטותים דברי הבל ונבלה אויף שוכני עפר און אויף ערליכע אידען

היות דו 'זאגסט' דו דארפסט נישט קיין תשובה, באקומסטו עס נישט. אבער כ'וויל נאר קלאר מאכן דעם איינעם נקודה. אז כמעט יעדע רבי האט עפעס צוגעגעבן פאר'ן טובת הכלל, אנגעהויבן פון סאטמאר און געענדיגט ביי ליובאוויטש, און ער ר' מאטעלע וואס איך שרייב ר' - ווייל דאך איז ער געווען א רבי פאר זיין קהילה אין פיליס טערעס, אבער ער האט גארנישט אויפגעטון פאר'ן כלל. זילטש!
דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 5:35 pm#421093

אבי גערעדט אין די וועלט אריין... מזעהט די האסט עפעס א באהאלטענע אגענדע...

קודם כל ר׳ מאטעלע איז געוועהן די מערסטע נאנט צו זיינע חסידים (אין זיינע געזונטע יאהרן) מעהר ווי אלע היינטיגע רביס אינאיינעם... ער איז ממש געוועהן ווי א טאטע צו זיינע חסידים. ער איז געוועהן אינוואלוועט אין אלעס... ער איז אייביג דא געוועהן לטובת הכלל... ער האט אויסגעטיילט מיליאנען דאללערן פאר צדקה- פאר פרעמדע אידן און פאר פרעמדע מוסדות.

ר׳ מאטעלע האט נאך געטוהן אזוי סאך פארן כלל ווי:

דער סקווירער רבי. וואס האט ער געטוהן פאר פרעמדע מענטשען?

דער ברך משה מיט זיינע צווייי זוהן די היינטיגע סאטמארער רביס

דער באבובער רבי׳ס

די גערער רביס

בעלזער רב

תולדות אהרן

צאנז- קלויזנבורג

און אלע אנדערע....

און זיינע מענטשען, זיינע חסידים איז ער געוועהן מעהר נאנט ווי די אלע רביס צוזאמען....

און וועגן יחזקאל אביגדור און שאולי ראפאפארט וועל איך דיר שרייבן א לענגערע תגובה און דיר ווייזן וואספארא שטותים דו רעדסט....
ער האט נישט געדארפט מוחה זיין ברבים אויף א מענטש׳ס פריוואטע עבירות.... סאיז אבסורד וואס דו פרובירסט דא צוזאגן....

ר׳ מאטעלע איז געוועהן א הייליגער מענטש- א איש קדוש- א זעלטנע אינטערסאנטע כאראקטאר, מיט אסאך אסאך מעלות וואס מהאט נישט געזעהן ביי קיינעם פון די היינטיגע רביס, איין שטיק אמת, א מענטש וואס האט אלעס געמיינט אמתדיג און לש״ש. היט דיך דיין מויל פון רעדן שטותים מיט הבלים...
דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 6:06 pm#421094
שקד
פלוני
לחיים ולברכה
ער האט נישט געפירט די וועלט נאר זיין חסידות! אין ער האט עס געטון בשלימות גמור

אזוי?

ס'מיר א חידוש אז מ'מאכט ר' מענדעלע פון בני ברק ללעג ולקלס, פאר'ן טון זאכן ביי זיך אין חסידות, און ר' מאטעלע פון מאנסי, וואס האט אלץ אריינגעשטעקט די נאז ביי יעדן, און מוחא געווען מימין ומשמאל, קריטיקירט אלץ און אלעמען, ווייל ס'נישט ביי עהם, און גארנישט! ר' מענדעלע הייסט ביים גאס עפעס קאריאוז, און ר' מאטעלע עפעס אזוי גערופענע חריף ונורא מאוד. ס'עקלט מיר.

ווייל הגם ר' מאטעלע איז טאקע נישט געוועהן וועלט'ס פיקח, האט ער קיין נארישקייטן נישט גערעדט ברבים, והראי' עס איז נישטא קיין טעיפ פין אים ווי ער רעדט נארישקייטן. ווייטער ר' מענדעלע יר"ה רעדט כסדר דברים שהשתיקה יפה להם, און דאס איז שוין מיט הייסען אז עס זאל נישט זיין קיין טעיפ.

און ר' מאטעלע האט זיך טאקע אריין געשטעקט די נאז ביי זיינע חסידים, אמת, מיט די שעות צעטליך וכו', אבער נישט אויפצובויען וויזניץ און זיך אליין קיין כי הוא זה, נאר אויף אידישקייט און וויפיל מען לערנט, מען האט נישט געמוזט קומען צו טיש, עס איז אנגעגאנגען א נפיחה קטנה. משא"כ דיין לויזע בריאה וואס האט דער באשעפער טיף טייער אויב ווייסט ער וואס דאס איז בכלל.
דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 6:06 pm#421095
איך ווארט שוין עטליכע טעג אויף 'פריוואטע מעסעדזש' וואס איז קיינמאל נישט געקומען..
און איך האב געשריבן אז פאר זיינע מענטשן איז ער געווען געטריי, זאגסטו איבער מיינע ווערטער? אבער ווען מ'איז געקומען צו עהם וויינען וועגן 'זיינע מענטשן' וואס האבן מאלעסטעד און נאך ערגער - האט ער געזאגט, כ'דארף לערנען כ'האב נישט קיין צייט פאר דעם..
מזל באסעס איז געווען א פריוואטע פייט, האט ער דערפון געמאכט א צימעס און עס אנגעדרייעט ביז ס'געקומען צו רציחה, האט ער צוגעשטאפט זיינע אויערן. און פלוצלינג דער אהרוני מאכט א שערי חמלה.. העי העי.. דער מאנסיער שרייעט ווי א הונט!
דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 6:13 pm#421096
אישתישבי
שקד
פלוני
לחיים ולברכה
ער האט נישט געפירט די וועלט נאר זיין חסידות! אין ער האט עס געטון בשלימות גמור

אזוי?

ס'מיר א חידוש אז מ'מאכט ר' מענדעלע פון בני ברק ללעג ולקלס, פאר'ן טון זאכן ביי זיך אין חסידות, און ר' מאטעלע פון מאנסי, וואס האט אלץ אריינגעשטעקט די נאז ביי יעדן, און מוחא געווען מימין ומשמאל, קריטיקירט אלץ און אלעמען, ווייל ס'נישט ביי עהם, און גארנישט! ר' מענדעלע הייסט ביים גאס עפעס קאריאוז, און ר' מאטעלע עפעס אזוי גערופענע חריף ונורא מאוד. ס'עקלט מיר.

ווייל הגם ר' מאטעלע איז טאקע נישט געוועהן וועלט'ס פיקח, האט ער קיין נארישקייטן נישט גערעדט ברבים, והראי' עס איז נישטא קיין טעיפ פין אים ווי ער רעדט נארישקייטן. ווייטער ר' מענדעלע יר"ה רעדט כסדר דברים שהשתיקה יפה להם, און דאס איז שוין מיט הייסען אז עס זאל נישט זיין קיין טעיפ.

און ר' מאטעלע האט זיך טאקע אריין געשטעקט די נאז ביי זיינע חסידים, אמת, מיט די שעות צעטליך וכו', אבער נישט אויפצובויען וויזניץ און זיך אליין קיין כי הוא זה, נאר אויף אידישקייט און וויפיל מען לערנט, מען האט נישט געמוזט קומען צו טיש, עס איז אנגעגאנגען א נפיחה קטנה. משא"כ דיין לויזע בריאה וואס האט דער באשעפער טיף טייער אויב ווייסט ער וואס דאס איז בכלל.

ר' מאטעלע האט געפייגערט פאר קנאה! דאס איז ער געווען אלע יארן, דערפאר האט ער געשימפט קעגן ר' משה'לע זיין הייליגע ברודער, און אריינגענומען זיין שרוליק וואס איז געווען א פרעכע עזות פנים פאר'ן טאטן - מיטן צוהעלפן דעם מאנסיער צו מאכן א שטונק אז מ'דארף לייטשענען אפ'גט'ן.
ער האט מקנא געווען קרית יואל, און האט גע'כעס'ט ווען זיי האבן זיך געבויעט מימין ומשמאל, ער האט פארלאנגט ירושה פון זיין שווער דער אלטער סקווערער זצ''ל - אבער זיין שווער האט עהם צוריקגעוויזן ווייל ער האט געהאט א בן יחיד פארוועם ער האט עס געוואלט געבן, האט ער געפייניגט זיין שוואגער ווען ער האט נאר געקענט. ר' מענדעלע האט ער קיינמאל נישט אויפגענומען כאטש ר' מענדעלע האט עהם קיינמאל נישט בארעדט, האט ער עהם פאר'מיאוסט.
ס'באקאנט די מעשה פון טאשער צדיק וואס האט געבעטן פון ר' מאטעלע געלט אפצושטעלן מחלוקת. און ר' מאטעלע האט זיך אפגעזאגט - אבי צו פייטן מיט זיין פארשטונקענע קנאות
דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 6:35 pm#421100

זאג מיר רב שקד, דו הייסט אפשר יוקל ווייס?
דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 8:49 pm#421114
רבותיי: ס'איז א מלחמה צווישן ר' מאטעלע מ'וויזשניץ מאנסי זצ"ל. און ר' שקד. אונזער גוטער פריינט האלט אז ר' מאטעלע איז געווען א פראסטער מענטש. א שווינדלער א בעל מחלוקת און מחרחר ריב. ער האט קיינמאל גארנישט געגעבן קיין צדקה. און ער האט געהאט קנאה אויף א יעדן איינעם און זיך אריינגעשטופט זיין נאז, כלשונו. און נאך, און נאך ..."שבחים"...!

אינטרעסאנט. די וועלט האט געקענט אן אנדער'ן אדמו"ר מ'וויזניץ-מאנסי. א איד א גרויסער גאון און פוסק. א בעל מידות טובות און א גרויסער בעל צדקה וחסד...און ער האט געהאט א נעפיו וועלכער האט גערודפ'ט זיין ברודער עד חורמה. און ער האטציך מרחם געווען אויף זיין קרוב. און ער האט איהם אריינגענומען צו זיך. און ר'האט איהם מקרב געווען און געהאלפן...!

רבותיי. ווער איז דא גערעכט. מר. שקד אדער דער צדיק וואס איז שוין געגאנגען לחיי העולם הבא..?!

מר. שקד. וואס האלטסטו אליין...? דער עולם וועט דיר גלייבן אדער נישט...?
דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 10:18 pm#421126
באמת? איך האלט ס'קען זיין אז ער האט געהאט מעלות רמות, פארדעם אליינס אז ער האט זוכה געווען צו זיין א מנהיג בישראל, און אויך צוליב וואס דער אלטער סקווערער רבי זצוק''ל האט עהם גענומען, וואס גראדע דאס קען זיין, אז ס'נישט קיין סאך פרומע אין דעם לעוול פון יחוס אויך, צו נעמען, ממילא אז דער סקווערער איז געווען א שטארק פרומער האט ער דאס געכאפט.

אבער וויבאלד דער עולם לייגט אריין זיינע היסטארישע מחאות און מחלוקת'ן אין גארביטש קען, און מ'פארדעקט אלעס, דערפאר האב איך עס געוואלט ארויסלייגן.

כ'וועל מער מדקדק זיין מיט דיינע רייד - טייערע בעל עגלה, ער איז נישט געווען קיין פוסק, און נישט קיין אדרעס פון קיין צדקה טיילער, און אוודאי נישט וואונדער ראבינער.
כ'קען שרייבן אסאך מער מעשיות שהיו, וואס ער איז נישט געווען גערעכט דערמיט - אז ער האט פשוט אריינגעשטעקט זיין הייליגע נאז אין יענעמס ביזנעס - במקום אין זיינע אייגענע פראבלעמען.
נאר וואס דען? וואלט מען דן געווען מענדעלע לכף זכות, און געזאגט, פיין, ער מאכט משוגע זיין עולם, אבער אבי ער שלאגט זיך נישט קעגן גרויסמאכטן, נישט קעגן סאטמאר גער בעלז, פיין!
אבער מ'נעמט איינעם, וואס ווייל ער האט געקענט לערנען, און געקענט מאכן א פאני פעיס מיט באלי גלעזער, און ער איז נאך א אלטע מענטש און איז א קנאי, זאל מען עהם מאכן אלץ הוהא!!! קודש קדשים הוא.. איי עמ ווערי סארי, לייג אלעס ארויס אויפן סקעיל.
דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 10:23 pm#421127
דאס אליין אז רבי מאטעלע האט זוכה געווען צי אזא הייליגע ברודער ווייזט שוין אויף עפעס
דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 10:27 pm#421128
גדליה
דאס אליין אז רבי מאטעלע האט זוכה געווען צי אזא הייליגע ברודער ווייזט שוין אויף עפעס

הער אויף רייכערען גראז פליז...
דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 10:29 pm#421130
רב שקד,
איר זענט אזוי זיכער מיט אייער טעאריע אזש עס לוינט זיך הייזעריג צו ווערן פאר דעם?
דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 10:30 pm#421131
וואלווי
גדליה
דאס אליין אז רבי מאטעלע האט זוכה געווען צי אזא הייליגע ברודער ווייזט שוין אויף עפעס

הער אויף רייכערען גראז פליז...

האסט עפעס בעסערס?
דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 10:32 pm#421133
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
שקד

נאר וואס דען? וואלט מען דן געווען מענדעלע לכף זכות, און געזאגט, פיין, ער מאכט משוגע זיין עולם, אבער אבי ער שלאגט זיך נישט קעגן גרויסמאכטן, נישט קעגן סאטמאר גער בעלז, פיין!

אויב דאס איז די איינציגסטע זאך וואס די קענסט דן זיין לכף זכות דער שוואנץ שטייט ער זייער שלעכט.
דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 10:33 pm#421134
גדליה
וואלווי
גדליה
דאס אליין אז רבי מאטעלע האט זוכה געווען צי אזא הייליגע ברודער ווייזט שוין אויף עפעס

הער אויף רייכערען גראז פליז...

האסט עפעס בעסערס?

אודאי נישט. ס'נישט דא קיין בעסערס ווי גראז.

נאר וואס הייב נישט אן מיט די "הייליגע" ברודער קען אוו ווארמס...