Under maintenance
הויפט זייט » וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!

וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12181
מאנטאג מערץ 26, 2018 9:27 pm#398489
דער וועקער איז שוין דא צו באקומען ביים ניוז-סטענד 13-49 אין בארא פארק.
מאנטאג מערץ 26, 2018 10:06 pm#398492
Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:דעליווערט צו מיין טיר!! כ'האב עס דורך געבלעטערט, נישט געליינט, דאס קוקט אויס גאר רייך, כ'קען קוים ווארטן דורך צו ליינען.בילד
דיינע הענט שפיגלען זיך אפ.
קומענדיגס מאל מאך זיכער אז ס'פרצוף קומט נישט מיט.
מאנטאג מערץ 26, 2018 10:47 pm#398496
פון מיינע פינגער פרינטס קענסטו געוואר ווערן ווער כ'בין??
מאנטאג מערץ 26, 2018 11:13 pm#398497
דער וועקער האט געשריבן:דער וועקער איז שוין דא צו באקומען ביי טובי'ס אין מאנסי.

טובי'ס רעדט זיך אפ אז ער האט קלאר געבעטן מינימום 200 שטיק, און קוים באקומען 70 קאפיס.
ער זאגט עס גייט ווי מצה וואסער. (I was there abt 2:30 pm today, and not many left)
דינסטאג מערץ 27, 2018 12:02 am#398501
Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
דער וועקער האט געשריבן:דער וועקער איז שוין דא צו באקומען ביים ניוז-סטענד 13-49 אין בארא פארק.
בין איך געגאנגען צום - מסתמא - 100'סטן מאל צום ניוז סטענד אויף 13 בערך 10 אזייגער מיט גרויס שמחה נאכ'ן זעהן דא אז ס'שוין דא דארט צו באקומען דעם וועקער, קום איך אן אהין, זעה איך אז ער איז שוין געהעריג פארמאכט... כ'העל נישט האבן קיין ברירה און מוזן ווארטן ביז מארגן
דינסטאג מערץ 27, 2018 11:09 am#398530
דער וועקער איז שוין דא צו באקומען פאר קרית יואל, ביי דעם גאלף געז סטעישאן.‎
דינסטאג מערץ 27, 2018 4:00 pm#398548
דער פרישער וועקער פארקויפט זיך דערווייל נאר פאר עטליכע טעג, און איז שוין היינט געווארן די מערסט פארקויפטע אויסגאבע פונעם וועקער!
דינסטאג מערץ 27, 2018 4:38 pm#398555
Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
אפשר זאגט איר אונז שוין אויס דעם נומער.
דינסטאג מערץ 27, 2018 8:30 pm#398573
Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
הנני בזה למחות מחאה נמרצה על הפירצה הנורא שבאזני שמעתי, כאשר הגעתי לפעם מאה ואחד להניו"ז סטענ"ד בלע"ז הנמצא בשכונת בורו פארק שבעיר ברוקלין ניו יארק בעוועניו שלוש עשרה פינת רחוב ארבעים ותשע ובקשתי מהערל שם שימכור לי את ה"וועקער" החדש שיצא לאור בשבוע זה, והערל ענה לי בקרירות גדול בשפת העמים שקורין ענגלי"ש בלע"ז, סאל"ד או"ט, הישמע כזאת??? שרק אתמול בלילה הגיע ה"וועקער" לשם ועכשיו זה כבר סאל"ד או"ט?? ואיך יכולים להתעורר בלי המעורר?? ועל זה הנני מוחה בכל תוקף ועוז.
וע"ז באתי על החתום, אור ליום י"ב לחודש סיון שנת תשע"ח
הק' יהודי פשוט

נ.ב. מיין לשון קודש איז נישט עפעס אזוי גיוואלדיג אבער כ'האף אז מ'קען פארשטיין
דינסטאג מערץ 27, 2018 8:37 pm#398574
דער וועקער האט געשריבן:דער וועקער איז שוין דא צו באקומען ביים ניוז-סטענד 13-49 אין בארא פארק.


לויף איך אזוי צו 13-49 מיט די נשמה אויפן שפיץ נאז.. און כ'בעט פאר 'דער וועקער', זאגט מיר דער פאקיסטאנער דארט, יו ניד בעקער?? עוודי באדי עסק פאר בעקער!! נאו מאר בעקער!! קאמינ מאר לייק העף האוער!! (אין פרייע איבערזעצונג) דו דארפסט [דער] וועקער?? יעדער בעט פאר [דער] וועקער!! נישטא מער [דער] וועקער!! ס'קומט נאך [אין] בערך א האלבע שעה!!

ווייזט זיך אויס אז מ'ברויך ברענגען אסאך אסאך מער, די פארלאנג איז גרויס ב"ה!!


נ.ב. כ'זע אז כ'בין נישט דער איינציגער.. דער עולם איז שוין מוחה..
דינסטאג מערץ 27, 2018 8:43 pm#398575
מיר דארפן זיך אנטשולדיגן, דער פארלאנג איז אסאך גרעסער ווי געראכטן. מיר האפן נאך היינט צו דעליווערן נאך סחורה צום ניוז-סטענד.
דינסטאג מערץ 27, 2018 9:52 pm#398578
איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן און דורכגעליינט אין איין אטעם דעם שיללער אינטערוויו. איך בין ממש ארויס פון התפעלות. איך האב עטליכע הערות און איך וויל בעטן דעם שרייבער ער זאל ביטע עפענען א אשכול וואו איך וועל אים קענען אפגעבן מיינע דאנקען און הערות.
דינסטאג מערץ 27, 2018 10:25 pm#398587
עס איז שוין אנגעקומען א פרישער שיפמענט צום ניוז-סטענד אין בארא פארק, 13 קארנער 49.
מיטוואך מערץ 28, 2018 1:17 am#398605
למעשה האב איך היינט געקויפט צוויי שטיק ביי טובי איינס פאר מיר און איינס פאר א חבר מיינע וואס איך ווייס וואלט הנאה געהאט דערפון
טובי זאגט אז דער עולם קויפט עס אין די מאסן
מיטוואך מערץ 28, 2018 2:14 am#398609
כמיין סאיז צייט צי קויפען סטאקס אין דיר וועקער.
מיטוואך מערץ 28, 2018 2:35 am#398612
Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
מען קען נאך נישט קויפן קיין סטאקס ווילאנג דער וועקער גייט נאך אויפן אלטן אויסגעטראטענעם וועג המקובל לנו מאבותינו צו זאגן אלע מיני ווערטער 'דער עולם צוכאפט עס' 'די מערסט פארקויפטע וועקער ' וכו' וכו' נאר ח"ו נישט ארויסצוזאגן דעם נומער וויפיל עס איז פארקויפט געווארן.
מיטוואך מערץ 28, 2018 2:44 am#398613
כ'מיין ס'איז נישט אזא גרויסע נפקא מינא וויפיל קונים וועקער האט, די עיקר אז יעדער מענטש וואס קויפט דער וועקער איז געגאנגען במחשב תחילה, געמאכט א סוירטש, געפינען אויף עמעזאן, ארויסגענומען 8-9 דאלער פון טייסטער, און דערלאנגט כדי צו קריגן דעם וועקער דעליווערט א צוויי טאג שפעטער. דאס איז נישט א מאגאזין וואס מ'האט געטראפן אויף די פאליצע אין געשעפט ביים מאכן די פסח ארדער און אריינגעשמיסן אין איבערגעפילטע וועגעלע צוזאמען מיט א טוץ אנדערע מאגאזינען, בלויז צו ווערן ארויסגעווארפן חול המועד. עס זענען דא אפילו אידן וואס דארפן מאכן כל מיני תחבולות צו איינקויפן אדער פארשאפן דעם וועקער און עס באהאלטן פון די בני בית, און זיי טוען דאס ווייל דער וועקער איז זיי וויכטיג. טרעף מיר איין איינציג אידישע מאגאזין וואס וואלט געקענט פארקויפן מער ווי פופצן שטיק אן דעם וואס עס זאל ליגן אויף א פראמינענט ארט אין גראסערי און ווערן אדווערטייזט אין ריזיגע שרייעדיגע קאלירן.
ווי פלעגט דער רבי זי"ע זאגן? ס'איז מיר גענוג א מנין אידן, אבער די צען אידן זאל זיין מיינס אינגאנצן.
מיטוואך מערץ 28, 2018 8:18 am#398621
אונטער חכם האט געשריבן:מען קען נאך נישט קויפן קיין סטאקס ווילאנג דער וועקער גייט נאך אויפן אלטן אויסגעטראטענעם וועג המקובל לנו מאבותינו צו זאגן אלע מיני ווערטער 'דער עולם צוכאפט עס' 'די מערסט פארקויפטע וועקער ' וכו' וכו' נאר ח"ו נישט ארויסצוזאגן דעם נומער וויפיל עס איז פארקויפט געווארן.


געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.......

און ווען ער זאגט יא א נומער וועסטו גלויבען? און די אנדערע נומערס וואס אויסגאבעס גיבען אויס זענען עפעס קראנט?
אלזא, לאמיר מחליט זיין אויף א נומער, און דאס זאגען. 500 א חודש איז דיר גוט? אפשר טויזענט? אדער גאר 1200? נעם דיר א נומער און זיץ רואיג.
מיטוואך מערץ 28, 2018 9:41 am#398627
Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
נו, דער וועקער איז דאך נישט ווי די אנדערע אויסגאבעס , אין די אלגעמיינע וועלט דאכט זיך, קען מען יא וויסן וויפיל שטיק עס פארקויפט זיך פון א אויסגאבע.

נ.ב. איך האב נישט קיין טענות אויף קיינעם, איך בין פשוט נייגעריג צו וויסן דעם נומער.
מיטוואך מערץ 28, 2018 12:25 pm#398645
מיין וועקער איז נעכטן אנגעקומען. וואס זאל איך ענק זאגן, וויי וויי וויי... אזא סטראלאמעטשע! א פראכט פון א וועקער.
דער ראדימנער פראצעס איז ארויסגעקומען אלץ א יופי. שכח ראובן!
מיטוואך מערץ 28, 2018 3:56 pm#398656
דורכגעליינט דעם ר' שמואל ווידער באשרייבונג, (קעפל דער סאטמארער גענעראל אויפן דעקל און פראפאגאנדע מיניסטער אינווייניג, זעט אויס היינו הך) דער ארטיקל איז א האום ראן אין יעדן הינזיכט. א ביאגראפיע פון א מענטשליכן מענטש מיט אלע פאקטן ללא כחל ושרק אן פארדעקן אדער קאווערן איינזייטיג סיי וועם, עפעס וואס עקזיסטירט נישט בכלל ביים היימישן ציבור דערווייל, ווי אויך א שטיק היסטאריע. הלואי האבן מיר מער אזאנע אנשי שם סטיל ארטיקלען.
מיטוואך מערץ 28, 2018 8:01 pm#398662
גרייט פאר יו"ט
דאנערשטאג מערץ 29, 2018 10:53 am#398691
Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
אין וויליאמסבורג קען מען עס קויפן ערגעץ?
דאנערשטאג מערץ 29, 2018 5:40 pm#398730
דער וועקער איז שוין דא צו באקומען אין וויליאמסבורג ביי 211 העריסאן עוועניו (קארנער פלאשינג).
דאנערשטאג מערץ 29, 2018 5:43 pm#398732
אונז קען מיר נישט אפפארדען די אלע אויסגאבעס אויף יו"ט. האמיר מחליט געווען אז מ'קויפט איינס פאר טאטי, איינס פאר מאמי, און איינס פאר די קינדער.
דאנערשטאג מערץ 29, 2018 10:16 pm#398744
גרייט צום סדר
דאנערשטאג מערץ 29, 2018 11:49 pm#398750
הלילה הזה כולנו מסובין
פרייטאג מערץ 30, 2018 12:11 am#398751
באקומען אין וואטסעפ.
פרייטאג מערץ 30, 2018 12:13 am#398752
איך האב היינט געקויפט דעם וועקער, שיינט צו זיין אן אויסערגעווענליכע שיינע פובליקאציע, נישטא קיין ווערטער צו באשרייבן.

ליידער, מריבוי טירדות הזמן ואפס פנאי האב איך נישט די זכיה להיות חלקי בין חברים שנמנו לדבר מצוה.

עס פריידט דאס הארץ צו זעהן, אז אידיש און אידישקייט לעבט און בליהט, און עס ווערט פלאץ פאר אייגנראטיגע און פאסיגע אידישקייט.
פרייטאג מערץ 30, 2018 1:43 pm#398771
Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
מיין וועקער איז ב"ה אנגעקומען, ס'איז א פארגעניגען צו זעהן צו וואסארא שטאפלען אונזער וועקער'ל האט זיך ארויפגעדראפעוועט.

אין מיינע וויעסטע חלומות וואלט איך נישט פארגעזאגט אזא סוקסעס פאר דעם אויסגאבע.

דאס ווייזט שוין איינמאל אז עס איז פארהאן א היבשע דראנג און אונזערע ווינקלען צו פארברייטערן פארשטאנד, קענטעניס, אויפריכטיגקייט, אביעקטיווע בליקן וכולי.

איך געדענק נאך ווען איך בין געווען דער ערשטער צו אנצינדן דעם פייער ווען כ'האב פארגעשלאגן א געדאנק פון א וועכענטליך צעטיל בייגעלייגט מיט א דוגמא און פיקאסא האט עס געפאלן און האט איינגעשפאנט שש משזר ע"ה און פון דארט און ווייטער איז היסטארי.

די לעסען פונעם מעשה איז, מ'טאר קיינמאל נישט אינטערשעצן א געדאנק, אפילו אויב עס וועט נישט פארווירקליכט ווערן במלואו וועט אלעמאל זיין איינער וואס וועט דאס קענען ארומארבעטן אז ס'זאל זיין א סוקסעס.

פיקאסא!
ביזט ריזיג!

ראובן!
ביזט א מלאך אלו-הים!

זאל דער רבש"ע אז דאס זאל אנהייבן אריינברענגן ערענסטע הכנסות אז די עוסקים בצרכי ציבור באמונה זאלן באקומען שכרם הראוי!
זונטאג אפריל 01, 2018 10:42 pm#398785
גמליאל שמילאוויטש זאל אויפמאכן אן אשכול איבער זיין דערציילונג. אז נישט וועל איך אים מוזן דאנקן דא.
זונטאג אפריל 01, 2018 10:43 pm#398786
אויך הילל בן שחר.
מאנטאג אפריל 02, 2018 4:09 pm#398834
ווי קויפט מען יעצט א וועקער אין ווילימסבורג??
ווי קויפט מען יעצט א וועקער אין ווילימסבורג??? כ'דארף עס עמערדשענסי!
מאנטאג אפריל 02, 2018 5:21 pm#398842
מאנטאג אפריל 02, 2018 6:12 pm#398843
ערייכט.
דינסטאג אפריל 03, 2018 12:57 pm#398891
איך שרייב נישט געווענדליך חול המועד, אבער.... נאך אזא וועקער... די באשרייבונגען פון מאיר שיללער מיט הרב שמואל אורבאך וויזניצער רבי ועל כולם הרב שמואל ווידער א ברכה צונאכען ועוד חזון אחר יו"ט להאריך......
דאנערשטאג אפריל 05, 2018 12:06 am#398977
די פארקויפונגען פון דעם יעצטיגן וועקער שטייגן ווייט איבער אלע ערווארטונגען, אויף אזוי ווייט, טראץ דעם וואס מיר האבן געמיינט אז מיר האבן אפגעשיקט צו די געשעפטן גענוג סחורה, האט מען געדארפט שיקן פרישע שיפמענטס עטליכע מאל -- אין מאנסי און וויליאמסבורג צוויי מאל, און אין בארא פארק דריי מאל. אפילו יעצט דורך חוה"מ קויפט דער עולם אין די מאסן אין די געשעפטן און אויף עמעזאן.

ב"ה אז מיר האלטן שוין דא, כן יעזור ה' להלאה.

ווער עס האט נאך נישט איינגעהאנדלט א וועקער קען גרינג קויפן אויף עמעזאן מיט איין קליק:

m https://www.amazon.com/gp/aw/d/1986728250/ m

אדער אין די געשעפטן:
וויליאמסבורג: 211 העריסאן עוועניו.
בארא פארק: ניוז-סטענד 13 קארנער 49.
מאנסי: טובי'ס ספרים געשעפט.
מאנרא: גאלף גאז סטאנציע.
דאנערשטאג אפריל 05, 2018 1:43 am#398985
ס׳איז אונז א פארגעניגען צו הערען אז ס׳גייט ווי מצה וואסער, נאך אלץ האבן אונז שרייבער פון שטיבעל א פריוואטע אינטערעסע אז די וועקער זאל זיך פארקויפען אין די מאסן להגדיל ק״ש ולהאדירה.

יעצט מיט א בקשה צו דיר, איך שטארב צו וויסן וויפיהל פארקויפן זיך, סאיז מיר זייער אינטערסאנט, קיין ספק אז די מערכת וועט אויך האבן א טובת הנאה, אז מענטשן עלען וויסן אז סהאט זיך פארקויפט אסאך עלען מענטשן האבן מער א טעם אין שיקן ארטיקלעך (אני בתוכם).

איך זעה נישט קיין סיבה דאס צו האלטן אזוי פריוואט, כאטש קען מען זאגן צווישען 300-500 וגו׳

איך בין נישט די ערשטע וואס בעהט צו הערען סארא מספר גייט. פליז זיי מוחל לאז אפ פונעם עקשנות אין געב ארויס
דאנערשטאג אפריל 05, 2018 3:13 pm#399018
Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
גם אני מצטרף להנ"ל.

איך זעה נישט קיין סיבה פארוואס מען זאל צוריקהאלטן פונעם עולם די ציפערן, בפרט ווען דאס איז א זאך וואס דער כלל האט א חלק אין (הגם וואס יעדער פארשטייט אז די פראפיטן זענען אויסשליסליך פאר די עורכים).
אפילו אויב די ציפערן זאלן נישט זיין אזוי הויעך איז עס דאך בס"ה אינעם אנטוויקלונג פאזע און עס קען נאר זיך העכערן דורך ווערן מער און מער באקאנט.
אלזא, טוט ביטע צו דער זאך, און גיבט כאטש א בערך'דיקע ציפער. דאס וועט גאר שטארק מחזק זיין די שרייבער און ליינער וויסענדיג אז זיי זענען נישט אליינס אויפן וואסער.
דאנערשטאג אפריל 05, 2018 3:37 pm#399019
קל וחומר האט געשריבן: (הגם וואס יעדער פארשטייט אז די פראפיטן זענען אויסשליסליך פאר די עורכים).

לאז פראפיטן ארויס פון די שמועס. אפי' נישט אלץ אן 'הגם' אין א צוגאב צום ארגומענט, ווייל קיינע (ערענסטע) פראפיטן איז נישט פארהאן.
דאנערשטאג אפריל 05, 2018 3:46 pm#399020
סארי
דאנערשטאג אפריל 05, 2018 4:30 pm#399026
Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן: (הגם וואס יעדער פארשטייט אז די פראפיטן זענען אויסשליסליך פאר די עורכים).

לאז פראפיטן ארויס פון די שמועס. אפי' נישט אלץ אן 'הגם' אין א צוגאב צום ארגומענט, ווייל קיינע (ערענסטע) פראפיטן איז נישט פארהאן.
קודם כל מנא ידעת?

און אפילו אויב ס'ברענגט נאכנישט ריוח איז ברור אז טאמער וועט זיך דאס פארשפרייטן ווי די אלגעמיינע מאגאזינען וועט דאס אריינברענגן עפעס.

הכלל, טאמער וועט דאס קיינמאל נישט ברענגן פראפיט, סופו להבטל.
דאנערשטאג אפריל 05, 2018 4:41 pm#399031
כמדומה אז איינע פון די עובדים האט עס געשריבן דא אין שטיבל.
קען זיין זיי וועלן מאכן געלט אין די עתיד און אן דעם איז טאקע שווער צו זען עס זאל אנהאלטן - הגם מען קען נישט אינטערשאצן ראובן - אבער לע"ע מיין איך איז געלט רווחים נישט רעלעוואנט.
דאנערשטאג אפריל 05, 2018 5:31 pm#399035
ווי איז מעגליך געלט רווחים? עס איז נישט דא קיין איין אדווערטייזמענט. עמי מאגאזין האט 888 בלעטלעך אין די פסח נומער, און ניטאמאל 200 בלעטלעך פון סחורה. און זיי פארקויפן צו די מאסען, דער וועקער פארקויפט צו אן ענגע צאל ליינער.

און אפילו ווען עס וואלט נישט געווען קיין טעראר, וויפיהל אידיש רעדענדיג מענטשן זענען אפילו בני הכי צו ליינען די סארט סחורה? דאס ליינט מען נישט נאכ'ן טשאלענט מיט א לויזע פאסיג. דאס דארף קאפ און ברייטקייט. איך גלויב נישט אז עס זאל אמאל קענען אנקומען צו נומערען וואס קענען ברענגען רווחים.

נאר וואס? דער ציל איז אנצוקומען צו סיי ווער וואס ער דארף עס, ווייל דער וואס דארף עס, דארף עס קריטיש.

ווען מ'וויל די מאסן, לייגט מען רעצעפטן, סגולות, 'ביי מיר האט עס פאסירט' געשיכטעס פון די גליק פון פאלגן גדולים, באצאלט בעפאר די דינער באשרייבונגען אויף חצירות, אינטערוויו מיט מענטשען וואס בארימען זיך ווי זיי האבען נישט ליב צו מאכען אינטערוויוס און, פאר די ווייבער, איבערגעקייטע דערציילונגען פון שוויגערס און שנורן וואס האבן געמאכט שלום צווישן זיך.
זונטאג אפריל 08, 2018 12:25 pm#399073
/
מיטוואך אפריל 11, 2018 10:03 pm#399501
Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
וויאזוי איז דער וועקער איינגעפאקט ווען עס קומט אהן פון עמעזאן? קען מען אנזעהן פונדרויסן וואס עס ליגט דארט?
מיטוואך אפריל 11, 2018 10:14 pm#399502
פארמאכטע געלע ענוועללאופ. מ'קען נישט זעהן
מיטוואך אפריל 11, 2018 11:19 pm#399507
מעשה שהיה: כ׳בין געוועהן פאר פסח אפגעבן עפעס פאר מיין חבר אין אן אפארטמענט געביידע אין צענטער פון שטאט און געזעהן דארט ליגן נעבן די פאסט קעסטלעך דריי געלע פלאכע ענוועלאופס אלע פונעם זעלבן אדדרעסס... וחיוך קל עבר על שפתי...
מיטוואך אפריל 11, 2018 11:22 pm#399509
תנחום האט געשריבן:מעשה שהיה: כ׳בין געוועהן פאר פסח אפגעבן עפעס פאר מיין חבר אין אן אפארטמענט געביידע אין צענטער פון שטאט און געזעהן דארט ליגן נעבן די פאסט קעסטלעך דריי געלע פלאכע ענוועלאופס אלע פונעם זעלבן אדדרעסס... וחיוך קל עבר על שפתי...

מעגליך אז דו רעדסט פון מיין געביידע. איך ווייס פון נאך שכנים וואס האבן עס געקויפט.

פארוואס נישט געכאפט א בילד דערפון? איך העט וועט ארויסגענומען די וועקערס און געליייגט אן עונג שבת אנשטאט....
מיטוואך אפריל 11, 2018 11:47 pm#399510
אינטרעסאנט, איך האב גראדע געטראכט פון אויפטוישן מיין שכן׳ס עונג שבת מיט א וועקער