Under maintenance
הויפט זייט » וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!

וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12181
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 7:59 am#398009
וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
ער איז דא! וועקער נומער 12 לכבוד פסח תשע"ח איז שוין דא צו באקומען. כאפט נאר א בליק אויפ'ן דעקל און שטוינט.

הרב מאיר שיללער האט גערעדט צום וועקער פאר איבער 20 שעה (!) פאר דעם עקסקלוסיוון, ריזיגן און דראמאטישן אינטערוויו.

די געשיכטע פון ר' שמואל ווידער איז באשריבן מיט אויפריכטיגקייט און אמת. צענדליגער בלעטער מיט צענדליגער בילדער איבער זיין לעבן און ארבעט אין "דער בלאט".

ועוד
ועוד
ועוד
ועוד

גאנצע 200 זייטן לכבוד יום טוב!

Image1494367340.jpg


קליקט דא צו קויפן דעם וועקער:
https://www.amazon.com/gp/aw/d/1986728250/
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 8:11 am#398010
אויב ביז יעצט איז עס געווען א לאזונג, איז עס יעצט א פאקט, ראובן שרייבט ביי יעדן וועקער 'עס איז נאך אזאנס נישט געווען' אבער קוקט נאר אויפן דעקל, עס איז קיין לאזונג, עס איז א פאקט,

א דאנק ATUB @ראובן ATUB ATUB @פיקאסא ATUB וכל החבריא.
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 8:14 am#398011
נורא נוראות! אלע אינאיינעם צוזאמען. פון וויזניצער רבי׳ן ביז הרב מאיר שיללער. פון שמואל ווידער ביז הרב שמואל אויערבאך.

א ריזיגען דאנק פאר אלע ארבעטארערס, וואס ביודעי ובמכירי קאמינא אז מ׳לייגט אריין שעות ע"ג שעות פון ארבעט און פלאג, שלא ע"מ לקבל פרס.

מיר גייען שוין איינקויפען, וממני יראו וכן יעשו.
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 8:18 am#398012
יאפ, דער הרב מאיר שילער שליט''א האט עס געמאכט. אוי גייט עס מאכן א רעש. איך קען נישט ווארטן צו שלינגן יעדעס ווארט פון איהם.
יישר כח פאר די אלע וואס האבן געהאט א שייכות מיט דעם ATUB @ראובן ATUB ATUB @דער גאלדענער אדלער ATUB ועוד וואס איך ווייס נישט..
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 9:13 am#398015
Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
קוקט אויס געוואלדיג! שוין באשטעלט, און שטיי ביים טוהר פאר די פאסט.
קיינמאל נישט געהערט פון הרב שילער, לויט די שעות וואס איז אריין אין דעם מסתמא האט ער וואס צו פארקויפן, אבער ביז דאן קוקט ער מיר אויס ווי די סקווירא רבי אליין..
דער ארטיקל אויף ווידער קוקט אויס ווי א פעטן ביינדל, וועקער סטייל.
א ריזיגע דאנק פאר אלע וואס האבן אריינגעלייגט כחות!

א כשרן און פרייליכן פסח.
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 11:06 am#398023
אינהאלט
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 11:29 am#398024
קוקט אויס מאסיוו, אשאד נאר אז עס קומט נישט קאלירט, וועלכע אויסגאבע קומט דען נישט אין קאלער היינט צוטאגס
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 11:46 am#398025
ארומצושיקן פאר פריינט און באקאנטע.
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 11:54 am#398026
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נורא נוראות! אלע אינאיינעם צוזאמען. פון וויזניצער רבי׳ן ביז הרב מאיר שיללער. פון שמואל ווידער ביז הרב שמואל אויערבאך.

א ריזיגען דאנק פאר אלע ארבעטארערס, וואס ביודעי ובמכירי קאמינא אז מ׳לייגט אריין שעות ע"ג שעות פון ארבעט און פלאג, שלא ע"מ לקבל פרס.

מיר גייען שוין איינקויפען, וממני יראו וכן יעשו

ליטוואק פון בודאפעסט: דו זאגסט מיט א לשון פון.."יראו"... מ'דארף מעירעה האבן. דו דערמאנסט מיך א מעשה וואס די גרויסע צדיקת ה'..."רבנית"... חיה מושקא שניאורסאן, ע"ה , נאכדעם וואס זי האט מחליט געווען אז איהר מאן איז שוין גענוג פעימאוס. און ס'לוינט זיך איהר צו רופן ..."ליובאוויטשער רביצן". האט מען זי געפרעגט אז מ'זעהט אז איהר מאן דער אדמו"ר, אין די עשרת ימי תשובה איז זייער שטארק בלאס, און א פחד ליגט אויסגעדרוקט אויף זיין פנים. האט זי געענטפערט אז זי זעהט אויך איז איהר מאן האט מעירעה. אבער זי וועיסט נישט פון וואס איהר מאן האט מעירעה...!"...!

ביי אונז חסידים פלעגט מען זאגן..."ממנו/י ילמדו וכן יעשו"...!
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 11:59 am#398028
נעגעל וואסער האט געשריבן:קוקט אויס געוואלדיג! שוין באשטעלט, און שטיי ביים טוהר פאר די פאסט.
קיינמאל נישט געהערט פון הרב שילער, לויט די שעות וואס איז אריין אין דעם מסתמא האט ער וואס צו פארקויפן, אבער ביז דאן קוקט ער מיר אויס ווי די סקווירא רבי אליין..
דער ארטיקל אויף ווידער קוקט אויס ווי א פעטן ביינדל, וועקער סטייל.
א ריזיגע דאנק פאר אלע וואס האבן אריינגעלייגט כחות!

א כשרן און פרייליכן פסח.

נעגל וואסער: איך קען איהם יא. שטארק נייגעריג וואס ער זאגט דארט אין דעם אינטערוויו. כ'וועלל בלי"נ זיין פו די זריזים מקדימין...ביים ניוססטענד אויף 49 סטר. און 13'טע עוו...!
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 12:28 pm#398031
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 12:48 pm#398036
ATUB @ ATUB העי שטופ דיך נישט אריין! איך בין געשטאנען דא פאר דיר, איך שטיי שוין דא פון אכטע צופרי... עס קוקט אויס ווי בלעק פריידעי אין וואלמארט ס'שטייען דא בחורים, אינגעלייט, בנשא"ס, זיידעס, און אפי' באס דרייווערס אלע וווארטן צו כאפן א וועקער ביים ניוז סטענד. אה דא שטייט א בענעשעק מיט א שווארצע שאפינג זעקל מיט פונקטליכע טשעינדזש אין האנט גרייט אריין צו וויקלען א וועקער און היידא...

עס קוקט אויס רייך און מאסיוו! בפרט דער אינטערוויו מיט הרב מאיר שיללער רייצט מיר שטייטזעך אן דאס מערסטע.
שכח ATUB @ראובן ATUB , ATUB @פיקאסא ATUB , ספאנסער, שרייבער און רעאדאגירער.

#זמן_חרותינו_תש"18
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 12:56 pm#398037
דער געוואגטער יונגל: איך האב נישט געוואוסט אז דו רעדסט צו מיר. ליהוי ידוע לך, אז איך בין נאכאלץ א שטיקל איזראעלי. און דאס איז מיר געבליבן פון איזראעליש'קייט. אז איך בין א מומחה מיך אריינצושטיפן אין א ליין. אמאל מיט א (פאלשן) שמייכל. און אמאל מיט א שטופ אין פלייצע. אדער געבן א טרעט אויף די הינער אויגן. אשר על כן ווארן איך דיך אז דו זאלסט דיך נישט אנהייבן מיט מיר...האסט געהערט... איך וועל צו גיין רעדן צום אינדיאנער גוי וואס איז בקי אין אלע אידישע צייטונגען, זשורנאלן און מאגאזינען ווי א גרויסער ת"ח (איך זאג נישט וואס די ראשי תיבות מיינט)...און הער אויף צו האקן אין טשייניק...! א גוטן טאג...!
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 1:19 pm#398040
אה, נישט געוואוסט אז איך שרייב אין די יעצטיגע אויסגאבע. נייס טו מיעט מי. שילער, דאס איז שוין יא. א דאנק די עוסקים במלאכה.

נקודת-אמת האט געשריבן:אבאוט הילל בן שחר
:lol: :lol: :lol:

m https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7 ... 7%97%D7%A8 m
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 2:21 pm#398053
שבתי בראדער = ATUB @שבת אחים ATUB . גאר גוט!
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 3:08 pm#398059
א סעמפל פונעם נייעם וועקער:
m https://t.me/JewishPublications/20536 m
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 3:16 pm#398061
איך זעה עס איז טייער געווארן לכבוד פסח, הגם נישט אזויפיל ווי דער חילוק פון חלה ביז מצות...
פון וואס איך ווייס שוין איז דער המשך מיינע איבער ירידת הדורות, דער ארטיקל פון הרב אלבוים איבער חירות, און דער ארטיקל פון ידידי הרב יוסף מילר איבער ר' שמואל אוירבאך, אלע גאר שטארקע ערנסטע מאמרים וואס איך קען ממליץ זיין צו קויפען צוליב זיי. יעצט זעה איך אז עס איז נאך דא נאך שטארקע מאמרים ווי דער פון מיסטער שילער און אנדערע, וואס מאכן מיר נייגעריק..
שוין געארדערט איינס.
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 3:26 pm#398065
לעיקוואד האט געשריבן:איך זעה עס איז טייער געווארן לכבוד פסח, הגם נישט אזויפיל ווי דער חילוק פון חלה ביז מצות...

א דאלאר טייערער צוליב דער פארגרעסערטער אויסגאבע (200 זייטן אנשטאט די געווענליכע 174), כמנהג פון די היימישע אויסגאבעס.
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 4:45 pm#398075
דער וועקער האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:איך זעה עס איז טייער געווארן לכבוד פסח, הגם נישט אזויפיל ווי דער חילוק פון חלה ביז מצות...

א דאלאר טייערער צוליב דער פארגרעסערטער אויסגאבע (200 זייטן אנשטאט די געווענליכע 174), כמנהג פון די היימישע אויסגאבעס.

נא.. פסח מישט מען זיך נישט, דו ווייסט נישט..?
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 4:46 pm#398076
בשעת דעם אינטערוויו, איז ר' מאיר שיללער מעיין אינעם "וועקער".
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 5:13 pm#398080
א גרויסן יישר כח פאר דעם נייעם וועקער אויסגאבע. איך האב שוין לאנג געוואלט קענען לערנען דעם קאלירדיגן דמות פון רב שיללער, יעצט וועל איך דאס ענדליך קענען טון. אויך די אנדערע ארטיקלען זעען אויס צו זיין נישקשהדיג. מיין וועקער איז שוין אויפ'ן וועג.
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 8:32 pm#398122
שוין באשטעלט אין יעצט קען מען צוגיין מיט א רואיגקייט צום יו"ט.
איך וועל אפילו נישט פרובירן ארויסצוברענגען יעצט מיין התרגשות נאר פון זעהן דעם דעקל ווייל איך וועל נישט קענען ענדיגן!
יישר כח ראובן אין אלע אנדערע עוסקים במלאכת הקודש!!
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 8:39 pm#398126
Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע
בתי' קאלמאן - בת קול :P
Cute !
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 8:54 pm#398128
טיילווייזע ליסטע פון די חברי ק"ש העוסקים במלאכת הקודש פאר דעם יעצטיגן וועקער. נישט יעדנס נאמען ערשיינט אינעם וועקער זעלבסט, טייל האבן געהאלפן מיט זייטיגע און טעכנישע הילף.

נאר א דאנק די אלע איז ארויסגעקומען אזא פראכטפולע אויסגאבע, תוכו כברו, אנגעפילט מיט די שענסטע ארטיקלען וואס אידיש האט נאר אמאל אהערגעשטעלט.


ATUB @chosen people ATUB
ATUB @shem-tov ATUB
ATUB @בת קול ATUB
ATUB @געוואלדיג ATUB
ATUB @גראדעמעכעלע ATUB
ATUB @דער גאלדענער אדלער ATUB
ATUB @דער געוואגטער יונגעל ATUB
ATUB @הוגה ATUB
ATUB @וואלווי ATUB
ATUB @ונבנתה העיר ATUB
ATUB @יהודה מאשקאוויטש ATUB
ATUB @יואב ATUB
ATUB @יצחק וואלד ATUB
ATUB @כוכב ATUB
ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB
ATUB @לעיקוואד ATUB
ATUB @מפוזרי ATUB
ATUB @נהורא נפישא ATUB
ATUB @פידלער ATUB
ATUB @פיקאסא ATUB
ATUB @פלאוויוס ATUB
ATUB @פרייוויליג ATUB
ATUB @ראובן ATUB
ATUB @רויטע וואנצעס ATUB
ATUB @ריכטיג ATUB
ATUB @שבת אחים ATUB
ATUB @שמערל ATUB
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 9:07 pm#398130
Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
זעט אויס הערליך, כ'קען קוים ווארטן פאר מיינס.

כ'באמערק אז צוויי קביעות'דיגע קאלומס פעלן.

מושי'ס ווינקל
יצחק וואלד

א וועקער אן א מעשה פון יצחק וואלד איז ממש א "תרתי דסתרי"
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 9:13 pm#398131
אהא הייסט אז י. פאלקסמאן = chosen people@
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 10:13 pm#398134
אבי גערעדט האט געשריבן:קוקט אויס מאסיוו, אשאד נאר אז עס קומט נישט קאלירט, וועלכע אויסגאבע קומט דען נישט אין קאלער היינט צוטאגס

אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו. און די סיבה איז ווייל איר האט זיך נאכנישט דערוועקט.
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 10:26 pm#398135
Wow wow wow
שוין לאנג געהערט פון ר' מאיר שילער, קען קוים ווארטן צו ליינען. און שטייצעך שמואל ווידער זעהט אויך אויס מורא'דיג אינטערסאנט

אבי גערעדט האט געשריבן:קוקט אויס מאסיוו, אשאד נאר אז עס קומט נישט קאלירט, וועלכע אויסגאבע קומט דען נישט אין קאלער היינט צוטאגס

מעלות איז נישט קאלירט. אז מ'האט וואס צו פארקויפן דארף מען נישט קיין קאלארס.
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 10:30 pm#398136
חתם סופר האט געשריבן:מעלות איז נישט קאלירט. אז מ'האט וואס צו פארקויפן דארף מען נישט קיין קאלערס.

אמת אמת, אבער עס איז נישט אזא קלארע פרינט, די בילדער זענען נישט זייער קלאר, ווען מען זעט שיינע קלארע בילדער ליינט זיך גאנץ אנדערש
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 10:50 pm#398140
מפוזרי האט געשריבן:זעט אויס הערליך, כ'קען קוים ווארטן פאר מיינס.

כ'באמערק אז צוויי קביעות'דיגע קאלומס פעלן.

מושי'ס ווינקל
יצחק וואלד

א וועקער אן א מעשה פון יצחק וואלד איז ממש א "תרתי דסתרי"

געהאט די זעלבע מחשבה, אבער נאכן זעהן ווי ATUB @יצחק וואלד ATUB האט באקומען א יישר כח פון ראובן איז דא האפענונג אז עס איז יא דא נאר מען האט עס אויסגעלאזט און די אינהאלט.
נאך איינעם גיי איך מיסען נאכאמאל וואס איך האב געהאט א גרױסע האפענונג אז ער וועט ערשיינען איז ATUB @פליקער ATUB :shock:
מוצ"ש מערץ 24, 2018 10:58 pm#398250
אין אייראפע האט מען שוין אנגעפאנגען באקומען דעם וועקער. אין אמעריקע קומט עס אן מאנטאג.

א בילד וואס אן אייראפעאישער לייענער האט אריינגעשיקט.
מוצ"ש מערץ 24, 2018 11:31 pm#398254
כ'בין זיכער אז אסאך ווילן וויסן, ווען גייט עס זיין צו באקומען אין בארא פארק ביי די ניוז סטענד?? אונז קענען קוים ווארטן..

א שיינעם דאנק!!
זונטאג מערץ 25, 2018 3:39 am#398271
דער וועקער האט געשריבן:א סעמפל פונעם נייעם וועקער:
https://t.me/JewishPublications/20536

ואני הקטן והדל, האב נישט קיין טעלעגראם בכלל,
בעט איך דא פאר כל קהל, ארויפלייגן אויף א פי.די.אף. נארמאל.

ייש"כ!
זונטאג מערץ 25, 2018 9:22 am#398310
דער פייל איז צו גרויס דא ארויפצולייגן. אויב איינער קען מאכן דעם פייל קלענער און דא ארויפשטעלן – אדרבה.
זונטאג מערץ 25, 2018 9:44 am#398312
עמעזאן האט אראפגעלאזט דעם פרייז פונעם וועקער מיט כמעט א דאלאר! כאפטס אריין.

m https://www.amazon.com/gp/aw/d/1986728250/ m
זונטאג מערץ 25, 2018 9:57 am#398314
דער וועקער האט געשריבן:דער פייל איז צו גרויס דא ארויפצולייגן. אויב איינער קען מאכן דעם פייל קלענער און דא ארויפשטעלן – אדרבה.

אויב דאס העלפט
m https://tlgur.com/d/BGWld5ag m
זונטאג מערץ 25, 2018 1:14 pm#398334
ריכטיג: ייש"כ. פאר געבן א סעמפל פון דעם טעמו וראו כי טוב ה'...! דאס וועט מיך מזרז זיין צו גיין קויפן דעם וועקער נאך היינט, בלי"נ...!
זונטאג מערץ 25, 2018 11:21 pm#398373
איינער ווייסט ווען טובי׳ס ספרים געשעפט גייט עס האבן ?
איך גלייך עס צו קויפן געהעריג אין א געשעפט עס טוט מער אויף פאר די תפקיד
זונטאג מערץ 25, 2018 11:50 pm#398378
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:איינער ווייסט ווען טובי׳ס ספרים געשעפט גייט עס האבן ?
איך גלייך עס צו קויפן געהעריג אין א געשעפט עס טוט מער אויף פאר די תפקיד

מארגן אי"ה.
מאנטאג מערץ 26, 2018 1:21 am#398386
ווען אין בארא פארק?
מאנטאג מערץ 26, 2018 1:29 am#398388
איסר האטלקי האט געשריבן:ווען אין בארא פארק?

ווילימסבורג? קרית יואל מונרוי?
מאנטאג מערץ 26, 2018 2:45 am#398396
דער וועקער האט געשריבן:עמעזאן האט אראפגעלאזט דעם פרייז פונעם וועקער מיט כמעט א דאלאר! כאפטס אריין.

https://www.amazon.com/gp/aw/d/1986728250/

איך מיין אז די לעצטע פאר וועקערס איז די פרייז אראפ אפאר טעג שפעטער, פארוואס טוהט עס עמעזאן? אגב איך האב נישט קיין טראפ חרטה פארן צאלן מער כדי עס צו באקימען פריער!
זריזין מקדימין למצות אין אזוי אויך איז א ענין צו צאלן מיט א הידור, אין בעיקר איך קען באשטיין די רעדאקציע זאל מאכן נאך אפאר גראשן (ווייסעך נישט וויאזוי עס ארבעט אפשר באקימט מען אלעמאל די זעלבע סכום).
מאנטאג מערץ 26, 2018 2:45 am#398397
Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
איסר האטלקי האט געשריבן:ווען אין בארא פארק?
???
מאנטאג מערץ 26, 2018 3:59 pm#398465
בן ישי האט געשריבן:שוין באשטעלט אין יעצט קען מען צוגיין מיט א רואיגקייט צום יו"ט.
איך וועל אפילו נישט פרובירן ארויסצוברענגען יעצט מיין התרגשות נאר פון זעהן דעם דעקל ווייל איך וועל נישט קענען ענדיגן!
יישר כח ראובן אין אלע אנדערע עוסקים במלאכת הקודש!!

מיין וועקער איז בה אנגעקימען נעכטן נאכמיטאג נישט אנגעקימען אריינצובליקן ביז יעצט. איך האב נישט קיין ווערטער!!! איך גיי מיך נישט קענען איינהאלטן פון ליינען ביז יום טוב אבער בה ס'איז דא איבער גענוג צו ליינען!!
מאנטאג מערץ 26, 2018 5:21 pm#398470
דער וועקער איז שוין דא צו באקומען ביי טובי'ס אין מאנסי.
מאנטאג מערץ 26, 2018 5:53 pm#398473
Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
דעליווערט צו מיין טיר!! כ'האב עס דורך געבלעטערט, נישט געליינט, דאס קוקט אויס גאר רייך, כ'קען קוים ווארטן דורך צו ליינען.בילד
מאנטאג מערץ 26, 2018 7:23 pm#398479
ס'וואלט געווען א שיינע זאך אויב איינער איז מודיע פאר עמעזאן זיי זאלן באפעסטיגן זייערע סערווערס ס'זאל זיך נישט צוברעכן פון די טויזנטער ארדערס
מאנטאג מערץ 26, 2018 7:24 pm#398481
Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
גדליה האט געשריבן:ס'וואלט געווען א שיינע זאך אויב איינער איז מודיע פאר עמעזאן זיי זאלן באפעסטיגן זייערע סערווערס ס'זאל זיך נישט צוברעכן פון די טויזנטער ארדערס
ביקש גדליה לעקור עמעזאן?
מאנטאג מערץ 26, 2018 7:42 pm#398484
metoo#
#יפוצו
א דאנק פאר ATUB @ראובן ATUB , ATUB @פיקאסא ATUB , אלע שרייבער'ס און אלע וואס האבן געהאט א שייכות עס זאל ארויסקומען לאור עולם. גאט פון חרידים זאלן ענק צוריק צאלן בכפלים.
מאנטאג מערץ 26, 2018 8:49 pm#398488
Re: וועקער מעגא-נומער פאר פסח תשע"ח איז דא!
איך מיין אז דער גוי ביים ניוז סטענד אין בארא פארק קלערט צו זיך אז דער יהודי פשוט איז עפעס נישט מיט אלעם... יעדע פופצען מינוט וואקט ער אדורך דעם ניוז סטענד און ער שטעלט זיך אפ און קוקט ארום און גייט זיך ווייטער...
אייגענטליך קלער איך אז אפשר איז דער גוי גערעכט און איך בין טאקע נישט מיט אלעם...
אפשר קען מען לאזן וויסן ווען ס'גייט זיין צו באקומען אין בארא פארק???