איך האב שוין פון לאנג געוואלט שרייבן אן אפענע בריוו צו די אלע חסידים פונ'ם "צד' א' (אונגער)" אינ'ם באבוב'ען געפעך.
איך בין א באבוב'ע חסיד וואס האט אלעמאל געפאלגט און נאכגעקוקט די בני עלי', די חשוב'ערע עולם, די זקינים, און די עהרנפולע בעלי בתים אויף וועמען אבינו רועינו כ"ק רבינו זצ"ל האט זיך אלעמאל פארלאזט. און ממילא ווען 'עת לריב יוגשו' (כ'אב נישט קיין גענויעם דאטום ווען די שירורי' האט זיך אנגעפאנגען... דאס איז אבער קלאר אז ס'ציהט זיך נאך פון די יארן וואס רבינו הקדוש זי"ע האט נאך געלעבט) בין איך, צוזאמען מיט רוב מנין ובנין פון מיין קרייז נאכגעגאנגען די פיסטריט פון אונזערע וועג ווייזערס, און פארשטייט זיך אז י"ב אדר האב איך מיר מדבק געוועהן באילנא דחיי', ביי בנו יקירו וחביבו פון רבינו הקדוש זי"ע.
עס קלעמערט מיר דאס הארץ אז מיר זענען צוגעקומען צו די מצב ווי אונז שטייען היינט, (דעם פילוג אין באבוב בכל פרטי' איז מיר שווער צו באשרייבן, סיידן ווייל ס'איז צו ווייטאגליך, און סיי ווייל ס'איז א לאנגע געראנג וואס האט נישט קיין שיעור, און וויפיהל כ'על שרייבען וועל איך נישט קענען צוקומען צו בארירען אפ' א חלק פון וואס איז דא פארגעגאנגען, און נאכמער וואס א גרויסע טייל פון די עולם אין 'צד א'' איז נישט געוועהן אין אונזער קהילה גענוג יארן צו קענען פארשטיין וואס איז פארגעקומען, ממילא לאז איך אויס דעם חלק. און עס איז כדי צו באטאנען צו ענק פרעמדע קאווע-שטיבעל שרייבערס און ליינערס, אז דא איז נישט עפעס א נער'ישן "uniform" מחלוקות, נאר כדי צו פארשטיין אין זיין באהאווענט בתוך הענינים קען נאר זיין איינער וואס האט זיך געווייקט כאטש 15-20 יאר אין באבוב, נאר אזא איינער קען אפשר פארשטיין צו אונזער פירוד, אבער איינער וואס איז נישט בתוך הדברים וועט קיינמאל נישט כאפן אפ' בקצה המזלג וואס דא איז פארקגעקומען. וד"ל) "צד א' (פארלירערס)" איז אין א מאראלישע באזעצעניש, טיף טיף אינ'ם אפגרינד, אזוי צעקלאפט, ברוגז און אנגעווייטאגט, זיי גייען ארום ווי צעקלאפע הושענות, מיטן פיטם אראפ, צעשאסען כחרס הנשבר, מיט אויפגעגעבענע געדאנקען, מיט א ווירקענדיגע פארלוירענע געמיט, א גאר שטארק מערקבארא מרה שחורה, מיט לעמען-זויערע פנים'ע, פאכמארעט, ציגעלייגט, דיפרעסט, וכו', נאכן ביטערן דורכפאל, פונ'ם פארלוסט "אפי' על פי תורה".
טיף טיף אין הארצען ווייסט עטץ אז, די אלע תירוצים'ליך זענען לעכעריג, "די בי"ד זענען איינזייטיג" (אוודאי! וויזוי דען ווילט עטס, אז יעדער דין תורה זאל זיך ענדעגען? חצי חצי?! איינער איז דאך די גערעכטער!)... "די בי"ד האט גענומען שוחד" (פארוואס האט עטס נישט געגעבן?!?)... "די בי"ד האט נישט גע'פסק'נט על פי תורה"... וכו'. קינדערליך טייערע! כך היא דרכו של עולם אז די פארלירער, טענה'ט דיע נער'ישע דריידלעך, אבער שעפעלעך, מען מוז אויפוואקסען, און אפי' די פנים פלאמט פאר בושה, אבער בעסער איז צו זיין א מודה באמת, ווי זינגען די קינדערישע לאָאָזינ"ג ניגונים...
נא, ווער איז שולדיג? וועמען קען מען באשולדיגען אויף דעם ביטערן פאנטשע, און פארלוסט? ווער איז שולדיג אינ'ם הילכיגען פראסק וואס ענקער חבורה האט געכאפט?
אפשר הר' ברוך חנה גרינפעלד, "משתמש בקודש"? יא, אמת אז ער האט נאכגעזאגט א געפאלטשטען "גילוי דעת" וואס ער האט קיינמאל נישט געהערט, אדער בעססער געזאגט, נישט געקענט הערן (ליידער). אבער פארוואס האסטו אים געגלייבט נאכדעם וואס ער האט פאלטש נאכגעזאגט ברבים א ברכות הקודש פונ'ם "מהרנ"צ" אויפן פארטש מוצאי יו"ט, אדער נאך יארן פון שקרים וכזבים וואס ער האט נאכגעזאגט בשם דעם צדיק וקדוש כ"ק אדמו"ר המהרנ"צ זצ"ל, ווען בעיני כל איז געווען ברור אז ער האט קיין כח נישט געהאט ארויסצורעדן אזאנע מימרות? איז ער דאך א מוחזק שקר'ן! פארוואס האסט דו אים געגלייבט?
אפשר הר' שמחה פינחס שטראלי, משתב"ק? ער האט אויך אינטערגעשריבען דעם ליצנות'דיגען "גילוי דעת", ער האט אבער אליין דערציילט אז ער האט דעם חתימה קיינמאל נישט געגעבן, און אינטרעסאנט איז אז טאמער יא, פארוואס האט ער זיך געבעטן צו ווערן משב"ק ביי כ"ק מרן רבינו שליט"א די ערשטע שטיק צייט (און מ'האט אים נישט אנגענומען ואכמ"ל)? אים האסטו געגלייבט?
אפשר הר' צבי ארי' ריינהאלד, בעמ"ח "ספר צרור המור"? דא ווייס איך נישט ווי אנצוהייבן, לאמער נאר ציטירען איין שטיקעל פון זיין "שמייליג ספר":
"יום ד' פרשת וארא אל האבות, שנת תשע"ג לפ"ק.
היום הלכתי אל הרב הצעיר, ודברתי עמו אודות מצב המוסדות והחסידות שהגיע עד התהום, ואמרתי לו שהגיע זמן שיעבור מלכות אחיו, לו, והוא ינהג את המוסדות, כיון ששני חתני רבינו אינם חושבים כ"א כבודם, [התאוה, הקנאה, וה'כבוד'...] ואינם עושים דבר כחוט השערה למען המוסדות שעומדים לפני ירידה ממש. וענה לי שלא יעלה על דעתי ח"ו, וא"א לעשות כן בשום אופן. וחבל שלא רצה לשמוע אילי."
עכ"ל. יא איר ליינט גוט, דער שוטה, דער מחטיא את הרבים וואס האט גאר מייסד געווען ענקער קהילה (נ.ב. ווען עטץ טוישט די לעטערהעד לייגטס איהם ענדערש אריין אלץ נתייסדה ע"י), ער האט געוואלט מיט א צוויי יאר פריער "צו-נעמען די מלוכה פונ'ם מלאך השם צבאות"... (אוי ס'קאסט א שמייכל...) און דעם נער האסט דו אויסגעהערט? אים האסט די געפאלגט?, דער איד וואס ווי ער האט נאר אריינגעלייגט זיין פינגער האט ער נישט מצליח געוועהן, סיי כרם שלמה, און שפעטער "ישיבה מציונים", און צום לעצט ביים [פאר]פירען ענקער דין תורה? א תינוק בן יומו וואלט זיך אויף אים נישט פארלאזט מצליח צו זיין...
אפשר אייזיק דייטש - ראש האַכּאָ'עֶל דכס"ף (תרתי משמע)? אויף אים האבן ענק זיך פארלאסט? ער איז דאך אן עם-הארץ דאורייתא, וואס לויפט נאך זיין כבוד ... און ווען מ'האט (און אפשר האט מען נישט) אים בארירט דאס כבוד זיינע, קומט מען נישט שטיין מוצאי יו"ט אויפן טאראסע! און אזוי בולט ביי א גרעסערע שמחה אין ענקער קהילה האט ער איגנארירט און זיך בכלל נישט באטייליגט, אויף אזא שוטה האבן ענק זיך פארלאזט?!...איינער וואס מיינט נא רזיך און נאכאצאל זיך און ווען מען גיבט איהם נישט גענוג כבוד ווארפט ער ענק צוזאמען מיט'ן רבי'ן ענקערע אינטער'ן דראנק?
אפשר מענדל גראס? ער האט נאך יעדן מושב בי"ד אין די ערשטער דריי יאר ענק איינגערעדט בזה"ל: "we crushed them", בו בזמן ווען באבוב האט געוואנען 6 פסקי-דינים זמני וחלקי'ס, אים האט עטס געגלייבט? דערנאך האט ער ענק איינגערעדט אז דאס איז א טאקטיק וויאזוי "אונז גייען געווינען", האט ער ענק נישט ווידער אויסגעשפילט?!...
אפשר חיים-לישע אייזען יו"ר ה'האטליין און אויך די "מצלם בקודש"? ער האט דער פארגאנגענעם חודש שבט ביז י"ב אדר נישט ארויפגעלייגט קיין שום מודעה וכו' אויפן האטליין ווייל מ'האט אים נישט אויפגענומען צו דעם פאסטן וואס ער האט געפאדערט, אים האט עטס געגלייבט...
אפשר די פאר געציילטע תלמידי חכמים זענען שולדיג? למשל די חעמעלניקע רעבע ובניו? ער האט דאך ענק קלאר געזאגט ביי א דרשה הסברה פאר די בחירות אז די אנדערע צד האט גאר א שטאקע צד עפ"י תורה וכו' און ווען ס'אים איינגעפאלן צו ווערן ראש הישיבה און מען האט עס אים נישט געגעבן איז ער נישט אריינגעקומען צו ענק אינעם פראפעזארישן ביהמ"ד איבער א יאר צייט... אדער אפשר, אהרן נפתלי פאללמאן? ער האט דאך געשריבן א בריוו צו רבינו שליט"א אז ער וויל צוריקומען, אויף זיי האט עטס ענק פארלאזט?!...
אפשר לייבל האממער מיט זיינע דמיונות [כמדומה לי פליהט נאך מיטן מהרנ"ץ פונעם ברוקלינער בארטן קיין אסטראליע]? אדער דער צעהיצטער משה יוסף גאלדפינגער וואס איז פרעזענליך אדורכגעפאלן ביי א פסק בי"ד בנוגע בנות ציון?! אפשר בן ציון דוב הלברשטאם נעכעד האקעדישעס טציען? אים האט דאך בי"ד געפאקט מיט אפאר סתירות מיני' ובי', אויף זיי האבן זיך ענק זיך פארלאזט?!...
נ
אר מיז מען זאגען אז די ביסט אליין שולדיג! די חמור גרם, וואס האסטו געגלייבט די אלע שקרים וכזבים וואס מ'האט אייך שטענדיג פאפירט: "אין 48 שעה נעמען אונז צוריק דאס ביהמ"ד!!!".... "בנות ציון איז קיין פראגע נישט דאס איז זיכער אונזער!!".... "מתיבתא קעמפ דאס איז דאך אונזער היים-ארט (יא יא, פרעדיג ארט) אונז זענמיר דאך דארט מוחזק!!"... "קעמפ גילה איז דאך יעקב פירער'ס פריווארט"... "אונז גייען באקומען 150 מיליאן"... שפעטער "50 מיליאן"... און נאך שפעטער "30 מיליאן"... נאך ביז פארגאנגענעם חודש "זיכער נישט אונטער 20 מיליאן"... הא! הא! ניטאמאל קיין קארגע 7 מיליאן!! [וויינגער ווי 5%...], און וויפיל מאל האבן ענק נעבעך געטאנצען "חסדי השם" און זיך געכאפט נאכדעם וואספארא פארלירערס עטס זענטס?... און ווי כתה א' קינדער האט עטס געגלייבט יעדע ווארט ווי בהמות דקות, מ'האט ענק געשטאפט ווי געשטאפטע גענז און עטס עסט נאך אלס אלע בעלאוני"ס, ווי לאנג נאך וועלן ענק זיך לאזן נער'ן און פארפירט ווערן פון ענקער וועג ווייזערס?!....
עס ווערט פארציילט בשם די אלטע וואוידיסלאוו'ע רב זצ"ל, אז ס'דא א באקאנט ווערטל, אז 'טאמער מען לייגט זיך מיט א קאץ שטייט מען אויף צוביסען'. האט די וואוידיסלאוו'ע רב צוגעלייגט מיט א זיסען קנייטש, אז 'טאמער שטייט מען אויף און מען איז נישט ציביסען, איז א סימן אז מ'שלאפט נאך', ודפח"ח. ווענד איך זיך צו די אלע חסידים פונ'ם 'צד א', עורו משנתיכם! שטייטס אויף פון ענקער טיפן און 'לאנגען' שלאף! קוקטס מיט וועמען עטץ שטייטס, ווער ס'איז ענקער ראשי הקהילה, כאפטס ענק וויפיהל זיי האבן ענק איינגערעדט, און וויפיהל ס'איז מקיום געווארן, איך רעד שוין נישט ווי מיאוס ענק האבן פארלוירן "על פי דין תורה" - וואס איז געוועהן ענקע פאן טראגער באלד אהנהייב ענקער רבי'סטיווע ואכמ"ל - נאר אפי' דעם בית המדרש וואס גייט צאמפאקען די וועלטס גרעסטע און שענסטע אשר כמהו לא היה... איז אויך נאך בדמיון, און עטץ האלט שוין ווייטער ביים זיכן א נייעם קעמפ, נאך 10 יאר וואנדערן, און די הרחבת גבולי הקודש און קיין קאנטראסט מיט וואס באבוב האט פיאנירט און פארלויף פון איר "ווידער-אויפבלי" וכו' וכו',
פרעגט זיך די שאלה: "ווילאנג נאך וועט עטץ גלייבען די שקרנים מיט זייערע טעאריעס?, ווילאנג נאך וועלן ענק פאלען און מאמין זיין און נערישע ראשי הקהילה?
ענק שטייען יעצט ביי א שוועל מיט א שווערע נסיון, 'ויקוב ההר את הדין', מ'האט ענק ביטער צוגעפאכעט, עטץ זענטס צופראסקען אינגאנצען, די בי"ד צדק האט ענק אריינגעריבן אינ'ם זיבעטען ריב אריין, אויסגעשפילטע בהמות זענען ענק פארבליבן, וואס האבן אמת'דיג געגלייבט די וואס האבן ענק איינגערעדט מיט כל ערליי מינע שטותים והבלים, שקרים וכזבים, וכו', און יעצט: וואס איז ריכטיג צו טוהן?, גיין אין ערכאות ח"ו?! מ'וועט ממילא דארט פארלירן קעגן די מאנסטערישע צד שכנגד וואס האט בלויז געהאט סייעתא דשמיא פון די ערשטע רגע ביז'ן היינטיגע טאג. און ווער רעדט נאך וואס די רבנים וועלן זאגען?!? און וואס די המון עם וועט זאגען?.... נאר וואס דען? זאגען אז די ב"ד צדק איז נישט עהרליך, לאמיר נישט פארגעסן ווער ס'איז די "תובע" - די ריפער'ס צו בי"ד?, און ווער ס'האט אויסדערוועלט די דיינים? און ווער האט מיט דריי יאר צוריק גע'חתמ'ט ווידער שטרי בירורין אז מען גייט פאלגן די פסק פון דעם "עהליכן" בי"ד, (און אויף דעם אז א דיין געט אן השגחה אויף א זאל וואס איז א כלי שלישי..., האט ער באקומען א בפירוש'ן פסק-הלכה פון הרב שמחה ראטה, "ענקער טוען", אז ער מעג, ודי בזה).... אלא מאי מען וועט סתם 'נישט פאלגען' ווייל מ'איז נישט צופרידען, וואסארא פנים עט דאס האבן פאר די גאס? פאר דיר אליין? פאר דיינע קינדער? נישט פאלגען א בי"ד'ס פסק דין?!?!, וויאזוי פלאנט מען צו האבן סיעתא דשמיא אויב מען פאלגט נישט וואס אין די תורה שטייט?!?
נאר וואס דען? יא, די אמת טוט וויי, אבער מ'האט נישט קיין ברירה מען מוז מודה זיין אז ביז היינט האבן ענק זיך געלאזט נער'ן. דערמאנט אייך נאר די באקאנטע מעשה ביים הייליגען קדושת ציון זצוק"ל דער יוד וואס האט זיך אפגערעדט אז די פרנסה גייט אים נישט גוט און זיין קאנקארענט איז זעהר מצליח האט אים די הייליגע קדוש"צ געענטפערט "ווייל אז מ'פירט יענעמס געשעפט באותו זמן ווען מ'פירט די אייגענע געשעפט קען מען נישט מצליח זיין".. הערטס אויף צו זיין ביזי מיט אונז און פאקעסטס אויף אייער קהילה אז זי זאל בליען, די מוסדות זאלן וואקסען, דורך האבן אייגענע פרעכטיגער בנינים, וכו וכו', והעיקר גייטס ווייטער נעמטס אהן דעם פסק-"דין" וועט עטס ארויסגיין זיגערס. פארקערט וועלן ענק דאך ממילא פאלירן.
לערנטס ענק אביסעל פון אונז באבובער חסידים. אלעס פראבירט עטץ נאכצומאכען פראבירטס דאס אויך..... אונז פירען נאר אונזער חסידות עס גייט אונז נישט אהן כי הוא זה וואס עס טוט זיך ביי ענק. אונז האבן און קארגע 10 יאר אויפגעשטעלט פרישע בנינים אפילו אונז זענען געווען מוחזק אוןן אלע בנינים וואס זענען געשטאנען בימי רבינו המהרנ"ץ זצ"ל. א נייע קעמפ כרם שלמה, א נייע בנין בנות ציון, א משנת יונה, א נייע ת"ת אין מאנסי, א נייע ביהמ"ד אין לעיקוואד, א נייע בנין פאר די ישיבה גדולה אין בני ברק, עס בויעט זיך יעצט א נייע ביהמ"ד אין מאנסי, מען ארבעט אויף די פלענער אויף א נייע ריזיגע בנין פאר די ת"ת אין בארא פארק, און א נייע בנין פאר די בנות ציון. א טיש שטוב אויף 48 סטריט. ועוד. און ענק פארמאגען ליידער נישט קיין איין בנין, זיצען מיט אנגעמארגעדשטע און אנגעחובות'טע רענטאל בנינים וואס יעדע יאר ווארפט מען ענק ארום ווי שרצים. מ'צאלט נישט אין צייט די מלמדים און איינגעשטעלטע די איינגעשטעלטע טוישן זיך עפטער ווי די וועש. די אומסטאבילקייט איז ביטער. פארוואס? "ווייל אז מ'פירט יענעמס געשעפט באותו זמן ווען מ'פירט די אייגענע געשעפט קען מען נישט מצליח זיין".. און פארקויפטס מיר נישט אז ענק האבען נישט קיין גבירים מיט געלט! ענק האבען גענוג און נאך עשירים. נאר אוודאי אז מ'נעמט געלט פון זיי אויף שטותים והבלים ווי גרויסע חתונות, פראפעגאנדע, בילדער ביכער, מעילינגס, הייזער פאר די בנש"קלעך, וואקאציעס וכו' מען ברענגט Nat Lewin פאר 50 אלפים צו פארלירען א קאורט קעיס וכו' וכו, וכו' האט מען נישט קיין געלט פאר קיין מוסדות און קיין איינגעשטעלטע און עס פארגייט די אפעטיט פון די גבירים צו געבן פאר אזעלכע נערישקייטען. און די מוסדות באקומען א שם אזוי ווי זיי האבן. "ווייל אז מ'פירט יענעמס געשעפט באותו זמן ווען מ'פירט די אייגענע געשעפט קען מען נישט מצליח זיין"..
געדענק ווען די וועסט זיצען ביים אסיפה כללית דעם דינסטאג, אז אויב וועלן די פארשטייערס פון דיין קהילה טוהן ווי די פארשטייסט, און אהנעמען די פס"ד באהבה, אשריכם ואשרי חלקם. אבער טאמער גייען זיי אייך איינרעדן מיט נייער טאקטיקען וויאזוי מען גייט "זיכער געווינען", געדענק! אז די ביסט שוין אויפגעשטאנען.... די האסט אנערקענט אין דיין טעות... חזר עס נישט איבער נאכאמאל.... ווייל עס טוט זייער וויי נאכאמאל יעדן מאל ווען מען פאלירט...