זר זהבקען איינער בכלל מסביר זיין די מחלוקה? אין א נאטשעל פארשטיי איך נישט פארוואס איינער זאל אוועקגיין פון די מעין סינאגאגע, פון א האלבארשטאם צו א אונגאר אין גלות. נישט אז איך נעם א צד. כ'וויל פשוט פארשטיין.
וואס פאר א הסבר פעלט דא אויס? א רבי איז נפטר געווארן און די חסידים זענען צוטיילט צווישן צוויי ממלאי מקום. אין סאטמאר האסטו עס פארשטאנען? אין תולדות אהרן האסטו עס פארשטאנען? אין וויזניץ האסטו עס פארשטאנען? דא איז גארנישט אנדערש.
און אפילו אן פארשטיין. דער מציאות איז אז אונגאר איז אוועק געגאנגען אין גלות, און מיטגענומען קרוב צו האלב באבוב. אפילו ללויט די קלענסטע נומערן אין בית דין האט אונגאר מער וווי א דריטל, הלא דבר הוא, דאס ווייזט דאך אז די באבוב'ער, די וועלכע זענען פאקטיש אין דעם מצב און ווערן אפעקטירט דורך דעם, זיי פארשטייען עס יא.
אויב אבער דו ווילסט דוקא הסברים, קען איך דיר דאס געבן.