Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » קאווע שטיבל • וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24 שעה

קאווע שטיבל • וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24 שעה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
117 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 125 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12244
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 6:20 pm#400268
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24
קאך_לעפל האט געשריבן:קעניינע הרע..... א וועלט פון ברייטע קעפ, אויפגעקלערטקייט און אפענקייט, חכמה און פארשטאנד. מ'זעט אין חוש אז ס'איז שוין ווירקליך משיח'ס צייטן, דער ומלאה הארץ דעה גייסט הייבט שוין אן ארום צו כאפן די יונגווארג ווי א שלאנג כאפט ארום א פאס האניג.... א קידוש השם... סקרן, דער שטיינווארפענדער טייך, רבי יהודה הנשיא.... טשאדאש....
דיין ברייטע קאפ פארשטייט נישט אז די אינטערנעט איז סאך א גרעסערע סכנה פאר אידישקייט (עכ"פ, אונגארישע אידישקייט) ווי מדינה.
די מדינה איז ב"ה א פיין מקום וואס דולט אלע סארט פארשוינען. דאס נעמען א מדינה איז איררעלאוואנט. אויפגעבן לא יעלה על הדעת. די סיבה פארוואס דו וכדותך קאכן זיך דערין איז כדי זיך צו קענען פראווען פרומקייט און אין איינוועגס מתעלם זיין פון די ריכטיגע פראבלעמען.

ברוך המקום שהנחיל לנו את המדינה ואת האינטרנט.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 6:56 pm#400271
: From Toras Avigdor :


Q:
How should we celebrate Yom Ha'atzmaus? 
 
A:
The answer is that you should not. And I'll tell you why. Yom Ha'atzmaus is a day that was invented not by the chachmei hatorah. It was invented by a group of atheists called the Knesses. Now in the Knesses there are some decent people too, but the majority are atheists. When atheists get together and they pass a law that this and this day should be celebrated by the Jewish people, then we honor them with a sneeze. We ignore them entirely. 

The only ones who make laws for the Jewish people, are the ones who keep the laws of the Jewish people. People who don't eat kosher and don't believe in the Torah have no business telling us what to do. And therefore we celebrate the Yom Ha'atzmaus by ignoring it entirely! 

Now we pray always for our fellow Jews wherever they are. Whether they're in Buenos Aires or in Poland or in Eretz Yisroel, we pray for our fellow Jews. But when it comes to making laws, we don't listen to the atheists at all! And so we ignore the day entirely. It means nothing at all. 
TAPE # 821 (April 1991)

Today's Q&A Is Dedicated
: Rav Avigdor Miller on Yom Ha'atzmaus

Q:
     Should one say Hallel on Yom Ha'atzma'us? And if yes, should we say it with a bracha or without a bracha?

A:
     The first question is really, should one say Hallel on Columbus Day? When Columbus discovered America it was a great blessing for the Jewish People. It was a preparation for one of the greatest Jewish communities in history. 

     And therefore, next Columbus Day, when they're parading down Fifth Avenue in Manhattan, take your machzor, or your siddur, and go outside. And if you feel so moved as to say Hallel, then just be careful to say it without a bracha.

     And on the 5th of Iyar, don't say Hallel even without a bracha. Because the 5th of Iyar is not a day of happiness. And I'll tell you more about that some other day. But for the time being, I answered your question.
TAPE 70 (April 1975)
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 7:02 pm#400272
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24
פארוואס ווען אימער איך ליין עפעס פון הרב אביגדור מיללער, אפילו איידער איך ווייס די נאמען פון דער מחבר, מאכט עס מיר נערוועז? קוק זיין דברי חכמה אויף ניקסאן וכדו׳.

שוין, אויף א פארום פון חסידישע אויבער חכמים טאר מען נישט אוועק מאכען הרב מיללער. מיט וועמען קענען זיי בלייבען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 7:28 pm#400273
לכאורה, וויבאלד די רעליגיעזע רבנים האבן דאס גלייך אנגענומען פאר א יו"ט און דאס הייסט נישט אז די כופרים זענען אויפגעקומען מיט דעם.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 7:41 pm#400274
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאכצעך מיר אז דער חזון איש האט געזאגט פופציג יאר, ניט אזעי?

רביה"ק זי"ע: יא. זיכער. ס'האט צוערשט. ס'הייסט נאכדעים וואס די יו. ען. האט געשטימט פאר א אידישע מדינה. געהייסן אז די עבודה זרה וועט ניש האבן קיין קיום. מער ווי א יובל. דאס האט מען מן השמיים געגעבן פאר די סיטרא אחרא . כדי לנסות את ישראל (נישט ח"ו מדינת ישראל.)...!
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 8:02 pm#400275
סמבטיון האט געשריבן:קאך לעפעל , בדרך כלל גלייך איך גאר שטארק דיינע תגובות, אבער דאס מאל האסטו מיר געברענגט בייז בליט , איך ווייס נישט וויפיהל מיליאנען האבן אויפגעהערט צי זאגן שמע ישראל, איך ווייס אבער יא אז צענדליגע טויזענטע יודן האבן אנגעפאנגן זאגן שמע ישראל זייט די מדינה שטייט,

סמבטיון: נו, איך בין מוחה. מ'טאר דאס נישט זאגן. אדער אפילו טראכטן. פרעג נאר ביי הרב ישראל מ. סופר. ער איז דאך היינטיגע צייטן דער פוסק (אפשר פיסק) אין די עיר הקדשה וויליאמסבורג. ער האט געפסקנ'ט אז מ'טאר נישט קוקן אויף פיקטשערס וויאזוי די ערליכע סאלדאטן פון צה"ל דאווענען מיט מנין און לערנען שיעורי תורה. ווייל מ'קען ח"ו צו קומען מהרהר צו זיין בשבח הציונים...!
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 8:08 pm#400276
קאך לעפל: איך האב דיר געוואלט אפענטפערן פון די רשימה וואס דו אליין האסט געברענגט. אבער דו האסט אנגעהויבן צו רעדן חזיר'יש, וויל איך דיר נישט ענטפערן. ס'איז מיר נאר אינטרעסאנט צו וויסן. אויב קנאות גייט צוזאמען מיט חזיר'ישקייט און רעדן ניבול פה...!
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 8:17 pm#400277
ר' בערל, פאר אייער געזונט בעט איך אייך נישט צו ענטפערן גארנישט אין דעם אשכול. מיר ווייסן אלע פונקטליך וואס איר האלט; צו וואס זאלט איר סתם שפייען בלוט. אין אייער גיל איז נישט געזונט די זאכן.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 8:18 pm#400278
סמבטיון האט געשריבן:ציוניסטישע מענטשן פרעסערס.. אה מיי גאד

סיריעסלי? דו ווארטס פאר א ענטפער? זייט די מדינה שטייט איז נאך נישט געווען אזויפיהל תורה אויף איין מקום ווי אין ארץ ישראל, טוה דיין היים ארבעט פאר די קאפיסט שטיקלעך וויקיפידיע, און שטעק ארויס דיין קאפ פון די ראדני טוילעט

עס איז ראטזאם זאלסט ליינען דעם בריוו פון אברהם משי זהב ווי ער שרייבט פאר זיין פעטער עמרם בלוי אז ער האט געהאט א גרויסן טעות, און יודישקייט שיינט אין ישראל ווי קיינמאל ביפאר זינט דעם חורבן הבית. קענסט עס ליינן אויף ישיבה ווארלד

סמבטיון: אויך יהודה משי זהב, וועלכער איז אין אנהייב געווען פן די גרעסטע קנאים און טעראריסטן.מבני החבורה של הצדיק ר' עמרם בלוי זצוק"לאלהאהא...! עד כדי כך אז די איזראעלי מידיא האט איהם געגעבן א צונאמען..."קמב"ץ" פון מאה שערים. (קצין המבצעים) וואו ס'איז געווען אנצושטעללן א טעראריסטיש שטיקל אין מאה שערים האט ער עס אנגעפיהרט. ביז ער איז געקומען צום שכל. און ער האט געזאגט דעם פסוק אין תהילים..."אך שקר נחלו אבותינו"...און ער איז געווארן א נארמאלער מענטש. און ר'האט איינגעזעהן דאס חשיבות פון וואוינען אין א לאנד וואו די אידישע קינדער זענען שולט. און נישט די טמא'נע בני השיפחה. היינט איז ער דער מייסד און אנפיהרער פון די הייליגע ארגאניזאציע זק"א...! און די סאטמאר'ע עסטאבלישמענט שעלטן איהם טאקע צוזאמען...!
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 8:22 pm#400279
שמעקעדיג האט געשריבן:ר' בערל, פאר אייער געזונט בעט איך אייך נישט צו ענטפערן גארנישט אין דעם אשכול. מיר ווייסן אלע פונקטליך וואס איר האלט; צו וואס זאלט איר סתם שפייען בלוט. אין אייער גיל איז נישט געזונט די זאכן.

ר' שמעקעדיג: יישר כח גדול. פאר'ן זיך זארגן פאר מיין געזונט. כ'האב מיך טאקע געוואונדערט, איה כבודו...?! מיין דאקטער האט געזאגט אז לאכן איז זייער שטארק געזונט פאר א מענטש. דערווייל האביך געקוילערט פאר געלעכטער פון די קלוגע ענטפערס וואס דער קאך לעפל/גאפל געט דא פאר די שואלים...!

איך וואונדער מיך נאר וואו די איבעריגע מעמבערס פון די קרו זענען. אזוי ווי ימים ידברו. און איש את רעהו...!
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 8:23 pm#400281
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24
סתם פאר נייגעריגקייט ר' בערל, פון וועמען האלט איר מער פון ר' עמרם בלוי ז"ל אדער פון ר' יהודה משי זהב הי"ו ?
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 8:28 pm#400282
ר' קפה נמס. נו, זאגט איהר אליין....! ווען ר' עמרם בלוי וואלט זוכה געווען צו א לענגערע אריכות ימים, וואלטן מיר אפשר דערלעבט אז ער זאלל דערקלערן זיין טעות און חרטה אויף זיין נארישע אויפפיהרונג...!
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 8:30 pm#400283
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24
און יעצט אז ער האט נישט באמערקט זיין טעות. וואס מיינט דאס אויף די גאנצע מענטש ?
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 8:53 pm#400286
קאך_לעפל האט געשריבן:קעניינע הרע..... א וועלט פון ברייטע קעפ, אויפגעקלערטקייט און אפענקייט, חכמה און פארשטאנד. מ'זעט אין חוש אז ס'איז שוין ווירקליך משיח'ס צייטן, דער ומלאה הארץ דעה גייסט הייבט שוין אן ארום צו כאפן די יונגווארג ווי א שלאנג כאפט ארום א פאס האניג.... א קידוש השם... סקרן, דער שטיינווארפענדער טייך, רבי יהודה הנשיא.... טשאדאש....

מלאך רע בעל כרחו יענה אמן.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 9:00 pm#400288
מרן ר' עובדיה האט געהאלטן אז מ'זאל נישט זאגן קיין הלל אום יום העצמאות. מ'דארף טאקע דאנקען די הייליגע באשעפער פאר די גרויסע נסים וואס ער האט געטון, אבער למעשה איז אויך ארויסגעקומען שלעכטע זאכן פון די מדינה. ממילא קען מען נישט זאגן הלל אויף דעם. אבער אום יום ירושלים האט ער יא געהאלטן אז מ'זאל זאגן הלל.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 9:07 pm#400290
: The holy talmud on Yom Ha'atzmaus

Q:
     Should one say Hallel on Yom Ha'atzma'us? And if yes, should we say it with a bracha or without a bracha?

A: yes , it's a takana of the neviim.
הלל זה מי אמרו נביאים שביניהן תקנו להן לישראל שיהו אומרין אותו על כל פרק ופרק ועל כל צרה וצרה שלא תבא עליהן ולכשנגאלין אומרים אותו על גאולתן
(פסחים קי"ז.)
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 9:18 pm#400292
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24
berlbalaguleh האט געשריבן:סמבטיון: אויך יהודה משי זהב, וועלכער איז אין אנהייב געווען פן די גרעסטע קנאים און טעראריסטן.מבני החבורה של הצדיק ר' עמרם בלוי זצוק"לאלהאהא...! עד כדי כך אז די איזראעלי מידיא האט איהם געגעבן א צונאמען..."קמב"ץ" פון מאה שערים. (קצין המבצעים) וואו ס'איז געווען אנצושטעללן א טעראריסטיש שטיקל אין מאה שערים האט ער עס אנגעפיהרט. ביז ער איז געקומען צום שכל. און ער האט געזאגט דעם פסוק אין תהילים..."אך שקר נחלו אבותינו"...און ער איז געווארן א נארמאלער מענטש. און ר'האט איינגעזעהן דאס חשיבות פון וואוינען אין א לאנד וואו די אידישע קינדער זענען שולט. און נישט די טמא'נע בני השיפחה. היינט איז ער דער מייסד און אנפיהרער פון די הייליגע ארגאניזאציע זק"א...! און די סאטמאר'ע עסטאבלישמענט שעלטן איהם טאקע צוזאמען...!


פאלט אינך נישט ביי אז אפשר וועגן דעם טאקע האט ער זיך געטוישט, ווייל ער איז מתחילה בלויז געווען א טעראריסט, נישט קיין קנאי, און ווען ער איז אביסל עלטער געווארן און די הייס בלוט האט זיך אביסל אפגעקילט , איז ער געבליבן אן טעראריזם און אהן קנאות.

אין עבודת בנימין איז געדריקט עפעס וואס ר בנימין ראבינאוויטש האט געזאלט זאגן אויף אן עסקן וואס האט בלויז געטון זיין קנאות צוליב שלעכטע מידות און מפי השמועה האב איך געהערט אז ער האט אים געמיינט.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 9:27 pm#400294
אונטער חכם: יהודה משי זהב איז נאר געווען א ווילדער צאפ וועלכער האט געטון און אנגעפיהרט טעראריסטישע שטיק, ווייל ער איז געווען א תינוק שנשבה. ער איז געבוירן און אויפגעוואקסן ביי די פאררוקטע מענטשן. ער האט געהאט א פעטער ר' עמרם בלויא. אבער ווען ער איז א ביסל עלטער געווארן און ער האט געזעהן די מציאות די רעאליטי פון לעבן, האט ער זיך אויסגעלערנט אז זיין ביז איצטיגער דרך איז געווען א פאלשער דרך. און היינט צו טאג איז ער אן אינטעגראלער חלק פונ'ם סאציאלן לעבן פון מדינת ישראל. ער טרעפט זיך א סאך מיט'ן פרעמיער בנימן נתניהו און אנדערע רעגירונגס מענטשן און זיי לויבן איהם און זיין ארגאניזאציע פאר די וואוילטעטיגע ארבעט וואס זיי טוען. שוין אפגערעדט פון די הייליגע עבודה וואס זיי טוען...!
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 9:40 pm#400296
קאך לעפעל, הער אביסל דברים של טעם
m http://www.kikar.co.il/abroad/274526.html m
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 10:01 pm#400303
קיימאל נישט געוואוסט אז פאנעוויזער רב איז געווען א ציוני. ס'נאר אינטערעסאנט אז די צוויי גרעסטע לינקע פאליטישע כוחות ביי די חרדים, הרב שך און להבחל"ח בעלזא רב, זענען ביידע זייערע פארגייער געווען פונקט דאס פארקערטע.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 10:39 pm#400307
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24
איך האב יעצט געהאט א וואטסעפפ שמועס מיט מיין צווייטע קאזין, א מתנחל אין א"י. איך האב איהם געפרעגט וויאזוי די מנהגים גייען, וואס איז די גייסט ביי זיי. ער איז פון קרית ארבע אריגינעל, היינט אין יצהר, און א תלמיד פון הרב דוב ליאור. זאגט ער מיר אז עס איז א בחינה ביי זיי פון חול המועד. די ברכה אויף הלל איז נאך נישט געפסקנ׳ט, אבער עפ"י רטב אשכנזים זאגען יא. ספרדים האבען שאלות ווייל הרב עובדיה האט געהאלטען אז נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 10:45 pm#400308
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די ברכה אויף הלל איז נאך נישט געפסקנ׳ט, אבער עפ"י רטב אשכנזים זאגען יא. ספרדים האבען שאלות ווייל הרב עובדיה האט געהאלטען אז נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דארט אין יצהר זאגט מען ביינאכט אויך, אדער נאר בייטאג?
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 10:47 pm#400309
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די ברכה אויף הלל איז נאך נישט געפסקנ׳ט, אבער עפ"י רטב אשכנזים זאגען יא. ספרדים האבען שאלות ווייל הרב עובדיה האט געהאלטען אז נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דארט אין יצהר זאגט מען ביינאכט אויך, אדער נאר בייטאג?
יש קהלות גם בערב. אזוי האט ער מיר געשריבען. איך האב געמיינט מער די גייסט ווי די מנהגים. עס איז וו שושן פורים צו וואס. יעדער שמחה קען מען מאכען, אבער באפליכטעט איז מען מיט גארנישט. אזוי האב איך פארשטאנען.

ער זאגט מיר אויך אז נאך זיבעציג יאר, האפען זיי פאר עפעס ניי א נייעם ריכטונג אין די מדינה, אזוי ווי א טייטעלבוים וואס נעמט זיבעציג יאר ביז ער מאכט פירות.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 10:51 pm#400310
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער זאגט מיר אויך אז נאך זיבעציג יאר, האפען זיי פאר עפעס ניי א נייעם ריכטונג אין די מדינה, אזוי ווי א טייטעלבוים וואס נעמט זיבעציג יאר ביז ער מאכט פירות.

על פי קבלת הגר"א, דארף די תהליך הגאולה צו געדויערן זיבעציג יאר. ס'האט אויך מיט דעם אז ס'איז פופציג יאר פון שחרור ירושלים ויו"ש.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 11:09 pm#400312
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 11:17 pm#400314
פשטו ידיכם האט געשריבן:https://youtu.be/FR29zD7AtAY

גראדע זיין זיידע ר' אברהם חיים זי"ע איז געווען א שטארקע ציוני, ער פלעגט רעדן קעגן צוריקגעבן שטחים נישט ווייניגער פון ליובאוויטשע רבי. איך זעה אז ער גייט אין זיידנ'ס וועגן. דאכצעך מיר אז זיין זיידעס ניגונים האבן אין זיך א שמעק פון קומזיץ סטייל.
פרייטאג אפריל 20, 2018 3:23 am#400322
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24
אינטערעסאנט אז ביי סאטמאר'ער חסידים איז יעדע ערליכע איד אדער מנהיג אדער ראש ישיבה געוועהן א קנאי און אנטי ציוני אויסער די פאר אויסגערופענע ציונים ווי קוק וכדו'

ווידער ביי די אלע וואס זענען אנטי סאטמאר האלטן אז יעדע ערליכע איד אדער מנהיג אדער ראש ישיבה איז געוועהן א ציוני אויסער סאטמאר'ער רב זצ"ל און זיינע שטיצער

וואס דאס ברענגט ארויס אז באמת איז קיינער נישט אויפריכטיג און יעדע זאגט וואס ס'שטומט בעסער מיט זיין צד
פרייטאג אפריל 20, 2018 3:45 am#400323
יהודי פשוט האט געשריבן:אינטערעסאנט אז ביי סאטמאר'ער חסידים איז יעדע ערליכע איד אדער מנהיג אדער ראש ישיבה געוועהן א קנאי און אנטי ציוני אויסער די פאר אויסגערופענע ציונים ווי קוק וכדו'

ווידער ביי די אלע וואס זענען אנטי סאטמאר האלטן אז יעדע ערליכע איד אדער מנהיג אדער ראש ישיבה איז געוועהן א ציוני אויסער סאטמאר'ער רב זצ"ל און זיינע שטיצער

וואס דאס ברענגט ארויס אז באמת איז קיינער נישט אויפריכטיג און יעדע זאגט וואס ס'שטומט בעסער מיט זיין צד

איך בין זייער אויפריכטיג מיט וואס איך זאג, אויף רוב פון די מענטשן וואס איך האב גערעדט, האב איך געהערט מכלי ראשון אדער מכלי שני, און דו קענסט עס נאכגיין אויב דו ווילסט, נישט סתם קיין מעשיות וואס איך האב געליינט אין די בלאט. דו ווילסט קומען מיט מיר קיין פאנעוויטש זען די פאן הענגען, אדער דו ווילסט גלייבן מעשיות פון די בלאט? איך האב געהערט פון ר' אברהם וואס האט געהערט פון ר' ברוך וואס האט געהערט פון בעלזא רב זי"ע אזעלכע דברי ציונות, אז די האר פון קאפ וועט זיך דיר אויפשטעלן. וועם זאל איך ענדערש גלייבן, די צוויי אידן וואס זענען זייער באגלייבטע און ערליכע מענטשן, אדער די בלאט? אדרבה, אז דו האסט וואס צו זאגן בין איך אלעמאל מער ווי גרייט צו הערן. שוין יארן וואס איך זיך איינער וואס זאל מיך צוריקברענגען די אמונה הטהורה, אבער ווי מער צייט ס'גייט דורך אלץ א גרעסערע ציוני ווער איך, און דו מיט דיינע חברים זענען אסאך שולדיג אין דעם. פשוט פון זען וואספארע בורים ענק זענען סיי אין תורה און סיי אין היסטאריע, און ווען איך קום מיט זאכליכע טענות, ענטפערט מען מיר מיט שטותים, און די אנדערע צד האבן אלע זייערע שיטות געבעקט פון תנ"ך, גמרא, מדרשים, ראשונים, אחרונים, און היינטיגע, אוודאי וועל איך ענדערש אננעמען זייער צד. און קום מיר נישט זאגן אז איך זאל לערנען ויואל משה, ווייל איך האלט שוין נאכדעם.
פרייטאג אפריל 20, 2018 4:56 am#400326
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בין זייער אויפריכטיג מיט וואס איך זאג, אויף רוב פון די מענטשן וואס איך האב גערעדט, האב איך געהערט מכלי ראשון אדער מכלי שני, און דו קענסט עס נאכגיין אויב דו ווילסט, נישט סתם קיין מעשיות וואס איך האב געליינט אין די בלאט. דו ווילסט קומען מיט מיר קיין פאנעוויטש זען די פאן הענגען, אדער דו ווילסט גלייבן מעשיות פון די בלאט? איך האב געהערט פון ר' אברהם וואס האט געהערט פון ר' ברוך וואס האט געהערט פון בעלזא רב זי"ע אזעלכע דברי ציונות, אז די האר פון קאפ וועט זיך דיר אויפשטעלן. וועם זאל איך ענדערש גלייבן, די צוויי אידן וואס זענען זייער באגלייבטע און ערליכע מענטשן, אדער די בלאט? אדרבה, אז דו האסט וואס צו זאגן בין איך אלעמאל מער ווי גרייט צו הערן. שוין יארן וואס איך זיך איינער וואס זאל מיך צוריקברענגען די אמונה הטהורה, אבער ווי מער צייט ס'גייט דורך אלץ א גרעסערע ציוני ווער איך, און דו מיט דיינע חברים זענען אסאך שולדיג אין דעם. פשוט פון זען וואספארע בורים ענק זענען סיי אין תורה און סיי אין היסטאריע, און ווען איך קום מיט זאכליכע טענות, ענטפערט מען מיר מיט שטותים, און די אנדערע צד האבן אלע זייערע שיטות געבעקט פון תנ"ך, גמרא, מדרשים, ראשונים, אחרונים, און היינטיגע, אוודאי וועל איך ענדערש אננעמען זייער צד. און קום מיר נישט זאגן אז איך זאל לערנען ויואל משה, ווייל איך האלט שוין נאכדעם.


די נער זאל ארויס גיין פון מקוה...
פרייטאג אפריל 20, 2018 4:58 am#400327
יהודי פשוט האט געשריבן:די נער זאל ארויס גיין פון מקוה...

הוא אשר דברנו. דו האסט נישט וואס צו ענטפערן, און דו האסט נאך די חוצפה מיך פארצוהאלטן הלמאי איך בין א ציוני.
פרייטאג אפריל 20, 2018 5:31 am#400330
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:די נער זאל ארויס גיין פון מקוה...

הוא אשר דברנו. דו האסט נישט וואס צו ענטפערן, און דו האסט נאך די חוצפה מיך פארצוהאלטן הלמאי איך בין א ציוני.


איך ווייס נישט צו דו ליינסט וואס איך שרייב אדער דו ליינסט עפעס אנדערש אבער עפעס איז נישט בסדר מיט דיר, איך האב געשריבן א תגובה ווי איך האב ארויס געברענגט אז כמעט יעדער וועט דרייען די פאקטן אז זיי זאלן שטימען מיט זיין אגענדע, איך האב נישט גערעדט פון קיין שום אינדעווידואלער מענטש, און אויך נישט פון קיין ספעציפישע גרופע פון מענטשן, דו האסט גלייך אנגעהויבן זיך פאר'ענטפערן מיט א שארפקייט אז אלעס וואס דו זאגסט איז אמת און איך און מיינע חברים האבן גורם געוועהן אז די זאלסט ווערן א ציוני (איך גלייב נישט אז דו ווייסט בכלל וואס דאס איז) מיט אונזערע שקרים וכו' .

האב איך אויף דעם ארויף גע'ענפערט מיט'ן באקאנטע מעשה אז איינער האט אמאל אויס גערופן אז די נער זאל ארויס גיין פון מקוה, האט איינער זיך אנגערופן פארוואס פארשעמסטו מיך, בערך אזא פנים האט עס געטראגן ווען איך האב גערעדט פון א כלליות'דיגע פראבלעם וואס איז פארהאן ביי אסאך מענטשן און דו האסט באלד געשפירט פאר וויכטיג זיך צו פאר'ענטפערן ווייל אויפ'ן גנב'ס קאפ ברענט דאס היטל.

איך מיין אז אלעס וואס איך האב דא מסביר געוועהן איז גאנץ פשוט און פארשטענדליך, אבער זעהט אויס אז אזעלכע אויף געקלערטע ווי דו זענען פשוט צו קלוג צו פארשטיין אזעלכע דברים פשוטים

יעצט האסטו צוריק געשריבן עפעס אפאר ווערטער אין לשון קודש און אפאר ווערטער אין אידיש און כ'האב נישט קיין אנונג וואס די רעדסט (אז די אליינס ווייסט נישט פון ווי זאל איך וויסן), די הייבסט אן מיט הוא אשר דברנו, איך וואלט זייער געוואלט וויסן וואס איז דער "הוא" אשר דברנו, נאכדעם שרייבסטו אז איך האב די חוצפה (איך האב נישט קיין אנונג ווי חוצפה קומט דא אריין) דיך פאר צוהאלטן אז די ביסט א ציוני, איך האב נישט קיין השגה ווי די האסט געזעהן אז איך האב דיר פארגעהאלטן פאר'ן זיין א ציוני (איך גלייב נישט אז דו ווייסט בכלל וואס דאס איז), די ביסט בערך אזוי ווי אלטר משה גאלדבערגער וואס אין יעדע זאך זעהט ער ציונית, דו זעהסט אין יעדע זאך אנטי ציונית.
פרייטאג אפריל 20, 2018 5:45 am#400331
איך האב געמיינט ארויסצוברענגען אז ווען איך הער און ליין זאכן וואס די אנטי-ציונים זאגן, איז עס אלץ זאכן וואס מ'קען נישט נאכגיין, אדער סתם געדרייט א קאפ, אדער אפגעלערנט פאלש פשט וכו' וכו', משא"כ די אנדערע צד. פאנעוויז און בעלזא האב איך נאר גענוצט אלץ א משל.

גראדע ווייס איך גאנץ גוט וואס ציונות איז, און דער אמת איז אז איך האב פיינט ציונות ווייל איך האב פיינט fundamentalism. און איך ווייס גאנץ גוט אז איך בין נישט קיין ציוני, אבער וואס זאל איך טון אז די חברה דא האבן מיר ארויפגעלייגט אזא לעיבל? איך זאל זיך שלאגן מיט זיי? קענסט מיך רופן ציוני, קענסט מיך רופן אנטי-ציוני, וויאזוי דו ווילסט, נישט דאס איז די נקודה דא.
פרייטאג אפריל 20, 2018 6:38 am#400332
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24
איך ווייס נישט וואס די פאן אין פאנאוויעז דארף אויפווייזען, אבער די דורכשניטליכע יונגערמאן אין בני ברק איז בכלל נישט קיין ציוני. מיר איז דאס געווען א ריזיגע חידוש, ווייל פון חו"ל האט מען אונז געזאגט אז נעמען געלט מאכט בלאה בלאה בלאה, און איך האב שפעטער געלערנט אין בריסק און זיך געדרייט מיט ירושלימ׳ער. איך האב אלס געמיינט אז זיי גלויבען אזוי ווי די אמעריקאנער יתד נאמן וכדו׳, אין א רעכט געשטימטע ציונות. טרעפענדיג די חברה, האב איך אנגעהויבען שמועסען און איך האב געהערט אזעלכע רייד וואס איך האב נישט געגלויבט. אוודאי וועסטו טרעפען אויבער חכמים, אבער דער פשטות איז אז זיי האבען גארנישט מיט די גאנצע מעשה, מ׳האלט נישט קיין שום חשיבות פאר א מדינה.
מ׳זעט די כח פון תורה, ווי מ׳נעמט געלט, מ׳גייט אין בחירות, אבער די סיסטעם איז אויסגעשטעלט אוועק צו שטעלען אן אייגענעם ווערטשאפט, נישט מיט זיך שלאגען און דרשנ׳ן, נאר דרוך ליגען אין עפעס אנדערש, והיינו דאהני ליה. די פראקטישע חלק פון די שיטה"ק, אז דאס ׳מתחבר׳ זיין וועט פאראורזאכען ווער ווייסט וואס, איז גענצליך אפגעפרעגט פון די מציאות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג אפריל 20, 2018 10:00 am#400335
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24
יהודי פשוט האט געשריבן:אינטערעסאנט אז ביי סאטמאר'ער חסידים איז יעדע ערליכע איד אדער מנהיג אדער ראש ישיבה געוועהן א קנאי און אנטי ציוני אויסער די פאר אויסגערופענע ציונים ווי קוק וכדו'

ווידער ביי די אלע וואס זענען אנטי סאטמאר האלטן אז יעדע ערליכע איד אדער מנהיג אדער ראש ישיבה איז געוועהן א ציוני אויסער סאטמאר'ער רב זצ"ל און זיינע שטיצער

וואס דאס ברענגט ארויס אז באמת איז קיינער נישט אויפריכטיג און יעדע זאגט וואס ס'שטומט בעסער מיט זיין צד

דבר פשוט הוא ווייל אין סאטמער שניידט מען אראפ א גרויסע חלק פון די ערליכע יודן ממילא בלייבן נאר איבער די וואס זענען נישט ציונים און דעמאלט קען מען טאקע זאגן אז רויב ערליכע..........
פרייטאג אפריל 20, 2018 11:08 am#400343
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די פאן אין פאנאוויעז דארף אויפווייזען.

ס'דארף אויפווייזן אז פאנעוויזע רב איז געווען א שטיקל ציוני.
ס'ביי מיר אויך געווען א גרויסע חידוש, און מן הסתם גייט פאר אונזערע אייניקלעך אויך זיין א גרויסע חידוש צו הערן אזעלכע זאכן אויף ר' שמואל אויערבאך.
פרייטאג אפריל 20, 2018 11:12 am#400344
פארוואס מיז ער זיין א ציוני? איך האלט אז עס איז פשוט אלס הכרות הטוב.
פרייטאג אפריל 20, 2018 11:13 am#400345
סמבטיון האט געשריבן:פארוואס מיז ער זיין א ציוני? איך האלט אז עס איז פשוט אלס הכרות הטוב.

קען זיין, אבער ביי די היינטיגע לינקע בני תעירה וואס גייען אין די וועגן פון הרב שך, איז עס אן אפגעפרעגטע זאך.
פרייטאג אפריל 20, 2018 11:18 am#400346
אפשר נישט אלס הכרת הטוב, נאר אן אינוועסטמענט צו באקומען נאך געלטער......

מיין רבי זז"ג, וואס האט געלערנט אין פאנאוויעז אין שנת תשי"ט און ווייטער, האט געקלערט אז דער פאנאוויעזער רב האט געוואלט אוועקשטעלן איין זאך אין ישיבה, אז די ישיבה איז העכער די אלע זאכן. דא איז וויכטיג א רמב"ם מיט א ראב"ד, נישט שיטה'לעך. ביי אונז איז דאס נישט קיין עסק כלל וכלל, און בחורים דארפען דאס לערנען.
פרייטאג אפריל 20, 2018 11:25 am#400347
דאס איז געווען פאנעוויזע רב, אבער הרב שך איז שוין געווען אן עכטער לינקער, און די היינטיגע בני תורה גייען אין זיינע וועגן. איך מיין אז דער איינציגסטער ח"כ וועם דו וועסט הערן רעדן פון התגרות באומות וכד' איז נאר משה גפני.
פרייטאג אפריל 20, 2018 11:30 am#400348
הרב שך איז געווען לינק געשטימט? יא, לגבי החזרת שטחים האט ער געהאלטען אז די תורה האט ווייניגער אריין צו רעדען דערין, און נאר מומחים זענען באגלויבט. דאס הייסט לינק?
פרייטאג אפריל 20, 2018 11:33 am#400349
משה גפני ויואל אלחנן יוכיחו. ביי די חסידים וועסטו קיינמאל נישט הערן רעדן פון התגרות באומות.
פרייטאג אפריל 20, 2018 11:40 am#400350
משה גפני איז נישט קיין ליטוואק, און האט נישט געלערנט ביי הרב שך. יואל אלחנן פארטרעט קיינעם און רעדט בשם עצמו. וואס האט דאס אלס מיט הרב שך? הרב שך איז נישט געווען קיין שטילע מענטש, ער דערמאנט זיין מיינונג אין מערערע פלעצער. ער דאגה'ט גראדע שטארק פאר די מיינונג פון די אלעוועלטליכע באפעלקערונג, אלס א פראקטישע פונקט. עס זעט זיך נישט אויס קיין שיטה דערין.

איך וויל מעורר זיין. מ'הערט דאך אז נאך זיבעציג יאר מוז קומען א נייעם שטאפל. מ'זאגט בשם דער גר"א אז ווען די רוסישע גייען אריבער די שווארצע ים קיין טורקיי, זאל מען שוין אנטוהן שבת קליידער פאר משיח'ן. די וואך, אין די זיבעציגסטע יאר פון די אתחלתא דגאולה (לפי יענער שיטה), האבען די רוסישער אנגעהויבן אריין שיקן שיפן מיט זעלנער אויפ'ן וועג קיין סוריא און דער ים התיכון. גרייט'ס ענק אלע אן!

(מ'קען שוין צוזאמען שטעלען פאר די טעראפיסטען מטפל צו זיין מיט די אלע וואס וועלן אין איין מינוט זעהן 'כספך היה לסיגים סבאך מהול במים', די גאנצע עבודת הקודש פון זיך שלאגען מיט די מדינה איז נישט קיין וואלוטע אין די נייע סיסטעם פון ומלאה הארץ דעה את ה').
פרייטאג אפריל 20, 2018 11:45 am#400351
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך וויל מעורר זיין. מ'הערט דאך אז נאך זיבעציג יאר מוז קומען א נייעם שטאפל. מ'זאגט בשם דער גר"א אז ווען די רוסישע גייען אריבער די שווארצע ים קיין טורקיי, זאל מען שוין אנטוהן שבת קליידער פאר משיח'ן. די וואך, אין די זיבעציגסטע יאר פון די אתחלתא דגאולה (לפי יענער שיטה), האבען די רוסישער אנגעהויבן אריין שיקן שיפן מיט זעלנער אויפ'ן וועג קיין סוריא און דער ים התיכון. גרייט'ס ענק אלע אן!


הרב שך, אדער עני אנדערע בני-ברק'ע בני תורה וואלט קיינמאל נישט געזאגט אזעלכע דיבורים, מעיקס סענס?

פאנעוויזע רב פלעגט נישט זאגן קיין תחנון אום יום העצמאות, גיי פארצייל עס היינט פאר א ליטוואק.
פרייטאג אפריל 20, 2018 12:11 pm#400352
ביסט גערעכט. די אנגענומענע שיטה אין בני ברק איז צום טרעפן אין "התקופה בסערת אליהו", אז דער גר"א האט די אלע זאכן נישט געזאגט. דאס איז לינק? ווייס איך נישט.

דאס נישט זאגן תחנון פון פאנאוויעזער רב סאונד ווי א מיתוס, עס שטימט בכלל נישט אין שכל. מ'האט נישט געשפילט מיט תחנון אזוי. אפילו אלס ציוניסט וואלט ער געדארפט זאגן תחנון אום יום העצמאות.
פרייטאג אפריל 20, 2018 12:26 pm#400353
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס נישט זאגן תחנון פון פאנאוויעזער רב סאונד ווי א מיתוס, עס שטימט בכלל נישט אין שכל. מ'האט נישט געשפילט מיט תחנון אזוי. אפילו אלס ציוניסט וואלט ער געדארפט זאגן תחנון אום יום העצמאות.

אזוי זאגט ויקיפדיה. בד"וו, די ערשטע יאר האט כמעט קיינער נישט געזאגט קיין תחנון, און דער עולם איז געגאנגען מיט שטריימלעך. אזוי ווי דו פארשטייסט אז אום פורים שני האט מען נישט געזאגט קיין תחנון, דאס הייסט נישט זיך געשפילט.
פרייטאג אפריל 20, 2018 12:33 pm#400354
דער חת"ס האט דאך א תשובה קעגען 'פורים סרגוסה' וכדו'. אבער דער עיקר איז אז דאס שטימט בכלל נישט קולטוריש. ביי אונז הייסט דאס געשפילט מיט תחנון, אפגערעדט צו מ'קען עס הלכה'דיג שטימען. עס איז בכלל נישט אין דער (עכט) ליטווישע שטימונג צו נעמען די זאך און דאס צופאסן צו תחנון.

די שטריימלעך ביזנעס איז טאקע צושטאנד געקומען? פון זאכן וואס זענען דעמאלס געשריבען געווארן, למשל די בריוו פון איטשע מאיר בשנת תש"ט, זעט נישט אויס אזוי. אפשר ביי געוויסע רוזינער אידען האט מען אזוי געטוהן, אבער נישט די פארגייער פון היינטיגע חרדי'שע אידען.
פרייטאג אפריל 20, 2018 12:42 pm#400355
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז בכלל נישט אין דער (עכט) ליטווישע שטימונג צו נעמען די זאך און דאס צופאסען צו תחנון.
הוא אשר דברנו.

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די שטריימלעך ביזנעס איז טאקע צושטאנד געקומען? פון זאכען וואס זענען דעמאלס געשריבען געווארען, למשל די בריוו פון איטשע מאיר בשנת תש"ט, זעט נישט אויס אזוי. אפשר ביי געוויסע רוזינער אידען האט מען אזוי געטוהן, אבער נישט די פארגייער פון היינטיגע חרדישע אידען.

דאס איז א היסטארישע פאקט, אפילו די סאטמארע פארציילן עס, ס'איז טאקע נאר געווען די ערשטע יאר. א יאר צוויי שפעטער איז עס געווארן אזויווי היינט. פארשטייט זיך אז ביי די רוזינע רביס איז עס אנגעגאנגען פאר לאנגע יארן.

אמאל ווען די בוהושע רבי זי"ע זיך געזעצט צום סעודת יום טוב ביי זיך אין קלויז און זיין אייניקל די היינטיגע רבי וואס איז נאך דאן געווען א בחור וואס איז א שטארקע קנאי און האט געלערנט אין סאטמאר האט זיך ארומגעדרייט דארט. האט אים די זיידע געזאגט, "גיי ארויס פון דא, די גאנצע זאך דא האט גארנישט מיט דיר".
פרייטאג אפריל 20, 2018 12:49 pm#400356
נעוואדע זאגען אזוי די סאטמארע, אויפצובויען די שקר פון 'ואותר אני לבדי' און 'אי לאו האי יומא'. דאס מיינט נישט אז עס האט מיט אמת עפעס א פארבינדונג.

דער בוהושער רבי איז אומוויכטיג, בחייו וכ"ש במותו. קיינער קימערט זיך נישט מיט זיין מיינונג. איך וויל וויסען צו די פארגייערס פון די היינטיגע טאן געבערס אין די חרדישע גאס זענען געגאנגען שטריימלעך. אין בעלז, גער, וויזניץ, ירושלים זענען זיי געגאנגען שטריימלעך?
פרייטאג אפריל 20, 2018 12:55 pm#400358
אין ירושלים וואו מיינע זייידעס האבן געוואוינט, ווייס איך פאר א פאקט אז ס'געווען א יום טוב, מהאט געזאגט הלל, מ'איז געגאנגען מיט שטריימלעך און מ'האט גע'יובל'ט פאר פרייד. אזוי איז מקובל ביי אונז אין משפחה. וואס איז געווען אין בני ברק ווייס איך נישט, אבער איך שטעל זיך פאר אז ס'נישט געווען אזויווי היינט.

בד"ו, פון וועלכע בריוו רעדסטו?
פרייטאג אפריל 20, 2018 1:08 pm#400360
בילד