Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » קאווע שטיבל • וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24 שעה

קאווע שטיבל • וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24 שעה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
117 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 125 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12244
מיטוואך אפריל 18, 2018 11:53 pm#400182
וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24 שעה
די גאנצע וועלט קוקט ארויס מיט שפאנונג אויף די צוזאמפאל פון מדינת ישראל וואס וועט פארקומען אין די קומענדיגע פיר און צוואנציג שעה.
ווי באקאנט האבן אלע גדולי ישראל פאראויסגעזען מיט זייערע ריינע הייליגע אויגן אז די מדינה פון די כופרים ורשעים וועט נישט אנהאלטן. דאס איז בעיקר באקאנט אין נאמען פון גרויסן חזון איש זצ"ל און מרן הגה"ק לוחם מלחמת ה' מסאטמאר זי"ע, וואס גדולי תלמידיו האבן געגעבן א צייט אפשניט פון זיבעציג יאר ביז די מדינה ווערט בטל כעפרא דארעא, דער אייבערשטער זאל העלפן ס'זאל נישט שאטן פאר קיין שום אידיש נפש.
רבותי! מיר האלטן יעצט אין די לעצטע היסטארישע מינוטן פון די עקזיסטענץ פון מדינת ישראל.
א היציגע מיינונגס פארשידנהייט גייט אן צווישן די עלטערע אידן וואס האבן נאך געדענקט דעם רבי'ן אין די געזונטע יארן אויב די מעמד ביטול המדינה וועט פארקומען דעם דאנערשטאג, ה' אייר מוקדם, אדער גאר אום פרייטאג, בעצם היום הזה.
אלע גדולי ישראל האבן פאראויסגעזען אז מדינת ישראל וועט נישט אויפגעשטעלט ווערן.
אלע גדולי ישראל האבן פאראויסגעזען אז מדינת ישראל וועט נישט האבן קיין קיום.
אלע גדולי ישראל האבן פאראויסגעזען אז מדינת ישראל שטייט טאקע צייטווייליג, אבער מוז עווענטועל בטל ווערן.
יעצט איז די צייט!
און חלילה וחלילה וחלילה, הס מלהזכיר, אויב די מדינה וועט נישט פיזיש צוזאמפאלן און זיך צאמלייגן ווי די טווין טורעמעס, וועלן מיר זיך אלע צוזאמנעמען אויף לי קארנער ראדני און מבטל זיין די מדינה!
דער ביד"ץ פון ווילאמסבורג האט מתקן געווען א ספעציעלע ברכה וואס מיר גייען זאגן אויף די היסטארישע מעמד ווען מיר וועלן ענדליך זען פארפולקאמט די הייליגע רוח הקודש פון אונזערע רביים וואס האבן אלעס פאראויסגעזען מיט זייערע ליכטיגע אויגן.
ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם אשר קדשנו במצותיו וציונו על ביטול המדינה והמציאות

און אלע פינף און צוואנציג אידן וואס האבן נישט כורע געווען צום בעל וועלן זיך בוקן צום הייליגן אומאפפרעגבארן ויואל משה און אויסשרייען מיט אלע כוחות:
אמן!!!!!!
מיטוואך אפריל 18, 2018 11:56 pm#400183
דאכצעך מיר אז דער חזון איש האט געזאגט פופציג יאר, ניט אזעי?
מיטוואך אפריל 18, 2018 11:57 pm#400184
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאכצעך מיר אז דער חזון איש האט געזאגט פופציג יאר, ניט אזעי?

מ'הערט טאקע אז די חזון איש'ניקעס גלייבן שוין נישט צוואנציג יאר אין די מדינה.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 12:00 am#400185
מה הקשר גלייבן?
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 12:03 am#400187
איני מכיר איז פשט אז ס'איז דא אבער איך בין עס נישט מכיר.
איני מאמין איז פשט אז כ'גלייב נישט ס'איז בכלל דא אזא זאך.
איני מאמין! איני מאמין! איני מאמין!
לאלאלאלאלאלאלאלאלאלאלא
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 12:13 am#400188
די חזוון איש'ניקעס זענען מכיר אין מדינת ישראל אזויווי דו ביזט מכיר אין אמעריקע. ביידע האבן די זעלבע דין.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 6:20 am#400197
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאכצעך מיר אז דער חזון איש האט געזאגט פופציג יאר, ניט אזעי?
און ווען פופציג יאר איז אריבער, האט זיך עס געטוישט אויף זיבעציג. יעצט וועט מען מעגליך טרעפען א נייע נומער, אלס כפי דער נויט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 9:22 am#400200
די פראגע דא איז בלויז, אויב די מדינה הטמאה וועט טאקע ווירקליך אונטער גיין, וועט איר דען יא גלייבן אין וואס צדיקים האבן געזאגט? צו איר וועט טרעפן אן אנדערע אורזאך פארוואס אפצולאכן פון צדיקי אמת?

צום ענין: רבינו הקדוש זי''ע האט קיינמאל נישט געגעבן קיין דאטום ווען די מדינה גייט ווירקליך אונטערגיין. דאקעגן פרעזידענט טרומאן האט יא געגעבן, ער האט געהאלטן אז אז די מדינה וועלכע איז ארום גענומען מיט פינסטערע אידן-האסער פון אלע דריי זייטן וועט נישט דויערהאפטן קיין גאנצע יאר!

וואס רבינו הק' זי''ע האט יא געזאגט איז: אז בעפאר משיח וועט קומען ווען נישט בלייבן קיין איין גאנצע געביידע אין דעם הייליגן תל אביב.

ווי אויך האט רבינו הק' געזאגט נאך בעפאר די מדינה איז ווירקליך צושטאנד געקומען. אז ער פארכט זיך זייער פון צוויי זאכן: איינס אז די קאמוניסטן וועלן פארכאפן די מאכט אין רוסלאנד און די ארומיגע לענדער. צווייטענס אז ס'וועט געלונגן פאר די ציונים אויפצושטעלן א מדינה אין ארץ ישראל. א זאך וואס האט אין יארן פון די ערשטער וועלטס קריג אויסגעקוקט גאר ווייט פון די ווירקליכע מציאות.

איבריג צוזאגן א ביידע זענען ליידער מקיים געווארן. און ווער האט דערלייגט? בלויז דער הייליגער באשעפער. א דאנק די דאזיגע צוויי געשענענישען האבן שווערע מיליאנען אידן גענצליך אויפגעהערט צו זאגן דעם פסוק פון שמע ישראל השם אלקינו השם אחד!

און ווער פרייד זיך דערמיט? די חילונים! די קאמוניסטן! (אויב ס'עקזעסטירט נאך אזא באוועגונג) די קאווע שטיבל שרייבער! און די OTD כופרים!

יחי מדינת ישראל! לעבען זאל חבר סטאלין! נידער מיטן בורא עולם!

סאיז בלויז א וואונדער פארוואס מ'זאג מער הלל בלויז ה' אייר, פארוואס זאל מען דען נישט אויך זאגן הלל אין די טאג וואס ס'איז געלונגן פון די רויטער קומוניסטן צו הרג'נען ניקאליי און פארכאפן די מאכט אין רוסלאנד...
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 9:48 am#400201
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24
א מין היקש. וויבאלד מ׳האט געפארכט וועגען די צוויי זאכען, איז א ראיה אז דער וואס קוקט פאזיטיוו אויף איינער פון זיי, מוז זיין אז ער פריידט זיך מיט די צווייטע! פשיאא!

לעניינינו, די מימרות זענען געווען נאריש מיום הוולדם, אדער האבען די צדיקי אמת זיי נישט געזאגט, אדער איז עס געווען בלויז א ווייטאג אויסדרוק, אדער סתם גלאט אזוי א מיסטעיק. נאר ווען די גאנצע אידענטיטעט פון די צדיק איז אזעלכע מימרא׳לעך, איז עס צרות. ווען ער האט צען בענדער וואס איז מקיף די עומק פון כמעט גאנץ ש"ס, קען מען פארקוקען די פאר מימרא׳לעך וואס שטימען נישט אזוי גוט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 9:49 am#400202
:lol: :lol: :lol: :lol:

יויש קאך לעפל איך קען נישט סטאפן צו לאכן... איינער האט א טישו
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 10:12 am#400203
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א מין היקש. וויבאלד מ׳האט געפארכט וועגען די צוויי זאכען, איז א ראיה אז דער וואס קוקט פאזיטיוו אויף איינער פון זיי, מוז זיין אז ער פריידט זיך מיט די צווייטע! פשיאא!

לעניינינו, די מימרות זענען געווען נאריש מיום הוולדם, אדער האבען די צדיקי אמת זיי נישט געזאגט, אדער איז עס געווען בלויז א ווייטאג אויסדרוק, אדער סתם גלאט אזוי א מיסטעיק. נאר ווען די גאנצע אידענטיטעט פון די צדיק איז אזעלכע מימרא׳לעך, איז עס צרות. ווען ער האט צען בענדער וואס איז מקיף די עומק פון כמעט גאנץ ש"ס, קען מען פארקוקען די פאר מימרא׳לעך וואס שטימען נישט אזוי גוט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ערעב ליטוואק זייט נישט ברויגז. אויסער דעם וואס איר זענט צום באדויערן נישט צו שטארק קליג, זענט איר אויך אן היפשער אפיקורס.

ובזה יצאתי מצוות מחאה. און האטס מיר א ג.. טאג...
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 10:13 am#400204
גדליה האט געשריבן::lol: :lol: :lol: :lol:

יויש קאך לעפל איך קען נישט סטאפן צו לאכן... איינער האט א טישו

כ'ווייס....
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 10:18 am#400205
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24
קאך_לעפל האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א מין היקש. וויבאלד מ׳האט געפארכט וועגען די צוויי זאכען, איז א ראיה אז דער וואס קוקט פאזיטיוו אויף איינער פון זיי, מוז זיין אז ער פריידט זיך מיט די צווייטע! פשיאא!

לעניינינו, די מימרות זענען געווען נאריש מיום הוולדם, אדער האבען די צדיקי אמת זיי נישט געזאגט, אדער איז עס געווען בלויז א ווייטאג אויסדרוק, אדער סתם גלאט אזוי א מיסטעיק. נאר ווען די גאנצע אידענטיטעט פון די צדיק איז אזעלכע מימרא׳לעך, איז עס צרות. ווען ער האט צען בענדער וואס איז מקיף די עומק פון כמעט גאנץ ש"ס, קען מען פארקוקען די פאר מימרא׳לעך וואס שטימען נישט אזוי גוט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ערעב ליטוואק זייט נישט ברויגז. אויסער דעם וואס איר זענט צום באדויערן נישט צו שטארק קליג, זענט איר אויך אן היפשער אפיקורס.

ובזה יצאתי מצוות מחאה. און האטס מיר א ג.. טאג...
איך בין נישט ברוגז, ייש"כ פאר׳ן זיך זארגען פאר מיר. ובזה יצאתי ידי חובת ..........

בד"וו, דאס ברכה ׳האט׳ס א גוטען טאג׳ פאסט זייער פאר די מדינה, ווייל מער ווי א טאג האט זיך דאך נישט......
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 11:15 am#400212
אלע סיפורי צדיקים וואס חסידים הבן זיך מיט דעם מחזק געווען אין אמונה - איז שקר, אבער די באבא מעשה פון די מדינה - איז אמונה - און ווער ס' גלייבט נישט איז א אפיקורס - "עולם הפוך ראיתי".
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 11:28 am#400214
הער קאך-גאפל סאיז דא מעהר ״פרומע״ אידן וואס פרייען זיך מיט די מדינה ווי ״סאטמארע שיטה-אידן״ גיי ארויס פון דייין מקוה אין ראדני און פאר ארויס אפאר בלאוקס פון וויליאמסבורג וועסטו טרעפן אז רוב פרומע אידן אין די וועלט זענען שטיצער פון די ״קאמיוניסטישע מדינה״. (פארקערט גאר, די ״פרייע״ זענען נישט אזוי אנציקט פון די מדינה געווענטליך) קענסט שרייען וואס דו ווילסט, קאמיוניסטן, אט״ד, כופרים, פושעים, רוצחים. קענסט סטראשענען די גענז, אז איבערמארגן גייט זיך גאנץ תל אביב איבערדרייען און אט אט גייט שוין יעדער איינער איינזעהן אז די רביזיכרונולברכה גייט קומען צוגיין פון זיין קבר און אומווארפן די מדינה. סוועט דיר גאנץ ווייניג העלפן. טראמפ איז פרעזידענט דערווייל און די מדינה שטייט מיט די קאמיוניסטן אינאיינעם.

נ.ב. יעדע מאל די סאטמארע שעלטן שרייען זיי קאמיוניסטן!? אפילו קאמיוניסטן קומען נישט אריין אין די שמועס בכלל. איינער ווייסט פארוואס?
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 11:46 am#400216
שבת אחים האט געשריבן:הער קאך-גאפל סאיז דא מעהר ״פרומע״ אידן וואס פרייען זיך מיט די מדינה ווי ״סאטמארע שיטה-אידן״ גיי ארויס פון דייין מקוה אין ראדני און פאר ארויס אפאר בלאוקס פון וויליאמסבורג וועסטו טרעפן אז רוב פרומע אידן אין די וועלט זענען שטיצער פון די ״קאמיוניסטישע מדינה״. (פארקערט גאר, די ״פרייע״ זענען נישט אזוי אנציקט פון די מדינה געווענטליך) קענסט שרייען וואס דו ווילסט, קאמיוניסטן, אט״ד, כופרים, פושעים, רוצחים. קענסט סטראשענען די גענז, אז איבערמארגן גייט זיך גאנץ תל אביב איבערדרייען און אט אט גייט שוין יעדער איינער איינזעהן אז די רביזיכרונולברכה גייט קומען צוגיין פון זיין קבר און אומווארפן די מדינה. סוועט דיר גאנץ ווייניג העלפן. טראמפ איז פרעזידענט דערווייל און די מדינה שטייט מיט די קאמיוניסטן אינאיינעם.

נ.ב. יעדע מאל די סאטמארע שעלטן שרייען זיי קאמיוניסטן!? אפילו קאמיוניסטן קומען נישט אריין אין די שמועס בכלל. איינער ווייסט פארוואס?

גערעכט! גערעכט! הייליג גערעכט! ס'איז מיר פשוט נישט בייגעפאלן. שכוח פארן אויפמערקזאם מאכן....

אז מ'רעדט שוין יא. איז דאס אמת אז רבי מאטל ז''ל פרעגט זיך צו פארטוישן די ציין פאר די אויגן פון די איבעראשטע צושויער ביי די הייליגע טישן? אדער דאס איז בלויז א ראדני מקוה לעגענדע?
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 12:04 pm#400220
יא יא, ר׳ מאטעלע ״דער סאטמארער״ און ״אנטי ציוני״ פלעגט ארויסנעמען די פאלשע ציין. מהאט שוין גערעדט פונדעם. איז דאס די איינציגסטע טשעפע וואס דו האסט?

יעצט גיי צוריק אין די אנדערע בור אפשר דארט וועסטו קלוגער ווערן. דערווייל רעדסטו ארויס פון א אל״ף בינ״ה.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 12:08 pm#400221
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24
שבת אחים האט געשריבן:הער קאך-גאפל סאיז דא מעהר ״פרומע״ אידן וואס פרייען זיך מיט די מדינה ווי ״סאטמארע שיטה-אידן״ גיי ארויס פון דייין מקוה אין ראדני און פאר ארויס אפאר בלאוקס פון וויליאמסבורג וועסטו טרעפן אז רוב פרומע אידן אין די וועלט זענען שטיצער פון די ״קאמיוניסטישע מדינה״.

איך ציטיר דא וואס איך האב באקומען אויף אידישע נייעס:
אין צוזאמהאנג מיט'ן זיבעציגסטן יארטאג זינט דער גרינדונג פון מדינת ישראל, האט די 'גוטמאן אינסטיטוט' דורכגעפירט אן אויספרעג צווישן דעם חרדי'שן ציבור פון ארץ ישראל איבער דעם אופן וויאזוי 'יום העצמאות' און 'יום השואה' ווערן אנגעקוקט.

די רעזולטאטן האבן געוויזן, אז דער איבערוויגנדער רוב פונעם חרדי'שן סעקטאר אין לאנד טיילן נישט דעם אלגעמיינעם סענטימענט אין לאנד איבער די צוויי טעג, און זעען נישט יום העצמאות ווי א פייערליכער טאג ווי אויך באטראכטן זיי נישט יום השואה ווי א צייט פון טרויער.

בלויז זיבעצן פראצענט פון די אויסגעפרעגטע האבן געענטפערט אז זיי זענען מסכים מיט דער באהויפטונג, אז יום העצמאות איז א "פייערליכער טאג", קעגן זעכצן פראצענט וואס האט "נישט אזוי שטארק מסכים" געווען און 47 פראצענט וואס האבן "שטארק נישט מסכים" געווען.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 12:21 pm#400222
גוטמאן אינסטיטוט קען זאגן וואס זיי ווילן איבער יום העצמאות. רוב פרומע-אידן אויפן כדר הארץ זענען די גרעסטע שטיצער פון די מדינה און די רעיון הציוני, די לעצטע הונדרעט יאר. דוקא די פרומע. סאיז א פאקט! זאלסט מיר מוחל זיין אז גוטמאן האט געפרעגט דריי ירושלימע דזשאבעס, בעסער געזאגט: אפילו דריי הונדרעטער, אדער דריי טויזנט, פרעגט עס נאכאלץ נישט אפ.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 12:29 pm#400223
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24
שבת אחים האט געשריבן:גוטמאן אינסטיטוט קען זאגן וואס זיי ווילן איבער יום העצמאות. רוב פרומע-אידן אויפן כדר הארץ זענען די גרעסטע שטיצער פון די מדינה און די רעיון הציוני, די לעצטע הונדרעט יאר. דוקא די פרומע. סאיז א פאקט! זאלסט מיר מוחל זיין אז גוטמאן האט געפרעגט דריי ירושלימע דזשאבעס, בעסער געזאגט: אפילו דריי הונדרעטער, אדער דריי טויזנט, פרעגט עס נאכאלץ נישט אפ.
א שאד די צייט זיך צו טענה'ן אויף א מציאות וואס נישט איך און נישט די קענען אויף ווייזן

געשיקט געווארן פון מיין סעמסאנג, זיך באנוצנדיג מיט טעפ-א-טאק
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 1:25 pm#400228
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאכצעך מיר אז דער חזון איש האט געזאגט פופציג יאר, ניט אזעי?
און ווען פופציג יאר איז אריבער, האט זיך עס געטוישט אויף זיבעציג. יעצט וועט מען מעגליך טרעפען א נייע נומער, אלס כפי דער נויט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ניין, ס'האט זיך נישט געטוישט אויף זיבעציג.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 1:29 pm#400231
פופציג האט דער חזו''א געזאגט ביי איינע פון די שפעטערדיגע מלחמות. נישט ביים גרינדונג.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 1:34 pm#400232
קאך_לעפל האט געשריבן:די פראגע דא איז בלויז, אויב די מדינה הטמאה וועט טאקע ווירקליך אונטער גיין, וועט איר דען יא גלייבן אין וואס צדיקים האבן געזאגט? צו איר וועט טרעפן אן אנדערע אורזאך פארוואס אפצולאכן פון צדיקי אמת?

צום ענין: רבינו הקדוש זי''ע האט קיינמאל נישט געגעבן קיין דאטום ווען די מדינה גייט ווירקליך אונטערגיין. דאקעגן פרעזידענט טרומאן האט יא געגעבן, ער האט געהאלטן אז אז די מדינה וועלכע איז ארום גענומען מיט פינסטערע אידן-האסער פון אלע דריי זייטן וועט נישט דויערהאפטן קיין גאנצע יאר!

וואס רבינו הק' זי''ע האט יא געזאגט איז: אז בעפאר משיח וועט קומען ווען נישט בלייבן קיין איין גאנצע געביידע אין דעם הייליגן תל אביב.

ווי אויך האט רבינו הק' געזאגט נאך בעפאר די מדינה איז ווירקליך צושטאנד געקומען. אז ער פארכט זיך זייער פון צוויי זאכן: איינס אז די קאמוניסטן וועלן פארכאפן די מאכט אין רוסלאנד און די ארומיגע לענדער. צווייטענס אז ס'וועט געלונגן פאר די ציונים אויפצושטעלן א מדינה אין ארץ ישראל. א זאך וואס האט אין יארן פון די ערשטער וועלטס קריג אויסגעקוקט גאר ווייט פון די ווירקליכע מציאות.

איבריג צוזאגן א ביידע זענען ליידער מקיים געווארן. און ווער האט דערלייגט? בלויז דער הייליגער באשעפער. א דאנק די דאזיגע צוויי געשענענישען האבן שווערע מיליאנען אידן גענצליך אויפגעהערט צו זאגן דעם פסוק פון שמע ישראל השם אלקינו השם אחד!

און ווער פרייד זיך דערמיט? די חילונים! די קאמוניסטן! (אויב ס'עקזעסטירט נאך אזא באוועגונג) די קאווע שטיבל שרייבער! און די OTD כופרים!

יחי מדינת ישראל! לעבען זאל חבר סטאלין! נידער מיטן בורא עולם!

סאיז בלויז א וואונדער פארוואס מ'זאג מער הלל בלויז ה' אייר, פארוואס זאל מען דען נישט אויך זאגן הלל אין די טאג וואס ס'איז געלונגן פון די רויטער קומוניסטן צו הרג'נען ניקאליי און פארכאפן די מאכט אין רוסלאנד...

די אייבישטער האט דערלייגט? אוי וויי פארוואס איז ער זיך נישט געקומן זיך דורכרעדן מיט דיר פאר'ן מאכן אזא נארישע דיעל?
דו שוטה גיי צוריק צו דיין לעכל ביז מ'רופט דיך אז ס'איז נישט דא קיין מזומן ביי די פראטעסט
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 1:39 pm#400233
סקרן, ייש''כ פאר די אינהאטסרייכע דברים של טעם. עס געבט צו א שלל פון ידיעות צום גאנצן סוגיא.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 1:42 pm#400234
אין צוזאמהאנג מיט'ן זיבעציגסטן יארטאג זינט דער גרינדונג פון מדינת ישראל, האט די 'גוטמאן אינסטיטוט' דורכגעפירט אן אויספרעג צווישן דעם חרדי'שן ציבור פון ארץ ישראל איבער דעם אופן וויאזוי 'יום העצמאות' און 'יום השואה' ווערן אנגעקוקט.

די רעזולטאטן האבן געוויזן, אז דער איבערוויגנדער רוב פונעם חרדי'שן סעקטאר אין לאנד טיילן נישט דעם אלגעמיינעם סענטימענט אין לאנד איבער די צוויי טעג, און זעען נישט יום העצמאות ווי א פייערליכער טאג ווי אויך באטראכטן זיי נישט יום השואה ווי א צייט פון טרויער.

בלויז זיבעצן פראצענט פון די אויסגעפרעגטע האבן געענטפערט אז זיי זענען מסכים מיט דער באהויפטונג, אז יום העצמאות איז א "פייערליכער טאג", קעגן זעכצן פראצענט וואס האט "נישט אזוי שטארק מסכים" געווען און 47 פראצענט וואס האבן "שטארק נישט מסכים" געווען.
קודם דארפט איר פארשטיין אז רוב פרומע אידן אידענטיפיצירן זיך נישט אלץ 'חרדים'. די ווארט 'חרדים' מיינט 'ultraorthodox'. ד"מ, אידן וואס גייען מיט הוט און רעקל. נאכדעם איז דא 'דתיים' וואס מ'רופט אין אמעריקע 'modern orthdox', וואס דאס מיינט, א פרומע איד וואס גייט נישט מיט קיין הוט און רעקל. פארשטייט זיך אז רוב דתיים זענען שוואכער אין אידישקייט ווי חרדים, אבער נישט אלע, ס'דא גענוג און נאך דתיים וואס האבן זיך גארנישט צו שעמען פון די חרדים, מרופט זיי תורניים אדער חרדל"ים. יעצט די פאלל האט נאר אויסגעפרעגט 'חרדים', און ביי רוב חרדים מיינען טאקע די אלע נייע ימים טובים גארנישט. ס'איז אזויווי july 4 ביי אונז. ס'איז נישט קיין פייערליכע טאג, אבער ס'איז אויך נישט קיין 'יום המר והנמהר שלומים תן כימי נהר'. אבער ביי רוב פרומע אידן איז עס ממש א יום טוב, מ'טוט זיך אן יום טוב'דיג, מ'זאגט גאנץ הלל מיט א ברכה, מליינט אין די תורה און מ'עסט א יום-טוב דיגע סעודה.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 1:45 pm#400235
איסר האטלקי האט געשריבן:פופציג האט דער חזו''א געזאגט ביי איינע פון די שפעטערדיגע מלחמות. נישט ביים גרינדונג.

אבער ער האט עס געזאגט אויף די מדינה. בד"ו, אפשר האסטו די מקור? כ'האב שוין פארגעסן וואו איך האב עס געזען.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 1:58 pm#400236
איסר האטלקי האט געשריבן:פופציג האט דער חזו''א געזאגט ביי איינע פון די שפעטערדיגע מלחמות. נישט ביים גרינדונג.

ביי וועלכע מלחמה האט ער נאך געלעבט?
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 2:02 pm#400238
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24
איך מיין אז די יו"ט׳דיגע סעודה איז איבערגעטריבען. מ׳מאכט אזא ר"ח סעודה, עפעס געשמאקער ווי נארמאל, מ׳מאכט א באר בי קיו, אפשר קומט מען זיך צוזאם. איך גלויב נישט מ׳באקט חלות און מ׳עסט פיש יויך.

די גאנצע פרומע אידען ביזנעס איז סתם אזוי נישט אין פלאץ. עס איז נישט קיין סאציאלאגישע ענין. ווען סאטמאר רב איז גערעכט (היל"ת), מאכט עס גארנישט אויס וויפיהל מענטשען טוהן אנדערש. סתם אריין געברענגט א פרעמדען ענין אין די שמועס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 2:11 pm#400239
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:סתם אריין געברענגט א פרעמדען ענין אין די שמועס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גראדע האלט איך פונקט ווי דיר, אבער פון קאך_לעפלס תגובה האט מיר אויסגעקוקט ווי דאס איז דער ענין דא, און אויף דעם איז געקומען מיין ענטפער.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 2:37 pm#400241
newkave האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:פופציג האט דער חזו''א געזאגט ביי איינע פון די שפעטערדיגע מלחמות. נישט ביים גרינדונג.

ביי וועלכע מלחמה האט ער נאך געלעבט?

דו רעדסט פון די חזו"א וואס האט געזאגט פאר געוויסע מענטשן אז זיי זאלן גיין צו בחירות. ער איז טאקע אוועק תשי"ד, און האט עס געזאגט נאכ'ן מלחמת העצמאות.
ער רעדט אבער פון די אנדערע חזון איש, וואס האט גע'אסר'ט גיין אין בחירות, יענער לעבט נאך היינט... איך מיין אז ער האט עס געזאגט אויף אמעריקע נאך אבאמא איז געווארן פרעזידענט...
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 3:34 pm#400243
קאך לעפעל , בדרך כלל גלייך איך גאר שטארק דיינע תגובות, אבער דאס מאל האסטו מיר געברענגט בייז בליט , איך ווייס נישט וויפיהל מיליאנען האבן אויפגעהערט צי זאגן שמע ישראל, איך ווייס אבער יא אז צענדליגע טויזענטע יודן האבן אנגעפאנגן זאגן שמע ישראל זייט די מדינה שטייט,
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 3:42 pm#400245
כ'האב מיטגעהאלטן ווי אן אלטער קארלינער חסידישע איד האט גערעדט פון די 'הגנה'. האט איינער פון די יונגעלייט דארט איהם געפרעגט צי ס'איז אמת אז אסאך פרומע אידן זענען אפגעפארן דארט. האט ער איהם געענטפערט, אוודאי אוודאי, ס'געווען אסאך פרומע וואס זענען אפגעפארן דארט, און ס'געווען אסאך פרייע וואס זענען פרום געווארן דארט, ס'געווען א פיינע מצב.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 4:08 pm#400246
סמבטיון האט געשריבן:קאך לעפעל , בדרך כלל גלייך איך גאר שטארק דיינע תגובות, אבער דאס מאל האסטו מיר געברענגט בייז בליט , איך ווייס נישט וויפיהל מיליאנען האבן אויפגעהערט צי זאגן שמע ישראל, איך ווייס אבער יא אז צענדליגע טויזענטע יודן האבן אנגעפאנגן זאגן שמע ישראל זייט די מדינה שטייט,

אין אלגעמיין פאדערט זיך אזא תגובה נישט קיין אנטווארט. נאר אזוי ווי ס'איז ענינא דיומא וועל פראבירן אפצוענפערן אויפן שפיץ גאפל.

היינט צוטאגס ווערן נאנט צו האלב מיליאן קינדער נתחנך אין די בתי חינוך המלכתיים אין מדינת ישראל:

לאמיר כאפן א טיילווייזער בליק אויף די שולע קוריקולער פון די בתי חינוך המלכתים:

מטרות החינוך הממלכתי הן:
(1) לחנך אדם להיות אוהב אדם, אוהב עמו ואוהב ארצו, אזרח נאמן למדינת ישראל, המכבד את הוריו ואת משפחתו, את מורשתו, את זהותו התרבותית ואת לשונו;
(2) להנחיל את העקרונות שבהכרזה על הקמת מדינת ישראל ואת ערכיה של מדינת ישראל כמדינה יהודית ודמוקרטית ולפתח יחס של כבוד לזכויות האדם, לחירויות היסוד, לערכים דמוקרטיים, לשמירת החוק, לתרבותו ולהשקפותיו של הזולת, וכן לחנך לחתירה לשלום ולסובלנות ביחסים בין בני אדם ובין עמים;
(3) ללמד את תולדות ארץ ישראל ומדינת ישראל;
(4) ללמד את תורת ישראל, תולדות העם היהודי, מורשת ישראל והמסורת היהודית, להנחיל את תודעת זכר השואה והגבורה, ולחנך לכבדם;
(5) לפתח את אישיות הילד והילדה, את יצירתיותם ואת כשרונותיהם השונים, למיצוי מלוא יכולתם כבני אדם החיים חיים של איכות ושל משמעות;
(6) לבסס את ידיעותיהם של הילד והילדה בתחומי הדעת והמדע השונים, ביצירה האנושית לסוגיה ולדורותיה, ובמיומנויות היסוד שיידרשו להם בחייהם כבני אדם בוגרים בחברה חופשית, ולעודד פעילות גופנית ותרבות פנאי;
(7) לחזק את כוח השיפוט והביקורת, לטפח סקרנות אינטלקטואלית, מחשבה עצמאית ויוזמה, ולפתח מודעות וערנות לתמורות ולחידושים;
(8) להעניק שוויון הזדמנויות לכל ילד וילדה, לאפשר להם להתפתח על פי דרכם וליצור אווירה המעודדת את השונה והתומכת בו;
(9) לטפח מעורבות בחיי החברה הישראלית, נכונות לקבל תפקידים ולמלאם מתוך מסירות ואחריות, רצון לעזרה הדדית, תרומה לקהילה, התנדבות וחתירה לצדק חברתי במדינת ישראל;
(10) לפתח יחס של כבוד ואחריות לסביבה הטבעית וזיקה לארץ, לנופיה, לחי ולצומח;
(11) להכיר את השפה, התרבות, ההיסטוריה, המורשת והמסורת הייחודית של האוכלוסייה הערבית ושל קבוצות אוכלוסייה אחרות במדינת ישראל, ולהכיר בזכויות השוות של כל אזרחי ישראל.

ס'כאפט א פחד און א שרעק דאס צו זען, אוי לעניים שכך רואות.

מ'לערענט נישט קיין אמונה, נישט קיין חימוש, נישט קיין שמע ישראל. גארנישט! לית דין ולית דיין. דאס אידישקייט באשטייט צו וויסן ווי גרויס הערצל'ס מחילה איז געווען, און ווי לאנג בעגינס נאניע איז געווען, און ווי גרויס גלדא מאיר'ס דדים זענען געווען, און ווי שטארק משה דיין'ס אויגן האבן געשיינט...און ווי הויך די חרמון איז. דאס באשטייט די אידישקייט וואס מ'לערענט אויס אין די ציוניסטישע פאבליק שולעס, וועלכע פארמאגן ניטאמאל קיין מזיזות אויף די טויערן.

אין די דאזיגע שולעס האט מען מיט די געוואלד אריינגעשטעלט ערליכע אפגעהיטענע ילדי תמן, ילדי מאראקא, ילדי צפון אפריקע און נאך. מ'האט גענומען קליינע אומשולדיגע קינדער, און זיי מיט די געוואלד (נוסח פרייהייט אין מדינת ישראל) אריינגעזעצט אין די דאזיגע עקלאפטיגע שולעס, וואו זיי זענען אויסגעשטיגן די גרעסטע כופרים אין די היסטאריע פון די מענטשהייט. אזש דער אלגעמיינער "אידיש יונגל" פון מדינת ישראל איז א פיל גרעסערע כופר ווי דער אלגעמיינער אמעריקאנער יוגענטליכער פון מעסיסיפי און נעבראסקא, וועלכע ווערן ערצויגן מיט א טיפע גלויבן אינעם אלמעכטיגען גאט. סארא שאנדע.

פאר דעם האבן מיר געדארפט א מדינה? וואס איז אונז שלעכט געווען אין מאמע רוסלאנד? סטאלין האט אונז גענוי דאס זעלביגע געלערענט. נישטא קיין גאט, מאמע רוסלאנד איז גאט.

פון די גרונד פריציפן פון מדינת ישראל איז, אויפצוציען גענעראציעס פון חזיר-פרעסערס, און בועלי נידות, און פאלנע מארקיסטישע כופרים וועלכע פארשעמען נישט די אומערצויגענע חיות פון הארלעם און פאלאדעלפיע....

אצינד לאמיר זינגען אין איינעם כל עוד בלבב פנימה נפש יהידי הומיה......
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 4:15 pm#400247
און וואס איז די קוריקולום אין אמעריקע ווייסטו אויך? די פאקט איז אז א פרייע איד אין ארץ ישראל וועט אייביג געדענקען אז ער איז א איד, און כמעט אלע האבן אדער וועלן האבן א קינד אדער אן אייניקל א בעל תשובה. משא"כ א פרייע איד אין אמעריקע האט חתונה מיט א גויטע און זיינע אייניקלעך ווייסן ניטאמאל אז זיי זענען אידן. און איך רעד שוין אפילו נישט פון דעם: כל השוכן בארץ ישראל, עוונותיו מחולין, שנאמר: "ובל יאמר שכן חליתי העם היושב בה נשוא עון." אפילו הלך בה ארבע אמות, זוכה לחיי עולם הבא. וכן הקבור בה נתכפר לו, וכאילו המקום שהוא בו מזבח כפרה. שנאמר: "וכיפר אדמתו עמו." (רמב"ם מלכים פ"ה הי"א)
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 4:21 pm#400248
איך פיהל ווי איך ליין די ליכט שטראלן פון אלישב, זיי ממשיך..
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 4:23 pm#400249
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און וואס איז די קוריקולום אין אמעריקע ווייסטו אויך? די פאקט איז אז א פרייע איד אין ארץ ישראל וועט אייביג געדענקען אז ער איז א איד, און כמעט אלע האבן אדער וועלן האבן א קינד אדער אן אייניקל וואס וועט ווערן א בעל תשובה. משא"כ א פרייע איד אין אמעריקע האט חתונה מיט א גויטע און זיינע אייניקלעך ווייסן ניטאמאל אז זיי זענען אידן.

דאס אהבת ישראל ברענט אין דיר ב''ה. ס'איז א פארגעניגען צו זען...אזש די זוכסט עפעס גוטס אין די ציוניסטישע מענטשען פרעסערס.

זאג, די סאטמארער חסיד גלייכסטו אויך אזוי שטארק ווי דעם ציוניסטישען כופר? באשיינפערליך נישט! אלזא, שנייד די קרעפליך און לאז גריסן בן גריונען...
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 4:24 pm#400250

טענו חטין והודו לזכר קדשו.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 4:24 pm#400251
סמבטיון האט געשריבן:איך פיהל ווי איך לייב די ליכט שטראלן פון אלישב, זיי ממשיך..

מיט דעם נארישן אנגעבליכער נפוחה, האסטו מיר גענצליך אפגעוואנדן, אזש איך לויף צוריק אריין אינעם קאך שופלאד.

ביי רעבאשקין...
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 4:24 pm#400252
ציוניסטישע מענטשן פרעסערס.. אה מיי גאד

סיריעסלי? דו ווארטס פאר א ענטפער? זייט די מדינה שטייט איז נאך נישט געווען אזויפיהל תורה אויף איין מקום ווי אין ארץ ישראל, טוה דיין היים ארבעט פאר די קאפיסט שטיקלעך וויקיפידיע, און שטעק ארויס דיין קאפ פון די ראדני טוילעט

עס איז ראטזאם זאלסט ליינען דעם בריוו פון אברהם משי זהב ווי ער שרייבט פאר זיין פעטער עמרם בלוי אז ער האט געהאט א גרויסן טעות, און יודישקייט שיינט אין ישראל ווי קיינמאל ביפאר זינט דעם חורבן הבית. קענסט עס ליינן אויף ישיבה ווארלד
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 4:33 pm#400253
סמבטיון האט געשריבן:ציוניסטישע מענטשן פרעסערס.. אה מיי גאד

סיריעסלי? דו ווארטס פאר א ענטפער? זייט די מדינה שטייט איז נאך נישט געווען אזויפיהל תורה אויף איין מקום ווי אין ארץ ישראל, טוה דיין היים ארבעט פאר די קאפיסט שטיקלעך וויקיפידיע, און שטעק ארויס דיין קאפ פון די ראדני טוילעט

אמת! און דאס איז צו פארדאנקען די מדינה ניין? וואס האט די מעכטיגע תורה מאנסטעפעציע אין ארץ ישראל צו טאן מיט די ציונים....?????

אפס.. דער קאפ איז מיר נאך פארשטעקט אין די איינגעמאכאכס פון אן ראדני הכנה עדיקט.....
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 4:37 pm#400254
יא, קודם כל אן זיי וואלטן מיר נישט געהאט די מעכטיגע תורה מאנסטעפעציע אין ארץ ישראל, והשנית רוב מוסדות התורה שטייען א דאנק זייער שטיצע צו דו ווילסט יא צו די ווילסט נישט.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 4:39 pm#400255
קאך_לעפל האט געשריבן:
אמת! און דאס איז צו פארדאנקען די מדינה ניין? וואס האט די מעכטיגע תורה מאנסטעפעציע אין ארץ ישראל צו טאן מיט די ציונים....?????
ווען נישט די ציונים וואס זענען ארויפגעקומען פאר'ן מלחמה און פארוואנדלט די לאנד אין א נארמאלע פלאץ וואו מ'קען וואוינען, וואלט עס היינט אויסגעקוקט פונקט ווי פאר צוויי הונדערט יאר צוריק, א מדבר שממה וואו מענטשן שטארבן יעדן טאג פון הונגער און מגפות. וידוע דבריו הקדושים של מרן מבעלזא זי"ע, "דאס איז פאר דער האנד א שטיק ישועה פאר יודען ווי וואלטען זיך איצט יידען אהינגעטיען". ודפח"ח.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 5:04 pm#400256
קאך לעפל טאר נישט גלייבן אנדערש ווי וואס ער שרייבט ווייל זיין גאנצע אמונה איז געבויט אויף דעם אויב הייבסטו עס אהן שאקלען ווערסטו א כופר
פליז ענטפער אים נישט און פרעג אים נישט אפ ענגערש זאל ער בלייבן א סאטמערע וואס גלייבט אין די שיטה ווי אן אויפגעקלערטע סאטמארע וואס איז געווארן א ציוני
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 5:08 pm#400258
סקרן האט געשריבן:קאך לעפל טאר נישט גלייבן אנדערש ווי וואס ער שרייבט ווייל זיין גאנצע אמונה איז געבויט אויף דעם אויב הייבסטו עס אהן שאקלען ווערסטו א כופר
פליז ענטפער אים נישט און פרעג אים נישט אפ ענגערש זאל ער בלייבן א סאטמערע וואס גלייבט אין די שיטה ווי אן אויפגעקלערטע סאטמארע וואס איז געווארן א ציוני

גראדע פארשטיי איך קאך_לעפל גאנץ גוט, איך פלעג אויך אמאל זיין אזוי.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 5:13 pm#400259
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
סקרן האט געשריבן:קאך לעפל טאר נישט גלייבן אנדערש ווי וואס ער שרייבט ווייל זיין גאנצע אמונה איז געבויט אויף דעם אויב הייבסטו עס אהן שאקלען ווערסטו א כופר
פליז ענטפער אים נישט און פרעג אים נישט אפ ענגערש זאל ער בלייבן א סאטמערע וואס גלייבט אין די שיטה ווי אן אויפגעקלערטע סאטמארע וואס איז געווארן א ציוני

גראדע פארשטיי איך קאך_לעפל גאנץ גוט, איך פלעג אויך אמאל זיין אזוי.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 5:13 pm#400260
Re: וועלט ווארט געשפאנט אויף צוזאמפאל פון מדינת ישראל ביז 24
יהודי פשוט האט געשריבן:
איך ציטיר דא וואס איך האב באקומען אויף אידישע נייעס:
אין צוזאמהאנג מיט'ן זיבעציגסטן יארטאג זינט דער גרינדונג פון מדינת ישראל, האט די 'גוטמאן אינסטיטוט' דורכגעפירט אן אויספרעג צווישן דעם חרדי'שן ציבור פון ארץ ישראל איבער דעם אופן וויאזוי 'יום העצמאות' און 'יום השואה' ווערן אנגעקוקט.

די רעזולטאטן האבן געוויזן, אז דער איבערוויגנדער רוב פונעם חרדי'שן סעקטאר אין לאנד טיילן נישט דעם אלגעמיינעם סענטימענט אין לאנד איבער די צוויי טעג, און זעען נישט יום העצמאות ווי א פייערליכער טאג ווי אויך באטראכטן זיי נישט יום השואה ווי א צייט פון טרויער.

בלויז זיבעצן פראצענט פון די אויסגעפרעגטע האבן געענטפערט אז זיי זענען מסכים מיט דער באהויפטונג, אז יום העצמאות איז א "פייערליכער טאג", קעגן זעכצן פראצענט וואס האט "נישט אזוי שטארק מסכים" געווען און 47 פראצענט וואס האבן "שטארק נישט מסכים" געווען.

סקר: מחצית מהחרדים רואים עצמם כציונים

ההסתדרות הציונית העולמית, ערכה סקר באמצעות מכון סמית למחקר, לקראת יום העצמאות ה-70 של הישות הציונית, ממנו עולות העמדות השונות בחברה הישראלית, בכל הקשור למידת הציונות של האזרחים.

לשאלה אם אתה מגדיר את עצמך כציוני, השיבו כמחצית מהציבור החרדי – שכן!! 45 אחוזים מהחרדים ענו במענה לשאלה האם הם מגדירים את עצמם כציונים – בתשובה חיובית. יצוין, כי מקרב בני המגזר הדתי 95% מחשיבים עצמם לציונים. טוב, זה כבר לא חידוש.

m http://www.kikar.co.il/273982.html m
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 5:17 pm#400261
סקרן האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
סקרן האט געשריבן:קאך לעפל טאר נישט גלייבן אנדערש ווי וואס ער שרייבט ווייל זיין גאנצע אמונה איז געבויט אויף דעם אויב הייבסטו עס אהן שאקלען ווערסטו א כופר
פליז ענטפער אים נישט און פרעג אים נישט אפ ענגערש זאל ער בלייבן א סאטמערע וואס גלייבט אין די שיטה ווי אן אויפגעקלערטע סאטמארע וואס איז געווארן א ציוני

גראדע פארשטיי איך קאך_לעפל גאנץ גוט, איך פלעג אויך אמאל זיין אזוי.

ניין, איך בין נישט קיין ציוני און איך קען זיי נישט ליידן.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 5:27 pm#400262
דער איבערוויגנדער רוב פונעם חרדי'שן סעקטאר אין לאנד טיילן נישט דעם אלגעמיינעם סענטימענט אין לאנד איבער די צוויי טעג, און זעען נישט יום העצמאות ווי א פייערליכער טאג ווי אויך באטראכטן זיי נישט יום השואה ווי א צייט פון טרויער.

בלויז זיבעצן פראצענט פון די אויסגעפרעגטע האבן געענטפערט אז זיי זענען מסכים מיט דער באהויפטונג, אז יום העצמאות איז א "פייערליכער טאג", קעגן זעכצן פראצענט וואס האט "נישט אזוי שטארק מסכים" געווען און 47 פראצענט וואס האבן "שטארק נישט מסכים" געווען.

אונטער חכם האט געשריבן:סקר: מחצית מהחרדים רואים עצמם כציונים

http://www.kikar.co.il/273982.html
סך הכל האבן מיר אזוי: ארום האלב פון די חרדים זענען ציונים, דאס הייסט אז זיי האלטן אז די מדינה איז א גוטע זאך און מ'טאר נישט צוריקגעבן שטחים וכו' וכו', אבער זיי פייערן נישט די פרייע חגאות.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 5:41 pm#400264
קעניינע הרע..... א וועלט פון ברייטע קעפ, אויפגעקלערטקייט און אפענקייט, חכמה און פארשטאנד. מ'זעט אין חוש אז ס'איז שוין ווירקליך משיח'ס צייטן, דער ומלאה הארץ דעה גייסט הייבט שוין אן ארום צו כאפן די יונגווארג ווי א שלאנג כאפט ארום א פאס האניג.... א קידוש השם... סקרן, דער שטיינווארפענדער טייך, רבי יהודה הנשיא.... טשאדאש....