Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מעיאר מייקל בלומבערג יר"ה אנטשלאסן צו ראטעווען אידישע קינדער

מעיאר מייקל בלומבערג יר"ה אנטשלאסן צו ראטעווען אידישע קינדער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
89 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 214 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1235
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:02 am#45721
זר זהב האט געשריבן:שיטה, וואו מל'סטע דיינע אינגעלעך? דו האסט א אויסוואל צו מל'ן דיינע קינדער אן קיין מציצה פה. ס'דא גענוג רעפארם און קאנסערוואטיווע טעמפל'ן.
טוטסטע טאקע אזוי? איך גלייב אז נישט!

הה"ד: יו אר עי פעיק פאני פראוד!!

גאנץ געשמאק צו בויען גג על גג אויף יענעמ'ס חשבון.

א) ווער זאגט אז איך האב קינדער? ר' טודרוס זילבער מאכט אויך נישט מציצה בפה.

ב) ווער זאגט אז איך האב יונגלעך?

ג) עס איז דא גענוג מוהלים וואס מאכן מציצה בפה בהפסק כלי, און אפשר טו איך אזוי.

ד) קען זיין איך ווער אויסגעהאלטן דורך איינעם און אויב איך וועל נישט מאכן מציצה בפה בלי הפסק כלי וועל איך פארלירן מיין תמיכה, און נישט האבן קיין הכנסה וועט זיין א גרעסערע סכנה ווי מציצה בפה, דערפאר בין איך בוחר צו נעמען די קלענערע ריזיקע און איך מאך יא מציצה בפה בלי הפסק כלי.

ה) אפשר פלעג איך מאכן מציצה בפה בלי הפסק כלי און א קינד איז מיר טאקע קראנק געווארן אדער נפטר געווארן צוליב דעם?
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:03 am#45722
רוב ארטאדאקסישע מוהלים מאכן מציצה מיט א פייפעט.
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:04 am#45723
אויב טוסטע טאקע אזוי דאן האב איך גארנישט געזאגט, כאגעבויעט אויסדרוקליך נאר אויף וואס איך "גלייב".
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:05 am#45724
און אויב ווארפסטו דיך מיט טיטלען, וואס האלט דיך צוריק פון זאגן אז ר' ז"ל פילאף איז א רעפארמר?
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:07 am#45725
שיטה'לע, צו וואס עפענן נאך א נייעם אשכול?

יעדער ווייסט שוין דיין קיצוניות'דיגע שיטה, ביסט זייער שטאלץ צו זיין א פורש מן הציבור, יעדער דא ווייסט שוין אז דו רופסט אן הונדערטער היימישע רבנים און זייערע נאכפאלגער "יושבי חושך", אזש אפילו אנדערע פלעצער האבן אויפגעהויבן א וויי געשריי דערקעגן.

יעצט, וואס ווילסטו דא? אז מיר, די מ'כלומר'שטע "יושבי אור", זאלן באמת ארויסנעמען א תהלימ'ל דאנערשטאג און זאגן א קאפיטל תהלים אז בלומבערג'ס געזעץ זאל אדורכגיין? "אויפגעפאדערט"? דורך דיר?

איך גיי נישט אריין ווער עס איז גערעכט, אבער דיין תגובה איז שוין צו קיצוניות'דיג. מוזט נישט האלטן דערפון, קענסט זיך האלטן קלוגער פון יעדן, אבער א מנהג פון חז"ל רופסטו אן "מנהג רע"? ביסט אויפן קאפ געפאלן?

איך וועל זיך פארלאזן אויפן הייליגן חתם סופר וועלכער שרייבט אז ברית מילה איז א סכנה און ע"פ טבע וואלט יעדעס קינד געדארפט שטארבן דערפון, נאר די כח המצוה איז מגין דערויף, און די איבריגע חשבונות לאז איך פארן באשעפער אין הימל.
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:08 am#45729
שמעקעדיג האט געשריבן:שיטה'לע, צו וואס עפענן נאך א נייעם אשכול?

יעדער ווייסט שוין דיין קיצוניות'דיגע שיטה, ביסט זייער שטאלץ צו זיין א פורש מן הציבור, יעדער דא ווייסט שוין אז דו רופסט אן הונדערטער היימישע רבנים און זייערע נאכפאלגער "יושבי חושך", אזש אפילו אנדערע פלעצער האבן אויפגעהויבן א וויי געשריי דערקעגן.

יעצט, וואס ווילסטו דא? אז מיר, די מ'כלומר'שטע "יושבי אור", זאלן באמת ארויסנעמען א תהלימ'ל דאנערשטאג און זאגן א קאפיטל תהלים אז בלומבערג'ס געזעץ זאל אדורכגיין? "אויפגעפאדערט"? דורך דיר?

איך גיי נישט אריין ווער עס איז גערעכט, אבער דיין תגובה איז שוין צו קיצוניות'דיג. מוזט נישט האלטן דערפון, קענסט זיך האלטן קלוגער פון יעדן, אבער א מנהג פון חז"ל רופסטו אן "מנהג רע"? ביסט אויפן קאפ געפאלן?

איך וועל זיך פארלאזן אויפן הייליגן חתם סופר וועלכער שרייבט אז ברית מילה איז א סכנה און ע"פ טבע וואלט יעדעס קינד געדארפט שטארבן דערפון, נאר די כח המצוה איז מגין דערויף, און די איבריגע חשבונות לאז איך פארן באשעפער אין הימל.

:like :like :like :like :like :like :like :like :like :like
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:23 am#45738
גראדע האט אתחדות הרבנים אויך אויפגעפאדערט צו דאווענען... סוי תהלים וועט מען עניוועי זאגן...
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:49 am#45751
איך וויל וויסען ווי איך קען בטראכטען די גלאזינע כלי פון וואס די חתם סופר און די משנה ברורה מיטען מהר"ם שיק רעדן

שכל זאגט, מ'דארף רעדן מיט "נר מצוה" , אז מ'וואלט געקענט אינווענטען מציצה ב'לעטעקס Latex וואס א שטארקע שלעפ אריין דרינק יא דורך צי אלע אדערען

אפשר קען מען ניצען א קאנדאם? איך בין משוגע? פארןואס האט עס קיינער נישט סאזשעסטעד?
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:01 am#45756
לאדיך אפ האט געשריבן:גראדע האט אתחדות הרבנים אויך אויפגעפאדערט צו דאווענען... סוי תהלים וועט מען עניוועי זאגן...




אין דוד המלך'ס זאגעריל טרעפט מען ענטפערס אויף אלע בקשות פאר די יחוד און די כלל, שטייט דאך אין די ספרים פון אלע גוטע יודען

זאג איך, מ'זאל ציזאם רופען דים עולם, אין כולל וויליאמסבורג, ווי מ'דזודשט נישט קיינעם, און די עולם קען אנרייסען אז די רצון השם, וואס עס זאל נישט זיין, זאל קומען צי פרוטישען

דאן, וואס אימער די אוטקאם, קען מען ענאנסען אין די בלאט, ניצחו ערעלים את המוציצם
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:10 am#45759
זר זהב האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:שיטה'לע, צו וואס עפענן נאך א נייעם אשכול?

איך וועל זיך פארלאזן אויפן הייליגן חתם סופר וועלכער שרייבט אז ברית מילה איז א סכנה און ע"פ טבע וואלט יעדעס קינד געדארפט שטארבן דערפון, נאר די כח המצוה איז מגין דערויף, און די איבריגע חשבונות לאז איך פארן באשעפער אין הימל.



נעם עס נישט פערזענליך, איך פרעג ווי די תם, נישט ווי די רשע, וועלכע כח איז מגין אויף די מיליאנע גוים וואס זענען כורת ברית אז זיי לעבן עס דורך, נאו פראבלעם?

ער רעדט אפשר פון די מנהגי המצוה ווי מציצה בפה ווען ער זאגט די ווערטער אז יעדע קינד וואלט ע"פ דרך הטבע געדארפט שטארבן דערפון???
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 10:24 am#45816
אוב עמיצער האט געהאט א הו"א אז דער אלטער גלמוד מיינט נאר אונזער גוטס נאט אייך א פאקס נויז ארטיקל פון שעם שעם שעם וואו מהאט געלאזט און מלאט נאך איצט קינדער זיך שטעכן בפלטרין של בלומבורג סעלעקטיוו יוסטוץ אמבעסטן
MYFOXNY.COM -
Children under the age of 18 have been able to get body piercing in New York without parental consent. But the law has just been changed -- a year after Fox 5's Arnold Diaz first exposed the legal loophole.

New York parents have long wanted laws regulating kids getting body piercings. Doctors testified how dangerous piercings could be.

But it still took almost 15 years for state legislators to finally get a law passed. The legislation includes all body piercings -- except ear piercings.

The new measure goes into effect in 90 days.



Read more: m http://www.myfoxny.com/story/19162233/n ... z26GUSEeDC m
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 10:35 am#45820
שיטה, דו רעדסט זיך באמת איין אז בלומבערג מיינט אונזער גוטס?

דו קענסט מיר ברענגען א היימישער איד וואס זיין קינד איז קראנק אדאנק מציצה בפה? יא אדער ניין???
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 10:55 am#45828
שיטה טרינקסט נישט אין געררויסע באטליך צילוב בלומבערג?
פאהרסט מיט א בייק?
וויל ער זאגט סגעזינט
פרייסטיך מיט די גרויסע פארקינק טיקעטס???
זייט ווען ביסטי אזא גרויסע בלומבערג חסיד????
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:00 am#45832
טעלעפאן האט געשריבן:שיטה, דו רעדסט זיך באמת איין אז בלומבערג מיינט אונזער גוטס?

דו קענסט מיר ברענגען א היימישער איד וואס זיין קינד איז קראנק אדאנק מציצה בפה? יא אדער ניין???

יא אודאי, הער די צווייטע התאחדות מיטנג וועסטו הערן וויאזוי זיי רעדן פון א מאמע וועמענס קינד ס'געשטארבן וועגן מציצה בפה און זי האט נישט געוואלט ארויסגעבן די מוהלס נאמען און מהאט איר געטשארדזשט מיט טשיילד עביוז.
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:01 am#45835
יענע מעשה איז פאבריקעטעט. זיי האבן נישט קיין שום פראוו אז ס'האט מיט'ן מוהל צוטין.
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:03 am#45840
שיטה מקובצת האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:
שיטה מקובצת האט געשריבן:וואס האט לויטן חשבון שוין אומגעברענגט גאר אסאך אידישע נפשות, ר"ל.

מקור ביטע

http://pediatrics.aappublications.org/c ... l.pdf+html

פון די ריסוירטש ווייסט מען בלויז עטליכע קעיסעס, אבער דאס האט מען געטראפן אן די קאאפעראציע פון די וואס מאכן מציצה בפה און אויך נאר אין עטליכע יאר. דערפאר האב איך געזאגט אז "לויטן חשבון" האט עס אומגעברענגט גאר אסאך.

די העלט דעפארטמענט מוטשעט זיך צו טרעפן פעלער, און קוים קוים וואס זיי האבן געטראפן עפעס (די איינצעלנע פעלער וואס מען האט געטראפן קענען זיי אויך נישט אנדייטן מיטן גראבן פינגער אויף 100% אז דאס איז געשען דורך מציצה בפה, נאר זיי זענען משער אזוי), קומט אן "שיטה מקובצת" און שעמט זיך נישט צו שרייבן קליפ און קלאר אז ס'האט שוין אומגעברענגט גאר אסאך אידישע נפשות, הה"ד מהרסיך ומחריביך ממך יצאו, וישראל כשהן יורדין יורדין עד לעפר.
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:04 am#45841
אודאי האבן זיי פראף, די הערפיס איז אויפן מקום מילה! אויב איז עס פארבריקירט, פארוואס האט די מאמע מורא ארויסצוגעבן די מוהל'ס נאמען? מוועט מאכן א די ען עי טעסט און מוועט זיין אז די דאקטארס רעדן שטו,ים? אלא מאי...
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:05 am#45842
לאדיך אפ האט געשריבן:די הערפיס איז אויפן מקום מילה!

האסט עס געזען? אדער נאר געהערט? אדער דו טראכסט נאר אזוי?
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:06 am#45844
זר זהב האט געשריבן:יענע מעשה איז פאבריקעטעט. זיי האבן נישט קיין שום פראוו אז ס'האט מיט'ן מוהל צוטין.

איך האב געמיינט אז די האסט א קרוין צוליב חכמה
די משפחה האט נישט הורפיס דו מהל יא
אין עס איז נישט דא פראף
1+1 = א חלה
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:06 am#45845
די מאמע טענ'ה אז זי האט כסדר אינפקעטירטע פינגערס און ס'געשען צוליב איר! ביים זיך פארענען מיט'ן קינד. די נומבערס זענען נישט אויף דיין זייט סארי.
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:08 am#45846
טעלעפאן האט געשריבן:שיטה, דו רעדסט זיך באמת איין אז בלומבערג מיינט אונזער גוטס?

דו קענסט מיר ברענגען א היימישער איד וואס זיין קינד איז קראנק אדאנק מציצה בפה? יא אדער ניין???


איך האב שוין געענטפערט אויף די ביידע שאלות.
שיטה מקובצת האט געשריבן:איך פארשטיי אז מייקעל בלומבערג איז נישט דער גרעסטער צדיק, איך האב שוין באקומען געניג טיקעט'ס פון זיינע זשאנדארן... עס איז אויך מעגליך אז אין דעם פאל האט ער פאליטישע חשבונות, אבער איך זעה נישט קיין שום פאליטיק וואס ער זאל קענען אינזין האבן דא, און פארוואס זאך איך אים נישט געבן דעם פולסטן קרעדיט ווען ער טוט א זאך וואס וועט אי"ה אפראטעווען אידישע קינדערלעך פון טויט?! איז עס טאקע מאראל וואס טרייבט אים? איך ווייס נישט. אבער עס קומט אים די פולסטע קרעדיט, און אלע ברכות וואס מ'ווינטשט פאר א מענטש וואס העלפט ארויס די אידישע קאמיוניטי.



שיטה מקובצת האט געשריבן:
טעלעפאן האט געשריבן:און איך וועל ווידערהוילן מיין שאלה וואס איך האב שוין פריער געפרעגט: זאל עמיצער דא מיך זאגן פון ״איין״ הערפיס פאל וואס ער ווייסט ביים היימישן עולם וואס האט פאסירט אדאנק מציצה בפה, נישט וואס ער האט ״געהערט״ נאר וואס ער ווייסט. דעמאלטס קענסטו ווייטער גיין מיט דיינע באשולדינגן. ביז דערווייל האסטו נישט אויף וואס זיך אנצולייגן

ניין, איך קען נישט אזעלעכע פעלער פערזענדליך אבער איך גלייב די דאקטוירים. איך קען אויך נישט פערזענדליך קיינער וואס איז געשטארבן פון רייכערן, אבער איך גלייב די דאקטוירים.
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:08 am#45847
די דאקטאר האט עס געזען. אומזיסט איז מען חושד די מוהל? און אומזיסט וויל מען נישט געבן קיין די ענ עי פון די מוהל?

זר, התאחדות זאגט אז ס'געקומען פון די ברודער'ס צומי, נישט פון די מאמע
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:08 am#45848
a1b2 האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:יענע מעשה איז פאבריקעטעט. זיי האבן נישט קיין שום פראוו אז ס'האט מיט'ן מוהל צוטין.

איך האב געציינט אז די האסט א קרוין צוליב חכמה
די משפחה האט נישט הורפיס דו מהל יא
אין עס איז נישט דא פערף
1+1 = א חלה

דו ציינדעלסט נאך? ווי אלט ביזטע?
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:11 am#45851
וואס?
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:11 am#45852
ס'נישטא וואס זיך צו טענהן מיט ענק, עטץ זענטס א באנדע אפגעריסענע סעלף העיטינג דזשוס. פון 100'טער טויזענטער ברית'ן קענט עטץ נישט טרעפן קיין איין נארמאלער קעיס. דזשאסט געט לאסט.
מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:21 am#152503
דער נ"י פאסט אין אן עדיטאריעל היינט רייסט שטארק ארונטער בלומבערג פארוואס עס האט אויסגעפעלט אריינצומישן די גאווערנמענט אין די מציצה בפה אישו, און אז אנשטאט איבער וויכטיקע זאכן דארפן די פאלעטישנס וואס לויפן יעצט זיין פארנומען מיט דעם אומוויכטיקן נושא. ער פרעגט רעטאריש אז 10 קינדער זענען געשטארבן דאס יאר פון בייקן זאל מען דארפן אינטערשרייבן א קאנסענט צו ערלויבן קינדער צו בייקן? די אלע זאכן איז אויף די אחריות פון עלטערן און רעגירונג זאל שטיין אין די זייט זאגט דער פאסט.
מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:41 am#152506
וואוו דער פאוסט שרייבער איז זיכער נישט א מיללער חסיד. דאס איז נישט קיהל, מען!
מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:09 pm#152519
איך בין גראדע צופרידן פון וואס ער שרייבט דארט אבער וואס טראכט דער המון אז דער פאוסט האט אנגענומען אזא שארפע ליניע לטובת די עקסטרים ארטאדאקסן, ס' זעהט אויס ווי עפעס גייט איהם מער אהן ווי די בודזשעט פראבלעמען און קרעדיט גיט ער נישט מער ווי פאר די עדיטאריעל בארד
מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:39 pm#152526
למדן האט געשריבן:איך בין גראדע צופרידן פון וואס ער שרייבט דארט אבער וואס טראכט דער המון אז דער פאוסט האט אנגענומען אזא שארפע ליניע לטובת די עקסטרים ארטאדאקסן, ס' זעהט אויס ווי עפעס גייט איהם מער אהן ווי די בודזשעט פראבלעמען און קרעדיט גיט ער נישט מער ווי פאר די עדיטאריעל בארד


"שארפע ליניע לטובת די עקסטרים ארטאדאקסן"???

עקסיוז מי!!

מציצה בפה ווערט פראקטיצירט דורך ערוואקסענע מענטשן וואס זארגן זיך פארן וואוילזיין פון יעדען אידיש קינד איבערהויפט אייגענע קינדער, דער אלטער נבלה בעל תאוה, וואס האט אין זיין לעבן זיך נישט געדארפט זארגן וויזוי צי-באצאלן רענט, טואישן אדער דאקטאר ביללס, האט נישט קיין אנדערע דאגות נאר זיך זארגן איבער אונזער פעשקייט און ברית'ן, ער באליידיגט אין דערנידערט יעדן פרומען איד, שטעלט אהער א פנים כאילו מיר זענען אללא-אכבארס וואס זענען גרייט צו הרג'נען אונזער קינדער צוליב א דשיהאד, אבער ער דער אוכל בשר חזיר, מומר להכעיס'ניק, גייט אפשוינען אונזערע פיצעלע קינדערלעך, קיין ספק אז דער בלומבערג האט קיין שום רעספעקט און געטרוי צום חסידישן איד, ער עקלט זיך פון אונז און דאס איז וואס טרייבט זיין אגענדע, גארנישט עפעס אנדערש, דער פאוסט מיט יעדער אנטשטענדיגער גוי קוקט עס אזוי אן,
מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:58 pm#152537
און דאס אז די פאוסט האט שוין נישט געטראפן וואס צו שרייבן פאר די וואלן אין אזא אנגעצויגענע צייט ווען ס' דא פיהל וויכטיגערס וואס זיך צו זארגן (עכ"פ לויט זיי), איז נישט קיין חידוש?
מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 3:26 pm#152564
די ניו יארק פאוסט עדיטאריעל חזר'ט איבער די זעלבע מיספארשטענדעניש וואס מען האט שוין דא אסאך מאל קלאר געמאכט. עלטערן דארפען נישט אונטערשרייבן קיין קאנסענט בריוו פאר לאזן די קינדער פארן מיט די בייקס ווייל עלטערן ווייסן געווענטליך די סכנה פון פארן מיט בייקס, און וועגן איבער די מעלה פון לאזן קינדער פון פארן מיט בייקס קעגן די ריזיקע פון א סכנה. משא"כ ביי מציצה בפה וואס רוב כלל ישראל האט נישט אנגענומען אז מ'דארף דאס טוהן, און עס מאכט זיך אז חסידישע מוהלים מל'ן נישט-היימישע קינדער און דערציילן נישט פאר די עלטערן איבער די סכנה'דיגע ריזיקעס פון מציצה בפה און אז רוב כלל ישראל און רוב פוסקים האלטען אז עס איז נישט קיין בענעפיט צו מאכן די מציצה מיט די מויל , און דעריבער זענען די עלטערן נישט געהעריג אינפארמירט. אויף דעם ארויף דארף מען האבן א קאנסענט בריוו. והבן.
זונטאג יוני 16, 2019 9:06 pm#432005
ב"ה אז נאך עטליכע יאהר האבן די רבנים מחליט געוועהן צו גיין אין די וועגן פון מעיאר בלומבערג יר"ה און זארגן זיך פאר אונזערע קינדער נ''י
מאנטאג יוני 17, 2019 12:24 am#432014
@שיטה
קאם אן, די ווייסט זייער גוט אז די קול קורא האט קיין שייכות נישט מיט די אמביציע פונעם עוכר ישראל בלומבערג.
גראדע איז דאס א באגריסענדע שריט פון רבנים וואס נעמען די זאך אין די האנט אריין. איך האף נאר אז ס'וועט טאקע געפירט ווערן מיט יושר און נישט קאראפטירט ווערן ווי אנדערע רבני'שע סקעמס
מאנטאג יוני 17, 2019 1:13 am#432016
די יעצטיגע קול קורא האט קיין שייכות מיט די מציצה בפה שערורייה וואס דאס האט מען זיך שוין אינטערגיגעבן פאר עטליכע יאר צוריק צו די רשעים אז א מוהל וואס פאסירט א מעשה דארף מען עם מאכן פארשידענע טעסט און א דאנק דעם האט מען שוין מעביר געווען כמה מוהלים וביניהם רנ''ג ואדמו''ר מפאפא.


איצטערט איז די מערכה פשוט אז פאר מען דאקטערט זאל מען קענען גוט די הלכה און די מציאות.

מיין פראבלעם דערמיט אז די רבנים בראש די גאלאנטע און די די ווינער מען קען מיינען וואסערע מומחים זיי זענען ווער רעדט נאך פון די דינובער גאט זאל באהיטן.

די בעסטע וואלט געווען יעדער זאל זיך אפזאגן פון מוהלות אינקלודינג די 3 רבנים העומדים בראש אין נאר די ריכטיגע מומחים ווי ר' אהרן ווייס און ר' חיים שלמה ראטענבערג והדומה להם זאלן זיין ממונה צו זיין אונזערע קינדער.
מאנטאג יוני 17, 2019 7:33 am#432021
אין חז"ל ווערט א מוהל אנגערופען א "רופא" (עיין סנהדרין יז:)
זעהט אויס אז דעמאלטס האט עס נאכנישט געהאט צו טוהן מיט די רבנישען געשטעל - אז יעדער מיט די שיפע טאשען האט אינאיינעם מיט די שליסל פון זיין בית מדרש באקומען א מוהל מעסער'ל...
מאנטאג יוני 17, 2019 11:18 am#432027
Re: מעיאר מייקל בלומבערג יר"ה אנטשלאסן צו ראטעווען אידישע קי
איינער זעט דארט א רב?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 17, 2019 2:02 pm#432037
אויפן קול קורא אדער ביים אסיפה?
מאנטאג יוני 17, 2019 2:58 pm#432038
אויפן קול קורא שטייט אז עס איז געווען מכשולות
וואס איז געווען די מכשולות ? איינער האט אראפגעשניטען די גאנצע מעשה ?
מאנטאג יוני 17, 2019 7:51 pm#432057
ניין, איינער האט צוגעלייגט נאך איינס.