Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מעיאר מייקל בלומבערג יר"ה אנטשלאסן צו ראטעווען אידישע קינדער

מעיאר מייקל בלומבערג יר"ה אנטשלאסן צו ראטעווען אידישע קינדער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
89 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 214 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1235
מיטוואך יולי 25, 2012 4:58 pm#28526
מעיאר מייקל בלומבערג יר"ה אנטשלאסן צו ראטעווען אידישע קינדער
אין לויף פון צענדליגע דורות האבן אידן ביטערליך געליטן פון גרויסזאמע קעניגן, צאר'ן, הארצלאזע פריצים, וכו׳ וכו׳ וואס האבן געפייניגט אידישע קינדער מיט זייער אומענדליכע שנאת ישראל. נאך אנגעפאנגען מיט פרעה מיט זיין רשעות'דיגן הבה נתחכמה לו, האט ער זיך גענומען צו די קליינע אידישע קינדערלעך, וכל בן הילוד היאורה תשלכוהו. די מלחמה אפצושטעלן דעם וואוקס פון עם ישראל איז אנגעגאנגען אין אלע דורות, די שונאי ישראל האבן נישט צוגעלאזט מען זאל באהאנדלען אידישע קינדער דורך דאקטוירים, און האבן זיך געפרייט ווען נאך א אידיש קינד איז אוועק פון די וועלט ל"ע.

דאס האט אנגעהאלטן נאך אזוי לעצטענס ווי זיבעציג יאר צוריק, ווען דער צורר כל היהודים היטלער ימח שמו וזכרו האט מערדערליך אויסגעשאכטן מיליאנען אידן, און געלייגט א דגוש אויף ברוטאל אומברענגען 1.5 מיליאן אידישע שעפעלעך, הי"ד.

אידישע קינדערלעך זענען די צוקונפט פון כלל ישראל. זיי וואקסן אויף ווי די קומענדיגע דורות, און דורך זיי פירן מיר ווייטער די שלשלת דקדושה, די הייליגע מסורה, גייענדיג צוריק ביז משה רבינו ע"ה. די שונאי הדת און א"י ווערן אלארמירט אויף דעם "פראבלעם" פון דעם וואוקס פון חרדי'שע אידן, ווען זיי זעען די ציפערן פון חרדי'שע קינדער, און דאס זאגט פאר אז אין א דור ארום וועלן חרדי'שע אידן זיין נאך שטערקער און מאכטפולער, און מ'וועט ווייטער בליען און וואקסן על אפם וחמתם.

אין די יעצטיגע טעג איז אבער פאסיג אפצוגעבן א שמח והודאה צום אויבערשטן, אז דער מעיאר פון ניו יארק רבתי, מר. מייקל בלומבערג ירום הודו, וואס כאטש ער איז נישט קיין פרומער איד טליעט נאך אין אים דעם אידישן פונק, און דאס וואס אמאליגע משתלטים האבן געזוכט צו טוהן קעגן אידן, מיט אונטערדרוקן און אומברענגען די נייע דורות, טוט דער היינטיגער שולט אויף ניו יארק פונקט פארקערט מיט זיין ברייטן קאמפיין צו ראטעווען אידישע קינדערלעך.

טראצדעם וואס בלומבערג איז גוט באקאנט מיט די יושבי חושך, און ווייסט אז ער גייט אריין אין א קאמף מיט זיי ווען ער דערקלערט אז מ'מוז באקאנטמאכן די ריזיקעס פון מאכן מציצה בפה, פארקוקט ער אויף דעם, און האלט פאר זיינע אויגן איין זאך: זיין מאראלישע געוויסן וואס הייסט אים ראטעווען אידישע בעיביס! עס גייט אים נישט אן אז די יושבי חושך וועלן אים שעלטן אין זייערע טעמפלען, אים אינטערעסירט נישט אז זיי וועלן אים אינזין האבן ביי "ולמלשינים", ער ווייסט איין זאך: די זעלבע דאקטוירים וואס מאכן הארץ-אפעראציעס, די זעלבע עקספערטן וועלכע מ'ברענגט פון יענע עק וועלט ווען דער רבי שליט"א איז קראנק, די זעלבע שטודיעס מיט וואס מ'באשטעטיגט מעדיצינען פאר אלע מחלות, די זעלבע וויסנשאפט וואס האט געברענגט אז מיר זאלן היינט לעבן דאפעלט ווי די אמאליגע דורות – די אלע זאגן אז קינדער ווערן גע'הרג'עט דורך הערפיס-אנגעשטעקטע מציצה-בפה'ניקעס, און עס ליגט א חיוב צו ראטעווען די קינדער.

ער ווייסט אויך אז די יושבי חושך זאגן אים ליגנט ווען זיי פארקויפן אים אז ס'איז הלכה למשה מסיני, ווייל איינער האט אים שוין פארציילט די סוד אז די זעלבע מוהלים פון די יושבי חושך מאכן נישט קיין מציצה בפה פאר מענטשן וועלכע מל'ן זיך אויף דער עלטער. ער ווייסט אויך אז גענוג ערליכע אידן האלטן נישט אז מציצה בפה איז א חיוב, און ער ווייסט אויך אז דער חתם סופר, וואס ווערט אייביג גענוצט דורך די יושבי חושך פאר זייערע אגענדעס, האט אויך נישט געהאלטן אז עס איז א חיוב'דיגע חלק פון ברית מילה.

בלומבערג ווייסט אויך אז די יושבי חושך זענען נישט אזעלעכע מיט וועם מ'קען זיצן ביי א טיש, ער ווייסט אז אין זייער פינסטערן לעבן קען זיי נישט זען קיין שווארץ-אויף-ווייס. זיי וועלן נישט מודה זיין אפילו אויב מתו מוטל בפניו, און וועלן נישט הייסן מוהלים זיך טעסטן פאר הערפיס, אפילו אויב משה האט גארנישט געזאגט אין סיני אז מ'זאל דאס נישט מעגן טוהן.

אבער נאך וויכטיגער פון דאס אז בלומבערג האט קענענגעלערנט די יושבי חושך, איז דאס אז אחינו בני ישראל ווייסן שוין מיט וועם מיר האנדלען דא. די יושבי חושך מיט זייער ענדלאזע עקסטרעמיזם, און פאנאטישע בת היענה צוגאנג צו יעדע זאך אין אונזער לעבן ברוחניות ובגשמיות, האבן שוין גענוג פארדארבן זייער רעפוטאציע אז טויזענטער זעען שוין נישט אין זיי קיין אמת'ע רעפרעזענטאציע פון ערליכע אידישקייט. מ'זעט אין זיי א קליקע פון פשוט'ע פינסטערניש-זיצער, מענטשן וואס ווייסן ווי אזוי צו דערקלערן "גזירה!" "שמד!" "רשעים!" "אפיקורסים!" "ציונים!" "משכילים!" "ימח שמו!" "היה לא תהיה!" "אסור! אסור! אסור!" אבער ווייסן נישט ווי אזוי צו רעדן אפילו פון א טראפקעלע אידישקייט. מ'זעט אין זיי מענטשן וואס אסר'ן אינטערנעט בכל וכל, אבער פארפירן אויפ'ן אינטערנעט קעגן דעם "רשע" מר. בלומענבערג וואס איז "יודע את רבונו ומתכוון למרוד בו"... דער זעלבער רשע וואס אינפארסירט בילדינג געזעצן פאר אונזער זיכערהייט, און דער זעלבער אפיקורס וואס שיקן זיינע אנטיסעמיטישע פאליציאנטען צו טיילן טיקעטס פאר די וואס פארן אויף א סכנה'דיגן אופן.

מיר קענען נאר דאנקען דעם הייליגן באשעפער אז די פינסטערניש איז געבליבן אין זייערע ווינקלען, און די יושבי חושך פארטרייבן נאר מער און מער פון זייערע רייען. מיר זעען אין מר. בלומבערג א שליח פונעם אויבערשטן צו ראטעווען אידישע בעיביס פון די הענט פון די פאר'חושך'טע עסקנים און רבנים, אין אונזערע אויגן ראטעוועט ער נישט נאר איינס אדער צוויי בעיביס, נאר גאנצע אידישע דורות! מר. בלומבערג קויפט זיך איין גאנצע עולמות ווי ס'שטייט אין חז"ל כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו מקיים עולם מלא, און מיר ווינטשן אים הצלחה און סייעתא דשמיא אויף ווייטער, סיי אין די יעצטיגע געזעץ וועגן מציצה בפה, און סיי און זיינע ווייטערדיגע פאליטישע פלענער.
מיטוואך יולי 25, 2012 5:23 pm#28537
דיסלייק :דיסלייק:
מיטוואך יולי 25, 2012 5:34 pm#28544
לייג שוין צו א דאנק פארן ראטעווען לעבנ'ס מיטן נישט לאזן טרינקען זעכצן אונסיגע קאפס סאדע...

שטימט פאר בלומבערג!
מיטוואך יולי 25, 2012 5:38 pm#28547
איך ווייס נישט צו לאכן אדער וויינען.
האסט מיך גענומען אויף א רייד........
מיטוואך יולי 25, 2012 5:43 pm#28549
א הערליכע ארטיקעל, רב שיטה. כאטש אביסעלע צו שארף קעגן די ״יושבי חושך״.....
מיטוואך יולי 25, 2012 5:45 pm#28551
געווינען געווינט דער וואס שרייט דער העכסטער, איז היות איך האב נישט די זאפטיגע שפראך און פליסיגע פעדער ווי דיר וועל איך אפי' נישט פרובירן דן צו זיין באריכות בעצם התגובה וואס דו שרייבסט נאר כ'על עס לאזן פאר אנדערע זיך מפלפל און מטפל זיין מיט וואס דו שרייבסט.

נאר אויף דעם וואס דו ביזט זיך מתלבש באיצטלא דרחמנות און שרייבסט מיט אזא התלהבות:
שיטה מקובצת האט געשריבן:...און האלט פאר זיינע אויגן איין זאך: זיין מאראלישע געוויסן וואס הייסט אים ראטעווען אידישע בעיביס!

מוז איך דיר זאגן אז דו האסט מיר שיעור ארויפגעברענגט דעם פרישטאג... (ואקצר משום הלאו דבל תשקצו), איך האב נאר א לימוד זכות אויף דיר אז דו וואוינסט פשוט נישט אין די סיטי, משלים פון די אויסטערלישע מאראלישע געוויסן וועלכע פלאגן אונזער מעיאר יר"ה לאז איך איבער פאר אנדערע צו דעסקרייבן...

(איך וויל נאר בעטן די אלע וואס פארשטייען בעסער ווי מיר, אריינגערעכנט די מה יפית'ניקער, סעלף העיטינג דזשוס וכו' וכו' זאלן מיר ביטע נישט באקלאפן פארן נישט מסכים זיין מיט יעדע ווארט וואס הרב מקובצת שרייבט, איך בין שוין ארויס פון אפיס פארן טאג, מארגן וועל איך זיין צירוק אי"ה און הערן וואס יעדער האט צוזאגן).
מיטוואך יולי 25, 2012 5:50 pm#28553
איך בין נישט מסכים מיט יעדעס ווארט פון שיטה'ס שיינעם ארטיקל, אבער איך קלער אז ער אליין האט באוואוסטזיניג איבערגעטריבן מיט געוויסע פרטים - ווייל דאס איז א רעטארישער ענטפער צו די העצערישע קאמענטארן קעגן דעם "עוכר ישראל" מעיאר בלומבערג.
מיטוואך יולי 25, 2012 6:01 pm#28558
קוק אהער, צי ס'דא אביסעל עקסטרעמיזם ביי געוויסע רבנים, קיינער זאגט נישט אז נישט, אבער פין דארט ביז א יושבי חושך ארטיקעל אין א לאנגער וועג, אין דער שמענדראק בלומבערג ווערט גאר דער צדיק דא, הא הא הא, כ'ווייס נישט אויב כ'דארף לאכען אדער וויינען, :cry: :lol: אבער בלומבערג איז א אנגעבלאזענער פאפאקטראטש :lol: (פרעג מיר נישט וואס עס מיינט), דאס קען דיר יעדער איינוואוינער פין די שטאט עדות זאגען נישט קיין חילוק צי ער איז א איד צי א גוי,

אויך איז ער קעגען גאנס, מילא איז ער א אויסגעדראשענע פערדען טרייבער, אין מ'קען זיין זיכער אז ער מיינט נישט די "טובה פין אידישע קינדער", ער האט מסתם פאליטישע צי אנדערע חשבונות,

אפשער מיטען טיילען טיקעט א גאנצען טאג אין א גאנצע נאכט מיינט ער אויך די "טובה" פין די אידישע קינדער ?!, ער מיינט קיינעם'סנישט טובה נאר זיין אייגענע, ער איז א אפגעריסענע מאסטערד שמירער, אין דא קומט מען עים נאך אויסלויבען, נאו וועי,

כ'ווייס נישט פינקלעך ווער ס'איז גערעכט ביי די מציצה בפה אישו, דאס איז זיכער אז מציצה בפה דארף מען מאכען אין מיט די פראבלעמען דארף מען זיך א עצה געבען דורעך תקנות פאר די מוהלים וויזוי זיך צי פיהרען, אבער דער בלומבערג איז א שוואנץ,

יעדער זאל קויפען גאנס אין מאכען מציצה בפה, אין נישט באצאלען די טיקעט'ס, אין בלומבערג זאל גיין קויפען די וואלען ערגעץ אנדרעש...

אין "שיטה" טייערער אין מיין אפיניען איז די "יושבי חושך" סטראטעגיע, נישט קיין גוטע וועג צי פיקסען פראבלעמען, אין די זעלבע זאך מיט באטוטלען בלומבערג אלץ גרויסע צדיק, ס'דא אנדערע וועגען, ודו"ק ותשכח

יעצט, כ'האב נישט אדורעך געטוהן די מציצה נושא, אין כ'ווייס נישט וואס דער בלומבערג וויל אבער טאמער איז ער קעגען מציצה דאן זאל מען מאכען מציצה יעדען טאג,
מציצה מיינט אויסצאפען די בלוט, נו ווילעך וויסען טאמער צאפען יענעם'ס בלוט מיט טייערע טיקעט'ס מעג מען יא ?! הא בלומבערג ? די מאכסט מציצה יעדען טאג טויזענטער מאל דורעך דיינע טיקעט מענטשען פרעסער, הא ? , נאר יענער טאר נישט, נאו וועי מיר פארלאנגען גלייכבארעטיגונג
מיטוואך יולי 25, 2012 6:05 pm#28561
געערטער פראפעסער!

ווי קומט הודו צו כוש?

ווייל ער איז אנטקעגן גאנ'ס, און דו ביסט יא דערפאר, ממילא איז ער א שוואנץ? וואס וואלט געווען ווען ער שטעלט זיך יא צו צו דיינע אגענדעס?

ביטע, כ'בעט דיך! מישט נישט צוזאמען קוגל מיט פיצא.
מיטוואך יולי 25, 2012 6:25 pm#28574
מיין ניק האב איך בכלל נישט געפענט צו שרייבן איבער דעם ענין, אבער כ'האב זייער מורא אז שיטה איז פון די יושבי חושך,

רב שיטה, איך ווייס נישט וויאזוי דו קענסט בטיטלען פרעה יר"ה מיט אזאנע מיסע טיטלען, דו ווייסט וויפיל גוטס ער האט געטון פאר די אידן? די יושבי חושך אידן האבן נישט געוואלט אנערקענען דאס וויכטיגקייט פון עקסערסייז האט מען זיי געמוזט צווינגן זיי צו האלטן געזונט! דו ווייסט אז פרעה האט זיך אוועקגעגעבן זיין אייגן לעבן ביים רויטן טייך צו ראטעווען די אידן פון די יושבי חושך משה ואהרן?! הלוא טוב לנו שוב מצרימה!

ביסט אויפן קאפ געפאלן? דו זינגסט נעבעך נאך די אלע היסטאריע פארדרייער מיט דיינע שענדליכע טיטלען אויף היטלער יר"ה, דו ווייסט ווי אידישקייט האט געהאלטן איידער דעם האלאקאוסט? היטלער האט געראטעוועט אידישקייט! ווער ווייסט וואו אידישקייט וואלט געהאלטן ווען נישט דעם קריג?! דו ווייסט וויפיל די דירות פרייזן זענען געפאלן אין אלע אידישע שטעט?! אלעס היטלער'ס קרעדיט! ער האט אונז אלע געראטעוועט און ס'האט אים סכלל נישט אינטערסירט ווי די פארנאטישע יושבי חושך שעלטן אים אין זייערע טעמפלען!

פון דיין תגובה זעהט אויס אז דו בוסט פון די ערשט-קלאסישע יושבי חושך, דו ביסט א סעמפל פון די וואס לאזן זיך פון די היסטאריע פארקויפער איבער די פארגאנגענהייט פון די וואס האבן זיך אוועקגעגעבן זייער אייגן לעבן אלעס פאר די טובה פון כלל ישראל!
מיטוואך יולי 25, 2012 6:27 pm#28575
שמעקעדיג האט געשריבן:ביטע, כ'בעט דיך! מישט נישט צוזאמען קוגל מיט פיצא.

ואס איז מייזעלס לאזט נישט?
מיטוואך יולי 25, 2012 6:29 pm#28576
איך אויך האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:ביטע, כ'בעט דיך! מישט נישט צוזאמען קוגל מיט פיצא.

ואס איז מייזעלס לאזט נישט?

א טיפיקל עקזעמפל פון "העי וויפיל קאסט א מעלאנע אין די זומער"?
מיטוואך יולי 25, 2012 6:31 pm#28577
נו וויפיל טאקע?
מיטוואך יולי 25, 2012 6:34 pm#28578
נאך נישט גענוג פארדרייט? ווילסט עס נאך מער פארדרייען?
אה יא פאר איך פארגעס. איך האב נישט ליב מעלאונע, איך וואלט נישט געצאלט קיין רויטן גרייצער דערפאר.
מיטוואך יולי 25, 2012 6:35 pm#28579
שמעקעדיג האט געשריבן:געערטער פראפעסער!
ווי קומט הודו צו כוש?

ס'דא וואס זאגען אז עס איז איינס לעבען צווייטען,

שמעקעדיג האט געשריבן:ווייל ער איז אנטקעגן גאנ'ס, און דו ביסט יא דערפאר, ממילא איז ער א שוואנץ?

ניין א שוואנץ איז ער, אין א ראי' האב איך אז ער איז קעגען גאנס :lol:

שמעקעדיג האט געשריבן:וואס וואלט געווען ווען ער שטעלט זיך יא צו צו דיינע אגענדעס?


וואלט ער שוין לאנג נישט געווען מעיאר :P , כ'וואלטעם נישט געלאזט טוישען די רעגולאציעס צי קען לויפען נאכאמאל,

שמעקעדיג האט געשריבן:ביטע, כ'בעט דיך! מישט נישט צוזאמען קוגל מיט פיצא.


פארוואס נישט? אין בויך מישט זיך עס עניוועי אויס, :lol:
מיטוואך יולי 25, 2012 7:23 pm#28592
גוטע ארטיקל אבער אין מיי אפיניען קומט עס אין א שמייכל. (אדער לויט אפאר אירע, אין א געוויין)
מיטוואך יולי 25, 2012 7:25 pm#28593
איך שטים צו, די הנהלה זאל עס פליז אריינפירן אין "שמייכל"
מיטוואך יולי 25, 2012 7:42 pm#28600
ב"ה לא אלמן ישראל ער האט אונז איבערגעלאזט דעם אוכל נבו"ט וואס מאכט זיכער אונז זאל מיר האלטן אויפן ריכטיגן דרך.
נאר אינטערסאנט ווען ער האט געדארפט אונזערע וואוטס האט געקענט באשטיין מפקיר אונזערע קינדער זעענדיג ווי זיי שטארבן אויס ווי דע פליגן, יעצט פלוצלינג האט אויפגעפלאמט זיין אידיש הארץ.
מיטוואך יולי 25, 2012 7:45 pm#28601
אולי אז מען פירט עס אריבער קיין שמייכל לאנד וועט מר טאמבל זיך נישט אזוי רעגן אויף מיר.
מיטוואך יולי 25, 2012 8:13 pm#28613
שמואל הלוי האט געשריבן:דיסלייק :דיסלייק:

אינעם שמייכל פארום וואלטיך עס געלייקט. סארי :?
מיטוואך יולי 25, 2012 9:36 pm#28656
שיטה, דו האסט גע'גנב'ט די א.ג. "יושבי חושך"'ס וואפן און עס געניצט קעגן זיי... שטעלטס ענק פאר וואס מ'וואלט געשריבן אויף בלומבערג'ן ווען ער געט ווען פראגראמען פאר די מוסדות אדער ער איז גאר דער וואס שלאגט אפ די א.ג. גזירה אויף [אונטערשרייבן א הסכמה צו מאכן] מציצה בפה. יעצט אז ער וויל אננעמען די העלט דעפארטמענטס רעקאמענדאציעס (וואס האבן עפעס א פארבארגענע קאנספיראציע אנטקעגן אידן החרדים לדבר ה' און ווילן אן קיין שום סייענטיפישע ראיות אסר'ן מצב"פ גענוי ווי די יוונים האבן ג'אסר'ט מילה) איז ער א "יודע את רבונו ומכוין למרוד בו", א "נבילה" וכו' וכו'.
הצד השוה אז אין ביידע פעלער זענען די טיטלן סתם אזוי אויסגעדראשן פון פינגער. בלומבערג איז נישט (אדער יא) א רשע און ער איז נישט (אדער יא) א צדיק. ער איז די מעיאר פון שטאט און ער דארף מאכן די החלטה צו מ'זאל יא אדורכפירן די רעגולאציעס צו נישט. קען זיין אז ער האט א פאליטישן חשבון. קען זיין אז ער האט א מארילישע חשבון. קען זיין אז ער האט א חשבון אז ער זאל אראפגיין אין די ביכער אלס א מענטש וואס האט געראטעוועט קינדער. קען זיין אז ער וויל זיך מאיזה סיבה שהוא נוקם זיין אין די עסקנים'לעך וואס האבן אים אויפגערעט בדרך כל שהוא. איי דאונט נאו. און ס'כאפט נישט קיין נפק"מ.
מיטוואך יולי 25, 2012 9:44 pm#28664
יידל האט געשריבן:וואס האבן עפעס א פארבארגענע קאנספיראציע אנטקעגן אידן החרדים לדבר ה'


העי יידל, כ'האב דיר געחאפט ביי די מעשה, די ביסט א קאנספיראציע טעאריסט !

וועלקאם טו דע קלאב, :mrgreen:
מיטוואך יולי 25, 2012 10:07 pm#28677
בשם א בארימטער מוהל וואלט איך געוואלט פרעגן צו איינער פון די שרייבער דא ווייסט פון כאטש איין פאל פון הערפיס דורך מציצה בפה אין די היימישע געגנטער
מיטוואך יולי 25, 2012 10:10 pm#28678
איך ווייס נישט,
מיטוואך יולי 25, 2012 10:39 pm#28695
שיטה מקובצת האט געשריבן: די מוהלים מאכן נישט קיין מציצה בפה פאר מענטשן וועלכע מל'ן זיך אויף דער עלטער.


איך גיי נישט מגיב זיין און די אשכול, איך וועל נאר אויסגראדען א פאקט פאר די אומוויסענדע און הלכת מילה,

מציצה איז א חלק פון פריעה, דארט ווי מען מאכט נישט קיין פריעה מאכט מען נישט קיין מציצה, ביי א גדול מאכט נישט קיין פריעה,
מיטוואך יולי 25, 2012 10:53 pm#28698
פריינדליך האט געשריבן:
שיטה מקובצת האט געשריבן: די מוהלים מאכן נישט קיין מציצה בפה פאר מענטשן וועלכע מל'ן זיך אויף דער עלטער.


איך גיי נישט מגיב זיין און די אשכול, איך וועל נאר אויסגראדען א פאקט די אומוויסענדע און הלכת מילה,

מציצה איז א חלק פון פריעה, דארט ווי מען מאכט נישט קיין פריעה מאכט מען נישט קיין מציצה, ביי א גדול מאכט נישט קיין פריעה,

מל ולא פרע כאילו לא מל - משנה שבת קלז ע"ב און אזוי ווערט גע'פסקנט און מחבר סימן רסד סעיף ד.
פון ווי נעמסטו אז ביי א גדול איז אנדערש? נישט די משנה, נישט די גמרא, און נישט דער מחבר מאכן די חילוק?
מיטוואך יולי 25, 2012 10:58 pm#28701
יידל האט געשריבן:
פריינדליך האט געשריבן:
שיטה מקובצת האט געשריבן: די מוהלים מאכן נישט קיין מציצה בפה פאר מענטשן וועלכע מל'ן זיך אויף דער עלטער.


איך גיי נישט מגיב זיין און די אשכול, איך וועל נאר אויסגראדען א פאקט די אומוויסענדע און הלכת מילה,

מציצה איז א חלק פון פריעה, דארט ווי מען מאכט נישט קיין פריעה מאכט מען נישט קיין מציצה, ביי א גדול מאכט נישט קיין פריעה,

מל ולא פרע כאילו לא מל - משנה שבת קלז ע"ב און אזוי ווערט גע'פסקנט און מחבר סימן רסד סעיף ד.
פון ווי נעמסטו אז ביי א גדול איז אנדערש? נישט די משנה, נישט די גמרא, און נישט דער מחבר מאכן די חילוק?


א גדול קען מען נישט פורע זיין, פארוואס מען קען נישט דארפסטע פרעגן א דאקטער אדער א מוהל וואס טוט דערין, עס איז א אנגענימענע מציאות און מען מאכט נישט קיין פריעה ביי א גדול, איך האב יארען צוריק מיטגעהאלטען עטליכע ברית'ן {ביי עלטערע אידן/בחורים} און רוסלאנד במילא האב איך מיר אויסגעלערנט די מציאות,
מיטוואך יולי 25, 2012 11:12 pm#28707
פריינדליך איז גערעכט מיט דעם אז ביי א גדול מאכט מען נישט קיין פריעה, הגם ס'א מחלוקת, אבער די סיבות אויף נישט זענען 1) שעור הפריעה כבר נתמעך מחמת תשמיש 2) שעור הפריעה דבוק לערלה, ובחיתוך הערלה נחתך גם עור הפריעה 3) שעור הפריעה בגדול הוא קשה, ואי אפשר לקורעו בציפורן, ע"כ חותכים אותו ע"י סכין.

אבער דאס אז מציצה איז א חלק פון פריעה ווייס איך נישט, קען זיין, איך מוז דאך נישט אלעס וויסען.
מיטוואך יולי 25, 2012 11:56 pm#28722
I haven't read all the answers here but let me tell you mr שיטה מקובצת I have no idea what you are up to. I'm not gonna go in about מציצה בפה because I have no idea what so ever if it in fact hurts or not.

But you totally wrong.
1) blumberg is not here to save life's take this bs out of your messed up brain. Sorry for the language but you are making me so angry when you take someone I hate more then anyone in the world and you make him look like a hero.

2) what the hell are you talking about. You say he sends out the police to give tickets for wild drivers!! Are you that stupid? The police I know give tickets for " parked cars" that park legally. If he really wants our best interest in mine that get rid of two times a week street cleaning!!!!! Lower the tickets for meter parking!! I mean come on you honestly think he has our best interest at hart??

3) there are tones of things he can do with his money and power to save lives but he doesn't care you know what bring me a couple of story's where he worked to save a live! Because those askunim you talk of them like garbage have helped many from their deepest trouble should it be money doctors or anything. When you have a real problem you call them not the major life sever mr blumberg.

So please cut the crap and don't get me wrong I have no side on מציצה בפה its just the personality of that hated blumberg that took me out of the dishes.
דאנערשטאג יולי 26, 2012 10:05 am#28776
לכ' מר שוטה מכובצת
איך וויס נישט צו איך גיי האבן צייט צו א לאנגע תגובה אבער איין זאך וויל איך יא זאגן איך ווייס נישט וועגן הרי חושך יושבי חושך וכל הכינויים וואס די זאגסט איין זאך ווייס איך
דאס די ביסט א גרויסע ע"ה און א פ"ץ
ווייל דער חת"ס שרייבט אזס פאר מציצה בפה דארף מען האבן מסירות נפש, און גלייב מיר בימי החת"ס וואלסטו געשריגן אויף אים יושבי חושך בקול גדול
און ביי דעי וועי מציצה איז א חלק פון די פריעה לכל הדיעות כמבואר בגמ' די מחלוקת איז צו עס דארף זיין בפה אדער עס איז כשר בכלי
קוק אריין אין שדי חמד די גאנצע נושא און נאכדעם הייב אן נאכאמאל דיין שונד-פול שאנד -פול ארטיקל
וזה לשון החת"ס אויף בעצם די ריזיקע פון מצות מילה: מצות מילה בודאי הוא סכנה גדולה לולד ואי לאו זכות המצוה בודאי הי' מתין מח מת זה "
ביטע ווייז דאס נאר נישט פאר דיין הויעכבאשפריצטען בלומבערג ווייל ער וועט נאך אפראטעווען נאך מער יודישע קינדער פון די "יושבי חושך"
במאמר המוסגר פארשטיי איך פארוואס די ביסט ביזי מיט " יושבי חושך" ווייל דאס איז וואס די כפרה זעהט אינעם בני אדם און די האסט געשריבן ווי א האן אין בני אדם,
פארשטייסט ??? :shock:
דאנערשטאג יולי 26, 2012 11:31 am#28800
דער זעלבער רשע וואס אינפארסירט בילדינג געזעצן פאר אונזער זיכערהייט, און דער זעלבער אפיקורס וואס שיקן זיינע אנטיסעמיטישע פאליציאנטען צו טיילן טיקעטס פאר די וואס פארן אויף א סכנה'דיגן אופ


Although you are right on some of the issues you raised i cannot let you get away with these quotes:

His enforcement of building department rules has nothing to do with security for examples
• Copper pipes are not more secure than PEX
• He is not focusing on driving violations he is focusing on parking tickets and raising the fines
• He has raised all building department fines and no longer settles
• He has raised HPD fines

He is looking for $$$$$$$$$$$$$$$
דאנערשטאג יולי 26, 2012 11:47 am#28810
What’s motivating Bloomberg? Does he care so much about our children? Is the risk factor so high that a mayor of NYC should get involved? Last I heard it was one in 5000 less then the chance of getting hit by a car. I don’t think he would make a similar argument for a dangerous sport etc.

I thinks his issue is that there are Jewish people that are so naïve and he just can’t take it.
דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:01 pm#28828
פריינדליך איז גערעכט אז פריעה מאכט מען נישט אויף ערוואקסענע. אבער דאס אז מציצה האט מיט פריעה איז לכאורה א טעות. אט איז וואס מוהל מומחה הרב אברהם הכהן כהן שרייבט לגבי מציצה ביי ערוואקסענע (ברית אברהם הכהן, קע"א):

Bris Avraham Hakohen.jpg
Bris Avraham Hakohen.jpg (125.5 KiB) געזען געווארן 1789 מאל


ואם כן הדרא קושיא לדוכתא, פארוואס ביי אן ערוואקסענער דארף מען זיך נישט מוסר נפש זיין אויף מציצה בפה?
דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:16 pm#28838
יידל האט געשריבן:פריינדליך איז גערעכט אז פריעה מאכט מען נישט אויף ערוואקסענע. אבער דאס אז מציצה האט מיט פריעה איז לכאורה א טעות. אט איז וואס מוהל מומחה הרב אברהם הכהן כהן שרייבט לגבי מציצה ביי ערוואקסענע (ברית אברהם הכהן, קע"א):

Bris Avraham Hakohen.jpg


ואם כן הדרא קושיא לדוכתא, פארוואס ביי אן ערוואקסענער דארף מען זיך נישט מוסר נפש זיין אויף מציצה בפה?


איך גיי די פרעגן א שאלה, וופיל ברית'ן אויף עלטערע האט שוין אברהם כהן געמאכט? איך ווייס אז אויף קינדער זאגט ער אז מאכט זייער אסאך ברית'ן, אויף עלטערע אויך?

פארוואס פרעג איך אייך דאס? ווייל איך בין געווען מיט א גאר גרוסער מוהל וואס האט געמאכט און רוסלאנד הינדערטער ברית'ן {א פאר יאר צוריק פלעגט מען מאכען וועכענטליך צענדליגער ברית'ן דארט} און דער מוהל האט מיר מסביר געווען און געוויזען אז מציצה מאכט מען נישט אויף קיין עלטערע,

עס איז דא היינט די צוויי הויפט מוהלים אויף עלטערע מענטשן הרב וויינבערגער און הרב ווייס,לכאורה דארפן זיי וויסען די בעסטע, איך וועל פראבירען צי מאכען א פאון קאול צי איינעם פון זיי און פרעגן ווי אזוי זיי פירען זיך,
דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:18 pm#28840
א דאנק יידל פאר'ן באשטעטיגן וואס איך האב געשריבן. ס'איז איראניש אז דער זעלבער ר' אברהם כהן איז געוועהן יעצט ביי מעיאר בלומבערג שתד'לען קעגן די צעטעלעך וואס מ'וועט בע"ה דארפן אונטערשרייבן פאר'ן מאכן מציצה בפה.

טייל עולם האט נישט פארשטאנען מיין כוונה. דאס איז נישט קיין ארטיקעל וואס באלאנגט אין "שמייכל" - ס'איז זייער ערענסט. איך בעט און איך בין מתפלל צום אויבערשטן אז דער נייער געזעץ פון מעיאר בלומבערג זאל דורכגיין, און כאטש דאס איז נאך ווייט פון א ישועה, ווייל נאכ'ן אונטערשרייבן די צעטלעך וועט מען נאך מעגן מאכן סכנה'דיגע ברית'ן דורך הערפיס-אנגעשטעקטע מציצה-בפה'ניקעס, וועט דאס אבער האפענטליך זיין די אנפאנג פון די ענדע פון די מסוכן'דיגע פראצעדור, ווייל מער מענטשן וועלן ווערן באקאנט מיט די שעדליכע נאכפאלגן וועלכע קענען זיין אדאנק מציצה בפה אן א כלי.

איך פארשטיי אז מייקעל בלומבערג איז נישט דער גרעסטער צדיק, איך האב שוין באקומען געניג טיקעט'ס פון זיינע זשאנדארן... עס איז אויך מעגליך אז אין דעם פאל האט ער פאליטישע חשבונות, אבער איך זעה נישט קיין שום פאליטיק וואס ער זאל קענען אינזין האבן דא, און פארוואס זאך איך אים נישט געבן דעם פולסטן קרעדיט ווען ער טוט א זאך וואס וועט אי"ה אפראטעווען אידישע קינדערלעך פון טויט?! איז עס טאקע מאראל וואס טרייבט אים? איך ווייס נישט. אבער עס קומט אים די פולסטע קרעדיט, און אלע ברכות וואס מ'ווינטשט פאר א מענטש וואס העלפט ארויס די אידישע קאמיוניטי.
דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:20 pm#28841
פריינדליך האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:פריינדליך איז גערעכט אז פריעה מאכט מען נישט אויף ערוואקסענע. אבער דאס אז מציצה האט מיט פריעה איז לכאורה א טעות. אט איז וואס מוהל מומחה הרב אברהם הכהן כהן שרייבט לגבי מציצה ביי ערוואקסענע (ברית אברהם הכהן, קע"א):

Bris Avraham Hakohen.jpg


ואם כן הדרא קושיא לדוכתא, פארוואס ביי אן ערוואקסענער דארף מען זיך נישט מוסר נפש זיין אויף מציצה בפה?


איך גיי די פרעגן א שאלה, וופיל ברית'ן אויף עלטערע האט שוין אברהם כהן געמאכט? איך ווייס אז אויף קינדער זאגט ער אז מאכט זייער אסאך ברית'ן, אויף עלטערע אויך?

פארוואס פרעג איך אייך דאס? ווייל איך בין געווען מיט א גאר גרוסער מוהל וואס האט געמאכט און רוסלאנד הינדערטער ברית'ן {א פאר יאר צוריק פלעגט מען מאכען וועכענטליך צענדליגער ברית'ן דארט} און דער מוהל האט מיר מסביר געווען און געוויזען אז מציצה מאכט מען נישט אויף קיין עלטערע,

עס איז דא היינט די צוויי הויפט מוהלים אויף עלטערע מענטשן הרב וויינבערגער און הרב ווייס,לכאורה דארפן זיי וויסען די בעסטע, איך וועל פראבירען צי מאכען א פאון קאול צי איינעם פון זיי און פרעגן ווי אזוי זיי פירען זיך,

הרב כהן שרייבט אינעם אויבן דערמאנטע ספר אז ער האט שוין געמאכט טויזענטע בריתים אויף ערוואקסענע אין שפיטעלער אין ניו יארק, טאקע אויף רוסישע אימיגראנטען.
דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:21 pm#28844
שיטה מקובצת האט געשריבן:טייל עולם האט נישט פארשטאנען מיין כוונה


יעדער האט פארשטאנען דיין כוונה, וועגן דעם האט דיר כמעט קיינער נישט גענפערט אדער געשריבען פארקערט, חוץ די געציילטע וואס האבן נישט קיין עקספיריענס מיט אזעלכע וואס האבן די סארט כוונת,
דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:27 pm#28846
שיטה מקובצת האט געשריבן:א דאנק יידל פאר'ן באשטעטיגן וואס איך האב געשריבן. ס'איז איראניש אז דער זעלבער ר' אברהם כהן איז געוועהן יעצט ביי מעיאר בלומבערג שתד'לען קעגן די צעטעלעך וואס מ'וועט בע"ה דארפן אונטערשרייבן פאר'ן מאכן מציצה בפה.

טייל עולם האט נישט פארשטאנען מיין כוונה. דאס איז נישט קיין ארטיקעל וואס באלאנגט אין "שמייכל" - ס'איז זייער ערענסט. איך בעט און איך בין מתפלל צום אויבערשטן אז דער נייער געזעץ פון מעיאר בלומבערג זאל דורכגיין, און כאטש דאס איז נאך ווייט פון א ישועה, ווייל נאכ'ן אונטערשרייבן די צעטלעך וועט מען נאך מעגן מאכן סכנה'דיגע ברית'ן דורך הערפיס-אנגעשטעקטע מציצה-בפה'ניקעס, וועט דאס אבער האפענטליך זיין די אנפאנג פון די ענדע פון די מסוכן'דיגע פראצעדור, ווייל מער מענטשן וועלן ווערן באקאנט מיט די שעדליכע נאכפאלגן וועלכע קענען זיין אדאנק מציצה בפה אן א כלי.

איך פארשטיי אז מייקעל בלומבערג איז נישט דער גרעסטער צדיק, איך האב שוין באקומען געניג טיקעט'ס פון זיינע זשאנדארן... עס איז אויך מעגליך אז אין דעם פאל האט ער פאליטישע חשבונות, אבער איך זעה נישט קיין שום פאליטיק וואס ער זאל קענען אינזין האבן דא, און פארוואס זאך איך אים נישט געבן דעם פולסטן קרעדיט ווען ער טוט א זאך וואס וועט אי"ה אפראטעווען אידישע קינדערלעך פון טויט?! איז עס טאקע מאראל וואס טרייבט אים? איך ווייס נישט. אבער עס קומט אים די פולסטע קרעדיט, און אלע ברכות וואס מ'ווינטשט פאר א מענטש וואס העלפט ארויס די אידישע קאמיוניטי.


וואס עס טרייבט אים זענען די אידן פון מאדערן ארטאדאקסיע קרייז און ווייטער, זיי האבן אן אגענדע און זיי דרוקן אויף אים עס דורכצופירן. איך ווייס עס קלאר פון עמיצען וואס איז אינוואלווד.

און איך וועל ווידערהוילן מיין שאלה וואס איך האב שוין פריער געפרעגט: זאל עמיצער דא מיך זאגן פון ״איין״ הערפיס פאל וואס ער ווייסט ביים היימישן עולם וואס האט פאסירט אדאנק מציצה בפה, נישט וואס ער האט ״געהערט״ נאר וואס ער ווייסט. דעמאלטס קענסטו ווייטער גיין מיט דיינע באשולדינגן. ביז דערווייל האסטו נישט אויף וואס זיך אנצולייגן
דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:28 pm#28848
טעלעפאן, זאג מיר איין היימישער מוהל וואס איז מסכים זיך צו לאזן טעסטן כדי מען זאל קענען אויספירן א נארמאלע שטודיע, נאכדעם וועלן מיר ווייטער רעדן.
דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:33 pm#28853
טעלעפאן האט געשריבן:און איך וועל ווידערהוילן מיין שאלה וואס איך האב שוין פריער געפרעגט: זאל עמיצער דא מיך זאגן פון ״איין״ הערפיס פאל וואס ער ווייסט ביים היימישן עולם וואס האט פאסירט אדאנק מציצה בפה, נישט וואס ער האט ״געהערט״ נאר וואס ער ווייסט. דעמאלטס קענסטו ווייטער גיין מיט דיינע באשולדינגן. ביז דערווייל האסטו נישט אויף וואס זיך אנצולייגן

ניין, איך קען נישט אזעלעכע פעלער פערזענדליך אבער איך גלייב די דאקטוירים. איך קען אויך נישט פערזענדליך קיינער וואס איז געשטארבן פון רייכערן, אבער איך גלייב די דאקטוירים.
דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:35 pm#28856
ס'איז א פאקט אז צענדליגע קינדער אין אמעריקא און אין ניו יארק ליידן פארשידענע קרענק אין רעזולטאט פון נעמען וואקסינען, און טייל פון די קראנקע האבן אפילו איבערגעלאזט דעם עולם השפל, און זיי ווייסן עס זייער גוט, אבער דאך האלטן זיי גאר שטארק און מוטיגן ווייטער דעם עולם צו נעמען די וואקסינען, ווייל הגם מ'קען ווערן אנשטעקיג דורך נעמען די וואקסינען, איז עס אבער א פיל גרעסערע סכנה ווען מ'נעמט עס נישט (פראפעסאר שפירא ביטע שריי נישט אריין).

יעצט לענינינו, אפילו אויב מיר זאלן אנננעמען אז מציצה בפה האט יא אנגעשטעקט עטליכע קינדער ר"ל איז עס אבער ממש א מיעוטא דמיעוטא, און דאס איז יעדער מודה, אלזא פארוואס זאל מען אסר'ן מציצה בפה וועגן א מיעוטא דמיעוטא בעת ווען דורך וואקסינען גייט זיי נישט אן דאס ביסל קינדער וואס ווערן אנשטעקיג? און כל שכן וכל שכן אז דערווייל איז נאכנישט אפירגעקומען אפילו איין איינציגע פאל ווי מען האט קלאר אנגעוויזן אויף הונדערט פראצענט אז מ'איז געווארן אנשטעקיג דורכ'ן מוהל.
דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:36 pm#28857
שמואל הלוי האט געשריבן:ס'איז א פאקט אז צענדליגע קינדער אין אמעריקא און אין ניו יארק ליידן פארשידענע קרענק אין רעזולטאט פון נעמען וואקסינען, און טייל פון די קראנקע האבן אפילו איבערגעלאזט דעם עולם השפל, און זיי ווייסן עס זייער גוט, אבער דאך האלטן זיי גאר שטארק און מוטיגן ווייטער דעם עולם צו נעמען די וואקסינען, ווייל הגם מ'קען ווערן אנשטעקיג דורך נעמען די וואקסינען, איז עס אבער א פיל גרעסערע סכנה ווען מ'נעמט עס נישט (פראפעסאר שפירא ביטע שריי נישט אריין).

יעצט לענינינו, אפילו אויב מיר זאלן אנננעמען אז מציצה בפה האט יא אנגעשטעקט עטליכע קינדער ר"ל איז עס אבער ממש א מיעוטא דמיעוטא, און דאס איז יעדער מודה, אלזא פארוואס זאל מען אסר'ן מציצה בפה וועגן א מיעוטא דמיעוטא בעת ווען דורך וואקסינען גייט זיי נישט אן דאס ביסל קינדער וואס ווערן אנשטעקיג? און כל שכן וכל שכן אז דערווייל איז נאכנישט אפירגעקומען אפילו איין איינציגע פאל ווי מען האט קלאר אנגעוויזן אויף הונדערט פראצענט אז מ'איז געווארן אנשטעקיג דורכ'ן מוהל.

ווייל וואקסינען ראטעוועט פון קרענק. ווען ס'איז נאר א רעליעגעזע פראקטיק, וואלט מען עס טאקע פארבאטן.
דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:36 pm#28858
מציצה בפה איז אויך לרפואה
דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:40 pm#28862
שמואל הלוי האט געשריבן:מציצה בפה איז אויך לרפואה

פרוביר עס אויפצוווייזן מעדעציניש.
עס איז א גרויסע מחלוקת הדאקטוירים צו בכלל און וויפיל עס איז לרפואה. אבער אפילו אויב ס'איז לרפואה, פארגעס נישט אז וואקסינען האט אפגעשטעלט מגיפות. די שטאט רעכנט שכר וואקסין נגד הפסידה. ביי מילה איז נישטא מעדעציניש אזא גרויסע בענעפיט אז זיי זאלן זיך ערלויבן אריינשטעלן א מיעוטא דמיעוטא אין א סכנה.
דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:42 pm#28863
די תורה הקדושה איז כי הם חיינו ואורך ימינו, און איך גלייב באמונה שלימה וואס די הייליגע גמרא זאגט אז ס'איז לרפואה, און איך דארף נישט קיין שום הוכחות פון קיין דאקטורים.
דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:45 pm#28866
שמואל הלוי האט געשריבן:די תורה הקדושה איז כי הם חיינו ואורך ימינו, און איך גלייב באמונה שלימה וואס די הייליגע גמרא זאגט אז ס'איז לרפואה, און איך דארף נישט קיין שום הוכחות פון קיין דאקטורים.

א. די גמרא זאגט נישט אז מילה איז לרפואה. די גמרא זאגט אז מציצה איז לרפואה, און על זה גופא איז מען דאך דן וואס מיינט מציצה, צו בפה בלי הפסק כלי צו בהפסק כלי איז אויך לרפואה.
אבער חוץ מזה, דו גלייבסט טאקע ואשרי חלקיך, נאר א שאד אז נישט דו ביסט מעיאר אדער קאמישענאר אף העלט. פארשטייסט? די שטאט דארף זיין קאנווינסד, נישט דו.
דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:47 pm#28868
שמואל הלוי האט געשריבן:מציצה בפה איז אויך לרפואה

דארף דעמאלטס זיין זייער גרינג צו קאנווינצן די שטאט. נעם טויזענט קינדער וואס מ׳מאכט פאר זיי מציצה בפה אן א כלי און פארגלייך זיי צו טויזענט קינדער וואס מ׳מאכט מציצה בפה מיט א כלי, און מ׳וועט אוודאי זעהן אז די ערשטע גרופע איז פיל געזונטער.
אזא שטודיע איז גרינגער דורכצופירן ווי די אלע מערכות.
דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:49 pm#28870
ס'איז א חרפה און א בושה... פארן קריג האט מען זיך געדארפט שלאגן מיט די פרייע און די משכילים וואס זיי האבן געוואלט איינפירן מציצה בכלי, און ס'איז נישט געווען בנמצא אפילו איין איינציגער חסידישער איד וואס זאל האלטן אנדערש, און היינט האט מען זיך דערלעבט ווי דא אין קאווע שטיבל דרייען זיך חסידישע אידן מיט די זעלבע געדאנקן גאנג ווי די פארצייטישע פרייע און משכילים. אוי לדור שכך עלתה בימינו!
דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:54 pm#28873
אויב איינער פון די כולל יונגערלייט קענען דא צוברענגען שו"ת שבט הלוי חלק ח סימן ריד, ער רעדט דארט וועגען מציצה בגדול, און לויט ווי איינער ברענגט נאך זאגט ער אז מחמת חשש אינפעקציע פארן מוהל מאכט מען נישט קיין מב"פ.
דאנערשטאג יולי 26, 2012 1:01 pm#28875
שמואל הלוי האט געשריבן:ס'איז א חרפה און א בושה... פארן קריג האט מען זיך געדארפט שלאגן מיט די פרייע און די משכילים וואס זיי האבן געוואלט איינפירן מציצה בכלי, און ס'איז נישט געווען בנמצא אפילו איין איינציגער חסידישער איד וואס זאל האלטן אנדערש, און היינט האט מען זיך דערלעבט ווי דא אין קאווע שטיבל דרייען זיך חסידישע אידן מיט די זעלבע געדאנקן גאנג ווי די פארצייטישע פרייע און משכילים. אוי לדור שכך עלתה בימינו!

בככל נישט קיין פארגלייך. זיי האבן געוואלט איינפירן מציצה בכלי (ספוג). דא רעדט מען וועגן מציצה בפה בהפסק כלי.
ועוד, נישט אלעס וואס די פארצייטישע פרייע און משכילים האבן געזאגט און געטוען טארן מיר נישט זאגן און טוען. צו ווייסטו אז די היינטיגע חדר סיסטעם איז עפעס וואס די פארצייטישע פרייע און משכלילם האבן געוואלט איינפירן און מען האט זיך געדארפט שלאגן מיט זיי? אוי לדור שכך עלתה בימינו אז היינט ניצן די היימישסטע חדרים, גענוי אט די סיסטעם וואס די משכילים האבן געוואלט איינפירן!