Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
איינער קען מסביר זיין וואס זיין פראבלעם איז?
ער זאגט דאך אליין אז ווען ר'שלמה קארלינער וואלט געשאסן געווארן נעמט עס גארנישט אראפ פונעם צדיק?!
ער מיינט טאקע אז איינער מיט צוטריט צום אינטערנעט גייט יעצט ווערן שוואכער אין אמונה ווייל ר' דוד'ל האט מען אויסגעריסן די בארד?
כ'האף קיינער פארציילט נישט פאר די אינטערנעט אידן אז עס איז געווען א האלאקאוסט נישט לאנג צוריק, אזוי אויך ת"ח ות"ט וכהנה....
נאכמער, אפי' נאך וואס אחר איז אפגעפארן פון וועג ווייל ער האט געזען לשונו של חוצפית המטורגמן מוטלת באשפה, האלט זיך נישט די גמרא און שפעטערדיגע מפרשים צוריק פון באשרייבן אזוינע זאכן ווי די עשרה הרוגי מלכות! און כ'מיין קיינער האט טאקע נישט אפגעפארן צוליב דעם זינט דאן...
כאילו מ'האט קיינמאל דערציילט אדער באשריבן מעשיות פון צדיקים און חסידישע רבי'ס וואס האבן געליטן א שטייגער ווי די בעל התניא, אדער וואס האבן פארלוירן די בארד א שטייגער ווי די בעלזא רב ביים מלחמה (און נישט גויים האבן עס אפגעשניטן). וואס קוועטשט עם?