מיין אנאליז אויף י״ב שבט תשע״ט:
די טעראר וואס דער הייליגער האט אנגעזייט צווישן זיינע אנ״ש האט זיך שוין אנגעהויבן מיט וואכן פריער, פון א שיינע מעמד, ביז א טעראר פארן נישט קומען, איז געגאנגען שנעלער ווי געראכטן.
״קודם האט ער מרמז געווען ער וואלט געוואלט מאכן א ספעציעלע 'פייערונג' דאס יאר י״ב שבט און ער 'קען באשטיין' מ'זאל קומען פון חוץ לארץ.
צוביסלעך, ווען ער האט געזען קיינער קומט נישט, האט מען אנגעהויבן שיקן שליחים משכנע זיין דער עולם פון אמעריקע צו קומען, זיין הייליגע משמש יוקל ווייס איז געקומען פערזענליך קיין אמעריקע צו רופן, נאכער האט ער אנגעהויבן אליין צו רופן מענטשן, און אויך סטראשן ער האקט אפ קשר מיט ווער ס'קומט נישט״
און וואס איז געווען די מעמד??
קודם איז געווען א רעגולער מלוה מלכה, מיט עסן, ניגונים, און דרשות, כחצות הלילה איז דער הייליגער אנגעקומען און אנגעהויבן פירן די ראש השנה טיש, די הויעכפונקט פונעם מעמד, איז געווען די דרשה וואס האט גענומען איבער 3 שעה!!
קודם כל, כלל זה נקוט בידך, אויב איינער דארף זיך מסביר זיין אין דריי שעה, איז עפעס נישט אין ארדענונג, אדער מיט די דרשן, אדער מיט די שומעים, (אדער ביידע) יעצט לגופו של ענין:
אנגעהויבן האט ער כדרכו מיט די היסטאריע פון וויזניץ, דאס טוט ער אלעמאל פאר צוויי סיבות, האחד: האט ער ליב צו ווייזן זיין ידענות, ער ווארפט כסדר אריין געוויסע זאכן וואס ״נאר ער ווייסט״ (הגם ער מישט אמאל, און איז זיך טועה מער ווי אמאל) והשנית: ער וויל דאך ווייזן אז ער איז ממשיך, און מען מיז אים פאלגן, ממילא אויב ער ציט די גאלדענע קייט, דאן ליגט דאך א פליכט אים צו דינען בלינדערהייט.
זיין טעות מיט דעם איז פשוט, זיין ברודער דארף נישט דערציילן קיין היסטאריע, ווייל ער איז חלק פון די היסטאריע, טויזנטער מענטשן קוקן אים אן אלץ דער ממשיך שושלת בית וויזניץ, און ער קימערט זיך בכלל נישט אויב מען איז אים געטריי אדער נישט, ער טוט זיין ארבעט מיט הצלחה און סייעתא דשמיא.
ווייטער זאגט דער הייליגער:
ווען ער קומט אן צו זיין טאטע, הייבט ער אן צו רעדן וועגן זיין שיטה, א זאך וואס מען האט קיינמאל נישט געהערט פון זיין טאטע, און אפילו פון אים האט מען עס נאר געהערט הערשט לעצטע יאר, וואס כו״ע מודה אז בגשמיות איז ער נישט געווען אזוי איי איי איי, אבער ער קריכט שוין אביסל אראפ פונעם לייטער, ער דערמאנט שוין ווייניגער די מיאוסע ווארט ״שוואנץ״ און רעדט שוין לייכטער, די עלטערע איז ער בכלל נישט מחייב, די מיטעלע סה״כ זיי זאלן נישט לאכן, און איז נאר מחייב די יונגווארג, ביז די דרייסיג כלה״ק.
יעצט הייבט ער אן מיט די אמת׳ע טעראר, ער באציט זיך צו די 40-45 יעריגע וואס האבן קינדער אין די מוסדות, און אויף א ליבליכן וועג איז ער זיי מסביר: אז אויב זיי וועלן ח״ו אפלאכן פון די שיטה, וועלן די קינדער לאכן פון זיי, די קינדער וועלן ווערן מחוצפים, און אפילו אויב זיי וועלן שיקן צו אנדערע פלעצער, וועלן די קינדער נישט זיין געראטן וכו׳
ער זאגט אין אנדערע ווערטער:
דו ביזט עלטער און קלוגער, אבער דיינע קינדער זענען נאך יונג און נאריש, איך דארף דיך נישט, איך דארף זיי!! און דו האסט נישט קיין ברירה, דו מיזט זיי געבן, אויב גיבסטו זיי וועל איך דיר פארגיטיגן, אויב אבער נעמסטו זיי מיט דיך, וועלן זיי ממילא לאכן פון דיך, און צום סוף וועסטו זיי ממילא פארלירן.
לסיכום:
מען האט געצווינגן מענטשן, צו קומען הערן זייער פלי-בארגען, גיב מיר דיינע קינדער וועל איך דיר אפלאזן.