Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » קאווע שטיבל • ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

קאווע שטיבל • ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
537 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 695 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12377
דינסטאג יוני 12, 2018 7:25 pm#405843
ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
דער רבי פון ויז'ניץ מרכז איז אהערגעקומען קיין אמעריקע, אפיציעל האט עס געהייסן אז ער קומט לצרכי רפואה, אבער זיינע חסידים ווייסן צו זאגן אז דאס איז נישט די אמת'ע סיבה פון זיין אהערקומען. ער זעלבסט האט געזאגט נאך אין ארץ-ישראל, אז עס איז קיינעמס נישט געשעפט פארוואס ער קומט קיין אמעריקע. יעדן טאג דאוונט ער שחרית אין אן אנדערן ויז'ניצער בית-המדרש און זאגט דארט א דרשה.

נעכטן איז ער געווען אין בארא-פארק, און לויט די שמועות האט ער איבערגע'חזר'ט די דרשות וואס ער האט גערעדט אין ארץ-ישראל. ער האט ארויסגעוויזן אומצופרידנהייט פארוואס מען פרעגט אלעס זיין זוהן ר' חיים מאיר און פארוואס מען פרעגט נישט אים. ער האט צוגעלייגט אז ביי די יארצייט פון ר' ישעיה'לע קרעסטירער איז געווען א לחיים אין זיין בית-המדרש, ער האט ערווארטעט אז ר' חיים מאיר וועט נעמען דער געזעץ אין די הענט אריין און אראפשלעפן דעם טישטיך, אבער ער האט צער דערפון אז ער האט עס נישט געטאן.

ער האט געזאגט דארט פארשידענע אנדערע מאדנע זאכן. צווישן אנדערע אז מען טאר נישט אריינגיין צו די נייע ויז'ניצע רבי'ס, בני דודו ממאנסי (פעטער מאטל) זצ"ל. ער האט אויך געמאכט א נייער ניגון וואס ער האט דארט אויסגעלערנט, ס'גייט בערך אזוי... שיטה הקדושה, ישועות משה, מיר זענען בהמות וכו'...

ער האט געזאגט דארט נאך אנדערע זאכן, אבער איך האב נישט קאמפערמט וואס איז יא אמת און וואס נישט. איך בין זיכער אז ס'איז דא דא פון זיינע חסידים, זאל מען עס קומען מאשר זיין, לייקענען, צולייגן, אראפנעמען וכו' וכו' וכו'.
דינסטאג יוני 12, 2018 10:03 pm#405853
דא האט איר די דרשה, מלא פקחות וחן.

m https://drive.google.com/file/d/11psLmD ... nbRLb/view m

מינוט נומער 14, רעדט ער אז מען זאל אים נישט אויפכאפן און ס'זאל נישט זיין קיין יאכנישע חסידות, מיט נאך פילע שטותים...
מינוט נומער 17, נעמט ער ארויס א ציגערעטל און זאגט אז ס'איז א ציגערעטל טיש, און דער עולם זאל שווייגן...
הערט צו מינוט נומער 35. צוקער זיס... ער מאכט א שיטה הקדושה.
דינסטאג יוני 12, 2018 11:05 pm#405859
חקרן האט געשריבן:דא האט איר די דרשה, מלא פקחות וחן.

https://drive.google.com/file/d/11psLmD ... nbRLb/view

מינוט נומער 14, רעדט ער אז מען זאל אים נישט אויפכאפן און ס'זאל נישט זיין קיין יאכנישע חסידות, מיט נאך פילע שטותים...
מינוט נומער 17, נעמט ער ארויס א ציגערעטל און זאגט אז ס'איז א ציגערעטל טיש, און דער עולם זאל שווייגן...
הערט צו מינוט נומער 35. צוקער זיס... ער מאכט א שיטה הקדושה.


שיטת הבאטשי !!
א פרייליכען פורים
מיטוואך יוני 13, 2018 12:19 am#405864
און זיי פאלגן ווי קעלבלעך...
מיטוואך יוני 13, 2018 1:01 am#405866
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
חקרן האט געשריבן:דא האט איר די דרשה, מלא פקחות וחן.

https://drive.google.com/file/d/11psLmD ... nbRLb/view

מינוט נומער 14, רעדט ער אז מען זאל אים נישט אויפכאפן און ס'זאל נישט זיין קיין יאכנישע חסידות, מיט נאך פילע שטותים...
מינוט נומער 17, נעמט ער ארויס א ציגערעטל און זאגט אז ס'איז א ציגערעטל טיש, און דער עולם זאל שווייגן...
הערט צו מינוט נומער 35. צוקער זיס... ער מאכט א שיטה הקדושה.
ארבעט נישט ביי מיר
מיטוואך יוני 13, 2018 6:27 am#405873
דרשת השוטה הקדוש מנחם מענדל בן לאה אסתר לרפוא"ש
האב'עך געהערט די דרשה פון דער רומיינער מהחל ועד כלה בנשימה אחת.
וואס זאל איך אייך זאגען?
עס איז מעכטיג, ריזיג. רונט צוקער און שמאלץ פון אלע זייטען.
ס'איז פאון.
דער רבי איז געזונט משוגע אויפן גאנצען שייכעל וואס זיין מצומצמ'דיגער מוח האט קיינמאל פארמאגט.
ער פלוידערט שטויות, וואס אפילו די שטויות משה האט זיך נישט געוואגט צו רעדען.

אלעס וואס אלע רעבעלעך זיצט אויפ'ן לונג, איז דא אויפן צונג.

א חבר מיינע א מנדליסט זאגט מיר אז דער עולם איז צאבראכען און צעשמעטערט כחרס הנשבר, אובדי עצות.
האבן נישט צו וועם צו גיין.
זייער רבי'ס ברודער איז מחליף פרה בחמור.
זיינע קאזענס זענען טרוריסטען, און חכמים להרע. געקנעט פון זעלבען טייג. רומענער פערד.
חרב עליהם עולמם.
מיטוואך יוני 13, 2018 9:32 am#405874
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער...........

די חסידים זענען עפעס הויך געבילדעטע דייטשער העררען? ט׳זענען זיי משכילים און למדנים פון ליטא? זייער זיידעס האבען געפירט א מלכות אין זייער ברייטען גיט אין רוסלאנד? זיי האבען פארשארפט זייער קעפ אין א גאליציאנער קלויז? אדער אפשר זענען זיי כהנים פון די דזשערבא אינזעל וואס זענען נאר משדך מיט כהנים און לערנען דער ׳עיון הטוניסאי׳?

זיי זענען דאך אויך רומעינער, פארוואס זאלען זיי באלאנגען צו ערגעץ, אדער באקומען עפעס, אנדערש?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך יוני 13, 2018 10:14 am#405878
ס'לאזט זיך נישט גלייבן אז די שרייבערס אין די דעם אשכול זענען מזרע אברהם יצחק ויעקב.
ס'איז דא א וועג וויאזוי א יוד רעדט, והנלענ''ד כתבתי.
מיטוואך יוני 13, 2018 11:17 am#405885
לינק ארבעט נישט
מיטוואך יוני 13, 2018 11:26 am#405886
איך האב יעצט אויסגעהערט די דרשה און חברה, עס איז ריין גאלד!

אפאר קשיות, אויב איז דא דא איינער וואס קען זיי בעסער.

    1. וואס איז דער שיטת השוואנצנות? און שיטת הבאטשיס?
    2. וואס איז געווען אין אלעד?
    3. ער רעדט אייביג אזעלעכע ענגלישע ווערטער אדער נאר פאר דער אמעריקאנער? (ער האט עפעס אן התבטלות פאר אמעריקאנער אינגערלייט ער זאגט עס אפילו אין זיין דרשה)

איך האב נישט קיין חברים פון זיין קהילה אבער ווען איך רעד מיט איינער פון זיי זאגען זיי איבער די גאלדענע לשונות פון רבי'ן "יא, איך בין א מענדעליסט,ער איז א מעשיגענער, א צודרייטער און פונדעסוועגען מיין רבי" אפילו אן פרעגען (אזוי ווי די פאפענער פלעגען זאגען "יא, איך בין א פאפענער, האסט א פראבלעם?). יעצט פארשטיי איך שוין מהיכן דנתנו…

פארדעם טאקע מיין איך אז @אבו עלא איז נישט גערעכט און זיינע חברה פליען מיט מיט עם ווי ער וועט נאר פארען. וכן הוא דרכו של איידיעלאגיע זיך נישט צוטוהן מאכען פון פאקטען.

עס כאפט מיר א פחד צו טראכטען אויב די הייליגע איז נישט דער ערשטע רבי צו זיין אזוי פארטיפט אין זיך אליין און נאכאלס האבען חסידים וואס רופען עם "רועינו". (ער דערמאנט מיר אביסעלע פון אונזער פרעזידענט, די שפראך זיינע - stream of consciousness איז גאנץ ענדליך און אויך זיין צוגאנג צו מענטשען איז ענדליך "ער איז מיינע ידיד", "ער געבט אפ כבוד", "ער פאלגט מיר", "ער פאלגט מיר נישט" וכדו' ואכמ"ל).

פון מיין גירסה דינקותא געדענק איך אינטרעסאנטע דיבורים פון ר' ברוך'ל אדער ר"מ פרעמישלאנער ועוד און עס שרעקט מיר צו טראכטען ווייטער…

זאל עם דער אייבערשטער העלפען מיט א רפו"ש- ער זאגט דאך אליין אז זייט זיין operation איז ער נאך נישט אינגאנצען. אמן.
מיטוואך יוני 13, 2018 12:17 pm#405894
וויאזוי א רומענער רעדט
איש חזון האט געשריבן:ס'לאזט זיך נישט גלייבן אז די שרייבערס אין די דעם אשכול זענען מזרע אברהם יצחק ויעקב.
ס'איז דא א וועג וויאזוי א יוד רעדט, והנלענ''ד כתבתי.


דער צדיק זאגט דאך אליין אז די רומענער האבן א ברייטע שפראך... והוי דן ...
מיטוואך יוני 13, 2018 12:50 pm#405897
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
איש חזון האט געשריבן:ס'לאזט זיך נישט גלייבן אז די שרייבערס אין די דעם אשכול זענען מזרע אברהם יצחק ויעקב.
ס'איז דא א וועג וויאזוי א יוד רעדט, והנלענ''ד כתבתי.
וואלסט ענדערש געוואלט אז מ׳זאל אויסדרוקען ווייטאג אז זאכען האבען זיך אזוי דערקייקעלט? אדער א מחאה אז מ׳לאזט צו אזא איינער זאל זיין רבי?

וואס פונקטליך פארדריסט דיר?

דאס איז, לדעתי, זיכער אז מ׳דארף די זאכען מפרסם זיין. ערשטנס, ווייל די וועלט האט א נאטור צו שעצען די ווערטער פון מענטשען וואס האבען חסידים, און דא זעט מען וואס פארא בעל דבר ער איז. און צווייטענס, מכאן יקיש אז דער מעגליכקייט אנצופיהלען בארענטשעס איז נישט קיין ראיה צו סיי וועלכע גדלות אדער חשיבות, און מ׳זאל זיך זוכען אויפריכטיגע וועגען וויאזוי צו באשטעטיגען גדלות.
דון מינה ואוקי באתרא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך יוני 13, 2018 2:03 pm#405903
פארפאלן... אז מ'מישט צוזאם היידראָלישע פּעראַקסייד מיט פארדארבענע בליטש פאראורזאכט עס אן אויפרייס. ווען דעשע פאנעטישע בלוט, מישט שוין אויס מיט בעקאווינישע הגר בלוט געשענט פילייכט דאס זעלבע..

זאל ג'ט אוואדאי האלטן זיין הענט אויפן כלל ישראל, און זיי באהיטן פון דעם געפארפולער משוגענעם...
מיטוואך יוני 13, 2018 2:18 pm#405907
אוי נעבעך, דער נארמאלער מענטש פון ק"י איז א שוואגער מיט דעם געפארפולער משוגענעם...
מיטוואך יוני 13, 2018 2:46 pm#405909
דרשת ההייליגער שוטה מנחם מענדל בן לאה אסתר לרפוא"ש
מיט טענות זאל מען קומען נאר צום אמרי חיים.
א קלוגער יודעל געווהען.
האט פארמאגט אזויפיל פין די פראדוקט וואס און גראסערי פארקויפט מען נישט פאר קיין געלט, שכל.
אנשטאט צו לאזען אביסל פאר זיינע קינדער און אייניקלעך די מארמראשע שוטים, און רומיינער באטשי'ס, האט ער אלעס צוגענומען פאר זעך אליינ'ס.

גרידא פאלען די עפלעך נישט ווייט פון בוים.
זיין שוואגער פון ק"י איז נישט בעסער וי עם.
דארט לויפט הונגערישע בלוט, הונגערישער נער איז א כפל לשון.

וואס ביי אהרן, דער זון פונעם רבי לא עלינו, איידעם פונעם שטויות משה, ליגט אויפן לונג, איז ביי מנחם מענדל בן לאה אסתר אויפן צונג.
גרידא פארשטייען זיך די צוויי האקסען גאנץ פיין.
מיטוואך יוני 13, 2018 3:06 pm#405913
נאדיר די גאנצע דרשה (פאריגען לינק איז נאר די ערשטע העלפט)
דרשות יסוד של מענדעליזם
מיטוואך יוני 13, 2018 4:33 pm#405917
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
פארוואס הערן אלע לינקס אויף צו ארבעטן צוויי מינוט נאכדעם וואס מ'פאוסט עס??
איז דא איינער וואס האט אפשר א פרישע לינק?
מיטוואך יוני 13, 2018 4:41 pm#405918
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
דאס איז נישטא וואס צו רעדן, עס איז א געוואלדיגע רחמנות אויף זיינע חסידים, די שאלה איז צו די חסידים פון די אנדערע רבי'ס, וואס ווייסן נאך נישט וואס עס ליגט זייער רבי'ן אין קאפ , זענען נישט קיין גרעסערע רחמנות.
מיטוואך יוני 13, 2018 4:44 pm#405919
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
פאר ווער עס האט טעלעגראם

[url]T.me/YiddisheMedia[/url]
מיטוואך יוני 13, 2018 4:48 pm#405920
און ויז'ניץ וי און סאקמער, סדנא דארעא חד.

איז דא א רבי זכותו יגן עלינו - דער הייליגער שטויות משה
און איז דא א רבי א לא עלינו - מנחם מענדל בן לאה אסתר לרפוא"ש
און איז דא א רבי הבא עלינו - חיים מאיר'ל
מיטוואך יוני 13, 2018 4:51 pm#405921
האט איינער אפשר די גאנצע לינק ס'האקט זיך אפ ביי א שעה און צוויי מינוט
מיטוואך יוני 13, 2018 4:54 pm#405922
קלוגע יודל האט געשריבן:נאדיר די גאנצע דרשה (פאריגען לינק איז נאר די ערשטע העלפט)
דרשות יסוד של מענדעליזם

די גאנצע דרשה פון דער מארמראשער בהמה
גאנצע 2 שעה
מיטוואך יוני 13, 2018 5:59 pm#405926
אבו עלא האט געשריבן:
קלוגע יודל האט געשריבן:נאדיר די גאנצע דרשה (פאריגען לינק איז נאר די ערשטע העלפט)
דרשות יסוד של מענדעליזם

די גאנצע דרשה פון דער מארמראשער בהמה
גאנצע 2 שעה

מ'קען עס נישט דאונלאודען ס'איז דא אן ערער
מיטוואך יוני 13, 2018 6:02 pm#405928
וי אזוי האט דער קומוניסט דוד'ל טווערסקי געזאגט?
כ'ווייס נישט.

כ'ווייס נישט, פארוואזשע זענט איר נישט מצליח צו דאנלאודען די רעקארדינג צום קאמפיוטער.
והלמאי דמא דידי סומק טפי.
מאנטאג יוני 18, 2018 2:19 pm#406359
שבת אחים האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:איך קען איינע פון די גרויסע נגידים פון ר' מענדל (מ'זעהט אים אויף איינע פון די בילדער), זייער א נארמאלער אינגערמאן, איך האב קיין מושג ניט וויאזוי ער עסט דאס אויף. איך רעד פון איינעם וואס לאזט זיך קאסטן מיליאנען פארן העיליגן רבין


איך פארשטיי עס אויך נישט. ס׳מוז זיין אזא איינגעבאקענע שנאה פון קינדווייז אן צו ר׳ ישראל און צו מאנסי-וויזניץ. זיי קענען עס נישט אויסהאלטן אז ר׳ ישראל איז צוריק און איז גרעסער ווי ר׳ מענדל.

איך בין נישט זיכער צו ס'האט מיט שנאה צון ברודער.


מיר קוקט אויס אז רבי מענדל מיינוס זיין פראבלעם איז א פיל געשמאקערע רבי ווי דער ברודער, ער פיהרט שענער זונגט ווארעם, דער ברודער קוקט אויס אביסעל מער פארעווע (נאר א השערה, איך קען זיי נישט ביידן)
מאנטאג יוני 18, 2018 2:44 pm#406368
ס'איז זיכער געמישט מיט ביידע. ווייל כמעט אלע מענדליסטן וואס איך קען זענען אלע יאהרן געוועהן "בלוטיגע שונאים" פאר ר' ישראל און פאר מאנסי. ס'איז זיכער אז ר' מענדלע'ס חסידים באשטייט פון די מעהר עקסטרעמע וויזניצער חסידים וואס האבן קיינמאל נישט געוואלט הערן פון ר' ישראל. און ווי אויך האט עס צו טוהן אז ר' מענדל איז א "חנפ'יאק" און ער ווייסט וויאזוי צו לעקן זיינע קעלבלעך און טיילן ברכות מיט קאמפלימענטן פאר זיינע חסידים. ווידער ר' ישראל איז אן אמת'ער מענטש, און קיין 'ברוינע צונג' פארמאגט ער נישט... און ער וועט נישט ארויסגיין פון זיין וועג אפצוגעבן כבוד פאר עשירים... ער וועט נישט פלאפלען קיין איבריגע שטותים נאר כדי יענעם אריינצוכאפן...

איך זעה נאכנישט וויאזוי ר' מענדל פירט א שיין טיש. ס'איז ממש גרויליג אין מיינע אויגן... האסט געהערט די ניגון ווי ער גארגעלט זיך אויפ'ן טעיפ פארן דרשה??? א קאצן מוזיק... טוה מיר א טובה...! האסט געהערט אמאל זיינע תורות? באשעפער אין הימל...
מאנטאג יוני 18, 2018 2:47 pm#406369
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
עס קען איינער מיר זאגען פארוואס די אקצענטען פון די צוויי ברידער זענען אזוי אנדערש איינס פון די צווייטען? וואס איז די פשט? ביידער זענען אויפגעהאדעוועט ביי די זעלבע טאטע מאמע?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 18, 2018 3:30 pm#406373
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס קען איינער מיר זאגען פארוואס די אקצענטען פון די צוויי ברידער זענען אזוי אנדערש איינס פון די צווייטען? וואס איז די פשט? ביידער זענען אויפגעהאדעוועט ביי די זעלבע טאטע מאמע?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ר׳ מאטעלע האט אלץ קינד געהאט עפעס א געזונטהייט פראבלעם מיטן דיבור. אפשר פארדעם. ר׳ מאטעלע האט נישט געהאט די עכטע וויזניצער אקצענט. רוב פון די וויזניצער בא-בא-באם אוי וועי וועי האט כמעט נישט עקזעסטירט ביי אים (הגם די חסידים זענען יא געבליבן מיט דעם) ער האט אויך נישט געקענט דאווענען און זינגן שיין אזויווי זיין טאטע און זיינע זיידעס. זיין טאטע ר׳ חיים מאירל זצ״ל איז געוועהן זייער מוזיקאליש, געמאכט אסאך שיינע ניגונים און פארשטאנען צו נגינה, אז מ׳האט נאר א טראפקעלע פארדרייט א טאן האט ער גלייך געמאכט מיט די הענט און עס פארעכטן. ער האט נישט געקענט פארליידן ווען מהאט נאר אביסעלע פארדרייט א ניגון/נוסח.

אסאך זאגן דאך טאקע אז זיי נישט געוועהן קיין עכטע ברודער. איינער איז דאך א זוהן פון מרגלית און איינער פון מרגליא, און טאטע איז אויך נישט געוועהן די זעלבע, איינער האט זיך אינטערגעשריבן בהה״צ מוהרח״מ און איינער מוהרח״ם... די לעצטע נאמען האט איינער געהייסן הגר און דער אנדערער האגער. איינער שטאמט פון ויז׳ניץ און דער אנדערער פון וויזשניץ/וויזניץ.

סאיז נישטא וואס צורעדן זיי זענען געוועהן כרחוק מזרח ממערב. איינער א אגודיסט, איינער א קנאי. איינער א הארטער, און דער אנדערער א ווייכער. איינער א קאנטראל-פריעק וואס האט מיטגעהאלטן פוקנטליך אלעס אין זיינע מוסדות און אליינס געפירט יעדע זאך סיי ברוחניות און סיי בגשמיות און דער אנדערער האט נאר געוואוסט פון גמרא תוס׳ מיט חובת הלבבות. איינער א בעל מנגן דער אנדערע האט ניטאמאל געקענט האלטן א טאן.
מאנטאג יוני 18, 2018 3:33 pm#406374
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
זייער גוט,אבער איך מיין די נעקסטע דור. ר׳ ישראל רעדט רומעיניש, און ר׳ מענדעלע רעדט אונגאריש. ר׳ ישראל זאגט ׳די העיליגע טאטע׳ און ר׳ מענדעלע זאגט ׳די הייליגע טאטע׳, וכדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 18, 2018 3:36 pm#406375
שבת אחים האט געשריבן:. איינער א בעל מנגן דער אנדערע האט ניטאמאל געקענט האלטן א טאן.

ווער איז ווער? ביידע האבן קיין טאן נישט געקענט האלטן.
מאנטאג יוני 18, 2018 3:38 pm#406376
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זייער גוט,אבער איך מיין די נעקסטע דור. ר׳ ישראל רעדט רומעיניש, און ר׳ מענדעלע רעדט אונגאריש. ר׳ ישראל זאגט ׳די העיליגע טאטע׳ און ר׳ מענדעלע זאגט ׳די הייליגע טאטע׳, וכדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דער אמרי חיים איז אויפגעוואקסן אין אוקראינע, ר' ישראל איז אויפגעוואקסן ביים אמרי חיים.

דער ישועות משה איז אויפגעוואקסן אין אונגארן, ר' מענדל רעדט ווי זיין טאטע.
מאנטאג יוני 18, 2018 3:39 pm#406377
.
מאנטאג יוני 18, 2018 3:40 pm#406378
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זייער גוט,אבער איך מיין די נעקסטע דור. ר׳ ישראל רעדט רומעיניש, און ר׳ מענדעלע רעדט אונגאריש. ר׳ ישראל זאגט ׳די העיליגע טאטע׳ און ר׳ מענדעלע זאגט ׳די הייליגע טאטע׳, וכדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ר׳ מענדלע זאגט ״טאטי״... איינמאל האט ער ברבים געזאגט אויף עפעס איינע פון זיינע קיען ״איר ווייסט פארוואס איך האב ליעב דעם אינגערמאן ווייל ער האט ליעב טאטי״ האט זיך עפעס א מחוצף אנגערופן ״און טאטי האט ליעב מאמי״... :lol:
מאנטאג יוני 18, 2018 3:44 pm#406379
שבת אחים
אויב ביסטו מודה אז מען רעדט פון א צדיק, איז פון וואו וייסטו, אויף וועמען שטטייט די וועלט און אויף וועמען נישט?וויאזוי מעסט מען פונקטליך די זאכען? הבינני ואדעה.

פון די הגדרה "אינטעליגענט" האב איך שוין לאנג צוריקגעצויגען, אבער איך מיין יא צו זאגען איז, אזער איז געווען א מענטש פון א העכערען סטענדרעט, נישט א "לאו לייף" א ו"דז'שאווורגו".

אהבת ישראל, קען איך זיך פארשטעללען, אז דער סקולענער רבי שליט"א פארמאגט אפשר א ביסעללע מער פון איהם....
דאך האט זיך געזארגט פאר די אידען וואס זענען אריין צו איהם מיט קוויטלעך, פאר א היימישער א ביסעל מער, פארטייעיש, קיינער זאגט נישט אז נישט.
וואס דו שרייבסט לגבי זיין בנק-אקונט איז ממש א מדרש פליאה.
דער סיגוט'ער מחותן האט, כידוע, זייער גוט פארשטאנען צו ביזנעס, דער מונסיער ברודער איז אויך גארנישט גיווען הינטערשטעליג, אובער דער בעל ישועות משה האט גארנישט פארשטאנען צו געלט זאכען, נאכדערצו זענען זיינע שטוב-מעטשען געווען זייער בטלניש אין פארגלייך צו משה גבאי וחבורתו.
דאס אז ער האט פאר יעדען שנורער געגעבען דעם ערשטען שטר וואס אי ארויס פון זיין טאש, דאס האבען אללע גיזעהן.
אז ער האט זייער שוואך פארשטאנען צו עוה"ז האבען שוין אנדערע פריער באטאנט (מילא, איז נישט קלאר, פארוואס דארף ער זיך זארגען פאר אנדערע מער פון פאר זיך).
מיט ר' יודעלע האט ער גיהאט א פרשה, מיילא קען מען זיך פון דעם גארנישט ארויס לערנען.
מיט זיינע פוליטישע שונאים האט ער זיך נישט ווייניגער שיין אויפגעפירט ווי דער ברודער (נאר מיט פיל ווייניגער פארשטאנד, פון וואס די איידימער די רעבי'ס, איש איש לפי מהללם, האבען זייער גוט געווסט צו נעמען "אדווענטיזש").
צו זיינע קאמפעטיטשען איז ער צוגעגאנגען זייער קטנות'דיג, דאס איז נישט קיין סוד.
וואס עס אהנבאלאנגט דעם גרויסען זוהן ומשפחתו, ביסטו הונדערט פראצענט גערעכט, און איך האב דיר גארנישט וואס צוריק צו ענטפערן.
מאנטאג יוני 18, 2018 3:50 pm#406380
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
בקיצור דו ביסט מודה אז אין מדות טובות איז ער געווען גאנץ הינטערשטעליג ווי עס ווערט געפאדערט פון א ת"ח.

דער וועלט זאגט ׳שאול באחת ולא עלתה לו, דוד בשתים ועלתה לו׳, פארוואס? ווייל די אחת פון שאול איז געווען א פעלער אין מלוכה זעלבסט. טאמער דער @&$%×€ משה האט געבויט זיין רעביסטיווע אויף יענעמ׳ס בלוט (עי׳ ערך הרב גדליה נדל ותלמידיו), ער האט פארדרייט זיין אייגענע סטאדע א קאפ, צוליעב פריוואטע חשבונות מיט זיין זוהן, ער האט געפיהרט א וועלט פון זיין פאזיציע אין דער מועצגה"ת, ווען ער האט געדארפט וויסען אז ער ווייסט נישט בחייכון וביומיכון וואס טוט זיך. ווייס איך שוין נישט ווי פאסט דער ווארט צדיק דא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 18, 2018 3:53 pm#406381
ריכטיג האט געשריבן:דער אמרי חיים איז אויפגעוואקסן אין אוקראינע, ר' ישראל איז אויפגעוואקסן ביים אמרי חיים.

דער ישועות משה איז אויפגעוואקסן אין אונגארן, ר' מענדל רעדט ווי זיין טאטע.

די סיבה פארוואס דער ישועות משה האט גערעדט מיט א גאליציאנער 'ציירה' אי וייל ער האט גילערנט ביי ר' יודעלע, ר' יודעלע האט נישט פארנומען די בוקעוינע 'צירי', און האט איהם אויס געלערנט זאגען אזוי ווי אין גאליציע. דער ישועות משה פלעגט אסאך נאך מאכען ר' יודעלע, בפרט ביים דאווענען. דאס איז די סיבה.
מאנטאג יוני 18, 2018 4:06 pm#406382
ליטוואק, איך פארשטיי אז לשיטתך מיעוט שיחה, התמדת התורה, שמירת עיניים, מיעוט אכילה ושתיה, עבודת השי"ת ביגיעה עצומה, התרחקות מכל תענוגי עולם, איז נאכנישט א סיבה אפילו אהנצורופען א מענש אויף זיין ספר'ס נאמען, און אוודאי נישט צו זיין א צדיק.
איך האב נאכנישט גיזעהן די אנדערע גרויסע ת"ח זיך א סאך בעסער אויפפירען ווען עס קומט צו זייער מנהיגות און שררה. (לאמיר אנהייבן מיט רב שך 'פאר א סאמפעל')
ר' גדליה נדל איז נישט געוועהן קיין לייכטער מענטש, נאר זייער א עקסרעמער צו אופוזיט דיירעקשענס, און קיין שום ישיבה האט זיך נישט געשלאגען איהם שפעטער אריין צו נעמען אלס א מג"ש.
ווי די מורדים זענען שפעטער אהינגעקומען, האבען זיי אויך נישט געברענגט קיין ישועה פאר די וועלט, פון מאנסי ביז איראן. (איך רעד פון די אהנפירערס)
א מענטש וואס האט "פמילי אישו'ס" קען נאך אלץ פירען זייער שיין א עדה, (לאמיר נישט פארגעסען, אז דער זוהן האט איהם נישט נאר געגעבען צו עסען "המוציא" מיט האניג).
קיינער אין די וועלט איז נישט perfect, אבער היי! ער האט לפחות גע'טרייט'...
מאנטאג יוני 18, 2018 4:14 pm#406384
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
זייער גוט.

עס זעט זיך אויס אז מ׳דארף נישט זיין קיין מענדעליסט צו זיין א שוואנץ.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 18, 2018 4:21 pm#406385
.
מאנטאג יוני 18, 2018 4:28 pm#406387
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
צו דער זאך מיינט אריין שטופען הרב שך און הרב שמואל אויערבאך אין די נושא. אהא. האסט א נייעם טייטש אין דעם פונקט ווי דיין נייעם טייטש אין ׳צדיק׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יוני 18, 2018 4:38 pm#406388
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בקיצור דו ביסט מודה אז אין מדות טובות איז ער געווען גאנץ הינטערשטעליג ווי עס ווערט געפאדערט פון א ת"ח.

דער וועלט זאגט ׳שאול באחת ולא עלתה לו, דוד בשתים ועלתה לו׳, פארוואס? ווייל די אחת פון שאול איז געווען א פעלער אין מלוכה זעלבסט. טאמער דער @&$%×€ משה האט געבויט זיין רעביסטיווע אויף יענעמ׳ס בלוט (עי׳ ערך הרב גדליה נדל ותלמידיו), ער האט פארדרייט זיין אייגענע סטאדע א קאפ, צוליעב פריוואטע חשבונות מיט זיין זוהן, ער האט געפיהרט א וועלט פון זיין פאזיציע אין דער מועצגה"ת, ווען ער האט געדארפט וויסען אז ער ווייסט נישט בחייכון וביומיכון וואס טוט זיך. ווייס איך שוין נישט ווי פאסט דער ווארט צדיק דא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

רוב מענטשן וואס ווייסן נישט וואס טוהט זיך, ווייסן אויך נישט אז זיי ווייסן נישט, מען קען עהם נישט באשולדיגן נאר די מענטשן וואס האבן איהם געשטעלט אין די פאזיציע.
מאנטאג יוני 18, 2018 10:12 pm#406425
אינטערסאנט ווען ער רעדט פון באבקעס וואס זיין פאטער האט געכאפט אין תשעה באב ביי די מורדים פרשה, זאגט ער אינמיטן אז ''פורים ביפאר איז די טאטע געזיצן די רעכטע זייט ר' חיים שנעעבאלג און די לינקע זייט ר' אליעזר דוד פאל [ הא? איר ווייסט נישט ווער זיי זענען? בעסער עטס ווייסט נישט... ] ער האט זיך נישט פארגעשטעלט אז תשעה באב דערנאך וועט דאס פאסירן.

קוקט עפעס אויס ווי די צוויי ר' חיים שנעעבאלג און ר' אליעזר דוד זענען געווען די קאנאנען דארט
מאנטאג יוני 18, 2018 11:59 pm#406433
אליעזר מארקס האט געשריבן:שבת אחים
אויב ביסטו מודה אז מען רעדט פון א צדיק, איז פון וואו וייסטו, אויף וועמען שטטייט די וועלט און אויף וועמען נישט?וויאזוי מעסט מען פונקטליך די זאכען? הבינני ואדעה.

פון די הגדרה "אינטעליגענט" האב איך שוין לאנג צוריקגעצויגען, אבער איך מיין יא צו זאגען איז, אזער איז געווען א מענטש פון א העכערען סטענדרעט, נישט א "לאו לייף" א ו"דז'שאווורגו".

אהבת ישראל, קען איך זיך פארשטעללען, אז דער סקולענער רבי שליט"א פארמאגט אפשר א ביסעללע מער פון איהם....
דאך האט זיך געזארגט פאר די אידען וואס זענען אריין צו איהם מיט קוויטלעך, פאר א היימישער א ביסעל מער, פארטייעיש, קיינער זאגט נישט אז נישט.
וואס דו שרייבסט לגבי זיין בנק-אקונט איז ממש א מדרש פליאה.
דער סיגוט'ער מחותן האט, כידוע, זייער גוט פארשטאנען צו ביזנעס, דער מונסיער ברודער איז אויך גארנישט גיווען הינטערשטעליג, אובער דער בעל ישועות משה האט גארנישט פארשטאנען צו געלט זאכען, נאכדערצו זענען זיינע שטוב-מעטשען געווען זייער בטלניש אין פארגלייך צו משה גבאי וחבורתו.
דאס אז ער האט פאר יעדען שנורער געגעבען דעם ערשטען שטר וואס אי ארויס פון זיין טאש, דאס האבען אללע גיזעהן.
אז ער האט זייער שוואך פארשטאנען צו עוה"ז האבען שוין אנדערע פריער באטאנט (מילא, איז נישט קלאר, פארוואס דארף ער זיך זארגען פאר אנדערע מער פון פאר זיך).
מיט ר' יודעלע האט ער גיהאט א פרשה, מיילא קען מען זיך פון דעם גארנישט ארויס לערנען.
מיט זיינע פוליטישע שונאים האט ער זיך נישט ווייניגער שיין אויפגעפירט ווי דער ברודער (נאר מיט פיל ווייניגער פארשטאנד, פון וואס די איידימער די רעבי'ס, איש איש לפי מהללם, האבען זייער גוט געווסט צו נעמען "אדווענטיזש").
צו זיינע קאמפעטיטשען איז ער צוגעגאנגען זייער קטנות'דיג, דאס איז נישט קיין סוד.
וואס עס אהנבאלאנגט דעם גרויסען זוהן ומשפחתו, ביסטו הונדערט פראצענט גערעכט, און איך האב דיר גארנישט וואס צוריק צו ענטפערן.


איך האב געזאגט אפשר א צדיק, קיין ציס״ע זיכער נישט. דאס איז מיין מיינונג לויט ווי איך האב געהערט און אים געקענט- איך בין געוועהן ביי א קוויטל אפאר מאהל ביי אים, איך בין געוועהן אסאך ביי זיינע טישן. איך בין אויפגעוואקסן הערענדיג אסאך וועגן אים. איך האב אפילו באקומען א בר מצוה מתנה פון אים מיט זיין חתימה. יעדער מעג האלטן וואס ער וויל...

איך האלט אז דער ישיעת משה מיט ר׳ מאטלע (אביסל) האבן ביידע פארהארגעט די אמאליגע חן און גלאנץ פון וויזניץ. איינער מיטן זיין אביסל צו שטארק פרום און עקסטרעים און דער אנדערער האט ליידער געהאט ווייניג שכל און געליטן פון פאוביעס אז יעדער וויל אים אינטערברענגן.

איך דיסאגרי וואס דו שרייבסט וועגן ר׳ מאטעלעס פאליטישע שונאים. ער מיט די מאנסיער חסידים האבן קיינמאל נישט געשלאגן אדער גערודפט קיין מענטשען וועגן פאליטיק. יא ר׳ מאטעלע האט מוחה געוועהן, אבער געשלאגן אדער אפילו געווארפן מענטשען וועגן פאליטיק? וויפל מענטשען זענען געפלויגן פון בני ברק פשוט ווייל זיי האבן גערעדט קעגן ר׳ מענדלע??? פשוט גערעדט קעגן אים-גארנישט מעהר. פארוואס איז הרה״ג ר׳ ירמי גאלדהירש געפלויגן פון דארט פארוואס איז ר׳ גרשון אדלער געפלויגן פון דארט?-ווייל ער האט געמאכט א וויץ אין וויזניצער ביהמ״ד וואס האט געחוזקט פון דעם העליגן??? וועם האט מען אין מאנסי וויזניץ געפייניגט וועגן פאליטיק? האסט געקענט אריינגיין אין שול און רעדן קעגן דעם רבין מיט זיינע קינדער און קיינער האט דיך נישט צוגערירט! ווען האט מען אין מאנסי וויזניץ געשטאכן רעדער, אויסגעהאקט פענסטער, געשלאגן אין רבינס שטוב מענטשען? קיינמאל נישט. ניטאמאל די סאטמארע פייפער וואס איז געגעאנגען ר׳ מאטעלע אויף די געהירן האט ער געווארנט אז קיינער זאל זיך נישט דערוואגן עס אנצורירן, ווייל עס איז נקמה...

מיין באבע ע״ה אלמנה מיט א שטוב מיט קינדער האט געוואוינט אין בני ברק אלע יאהרן. זי האט אין איר לעבן נישט גערעדט נישט נאר אויפן ישיעת משה נאר אויף קיין מענטש אויף דער וועלט האט זי נישט וויי געטוהן. קענסט פרעגן יעדעם איינעם וואס האט איר געקענט. מיין באבע איז געוועהן א פרוי וואס מהאט געקענט געבן קוויטלעך. זי איז געגעאנגען אראפ געבינדען מיט שווארצע שטרימפ, יעדן טאג גענעדיגט תהילים מיט בכיות, אינזין געהאט יעדעם איינעם. און געגעבן צו עסען פאר הונדערעטער ארימע לייט בשעת זי אליינס איז געוועהן א אלמנה מיט קליינע קינדער. זי האט גענומען פאר א איידעם איינער פון די מורדים וואס איז געוועהן בשעתו א יונג בחורל. ער האט זיך אפילו איבערבעטן מיט וויזניץ. מיט דעם אלעמען וואס מיין באבע האט נאך אלץ געהאט אירע זוהן לערנען אין ר׳ מוישלע׳ס ישיבה האבן זיי איר גערודפט אויף גאר א מיאוסע אופן. נאכגעשריגן אין די גאסן וכודמה. זי איז געוועהן א שטילע וויואלע אידענע און מהאט איר געצאפט דאס בלוט...שפעטערדיגע יאהרן ביי די פרשה פון ר׳ ישראל האבן זיי גערודפט מיינע פעטערס. ר׳ מוישלע דער גרויסער צדיק האט שטרענג אנגעזאגט אז מזאל נישט העלפן די יתומים חתונה האבן אפילו זיי האבן געלערנט אין זיין ישיבה. דער אהבת ישראל מיטן אמרי חיים האבן זיך בעסער אויפגעפירט ווי אים צעהן טויזנט מאהל. זיי זענען געוועהן לייטישע מענטשען. ר׳ חיים מאירל ווען מיין באבע פלעגט קומען צו אים מיט א קוויטל האט ער גערעדט מיט איר אין אונגאריש אפילו ער האט קוים געקענט די שפראך. ער איז געוועהן א ״דזשענטלמאן״. שטעל דיך פאר די מאנסי רבי נעמט אויף פרויען און רעדט צוזיי אין ענגליש... ר׳ חיים מאירל פלעגט זאגן פאר מיין טאטע און זיינע ברודער. איך בין ענקער טאטע... אז עטץ דארפסט עפעס בין איך אייביג גרייט אייך צוהעלפן. ער פלעגט זעצן מיין טאטע מיט זיינע ברודער ביי געוויסע טישן לעבן זיינע אייגענע קינדער און אייניקלעך. איך קען רעדן און רעדן א גאנצע נאכט. סוף פסוק ר׳ מוישלע האט פארהארגעט וויזניץ מיט זיינע משגעותן און פאוביעס. וויזניץ וואלט געוועהן דע שענסטע חסידות אויף די וועלט ווען נישט אים.
און דער מאנסיער איז טאקע געוועהן א עקסטרעימער. אבער קיין עקסטרעימע ״טעראריסטישע רעזשים״ האט ער קיינמאל נישט געפירט און איז אייביג געגעאנגען לויט די הלכה.
דינסטאג יוני 19, 2018 12:47 am#406441
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער
[quote= שבת אחים] אור מרדכי האט איבערגעלאזט אסאך מעהר ״רעדלעך״ ווי זיין מחותן דער ׳ברך צוויבל׳- ער איז די איינציגסטער וויזניצער רבי אין די היסטאריע וואס איז געשטארבן מיט אסאך אסאך געלט אין די באנק בשעת אלע אנדערע ווינזיצער רביס זענען געשטארבן בלוטיגע ארימלייט גרויסע בעלי חוב.... [/quote]



Sent from my XT1528 using Tapatalk
דינסטאג יוני 19, 2018 1:16 am#406447
קלוגע יודל האט געשריבן:[quote= שבת אחים] אור מרדכי האט איבערגעלאזט אסאך מעהר ״רעדלעך״ ווי זיין מחותן דער ׳ברך צוויבל׳- ער איז די איינציגסטער וויזניצער רבי אין די היסטאריע וואס איז געשטארבן מיט אסאך אסאך געלט אין די באנק בשעת אלע אנדערע ווינזיצער רביס זענען געשטארבן בלוטיגע ארימלייט גרויסע בעלי חוב....




Sent from my XT1528 using Tapatalk[/quote]

אויב די אור מרדכי מיינסטו ר׳ מאטעלע האסטו א גרויסע טעות. ר׳ מאטעלע האט קיין געלט נישט איבערגעלאזט. ר׳ מוישלע איז ווערט געוועהן קרוב צו דרייסיג מיליאן. ער האט איבערגעלאזט אזא 20 שלימים אין די שווייצער בענק קעש, פלאוס ריעל עסטעיט. ער האט זיך נישט מטפל געוועהן דערמיט. איך ווייס אפילו נישט צי ער האט פארשטאנען די חילוק פון צעהן דאללער ביז טויזנט דאללער. כבין כמעט זיכער אז ער האט נישט געהאט קיין אהנונג ווי די קוויטל געלט גייט און וואס לייטשע מיט די אנדערע שטוב מענטשען טוהן מיט דעם. אבער פאקט בלייבט פאקט, ר׳ מוישלע האט איבערגעלאזט שווערע געלטער בשעת רוב פון זיינע חסידים זענען געוועהן בלוטיגע ארימלייט. איך זאג נישט אז ער האט הנאה געהאט פונעם געלט. איך זאג דיר נאר א פאקט. פרעג דיך נאך ביי די וואס ווייסען אביסל וועסטו הערן. און כוויל דיר זאגן א פאקט ר׳ מאטעלע אן זיינע רייכע חסידים וואלט געשטאנען אויף די גאס און געבעטן מענטשען נדבות, אין זיין ״סעווינגס אקאונט״ איז נישט געליגן קיין געלט... וואס ער האט געהאט האט ער פארטיילט. צענדליגער מיליאנען. פאר זיינע קינדער און אייניקלעך. פאר זיינע חסידים און פאר יעדעם איינעם... ער אליינס איז געבליבן מיט גארנישט. רוב פון זיינע אייניקלעך מוטשענען זיך שטארק צו ענדיגן די חודש. דאס איז די טרוקענע פאקטן! דאס איז די מציאות.
דינסטאג יוני 19, 2018 1:50 am#406449
ווער האט היינט די מעלאנעס פונעם ישועות משה?
דינסטאג יוני 19, 2018 3:26 am#406452
יין שרף האט געשריבן:ווער האט היינט די מעלאנעס פונעם ישועות משה?


די קעש האט מען צוטיילט צווישן די יורשים- די קינדער און איידעמער (די פני הדור פון כלל ישראל) האבן אלע באקומען אפאר רעדלעך. ר׳ מענדל האט באקומען די גרעסטע חלק. די ריעל עסטעיט ווייס איך נישט. סאיז דא איין לאט אין בני ברק וואס איך ווייס נעבן די וויזניצער ביה״ח, וואס ווען ר׳ חיים מאירל האט עס געקויפט איז עס גארנישט ווערט געוועהן. ער האט זיך נעבעך געבעטן מזאל עס אפקויפן פון אים, ער איז געוועהן אין חובות. היינט איז עס ווערט מסתם צעהן מיליאן דאללער. אויף די לאט איז ר׳ מאטעלע אויך א שותף (קיין געלט האט ער קיינמאל נישט געזעהן פון דעם) דאס איז נאר איין לאט. (קען זיין אפילו אז זיי האבן לעצטענס פארקויפט די פראפערטי) סאיז דא נאך ריעל עסטעיט וואס ר׳ מוישלע און זיין רביצין האבן פארמאגט.
דינסטאג יוני 19, 2018 1:17 pm#406515
!!
דינסטאג יוני 19, 2018 1:18 pm#406516
!