מיטוואך אקטאבער 12, 2022 3:40 am#510152
שמעקעדיגלהקדמה, זיין טאטע האט קיינמאל געזאגט די ווארט ״שוואנצאנעס״ אפילו ברמיזה, אין זיינע 96 יאר עלי אדמות, און ארויף צו שמירן אויף אים צען יאר נאך זיין פטירה אזא מיאוס׳קייט, פאדערט צו זיין משוגע און צודרייט ביינאזאם.אין די "בליק" אויסגאבע פון סוכות איז דא אן אינטערוויו מיט ר' מענדעלע וויזניצער איבער זיין שוואנצונעס שיטה הקדושה.
איך בין נייגעריג אויב דער עולם האט עס געליינט און די קאמענטארן וואס מען טראכט דערויף.
איך האב געשפירט אז כאטש איך האב געהערט די ערשטע מאל די אנדערע זייט, פארט איז עס א בחי' פון מגלה טפח ומכסה טפחיים, זייער אסאך איז 'נישט' געזאגט געווארן.
שנית, די רבי דארט אליין איז נישט אזוי קלאר מיטן שיטה, הערט אויס די דרשה וואו עס איז נולד געווארן, ער זאגט בטעות איין זאך, און פארענטפערט עס מיט א צווייטע, און ווען ער כאפט זיך וואו נאריש ער רעדט, פארענטפערט ער עס מיט א דריטע, און פון דעם טשולנט איז געבוירן געווארן א שיטה, ער זאגט דארט וואו נערוועז ער איז, ציגרעטל טיש, שרייט אן זיין זון, שרייט אן אלע גבאים, זאגט אן נישט צו רעקארדירן, וכו׳ אינמיטן גיבט ער א זאג אז אזוי וואו סאטמאר האט א שיטה (זינגט בטעות זייער ניגון פון ״די שיטה הקדושה, ויואל משה, אויף די טון פון יבנה המקדש) ער האט אויך א שיטה! און זינגט ווייטער אויף די זעלבע טון זיין שיטה, שפעטער איז הערשט צו געקומען קב חומטון, און א האלבע יאר שפעטער וכולם מקבלים, וכו׳
ממילא, אנשטאט רעדן פון די אפענע ג׳ חמורות וואס דארט גייט פאר בשאט נפש, רעדט מען אז קיינער איז נישט אוועק געפאלן, קודם כל, איך פערזענליך קען גענוג דארט וואס זענען אוועק געפאלן, אבער אן דעם יעדער וואס דרייט זיך דארט באיצטליתא דשוואנצאנעס, איז אוועק געפאלן אין מיינע אויגן, און גאר ווייט.