Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » נייע ניגון - שיטה הקדושה - וויזניץ

נייע ניגון - שיטה הקדושה - וויזניץ

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12400
פרייטאג יוני 22, 2018 7:04 am#406921
נייע ניגון - שיטה הקדושה - וויזניץ
ווי ס'איז יעדעם באקאנט (און מענטשן מיט איבריגע צוויי שעה אין טאג האבן עס געהערט אויך) האט אדמו"ר מהר"מ מ'וויזניץ בני ברק שליט"א (אדער ווי טייל רופן עם וויזניץ מרכז) געמאכט א נייע ניגון
"די שיטה הקדושה פון די הייליגע ישועת משה דהיינו שוואנצאנעס"
באמת וואלט עס אפשר באלאנגט אין צימעס (אין איך פרוביר זיך נישט צו דרייען דארט) אין איך האב נישט געפלאנט צו שרייבן דא דערוועגן.
אבער יעצט האב איך געזעהן א ווידיאו ווי דער בדחן אין וויזניץ רופט אויס דעם רבי'ן מיט דעם ניגון האב איך פארשטאנען אז זיי שעמען זיך נישט דערמיט אויב אזוי קען עס אריינגיין געהעריג אין די מוזיק אפטיילונג.
פרייטאג יוני 22, 2018 7:06 am#406922
דא זעהט מען ווי מ'טאנצט די ניגון אין וויזניץ
m https://youtu.be/hX40BE8Mqpo m
פרייטאג יוני 22, 2018 7:07 am#406923
דא זינגט עס די בדחן פארן רבי'ן
m https://twitter.com/i/status/1009934512896299008 m
פרייטאג יוני 22, 2018 7:09 am#406924
בערי וועבער - ידידים - מאטי מיללער
m https://m.youtube.com/watch?v=RW_0N5ZG6Qk m
m https://m.youtube.com/watch?v=M9nVlW6BbOw m
פרייטאג יוני 22, 2018 7:10 am#406925
ביי א שבע ברכות
m https://m.youtube.com/watch?v=3512ea0KCck m
פרייטאג יוני 22, 2018 7:14 am#406926
הרב יואל אשר לאבין האט געשריבן אויף טוויטער קעגן זינגען די ניגון ביי חתונות

@LabinJoel
לעניות דעתי טאר מען נישט זינגען ביי חתונות דעם שוואנצאנות שפאט ניגון. עס איז הלבנת פנים אויף א מורא'דיגע פרהסיא'דיגע וועג. א עדה אידן דארף זיך גענוג ספראווען מיט בושות, אבער טאנצן און שפרינגען אויף זייער בלוט? א אידישע שמחה איז בעסער פון דעם.

@LabinJoel
טראכט וויאזוי א חסיד שפירט ווען מען טאנצט דעם שפאט ניגון?
אז דו מיינסטו לטובה צו ראטעווען א חסיד פון טירוף? איז דא וועגן, זיי אים מקרב צו אן אנדערע קהלה, אבער טאנצן שפאטיש ביי א חתונה איז מתשעשע בקלון חברו, כמתלהלה היורה זיקים בחיצים ואומר הלא משחק אני
פרייטאג יוני 22, 2018 7:17 am#406927
יואל אשר נעמט אן אז די חסידים שעמען זיך מיט זייער רבי'ן, און ער נעמט אויך אן אז ס'איז א שפאט ניגון - דאס הייסט שפאט פונעם רבי'ן.
לכאורה ווי ס'זעהט אויס שעמען זיי זיך נישט דערמיט און זיי טאנצן אליין אויף דעם ניגון.
און יואל אשר'ס שרייבן אז מ'זאל נישט טשעפען די חסידים מיט דעם שפאט ניגון, טשעפעט ער זיי אז ער זאגט אז ס'איז א שפאט ניגון.
פרייטאג יוני 22, 2018 7:26 am#406928
רב לאבין איז גערעכט אז מען דארף זיין רגיש צו א חסיד וואס זיין רבי טוט מאדנע זאכען, אז עס מיינט נישט אז מען מעג רודף'ן דעם חסיד אויך זיינע רבי'ס מעשים, גאר אסאך מענטשען פילען זיך טאקע ווי ביי דעם איז הותרה הרצועה, ובעיני ראיתי חסידים וואס ווערען פארשעמט און זיי האלטען אפילו נישט אז זייער רבי איז גערעכט, אבער גיי זיי דאס מסביר פאר א איד ווען ער איז יעצט ביזי מיט זיין עבודת הקודש פין אפחוזקען ר' מענדל צו ר' אהרן צו ר' בנציון, אלע מענטשן וואס איז דא גוט חוזק צו מאכן, אבער די חסידים זענען נישט שולדיג.

אבער זינגען דער ניגון איז אפשר אביסל אנדערש, סוף כל סוף זינגט מען דער ניגון אין וויזניץ, זינגט מען עס איבעראל, עס גייט נישט אראפ פין טיש, די בושה איז נישט דער ניגון אליין, נאר דער וואס האט עס פארפאסט.

דער חסיד וואס האט חלישות הדעת אז מען זינגט עס ביי א פרעמדע חתונה ער פילט דאך ווי א אויסגעקלאפטע הושענא אין וויזניץ מרכז, און די אינגע שוואנצנים טשעפען אים נעבעך גענוג, איז טאקע נישט אויסגעהאלטן אז ווען ער גייט אין דער פרעמד ווי ער האפט פאר אביסל מנוחה, זאל מען אים רודף'ן מער איבער דער ניגון וכל המסתעף.

אגב, דער בעסטער ווערטעל וואס כ'האב דערווייל געזעהן וועגן דער ענין, אז אין וויזניץ דער יאר וועט מען זאגען, שנהיה לזנב ולא לבאטשי.
פרייטאג יוני 22, 2018 7:27 am#406929
נישט יעדער שעמט זיך ,
די שווענץ דארטן אינטערסירט נישט וואס אנדערע זאגן און וועגן דעם זינגען זיי עס איבעראל , אבער סאיז דא גענוג וואס שעמען זיך אבער זיי האבן מורא צו עפענען די מויל און די מענטשען האט ר' יואל אשר געמיינט
פרייטאג יוני 22, 2018 7:39 am#406930
אויב דער חסיד האלט פון זיין רבי'ן, האלט ער אז דאס איז א הייליגע ניגון.
דער ליבאוויטשער באדערט נישט ווען מ'וועט זינגען ביי א פרעמדע חתונה יחי אדוננו מלך המשיח, כאטש וואס די וואס זינגען עס האלטן נישט אז זיין רבי איז משיח, און דער סאטמערע שטערט נישט ווען מ'זינגט בשלטון הכופרים אין אנו מאמינים...לקדש שם שמים, אפילו ווען די וואס זינגען עס האלטן נישט ממש אזוי. די זעלבע זאך ברסלוו שטערט נישט אז מ'זינגט אשרינו שיש לנו רבי...
כאטש וואס מ'קען מחלק זיין צווישן די ניגונים איז עס אבער ענליך.
פרייטאג יוני 22, 2018 7:42 am#406932
גראדע ר' יואל ראטה האט שוין יא גערעדט קעגן די וואס זינגען נ נח נחמן ביי חתונה'ס (ער זאגט שטעל דיר פאר איך הייב אן זינגען י יו יוא...) אבער די סיבה איז ווייל ער האלט קעגן די גאנצע ניגון. נישט ווי דא וואס די חסידות אליינס זינגט עס, ער זינגט נישט דעם ניגון און ער האלט אז דאס איז א ניגון וואס מאכט חוזק פון ברעסלוו
פרייטאג יוני 22, 2018 7:46 am#406933
אישתישבי האט געשריבן:רב לאבין איז גערעכט אז מען דארף זיין רגיש צו א חסיד וואס זיין רבי טוט מאדנע זאכען, אז עס מיינט נישט אז מען מעג רודף'ן דעם חסיד אויך זיינע רבי'ס מעשים, גאר אסאך מענטשען פילען זיך טאקע ווי ביי דעם איז הותרה הרצועה, ובעיני ראיתי חסידים וואס ווערען פארשעמט און זיי האלטען אפילו נישט אז זייער רבי איז גערעכט, אבער גיי זיי דאס מסביר פאר א איד ווען ער איז יעצט ביזי מיט זיין עבודת הקודש פין אפחוזקען ר' מענדל צו ר' אהרן צו ר' בנציון, אלע מענטשן וואס איז דא גוט חוזק צו מאכן, אבער די חסידים זענען נישט שולדיג.

אבער זינגען דער ניגון איז אפשר אביסל אנדערש, סוף כל סוף זינגט מען דער ניגון אין וויזניץ, זינגט מען עס איבעראל, עס גייט נישט אראפ פין טיש, די בושה איז נישט דער ניגון אליין, נאר דער וואס האט עס פארפאסט.

דער חסיד וואס האט חלישות הדעת אז מען זינגט עס ביי א פרעמדע חתונה ער פילט דאך ווי א אויסגעקלאפטע הושענא אין וויזניץ מרכז, און די אינגע שוואנצנים טשעפען אים נעבעך גענוג, איז טאקע נישט אויסגעהאלטן אז ווען ער גייט אין דער פרעמד ווי ער האפט פאר אביסל מנוחה, זאל מען אים רודף'ן מער איבער דער ניגון וכל המסתעף.

אגב, דער בעסטער ווערטעל וואס כ'האב דערווייל געזעהן וועגן דער ענין, אז אין וויזניץ דער יאר וועט מען זאגען, שנהיה לזנב ולא לבאטשי.

איך דינג זיך נישט מיט הרב לאבין'ס נקודה. ס'איז זיכער אז ווייל איינער איז א חסיד פון א רבי וואס האט געטוהן אדער געזאגט עפעס מאדנע מיינט נישט ס'שוין מותר יענעם צו טשעפענען.
די שאלה דא איז צו דאס זינגען דעם ניגון הייסט געטשעפעט.
פרייטאג יוני 22, 2018 8:13 am#406934
בן ישי האט געשריבן:גראדע ר' יואל ראטה האט שוין יא גערעדט קעגן די וואס זינגען נ נח נחמן ביי חתונה'ס (ער זאגט שטעל דיר פאר איך הייב אן זינגען י יו יוא...) אבער די סיבה איז ווייל ער האלט קעגן די גאנצע ניגון. נישט ווי דא וואס די חסידות אליינס זינגט עס, ער זינגט נישט דעם ניגון און ער האלט אז דאס איז א ניגון וואס מאכט חוזק פון ברעסלוו

איך האב געטראפן די דרשה. הערט אויס פון 32 מינוט און ווייטער
m https://m.youtube.com/watch?v=uNiS_uR0SAk m
פרייטאג יוני 22, 2018 8:40 am#406935
m http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=136 ... le_in_bhol m

שוואנצונעס' - לא 'באטשים' • השיטה הקדושה של הרבי מויז'ניץ
ימים לפני צאת הרבי מויז'ניץ למנוחה בשוויץ, שמע 'בחדרי חרדים' מהחסידים על השיטה הקדושה שקיבל הרבי מאביו והפכה לשיחת היום ברחוב החרדי • הלקסיקון המלא, השירים וההוראות המיוחדות • "אנחנו לא מתביישים", מבהירים בחסידות • מיוחד

....לא מתביישים
חסידים עמם שוחחנו, מסבירים ל'בחדרי חרדים', כי כל החסידים מקבלים את הדברים באהבה רבה. "צריך להבין, הרבי הוא אבא שלנו לכל דבר, וכשהוא אומר את הדברים - גם אם הם נשמעים קשים, אנחנו מצייתים. הרבי רוצה שכך החסידות תיראה, וכך היא תהיה. כולנו חיילים של הרבי. בכל דבר אנחנו לא מתביישים".

משמעותה של המילה 'שוואנץ' ביידיש היא זנב, והחסידים מסבירים כי השיטה הקדושה מסבירה שהחסיד צריך להיות זנב של האדמו"ר - כפי שזנב נגרר אחרי בעל החיים, ואין לו אפשרות להתנתק ממנו או לקבוע לו מה לעשות, היות והוא נגרר - זו תורת השוואנצונעס. חסיד צריך ללכת אחר רבו בלי פניות ובלי תהיות.

"לא מעניין אותנו מה הרחוב חושב עלינו. שיחשבו שאנחנו בהמות, שיחשבו שאנחנו משוגעים. זו דרכנו ואנחנו לא מתביישים בה. מי שלא מוצא חן בעיניו ולא מתאים לו, יכול לעזוב. אנחנו לא נבכה ולא נצטער אחריו - ולא משנה מי זה יהיה", אומרים החסידים.

חסיד נוסף אומר בשיחה עם 'בחדרי חרדים': "גם הרבי ה'ישועות משה' זצ"ל, היה מעורר על כך תמידין כסדרן. אלא שבזמנו לא היה אינטרנט, ולא רשתות חברתיות וקווי נייעס, שידווחו על כך ויפרשנו את דבריו לא נכון. כיום שיש אמצעים להפיץ, הפרשנויות המוטעות חוגגות וגם תופסות".
פרייטאג יוני 22, 2018 8:51 am#406936
לעבעדיג ביי א חתונה
m https://m.youtube.com/watch?v=SV85_i02_Ug m
פרייטאג יוני 22, 2018 8:52 am#406937
פרייטאג יוני 22, 2018 9:17 am#406941
בן ישי האט געשריבן:https://m.youtube.com/watch?v=_8vHPiO74rM


דער דאכט זיך ארבעט אין פאמעגראנעט
פרייטאג יוני 22, 2018 9:30 am#406943
בן ישי האט געשריבן:לעבעדיג ביי א חתונה
https://m.youtube.com/watch?v=SV85_i02_Ug

דאס איז ארומגעארבעטע קליפ. מקען זען, נישט די טאנצן און נישט דאס קיבאורד שפילן שטימט מיט די סאונד.
פרייטאג יוני 22, 2018 9:36 am#406944
טאמבל סאס האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:לעבעדיג ביי א חתונה
https://m.youtube.com/watch?v=SV85_i02_Ug

דאס איז ארומגעארבעטע קליפ. מקען זען, נישט די טאנצן און נישט דאס קיבאורד שפילן שטימט מיט די סאונד.

הא? אלעס שטימט גוט
פרייטאג יוני 22, 2018 11:02 am#406949
טאמבל סאס האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:לעבעדיג ביי א חתונה
https://m.youtube.com/watch?v=SV85_i02_Ug

דאס איז ארומגעארבעטע קליפ. מקען זען, נישט די טאנצן און נישט דאס קיבאורד שפילן שטימט מיט די סאונד.

ס'א וויזניצ'ע חתונה, די קליפ וואו דער בדחן זינגט דעם ניגון פארן רבי'ן איז ביי די חתונה.

אין ארץ ישראל טאנצט מען אזוי, ס'שטומט גוט.
פרייטאג יוני 22, 2018 11:55 am#406952
דער ר׳ מענדלע נישט גענוג האט געמאכט זיין טאטען ללעג ולקלס א גאנץ לעבן מאכט ער זיכער צו פארשעמען זיין טאטען לאנג נאך ער ליגט שוין טיעף אין דער ערד...
פרייטאג יוני 22, 2018 1:20 pm#406959
אזוי צו פארשעמען אן אייגענעם טאטע'ן?

ער מאכט זיכער אז זיין טאטע האט געהאלטן, אז א חסידות דארף געפירט ווערן אויף א שוואנצאנעס'דיגע וועג. ער ברענגט דאס אריין אין די תודעת הציבור, אז די גאנצע וועלט זאל אזוי האלטן. אזוי אראפצוברענגען אן אייגענעם טאטע'ן?

ס'וועט נאך קומען א צייט וואס מענטשן וועלן באמת האלטן אז דאס איז געווען דער ישועות משה. אנשטאט דעם וואס מען זאל ארויפקוקן אויף אים, צוליב זיין אהבת התורה, אהבת השבת, תפילה און עבודת השם, וויפיל א איד האט זיך געבראכן פאר תורה, פאר קדושה וכו'. וועט מען נאך זאגן אז ער איז געווען דער פאן טרעגער פון שוואנצאנעס.

פארוואס מאכט מען אים נישט שטיל?
פרייטאג יוני 22, 2018 3:51 pm#406969
קען איינער זאגן וואס שוואנצאנעס מיינט?

פין הערן דער טעיפ מיינט שוואנצאנעס ביטול צום הייליגער רבי, נישט מען זאל זיך אויפירן ווי א שוואנץ און גיין יעדן אויף די נערווען.

זיין טאטע האט אויך געוואלט ביטול מוחלט צו אים, אלץ ווייל ער האט זיך דערשראקן פון אפאר באבקעס אויך תשעה באב.
פרייטאג יוני 22, 2018 4:41 pm#406973
ווי עס קוקט יעצט אויס גייט די ניגון זיין פין די שטערקסטע ניגונים די יאר ביי חתונות
פרייטאג יוני 22, 2018 5:11 pm#406974
אישתישבי האט געשריבן:קען איינער זאגן וואס שוואנצאנעס מיינט?

פין הערן דער טעיפ מיינט שוואנצאנעס ביטול צום הייליגער רבי, נישט מען זאל זיך אויפירן ווי א שוואנץ און גיין יעדן אויף די נערווען.

זיין טאטע האט אויך געוואלט ביטול מוחלט צו אים, אלץ ווייל ער האט זיך דערשראקן פון אפאר באבקעס אויך תשעה באב.

אין די בחדרי לינק וואס איך האב פריער געברענגט איז ער מסביר וואס ס'מיינט א שוואנץ און וואס ס'מיינט א באטשי
פרייטאג יוני 22, 2018 8:07 pm#406982
בן ישי האט געשריבן:ביי א שבע ברכות
https://m.youtube.com/watch?v=3512ea0KCck

דא האט איר אלע קנאקעדיגע קליפס פון דעם הייליגען ראמעיינער מייסד השיטה הקדושה
m https://www.youtube.com/channel/UC2ikMu ... subscriber m
מוצ"ש יוני 23, 2018 9:49 pm#406984
פארגעס פון מענדעלע, אונז האבן דאך דא אן ערשט-קלאסיגן משוגענער!
זונטאג יוני 24, 2018 4:23 am#407011
זונטאג יוני 24, 2018 5:51 pm#407059
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער...........

וואס פארא ניגון איז דאס? סתם גענומען אן אלטע ניגון, צוגעלייגט א פאר ווערטער, ויולד! כאטש עפעס א שעפערישקייט, עפעס וואס דרוקט אויס וואס ער וויל מיט זיין שוואנצאנות?! גארנישט מיט נישט!
מאנטאג יוני 25, 2018 12:31 am#407090
ווי אזוי זאגט מען 'שיטה הקדושה' אין ענגליש?

ענטפער: holy shit!
מאנטאג יוני 25, 2018 2:47 am#407096
די ווערטער ניגון איז מיטאמאל א גאנצע סענטענס

ווער ס'גייט אין די שיטה הקדושה פון הייליגן בעל ישועת משה דהיינו שוואנצאנות. ס'זאגט נישט וואס וועט זיין מיט יענעם

האב איך נישט גיט פארשטאנען די ווערטער
מאנטאג יוני 25, 2018 3:42 am#407098
קינדער פון תלמוד תורה זינגען דעם ניגון ביים ציון פון די ישועת משה
m https://twitter.com/i/status/1010923537090207745 m
מאנטאג יוני 25, 2018 4:09 am#407100
די שיטה הקדושה פון הייליגער חאצאצקער

m https://youtu.be/bkCImLqLi_Y m
מיטוואך יוני 27, 2018 1:05 am#407309
הרבנית מבעלזא זינגט די הייליגע ניגון וואס איר ברידער מייסד כת השבתאות שיטת השוואנצונעס האט קאמפויזט ברוב חכמתו צדקתו וקדושתו

m https://youtu.be/PdYriW9hlMc m
מיטוואך יוני 27, 2018 4:09 am#407321
חשיפה ראשונה - מרן הישועות משה זצ"ל רוקד עם שני בניו את הניגון הידוע של בנו מייסד דת השוואנצונעס

m https://youtu.be/wDd0cU9IEQI m
מיטוואך יוני 27, 2018 7:51 am#407334
הרבי מויז'ניץ יצא לביקור באנגליה, לא לפני שחידד שוב לחסידיו את "השיטה הקדושה" וביקש מהם שלא להתייחס למלעיזים: "אף אחד לא היה לצידנו בזמנים הקשים"

מאות חסידים ליוו הבוקר (שלישי) בשירה בנמל התעופה בן גוריון את האדמו"ר מויז'ניץ מרכז, שטס למסע רוחני באנגליה.

בשעות הבוקר, יצאו בתהלוכה ילדי התלמוד תורה של החסידות לבושים בבגדי שבת, סביב רכבו של הרבי בדרכו לשדה התעופה.

אמש, לאחר מעמד קידוש לבנה בחצר בית המדרש מרכז חסידי ויז’ניץ, רקדו החסידים את השיר החדש "השיטה הקדושה", שהפך להמנון של החסידות.

לאחר הריקוד אמר הרבי לחסידים, כי "כך צריך לנהוג להמשיך ולעשות. עליכם לעמוד חזק ויציב ולא להסתכל על הרחוב מה מדברים ומה אומרים".

"אף אחד לא היה לצידנו בזמנים הקשים, ואין להתחשב במה שהם מדברים", הוסיף הרבי ועודד את חסידיו להמשיך בגאווה דקדושה.

האדמו"ר צפוי למסור שיחת חיזוק לחסידיו בלונדון, זאת בהמשך לשיחותיו בארצות הברית ובישראל, בהם קרא לציבור החסידים לדבוק בשיטת ה'שוונצנות' ושלא ללכת בדרך ה'באטשים' (הקרירים י.כ).

הרבי הרחיב בשיחותיו אלו על הדרך הנכונה בה על כולם לנהוג והצהיר כי עליהם להיות בנאמנות לרבי, תוך ציות ללא עוררין והזהיר מאלו הנחשבים לקרירים ומורדים.

במהלך אותן שיחות חידש הרבי את המילים על ניגון חסידי ידוע "די שיטה הקדושה פון דהייליגע ישועות משה דהיינו שוואנצונעס".

בימים האחרונים נכתב הסלוגן על עלוני החצר החסידית, וכן נאמר בדרשות פנימיות והשיר הפך ללהיט בריקודים בחתונות בכל העולם.

m https://www.kikar.co.il/amp/282162 m
פרייטאג יוני 29, 2018 1:02 am#407570
ליפא שמעלצער מיט א נייע שיטה הקדושה תורת משה.

נאך אלעמען דא איז ער גערעכט.. כל הכבוד!!
פרייטאג יוני 29, 2018 1:07 am#407571
וואס זענען די ווערטער?

כ'האב נאר אויפגעכאפט די ענדע, די שיטה הקדושה פין תורת משה דהיינו סבלנות
פרייטאג יוני 29, 2018 1:22 am#407572
שיטה הקדושה תורת משה פון לשון הרע זיך מ'היט..
פרייטאג יוני 29, 2018 3:45 am#407579
די ארגינעלע שיטה ניגון ביי די חתונה אין סאטמאר לעצטע וואך
m https://twitter.com/i/status/1011994571084128256 m
זונטאג יולי 29, 2018 5:38 am#410017
.
דינסטאג אוגוסט 07, 2018 11:34 am#410650
אויף די נייע סאטמאר'ע CD לכבוד ימים נוראים איז דא א נייע ניגוו
"די שיטה הקדושה פון די איידים פון די ישועת משה דהיינו ליצנות"
לעבעדיג
"די שיטה הקדושה פון די איידים פון די ישועת משה דהיינו ליצנות"
דינסטאג אוגוסט 07, 2018 11:55 am#410652
נאך א מזל האסט אנטפלעקט אין די ענד אז עס איז נאר א וויץ... חאחאחא כיכיכיכי אזא גוטס... נאדיר א הויפן גרינע...
פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:45 pm#410846
דער רבי פון מרכז ויז'ניץ, האט אסאך א גרעסערע השפעה ווי דער בעלזער.

דער בעלזער רב האט געזינגען איבער א שעה א נייער ניגון "לב טהור ברא לי", און קיינער קען עס נישט.
דער רבי פון מרכז האט איין מינוט געזינגען א ניגון, און מען זינגט עס אין די גאנצע וועלט.

פרעג איך דיר, איז ער נישט קיין גרעסערע בעל השפעה?
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 10:59 am#418807
חקרן האט געשריבן:דער רבי פון מרכז ויז'ניץ, האט אסאך א גרעסערע השפעה ווי דער בעלזער.

דער בעלזער רב האט געזינגען איבער א שעה א נייער ניגון "לב טהור ברא לי", און קיינער קען עס נישט.
דער רבי פון מרכז האט איין מינוט געזינגען א ניגון, און מען זינגט עס אין די גאנצע וועלט.

פרעג איך דיר, איז ער נישט קיין גרעסערע בעל השפעה?

יא. נעבעך נעבעך.
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 3:54 pm#418839
פון סארקאזם האסטו שוין געהערט אמאל?
פרייטאג אקטאבער 16, 2020 8:39 am#460510
.