יין שרף האט געשריבן:אחורי אישה איז לכאורה ניט שייך מיט א עירפלעין זיץ. א מחיצה שלימה. (חוץ מזה די עיקר איסור פון אחורי אישה איז אין גאס,אויב זי וועט זיך אויפהייבן די קלייד בשלילות מים, ולכן אסרו מכל מקום).
......
(איך געדענק נישט, אבער איך מיין אז רב וואזנער'ס פסק איז פאר באסעס וכדו' אדער דאמעסטיק פלייטס. פאר לענגערע נסיעות, וואס עס איז די סדר צו שלאפן אדער זיך גוט גוט באקוועם מאכן, נישט).
אין די גמרא מוז בכלל נישט זיין אז דער איסור פין אחורי אשה בדרך איז אלץ אויפהייבן די קלייד, נאר אין וואסער איז דאס דער פראבלעם. והראי' אפילו אחורי אשתו איז אסור, און רש"י זאגט ווייל עס איז א גנאי. ממילא איז זיצען ווי עס איז נישט די חששות מותר. חוץ אויב עס איז א גנאי פאר א חסידישער בן מלך צו זיצען אונטער א פרוי.