Under maintenance
הויפט זייט » על אל מאכט א נייע געזעץ

על אל מאכט א נייע געזעץ

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12407
מיטוואך יוני 27, 2018 1:27 pm#407357
על אל מאכט א נייע געזעץ
די וועלט איז אויף מיט די נייעס (וועלעכע וועלט כ'ווייס נישט)
מ'גייט אראפווארפען עני מענטש וואס וועט פאדערן מ'זאל טוישן די זיץ וועגן ער-זי ווילן נישט זיצן לעבן די אנדערע דזענדור
פארשטייט זיך די ערשטע ריספאנס פון א חלק מענטשן איז א באנדע אנטיסמיטן די ציונים וכו' וכו'
אן אנדערע חלק מענטשן בעיקר די וואס זיצן שוין גלייך און דרייען נישט איבער קיין פליגערס זאגן זייער גוט איינמאהל פאר אלעמאהל וועט מען קעירנעמען פון די חילולי השם וואס קומען פאר

צום אלעם ערשט וויל איך נאר האלבוועגס פרעגן האלבוועגס זאגע עפ"י הלכה איז נישט דא קיין פראבלעם מיט'ן זיצען לעבן א פרוי ס'דאכצעך מיר איך האב אזוי געזעהן פון רב וואזנער אויך
די איינציגסטע פראבלעם איז זיצען אינטער א פרוי וואס איז אויב עפעס אסור אלס אחורי ארי ולא אחורי אשה

ווייטער איז אבער אייביג דא די מענטשן וואס זיי געבן זיך אן עצה און טיילמאהל געלונגט עס טיילמאהל נישט אבער זיי דרייען ניישט איבער
און נאכדעם איז דא מענטשן וואס זיי קומען ארויף די לעצטע און דעמאלטס הייבט זיך אהן יו"ט (וואס דורך אזא מעשה איז מען כמעט צוגעקומען צו חילול שבת צוויי וואכן צוריק נאכ'ן ווארטען א שעה אויף איינעם און דערפאר איז ארויסגעקומען די חוק)

ווייטער וויל איך פארשטיין פארוואס אויף על אל מאכט זיך די מערסטע פראבלעמען מיט די זאכן למשל טוישן זיצען מאכ'ן מנינים וכו'

איז טייל וועלן זאגן ווייל זיי זענען אנטיסמיטן און ווילן אונז צוברעכן אדער זענען שונאי הדת
איך האב אבער א אן אנדערע אפשען און דער וואס האלט אנדערש זאל מיך אויפווייזען און זאל זיך אנרופען
אלע אידען אינקלאדינג פרומע פרייע אשכנזים ספרדים חסידישע ליטווישע מאדערנער וכו' פיהלען זיך זייער באקוועם אויף על אל ווייל ס'איז א היימישער עירליין ס'איז אידען
ממילא דערוואגט ער זיך אהנצורופען אדער טוהן זאכען וואס ער וואלט קיינמאהל נישט געטוהן אויף יונייטעד עמעריקען בריטיש
פארדעם האבן זיי די מערסטע פראבלעמען מיט דעם אזוי קלער איך

{והיינו טעמא פון שלאגן פאליציי פארברענען קארן אפשטעלן גאסען מיט דעם דערקלערט מען זיך אלס די גרעסטער ציוניסט אבער לאמיר נישט פארקריכן}
מיטוואך יוני 27, 2018 1:36 pm#407360
קען זיין אז א היימישער יוד פילט זיך באקוועמער אויף על-אל װי אויף סיי וועלכע אנדערע עירליינס, אבער ווי ס'זעט מיך אויס איז לכאורה פארען אסאך מער היימישע יודן מיט זײ, מער ווי מיט אלע אנדערע, ממילא האבן זיי די מערסטע אינצידענטן.

קען זיין??
מיטוואך יוני 27, 2018 1:40 pm#407361
אחורי אישה איז לכאורה ניט שייך מיט א עירפלעין זיץ. א מחיצה שלימה. (חוץ מזה די עיקר איסור פון אחורי אישה איז אין גאס,אויב זי וועט זיך אויפהייבן די קלייד בשלילות מים, ולכן אסרו מכל מקום).

נאך אן השערה פארוואס פונקט אויף אל-על, ווייל רוב אידן פארן דערמיט קיין ישראל.

(איך געדענק נישט, אבער איך מיין אז רב וואזנער'ס פסק איז פאר באסעס וכדו' אדער דאמעסטיק פלייטס. פאר לענגערע נסיעות, וואס עס איז די סדר צו שלאפן אדער זיך גוט גוט באקוועם מאכן, נישט).
מיטוואך יוני 27, 2018 1:42 pm#407362
וחוץ מזה, פארענדיג אסאך קיין ארץ ישראל, אל על די ערגסטע אין רוב הינזיכטן. And much less accommodating in every aspect.
מיטוואך יוני 27, 2018 1:44 pm#407363
ס'געווען וואס האבן מקפיד געווען ביים זיצען אויך טאקע נישט קיין סאך
רב וואזנער'ס פסק איך געדענק נישט אז ער זאל מחלק זיין דאס איז דיין השערה ס'מאכט טאקע סענס
ס'פאהרן גענוג אידען ניט די אנדערע עירליינס און כמעט וואס מ'הערט נישט פון זיי אזעלעכע מעשיות
מיטוואך יוני 27, 2018 2:22 pm#407369
אז מ'רעדט שוין. איך האב נישט קיין שום פראבלעם צו זיצן נעבן א פרוי, ווען איך גיי אויפ'ן טרעין זיץ איך אלץ נעבן פרויען. אבער אויף א פליגער וועל איך נישט, טאקע ווייל זיי מאכן א גאנצע מצב דערפון. אז דו האסט א פראבלעם אז איך ווי נישט זיצן נעבן א פרוי, up @#%&, און דריי נישט קיין קאפ מיט חילול השם און די אלע אנדערע שטותים.
מיטוואך יוני 27, 2018 2:39 pm#407371
רביה"ק זי"ע: איבער די סוגיא וועגן זיצן נעקסט צו א פרוי אויף אן עראפלאן. און מיט וואס אל על איז אנדערש פון די גוי'אישע עירליינס. ווייס איך נישט. ווייל איך בין נישט געפארן מיט א פלעין אין די לעצטע פאר יאר. איין זאך איז אבער לפלא. אז מיט יארן צוריק.פאר די היינטיגע דור מיט זייערע פאלשע פרומקייטן זענען אויפגעוואקסן, איז נישט געווען קיין שום פראבלעם מיט זיצן נעבן א פרוי אויף א פלעין. אדער אויף א באס. די אלע זאכן זענען נאר נולד געווארן זייט די מענטשן וועלכע האבן איבריג צייט האבן אנגעהויבן צו וועללן העלפן כביכול פאר'ן באשעפער פיהרן די וועלט. זיי זענען געווארן זיינע משגיחים און פאליציי...!

ווען איך פאהר אויפ'ן טרעין, האביך נישט קיין שום פראבלעם צו זיצן נעבן א פרוי. מעהר פעהלט נישט פאר א חסיד'ישן איד אז ער זאלל זיך אפזאגן צו זיצן נעבן א שחור'טע. זי וועט אויפמאכן א פיסק און ס'וועט ערשט דאמאלס ווערן א גרויסער חילול השם...!

אויך. ס'איז שוין די העכסטע צייט אז מ'זאלל אנהייבן לערנען מיט אונזער עולם סיי ווען מ'האנדלט לאקאל מיט די פרייע אידן אדער גויים. סיי ווען מ'פאהרט אויף א נסיעה מיט א פלעין. אז מ'זאלל זיך נישט פיהרן ווי ביים טאטן אין וויינגארטן. און איבערלאזן די אלע אנגעזאמלטע פרומקייט משוגעת'ן אינדערהיים...!
מיטוואך יוני 27, 2018 3:27 pm#407377
Re: על אל מאכט א נייע געזעץ
מ׳דארף פארשטייען די מיינדסעט פון די פארשוינען וואס מאכען א טאראראם.

איך האב אמאל געהאט די זכיה צו זיצען לעבען א גערער חסיד און זיין משפחה (ער האט געקוקט ווי איך פיל אויס די טופס, און מיין אדרעסס איז געווען רח׳ רלב"ח. אוי האט ער מקנא געווען), און ער האט מיר געזאגט אז די בא׳אמטער, הגם זיי רעדען זיך אפ, טיף אינעווייניג שעצען זיי די חרדים פאר׳ן זיך האלטען שטארק פרום.

וויאזוי רעדט מען צו אזא מענטש? ער זעט נישט קיין צרות און חילול ה׳, ער מיינט אז זיי שעצען עס. (אביסל ווי דער ראש הקהל וואס יעדער האט פיינט געהאט, און ער טוט עס נאך פאר׳ן כבוד)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך יוני 27, 2018 5:19 pm#407388
די ווארט 'חילול השם' ווערט צופיל אביוזט היינטיגע צייטן, ס'קריכט מיר שוין ארויס פון די נאז, כ'מיין אז די אלע וואס זענען אגאנצן טאג פארנומען מיט אזויגערופענע 'חילול השם' זאלן נאכקוקן אין גמרא וואס ס'מיינט, they'll be suprised.
מיטוואך יוני 27, 2018 7:55 pm#407400
רביה"ק זי"ע: טאקע אין יענע גמ' לערן איך אזוי פשט (א בעל עגלה'ס פשט) ווי די גמ' זאגט..."היכי דמי חילול השם. כגון מאי אהני ליה רבנן"...וואס הייסט א חילול השם. אז דער תלמיד חכם וועט זיך אזוי אויפפיהרן אז די עמי הארצים און פראסטע מענטשן וועללן זאגן..."מאי אהני ליה רבנן"...וואס האבן די רבנן אויפגעטאן. מיט וואס זענען זיי אנדערש. בעסער אדער אידעלער פון א צווייטן...!
מיטוואך יוני 27, 2018 10:46 pm#407419
Re: על אל מאכט א נייע געזעץ
יין שרף האט געשריבן:אחורי אישה איז לכאורה ניט שייך מיט א עירפלעין זיץ. א מחיצה שלימה. (חוץ מזה די עיקר איסור פון אחורי אישה איז אין גאס,אויב זי וועט זיך אויפהייבן די קלייד בשלילות מים, ולכן אסרו מכל מקום).

נאך אן השערה פארוואס פונקט אויף אל-על, ווייל רוב אידן פארן דערמיט קיין ישראל.

(איך געדענק נישט, אבער איך מיין אז רב וואזנער'ס פסק איז פאר באסעס וכדו' אדער דאמעסטיק פלייטס. פאר לענגערע נסיעות, וואס עס איז די סדר צו שלאפן אדער זיך גוט גוט באקוועם מאכן, נישט).
ס'דא א תשובה אין איגרות משה, א"ה חלק ב' סימן י"ד ווי ער איז דן איבער די נושא, לגבי פארן צו די ארבייט מיט די טרעין אדער באסעס ווי מ'שטופט זיך און ר' משה זעהט קיין שום פראבלעם דערין, וויבאלד ס'ווערט נישט געטוהן צוליב תאווה, און פון די תשובה איז משמע אז ס'נישט קיין שום חילוק טרעין, באס, עראפלאן, קורצע וועג צו לאנגע וועג, און נאכמער, ר' משה רעדט דארט איבער א מצב ווי מען שטופט זיך צוזאמען, נישט סתם זיצן איינס נעבן די אנדערע עיי"ש ותמצא נחת.

איך פערזענליך האב הנאה פון דעם וואס אל על האט געמאלדן, ווייל ווען כ'בין אין פובליק און אזעלעכע זאכן קומען פאר ווי אפאר איבערגעפרומטע צוהיצטע יונגען דרייען איבער אלעס וועגן זייערע OCD's אדער פאר אנדערע קראנקע (הייליגע) סיבות און פארקויפן עס פאר קודשא בריך הוא'ס נאמען, שעהם איך מיך געפערליך מיט מיינע חרידישע קליידונג, כ'שפיר ווי כ'רייס עס אראפ פון מיר
מיטוואך יוני 27, 2018 10:57 pm#407421
קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז דאס 'על אל'? איז דאס א שוועסטער מיט 'אל על'?
דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:46 am#407437
רביה"ק זי"ע: דאס איז דער סאטמאר'ער, אזיאטישער, מארמארישער, אונגערישער (נחום) וועג פון שרייבן און ליינען אל על. איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגל און איך האב געליינט די עדס פון אל על, האביך מיך אייביג געוואונדערט פארוואס מ'רופט זיי ..."על אל"...ס'שטייט דאך ..."אל על"...!
דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:45 am#407464
פשוט, אין אידיש איז א ע' ווי א סגול, און דער א' ווי א פתח.
מען כאפט זיך נישט אז דאס איז א העברעאיש ווארט.
דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:47 am#407465
לגבי דעם געזעץ, ס'איז שווער צו זאגן, מען קען הערן ביידע צדדים.
איך רעד נישט לגבי הלכה, יעדער זאל פרעגן זיין דיין.
איך בין מסופק אויב אל-על טוט דאס צוליב רשעות, כ'גלייב אז ס'באדערט זיי נישט די פרומקייט, נאר דאס איבערדרייען דעם פליגער און גורם זיין דילעיס.
דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:57 am#407467
שמעקעדיג: ס'נישט אז איך וויל מלמד זכות זיין אויף די פרייע חברה די עראפלאן מאנשאפט. איך קען דיר גאראנטירן אז זיי האבן נישט קיין טראפ סימפאטיע פאר די געפיהלן פון די ערליכע אידן. יא גערעכט צו נישט גערעכט. ווייל איך בין אמאל געווען אנוועזנד אין קענעדי עירפארט ווען דער באבוב'ער רב הרה"צ ר' שלמה זצ"ל איז געפארן קיין ארץ ישראל. (מיין זון האט דאמאלס געלערנט אין באבוב און ער איז מיטגעפארן מיט די נסיעה.) האביך מיטגעהאלטן ווי די געמיינע יונגען מיט א שיקסע האבן געמאכט ליצי ליצנות פון די חסיד'ישע אידן. האביך פונקט געטראכט אז די אמעריקאנער גויים, לכה"פ ווען דו גיסט אריין גרויס געלט אין זייער קעשענע באהאנדלען זיי דיך מיט רעספעקט. אבער נישט זיי, ליידער...אבער אין דעם פאל איז געווארן א גרויסע מהפיכה (אזוי האביך געליינט אין די איזראעלי נייעס.) ווען א טייל פון די פרייע פאסאזשירן האבן גענימען פארפיהרן פארוואס מ'געט נאך פאר די ערליכע אידן. און דער עראפלאן שפעטיגט. ס'הייסט ס'איז געווארן א טייל פון די קולטור מלחמה וואס גייט ליידער אן אין ארץ ישראל...! איז די מאנשאפט משוגע געווארן. זיי האבן געפאניקט. און זיך נישט געוואוסט קיין עצה צו געבן...!
דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:02 pm#407468
די אפיציעלע סיבה פארוואס די פלי געזעלשאפט האט געמאכט די נייע פארארדענונג, איז צוליב א שטורם וואס א ריזיגע טעכנאלאגיע פירמע האט געסטראשעט, אז זיי גייען מער נישט לאזן זייערע ארבעטער פאר'ן מיט על אל, צוליב די פרויען דיסקרימינאציע.

איך האלט נישט אז סיי וועלכע אנדערע ביזנעס וואלט אנדערש געהאנדלט ווען עס קומט צו א געלט שאדן.
דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:05 pm#407469
Re: על אל מאכט א נייע געזעץ
די נושא איז זייער א סענסטיווער נושא אין איינע פון די מערסטע אומריכטיגסטע זאכן אינטער חרדיזם, איך האב שוין געפארן מיט אלע עירליינס, די סיבה פארוואס די נייעס קומט נאר פון אל-על איז א פשוט'ע אל-על האט נאר אידן אין דערפאר שלינגען עס די מענטשן נישט אראפ, די זאך איז אזוי, א פליגער איז זייער לאנג, און קיינער ווייסט וואס עס טוט זיך ווען ס'איז דא א וויכוח ארויפציר דערפאר אויף אל-על ווי עס איז דא איבעראל אידן ווערט עס נאכדעם ריפארטעט אין די איזראעלי מידיע, והשנית די איזראעלי פרויען ווייסן פארוואס מען ריקט זיי מה שאין כן אמעריקאנע/אירופעאישע און דאס ברענגט די עקשנות פון פרויען זיך נישט צי ריקן, איבעראל ריקט מען פאסאזשירן... עס דערמאנט מיר א קאמישע עפיזאד ווען איך בין געווען יונג בין איך געווען אויף א פליגער אין געזיצן נעבן א מיידל, היות איך ליידט נישט פון די פלעצער געריקאכצט... האט אבער איר טאטע איר געריקט... זעט אויס ער האט מורא געהאט אז איך וועל מאכן קשר מיט איר...

עניוועי ציריק צי די נושא, אויף הלכה איז דאס שוואך באזירט, קיין נגיעה איז נישטא קיין הנאה איז זיכער נישט דא, פארשטייט זיך געזונטע מענטשן, נאר ווי עס איז ווייטאגליך איז די מציאות, אויב איינער זאגט אז נעבן א מיידל וויל ער נישט זיצן אפילו נגיד איך בין מחולק מיט עם אבער גוט, אויב מ'וועט אויסציען די מיידל ארגומענט פאר פרויען ביז 50 יאר קען איך אויך מסכים זיין, אבער למען השם די געריקאכצט רעדט מען פון באבעס פון 86 יאר מרת ראבינאוויטש איז 86 יאר וואס זי האט אריגינעל אריינגעגעבן די לאו סאוט, קען מיר איינער מסביר זיין די פארשאלטענע/רשעות'דיגע לאגיק פון נישט זיצן נעבן א באבע פון 86 יאר, איך האב מיטגעהאלטן אויף דעלטא די זעלבע שטות א באבע פון 80 יאר און א יונגערמאן האט געוואלט זי זאל טוישן זיץ, למען השם וואס איז די פארשאלטענע לאגיק, ווען די עולם זאל ווען האבן שכל און פארלאנגען זאכן נארמאל וואס מען נישט אנגעקומען צי די מצב נאר אז מען פירט זיך אויף ווי אן אייזל זעט עס אזוי אויס, מען פארלאנגט טויט צי רויט אז מען מיז טוישן זיץ און דערנאך איז עס א מלחמה
דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:07 pm#407471
Re: על אל מאכט א נייע געזעץ
שמעקעדיג האט געשריבן:לגבי דעם געזעץ, ס'איז שווער צו זאגן, מען קען הערן ביידע צדדים.
איך רעד נישט לגבי הלכה, יעדער זאל פרעגן זיין דיין.
איך בין מסופק אויב אל-על טוט דאס צוליב רשעות, כ'גלייב אז ס'באדערט זיי נישט די פרומקייט, נאר דאס איבערדרייען דעם פליגער און גורם זיין דילעיס.
אל-על איז מחיוב אינטער איזראעלי געזעץ נישט צי טוישן, און צווייטן קאמפעניס האבן געסטראשעט צי באקאטירן אל-על
דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:08 pm#407472
שמעקעדיג האט געשריבן:פשוט, אין אידיש איז א ע' ווי א סגול, און דער א' ווי א פתח.
מען כאפט זיך נישט אז דאס איז א העברעאיש ווארט.

שמעקעדיג: ס'איז אייגנטליך א ווארט פון תנ"ך. ס'שטייט אין איינס פון די הפטורות וואס מ'זאגט שבת...! דער טייטש דערפון איז..."צו די הויעכן"...!
דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:09 pm#407473
א הלכה איז א הלכה, ביי שמירת עינים איז נישט קיין חילוק די עידזש, בת ק' כבת כ'.
אויב יענער האלט אז הלכה'דיג טאר מען נישט זיצן נעבן א פרוי, איז נישט קיין נפק"מ ווי אלט זי איז.
דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:10 pm#407474
טרויבן88 האט געשריבן:די נושא איז זייער א סענסטיווער נושא אין איינע פון די מערסטע אומריכטיגסטע זאכן אינטער חרדיזם, איך האב שוין געפארן מיט אלע עירליינס, די סיבה פארוואס די נייעס קומט נאר פון אל-על איז א פשוט'ע אל-על האט נאר אידן אין דערפאר שלינגען עס די מענטשן נישט אראפ, די זאך איז אזוי, א פליגער איז זייער לאנג, און קיינער ווייסט וואס עס טוט זיך ווען ס'איז דא א וויכוח ארויפציר דערפאר אויף אל-על ווי עס איז דא איבעראל אידן ווערט עס נאכדעם ריפארטעט אין די איזראעלי מידיע, והשנית די איזראעלי פרויען ווייסן פארוואס מען ריקט זיי מה שאין כן אמעריקאנע/אירופעאישע און דאס ברענגט די עקשנות פון פרויען זיך נישט צי ריקן, איבעראל ריקט מען פאסאזשירן... עס דערמאנט מיר א קאמישע עפיזאד ווען איך בין געווען יונג בין איך געווען אויף א פליגער אין געזיצן נעבן א מיידל, היות איך ליידט נישט פון די פלעצער געריקאכצט... האט אבער איר טאטע איר געריקט... זעט אויס ער האט מורא געהאט אז איך וועל מאכן קשר מיט איר...

עניוועי ציריק צי די נושא, אויף הלכה איז דאס שוואך באזירט, קיין נגיעה איז נישטא קיין הנאה איז זיכער נישט דא, פארשטייט זיך געזונטע מענטשן, נאר ווי עס איז ווייטאגליך איז די מציאות, אויב איינער זאגט אז נעבן א מיידל וויל ער נישט זיצן אפילו נגיד איך בין מחולק מיט עם אבער גוט, אויב מ'וועט אויסציען די מיידל ארגומענט פאר פרויען ביז 50 יאר קען איך אויך מסכים זיין, אבער למען השם די געריקאכצט רעדט מען פון באבעס פון 86 יאר מרת ראבינאוויטש איז 86 יאר וואס זי האט אריגינעל אריינגעגעבן די לאו סאוט, קען מיר איינער מסביר זיין די פארשאלטענע/רשעות'דיגע לאגיק פון נישט זיצן נעבן א באבע פון 86 יאר, איך האב מיטגעהאלטן אויף דעלטא די זעלבע שטות א באבע פון 80 יאר און א יונגערמאן האט געוואלט זי זאל טוישן זיץ, למען השם וואס איז די פארשאלטענע לאגיק, ווען די עולם זאל ווען האבן שכל און פארלאנגען זאכן נארמאל וואס מען נישט אנגעקומען צי די מצב נאר אז מען פירט זיך אויף ווי אן אייזל זעט עס אזוי אויס, מען פארלאנגט טויט צי רויט אז מען מיז טוישן זיץ און דערנאך איז עס א מלחמה

אהער אדער אהין. מען קען אויפקומען מיט בלבולים אז א מאן האט אנגערירט.., און וואס אויב ער איז אנגעשלאפן און טאקע עפעס האט אנגערירט עפעס (נישט קיין חילוק וואס). ווער דארף די העדעיק?
דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:14 pm#407476
שמעקעדיג האט געשריבן:א הלכה איז א הלכה, ביי שמירת עינים איז נישט קיין חילוק די עידזש, בת ק' כבת כ'.
אויב יענער האלט אז הלכה'דיג טאר מען נישט זיצן נעבן א פרוי, איז נישט קיין נפק"מ ווי אלט זי איז.

קיין הלכה איז דאס נישט, יעצט בלייבט מען איבער נאר מיט שכל
דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:16 pm#407478
Re: על אל מאכט א נייע געזעץ
דער שכן האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:די נושא איז זייער א סענסטיווער נושא אין איינע פון די מערסטע אומריכטיגסטע זאכן אינטער חרדיזם, איך האב שוין געפארן מיט אלע עירליינס, די סיבה פארוואס די נייעס קומט נאר פון אל-על איז א פשוט'ע אל-על האט נאר אידן אין דערפאר שלינגען עס די מענטשן נישט אראפ, די זאך איז אזוי, א פליגער איז זייער לאנג, און קיינער ווייסט וואס עס טוט זיך ווען ס'איז דא א וויכוח ארויפציר דערפאר אויף אל-על ווי עס איז דא איבעראל אידן ווערט עס נאכדעם ריפארטעט אין די איזראעלי מידיע, והשנית די איזראעלי פרויען ווייסן פארוואס מען ריקט זיי מה שאין כן אמעריקאנע/אירופעאישע און דאס ברענגט די עקשנות פון פרויען זיך נישט צי ריקן, איבעראל ריקט מען פאסאזשירן... עס דערמאנט מיר א קאמישע עפיזאד ווען איך בין געווען יונג בין איך געווען אויף א פליגער אין געזיצן נעבן א מיידל, היות איך ליידט נישט פון די פלעצער געריקאכצט... האט אבער איר טאטע איר געריקט... זעט אויס ער האט מורא געהאט אז איך וועל מאכן קשר מיט איר...

עניוועי ציריק צי די נושא, אויף הלכה איז דאס שוואך באזירט, קיין נגיעה איז נישטא קיין הנאה איז זיכער נישט דא, פארשטייט זיך געזונטע מענטשן, נאר ווי עס איז ווייטאגליך איז די מציאות, אויב איינער זאגט אז נעבן א מיידל וויל ער נישט זיצן אפילו נגיד איך בין מחולק מיט עם אבער גוט, אויב מ'וועט אויסציען די מיידל ארגומענט פאר פרויען ביז 50 יאר קען איך אויך מסכים זיין, אבער למען השם די געריקאכצט רעדט מען פון באבעס פון 86 יאר מרת ראבינאוויטש איז 86 יאר וואס זי האט אריגינעל אריינגעגעבן די לאו סאוט, קען מיר איינער מסביר זיין די פארשאלטענע/רשעות'דיגע לאגיק פון נישט זיצן נעבן א באבע פון 86 יאר, איך האב מיטגעהאלטן אויף דעלטא די זעלבע שטות א באבע פון 80 יאר און א יונגערמאן האט געוואלט זי זאל טוישן זיץ, למען השם וואס איז די פארשאלטענע לאגיק, ווען די עולם זאל ווען האבן שכל און פארלאנגען זאכן נארמאל וואס מען נישט אנגעקומען צי די מצב נאר אז מען פירט זיך אויף ווי אן אייזל זעט עס אזוי אויס, מען פארלאנגט טויט צי רויט אז מען מיז טוישן זיץ און דערנאך איז עס א מלחמה

אהער אדער אהין. מען קען אויפקומען מיט בלבולים אז א מאן האט אנגערירט.., און וואס אויב ער איז אנגעשלאפן און טאקע עפעס האט אנגערירט עפעס (נישט קיין חילוק וואס). ווער דארף די העדעיק?
זיכער, אויב מען קען עס טון אויף א נארמאלע אופן, פארוואס נישט, אבער רעדט פון אראפשטעלן א טויט צי רויט ליניע וואס די צעדרייטע מענטשן טוען, טראצדעם וואס איז א נארישע חרדיזם פאבּיע
דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:17 pm#407479
Re: על אל מאכט א נייע געזעץ
berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:פשוט, אין אידיש איז א ע' ווי א סגול, און דער א' ווי א פתח.
מען כאפט זיך נישט אז דאס איז א העברעאיש ווארט.

שמעקעדיג: ס'איז אייגנטליך א ווארט פון תנ"ך. ס'שטייט אין איינס פון די הפטורות וואס מ'זאגט שבת...! דער טייטש דערפון איז..."צו די הויעכן"...!
יא אמת. נאר דער בעל האשכול האט זעהט אויס מורא געהאט פון @רביה"ק זי"ע אז ער וועט עם אנשרייען אז ס'ענדערש זיך צו ביקן 100 מאל פארן צלם ווי לערנען/רעדן איין ווארט עיברית, האט ער עס פארדרייט, אוו אויך כדי להוציא מלבן של... אז ער איז ח"ו נישט פארכאפט אין ציונות
דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:19 pm#407481
berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:פשוט, אין אידיש איז א ע' ווי א סגול, און דער א' ווי א פתח.
מען כאפט זיך נישט אז דאס איז א העברעאיש ווארט.

שמעקעדיג: ס'איז אייגנטליך א ווארט פון תנ"ך. ס'שטייט אין איינס פון די הפטורות וואס מ'זאגט שבת...! דער טייטש דערפון איז..."צו די הויעכן"...!

כ'געדענק אז ערגעץ אין סליחות זאגט מען דאס אויך.
איינער האט אמאל ממליץ געווען "ומשתחוים להבל ולריק ומתפללים אל-אל לא יושיע".
דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:21 pm#407482
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:פשוט, אין אידיש איז א ע' ווי א סגול, און דער א' ווי א פתח.
מען כאפט זיך נישט אז דאס איז א העברעאיש ווארט.

שמעקעדיג: ס'איז אייגנטליך א ווארט פון תנ"ך. ס'שטייט אין איינס פון די הפטורות וואס מ'זאגט שבת...! דער טייטש דערפון איז..."צו די הויעכן"...!
יא אמת. נאר דער בעל האשכול האט זעהט אויס מורא געהאט פון @רביה"ק זי"ע אז ער וועט עם אנשרייען אז ס'ענדערש זיך צו ביקן 100 מאל פארן צלם ווי לערנען/רעדן איין ווארט עיברית, האט ער עס פארדרייט, אוו אויך כדי להוציא מלבן של... אז ער איז ח"ו נישט פארכאפט אין ציונות

צו ארויף..
to up
דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:24 pm#407483

דער גאלדענער אדלער: ומה יאמרו אזובי קיר. וואס זאלל איך זאגן. אז איך בין ב"ה יא פארכאפט אין ציונות... :lol:
דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:28 pm#407484
אפילו אין שמירת עינים איז דא א חילוק צווישען א בת כ' און א בת ק', טאמער זי איז נישט פארהייראט
דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:29 pm#407485
שמעקעדיג האט געשריבן:מען כאפט זיך נישט אז דאס איז א העברעאיש ווארט.

ביי אונז פרומע אידן רופט מען דאס 'לשון הקודש'.
דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:34 pm#407487
טרויבן88 האט געשריבן:עס דערמאנט מיר א קאמישע עפיזאד ווען איך בין געווען יונג בין איך געווען אויף א פליגער אין געזיצן נעבן א מיידל, היות איך ליידט נישט פון די פלעצער געריקאכצט... האט אבער איר טאטע איר געריקט... זעט אויס ער האט מורא געהאט אז איך וועל מאכן קשר מיט איר...

דאס איז די סיבה פארוואס איך האלט אזוי שטארק פון די פלעצער גערוקאכץ, די פרומקייטן איז סתם בעלאוני.
דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:36 pm#407488
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:יא אמת. נאר דער בעל האשכול האט זעהט אויס מורא געהאט פון @רביה"ק זי"ע אז ער וועט עם אנשרייען אז ס'ענדערש זיך צו ביקן 100 מאל פארן צלם ווי לערנען/רעדן איין ווארט עיברית, האט ער עס פארדרייט, אוו אויך כדי להוציא מלבן של... אז ער איז ח"ו נישט פארכאפט אין ציונות

פארוואס זאל איך זאגן אזוי? האלטסט מיר טאקע פאר א קריסט?
דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:38 pm#407490
Re: על אל מאכט א נייע געזעץ
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:עס דערמאנט מיר א קאמישע עפיזאד ווען איך בין געווען יונג בין איך געווען אויף א פליגער אין געזיצן נעבן א מיידל, היות איך ליידט נישט פון די פלעצער געריקאכצט... האט אבער איר טאטע איר געריקט... זעט אויס ער האט מורא געהאט אז איך וועל מאכן קשר מיט איר...

דאס איז די סיבה פארוואס איך האלט אזוי שטארק פון די פלעצער גערוקאכץ, די פרומקייטן איז סתם בעלאוני.

די דרייסט אן ארגומענט וואס איז אביסל אינטערעסאנטליך, אויב די ווילסט ריקן א פלאץ סתם, קומט דיר קיינער גארנישט, אויב די דארפסט א זיץ וואס שמעקט פון גרעיפּפרוכט דארף עס דיר קיינער נישט נאכגעבן, אויב ווידעראום דיין רעליגיע זאגט דיר אזוי צי טון דעמאלסט קען מען זיך אנפאנגען רעכענען דערמיט, אבער העשטעג עס האט גארנישט מיט רעליגיע,
דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:45 pm#407491
טרויבן88 האט געשריבן:זיכער, אויב מען קען עס טון אויף א נארמאלע אופן, פארוואס נישט, אבער רעדט פון אראפשטעלן א טויט צי רויט ליניע וואס די צעדרייטע מענטשן טוען, טראצדעם וואס איז א נארישע חרדיזם פאבּיע

איך מיין אז אונז זענען אויף איין פעידש, מער ווייניגער.
דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:49 pm#407492
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:מען כאפט זיך נישט אז דאס איז א העברעאיש ווארט.

ביי אונז פרומע אידן רופט מען דאס 'לשון הקודש'.

אדער העכסטנס ''לשון עברי''
דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:51 pm#407493
אדער 'עברית' בקיצור. 'העברעאיש' פאסט פאר ייווא/פארווערטס יידישיסטן.
דאנערשטאג יוני 28, 2018 1:15 pm#407498
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:יא אמת. נאר דער בעל האשכול האט זעהט אויס מורא געהאט פון @רביה"ק זי"ע אז ער וועט עם אנשרייען אז ס'ענדערש זיך צו ביקן 100 מאל פארן צלם ווי לערנען/רעדן איין ווארט עיברית, האט ער עס פארדרייט, אוו אויך כדי להוציא מלבן של... אז ער איז ח"ו נישט פארכאפט אין ציונות

פארוואס זאל איך זאגן אזוי? האלטסט מיר טאקע פאר א קריסט?

כאפסט טאקע נישט אדער דו מאכסט זיך? ווען האסטו לעצטע מאל געקוקט אויף דיין אוועטער בילד? :P
דאנערשטאג יוני 28, 2018 1:24 pm#407501
און סאטמארע רב זעהט דיך יא אויס וו א קריסט?
דאנערשטאג יוני 28, 2018 1:31 pm#407505
berlbalaguleh האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:יא אמת. נאר דער בעל האשכול האט זעהט אויס מורא געהאט פון @רביה"ק זי"ע אז ער וועט עם אנשרייען אז ס'ענדערש זיך צו ביקן 100 מאל פארן צלם ווי לערנען/רעדן איין ווארט עיברית, האט ער עס פארדרייט, אוו אויך כדי להוציא מלבן של... אז ער איז ח"ו נישט פארכאפט אין ציונות

דער גאלדענער אדלער: ומה יאמרו אזובי קיר. וואס זאלל איך זאגן. אז איך בין ב"ה יא פארכאפט אין ציונות...

זאלסטו זינגען בך בטחו
דאנערשטאג יוני 28, 2018 1:55 pm#407509
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אדער 'עברית' בקיצור. 'העברעאיש' פאסט פאר ייווא/פארווערטס יידישיסטן.

רביה"ק זי"ע: אדער פאר די ליינערס און שרייבערס אין .."דער איד"...!
דאנערשטאג יוני 28, 2018 1:57 pm#407510
און איך האב אלץ געמיינט אז זיי זענען פרומע אידן... שוין, האב איך מיך טועה געווען.
דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:02 pm#407512
רביה"ק זי"ע: ווער..? דער פארווערטס אדער דער איד. דער איד זענען ערליכע אידן. נאר א ביסל פארדרייט. דער פארווערטס זענען ליידער נישט קיין ערליכע אידן. זיי זענען אידישיסטן. אידיש אן קיין תורה איז גארנישט ווערד. אזויפיהל ווי דאס קאמוניסטישע אידיש פון איליא עהרענבורג. אין סטאלין'ס רוסלאנד. אדער אפשר אין שבת אחים'ס...!
דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:19 pm#407516
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: ווער..? דער פארווערטס אדער דער איד.

דער איד.
דאנערשטאג יוני 28, 2018 5:55 pm#407539
איך האב מורא אז ידי זאליס באמצע

אז זיי ווילן אז ס'זאל טאקע נתעורר ווערן ביי די אהרונים א ספק אפשר פאהרן מיט אל-על איז ארגער פון גיין צו די בחירות הטמאות
ודפט"ט
:P :lol:
פרייטאג יוני 29, 2018 11:18 am#407608
איך בין חושד אז עפעס טיפער ליגט דא באגראבן.

m https://youtu.be/XfXyoBmx6VE m
פרייטאג יוני 29, 2018 11:40 am#407611
אלטע פראבלעמען, האט גארנישט צעטאן מיט די נושא
מאנטאג יולי 09, 2018 7:24 am#408354
קומט יעצט ארויס אז די מעשה איז נאר האלב געשטויגן....

בחדרי חרדים

כיכר

(כיכר האט לעצטנס אנגעפאנגען בעטן געלט פון "אמעריקאנע" ליינער, דערפאר ווער עס וויל ציקימען אומזיסט ברויכט ניצן א ווי-פּי-ען)
מאנטאג יולי 09, 2018 8:24 pm#408400
berlbalaguleh האט געשריבן:איין זאך איז אבער לפלא. אז מיט יארן צוריק.פאר די היינטיגע דור מיט זייערע פאלשע פרומקייטן זענען אויפגעוואקסן, איז נישט געווען קיין שום פראבלעם מיט זיצן נעבן א פרוי אויף א פלעין. אדער אויף א באס. די אלע זאכן זענען נאר נולד געווארן זייט די מענטשן וועלכע האבן איבריג צייט האבן אנגעהויבן צו וועללן העלפן כביכול פאר'ן באשעפער פיהרן די וועלט. זיי זענען געווארן זיינע משגיחים און פאליציי...!

ס'נישט מוכרח אז די ביסט גערעכט. פאר די סאשול מידיע עפאכע איז געווען זייער שווער אזא נייעס זאל ווערן פארשפרייט. בפרט טאמער ס'נישט געמאכט געווארן קיין פאליס רעפארט, איז געווען זייער שווער צו וועריפייען אזא מעשה.
מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 12:47 am#416833
עס רעש'ט זיך אין די נייעס מיט אן אל-על פלייט וואס האט געדארפט פארן דאנערשטאג נאכט פון JFK קיין ארץ ישראל, און איז כלומר'שט געווארן אפגעשטופט צוליב די אומערווארטעטע שווערע שניי, און ווען די חרדי'שע אידן אויפן פליגער האבן געזען אז זיי וועלן עס נישט מאכן אויף שבת, האבן זיי אנגעהויבן פארפירן אז זיי ווילן אראפגיין, און זיך אויפגעפירט זייער פרעך צו די מאנשאפט. עכ"פ אזוי האט די נייעס געלויטעט.

אבער צום מזל איז דארט געווען א דזשורנאליסט, און בבחי' מלאך רע בע"כ יענה אמן, טענה'ט אז דאס איז פשוט פעיק ניוז... די אידן האבן זיך אויפגעפירט גאנץ שיין פארהאלטניסמעסיג, און די פארוואלטונג פון אל-על איז זיך גאר ווערד דאס געלט, זיי זענען אנגעקומען שפעט, און זיי האבן פשוט צו-נאר געלייגט די פאסאזשירן מיט נארישע פאלשע תירוצים, און אנשטאט נעמען אחריות האבן זיי נאך די חוצפה ארויפצושמירן די שולד אויף היימישע אידן.

צום סוף איז טאקע נישט געווען בכדי שיעשו אנצוקומען אויף שבת קיין ארץ ישראל, האט מען געמוזט סטאפן אינמיטן וועג אראפצולאזן די אידן שומרי שב"ק...

m https://www.jpost.com/Israel-News/We-we ... ork-572234 m
מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 9:52 am#416840
ס'איז שוין העכסט צייט, אז מיר זאל קומען צו ארנעקעקנונג אז מיר חרדים זענען אן איינגארטיג פאלק. די אלגעמיינע עטישע רייזע מאסנאמען זענען אונז נישט מאסגעבענד. מיר דארפן זיך אהערשטעלן מיט אונזער איינגארטיגע טראנפארטאציע סיסטעם, אויסגעשטאטעט לויט אונזערע נאכאנאנדע ספעסיפישע געברויכן. ס'איז ממש נישט צו באגרייפן וואס די נישט אידישע פאסאנזשירן רייזענדיג מאכן מיט מיט אונז אידן. נישט חלילה צוליב דעם וואס מיר זענען פעלערהאפטע פארשוינען, נאר צוליב אונזער איינגארטיקייט. ווי הייליג גערעכט איז געווען דער צדיק רבי יחזקאלע, מיטן איינפירן איינגארטיגע טעגליכע באס טראנספארטאציע פארן חרדישער אינדענטום.

אט איז ווי אזוי דער צוקנופטער חרדישער אטונאמיע פלי געזעלטשאפט וועט אויסקוקן:

דער חרדישער פלי-געזעלשאפט וועט זיין אויסגעשטאטעט מיט א פלאטע פון פארגעשריטע פליגערס, מיט היימישע צוגעלאזענע פילאטן און מאנשאפטן, באזונדער פאר מענער און באזונדער פאר פרויען. פליגערס וועלן מאכן רעגלמעסיגע רייזעס קיין אומאן און קיין ווילעדניק, אדער צו סיי וועלכע קברים, געוואנדען לויטן געפילישער גייסט וואס הערשט אין די עפאכע, זיי וועלן זוכער מאכן אז ווען אימער עמיצער פאלט אריין א הייליגע גיסטע, און נויטיגט זיך עטוואס צו פלעגן די געפילן, זאל באלד שטייט צו זיין פארפיגט א פליגער, אים זאפארט אפצופירן צו זיי דעסטענאציע. ווי ס'איז זעלבסטפארשטענדליך וועלן די פליגערס זיך קיינמאל נישט הייבן פונקטליך, און די מאנטשאפט וועט רואיג אויסווארטן ביז די לעצטע ראדני-שלעפערס קומען צו קריכן מיטן טלית און תפילין אינעם חק, אונטערן ארעם. א גמ''ח פון גארטלעך, פעדערס, ברילן, נעגל שניידער, קעמלך, שיך בענדלך, גאטשע בענדלך, פלעסטיק פאר די היטן, און נאך וועלן שטיין אין פארפיגט צו די חשובע רייזענדע.

א כריזמאטישער מגיד מישירים וועט אונטערהאלטן די רייזענדע מיט אינהאלטרייכע דרשות. דער קול מבשר ליניע וועט זיין גענצליך פריי אן קיין שום אפצאל. און לויט די אויסשליסליכסטע אנווייזונגען פון די גדולים-רבנים, וועט מען אויך קענען מיטהאלטן די חרדישע טעלעוויזיע סעריעס א שטייגער ווי שטייסל, שובבניקם, אטונאמיע א.ד.ג. דאס איז בלויז צוליב די זיכרהייטס פון די פאסאזשירן, אז מ'זאל זיך פשוט נישט אנהייבן זיך צו רייסן ביי די נעזער פאר ליידיג גיין ווי ס'איז דער אלגעמיינער לי עווניו שטייגער.

און יא! מ'וועט חלילה נישט סערווירן קיין טמא'נע סושי פיש בלע''ז, נאר בלויז פרישע ראפאגאש בארכעס מיט קרעפטיגע קעלבערנע גולאש, און זעלבסטפארשטענליך אויך פיין שמעקיגע סקאַנדיניווישע שמאלץ העריג מיט א סאך ציבלע. א פארגרעסטער סעפטיק פעסל וועט אינסטולירט ווערן אויף יעדען פליגער באזונדער, געוואנדן לויטן הכנה געברויך פון ציבור, און אין יעדע הכנה בודקע באזונדער וועט זיין אינסטולירט א גלעזעל וואסער פאר נקיות אורזאכן, און ווי אויך א פריי טעגליכער דבר יום ביומו אונטערצוהאלטן די יושבים.

שלאפן וועט מען נישט קענען אויפן פליגער, צוליב די נאכאנאנדע מנינים וועלכע וועלן זיך שטעלן יעדע פינף מינוט. מ'וועט האלטן אין איין דאווענען, אזוי אז די רייזענדע זאל נישט זיין אויסגעשטעלט צו די מנינים נודניקעס.

אלענספאלס, א גליקליכע רייזע...