Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הגה"צ ר' משה מנחם ווייס אויפגענומען פאר אב"ד סאטמאר לאנדאן

הגה"צ ר' משה מנחם ווייס אויפגענומען פאר אב"ד סאטמאר לאנדאן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
128 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 177 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12450
דינסטאג אוגוסט 28, 2018 8:49 pm#411995
Re: הגה"צ ר' משה מנחם ווייס גאב"ד מעלבורן אוסטראליע
דורך געליינט אלע תגובות דא, קיינער דערמאנט אפילו נישט הרב ??? היימליך, וואס איז זיין פאסטען דארט? פארוואס איז ער נישט פאסיג? איך הער אז ער גייט זיין רב אין ק״ק מחזיקי הדת מאנטשעסטער, איז עס אמת?


Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג אוגוסט 28, 2018 9:49 pm#411996
ס'קוקט אויס ווי דו ווייסט בעסער פון אונז... טייל מיט די אינפאו.
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 12:38 pm#412080
לפי ידיעתי גייט ער נישט זיין "רב" אין מאנטשעסטער, נאר "דיין", ער גייט פירן די כשרות וכו' וכו', ער האט נישט געוואלט אננעמען די "רבנות" פאסטן.
קען זיין אז מהאי טעמא האט ער אויך נישט געוואלט אין אויסטראליע
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 1:37 pm#412097
פורים קטן האט געשריבן:לפי ידיעתי גייט ער נישט זיין "רב" אין מאנטשעסטער, נאר "דיין", ער גייט פירן די כשרות וכו' וכו', ער האט נישט געוואלט אננעמען די "רבנות" פאסטן.
קען זיין אז מהאי טעמא האט ער אויך נישט געוואלט אין אויסטראליע


ער האט נישט געוואלט?! ער האט קיינמאל אזא אפעער נישט באקומען. סאיז דא א רב דארט לאורך ימים ושנים
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 5:34 pm#412115
איר פרעגט גיט ווער איז בעסער הרב יעקב בער אדער הרב משה מנחם? יראת שמים האט הרב משה מנחם מסתמא מער ווי הרב יעקב בער! שכל האט הרב יעקב בער פיל מער פראקטישקייט אויכעט , ת"ח איינוג ! שמאטעס איז הרממ מסתמא בעסער אויכעט א מוהל איז ער בעסער פיפטע חלק שוע האט הרב יעקב בער מחדש זיין הרב יעקב בער פיל בעסער אבער פאר מעלבראן רבנות ביידע איינוג נישט פאסיג!
דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 1:03 pm#412410
Re: הגה"צ ר' משה מנחם ווייס גאב"ד מעלבורן אוסטראליע
אמת ויציב ונכון האט געשריבן:
פורים קטן האט געשריבן:לפי ידיעתי גייט ער נישט זיין "רב" אין מאנטשעסטער, נאר "דיין", ער גייט פירן די כשרות וכו' וכו', ער האט נישט געוואלט אננעמען די "רבנות" פאסטן.
קען זיין אז מהאי טעמא האט ער אויך נישט געוואלט אין אויסטראליע


ער האט נישט געוואלט?! ער האט קיינמאל אזא אפעער נישט באקומען. סאיז דא א רב דארט לאורך ימים ושנים
1ccf74a5-00bd-4898-9614-cfa7c931abea.jpg




Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 1:07 pm#412411
אמת ויציב ונכון האט געשריבן:
פורים קטן האט געשריבן:לפי ידיעתי גייט ער נישט זיין "רב" אין מאנטשעסטער, נאר "דיין", ער גייט פירן די כשרות וכו' וכו', ער האט נישט געוואלט אננעמען די "רבנות" פאסטן.
קען זיין אז מהאי טעמא האט ער אויך נישט געוואלט אין אויסטראליע


ער האט נישט געוואלט?! ער האט קיינמאל אזא אפעער נישט באקומען. סאיז דא א רב דארט לאורך ימים ושנים

וואס זאגסטו יעצט הרב ״אמת ויציב ונכון״? אויב דאס מיינסט אמת וואס מיינסט שקר?!
דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 1:22 pm#412412
אמת ויציב ונכון האט געשריבן:
פורים קטן האט געשריבן:לפי ידיעתי גייט ער נישט זיין "רב" אין מאנטשעסטער, נאר "דיין", ער גייט פירן די כשרות וכו' וכו', ער האט נישט געוואלט אננעמען די "רבנות" פאסטן.
קען זיין אז מהאי טעמא האט ער אויך נישט געוואלט אין אויסטראליע


ער האט נישט געוואלט?! ער האט קיינמאל אזא אפעער נישט באקומען. סאיז דא א רב דארט לאורך ימים ושנים


מ'האט גערעדט ער זאל ווערן אזוי ווי "רב הצעיר" וכדומה, וויבאלד דער איצטיגער רב זאל זיין געזונט, איז זייער שוואך, און עס פעלט זיך אויס פרישע כוחות, אבער ער האט עס נישט געוואלט אננעמען.
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 10:46 pm#415004
לאנדאן ווערט אפיציעל בקרוב. מפי השמועה
דינסטאג אקטאבער 23, 2018 8:25 pm#415122
מיר זענען מצפה צו הנאה האבען פון די ענדגילטיגע החלטת פון קהל סאטמאר מהר"א ווען זיי נעמען אויף הרב משה מנחם להיות מורם ורבם הלואי מי יתן בקרוב הבא ממש!
זונטאג אקטאבער 28, 2018 12:33 pm#415477
מ'קען אפיציעל טוישן די קעפל

לחיים היום, בשעה 2:00 אחצ"ה, בבית מרן רבינו (מהר"א) שליט"א בקרית יואל, לרגל התמנות הגאון הגדול רבי משה מנחם ווייס שליט"א, (דומ"ץ פאפא בארא פארק) לאב"ד ור"מ סאטמאר לאנדאן

מעמד ההכתרה יתקיים מוצאי שבת ויגש, בעיר הבירה לאנדאן, בהשתתפות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
זונטאג אקטאבער 28, 2018 12:50 pm#415478
שעפטל האט געשריבן:מ'קען אפיציעל טוישן די קעפל

לחיים היום, בשעה 2:00 אחצ"ה, בבית מרן רבינו (מהר"א) שליט"א בקרית יואל, לרגל התמנות הגאון הגדול רבי משה מנחם ווייס שליט"א, (דומ"ץ פאפא בארא פארק) לאב"ד ור"מ סאטמאר לאנדאן

מעמד ההכתרה יתקיים מוצאי שבת ויגש, בעיר הבירה לאנדאן, בהשתתפות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

קאנפירמד. מזל טוב מזל טוב.
זונטאג אקטאבער 28, 2018 3:52 pm#415489
בית פאפא:

נעכטן מוצש"ק איז פארגעקומען א שיינע מסיבה בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א ווי דער רבי שליט"א האט געגעבן ווארעמע ברכת קודש פאר הרה"ג המפורסם ר' משה מנחם ווייס שליט"א דומ"ץ דקהלתינו ב"פ רבות בשנים לרגל זיין התמנות אלס רב דקהל יטב לב דסאטמאר אין שטאט לאנדאן ווי עס איז פארפירט געווארן א לענגערע שמועס בנועם שיח אין עניני דיומא.

היינט האט דער רבי שליט"א האט ארויסגעשיקט א ספעציעלע משלחת קיין קרית יואל זיך צו באטייליגן ביים מסיבת לחיים וואס קומט פאר היינט נאכמיטאג. די משלחת באשטייט פון ראשי וגבאי קהלתינו אין ב"פ אין שפיץ פון הגה"צ רבי מאיר שליט"א דומ"ץ קהלתינו און הרה"ג ר' דוד לייב פישער שליט"א און הרה"ג ר' יודא צבי פרידמאן שליט"א דייני ומורי צדק בקהלתינו הקדושה.
זונטאג אקטאבער 28, 2018 4:36 pm#415492
IMG_20181028_163627_542.jpg
זונטאג אקטאבער 28, 2018 7:37 pm#415511
.
זונטאג אקטאבער 28, 2018 8:47 pm#415518
ברוך הטוב והמטיב: פאר די גוטע בשורה. ס'איז ממש מקוים געווארן דער פסוק ..."בשורה טובה תדשן עצם"...ערשטנס איז לאנדאן לגבי אויסטראליע ממש אין שכינות. אזוי ווי מאנטריאל. אויך די התמנות לאב"ד דק"ק סאטמאר (מהר"א) לאנדאן איז זייער א וויכטיגער פאסטן פון אלע זייטן.מהר"א שליט"א איז דער ריכטיגער מנהיג וועלכער ווייסט וויאזוי אויפצובויען זיין קהילה. בטוב טעם ודעת. בעת געוויסע אנדערע חלקים פון דעם חסידות/קהילה זענען פארנומען מיט קריגן זיך און דן זיין אין קאנספיראציעס, בויעט מהר"א שליט"א בעז"ה אויף זיין קהילה קדושה. סיי אין קרית יואל, וויליאמסבורג , בארא פארק אדער לאנדאן...!
זונטאג אקטאבער 28, 2018 10:30 pm#415526
מזל טוב רב הגון לרהל הגון מזל טוב מזל טוב יאריך עמים על ממלכתו עד נצח אמן כן יהי רצון
מאנטאג אקטאבער 29, 2018 10:56 am#415543
ליפא האט געשריבן:
IMG_20181028_163627_542.jpg

פארוואס איז רב כץ פון פלעטבוש דארט?
ער זיצט די ערשטע
מאנטאג אקטאבער 29, 2018 11:25 am#415548
סקרן האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:
IMG_20181028_163627_542.jpg

פארוואס איז רב כץ פון פלעטבוש דארט?
ער זיצט די ערשטע

ער איז א שוואגער מיט ר' משה מנחם
מאנטאג אקטאבער 29, 2018 11:35 am#415551
ימים ידברו האט געשריבן:מזל טוב רב הגון לרהל הגון מזל טוב מזל טוב יאריך עמים על ממלכתו עד נצח אמן כן יהי רצון

ימים ידברו: ווען דו ביסט נישט אזא געמיינער לץ זדון, וואלט איך געזאגט א שבח אויף דיר אז דו ביסט סתם אן עם הארץ. אדער אז דיין קי (תרתי משמע. או משמש בד' לשונות) באורד איז צובראכן. אבער אזוי ווי מיר קענען דיך אלס איינער וואס זאגט אמת ווען ער זאגט (אויב ער זאגט) ווידוי, גלייב מיר דיר נישט קיין איין ווארט. אפשר אזוי ווי בלעם האט געביללט. (אט פאר דעים האט ער דאך געהייסן בילעם.). וואס די גמ' זאגט..."כולן נתהפכו לרעה, חוץ מ'מה טובו אוהליך "יעקב...!
מאנטאג אקטאבער 29, 2018 1:25 pm#415557
בערלע וואס איז די רוגזה? ספריידט מיך באמת! ער איז באמת פאסיג פאר קהלת סאטמאר מהר"א זייענדיג א שיינע בעל הוראה! א כמעשה רעדנער! א פיינע איד נח לשמים ונח לבריות! סוועט זיין א כבוד פאר די קהלה האבענדיג א מעסיגער רב נישט א שארפער נישט א שרייער א סאלידער א באזעצנער וואס איז דיין רוגזה?
מאנטאג אקטאבער 29, 2018 2:14 pm#415562
berlbalaguleh האט געשריבן:ברוך הטוב והמטיב: פאר די גוטע בשורה. ס'איז ממש מקוים געווארן דער פסוק ..."בשורה טובה תדשן עצם"...ערשטנס איז לאנדאן לגבי אויסטראליע ממש אין שכינות. אזוי ווי מאנטריאל. אויך די התמנות לאב"ד דק"ק סאטמאר (מהר"א) לאנדאן איז זייער א וויכטיגער פאסטן פון אלע זייטן.מהר"א שליט"א איז דער ריכטיגער מנהיג וועלכער ווייסט וויאזוי אויפצובויען זיין קהילה. בטוב טעם ודעת. בעת געוויסע אנדערע חלקים פון דעם חסידות/קהילה זענען פארנומען מיט קריגן זיך און דן זיין אין קאנספיראציעס, בויעט מהר"א שליט"א בעז"ה אויף זיין קהילה קדושה. סיי אין קרית יואל, וויליאמסבורג , בארא פארק אדער לאנדאן...!


ביטע נישט פארגעסן בני ברק
מאנטאג אקטאבער 29, 2018 2:16 pm#415564
וואס וועט זיין מיט אוסטראליע, זיי בלייבן דאך כצאן אשר אין להם רועה.
מאנטאג אקטאבער 29, 2018 2:32 pm#415568
אישתישבי האט געשריבן:וואס וועט זיין מיט אוסטראליע, זיי בלייבן דאך כצאן אשר אין להם רועה.

ס'איז נאך אוועלעבל פאר ימים. הלואי לאזט ער אונז איבער און נעמט זיך צו זייערע ביינער...
מאנטאג אקטאבער 29, 2018 8:18 pm#415601
איסר האיטלקי: דער טמא'נער אינטערנעט און קאווע שטיבל ארבעט אין אויסטראליע אויך...!
מאנטאג אקטאבער 29, 2018 8:31 pm#415602
berlbalaguleh האט געשריבן:איסר האיטלקי: דער טמא'נער אינטערנעט און קאווע שטיבל ארבעט אין אויסטראליע אויך...!

אויב 'גואנטומאלע' האט אמבאסאדארן דא, וועט זיין פון אוסטראליע אויך...
דינסטאג אקטאבער 30, 2018 4:13 am#415620
בחצרות סאטמאר:

לראשו עטרת פז:
הגה"צ המפו' רבי משה מנחם ווייס שליט"א
געקרוינט אלס רב דקהלתינו הק' בלאנדאן

מיט גרויס פרייד האבן אנ"ש איבער דער גארער וועלט, ובפרט אנ"ש תושבי לאנדאן, אויפגענומען די בשורה מרינה, איבער דעם התמנות פון הגה"צ המפורסם, מעוז ומגדל, תל תלפיות שכל פיות אליו פונים, ר' משה מנחם ווייס שליט"א, וועלכער איז נתמנה געווארן דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אלס רב אבדק"ק דקהלתינו הק' אין לאנדאן, לפאר ולרומם את קרן קהלתינו הק' לשם ולתהלה.
דער חשוב'ער רב הגה"צ ר' משה מנחם שליט"א איז נודע בשערים אלס איינער פון די גדולי הרבנים אין די שטאט בארא פארק, וואו ער איז שוין לאנגע יארן מכהן פאר אלס דומ"ץ דק"ק פאפא אין די שטאט, און איז שטארק נערץ ומכובד ביי אלע שיכטן און קרייזן, ובפרט האט ער שוין לאנגע יארן א נאנטן קשר מיט כ"ק מרן רבינו שליט"א, שטייענדיג אין כסדר'דיגן פארבינדונג מיטן רבי'ן שליט"א איבער פארשידענע עניני הכלל והפרט, להגדיל קרן התורה, כשרות וצניעות בקרב מחנינו.
דער רב שליט"א איז דער זון פון הגה"צ ר' יעקב ווייס זצ"ל פיליעריגער ר"י בישיבת פאפא, שוואגער מיט הגה"ק בעל ויחי יוסף מפאפא זצ"ל. ר' יעקב איז געווען גאר נאנט מיט מרן רביה"ק הברך משה זי"ע נאך אין די פריערדיגע יארן, ובפרט אין די יארן גלייך נאכ'ן גרויסן חורבן פון די צווייטע וועלט קריג, ווען ער האט אסאך ארויסגעהאלפן דעם רבי'ן זצ"ל מיט פארשידענע ענינים.
אין די לעצטע חדשים איז קהלתינו הק' געווען שטארק אינסרומענטאל מיטן זוכן א פאסיגן איש על העדה אויף די ארטיגע קהלה, נאכדעם וואס דער פריערדיגער רב הגה"צ ר' יוסף בנימין הלוי וואזנער שליט"א איז פארבעטן געווארן דורך אביו הגה"צ ר' חיים מאיר שליט"א גאב"ד זכרון מאיר, צו קומען קיין בני ברק, לעמוד לימינו בהנהגת הישיבה "חכמי לובלין".
דורכאויס די גאנצע צייט איז די הנהלת הקהלה אין לאנדאן כסדר געשטאנען אין נאנטן פארבינדונג מיט כ"ק מרן רבינו שליט"א איבער אלע פרטים, און אצינד האט מען בפקודת הקודש פון רבי'ן שליט"א אויפגענומען הגה"צ ר' משה מנחם שליט"א אלס רב אבדק"ק פון קהלתינו הק' אין לאנדאן, וואו ער וועט ממשיך זיין בהנהגת העדה, און פארשיינען די קהלה בפרט און די שטאט לאנדאן בכלל, מיט זיין גדלות בתורה וחסידות.
דער מעמד התמנות איז אפגעראכטן געווארן היינט זונטאג מיטאג-צייט בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין קרית יואל. לרגל דעם התמנות איז ספעציעל געקומען צו פארן פון לאנדאן דער ראה"ק דקהלתינו הק' הרבני הנגיד הטפסר המרומם מוה"ר אשר זעליג לעוו הי"ו, און נאך חשוב'ע פערזענליכקייטן מראשי ועסקני קהלתינו הק'.
צו די באשטימטע צייט האבן זיך פארזאמעלט ביים רבי'ן שליט"א די נכבדי הקהלה, אין שפיץ פון הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א, בני וחתני כ"ק מרן רבינו שליט"א הנגידים החשובים ראשי קהלתינו הק' פון קרית יואל און נאך אין שפיץ פון דעם לאנדאנער ראה"ק ר' אשר לעוו הי"ו, ולידם דער נייער רב הגה"צ ר' משה מנחם שליט"א ויוצ"ח החשובים שליט"א, צוזאמען מיט א חשוב'ע דעלעגאציע פון דייני ראשי ופני ק"ק פאפא וואס זענען ספעציעל געשיקט געווארן צו דעם מעמד דורך כ"ק האדמו"ר מפאפא שליט"א, ובראשם בנו הגדול הגה"צ ר' מאיר גרינוואלד שליט"א דומ"ץ פאפא און נאך.
במשך די גאנצע צייט האט מען געזינגן הערליכע ניגונים, און מ'האט גלייך אין אנהייב געהערט די התרגשות'דיגע ווערטער פון הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו, וועלכער האט ארויסגעברענגט די שמחה פון די קהלה אז מען איז ב"ה זוכה אויפצונעמען אזא חשוב'ן רב לעמוד ולשרת בשם ה'.
דאן האט מען געהערט די דברי פי חכם חן פונעם נייעם רב הגה"צ ר' משה מנחם שליט"א, וועלכער האט בין הדברים גאר פאסיג נאכגעזאגט א הערליכן חתם סופר, אויף דעם וואס מיט א שינוי השם איז מען זוכה צו א געוואלדיגן התעלות, און האט ארויסגעברענגט זיין האפענונג צו קענען צושטיין לימין קדשו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אנצופירן מיט די הייליגע קהלה אין לאנדאן.
נאכ'ן ממשיך זיין מיט ניגוני שמחה, האט מען פארגעשטעלט דעם שטר רבנות וואס איז אונטערגעשריבן געווארן דורך די ראשי קהלתינו הק' אין לאנדאן, אויף וועלכן מרן רבינו שליט"א האט צוגעשריבן בכתי"ק ברכת קדשו און דערויף צוגעלייגט חתימת ידו. דער ראה"ק הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו האט פארגעליינט דעם שטר רבנות, און מ'האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה.
דאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן דעם דבר ההתמנות פון כ"ק מרן רבינו שליט"א. דער רבי שליט"א האט זיך געשטעלט אויף די פסוקי פרשת השבוע, פון דעם שליחות וואס אברהם אבינו האט געשיקט אליעזר צו זוכן א שידוך פאר יצחק, און דאס אויסגעטייטשט בדרך אגדה, אז דער כח פון אלע רבנים במשך הדורות, איז געווען פון דעם כח המשלח פון די פריערדיגע צדיקים, וואס ווערט נמשך ביז משה רבינו ע"ה, וואס דאס באגלייט יעדן רב עד סוף כל הדורות, וואס נאר אזוי האט מען א כח צו קענען מרים זיין דעם קרן התורה והיהדות.
דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז ס'איז א פרייליכער טאג ווען דער חשוב'ער דיין דק"ק פאפא ווערט אויפגענומען אלס רב פון קהלתינו הק' אין לאנדאן, וואס די קהלה איז נתייסד געווארן דורך מרן רביה"ק זי"ע וואס האט אראפגעלייגט די יסודות ווי אזוי די קהלה דארף זיך פירן. דאס איז ווייטער נמשך געווען דורך מרן אביו רביה"ק הברך משה זי"ע וואס האט אזויפיל כוחות אריינגעלייגט פאר די הצלחה פון די קהלה, און זייערע כוחות וועט ווייטער באגלייטן דעם נייעם רב וואס מ'נעמט אויף, א רב וואס איז פקיע שמי' מיט זיין גדלות בתורה ובצדקות, און האט זוכה געווען מעמיד צו זיין חשוב'ע תלמידים מורי הוראה מובהקים, א רב וואס הכל מודים אז ער איז ראוי לאותו איצטלא, וועט זיכער די גרויסע זכותים פון מרנן רבוה"ק אים באגלייטן צו קענען פירן די קהלה על מי מנוחות מיט סייעתא דשמיא און הצלחה.
דערביי האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט לשבח די חשוב'ע קהלה אין לאנדאן וואס איז אהערגעשטעלט אויף אזא שיינעם פארנעם, סיי די קהלה, און סיי די מוסדות, די תלמוד תורה, די ישיבה און די מיידל שולע, וואס זענען אלע נודעים לשם ולתהלה מיט די שטארקע כוחות וואס מ'לייגט אריין, אדאנק די געטרייע ראשי הקהלה והמוסדות וואס האבן נאר דעם איינעם ציל צו פירן די קהלה און די מוסדות אויף דעם אופן ווי עס פירט זיך ב"ה, און מיטן אויפנעמען דעם נייעם רב, וועט מען אי"ה מצליח זיין צו גיין מעלה מעלה, ולמעלה אין להם שיעור, צו קענען נאך סאך מער טון און אויפטון, ביז מ'וועט בקרוב זוכה זיין צו גיין קעגן דעם גואל צדק בב"א.
דער רבי שליט"א האט דערנאך געטרונקן לחיים און געוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן נייעם רב שליט"א און פאר די ראשי הקהלה, ווי אויך א ברכה פאר'ן גאנצן ציבור אנ"ש תושבי לאנדאן, וועלכע האבן מיטגעהאלטן דעם מעמד דורך א טעלפאנישן פארבינדונג, זייענדיג פארזאמעלט אין ביהמ"ד הגדול דקהלתינו הק' אין לאנדאן.
אין די נאנטע וואכן וועט דער רב שליט"א אנקומען צום ערשטן מאל אויף א באזוך ביי די חברי הקהלה אין די שטאט, און דערנאך וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן דער גרויסער מעמד ההכתרה פונעם רב שליט"א, ביים געהויבענעם באזוך פון כ"ק מרן רבינו שליט"א קומענדיגן שב"ק פרשת ויגש הבעל"ט.
עס איז דער וואונטש פון אנ"ש אומעטום אז דער נייער רב שליט"א זאל מצליח זיין בכל דרכיו, צו קענען פירן די קהלה על מי מנוחות עדי נזכה לקבל פני משיח צדקינו בב"א.
-לחן ולכבוד צבי תפארה, אומתו לו עטרה עטרה-
דינסטאג אקטאבער 30, 2018 2:45 pm#415670
איך פארשטיי נישט דעם הרב וייס
ער נעמט אן א רבנות פאסטן איינער ער גייט אראפ זען מיט די אייגענע אויגן פון וואס מען רעדט?
דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:00 pm#415673
פאר א סיבה רופט מען אים 'פאפא דיין'...
דינסטאג אקטאבער 30, 2018 8:42 pm#415712
לחיים ולברכה האט געשריבן:איך פארשטיי נישט דעם הרב וייס
ער נעמט אן א רבנות פאסטן איינער ער גייט אראפ זען מיט די אייגענע אויגן פון וואס מען רעדט?

לחיים ולברכה: דער שולחן ערוך איז די זעלבע דא ווי אין לאנדאן אדער קרית יואל...!
דינסטאג אקטאבער 30, 2018 9:27 pm#415713
איסר האטלקי האט געשריבן:פאר א סיבה רופט מען אים 'פאפא דיין'...


צו אוסטרליה איז ער געפארען, און ער האט אפגעזאגט, האט מען אין לאנדאן זיכער געמאכט אז עס ער קומט נישט.
דינסטאג אקטאבער 30, 2018 9:30 pm#415714
אישתישבי האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:פאר א סיבה רופט מען אים 'פאפא דיין'...


צו אוסטרליה איז ער געפארען, און ער האט אפגעזאגט, האט מען אין לאנדאן זיכער געמאכט אז עס ער קומט נישט.

ער איז געפארן למעשה אויף אוסטראליע עס אויסצוטשעקן?
דינסטאג אקטאבער 30, 2018 9:33 pm#415715
Re: הגה"צ ר' משה מנחם ווייס אויפגענומען פאר אב"ד סאטמאר לאנד
ער איז נישט געפארן למעשה אויף אוסטראליע
דינסטאג אקטאבער 30, 2018 9:38 pm#415717
Re: הגה"צ ר' משה מנחם ווייס אויפגענומען פאר אב"ד סאטמאר לאנד
יודעי דבר זאגן אז די גאנצע אסטראליע מעשה איז נאר געווען א שפיל כדי די לאנדאנער זאלן איהם כאפן. עס איז נישט געווען קיין הוה אמינא אז ער גייט אהין.
מיטוואך אקטאבער 31, 2018 1:27 am#415725
נעגעל וואסער האט געשריבן:יודעי דבר זאגן אז די גאנצע אסטראליע מעשה איז נאר געווען א שפיל כדי די לאנדאנער זאלן איהם כאפן. עס איז נישט געווען קיין הוה אמינא אז ער גייט אהין.

יודעי דבר...
לאל.
מיטוואך אקטאבער 31, 2018 8:51 am#415730
Re: הגה"צ ר' משה מנחם ווייס אויפגענומען פאר אב"ד סאטמאר לאנד
berlbalaguleh האט געשריבן:
לחיים ולברכה האט געשריבן:איך פארשטיי נישט דעם הרב וייס
ער נעמט אן א רבנות פאסטן איינער ער גייט אראפ זען מיט די אייגענע אויגן פון וואס מען רעדט?

לחיים ולברכה: דער שולחן ערוך איז די זעלבע דא ווי אין לאנדאן אדער קרית יואל...!
די פינפטע חלק איז אינגאנצן אנדערש...

Sent from my LGLS991 using Tapatalk
מיטוואך אקטאבער 31, 2018 1:35 pm#415754
יעלה ויבוא: ניין. ווער ס'האט די פינפטע און די זעקסטע, האט עס סיי אין אויסטראליע אדער אין לאנדאן...!
מיטוואך אקטאבער 31, 2018 1:42 pm#415756
איין זאך
די לאנדענע רבנות איז עפעס נישט איי איי איי... די רבנים האלטן זיך נישט דארט צו לאנג
יעצט וואס גייט רבי ווייס טוהן אויב סארבעט זיך נישט אויס און סקלאפט נישט
צוריק קיין פאפא גייט ער נישט
קען נישט זאגו אז זיין טאטע רופט איהם ווי וואזנער :D

זאל ער נאר האבן הצלחה
ביי
מיטוואך אקטאבער 31, 2018 2:21 pm#415764
לך לך האט געשריבן:איין זאך
די לאנדענע רבנות איז עפעס נישט איי איי איי... די רבנים האלטן זיך נישט דארט צו לאנג
יעצט וואס גייט רבי ווייס טוהן אויב סארבעט זיך נישט אויס און סקלאפט נישט
צוריק קיין פאפא גייט ער נישט
קען נישט זאגו אז זיין טאטע רופט איהם ווי וואזנער :D

זאל ער נאר האבן הצלחה
ביי


אויב די רבנות איז אזוי שלעכט דארט וואלט נישט רב וואזנער געשיקט זיין זוהן אהין
דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 2:37 am#415847
לך לך האט געשריבן:איין זאך
די לאנדענע רבנות איז עפעס נישט איי איי איי... די רבנים האלטן זיך נישט דארט צו לאנג
יעצט וואס גייט רבי ווייס טוהן אויב סארבעט זיך נישט אויס און סקלאפט נישט
צוריק קיין פאפא גייט ער נישט
קען נישט זאגו אז זיין טאטע רופט איהם ווי וואזנער :D

זאל ער נאר האבן הצלחה
ביי

לך לך: הרב משה מנחם ווייס שליט"א קען נישט זאגן אז זיין טאטע רופט איהם. ווייל ער איז שוין לאנג צוריק געגאנגען אין גן עדן העליון. ר'איז שוין געווען אן אלטער איד ווען איך האב געלערנט אין פאפא ישיבה...!
דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 5:54 am#415848
קאצקע ציקער האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:איין זאך
די לאנדענע רבנות איז עפעס נישט איי איי איי... די רבנים האלטן זיך נישט דארט צו לאנג
יעצט וואס גייט רבי ווייס טוהן אויב סארבעט זיך נישט אויס און סקלאפט נישט
צוריק קיין פאפא גייט ער נישט
קען נישט זאגו אז זיין טאטע רופט איהם ווי וואזנער :D

זאל ער נאר האבן הצלחה
ביי


אויב די רבנות איז אזוי שלעכט דארט וואלט נישט רב וואזנער געשיקט זיין זוהן אהין

ווען איך האב אזא זון שיק איך אים אויך... למעשה האט ער זיך שטארק געבויט דארט, ער איז קוים געווען דארט און צוריקגעקומען מחשובי הרבנים בארה''ק...
דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 5:57 am#415849
שמעתי אז ביים אסיפה מיט די ראשי קהילה איידערן התמנות האט רי''ב וואזנער געפרעגט אויב מען וויל אז ער זאל אנטון ווייסע זאקן אויף יעדן שבת ווייל אויב זיי ווילן האט ער נישט קיין פראבלעם אנצוטון, האט אים רק ישעי' וואלף ע''ה געזאגט אז ווייסע זאקן מאכט נישט אויס ביי אים, אבער ער קען באשטיין אז ער זאל ענדערש טוישן צו א פלאטשיגן הוט....
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 8:56 pm#416983
הער איך אז הרה''ג ר' שלמה קאהן מירושלים פארט אהין אויף פראבע. ער איז א עקסעלענט טשויס מיין איך.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 9:42 pm#416991
.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 10:30 pm#417006
ר' שלמה פארט קיין מעלבארן. אנטשולדיגט פאר די צימישעניש.
מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 12:54 pm#417052
איך אויך האט געשריבן:הער איך אז הרה''ג ר' שלמה קאהן מירושלים פארט אהין אויף פראבע. ער איז א עקסעלענט טשויס מיין איך.


מי הוא זה ואיזהו?
זונטאג דעצעמבער 02, 2018 5:59 am#417693
הרב שלמה קאהן איז געוועהלט געווארן פאר רב אין אוסטראליע
135 יא
0 ניין
Cp
זונטאג דעצעמבער 02, 2018 7:21 am#417695
0 ניין?!?!

רוב קהילה האט אים נישט אויפגענומען. זיי זענען מסתמא נישט גערופן געווארן צו די בחירות בכלל.... נאר די בעלזע און אפאר יעקעס האבן אים געשטיצט.

#נאך א מחלוקה, ובכן צדיקים...
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:29 am#417762
ביז געציילטע וואכן גייט זיין א פרישע קהילה אין מעלבאורן, די עלטערן פון ת"ת דברי אמונה בראשות הרב כ"ץ - חדב"ן דער רב הגר"א בעק זצ"ל. דאס קומט נאך וואס רוב מנין ובנין פון מעלבאורן האבן נישט מסכים געווען צום התמנות פונעם נייעם רב דקהל עדצת ישראל.

די עסקנים פון ק"ק מעלבארן זיצן אין די טעג מיט גדולי הרבנים פון איבער די וועלט, איבערצוגיין די אפציעס און נעמען באלדיגע שריט.
דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 2:25 am#417892
סע דרייט זיך א קליפ ווי דער גאנצע קהילה פראטעסירט אנטקעגן עפעס א קנאקער, סיז הויך יו"ט דארט.