Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הגה"צ ר' משה מנחם ווייס אויפגענומען פאר אב"ד סאטמאר לאנדאן

הגה"צ ר' משה מנחם ווייס אויפגענומען פאר אב"ד סאטמאר לאנדאן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
128 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 177 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12450
דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 8:25 am#417901
בלויע רעקל האט געשריבן:סע דרייט זיך א קליפ ווי דער גאנצע קהילה פראטעסירט אנטקעגן עפעס א קנאקער, סיז הויך יו"ט דארט.

עי' בצימעס.

ער פרעדיגט אז מ'זאל שלום מאכן, יענס איז שוין נאכן הכתרה פון הרב קאהן.
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 12:52 am#418764
האדמו''ר מהר''א געפינט זיך יעצט אין לאנדאן לרגל דעם גרויסן ''שבת הכתרה'' פון הגרמ''מ ווייס פאר אב''ד סאטמאר לאנדאן. מוצאי שבת האט געדארפט פארקומען דעם פרעכטיגן מעמד הכתרה, אבער....

אין א לעצט מינוטיגע דראמאטישע געשעעניש איז מען געוואויר געווארן אז דער ניי-אויפגענומענער רב וועט נישט פארן אויף שבת קיין לאנדאן צו זיין אייגענעם הכתרה. דער מעמד איז שנעל פארטוישט געווארן מיט א הכנסת ספר תורה.

פרטים יבואו
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 1:31 am#418769
סמיינט נישט גארנישט.
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 1:40 am#418771
איינער האט געזאגט אז עפעס דארף מיינען עפעס?

כ'האב פארציילט א שיין שטיקל נייעסל.
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 1:54 am#418773
האסט געשריבען דראמאטיש און פרטים יבואו וואס געבען די איינדרוק אז דא קומט א אויפרייס
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 7:24 am#418785
דראמאטיש איז עס, און כלל ישראל ווארט אויף פרטים איבער די מעמד הכתרה, וואס שטומט נישט?
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 8:12 am#418786
Re: הגה"צ ר' משה מנחם ווייס אויפגענומען פאר אב"ד סאטמאר לאנד
וואס איז פשט? ער האט באקומען קאלטע פיס, אדער עפעס א זייטיגע סיבה?
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 10:07 am#418794
איסר האטלקי האט געשריבן:האדמו''ר מהר''א געפינט זיך יעצט אין לאנדאן לרגל דעם גרויסן ''שבת הכתרה'' פון הגרמ''מ ווייס פאר אב''ד סאטמאר לאנדאן. מוצאי שבת האט געדארפט פארקומען דעם פרעכטיגן מעמד הכתרה, אבער....

אין א לעצט מינוטיגע דראמאטישע געשעעניש איז מען געוואויר געווארן אז דער ניי-אויפגענומענער רב וועט נישט פארן אויף שבת קיין לאנדאן צו זיין אייגענעם הכתרה. דער מעמד איז שנעל פארטוישט געווארן מיט א הכנסת ספר תורה.

פרטים יבואו


דער שבת איז געווען געפלאנט און מפורסם נאך פאר מען האט געוויסט פון א ההכתרה
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 10:07 am#418795
נעגעל וואסער האט געשריבן:וואס איז פשט? ער האט באקומען קאלטע פיס, אדער עפעס א זייטיגע סיבה?


ער דארף דארך גייען א פראסידזשער אויפן הארץ.
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 12:28 pm#418822
ברוך השם איין סאטמאר רב מיט א הארטץ!
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 1:19 pm#418823
אפשר די פאפאנא לאזן איהם נישט פארן...? :roll:
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 2:02 pm#418825
לך לך האט געשריבן:אפשר די פאפאנא לאזן איהם נישט פארן...? :roll:

ניין, סארי אבער סקומט נישט קיין דזשוסי גאסיפ
די פאפא האבען שוין א גאר פאסיגע קאנדידאט פאר די דיינות אין ב"פ
ער הייסט גרינוואלד אדער איז א משפחה מיט גרינוואלד.
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 2:33 pm#418830
נישט א דיין האבן זיי, נאר א רב, אויפן וועמען זיי קוקן שוין ארויס א לענגערע צייט, הגה''צ ר' לוי יצחק גרינוואלד שליט''א, חדב''ן כ''ק אדמו''ר מבורשטין שליט''א.

בהשגחה פרטית איז דער צוקונפטיגער רב געבוירן געווארן ביים פאפא רעביצין, און נאר אזוי האט מען זיך דערוואוסט איבער דעם גרויסן אור וואס וועט בעז''ה פירן די קהילה על מי מנוחות. ווען נישט וואלטן זיי געדארפט העקען די אוסטראלישע קהילה אימעיל צו גנב'נען א קאנדידאט.
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 3:11 pm#418835
ס'איז א שיינע זאך אז מטוישט אויף א סוקסעספולע דיין מיט א אייגענע זון. בפרט אז ער הייסט גרינוואלד און ער וואוינט נאך איןצבארא פארק, איז דאך דאס ממש פאסיג.
נישט אומזינסט האט רעב אהרן (אליינס א וועלט'ס חכם) מגדיר געווען די גאנצע סיטואציע אין איין סטעיטמענט: פאפא רב זאגט זייער א קלוגע זאך.
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 3:35 pm#418836
איז דער 'צוקונפטיגער רב געבוירן געווארן ביים פאפא רעביצין' א לייטישער בחור?
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 3:50 pm#418838
מיינסט די בורשטינער האט אים עפעס סתם אזוי גענומען אלץ איידעם?
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 6:58 pm#418867
מען גייט צו מען האט אים געלייגט לעצטענס א טאוב פארן הארץ בעצת זיין דאקטאר זאל ער נישט פליען אויף א עראפלאן יעצט. ער וועט אי"ה פארן בקרב הימים און פירן על מי מנוחות עד ביאת משיח
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 8:59 pm#418896
פיינע קאווע האט געשריבן:מען גייט צו מען האט אים געלייגט לעצטענס א טאוב פארן הארץ בעצת זיין דאקטאר זאל ער נישט פליען אויף א עראפלאן יעצט. ער וועט אי"ה פארן בקרב הימים און פירן על מי מנוחות עד ביאת משיח

ביסט זיכער אז ער גייט אונז פירן קעגן משיח??

כ'האב מיך שוין געלאזט נארן צופיל מאל, ביי מהרנ''ץ פון באבוב, ברך משה מסאטמאר, וויזשניצער רבי. איך וויל נישט נאכאמאל בלייבן אויסגעשפילט!
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:02 pm#418897
לך לך האט געשריבן:איז דער 'צוקונפטיגער רב געבוירן געווארן ביים פאפא רעביצין' א לייטישער בחור?

פערצופאל האט ער פיינע קינדער, איך קען דריי פון זיי, פאפא מאנסי, חדב''ן בורשטין און איינער אן איידעם ביי הגר''א הלברשטאם רב דקהל מנחת חינוך, אלע זענען גאר חשובע אינגעלייט, דער איידעם ביי הלברשטאם איז א מתמיד עצום, כ'ווייס נישט אויב בארא פארק האט נאך 10 אזעלכע מתמידים.
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 10:09 pm#418925
איסר האטלקי האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:איז דער 'צוקונפטיגער רב געבוירן געווארן ביים פאפא רעביצין' א לייטישער בחור?

פערצופאל האט ער פיינע קינדער, איך קען דריי פון זיי, פאפא מאנסי, חדב''ן בורשטין און איינער אן איידעם ביי הגר''א הלברשטאם רב דקהל מנחת חינוך, אלע זענען גאר חשובע אינגעלייט, דער איידעם ביי הלברשטאם איז א מתמיד עצום, כ'ווייס נישט אויב ברוקלין האט נאך 10 אזעלכע מתמידים.
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 11:11 pm#418931
איסר האטלקי האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:איז דער 'צוקונפטיגער רב געבוירן געווארן ביים פאפא רעביצין' א לייטישער בחור?

פערצופאל האט ער פיינע קינדער, איך קען דריי פון זיי, פאפא מאנסי, חדב''ן בורשטין און איינער אן איידעם ביי הגר''א הלברשטאם רב דקהל מנחת חינוך, אלע זענען גאר חשובע אינגעלייט, דער איידעם ביי הלברשטאם איז א מתמיד עצום, כ'ווייס נישט אויב בארא פארק האט נאך 10 אזעלכע מתמידים.


פערצופאל מיין פיס...
פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 12:47 am#418934
דיין פיס האט אויך פיינע קינדער?
פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 1:18 pm#418957
קאצקע ציקער האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:איז דער 'צוקונפטיגער רב געבוירן געווארן ביים פאפא רעביצין' א לייטישער בחור?

פערצופאל האט ער פיינע קינדער, איך קען דריי פון זיי, פאפא מאנסי, חדב''ן בורשטין און איינער אן איידעם ביי הגר''א הלברשטאם רב דקהל מנחת חינוך, אלע זענען גאר חשובע אינגעלייט, דער איידעם ביי הלברשטאם איז א מתמיד עצום, כ'ווייס נישט אויב נארט אמעריקע האט נאך 10 אזעלכע מתמידים.

(נישט קיין וויץ, איך קאן איהם)
פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 4:38 pm#418970
ריכטיג האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:איז דער 'צוקונפטיגער רב געבוירן געווארן ביים פאפא רעביצין' א לייטישער בחור?

פערצופאל האט ער פיינע קינדער, איך קען דריי פון זיי, פאפא מאנסי, חדב''ן בורשטין און איינער אן איידעם ביי הגר''א הלברשטאם רב דקהל מנחת חינוך, אלע זענען גאר חשובע אינגעלייט, דער איידעם ביי הלברשטאם איז א מתמיד עצום, כ'ווייס נישט אויב כל העולם כולו האט נאך 2 אזעלכע מתמידים.

כ'מיין די בילדער מאגאזין...
פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 4:41 pm#418971
די מתמיד פון "כל העולם כולו" איז נישט קיין צו חשוב'ע טיטל..
דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 11:43 am#419238
אוהב ספרים האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:האדמו''ר מהר''א געפינט זיך יעצט אין לאנדאן לרגל דעם גרויסן ''שבת הכתרה'' פון הגרמ''מ ווייס פאר אב''ד סאטמאר לאנדאן. מוצאי שבת האט געדארפט פארקומען דעם פרעכטיגן מעמד הכתרה, אבער....

אין א לעצט מינוטיגע דראמאטישע געשעעניש איז מען געוואויר געווארן אז דער ניי-אויפגענומענער רב וועט נישט פארן אויף שבת קיין לאנדאן צו זיין אייגענעם הכתרה. דער מעמד איז שנעל פארטוישט געווארן מיט א הכנסת ספר תורה.

פרטים יבואו


דער שבת איז געווען געפלאנט און מפורסם נאך פאר מען האט געוויסט פון א ההכתרה

גערעכט.

דער שבת איז געווען געפלאנט לכבוד חנוכת ה''היכל התורה החדש''.
זונטאג מאי 19, 2019 10:20 am#430725
הגה"צ ר' משה מנחם ווייס איז יעצט אין לאנדאן אויף א באזוך
מיטוואך אקטאבער 30, 2019 10:52 pm#437719
Re: הגה"צ ר' משה מנחם ווייס אויפגענומען פאר אב"ד סאטמאר לאנד
איינער האט מיר געשיקט א רעקארדינג פון א הספד וואס ער האט געזאגט אויף א אינגע מאמע וואס האט איבערגעלאזט 7 קליינע קינדער רח"ל, שוין לאנג נישט געהערט אזא הארץ רייסענדע הספד, עס האט מיר געקאסט א שיינע פאר טרערן. צווישן אלע אנדערע מספידים האט ער גערעדט זייער צו דער זאך.