דינסטאג מאי 15, 2018 7:35 pm#402756
מסתמא איז עס אמת, ס'מאכט אסאך סענס, און איך זעה נישט פארוואס נישט.
נקודת-אמת האט געשריבן:ידוע (איך וועל פראבירן טרעפן א מקור מוסמך)
אז ווען דער רב ז"ל איז אנגעקומען קיין ירושלים, האבן די נקיי הדעת ארויסגעקומען לקראתו און עם געזאגט
אז זיי ווילן זיך בייגן אונטערן מרות פון מרן-זצ"ל, אבער זיי האבן 2 תנאים,
1 ער זאל זיך אנטוהן די לבוש (וואס זיי האבן געהאט מיט געברענגט א מתנה פאר'ן רב)
2 ער זאל מיט גיין מיט די מערכה קעגן ציונים און די אגודה, ווי דער רוב אין עדה"ח האט באשלאסן,
דער רב האט גענומען די מתנה און האט זיי געענטפערט אז ער דארף קלערן וועגן דעם, און זיי זאלן צוריק-קומען שפעטער וועט ער זיי געבן א תשובה,
ווען זיי זענען צוריק צו איהם, האט ער זיי געפרעגט וואסארא-טעם האט אזא סארט מקבל-מרות-זיין ווען מ'פאדערט תנאים פונעם רב?
און האט זיך עפעס אויסגעדרוקט אז ער (דער רב-ז"ל) האלט נאך נישט אינגאנצן ביים מקבל מרות זיין פון זיי (די-ירושלים'ע נקיים מדעת...)
די ווייסען קאפטן האבן זיי איבערגעלזט פאר'ן רב, און ס'איז טאקע דא עפעס א בילד וואו מ'זעהט דעם רב אנגעטוהן מיט'ן קאפטן
(דאכט-זיך די בילד איז פון מצות באקן)
פאר סידור קידושין, ביידעס מאל, האט ער גענוצט הרב הרצוג, דוכט זיך. זיין צווייטע ווייב איז טאקע א ירושלימ׳ער געווען. די דריטע ווייס איך נישט. ווי האט זי געוואוינט פאר׳ן חתונה?רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פארוואס זאלן זיי זיין בייז אז ער וואוינט נישט אין ירושלים? און פארוואס פונקט אויף איהם? כמעט אלע רביס האבן דאן געוואוינט אין תל אביב
קפה נמס האט געשריבן:ווער איז געווען די צווייטע ווייב?
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=336225#p336225קפה נמס האט געשריבן:ווער איז געווען די צווייטע ווייב?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=336225#p336225קפה נמס האט געשריבן:ווער איז געווען די צווייטע ווייב?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
קפה נמס האט געשריבן:נקודת-אמת האט געשריבן:ידוע (איך וועל פראבירן טרעפן א מקור מוסמך) אז ווען דער רב ז"ל איז אנגעקומען קיין ירושלים, האבן די נקיי הדעת ארויסגעקומען לקראתו און עם געזאגט, אז זיי ווילן זיך בייגן אונטערן מרות פון מרן-זצ"ל, אבער זיי האבן 2 תנאים, 1 ער זאל זיך אנטוהן די לבוש (וואס זיי האבן געהאט מיט געברענגט א מתנה פאר'ן רב), 2 ער זאל מיט גיין מיט די מערכה קעגן ציונים און די אגודה, ווי דער רוב אין עדה"ח האט באשלאסן,
דער רב האט גענומען די מתנה און האט זיי געענטפערט אז ער דארף קלערן וועגן דעם, און זיי זאלן צוריק-קומען שפעטער וועט ער זיי געבן א תשובה, ווען זיי זענען צוריק צו איהם, האט ער זיי געפרעגט וואסארא-טעם האט אזא סארט מקבל-מרות-זיין ווען מ'פאדערט תנאים פונעם רב? און האט זיך עפעס אויסגעדרוקט אז ער (דער רב-ז"ל) האלט נאך נישט אינגאנצן ביים מקבל מרות זיין פון זיי (די-ירושלים'ע נקיים מדעת...)
די ווייסען קאפטן האבן זיי איבערגעלזט פאר'ן רב, און ס'איז טאקע דא עפעס א בילד וואו מ'זעהט דעם רב אנגעטוהן מיט'ן קאפטן (דאכט-זיך די בילד איז פון מצות באקן)
ענליך פארציילט מען אויף די בריסקער רב זצ"ל אז ער האט זיי געפרעגט פארוואס זיי ווילן אים אויפנעמען אלץ רב, האבן זיי געזאגט ווייל זיי דארפן א "דעת תורה". האט זיי בריסקער רב געזאגט מיין "דעת תורה" איז ענק נאר גוט ווילאנג ס'איז אין איינקלאנג מיט ענקער דעת, די רגע איך זאג איין זאך אנדערש ווי ענק איז אויס "דעת תורה"...
במהלך השיחה סיפר הגר"פ כי לאחר פטירתו של ראב"ד ירושלים רבי פנחס אפשטיין זצ"ל, נשלח אליו מזכיר 'העדה' הרב יוסף שיינברגר בשליחות האדמו"ר מסטמאר כדי לבקשו כי יעלה לארץ ישראל וימלא את תפקיד ראב"ד ירושלים".
במהלך השיחה נראה היה כי הרב שיינברגר יחל לתהות על קנקנו ולבחון את ידיעותיו במכמני התורה. 'ואז', סיפר הגר"פ, 'הניח הרב שיינברגר את השאלה הבאה על השולחן: כיצד יפסוק מע"כ בעניין ההליכה לבחירות. עניתי לו בפשטות: ה'טשעבינער רב' כבר הורה להשתתף בבחירות, אם כן אפסוק כי יש להשתתף בבחירות'.
"הרב שיינברגר הופתע. 'עם פסיקה כזו לא יוכל מע"כ להתמנות לראב"ד ירושלים', אמר. הגר"פ לא התבלבל והשיב בזה הלשון: 'הסכת ושמע ר' יוסל, אתם יכולים להעניק שני דברים לרב העיר בירושלים: כאבי ראש והלוויה של 20 אלף איש. בשניהם אינני חפץ..."
רביה''ק זי''ע #דאס איז שוין א חידוש ווייל ווי איך פארשטיי פון דיין שרייבעריי אין דעם אשכול, און אזוי האב איך אויך פארשטאנען פון א מאחניווקער חסיד, איז נישטא קיין סאך מקורות אז דער פריערדיגער רב האט געהאלטן קעגן אגודה (אויסער סאטמער רב), נאר אזוי ווי דו ברענגסט פון איטשע מאיר אז איינער דארף זיין אינדרויסן, נאר די בעלזער יושבים וואס זענען געווען באוואוסט אין זייער פרומקייט און כאניאקישקייט, זיי האבן געפירט גאר א גרויסן מלחמה אקעגן די אגודה, זעענדיג אין דעם (און לכאו' בצדק) שפיץ מאדערנקייט, אנגעפאנגען ביי די געדאנק קומט פון דייטשע אידן, און בכלל א מסודר'דיגע ארגענעזאציע מיט פראטאקאלן וכו' (יענע צייט איז דאך געווען די צייט פון גרופס און אגודות, אנגעפאנגען ביי די גוים ווי קאמוניזם נאציזם וכו', און אזוי אויך ביי די אידן ציוניזם יישוביסטן וכדו', אז פרומע אידן זאלן אויך מאכן אזא אגודה איז פשוט נאכגעטאנצן די גאס, כמובן).ס'איז נישט קיין שום שאלה אז בעלזא היינט איז אנדערש פון אמאל, ווי א מאכנובקער האט מיר עס אמאל מגדיר געווען, "ס'דא בעלזא פאר תרפ"ז, און ס'דא בעלזא נאך תרפ"ז", דאס זענען צוויי אנדערע עולמות. און די רב האט אליינס געזאגט נאך בחייו פון זיין טאטע אז לגבי די אגודה האלט ער אנדערש פון זיין טאטע. און ער האט אויך געטוישט נאכ'ן קומען קיין ארץ ישראל ווייל ער האט 'איינגעזען דעם אמת', כלשונו. אבער לגבי דער ענין פון קנאות האט די רב קלאר געזאגט אז ער האט עס נישט געזען ביים טאטן.
קפה נמס #נישט געהערט, אבער אויב יא, איז עס א גרויסע מיסטעיק, וויבאלד ווען די אלע רבי'ס און רב'עלעך קומען נישט וואוינען אין ירושלים, וואלט היינט לכאו' כלל ישראל שענער אויסגעזען, כידוע וכמובן (און ווי אין מונקאטש) א רבי אין א שטאט ווי ס'איז דא א רב און א בי"ד איז א רעסעפי פאר א דיזעסטער, בפרט ווען דער רבי האלט זיך נישט ביים צושטעלן צו דער רב און זיין בי"ד, ווען די אלע רבי'ס וואלטן געגאנגען וואוינען אין א צווייטע שטאט, וואלט מען לכאו' געקענט איינשפארן גאר אסאך מחלוקת'ן ביי כלל ישראל די לעצטע אכציג יאר.ס'הייסט אז די קנאים זענען אויך געווען בייז פארוואס בעלזער רב ז"ל איז נישט געקומען וואוינען אין ירושלים. ווי אויך אז ער האט גענוצט די שחיטה (און סידור קידושין) פון די ארטיגע רב פון רבנות אין תל אביב.