Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13

שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12480
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 12:36 pm#410373
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כתב שאינו מתקיים האט נישט קיין קדושה.

רביה"ק: לפענ"ד איז דאס נאר לגבי מחיקת השם. אבער בשעת מ'ליינט עס האט עס יא א קדושה...! ספעציעל ווען ס'איז געשריבן אין כתב אשורית...!
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 2:50 pm#410388
Re: שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13
דער ענין פון א בירור פאר ביאת המשיח אין וואס טייל וועלן נישט זוכה זיין שטייט אין פסוק יחזקאל כ: לח.
וּבָרוֹתִ֣י מִכֶּ֗ם הַמֹּרְדִ֤ים וְהַפּֽוֹשְׁעִים֙ בִּ֔י מֵאֶ֤רֶץ מְגֽוּרֵיהֶם֙ אוֹצִ֣יא אוֹתָ֔ם וְאֶל־אַדְמַ֥ת יִשְׂרָאֵ֖ל לֹ֣א יָב֑וֹא .
חז"ל דרש'ענען טאקע בני ט מדות אבער דאס איז נישט פשוט פשט.
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 6:58 pm#410406
און וואס איז מיט'ן פסוק כי לא ידח ממנו נדח.
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 8:03 pm#410409
די עצם געדאנק צו נעמען פיליפ'ן אויף א אינטערוויו, איז א גוטע, א שטייגער מאיר שילער. אבער ביי מאיר איז געווען חידושים מיט חכמה. דא ביי פיליפ איז גענומען א סארט פיגור און עהם געלאזט זיך מסביר זיין פאר די נייגעריגע יומען פארשער..
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 8:13 pm#410413
קוקי: דו מאכסט מיך לאכן. ווען דו -פארגלייכסט מנשה'לע פיליפ צו מאיר שיללער. מאיר שיללער איז א איד וואס האטציך ארויפגעארבעט מיט די אייגענע כוחות. און דורכאויס זיין גאנץ לעבן זוכט ער ווי ער קען העלפן און אויפטון פאר אנדערע מענטשן. אויף אלע לעוולס. ליין א ביסל זיין היסטאריע. משא"כ מנשה'לע איז א שמאל-קעפיגער מענטשעלע וועלכער ווייסט נאר דעם דרך פון סאטמאר. און דאס אויכעט מיט זייער אן ענגן פערספעקטיוו. און געט גארנישט צו צו די טובה פון די מענטשהייט. סך הכל איז ער נעגאטיוו אין בעסטן פאל. און א דעמאגאג און היפאקריט אין מציאות. שוין אפעגעזעהן פון זיין פארדרייטן און פארקרומטן בליק איבער ציונות און די שיטה...!
דינסטאג אקטאבער 16, 2018 9:48 am#414526
Re: שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13
איך האב יעצט געזען אין מורה נבוכים ח"ב פרק כ"ט, אז די אלע נבואות פון די יום הדין הגדול זענען משלים אויף מלחמות מיט די גוים, ווי די זיגערס וועלען האבען א גרעסערע זון ווי אנדערע, וואס דאס מיינט אז מ׳וועט זיין אזוי פרייליך אזש די זון וועט שיינען מער.
די יום הדין מיינט נישט אז עס קומט איין טאג, און דעמאלס ווערט אלס געפסקנ׳ט, לויט דער רמב"ם. עס מיינט א גרויסע עונש וואס איז אזוי שרעקעדיג ווי א יום הדין הנורא

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג אקטאבער 16, 2018 8:09 pm#414551
וואס איז די חילוק פון מנשה ליסטוג ביז מנשה פליפלאפ, ער מאכט לצנות און לאכט, און ער מאכט לצנות און וויינט....
דינסטאג אקטאבער 16, 2018 8:42 pm#414556
איך כאפ נישט, וועלכע פון די צוויי לאכן נישט?

די חילוק פון תולדות אהרן און תולדות אברהם יצחק: איינער פאפט זיך און איינער פאפט דיך....
דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 8:54 pm#424978
Re: שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13
berlbalaguleh האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כתב שאינו מתקיים האט נישט קיין קדושה.

רביה"ק: לפענ"ד איז דאס נאר לגבי מחיקת השם. אבער בשעת מ'ליינט עס האט עס יא א קדושה...! ספעציעל ווען ס'איז געשריבן אין כתב אשורית...!

אפשר לצדד, לגבי הקורא, דלאונסיה שאני (קידושין לג.). ועיין במשנ״ב סימן פה ס״ק ח.


Sent from my iPhone using Tapatalk