וואס גייט פאר מיט ליפא?
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12518
מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2018 10:35 pm#413364
א שיינע שטריימל זיך איינגעקויפט לכבוד יום טוב.
זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 11:39 am#413393
היכי דמי האט געשריבן:א שיינע שטריימל זיך איינגעקויפט לכבוד יום טוב.
ספאדיק כצ"ל
מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 12:51 pm#413434
און וואס איז מיט די גלעזער זיינע? מאדנע האט נישט קיין שיעור?
און אגב, איך פארליר שוין באלד חשבון פון וויפיל פאר ברילן דער האט האט געטוישט אין די לעצטע פאר יאר, מסתמא עטליכע הונדערט שטיק...

מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 3:11 pm#413438
ביי וועלכע נומבער האסטו אויפגעהערט ציילען
דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 2:58 am#413461
איך מיין די איינציגסטע זאך וואס מען קען זאגען אויף ליפא איז סתם אז ער האט געכאפט א געזינטע 40 פלו אין וויבאלד ער איז אזוי פאפולער האלט עס די גאנצע וועלט מיט
(אגב ווער איז געווען די ערשטע צו כאפען די 40 פלו?
ר' עקיבא)

זונטאג דעצעמבער 09, 2018 6:35 pm#418302
א הערליכע און הארציגע שמועס די וואך אין די עמי מאגאזין מיט ליפא.
איינער האט עס געליינט דא? וואס זאגט דער עולם?

זונטאג דעצעמבער 09, 2018 7:59 pm#418306
היכי דמי האט געשריבן:א הערליכע און הארציגע שמועס די וואך אין די עמי מאגאזין מיט ליפא.
איינער האט עס געליינט דא? וואס זאגט דער עולם?
שיק מיך עס וועל איך עס ליינען
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 9:02 pm#418311
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 3:48 am#418354
אן אפענע בריוו צו ליפא שמעלצער
דורך: ארי ווייזער
געשריבן דורך א שרייבער וואס וויל פארבלייבן אנאנים, און טיילט מיט זיינע ווערטער דורך די שפאלטן פון אידישער ווינקל
ליפּא, וועלקאָם בעק! דו האָסט נישט קיין אַנונג מיט וואָספאַראַ עקסייטמענט איך שרייב די ווערטער. מ’קען ממש זאָגן די ווערטער וואָס יעקב אבינו האָט געזאָגט פאַר יוסף הצדיק “ראות פניך לא פיללתי”, כ’האָב נישט געגלייבט אַז איך וועל נאָך זעהן דיין פּנים.
דאָס איז נישט קיין הייפּערבולי, נאָר איך מיין עס זייער ערנסט. ס’האָט מיר געציפּט ווען דו ביזט אַוועקגעגאַנגען, און איך האָב געהאַט אינגאַנצן אויפגעגעבן אויף דיר, פּשוט ווייל אַזוי איז מיר געווען גרינגער אָנצוגיין, נישט צו דאַרפן טראַכטן אַז אפשר וועסטו נאָך צוריקקומען. אָבער ביזט דאָ צוריק! וועלקאָם בעק!
איך בין געווען פון דייינע ערשטע “פענס”. וויאַזוי ווייס איך דאָס? ווען “שמע” איז אַרויסגעקומען, בין איך געווען א בחור’ל און כ’האָב עס געקויפט. איך בין ממש “געגאַנגען ניסלעך” ווי מ’זאָגט פאַר די גראַמען. די האַרציגע ניגון “שמע ישראל”, “די העכסטע תפילה, יום כיפּור ביי נעילה, מ’שרייט די לעצטע שעה!”. ווער רעדט נאָך פון די משלוח מנות ניגון, פונעם צדיק אין קעלער, “ס’איז אומדערטרעגליך, פאַר אונז נישט מעגליך, זיך האַלטן אין מצב דעם שווערן! מיר בעטן דעריבער, ס’גיסט זיך שוין איבער, דיין וועלטעלע פול מיט טרערן!”.
הקיצור. איך האָב געשמועסט דעמאָלט מיט עטליכע חברים אין ישיבה און זיי געזאָגט איבער דעם נייעם זינגער ליפּא שמעלצער. כ’האָב געברענגט פאַר איינעם פון זיי דעם טעיפּ, נאָך געווען אין קאַסעטע פאָרעם, און יענער האָט עס אויסגעהערט און אַוועקגעמאַכט. יענער איז היינט פון די גרעסטע קאָמפּאָזירער און מוזיק מבינים ביים היימישן עולם! מיי פּוינט איז אַז איך האָב פאַרשטאַנען צו דיר, אפילו ווען די מבינים האָבן דיר אַוועקגעמאַכט…
אַלבום נאָך אַלבום בין איך ממש צוגאַנגען פון דיין טאַלאַנט. אַלס ליבהאָבער פון גראַמען און קונצליכע ווערטער-אויסלייג, בין איך געשפּרונגען מיט יעדע שורה. די איסורים, חרמים, קאַנצערטס, אַרויף און אַראָפּ, איך האָב דאָס גאָרנישט מיטגעהאַלטן, נאָר פּשוט געקויפט יעדעס יאָר די פרישע סידי און געדאַנקט אַז אידישע היימישע מוזיק האָט אַזאַ איינעם ווי ליפּא שמעלצער. אפילו דאָס וואָס דו האָסט געעפנט די שוהל, האָט מיר אויך נישט געקוועטשט. דו האָסט רעכט צו טאָן וואָס דו ווילסט.
כ’וועל דיר זאָגן נאָכמער, דיין גיין אין קאָלאָמביע יוניווערסיטי האָט מיר אויך נישט געבאַדערט. ביי מיר איז דיין מוזיק טאַלאַנט געווען אַזאַ מתנה, אַז איך בין געווען גרייט צו פאַרקוקן אַסאַך. אָבער ווען ס’האָט אָנגעהויבן אַפעקטירן די קוואַליטעט פון דיינע אלבומס, דעמאָלט האָט עס מיר אָנגעהויבן קרענקען. די לעצטע צוויי אלבומס האָב איך שוין ניטאַמאָל געקויפט, און נאָר אויסגעהערט דאָ-דאָרט ביי אַנדערע מענטשן אין קאַר. מ’האָט קלאָר געקענט שפּירן אַז דו געבסט נישט דאָרטן אַרויס דאָס וואָס דו קענסט און דאָס וואָס דו ביזט גוט פאַר.
ווען די “שני וחמישי” קליפּס האָבן אָנגעהויבן אַרומפאָרן, האָט עס מיר אָנגעהויבן שטעכן אין האַרץ, און דעריבער האָב איך זיך גענומען האַקן אויף דיר געפערליך. איך האָב פאַרשפּרייט שאַרפע בריוועלעך און לענגערע סטעיטמענטס אויף וואַטסעפּ און אַנדערע סאָושעל מידיאַ, וועלנדיג טאַקע ס’זאָל אָנקומען צו דיר. איך האָב געהאַקט און געקנאַקט, געשריבן אַז דו פאַרשפּרייטסט דיעות כוזבות און שרעקליכע כפירה, און אַנדערע שאַרפע לשונות וואָס איך האָב שוין אפילו דערפון פאַרגעסן.
מענטשן האָבן מיר באַשולדיגט אַז איך בין סתם א “העיטער” און “לאָז ליפּא טאָן וואָס ער וויל”. איך האָב באַקומען מעסעדזשעס אַז איך טשעפּע א איד און איך מוז אויפהערן. ס’איז אָבער נישט געווען העיט, נאָר זייער ווייט דערפון. דו האָסט עס דאָס בעסטע אַרויסגעברענגט אין דיין אינטערוויו אין “עמי” מאַגאַזין, אַז מענטשן וואָס האָבן דיר קריטיקירט, איז עס פּשוט געווען א פאָרעם פון ליבשאַפט, פון בענקעניש צו דער עכטער ליפּא, צום היימישן אַמאָליגן ליפּא.
לאָמיך דיר זאָגן, ליפּא: ווען איך האָב געהערט בערך צוויי חדשים צוריק אַז “ליפּא איז בעק”, האָב איך עס נישט געוואָלט גלייבן. כ’האָב געזאָגט ‘לאָמיר זעהן, געב עס א וואָך-צוויי’. נישט ווייל איך האָב נישט געגלייבט, נאָר כ’האָב אַזוי געוואָלט ס’זאָל זיין אמת און נישט געוואָלט ווערן אַנטוישט צו הערן אַז ס’איז נישט אמת. יעצט אַז איך זעה אַז ס’איז אָפיציעל, שפּרונג איך ווי א “יוניקאָרן-געביסענער” און איך שריי “ליפּא איז בעק!!!!!”.
דו ווייסט נישט ווער איך בין. דו האָסט נישט געוואוסט ווער איך בין, ווען דו האָסט געליינט מיינע קריטיק מעסעדזשעס וואָס האָבן געהאַקט אויף דיר, און אויך יעצט ליינענדיג דאָס, ווייסטו נישט ווער איך בין. איך בין טאַקע נישט פון די פּובליק פיגורן וואָס האָבן אַרויסגעהאָלפן אין דיין “קאָמבעק”, אָבער שטילערהייט נעם איך א פּראָצענט קרעדיט… פאַקטיש זאָגסטו אַליינס אַז די קריטיק האָט געווירקט אויף דיר אויף א פּאָזיטיווע פאַרנעם און פאַקטיש האָסטו איינגעזען אַז דיין קליענטעל און פינאַנציעלע סעקיוריטי ליגט אין די חסידי’שע קרייזן, סאָו ערלויב מיר צו נעמען אַביסל קרעדיט…
עניוועי, איך ווייס נישט צי דו באַגרייפסט ווי פרייליך איך בין צו זעהן, יעדע פּאָר טעג נאָך א קליפּ און נאָך א בילד וויאַזוי ליפּא זינגט ביי א חתונה מיט א שוואַרצע רעקל! איך קען קוים וואַרטן אויף די נעקסטע אַלבום! וואַטעווער די שוועריגקייטן וואָס דו ביזט אַריבער ביז אַהער און גייסט אוודאי ווייטער אַריבער, זאָלסטו וויסן אַז איך בין נאָר איינער פון טויזנטער און טויזנטער, וואָס זענען פול מיט עקסטאַז אַז דו ביזט צוריק, און איך האָף אַז דאָס מאַכט דיינע שוועריגקייטן אַביסל גרינגער דורכצוטראָגן.
אונטערגעשריבן: אַנאָנים
m https://yiddishevinkel.com/archives/25866 m

מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 9:42 pm#418423
כמעט זייער גוט...
עס איז קיינמאל נישט דא קיין אויסרייד אויף באשמוצן א מענטש אויף סאציאלע מידיא, אינטערסאנט אז דאס איז געשריבן געווארן דורך דעם סאושעל מידיא בוליאינג מיליטאנט... נעם נישט קיין קרעדיט אויף ליפא'ס ריטורן, איך האב פערזענליך געשמועסט מיט ליפא עטליכע וואכן נאכן צוריקקומען און ער האט מיר געזאגט אז די אלע וואס האבן אים געשענדעט און באשמוצט האבן אים מער און מער אויפגערעגט נאר וואס דען, ער האט פארשטאנען אז ער טרעט זיי אויפן הינעראויג און ער האט אויך געוואוסט אז ווען ער האלט זיך ווען אין די ראמען וואלט מען עס נישט געטון, הייסט אז כלל ישראל האט נישט מלחמה געהאלטן מיט ליפא נאר מיט ליפא'ס מהלך.
ליפא איז א מענטש וואס האט סורווייווט פרעשור פון די חרדישע קאמיוניטי און טאקע, ער האט צוריקגעפייט טיילמאל ווי א קינד אבער דאס מיינט נאכנישט אז דער וואס האט באשמוצט וועט נישט אפגעבן א דין וחשבון אויף יעדע זאך וואס ליפא האט געדראפט מחמת די באשמיצונגען.
ער האט זיך געלאזט הערן זייער הויעך און אריינגעקומען ווי כאילו עס קראצט אים נישט אבער אונטער די אלע שטארקקייטן האט זיך באהאלטן א ריינע איידעלע נשמה וואס האט אייביג געלעכצעט צו גאט און זיין תורה.
און צו דעם אנאנימער שרייבער וואלט איך גע'עצה'ט נישט צו נעמען קרעדיט נאר טון די ריכטיגע שריט און איבערבעטן ליפא'ן.
אבער איבעראלעם איז דער פונקט פון זיין בריוול אקצעפטירט און אינדארסירט דען יעדער איינער האט געווארט אז ליפא זאל צוריקקומען ווייל חוץ פון געציילטע פארקויפט נישט די היינטיגע חסידישע מוזיק אינדארסטרי גארנישט ...

מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 9:47 pm#418424
אין אנדערע נייעס ליפא לאזט לופטערן א נייע ניגון
דינסטאג פעברואר 12, 2019 7:42 pm#424334
למעשה איז זיין חזרה בתשובה געווען נאר לפנים, אז מ'זאל עהם אנהייבן נוצן, ווייל ביי די האלבע יודען איז ער געווען אויסגעשפיגן.
כ'מיין אז ער קען שוין אראפנעמען די מאסקע, ווער ס'וויל זיך איינרעדן אז ער האט עפעס צוריקגעדרייעט, וועט געוואויר ווערן זייער שנעל אז לא דובים ולא יער.

דינסטאג פעברואר 12, 2019 9:40 pm#424340
שקד האט געשריבן:למעשה איז זיין חזרה בתשובה געווען נאר לפנים, אז מ'זאל עהם אנהייבן נוצן, ווייל ביי די האלבע יודען איז ער געווען אויסגעשפיגן.
כ'מיין אז ער קען שוין אראפנעמען די מאסקע, ווער ס'וויל זיך איינרעדן אז ער האט עפעס צוריקגעדרייעט, וועט געוואויר ווערן זייער שנעל אז לא דובים ולא יער.
ביזט זיכער אז זייער שנעל? ווייל ער דרייט זיך שוין ארום אזוי בערך 8 חדשים. די שאלה איז וואס מיינט שנעל און וואס מיינט זייער שנעל ביי דיר?
דינסטאג פעברואר 12, 2019 9:59 pm#424342
היכי דמי האט געשריבן: ביזט זיכער אז זייער שנעל? ווייל ער דרייט זיך שוין ארום אזוי בערך 8 חדשים. די שאלה איז וואס מיינט שנעל און וואס מיינט זייער שנעל ביי דיר?
סרסהו ודרשהו..
ווער ס'וויל זיך איינרעדן אז ער האט עפעס צוריקגעדרייעט, אז ער וועט אראפנעמען די מאסקע, וועט מען שנעל - זייער שנעל זען דעם ווארהייט..
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:40 am#424442
שקד האט געשריבן:היכי דמי האט געשריבן: ביזט זיכער אז זייער שנעל? ווייל ער דרייט זיך שוין ארום אזוי בערך 8 חדשים. די שאלה איז וואס מיינט שנעל און וואס מיינט זייער שנעל ביי דיר?
סרסהו ודרשהו..
ווער ס'וויל זיך איינרעדן אז ער האט עפעס צוריקגעדרייעט, אז ער וועט אראפנעמען די מאסקע, וועט מען שנעל - זייער שנעל זען דעם ווארהייט..
איך כאפ נישט וואס דו צילסט דא. ביזט אריינגעקומען אין א ״גרינעם דינסטאג״ אין א פארשלאפענע אשכול ווי די לעצטע מודעה איז איבער צוויי חדשים צוריק, און געשאסן א סטעיטמענט וואס מאכט נישט קיים סענס.
איך גיי נישט אריין קריכן אין ליפא׳ס קישקעס, אפילו איך גלייב אז איך גיי דארט טרעפן בעסערע זאכן ווי ביי דיר, אבער דאך איז עס נישט מיין דזשאב צו אריינגיין אין יענעמס לעבענס-שטייגער.
ביזט אריינגעקומען איבער 8 חדשים נאך זיין יו -טורן, און דו זאגסט אז עס גייט נישט אנהאלטן צו לאנג, כאילו מען כאילו מען האלט דא די ערשטע וואך. און דו שרייבסט נאך מער, אז עס גייט נעמען זייער שנעל ביז ער גייט אראפנעמען די מאסקע. און עס מאכט פשוט נישט קיין סענס לויט וויאזוי עס קוקט אויס אין רעאליטעט.
א פאבליצירטע טראסקע, פון אן אוי עקזיטירטע מאסקע.
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 10:33 am#424458
היכי דמי האט געשריבן:
איך גיי נישט אריין קריכן אין ליפא׳ס קישקעס, אפילו איך גלייב אז איך גיי דארט טרעפן בעסערע זאכן ווי ביי דיר, אבער דאך איז עס נישט מיין דזשאב צו אריינגיין אין יענעמס לעבענס-שטייגער.
ביזט אריינגעקומען איבער 8 חדשים נאך זיין יו -טורן, און דו זאגסט אז עס גייט נישט אנהאלטן צו לאנג, כאילו מען כאילו מען האלט דא די ערשטע וואך. און דו שרייבסט נאך מער, אז עס גייט נעמען זייער שנעל ביז ער גייט אראפנעמען די מאסקע. און עס מאכט פשוט נישט קיין סענס לויט וויאזוי עס קוקט אויס אין רעאליטעט.
א פאבליצירטע טראסקע, פון אן אוי עקזיטירטע מאסקע.
פאר אייער אינפארמאציע, די מאסקע איז שוין לאנג אראפ, אויב ער האט בכלל אנגעטון איינס אויסער זיין שטריימל....
איך זוך נישט צו רעדן לשון הרע ברבים, אבער באישי וועל איך מיך ווארשיינליך נישט קענען איינהאלטן....
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 11:41 am#424469
איך בין זיכער אז ליפא קען נישט שלאפען ביינאכט אויס פחד פין דעם גרויזאמען איטאליענער.
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 3:01 pm#424500
איסר האטלקי האט געשריבן:היכי דמי האט געשריבן:
איך גיי נישט אריין קריכן אין ליפא׳ס קישקעס, אפילו איך גלייב אז איך גיי דארט טרעפן בעסערע זאכן ווי ביי דיר, אבער דאך איז עס נישט מיין דזשאב צו אריינגיין אין יענעמס לעבענס-שטייגער.
ביזט אריינגעקומען איבער 8 חדשים נאך זיין יו -טורן, און דו זאגסט אז עס גייט נישט אנהאלטן צו לאנג, כאילו מען כאילו מען האלט דא די ערשטע וואך. און דו שרייבסט נאך מער, אז עס גייט נעמען זייער שנעל ביז ער גייט אראפנעמען די מאסקע. און עס מאכט פשוט נישט קיין סענס לויט וויאזוי עס קוקט אויס אין רעאליטעט.
א פאבליצירטע טראסקע, פון אן אוי עקזיטירטע מאסקע.
פאר אייער אינפארמאציע, די מאסקע איז שוין לאנג אראפ, אויב ער האט בכלל אנגעטון איינס אויסער זיין שטריימל....
איך זוך נישט צו רעדן לשון הרע ברבים, אבער באישי וועל איך מיך ווארשיינליך נישט קענען איינהאלטן....
לויט'ן הייליגן חפץ חיים זי''ע איז דאס גאר קיין לשון הרע נישט, ווייל ער שפעט אפ פון עיקרי התורה און שנית, ס'איז א סוד פאר גאנץ בראדט
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 3:03 pm#424501
פון וועלכע עיקר התורה פונקטליך שפעט ער?
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 3:11 pm#424503
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פון וועלכע עיקר התורה פונקטליך שפעט ער?
בארד בארד..
שערן די האר..
די גיהנום איז שוין פארלאשן..
אויב דאס איז נישט גענוג, חאזער איבער זיינע מאנטיג דאנערשטיג'ס.. ותמצא קדחת.
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 3:14 pm#424504
וועלכע עיקר התורה פונקטליך זאגט פארקערט?
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 7:27 pm#424517
שקד האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פון וועלכע עיקר התורה פונקטליך שפעט ער?
בארד בארד..
שערן די האר..
די גיהנום איז שוין פארלאשן..
אויב דאס איז נישט גענוג, חאזער איבער זיינע מאנטיג דאנערשטיג'ס.. ותמצא קדחת.
דו ברענגסט ארויף זאכן פון עטליכע יאר צוריק... קען זיין אז דאס איז געווען א מאסקע וואס ער האט אנגעטוהן אויף זיך נאכ׳ן זיין צובראכן וויאזוי עס איז אים געגאנגען און איצט האט ער אראפגענומען די מאסקע און ער איז צוריק צו די ארגינעלע ליפא. וואס מאכט דיר טראכטן אז א תקופה פון געציילטע יארן איז גאר די מאסקע אויף א מענטש קעגן אלע אנדערע שיינע יארן.
איך בין נישט אזא ידען אדער תלמיד חכם אזוי ווי אנדערע אויף די שטיבל אריינצורעדן צו עס איז פארבינדן מיט עקרי התורה, אזוי אויך האב איך נישט קיין רוח הקודש אזוי ווי שקד ירום הודו וואס קען פאראויסזאגן וויאזוי די מענטש גייט זיך פירן ״זייער שנעל״ פון איצט, אבער איין זאך קען איך יא זאגן, אלס א ״הומען ביאינג״ פיל איך אז וואס דו טוסט איז אוממענטשליך און פארבינדט זיך מיט הארבע איסורים שבין אדם לחבריו.
איך האף אז מארגן וועסטו שוין זיין מיט איין טאג קלוגער...
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 9:54 pm#424525
Re: וואס גייט פאר מיט ליפא?
אין וועלכע רעליגיע איז בארד און האר אן עיקר? ביי זיי איז א שערער דער שפיץ אפיקורס? און זה קלי ואנוהו מיינט פארבן די האר? מ׳באקרוינט אלס מנהיג דער מיט אינטרעסאנסטע האר סטיל? אז איינער כאפט קענסער, ווערט ער אויסגעשפיגן פון די קהלה?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 9:58 pm#424526
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין וועלכע רעליגיע איז בארד און האר אן עיקר?
אין הונדואיזם... עיין ערך תקרובת עבודה זרה.
פרייטאג פעברואר 15, 2019 7:45 am#424543
שקד האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פון וועלכע עיקר התורה פונקטליך שפעט ער?
בארד בארד..
שערן די האר..
די גיהנום איז שוין פארלאשן..
אויב דאס איז נישט גענוג, חאזער איבער זיינע מאנטיג דאנערשטיג'ס.. ותמצא קדחת.
וועלכע תורה האסטו? אין מיין תורה ווערן די זאכן נישט דערמאנט
לגבי דעם גיהנום וואס גראדע שטייט נישט אין תורה האט ער בשעתו מסביר געווען וואס ער האט געמיינט
פרייטאג פעברואר 15, 2019 4:23 pm#424568
Re: וואס גייט פאר מיט ליפא?
געזעהן היינט ווי ער טאנצט ביי די חתונה פין פינחס מרדכי וועבער מיט די היט אין רעקל די פיאות ב״ה וואקסט איהם.
פרייטאג פעברואר 15, 2019 5:03 pm#424573
גרויסע מענטשעלע: דער אייבישטער זאלל העלפן אז דו זאלסט האבן א סאך נחת פון איהם עד מאה ועשרים...אמן...!
פרייטאג פעברואר 15, 2019 5:26 pm#424579
berlbalaguleh האט געשריבן:גרויסע מענטשעלע: דער אייבישטער זאלל העלפן אז דו זאלסט האבן א סאך נחת פון איהם עד מאה ועשרים...אמן...!
אמן ואמן כן יהי רצון, הלוואי זענט עטץ אלע גערעכט, אבער כ'קען דעם תרנגול און דעם צירקע.. לויפטס עהם נאך ווי בלינדע פערד, וידגו לרוב בקרב הארץ.
כ'בין נייגעריג אויב ס'דא איינער - כאטש איינער - וואס כאפט וואס איך רעדט.
פרייטאג פעברואר 15, 2019 5:54 pm#424580
שקד: דו האסט נישט געכאפט אז איך בין סארקאסטיש...! גוט שבת...!
זונטאג פעברואר 17, 2019 3:20 am#424623
שקד איך ווייס נישט ווער דו ביסט אבער דו מאכסט א רושם פון א יונג צוהיצט בחור'ל, פון איין זייט ביסטו גאטס פאליציי און ביסט נישט מקבל קיין בעלי תשובה און דו שרייסט און ווילדעוועסט, אבער אין א צווייטער אשכול שפילסטו אויס דער קלוגער אויפגעקלערטער וואס ווייסט און פארשטייט ווי חשוב סקולענע רבי איזה אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, און לעניות דעתך איז ער נישט אזוי וויכטיג אויף אונזער עולם... ביטע מאך אם וואו פונקטליך דו שטייסט...
זונטאג פעברואר 17, 2019 2:03 pm#424651
מאך זיכער האט געשריבן:שקד איך ווייס נישט ווער דו ביסט אבער דו מאכסט א רושם פון א יונג צוהיצט בחור'ל, פון איין זייט ביסטו גאטס פאליציי און ביסט נישט מקבל קיין בעלי תשובה און דו שרייסט און ווילדעוועסט, אבער אין א צווייטער אשכול שפילסטו אויס דער קלוגער אויפגעקלערטער וואס ווייסט און פארשטייט ווי חשוב סקולענע רבי איזה אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, און לעניות דעתך איז ער נישט אזוי וויכטיג אויף אונזער עולם... ביטע מאך אם וואו פונקטליך דו שטייסט...
ווען האט ער געשריבן אז ער איז נישט וויכטיג אויף אונזער עולם? חס ושלום, שעם זיך פאר'ן אזוי שרייבן 'אין זיין נאמען'.
זונטאג פעברואר 17, 2019 4:01 pm#424657
שקד האט געשריבן:.כ'בין נייגעריג אויב ס'דא איינער - כאטש איינער - וואס כאפט וואס איך רעדט.
גילוי איז אנטקעגן די תקנות פונעם שטיבל, אבער אז דו ביסט אזוי נייגעריג אויב איינער כאפט, העל איך ענטפערן: יא!
זונטאג פעברואר 17, 2019 9:18 pm#424672
אקעי לאמיר עס צונעמען אויף קליין געלט;
וואס האט ער געזינדיגט ביז היינט, אז ער האט יעצט דערויף תשובה געטון?

זונטאג פעברואר 17, 2019 9:39 pm#424676
קוקי: איך קען דיר פונקטליך ענטפערן. און דו וועסט אלעס פארשטיין. נאר פאר דעם ענטפער וועסטו מוזן גיין קיין פאליש אדער קרעטשמע. אדער די הייליגע וועבסייט איי-וועלט פאר זיי האבן אנגעהויבן צענזורירן. איז דארט אדורכגעשווימען אלעס. זימה. ניבול פה, וכו'. נאר נישט ציונות...!
זונטאג פעברואר 17, 2019 9:50 pm#424678
berlbalaguleh האט געשריבן:קוקי: איך קען דיר פונקטליך ענטפערן. און דו וועסט אלעס פארשטיין. נאר פאר דעם ענטפער וועסטו מוזן גיין קיין פאליש אדער קרעטשמע. אדער די הייליגע וועבסייט איי-וועלט פאר זיי האבן אנגעהויבן צענזורירן. איז דארט אדורכגעשווימען אלעס. זימה. ניבול פה, וכו'. נאר נישט ציונות...!
ווען א מענטש טוט אן א ביבער הוט, ווערט ער נאכאנישט קיין בעל תשובה, אויב ער וועט - אויסער די הוט און רעקל - אויך אויפהערן זינגן מיקסט, און אויפהערן שטיצן שמוץ, און.. וואס דו ווילסט נישט שרייבן.. וועט ער יענס אויפהערן, עד שיעיד עליו יודע תעלומות שלא ישוב, קען ער איבערוועגן דעם כלל אז ער איז א נייער ליפא. אבער דערווייל איז עס נאר א פארשטעלעכטץ מ'זאל עהם נעמען ביי די כמו היימישע חתונות.
דינסטאג פעברואר 19, 2019 7:39 pm#424801
אין די מידיע היינט זעט מען ווי ער האט מיט זיך א נייעס ריפארטער וואס דעקט זיין היסטארישע תשובה מאוומענט
זיין היסטארישע מחילה.. ווי ער לערנט אויס דעם סקווערן דיין א משנה.
m https://www.kikar.co.il/abroad/307582.html m
און דא זעט מען ווידער ווי ער לערנט אויס פאר יודישע קינדער תורה.
m https://twitter.com/YiddishTimes/status ... 2767243264 m

זונטאג מערץ 03, 2019 6:24 pm#425582
תשובה געטון.. יא.. זינגט פאר פרויען? אה, ר' מוטא לאזט..
m https://twitter.com/hasidic_1/status/11 ... 4614231040 m

זונטאג מערץ 17, 2019 5:45 pm#426668
לאמיר הערן וואס איז די איסור?
דער רבי פון !@#$% טוט זינגען ביים טיש, הגם אז עס איז דא פרויען דארט. דאס איז לכאורה א מעשה רב אז מ'מעג. אדער נישט, מ'דארף פרעגן די רבי'ס (און זייער שוואגערס).

זונטאג מערץ 17, 2019 10:58 pm#426701
כ'וויל וויסן וואס האט ער געזינדיגט אז ער האט דערויף תשובה געטאן???
ווייל ער האט גארנישט אנדערש געמאכט, אויסער געטוישט זיינע גאטשעס

מאנטאג מערץ 18, 2019 1:12 am#426717
קוקי האט געשריבן:תשובה געטון.. יא.. זינגט פאר פרויען? אה, ר' מוטא לאזט..
https://twitter.com/hasidic_1/status/11 ... 4614231040
וואס בארעדסטו דיין אייגענע שוואגער!!
מאנטאג מערץ 18, 2019 7:34 am#426722
יא קוקי, סאיז שוין העכסטע צייט זאלסט טוישן וויאזוי דו שרייבסט 'עהם'. פארוואס קענסטו עס נישט ספעלן ווי אלעמען?
מאנטאג מערץ 18, 2019 12:09 pm#426745
קוקי האט געשריבן:כ'וויל וויסן וואס האט ער געזינדיגט אז ער האט דערויף תשובה געטאן???
ווייל ער האט גארנישט אנדערש געמאכט, אויסער געטוישט זיינע גאטשעס
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 12:23 pm#439682
רבותיי: איין זאך געב איך קרעדיט פאר דעם סקווירא'ער רבי'ן שליט"א. ער האט זיך נישט געקויפט קיין היינטצייטיג שטריימל מיט אלע 72 שפיצן וועלכע זענען סובבים למעלה. קוקט אויפ'ן נעקסטן פיקטשער. וואס יענע רבי שליט"א האט נישט א צענטל חסידים וואס סקווירא. דאך האט ער א היינטצייטיג שטריימל...!
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 1:21 pm#439683
Re: וואס גייט פאר מיט ליפא?
די וויזניצער האט נישט די שפיצן. סקווער האט יא
Sent from my BBB100-1 using Tapatalk
Sent from my BBB100-1 using Tapatalk
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 6:23 pm#439707
berlbalaguleh האט געשריבן:רבותיי: איין זאך געב איך קרעדיט פאר דעם סקווירא'ער רבי'ן שליט"א. ער האט זיך נישט געקויפט קיין היינטצייטיג שטריימל מיט אלע 72 שפיצן וועלכע זענען סובבים למעלה. קוקט אויפ'ן נעקסטן פיקטשער. וואס יענע רבי שליט"א האט נישט א צענטל חסידים וואס סקווירא. דאך האט ער א היינטצייטיג שטריימל...!
איר מישט סקווירא מיט וויזשניץ???